The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Moment Magazine, 2023-05-31 12:17:00

Moment Magazine 440

6 25062 38457 6 99.7 $NJ/NY 7 £London 8 $Canada 36 ₪Yisroel. E 9 €Belgium טורמע ּפסח אין הרה"ח ר' פייוול גרינוואלד פון בארא פארק שילדערט די דרייסיג קאשמארישע טעג אין א טורמע אין יוטא נאכ'ן באשולדיגט ווערן אין אומברענגען א מענטש | הרב אליעזר ראזען הסייבער ווען רוסלאנד'ס סייבער קריג קומט נישט נאך די ערווארטונגען מלחמת הֲ בֵ ן יַ ּקִ יר לִ י אֶ פְ רַ יִ ם ווען נאך פּיינפולע 34 יאר איז ער געהאלפן געווארן מיט א קינד האט עס געשיקט שמחה כוואליעס איבער דער גארער אידישער וועלט | רירנדער אפנהארציגער שמועס מיט הרה"צ רבי אפרים פישל וויינבערגער מטורקא ב״ה, פרשת נשא תשפ״ג )בארץ ישראל פ׳ בהעלותך( 440 #Issue 2023, 2 June Magazine Moment


feel ll’you Expertise .bones your in 1 #the as recognized been has Maimonides With*. surgery orthopedic for York New in hospital in first the among were who surgeons orthopedic ,surgery shoulder for Reality Augmented utilize to NY and Bone Maimonides at team exceptional the for innovation of forefront the at is Center Joint .hands best the in re’you that confident be can you so , treatment orthopedic Maimonides of Chair, Choueka Jack. Dr performing, Surgery Orthopedic of Department surgery shoulder reality augmented 2023, Healthgrades* Maimonides and Bone Center Joint א מנוחה פאר די עלטערן ַח ֹ ׂמו ֹ ְ ו ִל ְש בו ּ ַח ּ ָלנו פאר די קינדערלעך א שמחה יום שבתון פארמירט יעצט באזונדערע גרופעס פון בחורים און ערוואקסענע מיידלעך צו פארברענגען יעדן צווייטן שבת אין אן אנגענעמע אטמאספער מיט א רייכע פראגראם. נייע פראגראם אנגעהויבן דעם זומער הבעל"ט רופט שוין אריין צו פארזיכערן א פלאץ. בס”ד Approved OPWDD | NY, Upstate in Located פאר מער אינפארמאציע ביטע רופט: 3384.275.845


feel ll’you Expertise .bones your in 1 #the as recognized been has Maimonides With*. surgery orthopedic for York New in hospital in first the among were who surgeons orthopedic ,surgery shoulder for Reality Augmented utilize to NY and Bone Maimonides at team exceptional the for innovation of forefront the at is Center Joint .hands best the in re’you that confident be can you so , treatment orthopedic Maimonides of Chair, Choueka Jack. Dr performing, Surgery Orthopedic of Department surgery shoulder reality augmented 2023, Healthgrades* Maimonides and Bone Center Joint א מנוחה פאר די עלטערן ַח ֹ ׂמו ֹ ְ ו ִל ְש ּ ַח ּ בו ָלנו פאר די קינדערלעך א שמחה יום שבתון פארמירט יעצט באזונדערע גרופעס פון בחורים און ערוואקסענע מיידלעך צו פארברענגען יעדן צווייטן שבת אין אן אנגענעמע אטמאספער מיט א רייכע פראגראם. נייע פראגראם אנגעהויבן דעם זומער הבעל"ט רופט שוין אריין צו פארזיכערן א פלאץ. בס”ד Approved OPWDD | NY, Upstate in Located פאר מער אינפארמאציע ביטע רופט: 3384.275.845


און געניסט! סובסקרייבט א וועכנטליכע פארגעניגן. ביי אייער טיר. 2. ext 3347.928.718} text or call{ com.SubscribeToMoment.www} Web{ org.momentmagazine@subscribe} email{ NATURAL ALL SYRUP CORN FRUCTOSE HIGH NO JUICE% 100


און געניסט! סובסקרייבט א וועכנטליכע פארגעניגן. ביי אייער טיר. 2. ext 3347.928.718} text or call{ com.SubscribeToMoment.www} Web{ org.momentmagazine@subscribe} email{ NATURAL ALL SYRUP CORN FRUCTOSE HIGH NO JUICE% 100


Change Climate .world the cool to here re'we, up heats summer As everywhere and mountains the to Apple Big the From .with off cool to you for treat perfect the got ve'we, else Diet USA the in Made | pop a Eat – part your Do


Change Climate .world the cool to here re'we, up heats summer As everywhere and mountains the to Apple Big the From .with off cool to you for treat perfect the got ve'we, else Diet USA the in Made | pop a Eat – part your Do


Moment by Published. Magazine Moment© Reproduction. reserved rights All. Inc Magazine part in or whole in form digital or printed in permission written prior without form any in all reserves publisher The. prohibited is and space, clarity for articles all edit to right be cannot Submissions. sensitivities editorial not is Magazine Moment. sender to returned advertised any of kashrus the for responsible .pages these in appears that service or product responsibility no assumes Magazine Moment in advertisements or articles of content the for books of content the for nor, publication this .herein excerpted or to referred are that ___________________ :ADMINISTRATION 207. #Ave Bedford 543 11211 NY Brooklyn 3347.928.718: PHONE 3348.928.718: FAX :INQUIRIES GENERAL org.momentmagazine@info :DESK S'EDITOR org.momentmagazine@editor :SUBMISSIONS LETTERS org.momentmagazine@letters :BOARD RABBINICAL org.momentmagazine@vaad :JOURNAL NAFSHI org.momentmagazine@nafshi :JOURNAL LAVLOR org.momentmagazine@lavlor ______________ :ADVERTISING org.momentmagazine@ads ________________ :SUBSCRIPTIONS org.momentmagazine@subscribe ______________________ :DISTRIBUTION STORE :USA 4186.430.929 Express Distribution :CANADA 5120.338.438 C&AC :LONDON 07974244445 Courier Skyline :BELGIUM 0476399896 Roth. E.Y :YISROEL ERETZ 0547439470 Klein. Y.D קאווער בילד: זאבי שטערן ארויסגעבער יואל הלוי קרויס | רעדאקציע אליהו יואל גליק, חיים לעווי, הרב משה אליעזר ליבערמאן, צבי ווייס | שטאב מיטגלידער הרב חיים שלמה בערגער, הרב שמעון שלמה זילבער, הרב אליעזר ראזען, הרב אשר הכהן פרידמאן, הרב חיים האלבערשטאם, הרב ברוך לאבין, יששכר יואל אונגער, פינחס גלויבער, יוסי געשטעטנער, יצחק עקשטיין, אהרן יוסף שפילמאן, בנימין יוסף טעללער, חנוך גרינבערגער, אפרים גרינפעלד, אלטר שמואל טאמבור, יודל נייווירטה, ארי ווייזער, שמעון יואל קליין, מנחם גאלד, פינחס האפפמאן, מנשה רייך, משה יאקאב, מענדל אונגער, בן מנחם, שמעון שטרייכער, יואל גליק, זונדל שאלאמאן, שלמה לייפער, שמואל הערמאן, זוסמאן האפפמאן | אדווערטייזינג יעקב יוסף פערל | גרעפיקס מנחם ברוין, יעקב קאהן | דיסטריביושאן ש. סורקיס, ל. לעווי, ש. לעפקאוויטש | סובסקריפשאנס ט. מאנדעל נומער 440 | #פרשת נשא תשפ״ג אינהאלט אינהאלט קאלומס 16 | אליהו יואל גליק 56 | פינחס גלויבער 64 | מנחם גאלד רובריקן 10 | אפקלאנגען 12 | לוחות 14 | בילד געשיכטע 18 | יש אומרים 58 | פארנעפלטע 61 | האק-א-טשייניק 62 | אפענע שמועסן 66 | שבת טיש 68 | מאמענטעלעך 76 | חסידישע קאך 78 | כוואליעס וועכנטליכע נייעס ביכל בייגעלייגט ָ ״מאמענט+״ 20 | דראמא אין יוטא הרה"ח ר' פייוול גרינוואלד פון בארא פארק שילדערט די דרייסיג קאשמארישע טעג אין א טורמע אין יוטא נאכ'ן באשולדיגט ווערן אין אומברענגען א מענטש אינטערוויו | הרב אליעזר ראזען 32 | הבן יקיר לי אפרים ווען נאך ּפיינפולע 34 יאר איז ער געהאלפן געווארן מיט א קינד האט עס געשיקט שמחה כוואליעס איבער דער גארער אידישער וועלט. רירנדער אפנהארציגער שמועס מיט הרה"צ רבי אפרים פישל וויינבערגער מטורקא אינטערוויו | אהרן אשכנזי, ירושלים 46 | מלחמת הסייבער אן אפהאנדלונג איבער דעם רוסישן סייבער קריג וועלכער איז נישט אנגעקומען ווי ערווארטעט, טראץ אלע פאראויסשאצונגען און אנדייטונגען וואס האבן געצייגט די נאנטע ווארשיינליכקייט פאר אזא רעאליטעט אפהאנדלונג | דוד בריסק 70 | פראיעקט אזאריען א געהיימע אמעריקאנער אקציע צו דערשנאפן רוסישע נוקלעארע געהיימניסן היסטאריע | שרגא סופר 0912-506-718 .TODAY REGISTER WORLD THE DESIGN .TOMORROW Construction Design Interior ,Mechanical (MEP (Plumbing, Electrical RELY THAT INDUSTRIES :DRAFTING ON COM.ICAINSTITUTE@INFO a toward way your Build .drafting in career lucrative helps Program Drafting The ,technical your develop you solving-problem and, creative world the enter to skills design architectural of .confidence with SKILL THE MASTER DRAFTING OF YOUR WATCH AND .BUILD VISION MAKE MARK YOUR .WORLD THE ON PROGRAM BEGINS .JUNE IN


0912-506-718 .TODAY REGISTER WORLD THE DESIGN .TOMORROW Construction Design Interior ,Mechanical (MEP (Plumbing, Electrical RELY THAT INDUSTRIES :DRAFTING ON COM.ICAINSTITUTE@INFO a toward way your Build .drafting in career lucrative helps Program Drafting The ,technical your develop you solving-problem and, creative world the enter to skills design architectural of .confidence with SKILL THE MASTER DRAFTING OF YOUR WATCH AND .BUILD VISION MAKE MARK YOUR .WORLD THE ON PROGRAM BEGINS .JUNE IN


וואו איז די לאך? ביזנעס / מאָ מענט 438# יאסי געשטעטנער, אין זיין בריוו צו ר' יצחק עקשטיין, ברענגט ארויס א שטארקע נקודה, ווי ספעציפיש ווען מ'רעדט פון די צוויי אינדוסטריעס עמעזאן און ריעל עסטעיט, טוען מענטשן אונטערשאצן די מאס ארבעט, געלט און צייט עס דארף אריינגיין ביז מ'זעט סוקסעס, לעבנדיג אין אן אילוזיע אז דארט מאכט מען גרינג געלט. כ'וויל צולייגן א נקודה, אז בעפאר מ'איז דן צי עמעזאן איז א גוט געשעפט אדער נישט, איז כדאי צו געדענקען, אז סטאטיסטיקס צייגן אז אן איבערוויגנדער מערהייט פון ביזנעסער זענען נישט מצליח )%75 ביזנעסער לעבן נישט אויס קיין פופצן יאר, און איינס פון יעדע פינף ביזנעסער פארמאכט זיך אינעם סאמע ערשטן יאר(. און אין געוויסע אינדוסטריעס איז די דורכפאל ראטע אזויפיל ווי %90 .ווען א מענטש גייט אריין אין ביזנעס דארף ער געדענקען אז דאס איז נישט קיין גרינג געשעפט, 'אדם לעמל יולד', און 'בזיעת אפיך תאכל לחם', און צו מאכן געלט קומט נישט אן גרינג. להבדיל אלף אלפי הבדלות, אזויווי חז"ל לערנען אונז אז 'אלף נכנסים לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה', איז ענליך ווען ס'קומט צו ביזנעס, א גרעסערע פראצענט מאכן עס נישט ווי יא. ממילא, אז מ'קומט רעדן פון עמעזאן צי איז דאס א חובות גרוב צי נישט, ס'קען זיין אז עמעזאן איז נישט "ערגער" ווי א צווייטע אינדוסטריע, נאר דא ליגט טאקע די לאך, ווייס און געדענק אז אין ביזנעס איז זייער שווער צו מצליח זיין, ווייס אז מער מאכן עס נישט ווי יא, ווייס אז דו נעמסט א ריזיקע און א געמבל, און נאכדעם וואס דו האסט דעם פשוט'ן רעאליטעט פאר די אויגן, דעמאלט קענסטו באשליסן צי דו ווילסט יא אדער נישט אריינטאנצן אין דעם עסק. מיט פיל הצלחה און סייעתא דשמיא, ז.ל. עקסטרעמיזם מהו טעלערלעך / מאָ מענט 437# ר׳ מנחם גאלד'ס ערקלערונג אין טעלערלעך איבער "עקסטרעמיזם", וואס האט זיך געענדיגט מיט דער מסקנא אז, "וואס מיינט עקסטרעם? א טראפקעלע עקסטרעמער ווי מיר?" האב איך געטראפן ווי א שטיקל טעות. דער שרייבער האט אוודאי נישט געמיינט קיין שלעכטס, אבער פון מיין פערספעקטיוו ליגט אין זיינע ווערטער א טיפע ציניזם, וואס בסך הכל, כדרכו של ציניזם, העלפט עס דעם לייכטזיניגן מענטש אראפווארפן פון זיך דאס אחריות צו בודק זיין די אייגענע מעשים און מחשבות, ווייל אויב אלעס איז גארנישט, איז גארנישט אלעס, און אויב אלעס איז עקסטרעם איז דאך שוין גארנישט עקסטרעם, און גארנישט קען נישט מהיום והלאה באצייכנט ווערן אלס עקסטרעמיזם. דער אמת איז אבער, אז הרבה מדריגות בעקסטרעמיזם. ס'איז דא אביעקטיווע עקסטרעמיזם וואס איז מוסכם בפי כל, און דערנאך איז דא סוביעקטיווע עקסטרעמיזם, וואס ווענדט זיך שוין יעדער מענטש לויט זיין שטאנד און מיינונג, וואס פון דעם רעדט ר' מנחם. עקסטרעמע עקסטרעמיזם דארף פארדאמט ווערן דורך יעדן בר דעת, ווידעראום די סובטעלע, ווייכע עקסטרעמיזם, דאס איז שוין אפן פאר דער דעבאטע. מאכן פון אלעס איינס און א קוגל, אז יעדע סארט עקסטרעמיזם ווערט בארעכטיגט, ווייל בסך הכל בין איך נישט קיין עקסטרעמיסט, נאר איך האלט אנדערש ווי דיר, איז אן ארגומענט וואס מאכט נישט קלוגער דעם ליינער. אז איינעמ'ס דעה ברענגט אים צו געוואלדטאטן, אדער מעשים אשר לא יעשו, דעמאלט איז נישטא קיין דעבאטע צי ער איז אן עקסטרעמיסט. אז א מענטש פירט זיך שלא לפי נימוס בני אדם ושלא לפי נימוס המדינה, איז ער אוודאי אן עקסטרעמיסט. אוודאי קען מען עס נישט פארגלייכן צו דקות'דיגע נקודות אין הגות ודעות, א ביישפיל צי מ'גלייבט אז די 2020 וואלן איז גע'גנב'עט געווארן, אדער נאך אזעלכע סארט עקסטרעמיסטישיע דעות שונות ומשונות וואס איז נישט עכט נוגע. אזא סארט עקסטרעמיזם קען טאקע יעדער קובע זיין וואס מיינט עקסטרעם און וואס נישט, ווייל סוף טאג איז עס צופיל נישט נוגע. אונטערשטע שורה, זאגן אז יעדע סארט עקסטרעמיזם איז די זעלבע, איז אין לך עקסטרעמיזם גדול מזו. ואם אין דעת הבדלה מנין, אין יעדן פאל דארף דער מענטש נוצן דעם כח ההבחנה מבדיל צו זיין בין דבר לדבר. אז נישט טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם, ווייל וואס טוסטו אויף מיט'ן פארוואסערן און ארויסנעמען די לופט פון די רעדער פון דעם מושג פון עקסטרעמיזם? דאס ווארט האט נישט געלאנדעט אין ווערטער-בוך פאר גארנישט, נאר ס'פארנעמט א וויכטיג ארט, ווייל אזא תופעה ווי עקסטרעמיזם פאדערט אויפמערקזאמקייט און צומאל פארדאמונג, אדער כאטש די מינימום, אז מען זאל עס קענען אידענטיפיצירן דארט וואו מ'טרעפט עס. בכבוד רב, אברהם ד. תורת חסד על לשונו אור המאיר / מאָ מענט 439# איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם רייכן אינטערוויו מיט הרה"צ רבי מאיר בערקאוויטש שליט"א אב"ד קאריץ בשכונת בלומינגראוו, קרית יואל, און היות כ'האב מיט יארן צוריק געהאט א שטארקן טובת הנאה פונעם רב שליט"א וויל איך עס דא דערציילן בשער בת רבים. ס'איז געווען מיט פיל יארן צוריק, ווען דער רב שליט"א האט נאך געוואוינט אין בארא פארק, ווען כ'האב געלערנט מיט'ן רב אינאיינעם אין כולל. ס'איז געווען איינמאל וואס כ'האב געדארפט וויכטיג פארן קיין מאנטרעאל מיט עטליכע פון מיינע משפחה מיטגלידער, און פונקט דעמאלט איז געווען זייער שווער צו באקומען טיקעטס סיידן פאר גרויס געלט. דער קאריצער רב שליט"א איז שוין דעמאלט געווען באקאנט מיט זיין תורת חסד על לשונו, וואס אינאיינעם מיט דעם גרויסן כח ההוראה, נעמענדיג שימוש דעמאלט ביים גרויסן זיידן הגה"ק מקארלסבורג זצ"ל, האט מען שוין דעמאלט געוואוסט אין כולל אז ווען איינער האט א פראבלעם און נויטיגט זיך אין א ראפינירטער עצה וואס פאדערט א קאפ אויף דער פלייצע, ווענדט מען זיך צום יונגן אויפגייענדן שטערן בעולם הדיינות ורבנות. בצר לי, האב איך גענוי דאס געטון, איך האב דערציילט פאר רבי מאיר שליט"א מיין פראבלעם ווי איך מוז פארן קיין מאנטרעאל, און קיין טיקעטס איז נישט פארהאן, אויף וועלכן ער האט מיר געזאגט נישט געזארגט. ס'האט נישט גענומען לאנג, און דער רב איז אויפגעקומען מיט א געניאלן פלאן וויאזוי צו שאפן טיקעטס דורך פוינטס פון א קרעדיט קארד, און מיט די צוויי רעכטע הענט האט דער רב שליט"א אלעס ערלעדיגט פאר אונז, אז איך געדענק ווי אונזער פאמיליע האט זיך געשפארט ריזיגע געלטער און געקענט ארויספארן בעוד מועד. וואונטש איך פאר'ן רב שליט"א ער זאל ווייטער מצליח זיין מיט פעליו לתורה ולתעודה, כאוות נפשו הטוב. ל.א., פה בארא פארק יצ״ו org.momentmagazine@letters ליינער שרייבן ּאפקלאנגען 9898. ext 3347.928.718 10 פרשת נשא תשפ״ג 11 x 5.8 Blick Ah USA of Product WHITE DIPPED CRUNCH Deliciously white in dipped and chocolate with coated for crunch crispy satisfyingly a and bite crunchy .taste supreme NEW


11 x 5.8 Blick Ah USA of Product WHITE DIPPED CRUNCH Deliciously white in dipped and chocolate with coated for crunch crispy satisfyingly a and bite crunchy .taste supreme NEW


ומט אויס אז דער עיקר כח פון א ק איד וויאזוי ער קען זיין ראוי צו באקומען שכר מן הדין, ער זוכט אלץ וואס נאך ער קען טון א נחת רוח פארן אויבערשטן. ווייל דער וואס מיינט אמת'דיג דעם אויבערשטן, און האט ליב דעם אויבערשטן, דער זוכט אלץ מוסיף צו זיין מער און מער, אהבה מקלקלת השורה, דער וואס האט אהבה צום אויבערשטן, דער טוט אלץ מער וויפיל ער דארף, ער זוכט שטענדיג פון וואס דער רבוש"ע האט נחת, נישט נאר ער זאל יוצא זיין די מצוה און פארטיג. מה שאין כן איינער וואס דינט דעם אויבערשטן נאר מתוך יראה, ווייל ער האט מורא פון די עונשי העבירות וכדו', אזא איינער טוט נאר וואס ער איז מחוייב ע"פ דין, יוצא צו זיין און מער נישט. ווי די ספרים הקדושים ברענגען א משל אויף דעם, אזויווי ווען א מלך שיקט ארויס פאר זיין מדינה א בריוו, זיי מודיע צו זיין וואס ער פארלאנגט אלס פון זיי, דעמאלס איינער וואס טוט דעם רצון המלך מחמת יראת המלך, דער טוט נאר וואס ס'שטייט קלאר ארויס אינעם בריוו, מער טוט ער נישט, איינער וואס האט אבער ליב דעם מלך, ער איז געטריי צום מלך, דער זוכט וואס ס'איז נאכאלס משמע פונעם בריוו, און ער זוכט וואס ער קען נאכאלס מוסיף זיין גדרים וסייגים אויף יעדע זאך, ער זוכט מיט וואס נאך ער קען טון א נחת רוח פארן מלך. דאס איז אויך פשט וואס חז"ל זאגן )ברכות ח.( גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים, וואס לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס דער נהנה מיגיע כפו וואס ליגט אין משא ומתן, מער ווי א ירא שמים וואס זיצט און הארעוועט בד' אמות של הלכה. נאר הנהנה מיגיע כפו איז טייטש, איינער וואס הארעוועט אין עבודת ה', און ער איז 'נהנה' פון זיין יגיעה, ער האט הנאה פון זיין עבודה, ער איז עושה מאהבה, ווען ס'קומט אונטער א נסיון זיך צו ברעכן א תאוה, האט ער הנאה זיך צו ברעכן פארן אויבערשטן, ער פריידט זיך אז ער קען אביסל אוועקגעבן פונעם גוף פארן אויבערשטן, דער וואס הארעוועט אזוי, דער איז גרעסער ווי א ירא שמים וואס הארעוועט נאר מיראה, ווייל ער האט מורא פון די עונשי העבירות, נישט ווייל ער האט ליב דעם אויבערשטן. איז דאך דאס א געוואלדיגע יסוד פאר א איד, ער זאל טון יעדע זאך מיט א ליבשאפט באהבה וגעגועין צום אויבערשטן, ער זאל קומען מיט א חשק צום לערנען און דאווענען, נישט מיט געוואלד ווייל ער מוז, נאר ווייל ער אליין וויל דאס זייער שטארק, אזא לערנען און דאווענען האט א קיום ביים מענטש, אזא עבודה האלט אן שטענדיג, ווייל די סיבה פארוואס א מענטש לאזט אלץ נאך, איין טאג טוט ער יא און איין טאג נישט, איין טאג קומט ער יא צום שיעור און איין טאג נישט, דאס איז אלעס ווייל ער טוט יעדע זאך מיט געוואלד, ס'פעלט די אהבה צו די הייליגע תורה, ס'פעלט די חשק און די שמחה, דארף א איד ארבעטן אריינצוברענגען אין זיך א חשק און א שמחה צו די עבודה, ער זאל ליב האבן די תורה ועבודה, דאס איז דאך אונזער חיות, כי הם חיינו ואורך ימינו, די תורה הקדושה איז דאך די מזון הנפש )זוה"ק ח"ב קכא.(. אז ער וועט דאס ליב האבן וועט ער דאס קיינמאל נישט אויפגעבן בשום אופן. און ער וועט קיינמאל נישט טראכטן אז ער האט שוין געטון גענוג, ער האט שוין יוצא געווען, ווייל דער וואס טוט מתוך אהבה, דער ווערט קיינמאל נישט פארטיג, ווי דער פסוק זאגט )קהלת ה, ט( אוהב כסף לא ישבע כסף, דער וואס האט ליב א זאך, דער ווערט קיינמאל נישט זאט דערפון, אהבה איז א זאך וואס איז בלתי גבול, אהבה מקלקלת את השורה. בפרט די בעלי בתים זאלן זען צו קומען צו דעם שיעור מיט א שמחה, אשרינו כשאנו משכימים ומעריבים בבתי כסניות ובבתי מדרשות, דאס איז דאך דער גליק, אז ער וועט דאס שפירן וועט ער קיינמאל נישט פארפעלן דעם שיעור, און ס'איז נישט גענוג פאר א בעה"ב אז ער איז פון די תמכין דאורייתא, און ער שטיצט די תורה נאר ער מוז אליין אויך לערנען די הייליגע תורה, ווייל מיטן שטיצן די תורה ווער ווייסט וויאזוי ער שטיצט און וועמען ער שטיצט, מ'דארף גרויס רחמים אז ס'זאל טאקע זיין ווי ס'דארף צו זיין. ליב האבן עבודת ה' בפרט די בעלי בתים זאלן זען צו קומען צו דעם שיעור מיט א שמחה, אשרינו כשאנו משכימים ומערי־ בים בבתי כסניות ובבתי מדרשות, דאס איז דאך דער גליק הייליגע ווערטער אין לשון פון אונזערע רבי'ס און צדיקים: לּוחֹות הרה״ק מטאהש זצוק"ל עבודת עבודה עמוד ק״ס 12 פרשת נשא תשפ״ג הנותן מתנהלחבירו צריךלהודיעו! צו באקומען איןדי געשעפטן (שבת י"ב) co.aimcreatives א י יזיק ה א ניג // מאטי א י ל א וויטש // ג ע רשי א ו ר י // נ פתל י משה שני צ ל ע ר // ה ע רשי ווי ינ ב ע ר ג ע ר // שר ו ל י א לטמא ן // יו א ל י ד א ווי ד א וויטש // ב ע ר ל ה א ניג // שר ו ל י פ ר י דמא ן // י ע נקי א ויש א מוזיקאלישער געשאנק פאר יעדן אידיש קינד.


הנותן מתנהלחבירו צריךלהודיעו! צו באקומען איןדי געשעפטן (שבת י"ב) co.aimcreatives א י יזיק ה א ניג // מאטי א י ל א וויטש // ג ע רשי א ו ר י // נ פתל י משה שני צ ל ע ר // ה ע רשי ווי ינ ב ע ר ג ע ר // שר ו ל י א לטמא ן // יו א ל י ד א ווי ד א וויטש // ב ע ר ל ה א ניג // שר ו ל י פ ר י דמא ן // י ע נקי א ויש א מוזיקאלישער געשאנק פאר יעדן אידיש קינד.


>>>> ערשטע בילד: >>>>צווייטע בילד: ילדגעשיכטע ב ּ הרב ישכר בעריש ווייס org.momentmagazine@ybweiss >>>> ערשטע בילד: פ >>>>צווייטע בילד: ון דער גרויסער לויה פון דעם מונקאטשער רב הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע )וואס איז נסתלק געווארן ביום המיוחס ב' סיון תרצ"ז(, איז פארבליבן א סעריע באקאנטע בילדער. צווישן זיי דערקענט מען די הייליגע צורה פון הרה"ק בעל חקל יצחק מספינקא זי"ע )וועמענ'ס יארצייט געפאלט אויס דעם פרייטאג י"ג סיון הבעל"ט(. דער חקל יצחק איז דאן ספעציעל געקומען צופארן פון סעליש צו דער לויה, און באגלייט דעם ארון ביז נאך סתימת הגולל. עס ווערט דערציילט, אז נאך דער קבורה איז צוגעגאנגען די מונקאטשער רב'ס בת יחידה הרבנית חי' פרימא רבקה ע"ה, און זי האט זיך אויסגעשפרייט אויפן פרישן קבר פון איר טאטן, שרייענדיג, "איך וועל זיך נישט רירן ביז דו וועסט מיר צוזאגן קינדער". זי איז געווען היסטעריש און זי האט געשריגן מיט קולות, כאטש זי האט שוין דעמאלט געהאט איר זון הערשעלע ע"ה, אבער אזויווי די דאקטוירים האבן איר געזאגט אז זי קען שוין נישט האבן קיין קינדער, איז זי געווען אויסער זיך און זי האט דארט שרעקליך פארפירט בשעת ווען דער גאנצער עולם איז נאך דארט געווען פארזאמלט. איר מאן רבי ברוכ'ל זצ"ל, איז צוגעגאנגען צו איר און ער האט איר געזאגט, "ביטע אויפשטעלן פון דא, דער אויבערשטער וועט העלפן". זי איז אבער געווען אזוי צעבראכן, און זי האט נישט געוואלט אוועקגיין פון דארט. זי איז געבליבן ליגן אויפן קבר און שטארק פארפירט, ביז ווען דער חקל יצחק מיטן קאסאניער רבי'ן הרה"ק בעל אור מלא זי"ע, זענען צוגעגאנגען צו איר און געזאגט, "מיר זאגן דיר צו אז דו וועסט נאך האבן קינדער, און דו קענסט אהיימגיין". ווען זי האט געהערט די ווערטער, האט זי זיך בארואיגט און זי האט זיך אויפגעשטעלט און אהיימגעגאנגען. די ברכה האט עושה רושם געווען, ווען טראץ די ווערטער וואס די דאקטוירים האבן איר געזאגט, האט זי זוכה געווען צו לתפארת בית ישראל. האבן נאך פיר קינדער, און עס איז ב"ה געבליבן א דור ישרים )מקור: ספר ׳א פלאם פייער׳, עמ' שפג-שפד( מנעי קולך מבכי s t r ffo e r u o Y t h g i e w e s o l o t . g n i k r o w e r a e k a m t o n y h W k r o w m e h t ? r e t t e b promise trends While to approaches surefire per the, loss weight - well eating of sistence an maintaining and prove regimen exercise .results actual eager and path this on Already ?progress your boost to .solution your have may Nature TMSupreme Thin Maxi Borage of power the combines and, oil flaxseed, Tonalin, oil retain body the help to, others and, quickly fat burn, protein .metabolism regulate appetite supports™ Support S & D pectin apple, chromium with control work elements These. pollen bee and ,metabolism slow correct to together and, fullness of sense a maintain .body the from fat remove loss aids CLA help and fat of body shrink .fat .disease any prevent or, cure, treat, diagnose to intended not is product This. FDA the by evaluated been not have statements These Contains that ingredients ,metabolism boost of sense a create and, fullness .appetite control 14 פרשת נשא תשפ״ג


s t r ffo e r u o Y t h g i e w e s o l o t . g n i k r o w e r a e k a m t o n y h W k r o w m e h t ? r e t t e b promise trends While to approaches surefire per the, loss weight - well eating of sistence an maintaining and prove regimen exercise .results actual eager and path this on Already ?progress your boost to .solution your have may Nature TMSupreme Thin Maxi Borage of power the combines and, oil flaxseed, Tonalin, oil retain body the help to, others and, quickly fat burn, protein .metabolism regulate appetite supports™ Support S & D pectin apple, chromium with control work elements These. pollen bee and ,metabolism slow correct to together and, fullness of sense a maintain .body the from fat remove loss aids CLA help and fat of body shrink .fat .disease any prevent or, cure, treat, diagnose to intended not is product This. FDA the by evaluated been not have statements These Contains that ingredients ,metabolism boost of sense a create and, fullness .appetite control


פענסטערלעך אליהו יואל גליק אפ איך אן זיין קליין צוויי יעריגע כ הענטעלע, ווען מיר גייען אויף א שפאציר צווישן שטעגן און וועגן, בשעת זיין קליינע זיסע פנימ'ל שיינט מיט פרייד. ער שפירט זיך גליקליך אז ער גייט שפאצירן מיט טאטי, ער ווייזט מיר די גרויסע ביימער, די פייגעלעך וואס פליען דורך, אבער באזונדער ווייזט ער מיר די גרויסע "לייט" - די זון, "טאטי, קוק לייט אין הימל". ווער קען מרגיש זיין דאס געפיל פון זיין קליין הערצעלע וואס שפירט אזוי נאנט און אזוי באשיצט שפאצירנדיג מיט טאטי, אבער נאכמער איז דער אזוי- וויכטיגע קשר וואס בויט זיך צווישן טאטע און זון, איין טריט און איין שפאציר אויפאמאל. מחנך זיין די קינדער אויפן גראדן און געזונטן וועג קען נאר פאסירן ווען עס איז דא א בריק צווישן די קינדער און עלטערן, א בריק פון אהבה וואס מען דארף אנהייבן בויען ווי נאר די קליינע ניי-געבוירענע אויגעלעך זעען אייך צום ערשטן מאל. אויף דער סאפע פרייטאג צונאכטס מיט די קינדער, שמועסן מיר וויאזוי די וואך איז אריבער ביי יעדן באזונדער, זיינע און אירע שאיפות, חברים און חבר'טעס, דאס הארץ פלאטערט מיט אהבה, אזוינס וואס מען קען אין ארעמע ווערטער נישט אראפלייגן. יעדע מינוט איז נאך אן אייזערנער שטריק אויף דעם בריק פון אהבה וואס בויט זיך, אויף וועלכן מען קען משפיע זיין אזויפיל גוטס פון די עלטערן צום קינד. זיי דארפן נישט קיין סאך חינוך ביכער און חינוך קאנפערענצן. ענדערש נעם די צייט פון ליינען ביכער אויף חינוך און געב דאס פאר דיין קינד. צו ליינער א בוך קען נעמען דריי שעה. איר ווייסט וואס דריי שעה נאטירליכע צייט מיט אייער קינד טוט אויף? דריי שעה קען זיין דער אנהויב פון א קשר וואס וועט זיך שפירן און אנהאלטן אויף אייביג. חינוך מעטאדן איז זייער וויכטיג, אבער געבן פאר די קינדער דיין רואיגע צייט, זיי אויסהערן, סימפאטיזירן, דערציילן און זיך פארבינדן, איז אסאך וויכטיגער. "צייט" גידול בנים, אויב מען ציט אויף די קינדער מיטן זיי געבן "צייט", וועט מען זיי נישט דארפן אויפציען מיט "צער" גידול בנים חלילה. קינדער זענען שווער ווען עס פעלט זיי עפעס, אמאל האט ער נישט גענוג געגעסן, געשלאפן, און מער עקסטרעמע פעלער איז ער דורך א שוועריקייט, בוליאינג, טראומא וכדומה. די אונטערשטע שורה איז, אז די נפש פונעם קינד שפירט זיך נישט באשיצט. שפירן באשיצט איז דער טיפסטער און מערסט יסודות'דיגער צורך וואס א מענטש דארף האבן. א מענטש דארף פאר אלעם שפירן ווי ער איז נישט אין א סכנה פיזיש צי גייסטיש, און איינמאל דער מענטש האט דעם שטארקן יסוד, קען מען אויף דעם בויען אלע אנדערע גוטע זאכן וואס דער מענטש דארף האבן. די "זאך" וואס מאכט א קינד שפירן באשיצט, איז ווען ער האט א "באשיצער", וואס דאס זענען זיינע עלטערן. פון ווען ער ווערט געבוירן ווייסט ער אז זיינע צרכים קומען פון זיינע עלטערן, א בעיבי ווייסט אז אויב ער איז מיט זיינע עלטערן איז ער מסודר, און דאס געבט אים און ערפולט אים מיט דעם געפיל פון זיין באשיצט, ווייל מיט זיי האט ער עסן און אלע זיינע אנדערע צרכים. דאס פיצל וויינט פאר זיין מאמע ווייל ער וויינט פאר זיין באשיצער. וואס מער "צייט" ער האט אין דעם שאטן פון זיינע באשיצערס, אלץ מער געזונט וואקסט דאס קינד אויף. די זעלבע איז מיט עלטערע קינדער פון אלע יארן, צייט גידול בנים אויף א הערליכע נאטור שפאציר מיט מיינע לעכטיגע קינדערלעך 16 פרשת נשא תשפ״ג


org.momentmagazine@fensterlech יעדער אויף זיין שטאפל און יארגאנג. אונזערע קינדער ווילן שפירן באשיצט, דאס געבט זיי דעם פונדאמענט אויף וואס זיך צו בויען. ווען מיר פארברענגען מיט אונזערע קינדער, בויט מען נישט נאר א קשר און א בריק אויף וואס צו ליפערן א גוטע חינוך, נאר מען געבט אים אוצרות פון זיך שפירן באשיצט און באליבט, עפעס וואס א קינד דארף קריטיש האבן פאר זיין גייסטישע געבוי. להבדיל די דרויסנדיגע וועלט איז צערודערט מיט אזויפיל אדיקציעס, פארברעכן און נידריגקייט. דאס פאסירט אין א געזעלשאפט וואס האט אודאי נישט קיין תורה, אבער אויך נישט קיין געהעריגע פאמיליע סטרוקטור מיט א טאטע און א מאמע. מיליאנען קינדער ווערן ערצויגן אין אן 'איין עלטערן' היים, וואס דאס מיינט אז דאס קינד ווערט ערצויגן אן זיך שפירן באשיצט אין דער טיפעניש פון זיין זעל, א לאך וואס ער דארף אנפולן דורך אנדערע וועגן. וועלכע וועגן? ער האט דאך נישט געהאט די טאטע צי מאמע וואס זאל אים לערנען ,לויפט ער נאך אדיקציעס און פארברעכן, מיינענדיג אז דאס וועט אים מאכן שפירן באשיצט און ערפולן די אזוי ריזיגע לאך אין זיין הארץ. מיר זענען נישט זיי און מיר טארן נישט זיין אזוי. ביי אונז אידישע קינדער האט ב"ה כמעט יעדער א שטארקע שטוב מיט א געטרייע טאטע און מאמע וואס שפירן און זארגן אזוי שטארק פאר זייער ליבע קינדער. מען דארף אבער זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן פארשלעפט אין נאכלויפן געלט אדער אנדערע זאכן וואס נעמען אוועק די אזוי וויכטיגע צייט פון אונזערע ליבע קינדער. איך קען אידן וואס מאכן גרויס געלט, אבער ליידער האבן זיי נישט קיין גרויס נחת, זיי אינוועסטירן זייער צייט ענדערש אין דאלארן ווי אין להבדיל זייערע ליבע קינדער. די דאלארן וועלן זיין אקעי אָ ן דיין צייט, לאז עס פאר א צווייטן, פינף מיליאן איז גענוג, מען דארף נישט צען, אבער די קינדערלעך, געוואלד, זיי וויינען און שרייען פאר דיין צייט, 'טאטי, מאמי, קוק אויף אונז, האסט אונז געברענגט אויף דער וועלט, פארברענג מיט אונז אויף דער וועלט'... קום אהיים פריער, עס מיט זיי נאכטמאל, לערן מיט זיי, שמועס מיט זיי, שפאציר מיט זיי, געב זיי א געפיל פון אהבה און באשיצונג, זיי א באשיצער וועסטו האבן נחת, צייט גידול בנים אנשטאט צער גידול בנים. לאז דיין טעלעפאן אין קאר און דיינע דאגות אין אפיס, דא איז דער משכן ה', א העכערער פלאץ וואו דו ביסט מחנך "דיינע" קינדער. האסט גענוג צייט געגעבן היינט פאר אלעם חוץ דיינע קינדער, יעצט געב צייט פאר דיינע קינדער און פארגעס פון אלעם. יעדע מינוט צייט וואס דו געבסט פאר דיין קינד, וועסטו פארברענגען ווייניגער צייט מיט דעם מנהל און מיט די מלמדים און טעראפיסטן איבער דיין "שווערן" קינד. יעדער שפאציר מיט דיין קינד, וועט דיר פארשפארן פון דארפן שפאצירן צו חינוך קאנפערענצן, און יעדער נאכטמאל וואס דו עסט מיט דיינע קינדער וועט דיר פארמיידן פון עסן גאל מיט זיי. ווייל צייט בויט דיין קינד אויף די טיפסטע און שטארקסטע וועג וואס עס איז נאר דא אויף דער וועלט. לאז דיין טעלעפאן אין קאר און דיינע דאגות אין אפיס, דא איז דער משכן ה', א העכערער פלאץ וואו דו ביסט מחנך "דיינע" קינדער. האסט גענוג צייט געגעבן היינט פאר אלעם חוץ דיינע קינדער, יעצט געב צייט פאר דיינע קינדער און פארגעס פון אלעם אויף א הערליכע נאטור שפאציר מיט מיינע לעכטיגע קינדערלעך פרשת נשא תשפ״ג 17


הרב אליעזר ראזען org.momentmagazine@haravrosen ...איז געווען גאנץ קאמיש צו ווערן קאנפראנטירט שבת, דורך א יונגערמאן וואס האט געלאזט אויפבויען זיין אייגענעם געדאנקענגאנג באזירט אויף אומוויסנשאפט, ווען הערנדיג אז מיר האבן זיך נארוואס אומגעקערט פון אוקראינע, האט ער געשפירט צו מיטטיילן זיין אייגנארטיגער פערספעקטיוו איבער די צושטאנד אין אייראפע. ער רופט זיך צו מיר אן מיט א געפיל פון קאנפידענץ: "איך האלט אז אמעריקע האט געשטופט רוסלאנד צו אנהויבן דעם קריג, זיי האבן אזויפיל גערעדט אז עס קומט א קריג, ביז פוטין האט געזאגט, ווילסט א קריג, אקעי דא האסטו..." איך האב באלד געפרעגט דעם יונגערמאן, וואס הייסט, רוסלאנד האט דאך שוין אינוואדירט קרימיע אין יאר 2014 למס', זיי שלאגן זיך שוין דארט אין דאנבאס זינט יענע צייטן. ער קוקט מיר אן מיט אפענע אויגן-ברעמען און פרעגט מיט וואונדער, "קרימיע? וואס איז דאס קרימיע?" "ועברתי בארץ אוקראינע" ביילאגע אין "דער איד" דורכן טאלאנטפולן שריפטשטעלער ר' ארי ווייזער, נאך זיין דראמאטישן באזוך קיין אוקראינע פארלאפענעם ווינטער. ישאומרים מיר האבן באקומען טעלעפאן קאלס פון אלע עקן וועלט, פון באזארגטע מענטשן וואס האבן געמיינט אז עפעס א פייער איז חלילה געשען אין אונזער ביהמ"ד ... ביטע אריינשטעלן מיינע ווערטער, אז יעדער זאל וויסן אז דער ביהמ"ד איז סעיף )זיכער(, און עס איז ב"ה גארנישט געשען. יישר כח, משה מעצגער. לעגענדארער משמש פון ביהמ"ד שומרי שבת אין בארא פארק הרה״ח ר' משה מעצגער, אין א בריוו צו קוק-ווינקל אויסגאבע, נאך וואס א בילד איז פארשפרייט געווארן ווי כאילו די אלץ-ווירבלנדע שול איז באטראפן געווארן פון א פייער. מיר האבן שוין אלע בייגעוואוינט אזא ערשיינונג, מען קומט אן אינדערפרי אין ביהמ"ד, מען גייט אודאי מאכן א קאווע, און מען זעט א צעטל, וואס איז? 'המעוררים', אן אנאנימער מעורר שרייבט און ליארמעט, אז די און די זאך איז אסור בתכלית האיסור און ס'איז עק וועלט. איז די פראגע, דארף מען זיך צו דעם באציען אדער קען מען רואיג ווייטער גיין מיט'ן סדר היום? ... שרייבט דער יעב"ץ: א זאך וואס מען האט קיינמאל נישט געטון, און מענטשן זאגן אז מען טאר דאס נישט טון, דארף מען טאקע נישט טון. אבער א זאך וואס מ'האט אלץ געטון, און מיטאמאל קומען מענטשן און ברענגען אויף חששות דערויף, און הויבן אן שרייען אז דאס איז אסור, איז ווילאנג עס זענען נישט געקומען קיין רבנים און זענען דאס מברר על פי תורה און שרייבן אז דאס איז אסור, איז דאס ווייטער בחזקת היתר און מען דארף נישט חושש זיין. ארטיקל איבער דער היסטאריע פון קאווע אינעם ׳בחצרות סאטמאר׳ אויסגאבע. "זייענדיג אין לאנדאן האט ער אמאל געטרונקען קאווע אין א גוי'איש הויז ... ווי דער סדר איז האט מען געמאכט דערפון אגאנצן ברייטל ... דער יעב"ץ ענטפערט צוריק אז ער האט טאקע נישט גוט געטון זיך צו פירן בהיתר במקום שאחרים נהגו בו איסור, און דערנאך גייט ער אריין בעומק ההלכה מסביר צו זיין זיין שיטה פארוואס דאס איז נישט קיין פראבלעם". 18 פרשת נשא תשפ״ג


סצענע אלי וואהל הער שוין אויף צו טראכטן פון זיך, נאכאמאל זיך און נאכאמאל זיך, 'איך' האב יא געטון גענוג, 'איך' האב נישט געטון, קאנצענטריר זיך נישט אין מחשבות וואס זענען נישט נוצבאר, טו למעשה יעצט וואס דו דארפסט טון, נעם יעדן טאג און יעדע שעה באזונדער, לאז דאס נישט אוועקפליען מיט'ן רויך, מעק אויס דעם ווארט 'איך', ווער אינגאנצן בטל צו 'אנכי' ה' אלקיך, 'איך' עקזיסטיר נישט. הגאון רבי נחום אבראהאם שליט״א פון מאנסי, אין ׳קרית יואל וואכנשריפט׳. ער איז דער עסקן ר' חיים מאיר, אויף אים זאג איך אלעמאל א רמז, ס'שטייט אין פסוק, חם לבי בקרבי בהגיגי תבער אש, ח"ם איז ח'יים מ'איר, לב'י איז ב'ן י'קיר ל'י, בהגיגי תבער אש, אלץ ברענט ער, אלץ טוט ער. כ"ק אדמו"ר מהרמ"מ מוויזניץ שליט"א בשבח פונעם בארימטן עסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש שליט״א, אין שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, ציטירט אין גליון ׳משלחן מלכים׳. "אדמו"ר מסאטמאר: מיר קומט אויך אויס צו זאגן אמאל אויף גימטריאות און ראשי תיבות. איך זאג אלץ, אז נאך דער חתונה )לבית חותנו כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל( האב איך שוין אויך לייסענס צו זאגן תורה אויף גימטריאות..." קינד און קייט ביי דער גרויסארטיגער הכנסת ספר תורה פארלאפענעם ערב שבועות דורך הנגיד הרב משה יחזקי' ווייס שליט״א צו בית מדרשו מעדני מלך אין וויליאמסבורג פרשת נשא תשפ״ג 19


ער גרויסער ערד-קוגל ד האט פאר מיר אלעמאל אויסגעקוקט פיל קלענער ווי פאר'ן געווענליכן מענטש," זאגט ער אין אריינפיר צו זיין דראמאטישער געשיכטע וואס הערט זיך ליבערשט ווי ארויס פון א פיקציע בוך. "מיין פרנסה ברענגט אז במשך די יארן איז מיר שוין אויסגעקומען צו וויילן אין פילצאליגע לענדער איבער אלע עקן פונעם גלאבוס, אז כ'האב געמיינט איך קען מער נישט ווערן איבערראשט. אבער דער מסבב כל הסיבות האט געהאט פאר מיר אנדערע פלענער. די לעצטע זאך וואס איך וואלט זיך אמאל גע'חלומ'ט איז אז אין מיינע זיבעציגער יארן וועל איך זיך טרעפן פראווען א יו"ט פסח ערגעצוואו אין א פארשטופטער תפיסה, איינזאם און אליין. "מיין ארבעט איז קעיטערינג, וואס איך טו שוין בס"ד פאר זיבן און דרייסיג יאר. איינע פון אונזערע ספעציעלקייטן איז צוצושטעלן קעיטערינג סערוויסעס פאר נסיעות און טוריזם גרופעס אדער סיי ווער עס נויטיגט זיך אין קעיטערינג אין די מרחקים. "מיין זון פירט אן מיט די קעיטערינג אפעראציעס לאקאל און ווען מ'דארף ערגעץ אוועקפארן נעם איך איבער. דאס עסן ווערט אלעמאל צוגעגרייט פון פאראויס אין אונזער קאך, וואס איז אונטער דער השגחה פון טארנאפאל, און אז מ'פארט אין די מרחקים נעמט מען געוויס מיט א משגיח וואס זאל אכט געבן אויף די עסן אז אלעס פירט זיך ווי ס'ברויך צו זיין". הרה"ח ר' פייוול גרינוואלד, א באקאנטער איש חשוב ונשוא פנים אין עיר ואם בישראל בארא פארק, איז שוין נישט קיין פרישער כולל יונגערמאן. ער האט שוין דערגרייכט די בן שבעים לשיבה מיט א שמיץ אריבער, אבער האלט זיך פריש און יונג און איז נאך ביי די פולע כוחות. מיט פיר יאר צוריק איז ער אריבער א דראסטישן "טויש". "מען האט מיר געמאכט די 'סליוו' אפעראציע, אויך האב איך באקומען א 'סטענט' אין הארץ און א ניר איינפלאצונג, און זינט דעמאלט בין איך ב"ה געזונט און שטארק, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער." אויך דער יעצטיגער עפיזאד האט נישט באוויזן אוועקצונעמען זיין מוט, ווייל ר' פייוול קוקט אלעמאל בלויז אויף דער פאזיטיווער זייט. ס'איז געווען געציילטע טעג נאך וואס ר' פייוול איז באפרייט געווארן פון תפיסה, ווען מיר האבן זיך אוועקגעזעצט צו הערן ערשטהאנטיג די אויספירליכע שילדערונג פון זיין שפאנענדער איבערלעבעניש. מיר געבן איבער דאס ווארט פאר ר' פייוולען צו פארצייכענען די געשיכטע אין זיינע אייגענע ווערטער. די פאסירונג איז נאך פריש, די איבערראשונג און דראמא הערט זיך אין זיינע ווערטער, און די אויסמוטשעניש פון די לעצטערע וואכן זיצט אים אויפ'ן געזיכט, אבער אחרי ככלות הכל לערנט מען דא א לקח טוב וויאזוי אן ערליכער איד נעמט אויף א שווערע איבערלעבעניש מיט אמונה, בטחון, גבורה און א קלארער איבערצייגונג אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. א טריפ קיין יוטא אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט פיר יאר צוריק אום זומער תשע"ט. די וועלט איז נאך געווען אין ארדענונג, מ'איז געשטאנען נאך איידער דער קאוויד עפאכע און איך בין דעמאלט איינגעלאדנט געווארן צו באגלייטן א טוריזם נסיעה. מיין אויפגאבע איז געווען מיטצופארן מיט א שטאב פון העלפערס און ארבעטערס צוצושטעלן די מאלצייטן און סערווירן די מאלצייטן. די טוריסט גרופע רופט זיך "די טורינג פרענדס". איך בין נישט געווען קיין פנים חדשות פאר זיי און ס'איז געווען דאס זעקסטע מאל וואס זיי האבן מיך גערופן באגלייטן א זומער טריפ. דאסמאל איז מען געפארן מיט א באס פון 26 עלטערע פארפעלקער, ווי מ'איז ארומגעפארן איבער פארשידענע שטאטן באזוכן נאציאנאלע פארקס און אנדערע אינטערעסאנטע ערטער אין לאנד. על פי רוב איז די רעדע געווען פון עלטערע לייט וואס האבן שוין פענסיאנירט און זענען ארומגעפארן זיך באקענען מיט אינטערעסאנטע פלעצער אין די פאראייניגטע שטאטן גופא. די נסיעה האט געזאלט נעמען צען טאג צעטיילט צווישן דריי אפרו ערטער, די לעצטע זאך וואס ער האט זיך אמאל אויסגע'חלומ'ט איז געווען אז אין עלטער פון 71 יאר וועט ער דארפן וויילן דעם יו"ט פסח אין א פארשטופטער טורמע אין יוטא אויף דער באשולדיגונג אז ער האט גע'הרג'עט א מענטש | הרה"ח ר' פייוול גרינוואלד פון בארא פארק שילדערט וויאזוי ער איז פאראורטיילט געווארן אויף א פארברעכן וואס ער איז קיינמאל באגאנגען הרב אליעזר ראזען בילדער: זאבי שטערן טורמע פסח אין 20 פרשת נשא תשפ״ג


די לעצטע זאך וואס ער האט זיך אמאל אויסגע'חלומ'ט איז געווען אז אין עלטער פון 71 יאר וועט ער דארפן וויילן דעם יו"ט פסח אין א פארשטופטער טורמע אין יוטא אויף דער באשולדיגונג אז ער האט גע'הרג'עט א מענטש | הרה"ח ר' פייוול גרינוואלד פון בארא פארק שילדערט וויאזוי ער איז פאראורטיילט געווארן אויף א פארברעכן וואס ער איז קיינמאל באגאנגען הרב אליעזר ראזען בילדער: זאבי שטערן טורמע פסח אין פרשת נשא תשפ״ג 21


ווען נישט די סומאטאכע וואס האט זיך שפעטער אפגעשפילט. די פאליציי זוכט א יו-על טראק צען מינוט דערויף זענען מיר אנגעקומען צו אונזער געגארטער דעסטינאציע. אויפ'ן פלאץ האט זיך געפונען א געשעפטל, דערנעבן א דיינינג רום און א קאך. באזונדער זענען געווען צוויי צימערן, וואס איינס האט מען פארוואנדלט אין א ביהמ"ד און גענוצט אויף צום דאווענען. וויבאלד ס'איז געווען זונטאג איז דאס פלאץ געווען פארמאכט. מיר האבן אבער געהאט אפגעשמועסט מיט די פארוואלטער פון דעם ארט אז מיר וועלן אנקומען שפעט נאכמיטאג און זיי האבן איבערגעלאזט פאר אונז די שליסלעך אויף א באהאלטענעם ארט. נאך א קורצער זוכעריי האבן מיר אפגעפונען די שליסלעך און מיר האבן זיך גענומען אויספאקן די געפעק פונעם טרעקל. דאן האט זיך באוויזן אויפ'ן ארט א פאליצייאישער אויטא וואס האט זיך פארקירט הארט נעבן אונזער טרעקל. דער פאליציי אפיציר איז ארויסגעקומען פון זיין קאר, באטראכט אונזער טרעקל פאר א מינוט, דאן האט ער זיך געוואנדן אין מיין ריכטונג און גיט מיך א פרעג, "ווער איז דער דרייווער פון דעם טראק?" "איך," האב איך אינסטינקטיוו געענטפערט. איי מיין ארבעטער האט געפירט דעם טראק און נישט איך, איז אבער מיין אינטואיציע געווען צו ענטפערן אז איך בין געווען דער דרייווער. אונטערשטע שורה איז עס מיין טראק און איך בין אחראי דערויף. והשנית, א שטילע קול אין מיין הארץ האט מיר געזאגט אז אויב איז דא סיי וועלכער פראבלעם, זאל איך נעמען פאראנטווארטליכקייט און ארויסלאזן מיין ארבעטער פון געשעפט. דער פאליציאנט צעגערט נישט און פרעגט ווייטער, "זענט איר געווען פארמישט אין אן עקסידענט?" "ניין," האב איך געענטפערט נאאיווערהייט. מיינע אויגן האבן געשריגן פארוואונדערונג נישט וויסנדיג פון וועלכן אנגעהויבן אין זשעקסאנוויל, ווייאמינג, וואו מ'האט געוויילט פאר די ערשטע דריי טאג, פון מאנטאג ביז דאנערשטאג. די ערשטע פאר טאג פון אונזער נסיעה איז דורך ממש אן קיין באזונדערע אינצידענטן, פארקערט, אלעס האט געקלאפט ווי א שווייצער זייגער. דאנערשטאג אינדערפרי האט מען זיך געגרייט צו פארלאזן ווייאמינג און פארן קיין סאלט לעיק סיטי, יוטא. איך האב סערווירט פרישטאג און אויסגעטיילט פאר אלעמען א 'לאנטש באקס' און א 'נאכטמאל באקס' אז מ'זאל האבן וואס צו עסן אונטערוועגנס און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג. אין סאלט לעיק סיטי האט מען געוויילט פאר נאך דריי טאג ביז זונטאג אינדערפרי. דאן האט מען געזאלט פארן ווייטער א מרחק פון דריי הונדערט און צען מייל קיין קאנאב )kanab )יוטא, א שיינע שטעטל, בערך הונדערט אכציג מייל ווייט פון לאס וועגאס, נעוואדע. א טראק רוקט זיך אריין נאך א שיינעם שבת האט מען זיך געגרייט איבערצולאזן דעם רעזארט ארט אין סאלט לעיק סיטי, און פארן צו דער נעקסטער סטאנציע קיין קאנאב, יוטא, וואו דער פלאן איז געווען צו וויילן פאר דריי טאג. זונטאג פארמיטאג אומגעפער צוועלף אזייגער האבן מיר געענדיגט רייניגן די קאך און פארפאקן די געשיר, דאן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט מיט אונזער יו-על טראק פאר א רייזע פון אומגעפער פינף שעה. די ערשטע פאר טאג האט אלעס געקלאפט ווי א שווייצער זייגער איך בין געזעסן אינעם פאסאזשיר זיץ. דער טראק איז געפירט געווארן דורך מיין געטרייסטן ארבעטער, א אידיש קינד, ליידער א תינוק שנשבה, נישט קיין פרומער אבער גאר אן איבערגעגעבענער וואס ארבעט שוין אין מיין פירמע פאר דרייסיג יאר. דער וועג איז דורך רואיג און געניט. זעכציג פראצענט פון דעם וועג איז באשטאנען פון איין גראדע שטרעקע וואו מ'מעג לעגאל פארן אויף 80 מייל א שעה. אויף די וועגן און שטעגן האבן מיר באגעגנט פאנאראמישע סצענעס און אטעם-פארכאפנדע בערג מיט שפיצן באדעקט מיט שניי פון וואס דאס אויג האט זיך נישט געקענט אפזעטיגן. גארנישט האט נישט אנגעדייט אז עפעס שרעקעדיג האלט ביים פאסירן. בכדי צו פארשטיין דעם המשך פון דער געשיכטע איז וויכטיג אונטערצושטרייכן אז רוב ראודס און הייוועיס אויף וועלכע מיר זענען געפארן זענען נישט קיין זייער פארנומענע שאסייען און באשטייען אינגאנצן פון צוויי ליניעס טראפיק. איין ליניע פאר קארס וואס פארן צו מזרח און איין ליניע פאר די קעגנקומענדע קארס וואס פארן צו מערב. מיר זענען אצינד געווען אויפ'ן 'עס-אר 89 ,'אינגאנצן צען מינוט אוועק פונעם דערפל וואו אהין מיר האבן געצילט. דא האט זיך אפגעשפילט אזא עפיזאד: מיר האבן זיך געטראפן שטעקן הינטער א קאר וואס איז געפארן זייער פאמעליך און נאטירליך האבן מיר אים געוואלט אריבערפארן. דערווייל איז די הייוועי געווען צעטיילט מיט צוויי געלע ליניעס וואס באדייט אז עס איז אומלעגאל דארט צו "ּפעסן". מיר האבן געדולדיג אויסגעווארט ביז די ליניעס האבן זיך געטוישט צו אן איינצלנע איבערגעהאקטע ליניע וואס באדייט אז דא מעג מען לעגאל אריבעריאגן אנדערע קארן. מיין דרייווער האט אנגעצונדן די בלינקערס, אראפגעדרוקט דעם גאז פעדאל, אריינגעפירט דעם יו-על טראק אין דער קעגנדיגער ליניע און שנעל אריבערגעפארן דעם לאנגזאמען קאר. דער מעשים בכל יומ'דיגער, אומאינטערעסאנטער עפיזאד וואלט נישט געדארפט אויפנעמען קיין שום ארט אין די קעמערלעך פון מיין זכרון, 22 פרשת נשא תשפ״ג


ער מיך זוכן ווייסט ער וואו מיך צו טרעפן, און איך וועל אלץ זיין דא אויפ'ן ארט אינאיינעם מיט'ן טראק. ער קען רואיג צוריקגיין צו זיינע געשעפטן און צוריקקומען טאמער פעלט זיך אויס. קיין סאך ברירות האט ער נישט געהאט. ער האט אנגענומען מיינע ווערטער און איז אוועקגעפארן פון ארט. "דיין טראק איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט" דערווייל האבן מיר זיך גענומען אויספאקן דעם טראק און זיך מסדר זיין פאר די קומענדיגע פאר טאג. עטליכע רואיגע שעה זענען דורך ביז דער זייגער האט געקלאפט אכט דרייסיג אויפדערנאכט. איך בין שוין געווען מסודר אין מיין האטעל צימער ווען דער זעלבער פאליציאנט האט זיך ווידער באוויזן אויפ'ן ארט. דאסמאל האט ער געברענגט מיט זיך פרישע, שאקירנדע אינפארמאציע. איינער פון די אויטאס וואס זענען געפארן אויפ'ן פלאץ אין דער צייט פון דעם עקסידענט האבן געהאט מיט זיך א "דעש-קעם" קאמערא וואס האט רעקארדירט די גאנצע מעשה, און אויף דער ווידעא זעט מען קליפ און קלאר אז דער יו-על טראק וואס איז געווען פארמישט אין דעם עקסידענט איז נישט קיין אנדערער ווי מיין טראק. עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז דאס בילד האט זיך צוזאמגעשטעלט וואס דא האט פאסירט. ווען מיר האבן געטוישט ליניעס צו קענען אריבערפארן די קאר וואס איז געפארן שטייט פארנט פון אונז, ווי פריער געשילדערט, האט פאסירט א שרעקליכע זאך: א קאר וואס איז געפארן הינטער אונז האט גענוי צו דער זעלבער צייט באשלאסן אז ער וויל גאר אונז אריבערכאפן. דאס הייסט אז מיט דריי סעקונדעס איידער מיר האבן זיך אריינגערוקט אין דער קעגנדיגער ליניע, האט די קאר הינטער אונז געטון דאס זעלביגע און זיך אריבערגערוקט צו דער ליניע פון קעגנקומענדער טראפיק. יעצט, ווען מיר האבן געטוישט ליניעס, האבן מיר ווי אריינגעשניטן עקסידענט ער רעדט דא ווען אונזער גאנצער וועג איז אריבער רואיג און געשמאק. דא האט דער פאליציאנט אונז געבראכן די נייעס און דערציילט אז נישט ווייט פון דא, אומגעפער צען מינוט אוועק, האט נארוואס פאסירט א שווערן עקסידענט וואו א קאר פול מיט פאסאזשירן האט זיך איבערגעדרייט. צוויי מענטשן וואס זענען געזעסן אין פארנט זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן און איין מיידל פון 20 יאר אלט איז אומגעקומען אויפ'ן פלאץ. דער פאליציאנט זאגט אונז ווייטער, אז לויט די ערשטע באריכטן איז א יו-על טראק געווען פארמישט אין דעם עקסידענט נאר עס האט פארלאזט די סצענע און אפגעיאגט פון שטח, ממילא איז ארויסגעגאנגען א באפעל פאר אלע פאליציי איינהייטן אין גאנצן אומגעגנט אפצושטעלן יעדע איינציגע יו-על טראק וואס זיי באגעגענען. איך בין שאקירט געווארן צו הערן אזא נייעס אז א מענטשליך לעבן איז פארשניטן געווארן. כ'האב אבער פארזיכערט פאר'ן פאליציאנט אז זיכער מיינט מען נישט מיך און ס'קען נישט זיין אז די רעדע איז פון אונזער יו-על טראק ווייל איך בין דאך געווען וואך די גאנצע צייט און מיר זענען אין קיין עקסידענט נישט געווען פארמישט. דער פאליציאנט האט מיך אויסגעהערט און בשעת מעשה האט ער זיך גענומען באטראכטן אונזער טראק פון אלע פיר זייטן זוכנדיג פאר סיי וועלכע סימנים פון אן עקסידענט. ער האט נישט געקענט טרעפן קיין שום צייכנס אז דער טראק זאל האבן געווען פארמישט אין אן עקסידענט און עס האט נישט געהאט קיין שום געשעדיגטע טיילן אדער קריצן. פאר א מינוט האט דער פאליציאנט געשיינט צו קווענקלען, נישט וויסנדיג וואס צו טון דא ווייטער, האב איך מיך אנגערופן, הער מיך אויס מיין פריינד, איך גיי נישט אין ערגעץ, איך דארף סייווי בלייבן דא אויפ'ן ארט במשך די קומענדיגע פאר טאג, ממילא, אויב וועט איך בין שאקירט געווארן צו הערן אזא נייעס די סצענע פונעם קאר עקסידענט פרשת נשא תשפ״ג 23


פיר יאר שטילשווייגעניש אין דער ערשטער שטיק צייט האב איך געמיינט אז מיט די גרויסע אנטשעדיגונגס געלטער וועט זיך שליסן דער קעיס און איך וועל האבן אפגעקומען מיטן טייער באצאלן. עס האט אבער נישט גענומען לאנג ביז איך בין געוואויר אז איך בין ווייט פון פארטיג. איין טאג האב איך באקומען א מעלדונג אז איך ווער אנגעקלאגט אין א הארבער קלאגע פון מארד דורך אומפאראנטווארטליכקייט )negligent homicide.) אזויווי עס האט מיר ערווארט א קלאגע אין געריכט, האב איך געדארפט נעמען אן אדוואקאט. בשעת איך האב געהאנדלט מיט די אינשורענס פירמעס, האב איך געהאט גענומען א לאקאלן אדוואקאט פון דער ארטיגער אומגעגנט, פאר וועמען איך האב געגעבן אן איינגאבע פון פינף אלפים. יעצט אז איך האב זיך געטראפן מיט א נייער ערנסטער קלאגע, האב איך זיך ווידעראמאל געוואנדן צו דעם אדוואקאט אז ער זאל מיר פארטרעטן. דא האט זיך אנגעהויבן א פארשלעפטע מעשה פון פיר יאר. קאוויד איז אנגעקומען און די וועלט איז געקומען צו אן ענדע, וואס דאס האט געברענגט אז דער געריכט האט געהאלטן אין איין אפשטופן מיין געריכט דאטום. אין איין פאל האב איך געבעטן אפצושטופן דעם געריכט צוליב א משפחה שמחה, זאכן האבן זיך געשלעפט און געשלעפט, ביז מ'האט זיך געטראפן ביי א מצב אז ס'איז שוין דורכגעגאנגען פיר יאר זינט דעם עקסידענט. א שלאבערישער אדוואקאט נאך וואס דער קעיס האט זיך געהאלטן אין איין פארשלעפן, איז איין טאג אנגעקומען א בריוו אז מיין פראצעס איז ענדליך באשטימט געווארן אויף א מיטוואך, א וואך פאר פסח. איך האב גענומען דעם בריוו ערנסט. איך האב באשלאסן מער נישט אפצושטופן אדער אינעם נאז פון דעם קאר הינטער אונז. טראץ וואס מיר האבן נישט צוגערירט צו דעם אנדערן קאר, האט אבער פאסירט אז יענער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל און האט זיך אראפגעקוילערט פונעם ראוד און געלאנדעט דאך אראפ רעדער ארויף. איין מיידל איז נעבעך ארויסגעפאלן פון קאר און ס'האט פאסירט וואס עס האט פאסירט. אויף אזא מעשה גייט די וועלטס אויסדרוק, 'ביסט געווען אויפ'ן נישט ריכטיגן פלאץ אין דער נישט ריכטיגער צייט'. מיר זענען געפארן אויף א שטילער, רואיגער הייוועי וואו מ'זעט א מינימאלע פארקער. ס'איז אונז נישט איינגעפאלן אז איינער וועט פרובירן אונז אריבערכאפן פונקט צו דער זעלבער רגע ווען מיר פרובירן אריבערכאפן א צווייטן. אונזער גאנצע קאנצענטראציע איז געווען צום פארנט, זיכער מאכן אז קיין קאר קומט אונז נישט אקעגן פון דער פארקערטער ליניע. אויטאמאטיש האט מען נישט באמערקט ווי א קאר וויל אונז אריבעריאגן און ליידער האט דער עקסידענט פאסירט. צוויי מיליאן דאלאר אין אנטשעדיגונגס געלטער עס איז קלאר געווארן אז מיר זענען געווען "פארמישט" אין אן עקסידענט ביסט געווען אויפ'ן נישט ריכטיגן פלאץ אין דער נישט ריכטיגער צייט וואס האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון א יונגער מענטש, אבער די פאקטן ארום די טראגעדיע זענען נאכאלץ געווען טרוקענע פאקטן. אונזער יו-על טראק האט קיינמאל נישט צוגערירט צו דער אויטא וואס האט זיך איבערגעדרייט, מיר זענען קיינמאל נישט באגאנגען קיין שום טראפיק פארלעצונג, סך הכל האט מען אומשולדיגערהייט פרובירט אריבערצוגיין א לעין אן קיין שום שלעכטע כוונות, זיך האלטנדיג הונדערט פראצענט צו די געזעצן פון פירן אן אויטא. זיכער האבן מיר נישט פארלאזט די סצענע פונעם עקסידענט אין א "היט און ראן", ווייל מיר זענען בכלל נישט געווען באוואוסטזיניג אז עפעס האט פאסירט. דער פאליציאנט האט אונז געלאזט וויסן, אז נעמענדיג אין באטראכט די הארבקייט פון דעם פאל אז דער עקסידענט האט פארשניטן דאס לעבן פון א מענטש און שווער פארוואונדעט נאך עטליכע פאסאזשירן, וועט דער קעיס מוזן געשליכטעט ווערן אין געריכט. ער האט אונז מודיע געווען אז יעצט זונטאג אויפדערנאכט איז שוין גארנישט שייך צו טון, דער פראקוראר'ס אפיס וועט זיך עפענען מארגן מאנטאג צופרי, ממילא וועל איך מוזן ווארטן ביז דעם אנדערן טאג צו הערן וואס עס זענען די פלענער אויף ווייטער. דער אפיציר האט גענומען מיין אינפארמאציע און צוגעזאגט אז ער וועט זיך פארבינדן. דא האט זיך אבער די מעשה געענדיגט, איך האב גארנישט געהערט מער פון קיינעם. די דריי טעג וואס איך האב געדארפט וויילן אין דעם רעזארט זענען דורך, און ס'איז געקומען די צייט אהיימצופארן קיין ניו יארק. די ערשטע אנדייטונג אז דא רעדט זיך פון א פארצויגענער פרשה, איז געווען ווען די אינשורענס פירמע האט מיר גערופן אז ס'איז דא אן אינשורענס קלאגע צוליב דעם עקסידענט. ווי ס'האט זיך עווענטועל געשלאסן, האבן די באטראפענע באקומען גוט געלט. סיי מיין אינשורענס האט באצאלט א מיליאן דאלאר און סיי די אינשורענס פון דער יו-על פירמע האט באצאלט א מיליאן דאלאר, אזוי אז די פאמיליע פון דער אומגעקומענער האט באקומען צוויי מיליאן דאלאר אין אנטשעדיגונגס געלטער. 24 פרשת נשא תשפ״ג


זיך זוכן ארויסצודרייען, נאר איינמאל פאר אלעמאל אויסגראדן די קלאגע. ווען איך בין ארויסגעפארן קיין יוטא אנטיילצונעמען אין דעם געריכט, האב איך קלאר נישט געוואוסט וואס ערווארט מיר. איך האב אונטערגעשאצט די ערנסטקייט פון דעם קעיס, ווי אויך האב איך געהאט א "געטרייער" אדוואקאט צו מיין זייט וואס האט מיר געהאלטן אין איין פארזיכערן אז "ס'איז גארנישט" און אלעס וועט זיין אין ארדענונג. איך האב געהאט גענוג און נאך סיבות פארוואס מסברא זאל איך נישט זיין צו באזארגט. דער פאקט אז איך בין ניטאמאל געווען דער דרייווער, מיין טראק איז קיינמאל נישט פאקטיש געווען פארמישט אין דעם עקסידענט, ס'שלעפט זיך שוין אזוי לאנג ווי פיר יאר, און די אינשורענס פירמעס סיי פון מיין פירמע און סיי פון יו-על האבן שוין ביידע פעסט פארגיטיגט די באטראפענע מיט צוויי מיליאן דאלאר, האט מיר געגעבן די פאלשע אילוזיע אז די קלאגע איז א קלייניקייט וואס וועט גרינגערהייט געשליכטעט ווערן. איך בין אראפגעפארן קיין יוטא צו זיין אויפן באשטימטן טאג אין געריכט. די געריכט סעסיע האט געזאלט פארקומען 30:8 צופרי. אנקומענדיג אין געריכט זאל און באגעגענענדיג מיין אדוואקאט צום ערשטן מאל, האט מיר ערווארט אן איבערראשונג. ער האט מיר שאקירט מיט די אינפארמאציע אז דער פראקוראר פארלאנגט צען טעג תפיסה מיט זיבן הונדערט און פופציג דאלאר אין קנס געלט. איך האב געווארט צו הערן פון אים א איין טאג האב איך באקומען א מעלדונג אז איך ווער אנגעקלאגט אין א הארבער קלאגע פון מארד ביי אונזער שמועס מיט ר׳ פייוול אין די אפיסעס פון ׳מאָ מענט׳ פרשת נשא תשפ״ג 25


דער אדוואקאט האט מיר מיט גארנישט געקענט העלפן, איך האב נישט באקומען קיין געלעגנהייט זיך מסדר צו זיין ביז תפיסה, און ניטאמאל האב איך באקומען די רעכטן צו מאכן א טעלעפאן רוף, נאר אויפן פלאץ האט מען מיר געפירט אין טורמע אריין. איך האב נישט געהאט קיין צייט צו פארדייען דעם פאקט אז נעכטן בין איך געווען א פרייער מענטש פון ניו יארק, און היינט בין איך אן ארעסטאנט אין א טורמע אין יוטא, וואו איך דארף זיצן מיט די ערגסטע פארברעכער. אין תפיסה האט מען מיר צוגעטיילט א קליינעם צעל, גרויס 7-10 פיס, מיט א בית הכבוד אינעם צימער און א דינעם מאטראץ. מ'האט מיר צוגענומען די וועש און געהייסן אנטון די אראנזשע טורמע קליידער. איך בין געווארן אן ארעסטאנט ככל הארעסטאנטן. דערווייל האט מיין משפחה אין ניו יארק נישט געהאט די מינדעסטע אנונג וואס עס האט פאסירט. זיי האבן געוואוסט אז איך האב א געריכט אין יוטא, אבער קיינער האט נישט געקלערט אז ס'קען זיך ענדיגן מיט טורמע. אזויווי די שעות זענען דורכגעלאפן סטראטעגיע וויאזוי ער גייט קעמפן קעגן אזא זינלאזן אורטייל, אבער אנשטאט דעם האט ער מיר אנגעהויבן צורעדן, אז די ערשטע זאך זאל איך זיך דערקלערן שולדיג, ווייל דער ריכטער איז א גוטער און ער וועט זיכער זיין מער בויגזאם און נישט נאכגעבן דאס וואס דער פראקוראר בעט. דער אדוואקאט האט געסטראשעט אז אויב דערקלער איך זיך אומשולדיג, קען מיר אפווארטן פיל ערגערס. איך האב זיך געטראפן פארכאפט אין א בהלה און שאק. דער פאקט אז איך בין געווען אליין אין א פרעמדער שטאט, און אז אין וויסטן חלום האב איך נישט גערעכנט אז דאס איז וואס קומט, האט נישט צוגעהאלפן צום מצב. דערצו האט מיר דער אדוואקאט גוט אנגעשראקן, און עטוואס האב איך אים נאך געטרויט אז ס'איז אים געלונגען מיר צו איבערצייגן זיך צו דערקלערן שולדיג. "לעטס געט אווער דיס ]לאמיר דאס איבערקומען[" געדענק איך נאך זיינע זיסע ווערטער, ווי כאילו איינמאל איך וועל זיך דערקלערן שולדיג וועל איך געניסן פון גענאדע ביים ריכטער און אלעס וועט פאלן אין פלאץ, און נאך פיר יאר וועל איך ענדליך פטור ווערן פון דעם קעיס. וואס עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איז געווען, אז איך בין באגאנגען א פאטאלער טעות. מיין ערשטער טעות איז געווען אז איך האב נישט גענומען קיין נארמאלער אדוואקאט, און דער צווייטער טעות איז געווען אז כ'האב אנגענומען די ראט פון אט דעם אדוואקאט, מיינענדיג אז דאס איז מיין בעסטע אפציע. א הארצלאזער ריכטער ווען איך האב זיך געשטעלט פארן ריכטער, האב איך באלד אין אכט גענומען אז דער מצב איז נאך ערגער ווי כ'האב געמיינט. דער ריכטער האט אנגעהויבן א לאנגע דרשה אז אויף אזא סארט קלאגע פון מארד דורך פארנאכלעסיגונג, אויף וועלכן איך האב זיך נארוואס דערקלערט שולדיג, זענען פארהאן דריי סארטן קנסות: אדער באקומט מען צען טעג – ווי דער פראקוראר האט פארלאנגט, אדער באקומט מען דרייסיג טעג, אדער באקומט מען א יאר. דא האט דער ריכטער באשלאסן צו גיין הארבער ווי דער פארלאנג פונעם פראקוראר, און ער האט מיר פאראורטיילט צו דרייסיג טעג טורמע מיט א קנס פון 500,7 .$פארוואס? ווייל איך בין געווען לייכטזיניג און נישט געקוקט אין שפיגל פון הונטערוויילעכץ ביים אריבערפארן צו דער אנדערער ליניע, און מיין אזוי-גערופענע פארנאכלעסיגונג האט צוגעפירט צו דעם עקסידענט טראץ וואס איך האב קיינמאל נישט צוגערירט צו דער אנדערער אויטא. איך האב געמיינט אז דער הימל איז אראפגעפאלן אויף מיין קאפ. דא שטיי איך א וואך פאר פסח, און איך בין נארוואס פאראורטיילט געווארן צו דרייסיג טעג אין תפיסה. קיינער אין מיין פאמיליע איז נישט געווען אויפן פלאץ און קיינער האט נישט געהאט קיין אנונג אז איך גיי יעצט איינגעזעצט ווערן אין טורמע. אויסער דאס עצם געפיל פון ווערן אריינגענארט אין א "שולדיג" אורטייל על לא עול בכפי, אויסער וואס איך האב זיך דערזען אז איך גיי יעצט פארברענגען א גאנץ פסח אין טורמע אנשטאט פארברענגען מיט מיינע קינדער און אייניקלעך, האב איך פשוט נישט געהאט די לוקסוס יעצט צו זיצן אין תפיסה מצד דער ארבעט. איך האב געהאט באשטעלט טיקעטס פאר דעם פרייטאג דערויף, אפצופליען קיין האוואאי וואו עס האט מיר אפגעווארט א גרויסע קעיטערינג אונטערנעמונג פון צען טעג ארבעט. פון דארט האב איך געדארפט פליען צו די בארא-בארא אינזלען, א באקאנטער רעזארט אינזל נעבן טאהיטי אינערהאלב דער פראנצויזישער ּפאָ לינעסיאַ , און דא דארף איך יעצט אפזיצן אין תפיסה. רבונו של עולם, וואס טו איך דא ווייטער?! די משפחה אין דער טונקל דער ריכטער האט ארויסגעגעבן זיין אורטייל, און אויפן פלאץ האט מען מיר געקייטלט די הענט ווי איך זאל ווען זיין דער גרויזאמסטער פארברעכער. דא שטיי איך א וואך פאר פסח, און איך בין נארוואס פאראורטיילט געווארן צו דרייסיג טעג אין תפיסה 26 פרשת נשא תשפ״ג


און מ'האט נישט געהערט פון מיר, האט מען זיך אנגעהויבן אלץ מער און מער זארגן, און ווען ס'איז געווארן נאכט איז מיין פאמיליע שוין געווען פולקאם אין פאניק. הערשט ווען איך בין ארויסגעקומען פון טורמע און איך האב צוריקבאקומען מיין טעלעפאן, דעמאלט האב איך געהערט די אלע צענדליגער פארפאניקטע מעסעדזשעס פון מיין משפחה וואס האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס מ'הערט נישט פון מיר און פארוואס איך בין אנטרינען אן איבערלאזן קיין שום שפור נאך זיך. עס האט גענומען באלד צוויי טעג, ביז דאנערשטאג נאכט, ווען כ'האב ענדליך באקומען דעם רעכט אהיימצורופן און בארואיגן מיין באזארגטע פאמיליע וואס האט שוין אנגעהויבן טראכטן אז דאס ערגסטע האט פאסירט. די ערפארונג אין טורמע ויגזור אומר ויקם. אזויווי מיין אורטייל, אזוי איז געווען. דרייסיג טעג בין איך געזעצן אין דער ארטיגער טורמע, גערופן קעין קאונטי טורמע, נישט קיין טאג מער און נישט קיין טאג ווייניגער. מיינע קינדער האבן פרובירט אויפצונעמען אדוואקאטן און איינגעריסן וועלטן אז איך זאל קענען ארויסקומען אויף יו"ט, ס'האט אבער נישט געהאלפן קיין פודינו ומצלינו. ווען ס'איז געווען א רעדע אז אפשר וועט מען מיר באפרייען אויף יו"ט, האב איך באקומען א היתר פון כ"ק אדמו"ר דער קאסובער רבי שליט"א, אז אויב לאזן זיי מיר ארויס אום סאמע יו"ט, מעג איך נעמען א גוי וואס זאל מיר פירן ביז דעם נענטסטן חב"ד הויז. דער היתר האב איך קיינמאל נישט געדארפט נוצן, ווייל די באפרייאונגס פלענער זענען קיינמאל נישט צושטאנד געקומען לידי מעשה. די ביטערע ערפארונג פון זיצן אין טורמע, אפילו ווען מ'ווייסט אז ס'איז "נאר" פאר דרייסיג טעג און אט אט גייט מען שוין אהיים, וואונטש איך נישט אפילו פאר מיינע שונאים. די ערשטע דריי טעג האב איך ניטאמאל געהעריג באקומען כשר'ס צו עסן. ווען איך האב געבעטן פון די טורמע באאמטע אז זיי זאלן מיר צושטעלן כשר'ס ווייל איך קען נישט עסן די געווענליכע טורמע מאלצייטן צוליב וואס איך בין א איד, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי האבן דא אויפן ארט נאך אידן און אלע עסן געהעריג די עסנווארג פון טורמע... דורכאויס די ערשטע פאר טעג, האב איך געלעבט אויף מינימום עסן ווי פרוכט, א טראפקעלע סיריעל, לעקוואר און פינאט באטער. פאר דריי טעג האב איך כמעט גארנישט געגעסן, סיי ווייל כ'האב נישט געהאט וואס און סיי ווייל כ'האב ממילא נישט געהאט קיין אפעטיט. דריי טעג פאר פסח איז אנגעקומען ווערט טור פון ּפ פאנגעס for products care-skin freecortisone, natural-all s'NaturaLife have seniors and, adults, children market the on successfully been effective s'it because 1999 since effects side from safe while medicated in common are that local in supply your Get. creams to online or stores food health .doctors skin to visits cut help by evaluated been not has statement This intended not are products the and, FDA the .diseases prevent or, cure, treat, diagnose to !them try, Still com.AxlePR com.ShopNaturaLife com.shopnaturalife@info: Wholesale דא שטיי איך א וואך פאר פסח, און איך בין נארוואס פאראורטיילט געווארן צו דרייסיג טעג אין תפיסה


דאס ערשטע כשר'ע פעקל פון דער בארימטער 'אלף' אינסטיטוציע וואס העלפט אידן אין תפיסה. דעמאלט האב איך דאס ערשטע מאל געקענט נעמען אן עטוואס נארמאלער ביסן אין מויל. דעם ערשטן טאג האב איך ליידער נישט געהאט מיינע תפילין. ווען איך האב שוין ענדליך באקומען מיינע תפילין, האבן זיי מיר נישט געלאזט עס אליין לייגן ווייל מי יודע וועלכע שלעכטע כוונות איך האב, און איך קען זיך נאך חלילה הענגען מיט די רצועות רח"ל... פסח איז אנגעקומען און מ'האט נאכנישט עספיעט מיר צו באזארגן מיט די וויכטיגסטע פסח געברויכן. ווען ס'איז געקומען די ערשטע נאכט פסח, האב איך נאכנישט געהאט קיין מצה. ס'איז געווען דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן און האפנטליך דאס לעצטע מאל, וואס כ'האב ליידער נישט געקענט מקיים זיין מצוות אכילת מצה. הערשט דאנערשטאג, דעם ערשטן טאג יו"ט צופרי, האב איך באקומען א שאכטל מצות צו וועלכן איך האב זיך געפרייט כמוצא שלל רב. א טאג נאכדעם איז אנגעקומען נאך א שאכטל מצה, דאסמאל פון ר' יואל ווייזער, א טייערער איד וועלכער פארטיילט פעקלעך פאר אידן אין טורמע. איך בין געווען דער איינציגסטער היימישער איד אין דער טורמע און קיין היימיש פנים האט זיך נישט באוויזן פאר די אויגן. וויבאלד די תפיסה געפינט זיך נעבן דער אינדיאנער רעזערוואציע, א געגנט וואו עס וואוינען אסאך נאטיוו- אמעריקאנער אינדיאנער גוים, זענען פיל פון די ארעסטאנטן געווען אפשטאמיגע פון דער סעקטע. 30 שווערע טעג ווי שווער ס'איז געווען די פיר וואכן אין טורמע, זענען די דריי ערשטע טעג פון פסח געווען באזונדער שווער. בפרט אז איך בין נישט געווען געהעריג אריענטירט אדער צוגעגרייט דערצו. זאל קיין שום איד קיינמאל נישט דארפן פירן די סדרים איינער אליין אין א טורמע צעל ווייט אוועק פון די בענקעדיגע פאמיליע. איינע פון די גרעסטע אפקומענישן אין טורמע, איז געווען דער שווערער מיט א נייעם סעט פון "כשר לפסח" עסצייג ווען ס'איז געקומען פסח, האב איך געמוזט אויפקומען 28 פרשת נשא תשפ״ג


צוטריט צום טעלעפאן. אין פארשידענע שטאטן איבער אמעריקע ארבעט מען יעצט צו רעפארמירן די געזעצן און געבן גרינגערער צוטריט פאר די ארעסטאנטן צו מאכן רופן, און אלס איינער וואס האט דאס אליין מיטגעלעבט, בין איך עדות ווי וויכטיג דאס איז. שעות לאנג האט איך געדארפט ווארטן ביז איך האב געקענט צוקומען צום טעלעפאן. אין פילע פעלער האב איך זיך קריטיש וויכטיג גענויטיגט אין דעם, וויבאלד דאס איז געווען די איינציגסטע פארבינדונג מיט דער דרויסנדיגער וועלט און מיט מיין פאמיליע. איך האב געמוזט ווייטער פירן מיין ביזנעס פון טורמע. איך האב געדארפט אפשיקן משגיחים קיין האוואאי און זיכער מאכן אז די ארבעט וואס כ'האב אנגענומען פון פריער ווערט אויסגעפירט. וואס דאס אלעס האט מיר געפאדערט צו דארפן אנקומען צום טעלעפאן, אזוי אז דער גאנצער טאג איז דורך מיטן ווארטן ביים טעלעפאן צו קענען רעדן א מינוט דא און א מינוט דארט. אין טורמע האט נישט דער מענטש די מינדעסטע באדערפענישן. פאפירן און פענעס זענען לוקסוסן פון וואס מ'קען חלומ'ען. אז איך האב געדארפט אראפשרייבן א טעלעפאן נומער, האב איך געדארפט אויפקומען מיט פאטענטן וויאזוי עס צו פארצייכענען. יעדעס שטיקל קארטן וואס איז מיטגעקומען מיט די עסנווארג, איז פארוואנדלט געווארן אין נוצבארע פאפיר, און מיט א פלאסטישן קעמל בין איך געשטאנען און איינגעקריצט נעמען און טעלעפאן נומערן. פלאסטישע עסצייג איז א גאנצע יקר המציאות און געהעריגע עסצייג איז טריפה. איך האב זיך געפערליך געמוטשעט מיט עסצייג, און יעדער אביעקט וואס איז אונטערגעקומען אונטער דער האנט האט געקענט פארוואנדלט ווערן אין עסצייג. ווען ס'איז געקומען פסח, האב איך געמוזט אויפקומען מיט א נייעם סעט פון "כשר לפסח" עסצייג. כ'האב ביי זיך בילדער פון די פאטענטן וואס כ'האב אלץ געמאכט פאר עסצייג. א שיסל אין וועלכן ס'איז געקומען געפילטע פיש, איז פארוואנדלט געווארן אין א מילכיגן טעלער. א ציין בערשטל איז גענוצט געווארן ווי א לעפל, און אזוי ווייטער האט מען געדארפט אויפקומען מיט פאטענטן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן. אין מיין צימער האט זיך געפינען א בית הכבוד וואס האט מיר געצווינגען אויפצוקומען מיט מיטלען וויאזוי דאס צו באדעקן כדי צו קענען זאגן א אידיש ווארט. איין איינציגער ספר האב איך געהאט, א גמרא מסכת נדרים ח"ב, און מיט דעם האב איך זיך דערהאלטן דאס חיות. אויך א סידור האב איך פארמאגט, ביז איין טאג ווען איז עס נעלם געווארן און איך האב געמוזט דאווענען פון אויסנווייניג. אויך מיין טלית איז איין טאג פארשוואונדן געווארן. אינעם פסח פעקל איז מיטגעקומען אן ענגלישע הגדה פון שאפרייט, האב איך אין דעם געזאגט די הגדה ביים סדר. אינעם צוואנציגסטן טאג איז מיט איינעם פון די פעקלעך מיטגעקומען א ביכל. איינע פון די גרעסטע אנטפלעקונגען וואס איך האב געמאכט וויילנדיג אין טורמע, איז געווען ווען איך בין געוואויר געווארן אז דער טאג קען זיין אזוי לאנג. אלס אן ענערגישער מענטש וואס האט ליב צו טון און אויפטון, האב איך פשוט נישט געוואוסט וויאזוי מ'טוט גארנישט מיטן טאג אז די מינוטן און די שעות זענען ווי געקראכן. שבת איז געווען דאס שווערסטע. ס'איז נישט געווען די טעלעפאן רופן וואס האבן געהאלפן טרייבן די צייט, און ס'האט זיך אהיימגעבענקט צו מיין משפחה. רוב פון די טורמע איינגעשטעלטע האבן זיך אויפגעפירט שלעכט און רשעות'דיג אן קיין שום סימפאטיע, סיידן איין וועכטער וואס האט זיך אויפגעפירט ארנטליך און מענטשליך און איז ארויס פון וועג מיר צו מאכן פילן עטוואס בעסער און באקוועמער. באפרייט! ס'איז געווען שווערע טעג, אבער ב"ה אז מ'האלט שוין דערנאך. דער גרעסטער חיזוק האב איך באקומען פון מיינע געטרייע קינדער וועלכע האבן מיר גערופן יעדן טאג און פרובירט מחזק צו זיין און פארגרינגערן מיין לאגע מיט וואס זיי האבן נאר געקענט. ווערט פטור פון ווארצלען by evaluated been not has statement This intended not are products the and, FDA the .diseases prevent or, cure, treat, diagnose to !them try, Still com.AxlePR for products care-skin freecortisone, natural-all s'NaturaLife have seniors and, adults, children market the on successfully been effective s'it because 1999 since effects side from safe while medicated in common are that local in supply your Get. creams to online or stores food health .doctors skin to visits cut help com.ShopNaturaLife com.shopnaturalife@info: Wholesale


אויף וואס כ'האב אבער יא חרטה, איז פארן נישט נעמען א געהעריגן אדוואקאט. אויב איז דא א לעקציע פון דער מעשה, איז עס אז א מענטש זאל טון די נויטיגע השתדלות און זיכער מאכן אז על כל צרה שלא תבוא, ווען אימער עס מאכט זיך סיי וועלכע לעגאלע געראטשקע, זאל ער ווערן פרעזענטירט דורך אן ערפארענעם און טרויבארן אדוואקאט אויף וועמען מ'קען זיך פארלאזן. נישט איינעם וועמען מ'האט געטראפן זיין נאמען אין טעלעפאן בוך, נאר אזא איינעם אויף וועמען מ'האט זיך גוט נאכגעפרעגט און מ'ווייסט אז ער האט די ערפארונג און טוט מלאכתו בנאמנות. אויב צדיקים האבן געזאגט אז מיטן גרויסן דאקטאר גייט מיט דער מלאך רפאל, אפשר קען מען זאגן אז מיט א גרויסן אדוואקאט גייט אויך מיט א מלאך, ווייל א מענטש דארף טון דאס השתדלות וואס ס'איז שייך אין זיינע הענט, אויסער דעם וואס ער פארלאזט זיך אויפן אויבערשטן. אפילו ווען עס זעט אויס ווי ס'איז נאר א "קלייניקייט" און עפעס וואס מ'וועט שנעל און גרינג ערלעדיגן, איז נאכאלץ בעסער צו זיין אויף דער זיכערער זייט און האבן די הילף פון א געניטן אדוואקאט. ליבערשט צוצאלן אביסל מער און נישט זוכן צו קארגן, ווי איידער אריינפאלן מיט אן אומטויגליכן אדוואקאט און דערנאך זיין א צועק לשעבר, ווי איך האב זיך פיינפול געלערנט אויף דער אייגענער בארד. זינט איך בין אהיימגעקומען, האב איך אנגעהויבן אריינצוקוקן אין מיין קעיס און זען וואס איך קען טון זיך אנצונעמען פאר דעם אומיוסטיץ וויאזוי איך בין באהאנדלט געווארן. איך האלט אז דער געריכט אורטייל איז געווען שלא ביושר, און דער ריכטער האט נישט ריכטיג געהאנדלט. ער האט איגנארירט דעם פאקט אז איך האב נישט געהאט קיין געהעריגע רעפרעזענטאציע פון א נארמאלן אדוואקאט, ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם פאקט אז איך בין געווען גענצליך אומאינפארמירט איבער מיין קעיס און די מ'כלומר'שטע "דיעל" וואס מ'האט מיר געאפפערט, און אפגערעדט אז פון מיין קוקווינקל בין איך גענצליך אומשולדיג וויבאלד מיין טראק אויך האב איך געהאט די זכיה אז דער תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א האט מיר גערופן און מחזק געווען אויפן טעלעפאן. ערב ראש חודש אייר האב איך באקומען אן איבערראשנדער טעלעפאן רוף מיט ווארעמע דברי חיזוק פון הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א. חיזוק העלפט. אז מ'גלייבט אז אלעס איז לטובה, און גארנישט איז נישט קיין טעות אדער א מיספארשטענדעניש נאר אלעס פירט זיך פון אויבן, העלפט עס זיך שטארקן און איבערקומען די שווערע געפילן. איך האב אויסגעדינט מיין פולן טערמין, און צו דער באשטימטער צייט, ווען ס'איז געקומען די ריכטיגע מינוט, בין איך באפרייט געווארן. אייגנטליך בין איך באפרייט געווארן איין שעה פריער ווי געפלאנט. פארוואס? אן קיין פארוואס! ווייל פון הימל האט מען געוואלט איך זאל זיצן מיט איין שעה ווייניגער. פיר פון מיינע קינדער זענען אפגעפלויגן קיין יוטא מיר אפצונעמען פון טורמע. פרייטאג צופרי 10:10 פארמיטאג האב איך ארויסשפאצירט פון דער תפיסה געביידע. וויבאלד ס'איז געווען ערב שבת, איז שוין נישט שייך געווען צו מאכן דעם וועג אהיים קיין ניו יארק. מיינע קינדער האבן ארויסגעדינגען א גרויסע הויז נעבן א חב"ד שול אין לאס וועגאס, וואס געפינט זיך אומגעפער 180 מייל פון דער תפיסה, און דארט האט מען געפראוועט דעם שבת. ס'איז ב"ה געווען א הערליכער שבת צום געדענקען. דאס געפיל וואס איך האב געהאט זיך צוריק צו פאראייניגן מיט מיין פאמיליע נאכן ווערן אוועקגעריסן פון זיי פון איין מינוט אויף דער אנדערער, איז עפעס וואס מ'קען נישט באשרייבן. זונטאג האבן מיר געמאכט דעם וועג אהיים קיין ניו יארק בשעטו"מ. נעם אן ערפארענער אדוואקאט כ'האב נישט קיין חרטה פארן באשיצן מיין ארבעטער. ער איז א געטרייער ארבעטער וואס שטייט שוין צו מיין זייט צענדליגער יארן און איך פריי זיך אז איך האב עס געקענט טון פאר אים. איך האב נישט געוואלט ער זאל זיך טרעפן אין לעגאלע פראבלעמען וואס וואלט באדראעט מיין ביזנעס, דעריבער איז געווען בעסער אז איך זאל נעמען די ליידן אויף מיר. איך האב זיך פיינפול געלערנט אויף דער אייגענער בארד 30 פרשת נשא תשפ״ג


איז ניטאמאל דירעקט געווען פארמישט אין דעם עקסידענט. איך האב זיך געוואנדן צו דער באקאנטער פרומער ריכטערין מרת פרייער וועלכע איז מיינס א קרוב, און זי האט מיר פארבינדן מיט אן אדוואקאט פאר ציווילע אנקלאגעס. איך טראכט ערנסט אריינצוגעבן א קלאגע קעגן דעם געריכט פארן מיר פאלש באשולדיגן און באשטראפן מיט אן עונש וואס איז זיך מיר נישט געקומען. אז ס'איז באשערט צו זיצן... וואס כ'האב זיך געלערנט אויף דער אייגענער האנט, איז ווי ס'ווערט פארציילט אויף די אחים הקדושים, דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און זיין ברודער רבי זושא זי"ע, אז זיי זענען אמאל געווען פארכאפט אין די האנט פון רשעים וואס זענען יעדע פאר מינוט אריינגעקומען און געכאפט איינעם און אים גענומען שלאגן. נאך א שטיק צייט, האבן די הייליגע ברידער אפגעמאכט אז זיי גייען זיך ארומטוישן פלעצער, אז ווען די רשעים קומען נאכאמאל זאלן זיי נעמען דעם אנדערן. למעשה, ווען די שלעגערס זענען צוריקגעקומען, האט זיך איינער פון די חברה אנגערופן, "דער ערשטער האט שוין געכאפט גענוג, יעצט לאמיר נעמען דעם צוויייטן". האבן די צדיקים געזאגט, פון דא איז דער מוסר השכל אז ווען ס'איז באשערט צו כאפן, כאפט מען. אדאנק מיין פרנסה, בין איך בין שוין ארומגעפארן אין דער גאנצער וועלט. איך האב שוין געפירט א פורים סעודה אין דובאי פאר הונדערט פופציג מענטשן נאך מיט א שיינע פאר יאר צוריק, איידער ס'איז געווארן די נייע מאדע צו פארן אהין. איך האב צוגעשטעלט די סעודות ווען דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב הרב הצדיק רבי מענדל שליט"א, איז געפארן באזוכן די קהילה פון גרים אין גואטאמאלע צו דער באנייאונג פון דער ארטיגער מקוה. נאך מיט 35 יאר צוריק האב איך געטיילט עסנווארג אין קערעסטיר. מיין טאטע איז אריגינעל א קערעסטירער אפשטאמיגער, דער הייליגער צדיק רבי ישעי'לע זי"ע איז געווען מיין טאטנ'ס סנדק, און ער האט פערזענליך געהערט ווי דער צדיק בעט א צוואה אז מ'זאל מקרב זיין זיינע קינדער. מיר האבן געטיילט עסן אין קערעסטיר נאך ווען די רייזנדע אהין זענען געווען א מספר פון מתי מעט. איך בין שוין געווען אין כמעט יעדן לאנד אין דער וועלט, און איך ווער נישט אזוי שנעל נתפעל פון יעדער אומגעווענליכער ערשיינונג. איך האב שוין אסאך צוגעזען אין מיין לעבן און אסאך רייכע קאפיטלען געשריבן אין מיין טאג-בוך, אבער אויף וואס כ'האב קיינמאל נישט גערעכנט, און וואס איז קיינמאל נישט געווען אויף מיין אגענדע, איז דער חלק אז אין מיינע זיבעציגער יארן וועל איך דארפן פראווען א פסח ערגעצוואו אין א פארווארפענער טורמע אין יוטא, פאר א פארברעכן וואס איך בין ניטאמאל באגאנגען און האט אליבא דאמת קיינמאל פאסירט. אז ס'איז אבער אזוי באשערט געווען פון הימל, קען מען זיך נישט דערפון ארויסדרייען. איך גלייב אז יעדע רגע און יעדע מינוט וואס איך בין דארט אפגעזעסן איז געווען אנגעשריבן פון אויבן, און גלייבט מיר כ'האב עס מקבל געווען באהבה. ס'איז געווען שווער, אבער כ'האב נישט קיין תערומות אויפן רבונו של עולם, און ב"ה פאר דעם. צען פונט האב איך פארלוירן דורכאויס די דרייסיג טעג ווען כ'האב נישט געהאט געהעריג צו עסן, און זאל דער זכות וואס עס איז נתמעט געווארן חלבי ודמי מיר ביישטיין. שטייענדיג דערנאך און שליסנדיג די דראמאטישע געשיכטע, דאנק איך דעם אויבערשטן אז ער האט מיר געגעבן דעם ריכטיגן בטחון איבערצוקומען די שווערע טעג. ספעציעל דאנק איך דעם אויבערשטן פאר די ווארעמע תפלות צווישן די תפיסה ווענט. צי איך האב יא געהאט א סידור אדער נישט, אדער א הגדה בלויז מיט ענגלישע ווערטער, קען איך אייך אבער זאגן אז ס'האט זיך דארט געדאוונט אינגאנצן אנדערש. ווען קיינער יאגט נישט און מען ווייסט אז מען האט נישט קיינעם נאר אונזער טאטן אין הימל, וועקט עס אויף דאס הארץ, ס'ברענגט אן אמת'ער קרבת אלוקים, און הלואי זאל איך קענען מיטנעמען אויף צום אויבערשטן. ווייטער אט דאס געפיל פון נאנטשאפט ווערט פטור פון עקזעמא by evaluated been not has statement This intended not are products the and, FDA the .diseases prevent or, cure, treat, diagnose to !them try, Still com.AxlePR for products care-skin freecortisone, natural-all s'NaturaLife have seniors and, adults, children market the on successfully been effective s'it because 1999 since effects side from safe while medicated in common are that local in supply your Get. creams to online or stores food health .doctors skin to visits cut help com.ShopNaturaLife com.shopnaturalife@info: Wholesale


פיר און דרייסיג יאר איז ער געווען קינדערלאז, אבער זיין אומאויפהערליכע שטארקע אמונה און בטחון, באגלייט מיט נאכאנאנדיגע תפילות, האט אים באגלייט ביז צו דעם גרויסן טאג ווען ער האט געהאלזט זיין ערשטע קינד בשנות החמישים לחייו | אויסשליסליכער ברייט ארומנעמענדער און רירנדער שמועס מיט הרה"צ רבי ישראל אפרים פישל וויינבערגער שליט"א מטורקא, וועלכער שילדערט די לאנגע יארן פון פיין און די גרויסע שמחה דעם פארגאנגענעם ווינטער וואס האט אויפגעשאקלט די גאנצע אידישע וועלט אהרן אשכנזי, ירושלים עיה"ק בילדער: שוקי לרר יקיר לי הּבן אפרים יר און דרייסיג יאר — אינגאנצן פ פיר ווערטער, עס נעמט נישט מער פון צוויי סעקונדעס דאס ארוסצוזאגן מיטן מויל, אבער אין פאקט רעדט זיך עס פון גאנצע פ י ר א ו ן ד ר י י ס י ג י א ר, און ווי רבי פישל זעלבסט דרוקט זיך אויס: "זייער זייער א לאנגע צייט". דאס נעמט אריין הונדערטער חדשים און טויזנטער וואכן און טעג פון צער און ווייטאג. ענדלאזע יארן פון האפן און ווארטן ווען וועט שוין קומען די ישועה, ווען וועט זיך שוין הערן דאס זיסע קולכ'ל וואס וועט אנפולן די ליידיגע פיר ווענט. פיר און דרייסיג לאנגע פיינפולע יארן פון ווייטאג און איינזאמקייט. דאס איז וויאזוי מיר וואלטן דאס אנגעקוקט מיט א דרויסנדיגן בליק, אבער אין א שמועס מיט ר' פישל ווערן מיר געוואויר אז עס איז דא נאך א וועג, "די תקופה פונעם נסיון!" שרייט אויס רבי פישל. טאקע א שווערער נסיון אבער פארט א נסיון! דאס זענען יארן פון קרבת אלוקים, יארן ווען מ'קען נענטער ווערן צום באשעפער, ווען מ'שפירט ווי דער באשעפער לעבט, ער איז דא און מען קען צו אים רעדן. הרה"צ רבי ישראל אפרים פישל וויינבערגער שליט"א מטורקא, איז א חשובער מרביץ תורה אין ירושלים, א משגיח אין ישיבת דרכי יושר ד׳באבוב-45 און א ראש הכולל, און צו דער זעלבער צייט איז ער אויך משפיע פאר צענדליגער בחורים און יונגעלייט מיט זיינע ווארעמע דרשות און אויפטריטן, ווי אויך פריוואט איז ר' פישל דער אדרעס וואו מען קען אלץ אנטרעפן אן אפענע אויער וואס הערט אויס און איז מחזק מיט זיינע טרעפליכע רייד וואס רעדט צום הארץ. פאר דער וואס קען ר' פישל פון דער נאנט, איז די הקדמה גענצליך איבריג. ר' פישל'ס פריינטליכער שמייכל איז נישט קיין מעשה נאר פון היינט, נאר אויך אין די יארן ווען ער האט זיך אליין געדארפט מחזק זיין, האט ער זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם נאר ער האט גלייכצייטיג אויך געמוטיגט און מחזק געווען אנדערע מיטן שטענדיגן גוטמוטיגן שמייכל און גוט ווארט. ביי ר' פישל איז צייט א טייערער ארטיקל און אזא שמועס איז נישט אנגעקומען לייכט, אבער אין דער ענדע איז דאס צושטאנד געקומען און מיר האבן זיך אוועקגעזעצט 32 פרשת נשא תשפ״ג


אפרים פרשת נשא תשפ״ג 33


אויף א לענגערן אפנהארציגן שמועס מיט ר' פישל, וואס האט געשילדערט זיין לעבנס געשיכטע — "די תקופת הנסיון", וואס איז באגלייט מיט הויפנס חיזוק און האפענונג ביז צו דער גרויסער שמחה מיט וואס דאס די גאנצע אידישע גאס האט אזוי שטארק מיטגעלעבט. טראצדעם וואס ר' פישל'ס צוגעלאזענע נאטור האט פארוואנדלט די אינטערוויו אין אן אנגענעמען בא'טעמ'טן שמועס, נעמט אבער אין אכט אז ביי ר' פישל זעלבסט איז דאס זיין פריוואטע שטורעמישע לעבן וואס ער איז גרייט אויפצואוויקלען פארן ברייטן ציבור נאר פאר דעם איינעם ציל אז נאך אידן זאלן קענען נעמען דערפון חיזוק און שטארקייט צו קענען אנגיין אין יעדן מצב מיט אמונה, שמחה און בטחון. ברא כרעיה דאבוה "איך בין געבוירן און ערצויגן געווארן אין גאר א חשובער שטוב", עפנט ר' פישל דעם שמועס און מיט זיין אנגענעמע שטימע שילדערט ער אין קורצן זיין אפשטאם. "מיין טאטע הרה"צ ר' אלתר יצחק אייזיק וויינבערגער זצ"ל אב"ד טורקא, איז געווען א טייערער דערהויבענער איד מיט א דורכגעווייקטן חסידישן פלאם. זיין פעלזן פעסטע אמונה און בטחון האט אים באגלייט ממש אין יעדן טייל פון זיין לעבן. צו מיין גרויס באדויער האב איך נישט זוכה געווען אים צו קענען צופיל, ווען זייענדיג א קינד פון בלויז זעקס יאר אלט איז ער אוועק פון דער וועלט, פארט פיל איך אבער ווי כ'האב אסאך גע'ירשנ'ט פון זיין הארץ און ווארעמקייט וואס ער האט אריינגעלייגט אין אונז. "פארן קריג איז דער פאטער ז"ל געווען רב אין טורקא, א שטאט אין פולין וואס געפינט זיך ביים גרעניץ פון אונגערן. היינט איז דאס נישט אזוי באוואוסט, אבער בימים ההם איז טורקא געווען א באקאנטע שטאט מיט גרויסע רבנים גאונים וצדיקים וואס האבן באשיינט די שטאט פאר לאנגע יארן ביז נאכן ערשטן וועלטס קריג. "ערגעץ ביים סוף פון די תר"פ יארן, איז מיין טאטע ז"ל אנגעקומען אהין, און ער האט דארט אויפגעשטעלט א תלמוד תורה, א ישיבה און א בית יעקב וואו עס האבן זיך געציילט הונדערטער תלמידים ותלמידות. נאכן וועלטס קריג איז ער איבערגעבליבן איינער אליין בעירום ובחוסר כל, זיין ווייב און פינף קינדער אינאיינעם מיט די טייערע תלמידים און בני העיר זענען ליידער עלו על המוקד און אומגעקומען על קידוש השם. "א קורצע צייט נאך דער מלחמה האט ער נאכאמאל חתונה מיט מיין מאמע ע"ה, און זיך געצויגן קיין ניו יארק וואו זיי האבן צוזאמען אויפגעשטעלט א הערליכן דור פונדאסניי, א פאמיליע פון ניין קינדער חסידים ואנשי מעשה, ווען מיט דער צייט זענען אלע פון זיי אויסגעשטיגן חשובע תלמידי חכמים מפורסמים מרביצי תורה און מחזיקי תורה. "איך געדענק נישט צופיל, אבער כדי ארויסצוברענגען וואס דער טאטע ז"ל איז געווען, וועל איך דערציילן איין קליינער עפיזאד וואס כ'האב געהערט פון מיינע ברידער. דער טאטע ז"ל האט געהאט אסאך אייגנארטיגע מנהגים, איינער פון זיי איז געווען דאס זאגן נשמת יעדן פרייטאג צונאכטס. פון וואנעט ער האט דאס גענומען ווייס איך נישט, אבער אזוי האט ער זיך געפירט יעדן שבת. אמאל האט פאסירט אז אינמיטן זאגן נשמת האט ער זיך אויפגעשטעלט פון פלאץ און אריין אין א צווייטן צימער, ער האט זיך דארט אוועקגעזעצט און גע'חלש'ט. ווייזט אויס אז ער האט געפילט ווי ער האלט אט אט ביים חלש'ן, און כדי דאס זאל נישט פאסירן ביים שבת טיש איז ער אריין אינעם צווייטן צימער און דארטן גע'חלש'ט. "פון דעמאלט אן פאר די קומענדיגע צוויי יאר, האט ער גענצליך אויפגעהערט צו זאגן נשמת פרייטאג צונאכטס. נאך צוויי יאר האט ער דאס ווידעראמאל אנגעהויבן צו זאגן, און אויף דער פראגע פון מיין ברודער וואס דא איז געשען, האט ער דערציילט אז ער האט געהאט א חלום ווי זיין טאטע דאוונט פארן עמוד פסוקי דזמרה, און אנקומענדיג צו נשמת גייט ער אוועק פון עמוד זיך אנרופנדיג צו אים: "אלתר גיי צו צו נשמת"... דאס האט ער גענומען אלס א צייכן אז ער זאל צוריק אנהייבן זאגן נשמת פרייטאג צונאכטס. "מיינע קינדער יארן זענען דורכגעלויפן אן קיין שום אויסטערלישע פאסירונגען, איך בין געווען אן איידל שטיל יונגל, געלערנט אין די מוסדות התורה און אלעס איז געפארן מער ווייניגער ווי א געהעריגע דורכשניטליכע קינד. "אלס בחור געדענק איך אז זייענדיג דער יונגסטער פון ניין געשוויסטער, פלעג איך זיך כסדר צוקוקן צו די חתונה געהאטע ברידער און שוועסטער און געפילט ווי איך פארשטיי צו אלעמענ'ס שלום בית. איך פלעג אפילו קלערן צו זיך אז עס וואלט מיר נישט געשטערט אויב עס וועט נעמען א יאר צוויי נאך דער חתונה ביז דאס ערשטע קינד ווערט געבוירן, ווייל דאס וועט געבן א געלעגנהייט פאר מיר מיטן בני בית זיך צו באקענען איינער מיטן צווייטן איידער מען הייבט אן זיין פארנומען מיט די קינדער. מיין פלאן איז טאקע פארווירקליכט געווארן, אבער מיט א גוטן שמיץ אריבער. אויף צו דארפן אזויפיל צייט האב איך שוין נישט גע'חלומ'ט"... מאין יבוא עזרי וואס קענט איר דערציילן פון די ערשטע יארן אלס פרישער יונגערמאן? ר' פישל צושמייכלט זיך: "יא יא, נאך דער חתונה בין איך אויך געווען — ווי מ'זאגט — 'א פרישער יונגערמאן', איך האב חתונה געהאט אין א מזל'דיגער שעה אום ז' חשון תשמ"ט און אנגעהויבן דאס לעבן גלייך ווי אלעמען, אן צו טראכטן אז דאס לעבן איז נישט אייביג אזוי פשוט. איך בין געזעצן און געלערנט אין כולל, עס איז אריבער א יאר צוויי, און יעדע שטיק צייט איז געווען א פרישע מזל טוב, נאך א חבר ווערט א גליקליכער טאטע. די יארן הייבן זיך אן רוקן און איך האב זיך געטראפן ווארטנדיג אויפן טאג ווען איך וועל אויך קומען מיטן פרייליכן מזל טוב. בימים ההם איז נאכנישט געווען אזא וועלט ווי היינט ווען אלעס איז אזוי פארגעשריטן און עס איז דא אן א שיעור רבנים און עסקנים וואס קענען זיך אויס און זענען גרייט צו העלפן, עס זענען דאן געווען גאר ווייניג וואס האבן געהאט עפעס אן אנונג אין דעם פעלד. דער באשעפער האט אבער געהאלפן און ער האט מיר צוגעפירט צו די ריכטיגע מענטשן וואס האבן גאר אסאך צוגעהאלפן מיט עצות און הדרכה שוין באלד ביים אנהויב פונעם וועג. וכאן המקום להזכיר מיין טייערער ידיד הרב שאול ראזען שליט"א, דער מנהל פון 34 פרשת נשא תשפ״ג


געלעגנהייט זיך אריבערצוכאפן קיין פשעווארסק. דאנערשטאג זענען מיר געפארן מיט א שיף קיין אנטווערפן. אנקומענדיג אהין האבן מיר זיך געשטעלט ווארטן אין דער רייע אריינצוגיין צום רבי'ן. פאר אונז איז ארויסגעקומען א משפחה זייער פארוויינט אז דער רבי ענטפערט זיי נישט. ער איז שוין דאן געווען זייער שוואך, ער האט נישט גערעדט און נישט געענטפערט, און הערנדיג אז דער רבי רעאגירט נישט האב איך געפילט אן אנטוישונג, אז פון דא וועט שוין ווייזט אויס גארנישט ארויסקומען. למעשה זענען מיר אריין נאך זיי, און דער גבאי ר' יענקל כהנא האט פארגעליינט דעם קוויטל און געשריגן אז דער רבי זאל הערן, "רבי ס'איז דא דא א יונגערמאן וואס ווארט אויף קינדער!" ר' יענקעלע איז געזעצן אזוי אן צו רעאגירן, ווען מיטאמאל הייבט ער אן צו זינגען דעם באקאנטן ניגון וואס ר' מאיר שפירא האט פארפאסט אויף די ווערטער זרעא חיי וקיימא, ער האט געזינגען נאר דעם טאן אן די ווערטער, אבער פאר מיר איז דאס געווען מער ווי גענוג. דאס איז געקומען גענצליך אומערווארטעט, און עס איז געווען פאר אונז א גענצליכער שאק. כידוע אז ביי ר' יענקעלע האט יעדעס ווארט געמיינט אסאך, אותות און מופתים האבן זיך דארט געדרייט ווי פון אונטער דעם ארבל, און דאס האט מיר גאר שטארק איבערגענומען. איך בין געווען זיכער אז ביז א חודש צוויי וועט זיין נייעס... למעשה האט נאך גענומען א שיינע פאר יאר ביז מיר האבן ענדליך זוכה געווען צו דעם לאנג ערווארטעטן 'זרעא חיא וקיימא'. מערקווירדיג איז, אז עס זענען דא וואס געדענקען נאך די מעשה. נאכדעם וואס איך בין געהאלפן געווארן, איז צו געקומען א איד צו איינעם פון מיינע פלומעניקעס אין ענגלאנד, און אים פארציילט די מעשה מיט ר' יענקעלע זאגנדיג, אז ער איז דאן געווען אין אנטווערפן און ער געדענקט דאס נאך פון דעמאלט. שניתנה רשות לרופא ר' פישל שטעלט זיך אפ א מינוט צו כאפן דעם אטעם, עס איז נישט לייכט דורכצולויפן אזויפיל לאנגע שווערע יארן דער חשובער ארגאניזאציע 'עי-טיים'. פון אלס קינד זענען מיר שוין געווען נאנטע חברים לערנענדיג אין איין קלאס אין דער באבובער תלמוד תורה און מיר האבן אנגעהאלטן גאר א נאנטע פארבינדונג. ער, צוזאמען מיט זיין ארגאניזאציע, איז מיר געשטאנען צו דער האנט און געהאלפן מיט וואס ס'פעלט זיך נאר אויס. בימים ההם איז 'עי-טיים' געווען פון די איינציגסטע וואס האבן עוסק געווען אין דעם געביט, און כל זמן כ'האב געוואוינט אין אמעריקע איז עי-טיים געווען פאר מיר דער אדרעס. אזוי ווי עס איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר און גארנישט האט זיך נישט גערוקט, האט מען אנגעהויבן מיט די דאקטוירים וואס האבן נאר געקענט באשטעטיגן אז אלעס איז אין ארדענונג און זיי זעען נישט קיין שום פראבלעם. ס'קען טאקע זיין, אבער נאך אלעם איז קיין קינד נישטא, רבש"ע וואס טוט מען דא ווייטער?! זרעא חיא וקיימא בערך פינף יאר נאך דער חתונה, ווינטער תשנ"ד, האבן מיר אויפן ראט פון באקאנטע זיך אריבערגעצויגן קיין לאנדאן זיך צו טרעפן מיט א געוויסן בארימטן דאקטער. מיר האבן זיך דארט אויפגעהאלטן פאר א יאר צייט ביז פסח תשנ"ה, ווען מיר זענען צוריקגעקומען קיין אמעריקע מיט ליידיגע הענט. ליידיגע הענט זאג איך? דאס איז נישט ממש אזוי, אין יענער תקופה האב איך אריינגעכאפט עפעס וואס האט געמיינט פאר מיר גאר אסאך, א ברכה פונעם פשעווארסקער רבי'ן רבי יענקעלע זי"ע. אין לאנדאן האב איך געהאט א קרוב משפחה ביי וועם כ'בין אסאך געווען, הרה"ח ר' יחזקאל האניג ז"ל. ר' יחזקאל איז געווען גאר א חשובער איד, און ער האט געהאט א זון ר' חיים וואס האט זיך אסאך געדרייט אין פשעווארסק און איז נאך געווען דער גבאי ביי ר' איציק'ל. האבנדיג א שטיקל שייכות אהין, האבן מיר באשלאסן צו פארן קיין אנטווערפן צו זיין א שבת ביי ר' יענקעלע. ער איז שוין געווען אויף דער עלטער און מ'האט נישט געוואוסט צי מ'וועט בכלל קענען אריינגיין אל הקודש פנימה, אבער אז מ'איז שוין אין לאנדאן איז דאס א גוטע כ״ק אדמו״ר מהר״ש מבאבוב זצוק״ל טאנצט מצוה טאנץ רבי פישל שליט״א ביי דער חתונה פון הרה״צ בשנת תשמ״ט די מציבה פון הרה"צ ר' אלתר יצחק אייזיק וויינבערגער זצ"ל אב"ד טורקא פרשת נשא תשפ״ג 35


איינע פון זיינע גרויסע אויפטואונגען איז דאס וואס ער שיקט ארויס די מיטגעמאכטע פאמיליעס קיין חוץ לארץ זיך אויסצולופטערן פון די שווערע באהאנדלונגען וואס מען גייט אלץ אריבער און נאך פארשידענע ענינים. איך ברענג דאס ארויס אז אידן זאלן מער וויסן פון זיינע געוואלדיגע מעשים און אז מ'וועט אים מער שטיין צו דער האנט וועט ער קענען טון נאכמער. ער האט פאר זיך גארנישט אינזין און זיין איינציגסטער ציל איז אז נאך און נאך אידן זאלן קענען אויפשטעלן אידישע דורות. דער משגיח הרה"צ רבי דן סגל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף אים אז אדרבה ווייל ער מיינט אלעס אמת'דיג לשם שמים, טאקע צוליב דעם מוטשעט ער זיך אזוי צו שאפן דאס געלט, ה' יצליח דרכו בטוב ובנעימים. ב"ה אז מ'האלט שוין דא און מ'רעדט שוין פון א פארגאנגענהייט, אבער אז מ'טראכט נאר צוריק פון יענע יארן, איז דאס נישט געווען לייכט, בכלל נישט לייכט. דאס איז געווען זייער א לאנגע תקופה פון פיינפולע טעג און טיילמאל שלאפלאזע נעכט, ווי איינער האט זיך אמאל אנגערופן אז ער שלאפט נישט ביינאכט צוליב זיינע קינדער וואס לאזן אים נישט שלאפן, רופט זיך אן א צווייטער און איך שלאף נישט ביינאכט צוליב די קינדער וואס איך האב נישט.... ב"ה אז דעם פראבלעם האב איך נישט געהאט אזוי ווייט, שוין אלס קינד האב איך ליב געהאט צו שלאפן און איך האב זיך אפילו געמוטשעט אויפצושטיין, מיט די יארן איז מיר דאס גאנץ גוט צונוצגעקומען, אזוי בין איך רואיג דורכגעשלאפן די נעכט. אמאל האט זיך געקענט מאכן אז כ'האב נישט געקענט איינשלאפן, ס'האט זיך מיר געווארפן הענט און פיס און כ'האב פשוט נישט געקענט שלאפן. עס האט זיך מיר געווארפן פון אינעווייניג און דאס איז געווען אזעלכע יסורים אז דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין. עס האט אבער נישט פאסירט אזוי אפט און בדרך כלל אז איך בין אריין אין בעט בין איך איינגעשלאפן. וואס האט אייך געברענגט זיך אריבערצוציען קיין ארץ ישראל? ארץ ישראל איז אייביג געווען פאר אונז א שטארקער מקור פון חיזוק און איך האב זייער ליב געהאט צו קומען אהער. מיר פלעגן קומען קיין ארץ ישראל גאר אפט, בערך צוויי דריי מאל א יאר. בעיקר איז דאס געווען ימים טובים צייט און דאס האט אסאך צוגעגעבן, די ימים טובים האבן דא באקומען גאר אן אנדערער באדייט. מ'האט געהאלטן אז אויב מיר וועלן דא טון דאס השתדלות וועט דאס זיין לייכטער און געשמאקער. דער אמת איז, אז מיט יארן פריער איז שוין אייגנטליך אויפגעקומען דער געדאנק זיך אריבערצוציען קיין ארץ ישראל, דאס האט זיך אבער אפגעשטופט צוליב פארשידענע אנגעלעגנהייטן, צו דעם איז אויך מיין מאמע מיט דער צייט פארעלטערט געווארן און זי האט זיך גענויטיגט אין אונזער הילף, איך האב געפילט ווי איך קען איר נישט איבערלאזן אליין, און טאקע א יאר נאך איר פטירה האבן מיר זיך געצויגן קיין ארץ ישראל. מיין טייערע מאמע ע"ה וואס קענט איר דערציילן איבער וואס איר געדענקט פון אייערע מוטער ע"ה? ווען ר' פישל הייבט נאר אן צו רעדן פון זיין אומפארגעסליכן מוטער ע"ה איז שטארק קענטיג די בענקעדיגע געפילן וואס נעמען אים ארום: איינער פון מיינע שטארקע ווייטאגן אין יענער צייט, איז געווען די פטירה פון מיין מאמע וואס איז אוועק פון דער וועלט אן צו דערלעבן צו זען מיט אירע אויגן מיין קינד אויף וואס זי האט אזוי שטארק געגארט און געלעכצט. איך געדענק נאך ווי היינט איר לויה וואו עס האט מספיד געווען א נאנטער קרוב משפחה, כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט״א, וואס מיין מאמע איז געווען צו אים א מומע. ער האט דערביי ארויסגעברענגט ווי נאך דער פטירה פון מיין טאטע ז"ל איז זי געבליבן אן אלמנה, א פרוי אליין וואס האט געדארפט ערציען א שטוב פון יתומים, און מיט א געשטיקטן קול האט ער זיך געוואנדן צו איר און געזאגט: "דו האסט טאקע געטון גאר א גוטע ארבעט און אויפגעשטעלט אזא הערליכע שטוב מיט קינדער און איידעמער תלמידי חכמים, עס איז אבער נאך געבליבן ארבעט פאר דיר, איין זאך האסטו נאכנישט געפארטיגט, אז דו גייסט ארויף אויבן בעטן מיר ענדיג צו דיין ארבעט אז פישל מיטן בני בית זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן מיט קינדער!" קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן נאך די גאר התעוררות'דיגע ווערטער ביי דער לויה. עס איז טאקע נאך אריבער א שיינע פאר יאר פון דאן, אבער יעצט מיט א קנאפע צען יאר שפעטער קען מען זאגן אין איינצלנע מינוטן, אבער נאך א קורצער וויילע איז ער ממשיך ווייטער: פון לאנדאן זענען מיר צוריק קיין ניו יארק, ווי מיר האבן געוואוינט אין בארא פארק פאר נאך פופצן יאר, און אין שנת תשע"ב האבן מיר זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל וואו איך האבן ב"ה די זכיה צו קענען וואוינען דא ביזן היינטיגן טאג. אין אמעריקע האט מען פון פריש אנגעהויבן מיט די דאקטוירים און דאס גלייכן, און ביי די אלע באזוכן האט מיר אלץ באגלייט א יסוד וואס כ'האב געהערט פונעם משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, ווען מיט אסאך יארן צוריק האט ער מיר אמאל געזאגט, "זאלסט נאר גיין צו א דאקטער וואס איז אן איידעלער מענטש, אויב איז ער א בעל גאוה לאז אים אפ!" אזעלכע סארט פעלער האבן זיך געמאכט סיי אין אמעריקע, און סיי שפעטער אין ארץ ישראל, וואו דאקטוירים האבן זיך נישט אויפגעפירט מענטשליך, גערעדט צו אונז מיט א זלזול און דאס גלייכן. איך געדענק נישט גענוי אלע פרטים, אבער דאס יא, אז מיר זענען ארויסגעקומען פון דארט שטארק צעבראכן און מיט נישט קיין גוטע געפיל, איז אונזער החלטה געווען אז מער קומט מען דא נישט צוריק. דאס זעלבע בין איך אויך מייעץ אנדערע, נישט אריבערצוגיין די שוועל פון אזעלכע סארט דאקטוירים, און ב"ה מ'קען זאגן אז אין מערסטנס פעלער זענען די גוטע שליחים ביי מיר געווען באמת איידעלע וואוילע מענטשן מאמינים בה'. גוטע שליחים זענען דא איבעראל, אין ארץ ישראל האבן מיר זיך באגעגנט מיט א טייערן איד א גרויסער יחסן אן אייניקל פון די לעלובער רבי'ס און פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל, אן איידעם ביים סטראפקובער רבי'ן שליט"א, דאס איז הרה"צ רבי אהרן יוסף האראנטשיק שליט"א האדמו"ר מראדאשיץ. ער אליין האט געווארט אסאך יארן אויף קינדער און ער איז גאר גוט באהאוונט אין דעם פעלד. ער האט אויך אסאך גוטע פארבינדונגען און אפענע טירן ביי די דאקטוירים. ער טוט אלעס אליין אויף דער אייגענער האנט און אזוי אן קיין פרסום האט ער שוין געהאלפן הונדערטער משפחות, אידן פון אלע קרייזן, חסידים, ליטאים, אשכנזים און ספרדים וואס האבן שוין באקומען פון אים עצה ותושיה. אין ארץ ישראל איז ער געווען דער גוטער שליח מיר צו באגלייטן אויפן שווערן וועג ווי א גוטער ברודער. 36 פרשת נשא תשפ״ג


מיט א פעסטקייט אז יא! זי האט באוויזן צו ענדיגן איר ארבעט, און נאך ווי! מיין מאמע ע"ה איז געווען גאר א ספעציעלע קלוגע פרוי, און זי האט בעצם געפירט די שטוב נאך מיין פאטער'ס פטירה אויף גאר א הויכן און דערהויבענעם פארנעם. עס איז דא אסאך צו רעדן פון די זכרונות וואס כ'געדענק פון איר, אבער וואס כ'וויל דא ארויסברענגען איז דוקא עפעס וואס כ'געדענק נישט פון איר, דהיינו, אז איך געדענק נישט קיין איינמאל, אבער נישט אפילו איין איינציגע מאל, זי זאל אונז האבן געפרעגט וואס הערט זיך און צי ס'איז דא נייעס. יארן וואס איר מוטערליכע הארץ האט געבלוטיגט, לאנגע יארן פון צער און פיין איז אריבער אויף איר נישט זעענדיג ביי איר יונגסטן קינד המשכת הדורות. זי האט געהאט א נאנטע חבר'טע וואס האט דערציילט נאך איר פטירה וויפיל זי האט זיך אלץ אויסגערעדט צו איר איבער אונזער לאגע און אזוי אויך צו מיינע געשוויסטער האט זי געווייטאגט איבער וואס וועט זיין מיט אונז און ווען וועט מען שוין זען א ישועה, צו אונז אבער האט זי קיין ווארט נישט גערעדט. איך האב נישט געוואלט רעדן צו איר ווייל כ'האב איר נישט געוואלט מצער זיין, און זי פון איר זייט האט אויך נישט גערעדט קיין ווארט נישט וועלנדיג גורם זיין איבריגע צער און עגמת נפש. דאס איינציגסטע מאל ווען מיר האבן יא געהערט פון איר עפעס א ווארט, איז געווען ווען מיר זענען אמאל געווען ביי איר אויף שבת, מיר זענען דאן אריבער גאר א קאמפליצירטע תקופה און כ'האב געפילט ווי איך טראג עס נישט אריבער. עס איז געווען אין א זוממערדיגן פרייטאג נאכמיטאג און איך האב זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן און איך בין אריינגעפאלן אין אירע אקסלען, כ'האב גארנישט געזאגט נאר אויסגעפלאצט אין א ביטערליכן געוויין. זי האט גארנישט געפרעגט נאר אויסגעהערט און מיר אונטערגעהאלטן, אבער די ווערטער וואס זי האט אונז דעמאלט געזאגט ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער, "מיין טייער קינד, דו זאלסט וויסן אז איך וועל גיין פאר דיר אין פייער, איך האב דיר ליב צוזאמען מיט דיין חשובע פרוי און איך דאוון פאר ענק די גאנצע צייט". דאס זענען געווען די איינציגסטע ווערטער וואס זי זאל אמאל האבן גערעדט איבער דעם גאנצן ענין! וואס יא, ברכות, דאס האב איך פון איר גאר אסאך געבעטן זי זאל מיר בענטשן מיט אירע הענט אויף מיין קאפ. די כח פון א מאמע'ס ברכה איז געוואלדיג, און איך האב געפילט פאר א זכיה צו קענען באקומען פון איר א ברכה. זי פלעגט וואונטשן מיט אזויפיל הארץ די פסוקים פון ברכת כהנים, המלאך הגואל און ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה, זי האט געוואונטשן מיט גאר א זעלטענער שפראך און שיינע לשונות, און ווען כ'האב נאר געבעטן האט זי געוואונטשן. עס האט זיך אבער אפגעשטעלט ביי דעם, און טראץ איר נאטירליכע מוטערליכע זארג האט זי זיך געלייגט אין א זייט און נישט געפרעגט קיין פראגעס נישט צו שווערער מאכן חלילה. מענטשן פרעגן מיר לעצטנס ווער זאגט אז דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג? ווער זאגט אז די עלטערן דארפן נישט וויסן אביסל מער? און מיין ענטפער צו דעם איז: לאמיר פרעגן דאס פארפאלק זעלבסט וויאזוי זיי פילן איבער דעם?! עס קען אפשר זיין אז ס'נישט אייביג אזוי, אבער ווי ווייט איך ווייס און האלט מיט, איז דאס נישט ממש די בעסטע זאך פאר זיי. די עלטערן פילן אמאל אז די קינדער טוען גארנישט און מען דארף זיי דערמאנען צו טון מער, און דעריבער הערן זיי נישט אויף צו פרעגן וואס מען טוט און צי מ'טוט גענוג. אסאך יונגעלייט ליידן זייער פון דעם. אודאי קענען און זאלן די עלטערן מתפלל זיין און וואונטשן הארציגע ברכות וואס נאר א טאטע און מאמע קענען, אבער אויסער דעם זע איך נישט מיט וואס די עלטערן קענען דא עפעס צוגעבן. עס זענען שוין דא היינט ב"ה אן א שיעור ארגאניזאציעס און עסקנים וואס טוען אין דעם פעלד און העלפן ארויס מיט וואס נאר מעגליך, און צו האלטן אין איין פרעגן און מוטשענען טוט גארנישט אויף אויסער צולייגן נאך פרעשור און שוועריקייטן אויפן פארפאלק וואס איז שוין אזוי אויך גענוג געדרוקט. ילך אצל חכם וואס קען מען דערציילן איבער די ברכות פון צדיקים און גוטע אידן וואס מען האט באקומען במשך די יארן? אין צוגאב צום ורפא ירפא, האב איך אויך מקיים געווען דעם 'ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים', און במשך די יארן האב איך זיך אסאך געקוויטלט ביי צדיקים און רבי'ס. אלס באבובער חסיד ער אליין האט געווארט אסאך יארן אויף קינדער און ער איז גאר גוט באהאוונט אין דעם פעלד. ער האט אויך אסאך גוטע פארבינדונגען און אפענע טירן ביי די דאקטוירים. ער טוט אלעס אליין אויף דער אייגענער האנט און אזוי אן קיין פרסום האט ער שוין געהאלפן הונדערטער משפחות, קרייזן, חסי־ אידן פון אלע דים, ליטאים, אשכנזים און ספרדים וואס האבן שוין באקומען פון אים עצה ותושיה הרה"צ רבי אהרן יוסף האראנטשיק שליט"א האדמו"ר מראדאשיץ פרשת נשא תשפ״ג 37


איז בראש וראשון פארשטייט זיך געווען אדמור"י בית באבוב, אבער איך בין אויך בין געגאנגען צו פילע אנדערע אדמורי"ם א שטייגער ווי דער סקולענער רבי, דער טאהשער רבי, דער ישועת משה פון וויזניץ און דער בעל אריה שאג פון זמיגראד, זכר צדיקים לברכה. אויך האב איך נאך געהאט די זכיה אז דער ריבניצער רבי זאל מיר בענטשן. ביים ראש ישיבה פון לוצערן הרב קאפעלמאן זצ"ל, בין איך צוויי מאל געווען ווען ער איז געקומען קיין בארא פארק. דאס ערשטע מאל וואס כ'בין אריין צו אים האב איך אים געזאגט אז איך ווארט שוין אסאך יארן אויף קינדער, רופט ער זיך אן צו מיר: "עס איז נישט אזויווי דו מיינסט, דער אויבערשטער האט אן אנדערן חשבון מיט די יארן", און דערביי האט ער מיר גאר ווארעם אנגעוואונטשן. וואס ער האט געמיינט ווייס איך נישט, זיינע ווערטער האבן אבער גאר שטארק געווירקט אויף מיר און געברענגט א רואיגקייט. דאס צווייטע מאל וואס איך בין געווען ביי אים א קורצע צייט פאר זיין פטירה, האט ער מיר ווידעראמאל גאר ווארעם אנגעוואונטשן. ווי דערמאנט, בין איך געווען גאר אסאך ביי די באבובער רבי'ס, ביים פריערדיגן רב ז"ל בין איך געווען ביי יעדער געלעגנהייט, און ווי א טאטע האט ער אזוי הארציג געוואונטשן אז איך האב ממש געפילט ווי ער ווייטאגט מיין וויייטאג און שפירט מיט מיר, איך בין ארויסגעקומען פון דארט אויפגעפרישט און געשטארקט. אויך ביים רב ז"ל, כ"ק אדמו"ר רבי נפתלי, בין איך אסאך געווען. דארט איז שוין אבער געווען גאר עפעס אנדערש, איך בין אריבער ביי אים קאלטס און ווארעמס, עס זענען געווען צייטן ווען ער האט מיר געוואונטשן, עס זענען אבער אויך געווען זמנים וואס ער האט בשום אופן נישט געוואלט וואונטשן און פארשטייט זיך אז דאס איז געווען פאר מיר גאר שווער. איך האב געוואוסט אז ער איז ווי אן אורים ותומים און עס איז גארנישט קיין שפיל, איך האב נישט געוואוסט וואס וועט דא זיין. פון דער אנדערער זייט זענען געווען פארשידענע זאכן ביי אים וואס האבן מיר יא שטארק מחזק געווען. א ידיד מיינער איז געווען ביי אים גאר א נאנטער שטוב מענטש, און ווען ער האט מיר מזכיר געווען פלעגט ער זאגן קלאר אז פישל וועט נאך האבן קינדער. אין געוויסע צייטן ווען כ'האב געפילט אז כ'קען נוצן אביסל חיזוק, פלעג איך אים אנרופן איבערצוהערן גענוי די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט אז "פישל וועט נאך האבן קינדער", און דאס האט אריינגעבלאזן אין מיר אסאך האפענונג. עטליכע יאר צוריק, וואוינענדיג שוין אין ארץ ישראל, אין א ליל שבת חמשה עשר בשבט, האב איך געהאט א חלום ממש ווי בהקיץ, ווי איך בין זיך מזכיר ביי אים און ער זאגט מיר: "דו ווארטסט שוין טאקע לאנג אויף קינדער", און דערביי האט ער מיר טאקע אנגעוואונטשן. ביי הגה״ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בין איך געווען שוין מיט אסאך יארן צוריק, און ער האט מיר גאר פעסט געזאגט אז כ'וועל נאך האבן קינדער. ארויסגייענדיג פון דארט האב איך געפילט ווי די קינדער זענען שוין ממש דא, למעשה זענען אריבער אסאך יארן און גארנישט איז געווארן, בין איך ווידעראמאל אריין צו רבי יעקב מאיר, אבער דאסמאל איז דער נוסח זיינער געווען אינגאנצן אנדערש און ער האט מיר געזאגט אז כ'זאל מצדיק זיין אויף מיר דעם דין. כ'האב געפילט ווי איך טראג עס נישט אריבער, אבער פאר דער קומענדיגער שטיק צייט האב איך אנגעהויבן ארבעטן צו נעמען אויף זיך די גזירה פון הימל און אויב דאס איז דעם רצון ה' בין איך עס מקבל באהבה. נאך אפאר חדשים זיך ארומדרייענדיג מיט אזעלכע מחשבות, בין איך צוביסלעך צוריקגעקומען צו זיך און ווייטער ממשיך געווען מתפלל צו זיין. דאס קומענדיגע מאל וואס כ'בין אריין צו רבי יעקב מאיר מיט א שיינע פאר יאר שפעטער, האט ער מיר שוין ווידעראמאל גאר שיין אנגעוואונטשן און דאכט זיך אז ער האט מיר אפילו געזאגט אז כ'זאל אים רופן צום ברית. מייאש זיין! איר זאלט אייך נישט כמה פעמים בין איך געווען ביים גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל. ער האט מיר אנגעוויזן פארשידענע ענינים וואס מקיים צו זיין, ווי למשל די מצוה פון שליח הקן, ווי אויך האט ער מיר געזאגט אז איך זאל אנהייבן דרוקן חידושי תורה, און על פי דבריו האב איך אמאל ארויסגעגעבן א קונטרס אויף עבודת הקרבנות אויף וואס ער האט אפילו צוגעשריבן צו איינער פון די הסכמות בכתי"ק א שורה דברי ברכה. עטליכע יאר צוריק, וואוינענ־ דיג שוין אין ארץ ישראל, אין א ליל שבת חמשה עשר בשבט, האב איך געהאט א חלום ממש ווי בהקיץ, ווי איך בין זיך מזכיר ביי אים און ער זאגט מיר: "דו ווארטסט שוין טאקע לאנג אויף קינדער", און דערביי האט ער מיר טאקע אנגעוואונ־ טשן הרה"צ רבי פישל ביים אפנעמען מזל טוב בפנים מאירות פון די ילדי תשב״ר ביים וואכנאכט הרה"צ רבי פישל ביי הגה״ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט״א 38 פרשת נשא תשפ״ג


חיזוק אז ס'איז נאך דא האפענונג. אין אנהויב נאכן באקומען א ברכה פון א צדיק, בין איך געווען אזוי זיכער אז איך בין שוין א געהאלפענער, אויף אזוי ווייט אז ווען ס'איז אריבער א תקופה און די ישועה האט זיך פארזוימט האב איך אנגעהויבן צו פילן היפש צעמישט. וואס גייט דא פאר?! ביז איך בין אויפגעקומען מיט א מהלך אז הבטחות זענען נישט עפעס וואס דו גייסט ארויס דערמיט און דו האסט עס אין האנט, באקומען א הבטחה און געגאנגען ווייטער, דאס איז א געוויסער וועג פון המשכה אזויווי דאווענען. עבודת התפילה איז איין סארט וועג ממשיך צו זיין ישועות, און עס איז דא נאך א וועג וואס דאס איז ברכות פון צדיקים וואס איז אויך א געוויסער סארט אופן וויאזוי משפיע צו זיין אויף זיך ישועות, אבער דאס מיינט נישט אז דער צדיק זאגט צו און עס איז שוין זיכער אין די הענט. איך האב דאס איבערגעזאגט פארן משגיח הרה"צ רבי דן סגל שליט"א, און כ'האב באקומען זיין הסכמה דערויף. איך וויל דא באטאנען אז רבי דן איז נישט קיין מענטש וואס זוכט זיך ארויסצודרייען און ער וויל מאכן גוט פאר דעם צדיק אדער יענעם גדול וואס זייערע הבטחות איז ווי מ'זאגט נישט געלונגען און ער זוכט א געוויסן סארט תירוץ עס צו פארענטפערן, איך קען דעם משגיח נישט פון היינט און דאס איז נישט אים! אויב האט ער אנגענומען דעם מהלך איז פשט אז ער האלט טאקע אזוי און אז דאס איז דער ריכטיגער וועג וויאזוי דאס אנצוקוקן. וויאזוי איז מען דורך די ימים טובים, וויאזוי האט מען דאס געפראוועט? דאס איז בכלל נישט געווען גרינג, וויפיל מאל בין איך געשטאנען פאר די הייליגע טעג און כ'האב פשוט נישט געוואוסט וויאזוי איך גיי איבערלעבן אזא חודש תשרי, כ'האב שוין געוואלט האלטן נישט נאר ביי אתה הראת, נאר ביים קידוש פונעם חתן בראשית. איך פלעג טראכטן צו זיך, 'רבש"ע, אפשר מאכסטו שוין חודש חשון?!' איך האב ממש נישט געקענט זען וויאזוי איך וועל איבערלעבן א פסח צי א סוכות, יעדעס יאר ראש השנה בין איך געשטאנען מיט א פחד, 'רבש"ע וואס וועט זיין דאס יאר, צי וועל איך דאס יאר שוין זיין א געהאלפענער אדער חלילה נישט?'. דער אויבערשטער האט אבער געהאלפן אז ס'איז געקומען און געגאנגען און ס'איז גאנץ פיין געווען, עס איז נישט געווען אזוי געפערליך ווי איך האב גערעכנט. דער באשעפער געבט די כוחות דערצו און ס'קען אפילו זיין גאנץ געשמאק. בפרט אין די ימים נוראים ווען איך האב ב"ה באקומען א שטארקן טעם אינעם דאווענען, צי איז דאס ביי די יוצרות אדער ביי שמו"ע, איך האב פשוט ליב צו דאווענען. יעדעס מאל ווען מ'זאגט נאר 'ובכן תן פחדך' אדער 'ומלך על כל העולם כולו וכו', וידע כל פעל כי אתה פעלתו וכו' איז דאס ממש מורא'דיג, און אז מען האט נאר אינזין די ווערטער פילט מען ווי דאס צעגייט ממש אין די ביינער. אויסער דעם בין איך א בטבע א רואיגער און צופרידענער. אודאי איז דאס נישט אייביג אנגעקומען לייכט, און צי איך קען דען זאגן אז איך בין אייביג געווען פרייליך און אויפגעלייגט? זיכער אז נישט! אבער די פרייליכע נאטור מיט וואס דער באשעפער האט מיר געשאנקען האט זיכער אסאך צוגעגעבן זיך צו קענען האלטן אין דער יום טוב'דיגער שטימונג ווי ווייט מעגליך. באשעפער, פארוואס פונקט ביי מיר וואס טוט מען מיט דער ווייטאגליכער פראגע, פארוואס פונקט מיר? פארוואס בין איך דוקא אויסגעקליבן געווארן פאר דעם שווערן נסיון? איינער פון די גרויסע נסיונות ביי מיר איז געווען די מחשבה אז אפשר האט דער אויבערשטער פארגעסן פון מיר, אפשר איז מיין נאמען גאר ארויסגעפאלן פון זיין ליסטע. קעגן אזא סארט מחשבה האב איך כסדר גע'חזר'ט אן אויפהער 'אני מאמין שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הבריאים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים'. מיר פארשטייען טאקע נישט אלעס, אבער מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס ווערט געטון נאר דורך אים מיט א פונקטליכן חשבון פון אויבן. דאס זענען ווערטער וואס זאגן זיך אפשר גרינג, וויאזוי פירט מען דאס אבער אויס אויף למעשה? איך האב גענומען די ווערטער און איבערגע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, 'הוא בורא ומנהיג והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', יש מנהיג לבירה און יעדע זאך קומט מיט א פונקטליכן פלאן פון דעם פון אויבן! די זעלבע ווערטער פונעם אני מאמין האב איך געחזר'ט אזויפיל מאל בערך מיט זעקס זיבן יאר צוריק, ווען איינער פון מיינע שוואגערס פון אמעריקע איז געווען דא, זענען מיר געווען צוזאמען א שבת אין בני ברק. רבי חיים האט נאך דעמאלט געדאוונט אין לעדערמאן שול מיטן נץ, און מיר האבן געדאוונט מיט זיין מנין. נאכן דאווענען זענען מיר צוגעגאנגען צו רבי חיים פאר א ברכה. דארט איז געשטאנען מיינער א באקאנטער, איינער פון די נאנטע מקורבים, הגאון ר' אליהו מן שליט"א, און געזאגט פאר רבי חיים: "רבי! דער יונגערמאן ווארט אויף קינדער שוין אסאך יאר". ר' חיים איז דאן געזעצן און איך בין געשטאנען, און ער קוקט אזוי ארויף אויף מיר און רופט זיך אן: "יונגערמאן, איר זאלט אייך ניט מייאש זיין!" איך בין געבליבן שטיין ווי געלעמט, ס'איז געווען ממש מורא'דיג צו הערן פון רבי חיים אזעלכע ווערטער. ארויסגייענדיג לויפט מיר נאך אן עלטערער איד הרב ר' משה סמוטני, איינער פון די נאנטע שטוב מענטשן דארט, און זאגט מיר, "איך קען אייך ניט, אבער איר זאלט וויסן אז אזעלכע ווערטער פונעם רב האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, כ'זאג אייך זייט אייך נישט מייאש". ויהי לפלא. אן אנדער מאל ווען איך בין געווען ביי רבי חיים מיט הרבני הנגיד הרב ר' חנוך סגל שליט"א, האט ער מיר געגעבן א צוקערל וואס איך זאל אוועקלייגן פארן קינד. כ'געדענק שוין נישט גענוי צי ער האט דאס אליין געגעבן אדער האט מען אים געבעטן, דאס מאכט נישט אויס צופיל ווייל ווען ער וואלט נישט געהאלטן דערביי וואלט ער נישט געגעבן און אז ער האט געגעבן דאס צוקערל ווייזט אויס אז ער האט געהאט א סיבה דערצו. אז מ'רעדט פון ברכות, וויל איך צולייגן אז אין וויליאמסבורג וואוינט גאר א חשובע פרוי אן אלמנה הרבנית א. שלעזינגער תחי', איר מאן איז געווען א גרויסער ת"ח, און זי האט אסאך געדאוונט פאר אונז. זי האט א כח צו וואונטשן מיטן גאנצן הארץ און דער אויבערשטער הערט אויס אירע תפילות. נאך א פרוי איז דא, א פארצייטישע חשובע אידענע מרת רייכבערג אשת החסיד ר' מענדל רייכבערג ע"ה, וואס האט אויך אסאך געדאוונט פאר אונז. וויאזוי האט איר אנגענומען די אלע אפענע ברכות און הבטחות נאך וואס ס'איז אריבער אזויפיל יארן און מען האט נישט געזען די ישועה? איך האב דאס בעיקר גענוצט אויף פרשת נשא תשפ״ג 39


די קינדער האבן שוין אלע אויך קינדער בליעה"ר כן ירבו, איך האב געקענט גיין צו אלעמענ'ס שמחות און קיינמאל נישט געשפירט אז איינער נעמט מיר עפעס צו. דעס זעלבע איז אויך אין שטיבל צווישן חברים און ידידים, א יונגערמאן האט מיר געקענט קומען זאגן מיט א לייכטקייט אז ער האט געהאט א קינד און ס'איז נישט געווען קיין שום פראבלעם, איך האב אים געוואונטשן מזל טוב מיטן גאנצן הארץ, און דאס איז נישט געווען סתם געמאכט, איך פריי זיך באמת מיט יענעמ'ס שמחה. איך ווייס אז פאר אנדערע גייט עס שווער און איך קוק דאס נישט אן ווי מיין אייגענער קרעדיט, סך הכל בין איך א פשוטער איד, נאר געלויבט דעם באשעפער אז דעם נסיון האט ער מיר נישט געגעבן. וואס קען מען זאגן פאר די וואס האבן יא א פראבלעם דערמיט, בפרט ווען די משפחה נעמט זיך צוזאמען ימים טובים, שמחות וכו' און עס פרעגט זיך די שאלה פארוואס האט יענער יא און איך נישט? מען נעמט ארויס א גמרא מסכת יומא דף ל"ח און מ'ליינט פאר די הייליגע ווערטער פון חז"ל, 'אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו' — קיינער האט נישט אוועקגענומען מיינע קינדער און איך קען נישט אוועקנעמען יענעמ'ס, יעדער האט זיך זיין אייגן פעקל וואס איז פאר אים באשערט און דאס האט מיט קיין צווייטן גארנישט צוטון! אט די ווערטער האב איך כסדר גע'חזר'ט אן אויפהער ביז כ'האב געפילט ווי עס איז אריין אין מיר עס האט גערעדט צו מיין נשמה. דערביי וויל איך אבער באטאנען א וויכטיגע נקודה, פאר פסח האב איך גערעדט צו א יונגערמאן וואס ווארט שוין א שיינע פאר יאר פאר קינדער און ער גייט גיין עסן דעם סדר ביי די עלטערן, האב איך אים געזאגט אז זיין צוזאמען יום טוב מיט ברידער און שוועסטער איז טאקע זייער א שיינע זאך און בפרט אין אזעלכע מצבים איז זייער וויכטיג זיך נישט אויסצושליסן פון דער משפחה, אבער מיט דעם אלעם טאר מען נישט פארגעסן אז דער עיקר קשר דיינער איז נאר מיטן רבש"ע. אין דיין פריוואטע לעבן מיט דיינע אייגענע נסיונות האסטו גארנישט מיט זיי, דו האסט זיך דיין חשבון מיטן באשעפער און דיין ברודער/שוועסטער האט זיך זייערע חשבון, און עס האט גארנישט צוטון איינער מיטן צווייטן. זאגט מיר דער יונגערמאן אז ער האלט נישט ביי דער מדרגה און עס באדערט אים יא אז זיי האבן און ער נישט, צי מיינט דאס אז ס'פעלט אים עפעס אין זיין ערליכקייט און אז ער איז נישט ווי ס'דארף צו זיין? מיין תשובה אויף דעם איז געווען אן אויסדרוקליכער ניין! אויב קומט אריין א מחשבה וואס גייט דיר צעברעכן, איז דאס נישט פונעם באשעפער און דארט זאלסטו נישט גיין! חז"ל זאגן 'למה היו אמותינו עקרות שהקב"ה מתאווה לתפילתן של צדיקים' דער אויבערשטער ברענגט אונז די אלע נסיונות ווייל ער וויל מיר זאלן נענטער ווערן צו אים און נישט חלילה דאס פארקערטע. נאר א מחשבה וואס ברענגט גוטס איז א ריכטיגע מחשבה, יעדע סארט מחשבה וואס צעברעכט איז פאררעכנט ווי מחשבות זרות און דאס פירט נישט אויפן גלייכן וועג. וואס מען קען יא טון אז ס'טוט וויי, איז מען קען ברענגען דעם ווייטאג צום באשעפער, מ'קען רעדן צו אים אויף מאמע לשון, 'טאטע אין הימל איך גיי צו מיינע עלטערן צום סדר און עס טוט מיר וויי...' אז מ'וועט אזוי רעדן וועט מען זען ווי ס'וועט לייכטער ווערן. אויב קומט די שוועריקייט פון דער פרוי, דאן איז די ארבעט אביסל אנדערש. ערשט הער איר אויס, הער צו איר ווייטאג און געב נישט קיין מוסר אדער עצות. זי דארף בעיקר מ'זאל איר אויסהערן און געבן דאס געפיל אז זי איז בסדר מיטן ווייטאג, אויב זי וועט דוקא וועלן אן עצה וועט זי שוין וויסן וויאזוי צו בעטן דערויף. וויאזוי באגייט מען זיך מיט פראבלעמען און אומאנגענעמע סיטואציעס וואס קומען אונטער בשעת מעשה ביי דער סדר נאכט און דאס גלייכן? סוף מעשה במחשבה תחילה, אז מ'האלט פאר א סדר נאכט און מען איז נערוועז פון וואס קומט, איז די עצה מ'זאל דאס פון פריער דורכרעדן מיט דער בני בית און צוזאמען זען וואס זענען די שוועריקייטן און וואס מען קען טון וואס זאל העלפן לייכטער מאכן. עס גייט טאקע נישט ווערן פולקאם לייכט, אבער עטוואס וועט דאס זיכער לינדערן דעם צער און ווייטאג. למשל אויב שפירט מען אז זיצן נעבן די בני בית ביים סדר וועט דא עפעס העלפן, זאלסטו זיצן נעבן איר, און דאס זעלבע איז אויך פארקערט. די משלים מאכן נישט אויס, דער עיקר איז צו קומען אנגעגרייט מיט א פארטיגן פלאן וואס מען גייט טון צו פארגרינגערן, ווייל אז מ'גרייט זיך נישט צו פון פריער וועט זיין וואס אן אויפהער, ביז עס איז אריין אין מיר, מיין נשמה האט דאס געהערט און ס'איז געווארן ממש א טייל פון מיין וועזן. איך האב ממש געלעבט מיט דעם און איך קען זאגן מיט א פעסטקייט אז ווען נישט אט דעם אני מאמין וואלט איך זיך נישט געקענט האלטן אזויפיל יארן! נאכן ארויסגיין פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ווען ער האט מיר געזאגט אז כ'זאל מצדיק זיין אויף זיך דעם דין, איז מיר געווען זייער שווער. כ'האב דאן גענומען דעם פסוק אין פרשת נצבים און געהאלטן אין איין חזר'ן 'הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט קל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא' — דער באשעפער איז א קל אמונה, ער איז באגלייבט און אלעס וואס ער טוט איז ריכטיג. איך האב אנגעהויבן זאגן דעם פסוק איינמאל און נאכאמאל, ביז דאס איז אריין און כ'האב געשפירט א געוויסע סארט רואיגקייט. עס איז אריין אין מיר די ווערטער 'קל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא' דער באשעפער טוט נישט עפעס וואס איז נישט ריכטיג, און אויב האט ער דאס אויסגעוועלט פאר מיר נעם איך דאס אן באהבה. בכלל ווען כ'האב נאר געפילט אביסל שווער אויפן הארצן, האב איך גענומען סיי וועלכן פסוק אדער מאמר חז"ל וואס ברענגט ארויס א געוויסע נקודה אין אמונה און בטחון, און דאס איבערגעזאגט צו מיר אליין איינמאל און נאכאמאל. פאר וואכן און חדשים האב איך דאס איבערגעזאגט גייענדיג אין גאס, און נאך אזויפיל מאל חזר'ן גייט דאס אריין אין הארצן און עס רעדט צו דער נשמה. וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט די רחמנות בליקן פון באקאנטע? מען מאכט נישט דערפון קיין גרויסער עסק. עס איז טאקע נישט אייביג גרינג, מען שפירט אמאל פארשעמט אדער אפילו אנטוישט, אבער מען לייגט נישט דערויף קיין גרויס געוויכט נאר געגאנגען ווייטער און עס גייט אריבער. אייער שנעלער און קורצער ענטפער זאגט שוין אלעס. בעלי שמחה זאגן עדות ווי איר האט זיך באמת מיטגעפרייט ביי זייערע שמחות, וויאזוי באווייזט מען דאס? די פראגע קען איך נישט עכט ענטפערן, איך שפיר ווי דאס האט נישט מיט מיר, עס איז א מתנה וואס דער באשעפער האט מיר געשאנקען אז כ'האב אמת'דיג פארגינט מיטן גאנצן הארץ. אלע מיינע געשוויסטער האבן קינדער און האבן שוין חתונה געמאכט זייערע קינדער, און אויך ביי די ריקודין של ובתוך רבים אהללנו. ברית שמחה נאכ׳ן 40 פרשת נשא תשפ״ג


מיין מאמע ע"ה איז געווען גאר א ספעציעלע קלוגע פרוי, און זי האט בעצם געפירט די שטוב נאך מיין פאטער'ס פטירה אויף גאר א הויכן און דע־ רהויבענעם פארנעם. עס איז דא אסאך צו רעדן פון די זכרונות וואס כ'געדענק פון איר, אבער וואס כ'וויל דא ארויסברענגען איז דוקא עפעס וואס כ'געדענק נישט פון איר, דהיינו, אז איך געדענק נישט קיין איינמאל, אבער נישט אפילו איין איינציגע מאל, זי זאל אונז האבן געפרעגט וואס הערט זיך און צי ס'איז דא נייעס ס'וועט זיין און אלעס וועט ווייטער פארן די זעלבע. א יונגערמאן האט זיך אמאל באקלאגט אז זיין פרוי האט א פראבלעם אז יעדעס מאל ווען עס איז דא א משפחה שמחה קומט די באבע צו ביים סוף פון דער שמחה און וואונטשט איר אן ברכות בפני כל עם ועדה. עס איז איר זייער אומאנגענעם און זי פילט ווי עס הרג'עט איר אוועק. האב איך אים געזאגט ער זאל זאגן פאר זיין פרוי אז זי זאל אוועקגיין פינף מינוט פאר דער שמחה ענדיגט זיך, וועט זי זיך איינשפארן די ברכות פון דער באבע מיט דעם גאנצן עגמת נפש. עס איז א פשוטע עצה לכאורה, אבער דאס קומט נאר אויב מען האט א פלאן פון פאראויס וויאזוי מען גייט זיך ספראווענען מיטן פראבלעם. עס איז נישט אייביג גרינג ווען מ'טרעפט זיך משפחות צוזאמען, בפרט מיט די אלע פראגעס וואס ווערן געפרעגט בעיקר פון די יונגע קינדער, אבער מ'דארף וויסן וויאזוי דאס דורכצושטופן און געגאנגען ווייטער. פאר אן אנדערטהאלבן יאר צוריק האט א פלומעניק מיינער, א יונגעלע פון זיבן יאר אלט, מיר געפרעגט מיטן גאנצן קינדערישן תמימות, "דו האסט נאכנישט קיין קינדער אמת?" האב איך אים געזאגט, "ניין, כ'האב נאכנישט, בעט דעם אויבערשטן ער זאל מיר געבן". נאך א יאר ווען כ'האב געהאט דאס קינד, האב איך אים געזאגט, "נא, האסט געבעטן דעם אויבערשטן?!" וויאזוי קען מען זיך האלטן אזוי פעלזן פעסט נאך אזויפיל יארן, און נישט חלילה צוזאמברעכן ווען מ'גייט חלילה דורך א שווערן דורכגאנג אין לעבן? די ערשטע זאך וואס איז וויכטיג צו וויסן איז: אנגיין מיטן סדר היום! עס איז טאקע נישט אייביג אזוי לייכט, אבער עס איז ממש קריטיש וויכטיג. אין סיי וועלכן מצב מ'איז נאר, איז וויכטיג צו זען ווי ווייט מעגליך אנצוהאלטן מיטן געווענליכן רוטין. צי איז דאס גיין צו דער ארבעט אדער אין בהמ"ד מיט א חברותא, דער עיקר איז: געגאנגען! בשום אופן נישט בלייבן נאכגעלאזט אין שטוב. די שאלה שטעלט זיך אבער וויאזוי? וויאזוי קען מען זיך למעשה צוזאמנעמען מיטצוהאלטן מיטן סדר ווען דער קאפ איז ממש נישט דא? ר' פישל קומט אריין זייער קלאר: "מען דארף וויסן אז דאס איז פשוט פיקוח נפש! אז מען קוקט דאס אזוי אן, וועט מען זיך גרינגער קענען האלטן צום סדר היום פחות או יותר. ביי קיינעם הייבט זיך עס נישט אן מיט א החלטה אז דאס איז עס, מען געבט אויף און פארטיג. געווענליך הייבט זיך עס אן מיט איין טאג אויפאמאל ווען מ'שטייט אויף אין א שווערער גוסטע און מ'טראכט צו זיך אז ס'איז נישט געפערליך אז איך וועל בלייבן פאר איין טאג אין שטוב, וואס קען שוין זיין. אויב ווייסט ער אבער מלכתחילה אז אויב מאכט זיך אזעלכע טעג צו אפט דאן איז דאס א קאטאסטראפע, דאן איז דער צוגאנג צו דעם אינגאנצן אנדערש. יא, עס קען טאקע זיין אז עס איז היינט אביסל א שווערער טאג און עס גליסט זיך פשוט צו אנטלויפן פון דער מענטשהייט, אבער אויב וועט מען אין אכט נעמען די קאנסענקווענצן וואס דאס קען ברענגען, וועט מען לפחות טראכטן צוויי מאל איידער מען בלייבט נאכגעלאזט אין שטוב. איך רעד דא פון מיין אייגענע ערפארונג. וויפיל מאל האט זיך געמאכט אז איך האב זיך פשוט נישט געקענט צוזאמנעמען און כ'האב געפילט ווי דאס לערנען גייט נישט, אליין האב איך געקענט זיצן און קלאצן, מיין קאפ איז פשוט נישט געווען, איך וואונטש נישט פאר קיינעם דאס צו פארזוכן, אבער אויב בין איך געגאנגען אין ביהמ"ד מיט א חברותא איז אלעס געווען אנדערש. איך זאג נישט אז ס'איז גרינג, כ'ווייס אז ס'קען זיין זייער שווער, אבער דער אנדערער וועג איז נאך שווערער. בשום אופן נישט נאכלאזן פון די יסודות'דיגע זאכן ווייל אז מ'הייבט אן נאכצולאזן אפילו נאר מיט אביסל, זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואו דאס קען צוברענגען. ווי קען מען דאווענען מיט ישוב הדעת ווען פון צער און ווייטאג איז דער קאפ פשוט נישט דא? פירוש המילות איז טאקע נישט אייביג געגאנגען, אבער אין דעם ענין פון תפילה איז דא נאך א חלק וואס איז 'זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן באשעפער', ווי דער רמב"ן זאגט, אז דער עיקר תפילה איז בעת צרה, דאס הייסט אז ווען מ'זאגט 'יענך ה' בעת צרה' האב איך נישט נאר ארויסגעזאגט די ווערטער מיטן מויל, נאר כ'האב געברענגט די צרה פארן באשעפער, אזויווי מען טיילט מיט די צרה מיט א נאנטן פריינט, מען נעמט דאס אראפ פון זיך און מען ברענגט דאס פארן באשעפער. דאס זעלבע איז מיט הודיה 'הודו לה' כי טוב', עס איז נישט נאר ווערטער, נאר עס ברענגט מיין הודיה צום בורא כל עולמים. פרשת נשא תשפ״ג 41


צו געבן די האנט פאר טויזנטער מענטשן נאכאנאנד אן קיין אפשטעל איז אפשר נישט אזוי לייכט פיזיש, עס איז אבער זיכער ווערד געווען. די אלע ברכות וואס אידן האבן אזוי הארציג געוואונ־ טשן האבן דערוואר־ עמט מיין הארץ עס קען זיך דאכטן אז פירוש המילות איז דאס גאנצע דאווענען, אודאי איז דאס א גרויסער חלק, אבער דאס איז נישט אלעס. תפילה איז אן ענין פון האבן א קשר מיטן באשעפער, מ'וויינט זיך אויס און מ'פילט צו אים א נאנטקייט, מ'האט א נאנטע שייכות מיטן באשעפער. מענין לענין, פאר צוויי יאר צוריק בין איך געווען אין ליזענסק אלס טייל פון א נסיעה צו מקומות הקדושים. כ'בין אנגעקומען דארט אינמיטן נאכט און גלייך בין איך אריין אין ציון, קיין מענטש איז נישט געווען דארט און כ'האב געפילט ווי ס'איז א גוטע געלעגנהייט מתפלל צו זיין. כ'האב אנגעהויבן מיט תהלים ווי געווענליך, און נאך א קורצער צייט האב איך געפילט ווי דאס הארץ עפנט זיך ווי קיינמאל פריער, די אויגן זענען פייכט געווארן, כ'האב געלייגט דאס תהילמ'ל אין א זייט און געבליבן אזוי נאר מיר מיטן באשעפער פאר איבער צוויי שעה! ארויסגייענדיג פון אוהל האב איך געפילט ווי ס'איז מיר לייכטער געווארן אויפן הארצן. דאס איז נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב זיך משתטח ביי קברי צדיקים, כ'בין שוין געווען אסאך אויף מקומות הקדושים בכלל און אין ליזענסק בפרט, אבער איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס איך זאל האבן אזוינס געשפירט. דאס איז געווען א מורא'דיגע הרגשה פון נאנטקייט און קרבת אלוקים, און כ'האב געפילט ווי דאס איז א תפילה וואס האט זיכער געשפאלטן אלע הימלען. מזל טוב! א יונגל! מיטוואך י"א טבת תשפ"ג ביינאכט. געציילטע מינוטן האט געדויערט, און דאס בילד ווי איר האלט דאס ניי נארוואס געבוירן קינד איז פארשפרייט געווארן אין דער גאנצער אידישער וועלט. וואס קענט איר זאגן איבער יענע גליקליכע מאמענטן? עס איז נישט שייך צו שילדערן וואס דאס מיינט צו האלטן אן אייגן קינד אויף די הענט, דאס זענען הרגשים וואס זענען פשוט אוממעגליך ארויסצוברענגען. איך האלט מיין קינד און איך זאג אים, "דו ביסט א מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן!" עס ענדיגט זיך נישט, איך קען אים דאס איבערזאגן איינמאל און נאכאמאל, "דו ביסט א מתנה, א מתנה פון הימל!" אויב קענט איר אונז שילדערן אין קורצן, וויאזוי איז אריבער אויף אייך די דערהויבענע וואך פון די ימי שמחה? 'אומבאשרייבליך' איז דא דאס פאסיגסטע ווארט, אנגעהויבן מיטן לחיים ליל שישי אין ביהמ"ד ברכת מנחם, עס האט דארט געהערשט א זעלטענע דערהויבענע שטימונג, דער עולם איז זיך געקומען מיטפרייען מיט אפענע הערצער און די שמחה האט מען געקענט ממש טאפן מיט די הענט. דערנאך דער שלום זכר מיטן ריזן ציבור פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען. קיינער האט זיך נישט גערעכנט אויף אזא עולם אויסער מיין פלומעניק האברך היקר בעל הכשרון ר' יחיאל זילבער הי"ו, וואס האט דאס יא פאראויסגעשאצט און האט אין דער לעצטער מינוט אריבערגעפירט דעם שלום זכור צו א גרויסן חתונה זאל דא אין געגנט. צו געבן די האנט פאר טויזנטער מענטשן נאכאנאנד אן קיין אפשטעל איז אפשר נישט אזוי לייכט פיזיש, עס איז רבי פישל ביי זיין רירנדע דרשה ביים גרויסן וואכנאכט ביים ברית אין א טאנץ מיטן משגיח רבי דן שליט״א נאכ׳ן ברית 42 פרשת נשא תשפ״ג


ער פירט פורים א סעודה אינעם קעלער פון זיין שול. די סעודה נעמט פונקטליך א שעה, און ביי אים א שעה איז א שעה נישט מער און נישט ווייניגער. איך האב זיך גלייך ארויפגעכאפט דערויף און פון דעמאלט בין איך געווען דארט יעדעס יאר. דאס ערשטע מאל וואס כ'בין געגאנגען אהין איז געווען אין יאר תשנ"ז און ער איז אוועק תשנ"ט, דריי יאר האב איך מיטגעהאלטן זיין פורים סעודה און דאס איז געווען פון מיינע שענסטע שעה'ן פונעם פורים. ער פלעגט דארט זיצן אנגעטון מיט א שטריימל און שמועסן און זינגען, ס'איז געווען ממש מורא'דיג. הכלל, נאך דער פורים סעודה האב איך זיך מזכיר געווען אז איך האב נישט קיין קינדער שוין אסאך יארן און איך האב אים געבעטן א פלעשל וויין. אויפן טיש זענען געווען פיל האלבע פלעשער איבערגעבליבענע שיריים פון דער פורים סעודה, האט ער מיר געגעבן איינער פון די פלעשער און געזאגט, "פון דעם וויין זאלסטו טיילן ביים ברית פון דיין קינד"... קומענדיגע יאר בין איך נאכאמאל געווען ביי דער פורים סעודה און ער האט מיר ווידעראמאל געגעבן א האלבע פלאש צו טיילן ביים ברית. דאס דריטע יאר איז געווען דאס לעצטע יאר פאר זיין פטירה, און די זעלבע זאך האט זיך ווידעראמאל איבערגעשפילט, אזוי בין איך געבליבן מיט דריי האלבע פלעשער וויין וואס איך האב געהאלטן שטארק פארמאכט און דאס שפעטער מיטגענומען קיין ארץ ישראל און ב"ה דער אויבערשטער האט געהאלפן און דאס איז די וויין וואס מ'האב געטיילט ביים ברית. קענט איר אונז איבערזאגן אן אינטערעסאנטע ברכה וואס איר האט באקומען במשך די ימי השמחה? אידן האבן געוואונטשן גאר שיינע ברכות, בשעת מעשה האב איך אינזין געהאט אראפצושרייבן אפאר שיינע געדאנקען פון וואונטשן וואס האבן מיר באזונדער געכאפט, כ'האב דאס אבער אפגעלייגט אויף שפעטער און דערנאך פארגעסן דעם פונקטליכן לשון. אין אלגעמיין קען מען זאגן אז אידן וואונטשן גאר שיין מעומק הלב, און כ'האב געוואלדיג מחשיב געווען יעדע איינציגע ברכה אן קיין אויסנאם. לויט ווי איר קוקט דאס אן, וואס האט געצויגן טויזנטער מענטשן אנטיילצונעמען אין אייער שמחה? אזויפיל מענטשן מאכן ליידער מיט שוועריקייטן און ווארטן אויף ישועות, אויתיה", מיט די ראשי תיבות פון אש"ב, א'מונה ש'מחה ב'טחון. וואס ליגט אונטער דעם? דער געדאנק קומט פון א שמועס וואס כ'האב געהאט פאר יארן צוריק מיט הרה"צ רבי דניאל פריש זצ"ל דער בעל מתוק מדבש, פריוואט ביי אים אין שטוב. בתוך הדברים האב איך אים דאן געפרעגט אויב איך מעג רעדן פון אמונה און בטחון אפילו אויב איך האלט נישט אויף דער מדריגה. ער האט מיר געענטפערט "פה אשב כי אויתיה, אש"ב איז ר"ת אמונה, שמחה און בטחון, פון די זאכן מעג מען רעדן אפילו מ'האלט נישט דערביי, און אז דו וועסט שטענדיג רעדן דערפון וועסטו שוין צוקומען דערצו". אין אנו מספיקים להודות וואס קען מען דערציילן איבער דעם גרויסארטיגן ברית? דער ברית איז ברוב חסדי ה׳ פארגעקומען אין סקווירא שול ויקרא שמו בישראל אלתר יצחק אייזיק, נאך מיין טאטן ז״ל. דער מעמד הברית איז אין מיינע אויגן געווען א גרויסער מעמד קידוש ה' וואו הונדערטער אידן האבן צוזאמען אויסגעשריגן שמע ישראל און ה' מלך און דערנאך די י"ג מידות של רחמים וואס דער משגיח רבי דן שליט"א האט איינגעפירט צו זאגן ווען ער איז סנדק ביי א ברית. דאס התעוררת איז געגאנגען עד לב השמים. דערנאך איז פארגעקומען די פרייליכע סעודת ברית מיט די געהויבענע טענץ. אויף דעם אליין אז עס איז אריבער אזא שיינע שמחה איז אין אנחנו מספיקים להודות. וויפיל מ'וועט נאר שילדערן די גאנצע שבעת ימי השמחה וועט זיין צו ווייניג. די פענע איז צו ארעם ארויסצוברענגען אלעס וואס איז פארגעקומען ביי די אלע הייליגע מעמדים וואו עס האט זיך געגאסן הויפנס פון קרבת אלוקים, דביקות און שמחה, באגלייט מיט טרערן פון שבח והדאה צום הייליגן בורא כל עולמים על כל החסד אשר עשית עמדי. ביי דער סעודת ברית האט מען ארומגעטיילט וויין פון רבי אביגדור מיללער, ווי קומט דאס אהער? עס איז געווען א תקופה ווען איך פלעג אסאך גיין צו די שמועסן פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל, אסאך אידן פלעגן דארט אהינגיין און איך בין געווען א טייל פון זיי. איין טאג האט מיר א חבר געזאגט אז אבער זיכער ווערד געווען. די אלע ברכות וואס אידן האבן אזוי הארציג געוואונטשן האבן דערווארעמט מיין הארץ. אויפצומארגנס איז געווען דער שלש סעודות אינעם שטיבל דא אין באבוב 45 וואו כ'האב געהאט די געלעגנהייט ארויסצוברענגען מיינע דאנקבארע געפילן פאר דער גאנצער קהילה ובראשם דעם חשובן דיין שליט"א, פארן צושטעלן אזא ווארעמער מקום וואו כ'האב געפילט אז איך בין דא נישט אליין, נאר ווי איין גרויסע משפחה. דער אטמאספער איז געווען מורא'דיג און מען האט ממש געשפירט די השראת השכינה. דערנאך זענען געווען די פייערדיגע טענץ וואס האבן אנגעהאלטן פאר קרוב צו צוויי שעה, ווען דער גאנצער עולם האט זיך ממש געהויבן אין די לופטן. נאכן מיטפילן און איינרייסן פאר אזויפיל יארן, האט יעדער געשפירט ווי דאס איז זיין פערזענליכע שמחה. דארט האב איך ארויסגעברענגט מיין התפעלות אז נישט נאר וואס 'איך' האב זיך נישט מייאש געווען, נאר אויך דער גאנצער ציבור האט זיך נישט מייאש געווען פון מיר, עס האלט שוין ביי אזויפיל יאר און מען האט מיר נאכאלץ אינזינען געהאט. נאר לעצטנס האבן די יונגעלייט פון שטיבל אויסגעצאלט א טיקעט פאר א יונגערמאן צו פארן ספעציעל קיין אמעריקע אויף ל"ג בעומר אהין און צוריק נאר כדי מזכיר צו זיין מיין נאמען ביים ציון פונעם באבובער רב ז"ל, וואו עס איז לעצטנס נתפרסם געווארן אלס א מקום פון ישועות כידוע. איך האב גארנישט געוואוסט דערפון בשעת מעשה, הערשט שפעטער בין איך געוואויר געווארן און עס האט מיר מורא'דיג בארירט. נאך א זאך איז מיר געווען אינטערעסאנט, רעדנדיג ביים שלש סעודות האב איך דערציילט אז בשעת'ן עולה זיין לתורה פלעג איך אסאך מאל טרעפן פארשידענע שיינע סימנים אין דער פרשה פון מיין עליה און כ'האב דאס גענוצט אויף צו מתפלל זיין אז ס'זאל טאקע זיין סימנא מילתא היא. שפעטער זאגט מיר דער בעל קורא, "דו זאלסט וויסן אז דו ביסט נישט געווען דער איינציגסטער צו כאפן אט די סימנים, בשעת דיין עליה ווען דו האסט געהאט די כוונה און געדאוונט, האבן מיר אלע, וואס זענען געשטאנען ארום די בימה, אויך געמערקט די סימנים און מתפלל געווען מיט דיר אינאיינעם". אויף די מודעות פון דער שמחה איז געשטאנען דער פסוק "פה אשב כי פרשת נשא תשפ״ג 43


הדן דין אמת איבערן קשר מיטן משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א | "דער משגיח האט אונז באגלייט אויף א געוואלדיגן פארנעם כרחם אב על בנים" שמועסנדיג מיט ר' פישל, איז שטארק קענטיג דער נאנטער קשר מיט וואס ער איז פארבינדן צו הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, באקאנט אלס דער משגיח. עס גייט נישט אריבער מער ווי געציילטע מינוטן אן דעם וואס ר' פישל זאל נישט אויף עפעס אן אופן דערמאנען זיין רבי'ן און מורה דרך דער משגיח שליט"א. מיר בעטן פון ר' פישל צו הערן מער איבער דער ראלע וואס דער משגיח האט געשפילט אין זיין פערזענליכע לעבן, און ר' פישל ענטפערט גערן: מיין קשר מיטן משגיח שליט"א גייט שוין אן באלד דרייסיג יאר, פון ווען איך האב זיך דאס ערשטע מאל באגעגנט מיט אים ביי איינעם פון זיינע באזוכן אין אמעריקע אין יאר תשנ"ז, און דאס איז געווען פאר מיר א געוואלדיגע מתנה פון השי"ת. דאס האט מיר געגעבן די כוחות און שטארקייט צו קענען אנגיין ווייטער אינעם לאנגן וועג. זיין דאווענען און זיינע ניגונים, און בכלל אלעס וואס ער האט אונז געלערנט, איז געווען פאר מיר און מיין ווייב א שטארקער קוואל פון אמונה און בטחון, וואס האט אריינגעדרינגען טיף טיף אין אונז און געהאט אויף אונז א געוואלדיגע השפעה, איך האב געפילט ווי מיין נשמה הערט. דער משגיח איז א באדייטנדער טייל אין אונזער לעבן. מערערע מאל בין איך געקומען צופארן קיין ארץ ישראל זיך דורכצושמועסן און נעמען פון אים הדרכה און חיזוק, ווי אויך עצה ותושיה וואס האט אונז גאר שטארק געהאלפן אין אלע ענינים. ער האט אונז באגלייט אויף א געוואלדיגן פארנעם ממש כרחם אב על בנים. איינער פון זיינע שטארקע יסודות וואס איז מיר אריין אין די ביינער, איז צו לעבן מיטן ערשטן אני מאמין 'שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', און דאס נישט נאר ארויסזאגן מיטן מויל, נאר ממש לעבן דערמיט אויף אן אמת. מ'דארף דאס וויסן אז דער בורא כל העולמים איז אן עכטע זאך וואס עקזיסטירט אין דער ווירקליכקייט. אין א פריוואטן שמועס מיטן משגיח, האט ער מיר אמאל געזאגט אז ווען מ'גייט אין דער גאס זאל מען דאס אויסנוצן צו דאנקען און בעטן, בעטן און דאנקען. כ'האב טאקע אסאך גענוצט דאס ווארט דורכאויס די יארן. ביי דער שמחה האב איך געהאט די זכיה אז דער משגיח האט דאס מיטגעלעבט, איך האב אים מכבד געווען מיט סנדקאות און שפעטער בשעת'ן טאנצן איז ער געווען ממש אין די לופטן פון התרגשות און געטאנצט ממש ווי א יונגערמאן, כן יאריך השי"ת ימיו ושנותיו בנעימים. אייינע פון די שטארקע זאכן וואס כ'האב פונעם משגיח, איז די תנועה וואס ער האט פארפאסט אויף די ווערטער 'ועונה לעמו ישראל בעת שועם אליו' — ווערטער וואס האבן ממש ארויסגעשריגן ווי פון זיך אליין אז דער באשעפער איז דא, מ'קען רעדן צו אים, און יא, ער ענטפערט! ס'קען טאקע נעמען אמאל לאנג און צומאל זייער לאנג, אבער נאך פיר און דרייסיג יאר פון תפילות האב איך זיך אויפגעשטעלט ביי דער ברית סעודה און געזינגען פארן גאנצע ציבור אט די תנועה'לע וואס מיינט דא אזויפיל, "העונה לעמו ישראל בעת שועם אליו"... וואונטשט דעם בעל שמחה רבי פישל נאכ׳ן ברית דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט״א 44 פרשת נשא תשפ״ג


און אין א געוויסן זין געבט דאס אריין אין זיי פרישע כוחות אז מען זעט אז עס איז נאך דא האפענונג און א איד איז געהאלפן געווארן נאך אזויפיל יארן, ממילא קומט מען צוגיין און מ'וויל דאס אליין מיטלעבן. אידן זענען זיך געקומען מיטפרייען און זען ווי דער אויבערשטער העלפט, מ'זעט ווי דער באשעפער איז דא און ער לעבט, אידישקייט איז נישט קיין פארשלאפענע זאך, דאס איז עפעס וואס לעבט, און יא! מ'קען לעבן דרייסיג יאר מיט א נסיון און נישט צוזאמברעכן נאר בלייבן שטארק און ערליך. מ'דארף נישט ווערן צעקלאפט, מ'קען האבן שווערע דורכגענג און נאכאלץ בלייבן אינגאנצן נארמאל. הערט איר צוריק פון מענטשן וואס האבן באקומען חיזוק פון אייער שמחה? מ'הערט צוריק פון אן א שיעור אידן וואס האבן געשעפט חיזוק פון דער שמחה, און נישט נאר אין דעם ענין פון קינדער, מענטשן האבן גענומען חיזוק אויך אין אנדערע ענינים, צי איז דאס שידוכים, פרנסה, טרעפן א דירה וכדומה. מ'קומט צו מיר כסדר, מען קלינגט אדער קומט מען צו מיר אין שטוב אריין, עס זענען ליידער דא אסאך מיטגעמאכטע מענטשן אויף דער וועלט. ליידער צופיל... עס זענען אויך דא אידן וואס זענען געהאלפן געווארן אדאנק דער שמחה, עס האט אריינגעבלאזן אין זיי הויפנס פון חיזוק און זיי האבן פון פריש אנגעהויבן טון דאס השתדלות פאר זייער ישועה מיט א נייעם קוואל פון אמונה און בטחון, און דער באשעפער האט זיי ב"ה געהאלפן. א איד איז געקומען צו מיר זייער פארקלעמט אז ער האט אפאר קינדער וואס שטייען בגיל השידוכים און גארנישט רוקט זיך נישט, און אלע זענען שטארק צעבראכן פון דעם רח"ל. איך האב געטראכט צו מיר, 'רבש"ע, וואס קען איך טון פאר דעם איד? וויאזוי זע איך אים ארויסגיין פון מיין שטוב פרייליך?!' טראכטנדיג אזוי זאג איך אים, "איך וויל אייך עפעס בעטן, אפשר זענט איר מסכים צו זאגן מיט מיר פינף מאל דעם ערשטן אני מאמין?" ער האט מסכים געווען און מיר האבן ביידע צוגעמאכט די אויגן און געזאגט ווארט ביי ווארט מיט ישוב הדעת פינף מאל 'אני מאמין שהבורא ית"ש בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים'. מיר האבן געענדיגט און דער איד איז ארויס אביסל געשטארקט. קוים דריי וואכן איז אריבער און ער קלינגט מיר מיט א געוואלדיגער שמחה, "ב"ה איך האב א שידוך געטון מיט מיין קינד מיט גאר א גוטן שידוך א שידוך לכתחילה". אז מ'רעדט צום רבש"ע און מ'נעמט אים אריין אין בילד זעט מען ישועות. צום שלוס, וואס קען מען זאגן פאר די אלע מיטגעמאכטע אידן וואס ווארטן אויף א גאנצער ישועה, יעדער איינער מיט זיין פעקל? ר' פישל'ס קול שטיקט זיך: טייערע אידן, מיר האבן א טאטע אין הימל, ער איז אן אב הרחמים וואס האט רחמנות אויף אונז בלי גבול. איך קוק זיך אום אויף מיין קינד און איך טראכט צו מיר צי וואלט איך דען נישט געטון אלעס וואס כ'בין נאר ביכולת אז ס'זאל אים זיין גוט און פיין?! דער באשעפער איז דאך הטוב והמטיב און דער בעל היכולת, עס איז נישטא קיין שום זאך אין דער וועלט וואס שטעלט אים אפ, קען ער דען נישט צושטעלן דאס ביסל געלט וואס אידן דארפן אויף צו קענען לעבן מיט ישוב הדעת?! קען ער דען נישט אלעמען אויפרעכטן מיט ליכטיגע קינדערלעך?! האלט אים דען עפעס אפ פון אויסהיילן סיי וועלכע סארט קרענק?! ער איז דאך אונזער טאטע וואס מיינט נאר אונזער גוטס, איז פארוואס טוט ער דאס נישט?! נאר די תשובה שרייט זיך אויס ווי פון זיך אליין, ווייזט אויס אז צו קענען לעבן א לעבן מיטן באשעפער מיט א פעסטע אמונה און בטחון ווי ס'דארף צו זיין, איז אסאך מער ווערד פון אט די אלע זאכן ביום שכולו ארוך! מ'דארף בעטן פאר ישועות ווייל דאס איז דער רצון ה' אז מ'זאל מתפלל זיין צו אים, אבער א ריכטיגע לעבן מיט אמונה און קרבת אלוקים איז מער ווערד פון אלעם. דאס מיינט נישט אז א מענטש דארף פארשטעקן זיין צער, אדרבה, אז מ'פילט ווי ס'טוט וויי זאל מען זיין אפן דערמיט, מ'זאל רעדן פון דעם און זאגן פארן באשעפער "רבש"ע איך האב צער", עס איז נישט קיין שום בושה, עס האט נישט מיט זיין גוט אדער שלעכט און עס האט אויך נישט מיט דיר. אז ס'טוט וויי קען מען זאגן אז ס'טוט וויי, מ'דארף נאר וויסן אז אלעס קומט דירעקט פון הימל, ער איז דער וואס פירט אלעס מיט א פונקטליכן פלאן. אז מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו לעבן מיטן באשעפער שהוא בורא ומנהיג לכל הבריאים, איז דאס דער וועג וויאזוי דורכצוגיין די אלע שווערע נסיונות! דאס איז סך הכל פשוטע א-ב, דער ערשטער אני מאמין, שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הבריאים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים עס איז דא א באשעפער וואס פירט דער וועלט. איך בין זיכער אז סיי וועלכער איד וואס וועט נעמען אט דעם אני מאמין און דאס איבערזאגן זעקס זיבן מאל, זאל ער זיין געמאכט פון שטיין, וועט ער זען ווי ער הייבט אן צו ווערן רואיג. איך וויל דערביי באטאנען, אז כ'וויל חלילה קיינעם נישט וויי טון טאמער איינער שפירט ווי ער האלט נישט דערביי, כאילו איך רעד דא פון גרויסע מדרגות. איך וויל זאגן אז בתוך עמי אנכי יושבת, כ'בין א פשוטער איד וואס האט זיך פרובירט צו שטארקן מיט אזא סארט מחשבה און אזא סארט געדאנק וואס איך האב אויך גענאשט פון אנדערע, איר קענט דאס אליין אויספרובירן וועט איר זען אז דאס זענען ממש פשוטע זאכן געאייגנט פאר יעדן איד באשר הוא שם! און הלואי שימלא ה' כל משאלות לבם של כל אחד ואחד לטובה ולברכה. האמת יאמר, מיר האבן אנגעגרייט א שטיקל עפילאג וואס זאל ארויספירן די ליינער פונעם שמועס, אבער נאך אזעלכע ווארעמע ווערטער פונעם בעל הנסיון וואס קומט דירעקט פון הארץ ארויס, איז יעדעס איבריגע ווארט א שאד... בלייבט נישט איבער מער ווי זיך צו באדאנקען פאר רבי פישל פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט, און מיר וואונטשן אים ער זאל זען אסאך נחת מיט הרחבת הדעת, און גאנץ כלל ישראל זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן מיט בני חיי ומזוני רווחי אמן. פרשת נשא תשפ״ג 45


די נייעס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם איבער אמעריקע און איבער דער גארער וועלט. פארשידענע מעיארן פון סיטיס איבער אמעריקע האבן אנגעהויבן ארויסשיקן איינלאדענונגען פאר מאסק אריבערצוקומען צו זיי אין שטאט און אנהייבן ארבעטן אויף פראיעקטן צו לעזן זייערע טראפיק פראבלעמען מיט זיינע אייגנארטיגע נייע פלענער. דורכאויס די יארן זענען ארויסגעגעגעבן געווארן פלענער פאר פילע שטעט וואו די פירמע האט געפלאנט אהערצושטעלן אונטערערדישע טונעלן פאר פובליק טראנספארטאציע. בעמק הבכא נישט צו לאנג האט געדויערט ביז די גראנדיעזע פלענער פון אילאן מאסק אן אפהאנדלונג איבער דעם רוסישן סייבער קריג וועלכער איז נישט אנגעקומען ווי ערווארטעט, טראץ אלע פאראויסשאצונגען און אנדייטונגען וואס האבן געצייגט די נאנטע ווארשיינליכקייט פאר אזא רעאליטעט מלחמת דוד בריסק הסייּבער 46 פרשת נשא תשפ״ג


די נייעס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם איבער אמעריקע און איבער דער גארער וועלט. פארשידענע מעיארן פון סיטיס איבער אמעריקע האבן אנגעהויבן ארויסשיקן איינלאדענונגען פאר מאסק אריבערצוקומען צו זיי אין שטאט און אנהייבן ארבעטן אויף פראיעקטן צו לעזן זייערע טראפיק פראבלעמען מיט זיינע אייגנארטיגע נייע פלענער. דורכאויס די יארן זענען ארויסגעגעגעבן געווארן פלענער פאר פילע שטעט וואו די פירמע האט געפלאנט אהערצושטעלן אונטערערדישע טונעלן פאר פובליק טראנספארטאציע. בעמק הבכא נישט צו לאנג האט געדויערט ביז די מלחמת גראנדיעזע פלענער פון אילאן מאסק הסייּבער סאך איז שוין געשריבן געווארן איבער דער א רוסלאנד-אוקראינע מלחמה. דער קאנפליקט וואס ציט זיך שוין פאר מער ווי א יאר, האט אויפגעדעקט פאר דער גאנצער וועלט אז דער גרויסער רוסישער באלאן איז נישט מער ווי הוילע לופט און די "קלוגע" פאראויסשאצער און זשורנאליסטן וועלכע האבן אומצוויידייטיג געשאנקען א גרינגן געווינס פאר רוסלאנד, האבן פעסט איבערגעטריבן. די עקספערטן האבן שוין פון לאנג אלע אויסגעטראפן תירוצים פארוואס עס איז למעשה נישט געשען דאס וואס מען האט זיך פארגעשטעלט, אבער מער איבערראשט פון אלע זענען געווען די סייבער עקספערטן. שוין לאנגע יארן וואס סייבער ספעציאליסטן זאגן פאר העקערייען און סייבער סאבאטאזש אלס א גרויסן פאקטאר אין בעפארשטייענדע מלחמות, בפרט ווען דער קריג נעמט אריין רוסלאנד — וועלכע האט זיך אין די פארגאנגענע יארן ערווארבן א נאמען אלס א גרויסער סייבער צרות-מאכער וואס האט שוין אנגעברענגט אסאך שאדן און קאפוויי מיט זייערע כסדר'דיגע העקערייען איבעראל ארום די וועלט. צו יעדנ'ס איבערראשונג, האט זיך דאס אבער בכלל נישט אפגעשפילט אין דער ווירקליכקייט. די גרויסע סייבער מלחמה וועלכע האט זיך דערווייל נישט באוויזן, איז פאר מאנכע געווען בלויז נאך א רינגעלע אין דער לאנגער קייט פון שלימזלנות און אומפראפעסיאנאלקייט פון דעם רוסישן מיליטער, טראצדעם שליסט עס אבער נישט אויס דעם פאקט אז עס איז נאכאלץ א וואפן וואס רוסלאנד פארמאגט און נוצט, און סיי ווען עס כאפט זיי אן, קענען זיי דאס ארויסנעמען און באדראען די מענטשהייט דערמיט. איז לאמיר טאקע כאפן א שטיקל אריינבליק אין דער רוסישער סייבער היסטאריע איבערן לויף פון די פארגאנגענע יארן אנבאלאנגט אוקראינע בפרט, צו פרובירן פארשטיין וואס עס קומט פאר ביי דער איצטיגער מלחמה, און בכלל אביסל מער ארויסצוהאבן און פארשטיין די רוסישע "סייבער ווארפעיר" ווי סייבער מלחמה ווערט אנגערופן, און וואס די צוקונפט קען ברענגען מיט זיך אין דעם הינזיכט. דער זייגער האט געוויזן אויף 15:3 נאכמיטאג. דער וועטער איז געווען גאר קאלט און א פראסטיגער ווינט האט געשמיסן אין פנים. אנדרעי, אן איינגעשטעלטער אין דער Prykarpattyaoblenergo פאוער פירמע אין מערב אוקראינע, איז נארוואס ערשינען צו זיין שיפט, עטליכע מינוט נאך דער צייט, איבערנעמענדיג אלעקסאנדער וועלכער האט קוים געקענט אויפהערן שרייען פארוואס ער איז געקומען שפעט און אים איבערגעלאזט אליין מיט די שווערע ארבעט. עס איז געווען דעצעמבער 23 אין יאר 2015 .די שטימונג אין אוקראינע יענע פארגאנגענע יאר איז געווען גאר אנגעצויגן און שפאנענד, ווען אין יאר 2014 איז קרימיע אפיציעל אנעקסירט געווארן דורך רוסלאנד. פאר די ארבעטער אין אוקראינע האט אבער די נייעס קיין גרויסן חילוק נישט געמאכט, און די ארבעט איז געבליבן די זעלבע שווער און אויסמאטערנד. פרשת נשא תשפ״ג 47


איז פארלאשן אן קיין מעגליכקייט עס צו אקטיוויזירן. בלויז א שעה און א האלב איז פאריבער פון ווען די דראמא האט זיך אנגעפאנגען. די העכערע פענסטערס זענען שוין איינגעמאלדן געווארן און גרויסע קעפ זענען שוין געווען פארמישט אין דער סיטואציע, ברעכנדיג קאפ וואס עס האט דא געקענט פאסירן. מיטאמאל איז א ספעציעלער מאלוועיר פראגראם אקטיוויזירט געווארן אויף די קאמפיוטערס, און עס האט אנגעהויבן אויסמעקן אלע הארד דרייווס, דערביי קראכנדיג די קאמפיוטערס איינס ביי איינס, אן קיין וועג עס צוריק אנצוצינדן... די טעלעפאן ליניעס ארבעטן נישט אין דער אומגעגנט ארום זיצן פילע איינוואוינער, פארפרוירן און קאלט אן קיין הייצונג און עלעקטריק, און זיי פרובירן אריינצורופן די פאוער פירמע צו באריכטן אויף אן אויסשאלטערונג, אבער די טעלעפאן ליניעס ארבעטן נישט. מען קען נישט אנקומען צו דער פירמע. די איינוואוינער ווייסן נישט אז אין דער זעלבער צייט וואס זיי פרובירן אהיימגיין, "עפעס שרעקעדיג האלט אינמיטן פאסירן"... צוזאמען זענען זיי געשטאנען און געקוקט ווי דאס מייזל רוקט זיך מיט א שנעלקייט, אויסלעשנדיג סיסטעם נאך סיסטעם, דערביי איינהילנדיג די גאנצע אומגעגנט אין א טאפנדיגער פינסטערניש. א מינוט איז פארביי, און דער קאמפיוטער איז פארשלאסן געווארן. פון צוריק עפענען דעם קאמפיוטער איז קיין רעדע נישט געווען, נאך וואס דער פעסווארד איז געטוישט געווארן, איבערלאזנדיג די ארבעטער דערשראקן אן קיין מעגליכקייט צו זען וואס עס קומט פאר. נאך פאר זיי האבן געהאט א געלעגנהייט צו פרובירן רופן פאר הילף, זענען שוין דערשראקענע קולות געהערט געווארן פון פילע טישן אין דעם בנין. די הייפעלע ארבעטער וועלכע זענען יא אריינגעקומען ארבעטן אינמיטן די חגאות, זענען אלע נארוואס אריבער די זעלבע שרעקעדיגע ערפארונג. אין דער שטיקעדיגער פינסטערניש וואס האט איינגעהילט דעם גאנצן ארום, האט זיך אנדרעי געכאפט אז די בעקאפ סיסטעמען וועלכע דערפן איבערנעמען דעם פאוער אין א מצב פון עמורדזשענסי, האבן זיך בכלל נישט אנגעצינדן און עס אנדרעי האט זיך געזעצט ביים קאמפיוטער, און ער האט אנגעצינדן און געעפנט די ספעציעלע פראגראמען צו קאנטראלירן די פאוער סיסטעמען. דער בנין איז געווען היפש ליידיג פון ארבעטער יענעם טאג, צוליב די גוי'אישע חגאות וועלכע געפאלן אין דער צייט. די ווילדע ווינטן פון אינדרויסן האבן זיך גוט אריינגעהערט אינעווייניג אינעם ווארעמען פלענט. אנדרעי האט זיך קוים באקוועם געמאכט אויפן בענקל, ווען פלוצלינג האט ער באמערקט ווי דאס מייזל אויפן קאמפיוטער האט זיך אנגעהויבן רוקן פון זיך אליין. פאר זיינע ערשיטערטע אויגן האט ער געזען ווי עס רוקט זיך אהין און אהער און דרוקט קנעפלעך אויסשאלטערנדיג די עלעקטריק פון ברעיקער צו ברעיקער. א צעמישטער האט ער פרובירט צוריקצוכאפן קאנטראל, אבער פאר זיינע ערשטוינטע אויגן איז דאס מייזל צוריקגעשלעפט געווארן נאכאמאל און נאכאמאל נישט ערלויבנדיג אים צוריקצונעמען קאנטראל. "אלעקסאנדער, קום אהער", האט ער אויסגעשריגן צו זיין חבר וועלכער איז שוין געשטאנען מיט איין פוס אינדרויסן פונעם בנין, קוים ווארטנדיג צו קענען א פאוער פלענט אין אוקראינע אנדרעי האט זיך קוים באקוועם געמאכט אויפן בענקל, ווען פלוצלינג האט ער באמערקט ווי דאס מייזל אויפן קאמפיוטער האט זיך אנגעהויבן רוקן פון זיך אליין 48 פרשת נשא תשפ״ג


עלעקטריק פאוער פלענט, און יעדער איז געווען שאקירט פון די שאדן וואס דאס האט פאראורזאכט. אויספארשונג עס האט נישט לאנג גענומען ביז די אוקראינישע אינסטאנצן האבן באשולדיגט רוסלאנד אין דער העקעריי. די אמעריקאנער רעגירונג האט גלייך אנגעטראגן זייער הילף, און א גרופע פון געשולטע טעכניקער און סייבער עקספערטן פון פארשידענע פעדעראלע אינסטיטוציעס האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אוקראינע געוואויר צו ווערן וואס עס האט דא פאסירט. די אוקראינישע רעגירונג, וועלכע האט געשטעלט זייערע אייגענע אויספארשער, האט געארבעט האנט ביי האנט מיט דער אמעריקאנער רעגירונג, און צוביסלעך האט זיך ארויסגעשטעלט א קלארע בילד. די אטאקע איז טאקע נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט און פארגעשריטן, עס האט אבער אריינגענומען אין זיך גאר אסאך דעטאלן מיט א שטוינענדע פונקטליכקייט. אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט מער ווי א האלבע יאר פריער, ווען פשוטע אימעילס מיט אומשולדיג אויסזעענדע 'ווארד' דאקומענטן זענען אנגעקומען צו די איינגעשטעלטע פון די דריי פאוער פירמעס. ווען די ארבעטער האבן געעפנט די דאקומענטן, האט זיך אינסטאלירט א מאלוועיר פראגראם גערופן BlackEnergy3 — איינער פון רוסלאנד'ס ליבלינג פראגראמען וואס זיי האבן ספעציעל ערצייגט אנצודרייען כאאס. פון דארטן איז אלעס שוין געווען דערנאך. די רוסישע העקערס זענען אפגעזעצן אין די אוקראינישע קאמפיוטערס פאר לאנגע חדשים, און געזאמלט אינפארמאציע מיט א רואיגקייט. נאך א שטיק צייט, האבן זיי באוויזן אנצוקומען צו דעם נעטווארק וואס קאנטראלירט די פאוער סיסטעמען — אויך דורך גאר פשוטע מיטלען און נישט דורך סיי וועלכע סאפיסטיקירטע קאפשטיק. אין די לאנגע חדשים וואס די רוסן האבן זיך באקוועם געמאכט אין די קאמפיוטערס, האבן די העקערס באוויזן איבערצושרייבן דעם קאוד וואס די דעווייסעס נוצן צו קאמוניקירן מיט די סאפטוועיר, כדי אז ווען די ריכטיגע מינוט וועט קומען, זאל מען דאס קענען איבערשרייבן מיט זייער נייער קאוד און עס צעברעכן אויף א וועג וואס וועט נישט זיין מעגליך צו פאררעכטן אן דעם וואס צו רופן, קומען אריין טויזנטער טעלעפאן רופן יעדע סעקונדע, ארויסגעשיקט מיט ספעציעלע סאפטוועיר, דערביי איבערפליסנדיג די ליניעס מיט א פלייץ פון רופן וואס דער סיסטעם קען נישט דערהייבן. אין דער זעלבער צייט ווען דאס איז פארגעקומען אין דער Prykarpattyaoblenergo פירמע, זענען נאך צוויי קלענערע פאוער פירמעס אריבער די זעלבע געשעעניש, איבערלאזנדיג טויזנטער איינוואוינער זיצן פארפרוירן אין די קעלט און אין דער טונקל. 6 לאנגע שעות האבן גענומען ביז די באאמטע האבן באוויזן צוריקצושטעלן די לעקטער פאר די איינוואוינער, אבער די שאדן איז פארבליבן פאר לאנגע חדשים. די העקערס האבן באוויזן איבערצושרייבן דעם קאוד פון קריטישע סיסטעמען און זיי האבן עס צעבראכן אויף א וועג אז פאר לאנגע חדשים האבן די ארבעטער געדארפט אנגיין מיט די עלעקטעריק אן קיין קאמפיוטער פראגראמען, ווען יעדער טויש האט פיזיש געדארפט געטון ווערן מיט די הענט. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס די וועלט האט מיטגעהאלטן א סייבער אטאקע אויף אן א פאוער פלענט אין אוקראינע א בילד פון די קאמפיוטערס בשעת'ן ווערן קאנטראלירט דורך די רוסישע העקערס פרשת נשא תשפ״ג 49


א קאמפיוטער אינפעקטירט מיט דעם "נאטפעטיע" מאלוועיר רוסלאנד שפילט דאס סייבער שפיל זייער קלוג. רוסלאנד האט מאביליזירט פארשידענע אפטיילונגען אין איר מיליטער און אין דער רעגירונג אנטיילצונעמען אין דעם סייבער קריג "קליינעם" מעסעדזש צו צייגן וואו ווייט עס דערגרייכט זייערע לאנגע ארעמס. אוקראינע: רוסלאנד'ס סייבער שפילצייג ווען מען וועט נאר אביסל צוריקקוקן וויפיל סייבער אטאקעס אוקראינע האט שוין געליטן פון רוסלאנד, ווערט מען גלייך פארשוועמט אין די ציפערן. "אוקראינע איז רוסלאנד'ס סייבער שפילצייג", האט זיך איינער פון די גרויסע סייבער עקספערטן אויסגעדרוקט. ווען אימער רוסלאנד האט געוואלט אויספרובירן א נייע געצייג אדער מיטל וויאזוי צו שאפן א קריזיס און רואינירן מוניציפאלע סיסטעמען, איז אוקראינע גלייך געטראפן געווארן אלס די פאסיגסטע לאקאציע. אין 2016 ,מיט בלויז א יאר נאך דער גרויסער העקעריי אויף דעם פאוער גריד, האט רוסלאנד איבערגעמאכט דעם זעלבן שפיל, אבער דאסמאל מער סאפיסטיקירט און פארגעשריטן, פאראורזאכנדיג חורבנות סאך מער פארשפרייט און אראפברענגענדיג די לעקטער פון הונדערטער טויזנטער איינוואוינער. פונקט ווי דאס פריערדיגע מאל, האבן די אוקראינישע אינדזשענירן באוויזן עס צוריק אנצוצינדן גאר שנעל, דאסמאל אפילו שנעלער, ווען ביז א שעה פון דער אטאקע איז שוין די לעקטער געווען צוריק אין קראפט, אבער יעצט איז די אטאקע שוין געווען פיל בעסער אהערגעשטעלט, און א ספעציעלער פראגראם געבויט אויסשליסליך פאר דעם איינעם ציל חרוב צו מאכן די עלעקטריק, איז אריינגעברענגט געווארן אין שפיל אנמאכנדיג שאדן און פחד אויף א ברייט פארשפרייטן פארנעם. די אטאקעס זענען מיט דער צייט נאר געשפרינגען אין צאל. אלעס אין לאנד איז געווארן געצילט, אנגעפאנגען פון די מידיא, געזונטהייט און פינאנציעלע אגענטורן, טראנספארטאציע, מיליטער, פאליטישע און ענערגיע אפטיילונגען, און וואס נישט... אין סעפטעמבער פון 2016 ,האט דער אוקראינישער פרעזידענט געמאלדן אין א פובליק סטעיטמענט — וואו ער האט אפיציעל באשולדיגט רוסלאנד פארן שטיין אונטער די אלע אטאקעס — אז אין בלויז צוויי חדשים האט רוסלאנד דורכגעפירט דעם שטוינענדן צאל פון 500,6 סייבער אטאקעס! צילנדיג אלעס וואס עס איז נאר מעגליך געווען צו צילן אין אוקראינע. רוסלאנד שפילט דאס סייבער שפיל זייער קלוג. רוסלאנד האט מאביליזירט פארשידענע אפטיילונגען אין איר מיליטער און אין דער רעגירונג אנטיילצונעמען אין דעם סייבער קריג, ווי אויך זענען אסאך פון די געלונגענע העקערייען צוגעשריבן צו "סענדווארם" )Sandworm — )א גרופע וואס איז פארבינדן מיט דער רוסישער געהיים אגענטור — אבער אסאך אנדערע קלענערע העקערייען זענען געווארן דורכגעפירט דורך פארשידענע פרא-רוסישע גרופעס און ציווילע העקערס וואס רוסלאנד האט אריינגענומען אינעם קאמף, ברענגענדיג צו א סך הכל פון פארשידענע ערליי גרופעס און אפטיילונגען וועלכע ארבעטן פאר רוסלאנד. ווען עס גיסט זיך איבער צו נאך לענדער געווען אין דאס אין יוני פון 2017 , ווען רוסלאנד האט ארויסגעלאזט פון זייער ארסענאל א פרישע טויטליכע וואפן קעגן אוקראינע, אבער דאסמאל האבן זיי באשלאסן אויך צו געבן פאר דער וועלט טועם צו זיין אביסל פון זייערע מתנות... "נאטפעטיע" )NotPetya — ) א פארגעשריטענער מאלוועיר פראגראם, האט זיך אנגעפאנגען אין אוקראינע, אבער בליץ שנעל איז עס פארשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט, צוברענגענדיג אסטראנאמישע פארלוסטן און פארניכטונגען אומעטום. מען וועט אריינלייגן נייע מאשינען. די ספעציעלע בעקאפ פאוער סיסטעמען וואס די פירמע האט פארמאגט, זענען געווארן אנגעשטעלט פון פארדעם זיך אויסצולעשן, איבערלאזנדיג די בנינים אין טאטאלער פינסטערניש. די שפיץ פון דער אטאקע איז געווען 90 מינוט אריין, ווען א ספעציעלער פראגראם גערופן KillDisk איז געווארן אקטיוויזירט, און עס האט אנגעפאנגען אויסמעקן קאמפיוטער נאך קאמפיוטער, בשעת ווען די טעלעפאן ליניעס ווערן פארפלייצט מיט אומצאליגע רופן כדי עס זאל נעמען וואס לענגער פאר די פירמע איינגעשטעלטע צו כאפן וואס עס גייט פאר און אזוי ארויפברענגען דעם כאאס ביזן מאקסימום. די העקעריי לכשעצמו, איז עפעס וואס האט נישט ערשטוינט די אויספארשער וואס האבן שוין אסאך געזען אין לעבן. וואס עס האט זיי די מערסטע איבערגענומען, איז געווען דער פונקטליכער אויסגערעכנטער פלאן פון דעם ערשטן אימעיל ביזן אויסמעקן די קאמפיוטערס, און די געלונגענע אקציע וואס האט געקלאפט ווי א זייגער. דאס האט שטארק דערשראקן די אמעריקאנער רעגירונג, זעענדיג די אויסערגעווענליכע מעגליכקייטן וואס רוסלאנד פארמאגט. ווי די אויספארשער האבן שפעטער געשריבן, איז גאר מעגליך אז ווען רוסלאנד וואלט ווען באמת געוואלט, וואלטן זיי ווען געקענט פאראורזאכן פיל מער און ערנסטערע שאדנס, אבער ווי עס זעט אויס האבן זיי בלויז געוואלט שיקן א 50 פרשת נשא תשפ״ג


Click to View FlipBook Version