The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Moment Magazine, 2023-05-31 12:17:00

Moment Magazine 440

די שאדן איז געווען אויסנאמליך און עס איז געשאצט געווארן ביי איבער 10 ביליאן דאלאר! ביז געציילטע שעות פון ווען נאטפעטיע האט אנגעפאנגען צירקולירן אין אוקראינע, איז עס שוין געווען צעשפרייט אין איבער 60 לענדער אין דער וועלט אנזייענדיג שרעקליכע חורבנות. פון די מערסט באקאנטע פירמעס וועלכע האבן געליטן, איז געווען די "Maersk "פירמע — די גרויסע דענישע ליפערונג פירמע וואס פירט דורך קאנטעינער שיפינג. זיי זענען אפעקטירט געווארן אויף א פארנעם וואס האט זיי אינגאנצן פאראליזירט. די קאמפיוטער סיסטעמען זענען חרוב געגאנגען אן קיין וועג עס צו פאררעכטן, און די פירמע האט זיך פשוט פארמאכט און אהיימגעשיקט די ארבעטער. עס האט גענומען 10 טעג און מיליאנען דאלארן ביז די פירמע האט זיך צוריק געקענט עפענען און אנגיין ווייטער. דער טיפער איינדרוק און די איבערדרייענישן האט זיך געשפירט איבעראל, ווען פילע ליפערונגען זענען אפגעשטופט געווארן פאר לאנגע וואכן. ווען די באווייזן האבן אנגעפאנגען צו שיינען אין ריכטונג פון רוסלאנד, איז פארשטייט זיך געקומען די רוסישע אפלייקענונג ווי שטענדיג... דער נאטפעטיע מאלוועיר האט פאר אלעמען געוויזן וואס עס פאסירט ווען דער רוסישער מאנסטער באשליסט אז אוקראינע איז שוין צו קליין פאר זייערע אטאקעס. מיט די יארן זענען די רוסישע אטאקעס שוין פון לאנג אריבער צו דעם אמעריקאנעם באדן, וואו זיי האבן אנגעזייט ערנסטע שאדן און בושות, אויף אזוי ווייט אז ביי די 2016 וואלן האבן פילע בירגער און רעגירונגס באאמטע צוגלייך, געגלויבט די באשולדיגונג אז רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן לטובת טראמפ, שאפנדיג א דראמא וואס דאס פאלק וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן. די רוסישע אטאקעס זענען מיט דער צייט נאר געווארן מער אין צאל און געוואגטער אין נאטור, א שטייגער ווי אין 2020 ווען רוסישע העקערס האבן געהעקט די "סאלערווינדס" פירמע, וועלכע ווערט באנוצט דורך פילע רעגירונג אגענטורן, און פאר לאנגע חדשים האט דאס זיי געגעבן צוטריט צו די געהיימסטע סודות פון אמעריקע אן דעם וואס עמיצער זאל עפעס וויסן. אין 2021 האבן רוסישע העקערס געהעקט די 'קאלאניעל פייפליין', צווינגענדיג די פירמע אפצושטעלן זייערע אפעראציעס פאר עטליכע טעג, וואס דאס האט ארויפגעטריבן דער פרייז פון גאז איבערן גאנצן לאנד, און צום סוף האט די פירמע געמוזט באצאלן 4.4 מיליאן דאלאר אלס אויסלייז געלט. מען קען שרייבן גאנצע ביכער פון יעדער אטאקע באזונדער. די געלונגענע סטראטעגיעס וואס די רוסן האבן גענוצט זיך אריינצובאקומען, די געלונגענע העקערייען וועלכע האבן איבערגעלאזט "נאטפעטיע" איז א סאפיסטיקירטער פראגראם וואס האט פארשלאסן )encrypted )פיילס און דערנאך פארלאנגט געלט עס אויסצולייזן, אבער ווען דאס געלט איז געצאלט געווארן האט זיך גארנישט געטוישט און די פיילס זענען געבליבן אינקריפטעד... )אינקריפטן בקיצור מיינט, אז מען נעמט אותיות ווי למשל אן אלף, און מען לייגט דאס דורך א קאמפליצירטער פראצעדור פון צולייגן אותיות און נומערן וואס קומען ארויף אנשטאט דעם אלף, און נאר אויב מען האט א פעסווארד דערצו וועט מען קענען "אויפשפארן" און זען אז די נומערן מיינען עכט דעם אות א'(. העקערס האבן באוויזן צו העקן אן אוקראינישע אקאונטינג פירמע וועלכע איז געווארן באנוצט אסאך אין אוקראינע, און איבערגעשריבן דעם קאוד פון זייער אקאונטינג פראגראם מיט א מאדיפיצירטער ווערסיע וועלכע האט פארמאגט אין זיך פארשידענע גוטע סחורה... פון דארט איז דער סאפטוועיר געווען געבויט אויף א וועג אז עס זאל זיך קענען אליין ווייטער פארשפרייטן כדי אנצומאכן די מאקסימום שאדן וואס איז נאר שייך. דאס איז טאקע וואס עס האט פאסירט. דער פראגראם האט האט זיך ווייטער פארשפרייט און שנעל ארויס פון די אוקראינישע גרעניצן. עס האט בכלל נישט דיסקרימינירט קעגן דרויסנדיגע פירמעס, און גאר שנעל געלייגט די גאנצע וועלט אונטער שרעק. א שיף פון דער גרויסער Maersk פירמע פרשת נשא תשפ״ג 51


א באריכט אין פאליטיקאו, וויאזוי רוסלאנד פארכאפט די אמעריקאנער "קלוגע" באמבעס... נישט פארמעסטן מיט איר קליינער שכן אוקראינע, נאר אצינד איז די מלחמה מיט גרויסע וועלטס מאכטן וועלכע פארמאגן אומגעהויערע קוועלער צו באשיצן און אפענטפערן סיי וועלכע סארט אטאקעס. גלייך אנפאנג ווען רוסלאנד האט אנגעהויבן שיקן סאלדאטן און ליפערן מיליטערישע געצייג אויף דער באן פון רוסלאנד צו בעלארוס — א נאנטער אליאירטער רוסישער פריינט, האט א גרופע וואס קעמפט קעגן דער בעלארוסישער רעגירונג אטאקירט דעם באן סיסטעם, און היפש פארלאנגזאמט די רוסישע פארשריט. די אטאקע האט געהאלפן פארשטערקערן דעם כאאס וואס האט געהערשט מיט די לאגיסטיקס אויף דער רוסישער זייט, וואס האט צוגעשפילט צו דעם הילכיגן דורכפאל ביים פרובירן צו פארכאפן קיעוו. דאס האט נאכגעפאלגט מיט אסאך ענליכע אטאקעס וואס זענען אנגעקומען אפילו ביז אין רוסלאנד אריין, ווען די נאציאנאלע טעלעוויזיע סטאנציעס זענען עטליכע סייבער אטאקעס פון וואס אוקראינע האט אריינגעליטן די פארגאנגענע יארן, האט זיי צוגעגרייט און געלערנט צו קענען אפענטפערן די רוסישע סייבער אטאקעס אויף א געלונגענעם פארנעם. פארשטייט זיך אז אוקראינע'ס אליאירטע, א שטייגער ווי נאטא, אמעריקע און ענגלאנד, האבן אויך אסאך צושטייער געגעבן, סיי מיט געלט און סיי מיט ווערדפולע אינפארמאציע, וואס דאס אלעס האט געשטעלט אוקראינע אין סאך א בעסערער פאזיציע. אנדערע טענה'ן אז צוליב דעם וואס לויט פוטינ'ס פלענער וואלט אוקראינע געדארפט פאלן אין רוסלאנד'ס האנט אין בלויז געציילטע טעג, האבן זיי נישט געוואלט צעשמעטערן די אינפראסטרוקטור פון דעם לאנד וואס וועט ביז א קורצער צייט זיין זייער'ס... דאס פארענטפערט טאקע וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די ערשטע פאר חדשים פון דעם קריג, אבער פארוואס דאס מציאות איז ווייטער אזוי פארבליבן איז נאכאלץ אן אומפארענטפערטע פראגע. א שטארקע נקודה וואס מאנכע ברענגען ארויס, איז אז טראץ אלע פאראויסשאצונגען וויאזוי מלחמה וועט אויסזען אין דער מאדערנער צוקונפט, האט זיך ארויסגעשטעלט אז מלחמה איז געבליבן מיט דעם זעלבן אלטן אויסזען ווי אמאל, און די שלאכטן זענען נאכאלץ די זעלבע פיזישע געפעכטן וואו טויזנטער שטארבן אויס אין די מאסן. די חלומות פון א סייבער קריג וואס וועט געפירט ווערן פון בעט ארויס מיט א שאל קאווע ביי דער זייט, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א זיסער חלום. רוסלאנד האט זיך געטראפן אין אן ערנסטן קריג מיט פילצאליגע פאטאליטעטן וואס זיי האלטן נאך אינמיטן ציילן, און זיי זענען געווען געצווינגען צו לייגן דעם עיקר געוויכט אויף דער הויפט מלחמה און נישט אויף די זייטיגע סייבער רייבערייען. ביי דער יעצטיגער אינוואזיע, האט זיך רוסלאנד פלוצלינג באגעגנט מיט א פיינט וואס קען צוריקגעבן שלעק. אוקראינע פון איר זייט האט אנגעפאנגען נאכמאכן רוסלאנד, און אריינגענומען ציווילע בירגער סיי פון אוקראינע און סיי פון ארום די וועלט, צוזאמען מיט די שטיצע פון נאטא, אמעריקע און נאך לענדער, און אנגעפאנגען דערלאנגען הילכיגע פעטש פאר דעם רוסישן בער. ווי אסאך ווייזן אן, טוט זיך שוין רוסלאנד לאנג אמעריקע מיט א רויטן געזיכט איינמאל און נאכאמאל, און די פילע סודות וואס זענען ארויסגערינען און אנגעמאכט אומבאגרייפליכע פארלוסטן פאר דער אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט. אצינד וועלן מיר זיך ווענדן צו דעם אנגייענדן קאנפליקט אין אוקראינע, צו פארשטיין דאס איצטיגע מציאות. דורכפאל אדער אויסגערעכנטע סטראטעגיע? דער מיליטערישער קאמף אין אוקראינע, האט זיך אנגעהויבן ווען רוסלאנד האט דורכגעפירט א גרויסע סייבער אטאקע אויף ווייעסעט )Viasat ,) א גרויסע אמעריקאנער סעטעלייט פירמע, וועלכע שטעלט צו אינטערנעט גלאבאל. דאס האט אויסגעשאלטערט די קאמוניקאציע פון דעם אוקראינישן מיליטער אין דער ערשטער תקופה פון דער מלחמה. די אטאקע האט געגעבן פאר אלעמען צו פארזוכן פון דער אויסטערלישער רוסישער מאכט, און די סייבער עקספערטן האבן זיך שוין שטילערהייט געריבן די הענט מיט פרייד איבער די סחורה וואס גייט אצינד קומען, בשעת וואס אין דער זעלבער צייט האבן זיי ארויסגעלייגט מעסעדזשעס ווי שטארק זיי שטייען מיט אוקראינע און וואונטשן זיך אז זיי זאלן געווינען... צו אלעמענ'ס שטוינונג זענען אבער די נאכפאלגנדע סייבער אטאקעס בכלל נישט געווען עפעס ווער ווייסט וואס. דער אמת איז, אז רוסלאנד האט אסאך פרובירט צו שעדיגן אוקראינע און זיי פרובירן נאכאלץ. פיל אטאקעס זענען געווען מאכטפול און שרעקעדיג, און אין געוויסע פעלער זענען זיי געווען קאארדאנירט צוזאמען מיט די באמבאדירונגען פון דעם מיליטער, אבער די שאדן איז בכלל נישט געווען אויף א פארנעם וואס האט פארקריפלט אוקראינע ווי אלע האבן זיך פארגעשטעלט אז עס וועט זיין. די גרויסע עקספערטן קראצן זיך די איבערגעבליבענע האר פון זייערע אויסגעקראכענע קעפ, און פרובירן אויפצוקומען מיט כל מיני תירוצים פארוואס דער מצב איז אזוי. פילע סייבער עקספערטן זענען ביי דער מיינונג, אז דוקא די אומצאליגע 52 פרשת נשא תשפ״ג


פארשעמנדן דאקומענטן ליעק פון דעם פענטעגאן באריכט וואס איז ארויסגערינען ביי דעם לעצטיגן א ביישפיל פון רוסלאנד'ס סייבער כח, איז א א באריכט אין פאליטיקאו, וויאזוי רוסלאנד פארכאפט די אמעריקאנער "קלוגע" באמבעס... אן אוקראינישער סאלדאט ביים קאנטראלירן א דראון אין דער יעצטיגער מלחמה אסאך אריינגעגעבן פאר אוקראינע און אירע אליאירטע און עס איז נאכאלץ א מאכט אויף דער ארענע. א ביישפיל פון רוסלאנד'ס סייבער כח, איז א באריכט וואס איז ארויסגערינען ביי דעם לעצטיגן פארשעמנדן דאקומענטן ליעק פון דעם פענטעגאן, וואס ווייזט אז דאס רוסישע מיליטער כאפט זיך אריין אין די דזשי-פי-עס סיגנאלן פון די קלוגע אמעריקאנער באמבעס וואס זיי האבן געשאנקען פאר אוקראינע, און די באמבעס פלאצן אויף נאך פארן גרייכן דעם ציל, פארוואנדלענדיג די באמבעס אין גארנישט אזוי קלוג... אין דעם אנגייענדן קריג, קען מען בכלל זען וויאזוי עס שפילט זיך אויס די נייע טעכנאלאגישע תקופה אין וואס מיר שטייען, אין פארשידענע הינזיכטן. נעמט צום ביישפיל "דראונס", וואס מען ברויך נישט צופיל מיטהאלטן די נייעס כדי צו וויסן די גרויסע ראלע וואס זיי שפילן אין דער מלחמה. אוקראינע נוצט דאס ממש אין יעדער שלאכט, און זיי האלטן אין איין ארויסלייגן רעקארדירונגען פון די דראונס וועלכע שיסן אראפ קליינע באמבעס אויף די רוסישע סאלדאטן, ליקווידירנדיג מאסן פון זיי. רוסלאנד פון זייער זייט נוצט אויך דראונס, און אסאך איז שוין געהערט געווארן פון די פארגעשריטענע דראונס וואס רוסלאנד קויפט פון איראן צו נוצן קעגן אוקראינע. העקערייען קומען אויך פאר לרחצה ווי פריער געשריבן, און ביידע זייטן באנוצן זיך מיט טעכנאלאגיע צו זייערע בעסטע מעגליכקייטן. עס שטעלט זיך אבער ארויס, אז א מלחמה איז פארט געבליבן א מלחמה אזויווי טויזנטער יארן צוריק אין בוכשטעבליכן זין, און עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט ביז ווען קאנפליקטן וועלן ווירקליך געפירט ווערן אויף א "קלוגן" פארנעם ארויס פון בונקער. ביז דאן וועט איר נאך פיל ליינען איבער וויאזוי קומענדיגע שלאכטן וועלן געפירט ווערן בלויז דורך טעכנאלאגישע מיטלען און דורך סייבער וואפן... מאל געווארן געהעקט און געוויזן אנטי- מלחמה לאזונגען מיט ווארענונגען פאר די רוסישע בירגער איבער א נוקלעארער אטאקע וואס האט פאסירט. מיט דעם אלעם, האלטן אבער אסאך סייבער עקספערטן אז רוסלאנד שטייט נאך ווייט פון א נידערלאגע אין דעם סייבער קריג. זיי האלטן אז די ריכטיגע כלים ליגן נאך אוועקגעלייגט אין רוסלאנד'ס ארכיוון, און זיי ווייזן אן אויף די אטאקעס וועלכע רוסלאנד האט שוין דורכגעפירט ביז היינט, אלס א באווייז אז מען קען בכלל נישט אונטערשאצן די רוסישע כוחות. איז וואו שטייט מען טאקע? אנצורופן די יעצטיגע מלחמה א דורכפאל פאר רוסלאנד ווען מען רעדט פון סייבער, וועט זיין אביסל איבערגעטריבן. עס איז טאקע נישט וואס מען האט ערווארטעט, אבער פארט האט רוסלאנד פרשת נשא תשפ״ג 53


סאך מאל איז מיר שווער צו א פארשטיין וואס מענטשן רעדן. איך טענה שוין לאנג אז אונז לעב מיר מיט א טיילונג. די וועלט איז צעטיילט צווישן צוויי מיני מענטשן. צוויי אידן קענען זיצן אויף דער זעלבער באנק אין מקוה, און אפילו שמועסן איבער די זעלבע נייעס, און ליינען דעם זעלבן לוח הציבור, אבער זיי לעבן אין צוויי אנדערע רעאליטעטן. איינער לעבט אין א וועלט פון עולם כמנהגו נוהג. ער ווייסט אז יאנקל איז געפארן אויף שבועות אין דער קאנטרי, און משה גאר איז געפארן קיין ארץ ישראל. ער ווייסט פון בלומען, טשיז קעיק און גרויסע קדישים לכבוד שבת נחמו. ממש א פערפעקטע וועלט. ס'איז דא פון אלעם גוטן, דער עולם באדט זיך אין שוואוילטאג, ער דארף נאר קלאוזן אויף זיין זומער-היים, און משיח קען שוין קומען, אדער בעסער געזאגט, משיח קען קומען אויסלייזן די גוים, ווי דער קרעטשמער האט געזאגט פאר'ן הייליגן מאור עינים זי"ע, ווייל אים איז גוט דא אין גלות. דערנאך זענען דא אנדערע וואס ווייסן אז דאס איז אלעס ליידער אן אויבערשטן שיכט, און אונטער דעם הערשט א גיהנום. ליידער איז אין בית אשר אין שם. אזויפיל צרות ישראל, אזויפיל פראבלעמען, אזויפיל שוועריקייטן, ממש תסמר שערות אנוש. מיר לעבן מיט חבלי משיח יעדן טאג, און ניטאמאל זעט זיך עס אן. אלעס איז אזוי באהאלטן. 'אויבן פוץ אונטן שמוץ' ליידער. כ'בין גרייט צו גיין מיט אייך אויף א טור איבער סיי וועלכער גאס אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, איר זעט שיינע הייזער מיט גערטנער און בלומען? איך זע ליידער לעבעדיגע בתי חיים. אני הגבר ראה עני בשבט עברתו. קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם. אזויפיל פיזישע יסורים און אזויפיל גייסטישע יסורים. ס'איז ממש א שרעק. פארוואס זאג איך עס? נישט ווייל איך וויל דערשרעקן מענטשן, אדרבה, דער וואס ווייסט נישט זאל ווייטער נישט וויסן, זאל ער דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם. נאר צומאל שפיר איך ווי איך רעד צום דור הפלגה, ווי איך לעב אין א צווייטער יוניווערס, ממילא אפעליר איך צו די וואס זענען נאאיוו, צו די וואס מיינען אז די וועלט איז א גן עדן פון האניג, אז ס'איז ווייט נישט אזוי, פארשטיי דעם ארעמאן, גלייב אים ווען ער זאגט אז ער מוטשעט זיך, ווען יענער קומט זיך אויסרעדן, כאפ אויפ'ן ווינק, נישט אלעמאל קען ער קלאר אויסשמועסן אלע זיינע פראבלעמען, וויפיל פארלאנגסטו פון אים ער זאל זיך אראפלאזן? ער מוז דיר זאגן אז זיין ווייב ליידט פון פאניק אטאקעס, אדער אז זיין זון איז אומשטאנד זיך אליין צו שעדיגן רח"ל? די לחכימא ברמיזא, אז א איד בעט איז עס שוין גענוג א סימן אז ער דארף. דער גביר אין גן עדן כ'האב שוין אסאך מאל אריינגעטראכט, וואס געשעט מיט דעם גביר אויבן אין הימל. די ליינער ווייסן שוין מסתמא אז איך האב א חשבון מיט גבירים. אוודאי רעדט מען נישט פון די ערליכע גבירים וואס טוען זייערע פליכטן, און ווייסן אז א איד האט א שלחן ערוך וואס ער דארף טון מיט זיין געלט. מ'רעדט ליידער פון דעם קליינעם הייפל פון גבירים, וואס מיינען נעבעך אז כוחי ועוצם ידי עשו לי את החיל הזה, און זייער רייכטום איז זייער אייגענער קרעדיט. ווען ער קומט ארויף צום בית דין של מעלה, וואס טוט מען מיט אים? רבי מכבד עשירים, זאגט דאך די גמרא, אויף יענער וועלט איז מען מסתמא אויך מכבד דעם גביר... ערנסט גערעדט, אפילו א קארגער גביר גיט דאך עפעס צדקה, דא און דארט האט ער דאך געטון מצוות ומעשים טובים, געווארפן אפאר דאלאר פאר צדקה, ואין הקב"ה מקפח שכר כל בריה. אבער וואספארא פנים קען עס שוין האבן ווען בית דין של מעלה קאנפראנטירט אים אז ער האט נישט אויסגענוצט זיין שליחות ווי ס'ברויך צו זיין. עפעס א גביר האט אמאל געדארפט צוקומען צו מיר, איז ער אריבערגעקומען צו מיר אין שטוב רעדן מיט מיר. מ'קען זיך שוין פארשטעלן, דער פילאנטראפ דארף נייטיג רעדן מיט טובי' מאיר ניימאן, מסתמא האט ער געהאט א זויערן טעם אין מויל די גאנצע צייט. פונקט בין איך געווען פארנומען, האב איך אים געבעטן צוצואווארטן א מינוט/צוויי ביז איך וועל ווערן אוועילעבל. "נעמט אייך א בענקל", האב איך אים איידעלערהייט מודיע געווען, ווי צו זאגן אז ער מוז מיר געבן אפאר מינוט. אוי איז ער ברוגז געווארן אויף מיר. "איר ווייסט ווער איך בין?" האט ער געפרעגט אין כעס, אויסרעכענדיג ווי חשוב און טייער ער איז, און ביי וועלכן דינער ער האט לעצט געדינט אלס אורח הכבוד. "אייש, חטאתי עויתי פשעתי", האב איך מיך פארענטפערט. "כ'האב באמת נישט געוואוסט איר זענט אזוי חשוב; אויב אזוי קענט איר נעמען צוויי בענקלעך..." יענער האט געכאפט דעם רמז, און זיך פארמאכט דאס מויל. כעלעמער חכמים פארהאן עסקנים וואס זיי זענען ווי פייערלעשער. זיי ווארטן ביז עס ווערט א פראבלעם, און דעמאלט קומען זיי צו לויפן מיט געלט, ווי די מעשה אין כעלעם, דער בריק האט זיך צעבראכן, און מענטשן האבן געהאלטן אין איין טראסקען און געשעדיגט ווערן, און ס'איז געווען עק-וועלט. ביז איינער איז אויפגעקומען מיט א געניאלער איידיע. מ'וועט בויען א שפיטאל הארט נעבן דעם בריק, און מ'וועט אויפנעמען די סאמע בעסטע דאקטוירים וואס האבן שטודירט אין די גרעסטע אוניווערזיטעטן אין בערלין, אזוי אז ווער נאר אימער עס וועט געשעדיגט ווערן וועט באלד קענען באקומען די בעסטע מעדיצינישע באהאנדלונג. אזוי זעט ליידער אויס אסאך פון אונזערע לעזונגען. איך האלט פארקערט, אז מ'דארף אויפרעכטן דעם מענטש איין מינוט פאר עס ווערט א פראבלעם. בוי דעם שטוב, נישט ווארט ביז עס איז שוין א טראגעדיע. אנשטאט ליארמען אז מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען, שטעל כעלעם בויט א שפיטאל רבי טובי׳ מאיר סודות פון 54 פרשת נשא תשפ״ג


אוועק אזעלכע ישיבות וואס געבן ארויס פירות פון בחורים און יונגעלייט וואס רעדן נישט ביים דאווענען. ווען א איד זאגט מיר אז ער האט 000,5 דאלאר חובות און ער האלט עס נישט אויס, זאג איך אים נישט 'וואס מאכסטו זיך נאריש, יענער האט א מיליאן דאלאר חובות'. קודם כל, אים דרוקט זיין פינף אלפים פונקט ווי יענעם א מיליאן. והשנית, פונקט פארקערט, יעצט איז די צייט צו העלפן, ווען די חובות זענען נאך קליין, נישט ווען ס'וואקסט, און ס'איז שוין אינדרויסן פון קאנטראל. בויען יונגע עסקנים חז"ל זאגן אונז 'איזהו חכם הרואה את הנולד', קוק נישט נאר אויפ'ן היינט און מארגן, קוק אויפ'ן צוקונפט. אז א בחור'ל קומט נאך געלט, געב איך אים שיין, לאו דוקא ווייל זיין צוועק איז מיר מורא'דיג צום הארצן, נאר ווייל איך וויל אים מחזק זיין, איך וויל אז ער זאל אויסוואקסן א גבאי צדקה. יעצט שאפט ער הונדערט דאלאר פאר די חברה קנין ספרים פון זיין ישיבה, ווען ער וועט חתונה האבן, קען ער מיט זיין עסקנות ראטעווען לעבנס, און אלעס אדאנק דער חיזוק און די גוטע ערפארונג וואס ער האט געהאט ביים גיין נאך געלט אלס בחור. נעכטן זענען צוגעקומען צו מיר צוויי בחורים נאך געלט. כ'בין דאך שוין א איד מיט א זילבערנע בארד, איך מעג שוין פרעגן: "וועמענס ביסטע?" די בחורים ענטפערן מיר ווער זיי זענען. כ'האב זיי ביידע געקענט, נישט זייערע טאטעס, אבער יא זייערע זיידעס. "פארוואס גייט איר נאך געלט?" פרעג איך אויס נייגער. דא האבן מיר די בחורים איבערראשט. די רעדע איז געווען פון גאר אן ערנסטער צוועק, א בחור אין זייער ישיבה מוטשעט זיך נעבעך מיט יענער מעשה רח"ל, און דאס שלעפט אריין אין אבנארמאלע הוצאות, סיי רפואה קאסטן און סיי ארומיגע קאסטן, און די חברים האבן זיך צוזאמגענומען צוצולייגן א פלייצע. פונקט האב איך נישט געהאט גארנישט אויף מיר, אז כ'האב זיי נישט געהאט וואס אהינצוגעבן. ס'האט מיר אבער געבאדערט. אז בחורים ווארפן זיך אריין אין אזא וויכטיגע צוועק מוז איך זיי העלפן. עס גייט נישט דורך קיין האלבע מינוט, און פון הימל איז אנגעקומען די ישועה. א איד קומט צו צו מיר און גיט מיר דריי הונדערט דאלאר, איך זאל עס שיקן קיין ארץ ישראל פאר א ספעציפישן נצרך וועמען ער העלפט. שיקן געלט קיין ארץ ישראל האב איך גענוג און נאך וועגן. כ'האב גענומען דעם טשעק, און איך פרעג די בחורים "מיט פופציג דאלאר וועט איר זיין צופרידן?" די בחורים האבן געעפנט צוויי אויגן. "אוודאי", האבן זיי געענטפערט. "איז דא האסטו דעם טשעק, נעם פופציג פאר דיר און פופציג פאר דיין חבר, און זיי מוחל געב מיר 200 רעשט". זיי זענען געווען איבערגליקליך, און איך בין געווען איבערגליקליך אז דער אויבערשטער האט מיך נישט פארשעמט, און האט מיך צוגעשיקט א שיינע סומע איך זאל קענען מהנה זיין די בחורים. און זארגט אייך נישט, די 300 דאלאר איז אנגעקומען צום ספעציפישן ציל. ביי דער געלעגנהייט וויל איך אויסשרייען א הילכיגן מזל טוב פאר מיינע גאר געטרייע ידידים לכבוד השמחה שבמעונם צו דער חתונה פון זייערע קינדער שיחיו. בראש וראשון הרה״ח ר' משה ראטמאן שליט״א, משב״ק אצל רבינו הקוה״ט מטאהש זי״ע, ומחותנו הרה״ח ר' אהרן פרשנובסקי הי״ו. ר' משה טייערער וואס דו האסט פאר מיר געטון אז איך זאל זוכה זיין צו מיין ישועה נאך 30 יאר טאר איך נישט פארגעסן און כל ימי חיי בין איך דיר א בעל חוב! אויך דער מחותן ר' אהרן האט מיך אלע יארן מקרב געווען און שטארק מחזק געווען. השי״ת זאל ענק געבן אלע גוטע השפעות, בנים וב״ב עוסקים בתורה ויר״ש, אמן סלה. ומנשים באהל תבורך די חשוב׳ע מאמעס זאלן זיי געזונטערהייט טאנצן אויף די אור אייניקלעכ'ס חתונות. אויך מוז איך וואונטשן א מזל טוב פאר ידידי היקר הרה״ח ר' אהרן מיכאל קרויס הי״ו און זיין אשת חיל תחי' בת ידידי ר' שמואל דוב זילבער ע״ה, עם בת ידידי היקר מאז ומקדם מוה״ר ר' יואל גוטמאן הי״ו. אוי, שיער פארגעסן ידידי היקר עומד לימיני בכל עת ועונה הרב ר' אליעזר הערשקאוויטש שליט״א ומחותנו מוה״ר ידידי עוז ר' יואל סופר הי״ו פון קרית יואל, ואחרון חביב ש״ב ר' משה לייב פישער הי״ו ומחותנו היקר, און אוודאי מוז איך וואונטשן די זיידעס און באבעס, פעטערס און מומעס און גאנץ כלל ישראל א הארציגן מזל טוב, כולכם תתברכו ממעון הברכות. האטליין 1714.900.929 אפיס 1714.900.929 ווען א איד זאגט מיר אז ער האט 000,5 דאלאר חובות און ער האלט עס נישט אויס, זאג איך אים נישט 'וואס מאכסטו זיך נאריש, יענער האט א מיליאן דאלאר חובות'. קודם כל, אים דרוקט זיין פינף אלפים פונקט ווי יענעם א מיליאן. והשנית, פונקט פארקערט, יעצט איז די צייט צו העלפן, ווען די חובות זענען נאך קליין פרשת נשא תשפ״ג 55


צעןברעקלעך פּ ינחס גלויבער ין ארץ ישראל וואוינט א היסטאריקער מיט'ן נאמען דר. א אורי מאיר טשיזיק. דר. טשיזיק ווידמעט אסאך צייט אּפצולערנען און פארשטיין די מאכלים וואס אונזערע עלטערן האבן געגעסן אין צייטן פון אמאל. צווישן זיינע חידושים געפינט זיך א געוויסער סארט ברויט, וואס אנטהאלט אסאך סובסטאנצן וואס פאדערן זיך צו האלטן דעם קערּפער געזונט. דאס ברויט זעט אויס און פילט זייער אנדערש ווי די שיין-ווייסע און לופטיג-אנגעבלאזענע וואס מיר קענען. דערפאר איז עס אבער זייער קרעפטיג און רייך אין נערונג. דער עיקר ווערט יענע ברויט צוזאמגעשטעלט דורך א געמיש פון זויערטייג )sourdough ,)פולן ווייץ-מעל )wholewheat ,)פולן גערשטן-מעל )flour barley grain whole ,)צעמאלענע בונדלעך )beans broad ,)צעמאלענע לינזן )lentils ,)און 'מילע' )millet ) קערעלעך. וויאזוי איז דר. טשיזיק אויפגעקומען מיט דעם חידוש? וואס איז אים איינגעפאלן צו מאכן אזא מאדנעם צוזאמשטעל פון פרעמדע באשטאנדטיילן און פון דעם ממציא זיין אזא אומגעווענליכן ברויט? דעם תירוץ אויף די פראגעס טרעפן מיר ערגעץ-וואו אינעם פערסישן גאלף מיט ארום 500,2 יאר צוריק. מיר שטייען דא אין די לעצטע יארן פאר'ן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש, ווען חלקים פון כלל ישראל זענען שוין פארוואגלט געווארן קיין בבל. ווען דער לעצטער קעניג, צִ דְ קִ יָהּו, האט רעוואלטירט קעגן דעם בבל'ישן קעניג, האט יענער קיין ירושלים אּפגעשיקט א גרויס מיליטער און דערשטיקט דעם אויפשטאנד. דאס איז געווען די ענדגילטיגע קריג, וואס האט זיך געענדיגט מיט'ן חורבן בית המקדש. בבל האט שוין פריער איינגענומען ארץ ישראל און פארכאּפט דעם קאנטראל אויף ירושלים. דעמאלט האט דער בבל'ישער קעניג גענומען דעם קעניג יְכָ נְיָה און אים אּפגעפירט קיין בבל, אינאיינעם מיט דער סמעטענע פון כלל ישראל. די בעסטע, חשוב'סטע, און פעאיגסטע אידן זענען דעמאלט, מיט עטליכע יאר פאר'ן ענדגילטיגן חורבן, פארוואגלט געווארן אין גלות: אִ יׁש יְ הּודִ י הָ יָ ה בְּ ׁׁשּושַ ן הַ בִּ ׁ ירָ ה ּושְ מֹו מָ רְ דֳּ כַ י בֶּ ן יָ אִ יר בֶּ ׁ ן שִ ִמְ עי בֶּ ן קִ יׁש ׁ אִ יׁש יְמִ ינִי. אֲ שֶ ׁ ר הָ גְ לָה מִ ירּושָ ִ לַיִם ע ּ ם הַ גֹ ׁ לָה אֲ שֶ ִ ר הָ גְ לְתָ ה עם יְכָ נְיָה מֶ לְֶך ׁ יְהּודָ ה אֲ שֶ ר הֶ גְ לָה נְבּוכַ דְ נֶאצַּ ר מֶ לְֶך בָּ בֶ ל )מגילת אסתר ב', ה'-ו'(. מרדכי הצדיק איז געווען איינער פון די גדולי הדור, וואס זענען פארטריבן געווארן קיין בבל. נאך איינער פון די גרעסטע אידן וואס זענען דעמאלט פארוואגלט געווארן, איז געווען יְחֶ זְ קֵ אל ּבֶ ן ּבּוזִ י הַ ּכֹהֵ ן. אויך יחזקאל איז פארוואגלט געווארן קיין בבל, וואו ער האט פארגעזעצט צו ברענגען דעם דבר ה' וואס ער האט באקומען בנבואה. דארט אין גלות האט דער אויבערשטער באפוילן יחזקאל הנביא צו גיין באזוכן די פארטריבענע אידן, וועלכע האבן זיך דעמאלט אויפגעהאלטן אין א בבל'ישער שטאט מיט'ן נאמען ּתֵ ל אָ בִ יב )יחזקאל ג', ט"ו(. יענער ישוב האט זיך געפונען ביים ברעג פון א טייך מיט'ן נאמען נְהַ ר ּכְ בָ ר )Kabari Naru — ) ּ ווארשיינליך אן אפצווייג פונעם בארימטן נְהַ ר פְ רָ ת )River Euphrates :) ַ על נַהֲ רֹות בָּ ׁ בֶ ל שָ ׁ ם יָשַ בְ נּו גַּם בָּ כִ ינּו בְּ זָ כְ רֵ נּו אֶ ת צִ ּיֹון )תהלים קל"ז, א'(. אין יענער נבואה האט דער אויבערשטער אים אנגעוויזן צו טאן פארשידענע זאכן און אויסדריקן מיטגעפיל מיט די אויסגעהונגערטע אידן פון דער באלאגערטער ירושלים. צווישן אנדערן, איז דער נביא באאויפטראגט געווארן אונטערצונעמען א לאנגן כמעט-תענית, דורכאויס וועלכן ער זאל עסן א מאגערע ּפארציע פון א שטיקל ברויט און אביסל וואסער. ֶ ּומַ אֲ כָ לְָך אֲ ׁשֶ ר ּתֹאכְ לֶּנּו ּבְ מִ ׁשְ קֹול ע ֵ ׂשְ רִ ים ׁשֶ קֶ ל לַּיֹום מֵ ע ַת ע ֵד עת ּתֹאכְ לֶּנּו. ֵ ּומַ יִם ּבִ מְ ׂשּורָ ה תִ ׁשְ ּתֶ ה ׁשִ ּׁשִ ית הַ הִ ין מֵ ע ַת ע ֵד עת ּתִ ׁשְ ּתֶ ה )יחזקאל ד', י'-י"א(. לויט'ן חשבון רעדט מען פון א ברויטל אין דער וואג פון 230 גראַ ם )בערך א האלבער פונט( און א האלבן ליטער )קנאפע 17 אָ נסעס( וואסער. דאס זאל דער נביא עסן אין לויף פון 390 טעג. דער רבונו של עולם האט אים דערביי אויך געגעבן אנווייזונגען וויאזוי ֲ צוצוגרייטן דאס ברויט: וְ אַ ּתָ ה קַ ח לְָך חִ ּטִ ין ּוׂשְ עֹרִ ים ּופֹול וַ עדָ ׁשִ ים וְ דֹחַ ן ָ וְ כֻ ּסְ מִ ים וְ נָתַ ּתָ ה אֹותָ ם ּבִ כְ לִי אֶ חָ ד וְ עׂשִ יתָ אֹותָ ם לְָך לְלָחֶ ם )יחזקאל ד', ט'(. פון דעם ברויט, אין אזא מאגערער מאס, האט יחזקאל הנביא זיך געשּפייזט און דערנערט דורכאויס יענער תקופה פון בערך א יאר מיט א חודש. דר. אורי מאיר טשיזיק האט געוואלט פארשטיין דעם פשט אין פסוק. ער האט געוואלט פארשטיין וויאזוי א מענטש קען אנגיין פאר אזא לאנגער ווען א הימלישע אילוסטראציע צו שווערע צייטן איז מגולגל געווארן אין א מולטי-מיליאן דאלאר אינדוסטרי שווערע נבואות וועגן געזונטן ברויט 56 פרשת נשא תשפ״ג


org.momentmagazine@pglauber צייט מיט אזוי ווייניג עסן. אוודאי איז מעגליך אז דאס איז געווען א נס און דער רבונו של עולם האט געמאכט אז די מאגערע ּפארציע זאל קלעקן צו שּפייזן דעם נביא. מיר ווייסן דאך אז ניסים מאכט דער אויבערשטער געווענליך נאר בעת הצורך. אפשר איז יענע ברויט געקומען מיט סּפעציעלע אייגנשאפטן? איינצייטיג, איז אים געווען א חידוש, פארוואס די נבואה איז געקומען מיט ּפינקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צוצוגרייטן דאס ברויט. וואס וואלט שלעכט געווען צו זאגן נאר די גרויס און מאס פונעם ברויט און וואסער? וואס איז געווען דער צוועק פון די סּפעציפישע אינסטרוקציעס וויאזוי און פון וואס צוזאמצושטעלן דאס עסן? נאכ'ן אביסל שּפילן און עקסּפערימענטירן איז אבער אלעס פארענטפערט געווארן. שטעלט זיך ארויס אז דאס דאזיגע ברויט, צוזאמגעשטעלט מיט די אנגעוויזענע אינגרידיאַ נטן, איז זייער געזונט און שטעלט צו פאר'ן מענטש אסאך נערונג. דר. טשיזיק האט געכאּפט אז איין קשיא פארענטפערט די צווייטע. דער אויבערשטער האט געהייסן דעם נביא כמעט נישט צו עסן פאר א לאנגער צייט, און דערביי, כביכול, אים צוגעשטעלט א 'דיעטע' וואס זאל צושטעלן די געפאדערטע נערונג וואס איז נויטיג פאר'ן קערּפער. יענער סארט ברויט, וואס ווערט דורך מעדיצינישע מומחים באצייכנט אלס דער געזונטסטער וואס קען נאר זיין, איז אינדערצווישן זייער ּפאּפולער געווארן. אין די פאראייניגטע שטאטן זענען היינט פאראן עטליכע גרויסע בעקעריי-פירמעס וואס ּפראדוצירן א ּפראדוקט מיט'ן נאמען 'יחזקאל'ס ברויט' )Bread Ezekiel .) דאס ברויט איז באזונדער גאנגבאר אין די רעליגיעזע דרום-שטאטן פון אמעריקע, וואו איין אזא בעקעריי פארקויפט דעם נביא'ישן מאכל אין א זעקל וואס פארמאגט אויף זיך אּפגעדריקט די נעמליכע פסוקים פונעם ספר יחזקאל. שוין דורכגעלאפן אסאך, אסאך צייט זינט יענע טייג-געמיש איז צום ערשטן מאל אּפגעבאקן געווארן. דער סוד פונעם ברויט איז אינדערצווישן געבליבן זיך וואלגערן צווישן די הייליגע ווערטער פון אן אפענעם פסוק, און אין אונזערע צייטן איז דאס וואונדערליכע ברויט אויפגעשטאנען לתחיה. ֲ גענוי ווי יענע פארלאזטע ביינער, די עצָ מֹות הַ יְבֵ ׁשֹות, וועלכע האבן פאר די אויגן פונעם זעלבן נביא זיך אנגעטאן מענטשליכע קערּפערס און געשטעלט אויף די פיס )זע יחזקאל ל"ז(, האט אויך דער ברויט-חלק פון יחזקאל'ס נבואות זיך אנגעטאן גשמיות'דיגע מלבושים און אומגעקערט צום לעבן. אין די לעצטע קאּפיטלען פון ספר יחזקאל לערנען מיר וועגן דער לעצטער, ענדגילטיגער גאולה. ארץ ישראל וועט דעמאלט זיין פילפאכיג גרעסער און לויט געוויסע דעות איינשליסן חלקים פון דער היינטיגער סיריע, איראק, טערקיי, און עגיּפטן. אויך דער בית המקדש וועט זיין עטליכע מאל אזוי גרויס ווי דעם צווייטן. לויט געוויסע מפרשים וועט דער בנין גיין אזוי ווייט ווי דעם היינטיגן אריינגאנג צו אלטשטאט ירושלים ביי 'שער יפו'. דאס ברויט איז שוין דא צוריק. יעצט ווארטן מיר אויף די לעצטע קאּפיטלען פון ספר יחזקאל צו פארווירקליכט ווערן, בעז"ה אין אונזערע צייטן. פרשת נשא תשפ״ג 57


אין קורצן פון פריער: עס ברעכט אויס א פייער אין אביגדור'ס דירה. ר' מיכל דוד יאגט זיך צו דער סצענע און ווערט גערופן פאר א פאליצייאישער פארשונג. אביגדור באווייזט זיך צומארגנס ביי ר' מיכל דוד און בעט אים אז ער זאל אים באהאלטן, ווייל דער הוילער קאפ איז אן אינפארמאנט פאר זיינע נאכיעגער און ארבעט מיט די פאליציי. אין ברוקלין, מיטן הילף פונעם רבי'ן, טוט דער ראש ישיבה אנגרייטן א נעץ פאר רעי פאוסטער דער מיסיאנער וואס איז דא מיט א ציל צו פארכאפן חסידישע אידן אין מיסיאנערישע אקטיוויטעטן. אלעס ווערט גרייט, ווען אברומי טרעפט זיך צוריק פארכאפט ביי אים, געצוואונגען צו ליינען דעם קריסטליכן ביבל. רעי פאוסטער האט איבערגענומען דאס ביכל און זיך באקוועם געמאכט אויפן בענקל. "זעץ דיך אראפ, דו צעלייגער. לאמיר דיך פארהערן", האט ער געוויזן. אברומי האט געשפירט זייער רואיג, ער גייט וויסן וואס צו ענטפערן. "נו, לאמיר הערן. אין וויפיל טעג האט גאט באשאפן די וועלט?" האט דער פראפעסאר געפרעגט, אריינשטופנדיג צוריק דעם רעוואלווער אין זיין פאסיק. "פראפעסאר, דו מאכסט חוזק? דאס איז נישט דער קריסטליכער ביבל, דאס איז די אידישע תורה. אלס געלערנטער מאן וואלסטו דאס געמעגט וויסן!" איז אברומי געווען צעשטורעמט. "איך מאך נישט קיין חוזק. דאס איז אונזער ביבל. די זעלבע ווי איר האט, מיר פארמאגן אייניגע געדאנקען, און זייער אן ענליכע גלויבן", האט דער פראפעסאר פלוצים באקומען אן ערנסטע געזיכט. "דאס וואס איר אידן רופן תנ"ך, רופן מיר 'דער אלטער טעסטאמענט', מיר לערנען דערין און גלייבן דערין". אברומי האט געשפירט ווי ער קראכט. "וואס דרייסטו מיר א קאפ? ענק לערנען אין דעם? ענק גלייבן אין דעם? דאס איז די אידישע תורה. אויב עפעס האט איר פשוט עפעס גע'גנב'עט און זיך דערקלערט בעל הבית דערויף. גענוי ווי איר האט געטון אינעם מיטלאלטער מיט אידישע פארמעגנס". "בארואיג זיך, בחור'ל", איז דער פראפעסאר געבליבן קאלט. "מיר האלטן אויך אז דער באשעפער האט גענומען די אידן אלס זיין אויסדערוועלט פאלק, אז ער האט באפרייט די אידן פון מצרים, אז ער האט זיי געגעבן די תורה און געטראגן קיין ארץ ישראל". "איז פארוואס רודפ'ט איר אידן?" האט זיך אברומי געוואונדערט. "עפעס שטימט נישט דא, הער פראפעסאר. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר. איך האב זיך געלאזט פארהערן, יעצט זיי מוחל און לאז מיך ארויס פון דא". דער פראפעסאר האט זיך דערנענטערט צום טיר. "איך לאז דיך ארויס, לאז מיך אבער נאר אויסרעדן. אונזער יוזל האט פשוט באקומען א שליחות פון גאט, אז וויבאלד די אידן זענען נישט ערליך, ווערט ער אויסגעקליבן צו איבערנעמען דאס פלאץ פון משה". אברומי האט געלאכט אויפן קול. "דו ביסט מודה אז דער באשעפער האט געשאנקען די תורה פאר די אידן ביים בארג סיני?" "יא, אוודאי", האט דער פראפעסאר געענטפערט. "פיין. און לויט דיר, האט דער באשעפער געזען אז די אידן זענען נישט גענוג וואויל, און באשלאסן צו איבערגעבן דאס גאנצע געשעפט צו פירן א פאלק דורך דיין יאשקע, ריכטיג?" "ריכטיג. איך זע דו כאפסט", האט אים דער פראפעסאר געזאגט מיט א חנופה'דיגן טאן. "און וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען?" האט אברומי מיט א שטארקער זעלבסט-זיכערקייט געפרעגט די פראגע וואס דער רבי האט אים ּלטע געשטאלטן פארנעפ שמעון יואל קליין ּאנענדע און דראמאטישע שפ געשיכטע אין פארזעצונגען 51 58 פרשת נשא תשפ״ג


געלערנט ביי איינעם פון די שיעורים. "ער האט באקומען א בשורה פון הימל דערוועגן", האט דער פראפעסאר נישט געקענט פארשטיין וואס דער בחור'ל וויל פון זיין לעבן האבן. "איינער, א גייסטליכער מאן, האט אים געברענגט די מעלדונג". "טאקע? אין גריכיש גאר? דורך א גייסטליכן מאן. און אויב איך מעג פרעגן", האט דער בחור געהעכערט זיין שטימע, "פארוואס האט דאס דער באשעפער נישט געטון אזוי ווי ביים בארג סיני, מיט קולות, דונערן און בליצן, אזוי אז אלע זאלן וויסן פון דער נייער תורה? ער האט דאך לויט דיר געגרינדעט דא א נייע גלויבן, וואלט עס נישט געדארפט פאסירן אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי ביים מעמד בארג סיני?" דער פראפעסאר האט זיך פארטראכט. דאן האט ער אויפגעשלאסן די טיר און עס ברייט געעפנט. "עס האט אן ענטפער, כ'וועל רעדן מיט דיר דערוועגן שפעטער. דערווייל, קענסטו גיין, און ווייטער מאכן שפירן די פאציענטן בעסער, אברומי. דו טוסט א גוטע ארבעט". אברומי האט ארויסשפאצירט מיט א זיגרייכן שמייכל, ווען דער פראפעסאר איז פארבליבן אנכאפן די קלאמקע פון טיר, מיט א צעאקערטן שטערן. א קורצע צייט שפעטער. דער שווארצער גאפל האט א נערוועזער געביסן זיינע נעגל. דער יעצטיגער שמועס מיט זיין גרעסטן אגענט, אין וועמען ער האט אנגעהאנגען אזויפיל האפענונג, אריינגעגאסן אזויפיל געלט און צוגעשטעלט אזויפיל טרענירונג, הייבט אים אן צו גיין אויף די געהירן. טראץ וואס זיין שטימע איז געבליבן קאלט ווי אייז, האט עס אינעווייניג געקאכט און געזידט ווי א הייסע טשייניק. "הער אויס, מיין באליבטער פוקס", האט ער געזאגט. "דו דארפסט זיך בעסער קאנצענטרירן אויף דיין ארבעט און אויפהערן פרעגן אזויפיל נודנע פראגעס". "אבער געערטער שווארצער גאפל. איך האב לעגיטימע פראגעס. דו האסט מיר געשיקט אויף א שלאכט-זאנע, איך האב געמיינט אז מען רעדט פון נאאיווע בחורים, יונגע קינדערלעך וועמען מ'קען זייער שנעל אפקויפן. דערווייל קומט יעדער פון זיי מיט זייערע באמבע פראגעס". "און, דו האסט זיי נישט וואס צו ענטפערן?" האט דער שווארצער גאפל געפרעגט. "איך פרעג דאס פון דיר, אז דו זאלסט מיר ענטפערן", האט זיך געהערט א ציטער. "דער פאטער האט זיך דאך געלערנט פאר זיבעצן יאר אין די גרעסטע יעזואיטישע גלויבנס-סעמינאר, וויי-דאבעליו-עי-עם )יוגנט מיט א מיסיע(, און איז אויסגעקאכט אין אלע שריפטן". דער שווארצער גאפל איז געבליבן קאלט. "האסטו מיר נישט געברענגט א סערטיפיקעט אז דו האסט געלערנט אכט יאר קריסטנטום און יעזואיטיזם, מיסיאנער קוואליפיקאציעס און ביבל-ביכער אינעם סט. פאולוס אוניווערזיטעט?" פראפעסאר פאוסטער האט שוין גענוי פארשטאנען וואס דא גייט פאר. "הייסט עס אז דו האסט נישט קיין ענטפער אויף מיינע פראגעס, און די אלע זאכן וואס איך האב געוואלט וויסן, האבן נישט קיין ענטפער, הא?" "האבן נישט קיין ענטפער? נישטא אזא זאך! מען דארף גלייבן. דו גלייבסט נישט אין יאשקע און אין אונזערע שמייליגע כוחות און גייסטישע קרעפטן?" איז די שטימע פונעם שווארצן גאפל געווען דראענד. "ניין... איך גלייב אוודאי... אבער איך מוז עפעס ענטפערן פאר די ברוקלינער בחורים, איך האלט שוין ביי אכט פראגעס, און איך מוז געווינען דעם קאמף", האט זיך געהערט די שרעק אינעם פראפעסאר'ס שטימע. "איך וועל דיר מארגן האבן ענטפערס, פוקס. אבער דערווייל, רייניג דיין קאפ פון די אלע אומווערדיגע געדאנקען וואס בוזשעווען דארט". א קלאנג האט געמאלדן פארן פראפעסאר אז דער שמועס איז אפגעהאקט געווארן. ער האט צום ערשטן מאל געשפירט פארלוירן און דעמאראליזירט. דער גרויסער גייסטליכער פון בראזיל וואס האט אים געשיקט צו דער מיסיע, אז ער זאל איבערצייגן ארטאדאקסישע יוגנטליכע צום קריסטנטום – אפילו ער אליין האט נישט קיין ענטפער. ער האט געציטערט צו טראכטן דאס וואס איז אים ארויפגעקומען אין געדאנק, און מיט דער גרעסטער קראפט באזייטיגט די ווידערשפעניגע מחשבות. געסאָ קירכע, רוים דער פאטער קאלווענבאך איז געווען אין ,GOODBYE !FOREVER QUALITY-718 COM.718QUALITY · 5489.782.718 TICK & MOSQUITO MANAGEMENT INSPECTIONS K9 PROOFING MOUSE EXPERTS BUG BED TREATMENT HEAT TREATMENT BUG BED FOR METHOD SUPERIOR THE ERADICATION


א גוטער שטימונג. עס איז געלונגען. 34 אפריקאנער וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר מוסולמענער, זענען היינט אנגעשפריצט געווארן מיט קריסטליכע וואסער און זיך אריבערגעצויגן צו זיין יעזואיטישע קריסטן, אין דעם 'פארווא מעריא קאטעדראל' קירכע, אין בודזשומבוראַ , די גרויסע שטאט אין אינדאנעזיע. קאָ נגסי, איז די קריסטליכע געגנט אין בודזשומבוראַ , און דארט איז די צערעמאניע פארגעקומען מיט גרויס פאמפע און פאראדע. עס האט אים באפרידיגט דער פאקט אז זיינע גלחים האבן געקענט דורכפירן אזא צערעמאניע, נאכדעם וואס די הינדוס וועלכע געפינען זיך אין די ּפראַ מבענאַ ן געגנט, א שיינע היסטארישע געגנט, האבן לעצטנס באוויזן צו פארכאפן צוויי יעזואיטישע פאמיליעס און אריבערשלעפן צו זייער גלויבן. דער קאמף איז א פארביטערטע, אבער ער האט געשפירט אז צו ערזעצן צוויי פאמיליעס פון אכט מענטשן, מיט זיבן פאמיליעס פון 34 מענטשן, איז א שטארקער זיג. ער האט אויך געוואוסט אז דאס געשעפט איז געווען, דאס די קירכע וועט אויסהאלטן די זיבן פאמיליעס וועלכע זענען געווארן נייע קריסטן, אבער דאס לעבן אין אינדאנעזיע איז סייווי נישט קיין טייערע, און עס שאט נישט צו שרייבן אין זיין ביכל נאך נעמען פון מענטשן וואס זענען אויף זיין איניציאטיוו געווארן קריסטן. "א וויכטיגע רוף", האט אים דעוויד באקער, איינער פון די סעקרעטארן, איבערגעהאקט פון זיינע געדאנקען, קומענדיג מיט א גרויסן טרייבל וואס האט דאס אויסזען פון א גאלדענעם קרייץ. קאלווענבאך האט געוואלט פארשטיין. "איז דאס גענוג וויכטיג מיך צו שטערן אין אזא פארנומענעם טאג, ווען איך דארף פרעדיגן פארן וואוילזיין פון די נייע קריסטן אין בודזשומבורא?" דעוויד האט געשאקלט מיטן קאפ. "דאס איז דער שווארצער גאפל פון סאַ ו מיגעל דאַ ס מיסאָ וס, ריאָ גראַ נדע דאָ סול, בראזיל". "די גאנצע דרשה פעלט נישט אויס", האט קאלווענבאך געשמייכלט, צייגנדיג א רייע פון האלב-געלע ציין. "זאג שווארצע גאפל, און איך ווייס שוין אלעס". קאלווענבאך האט זיך אויפגעזעצט אויפן גרויסן שטול וואו ער איז געזעסן און צוגעלייגט דעם טרייבל צום אויער. "נו, גאפל. איך האב געזען אז איר האט גענומען א פרישע אכציג טויזנט יורא פון קאסע, און איך האף אז דו רופסט מיר יעצט צו געבן אן ערקלערונג דערויף". עס האט זיך געהערט א קורצע שטילקייט, און דאן האט די טיפע, אייז-קאלטע שטימע זיך ארויסגעהערט פון דער אנדערער זייט. "איך קען זאגן ליגנט, אבער איך גיי זאגן אמת. איך רוף נישט צוליב דעם, נאר צוליב עפעס וואס איז אסאך וויכטיגער". "און דאס איז?" האט זיך קלאר געהערט דער נייגער אין דער שטימע פון קאלווענבאך. "נאך פיר יאר וואס מיר ארבעטן אויף דעם פלאן, האסטו גוטע נייעס?" "גוטע, און נישט גוטע. וועלכע וויל דער פאטער הערן ערשט?" האט זיך די שטימע פון דעם שווארצן גאפל געהערט אביסל וואקלדיג. "די נישט גוטע ווייס איך שוין; מען האט גענומען אכציג טויזנט יורא אן קיין בארעכטיגטן אורזאך. יעצט זאג מיר שנעל די גוטע נייעס"... האט זיך דער הויפט פון אלע יעזואיטן, קאלווענבאך, אונטערגעשמייכלט. אלס איינער וואס האט יארן געלערנט פסיכאלאגיע האט ער גוט געוואוסט וויאזוי צו אנציען מענטשן. דער שווארצער גאפל האט אבער אויך געלערנט פסיכאלאגיע און איז געווען פון זעלבן טייג געקנאטן. ער האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט דעם אפענעם שטאך, נאר פארגעזעצט מיט זיינע רייד. "דער פוקס אונזערער, רעי פאוסטער, האט אנגעקניפט באציאונגען מיט א גרופע יונגע חסידים, און ער האט געטראפן מיט זיי א שפראך. ער האט אנגעהויבן לערנען מיט זיי אונזערע איבערצייגונגס-לערעס". "טאקע גוטע נייעס, א דאנק פארן רופן", האט קאלווענבאך געקוועלט. "איך האף אז אין נאנטן וועט מען קענען האבן פרישע גוטע קריסטן. דו ווייסט דאך, שמד'ן איין איד איז ווערד פאר יאשקע מער ווי טויזנט אנדערע". "הממ... נישט אזוי שנעל, פאטער", האט דער שווארצער גאפל זיך נישט געהערט אזוי פרייליך ווי זיין מיטשמועסער. "די יונגען האבן אים אויסגעהערט, און דאן אנגעהויבן פרעגן פראגעס. דער פוקס האט מיר היינט גערופן מיט אכט פראגעס אויף וואס די יונגען ווארטן צו באקומען אן ענטפער". קאלווענבאך איז געווען שטיל. דער שווארצער גאפל האט צעשטערט די שטילקייט. "די גמרא קעפ, וואס דער פאטער האט געהאט געווארנט אז זיי פארמאגן, שטעלט זיך אויס צו זיין פיל א גרעסערע צרה ווי דאס וואס איך האב געקלערט". "לאמיר הערן די פראגעס", האט ענדליך קאלווענבאך רעאגירט. "מען דארף זיך נישט דערשרעקן פון אפאר צענערלינגען. כאטש וואס איך האב באצאלט אלע אויסגאבן פאר די מיסיאן סעמינאר, אז דער פוקס זאל נישט האבן קיין פראגעס, לאמיר דיר ענטפערן שנעל אויף אלעם, און אויספירן דעם גרויסן פלאן". פאר עטליכע מינוט האט דער שווארצער גאפל פארגעלייגט די אכט פראגעס. דאס געזיכט פון קאלווענבאך איז געווען בלאס, ווי איינער וואלט אים באגאסן מיט א פאס פון שטעכעדיגע שטיינדלעך. וואס א פראגע שפעטער, זענען די פראגעס אויף דעם גלויבן אין וואס ער האט אזויפיל אינוועסטירט, געווארן שטערקער און בייסיגער. ווען דער שווארצער גאפל האט געענדיגט רעדן, איז קאלווענבאך געבליבן שטיל פאר א וויילע, דאן האט ער רעאגירט מיט קורצע ווערטער: "די גאנצע זאך געפעלט מיר נישט. אויב וועלן זאכן פארן ווייטער אין דעם ריכטונג, וועסטו פערזענליך באצאלן א טייערן פרייז דערויף". "מיר פרובירן אוודאי מיט אלע כוחות. אבער וואס זאג איך פארן פראפעסאר? וואס זענען די ענטפערס? די אידישע בחור'לעך ווארטן צו הערן"... קיין ענטפער איז נישט געקומען. קאלווענבאך האט שוין לאנג אראפגעהאקט דעם טרייבל, און געווארנט דעוויד אז מער זאל מען אים נישט איבערגעבן קיין שום רוף פונעם שווארצן גאפל. "ווייסטו וואס? לייג אים ארויף אויף אונזער שווארצע ליסטע אויך, זאל ער נישט האבן קיין אריינטריט צום געסאָ קירכע מער". פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה 60 פרשת נשא תשפ״ג


לייבוש לאכער הומאר עצטע וואך האב איך ל דערמאנט די היימישע כישוף מאכערס וואס היילן מיט אוגערקעס. אוי איז געקומען א פראטעסט פון יענעם לאגער, מען וויל מיר "קענסלען" און מען האט געלאזט אין גאנג א געהעריגן קאמפיין צו אנטדעקן ווער איז דאס לייבוש לאכער. מען דארף אים אונטערברענגען. וואס זאל איך טון אז איך האב גענוג צוויבל אין מיין זאקן געלייגט, און מיין אויער האט צופיל קנאבל געגעסן, מען האט שוין געדרייט אויף מיר יעדע סארט קייט פון אינדיע ביז כינע, די קענזיאליזשיסטן האבן מיר שוין דיאגנאזירט מיט די ערגסטע און די פיס קוועטשער האבן מיר שוין באלד אראפגענומען די פיס פינגער. לעצטנס האט די שוויגער זיך פארלייגט אז איך מוז יעדן טאג עסן כינעזער האניג. "דאס וועט דיר מאכן פארלירן פופציג פונט און פופצן טעג". אלזא, האב איך נישט קיין מאכל לעצטנס אין וואס מיין ווייב גיסט נישט אריין פונטן פון כינעזער האניג, עס איז ממש נישטא וואס אין מויל צו נעמען. חברה, הערט וואס א קלוגער איד האט צו זאגן, פארקויפט אינדערהיים אז איר האט א וואכנאכט יעדע נאכט, ממש יעדע נאכט האט איר שמחות ביי דיינע גוטע פריינט, די "מהפיכה" קאמפיין איז געלונגען און יונגלעך פאלן שוין פון הימל, אבער אנשטאט, גייט צום לאקאלן דעלי און קויפט פיינע עסן וואס פארמאגן נישט קיין כינעזער האניג. אבער מיט איין תנאי: נאר קעש! נאכאמאל, נאר קעש! אז די ווייב וועט זען די קרעדיט קארטלעך סטעיטמענטס וועט זיין צרות. שטיי איך אין דער שורה ביי דער דעלי, וואו גאנצע בהמות שמייכלען צו מיר מיט אהבה. עס ציט זיך א ריזיגע רייע פון הונגעריגע יונגעלייט וואס זענען געקומען דא פראווען די וואכנאכט, אוי, גאט איז גרויס פארן אונז העלפן אנטלויפן פון די ביטערע נאכטמאלן אינדערהיים. אופס, מיין שווער איז אויך דא. "א גוטן, וואס מאכט דער שווער?" "ב"ה. אוי איידעם לעבן, ביי דיר לייגט מען אויך כינעזער האניג אין דעם נאכטמאל? א רחמנות אויף דיין קעפעלע, איך וועל אויך באצאלן פאר דיר בתנאי אז דו זאגסט נישט אויס אז דו האסט מיר דא געזען". נאך יענע נאכט רופט מיר מיין מאמע אריין אז זי האט געטראפן די ישועה. "באנקעס איז די זאך לייבוש, איך זאג דיר אז טאמער דו גייסט אויף באנקעס ביסטו א געהאלפענער. דיין דעפרעסיע, ענקזייעטי, אלערזשיס, אינגראון טאו נעיל, קאפ ווייטאג, רוקן ווייטאג, איבערוואגיגקייט, אפילו דיינע שלום בית פראבלעמען, אויף אלעם העלפט באנקעס, דו מוזסט עס פרובירן, עס איז ממש אן אתחלתא דגאולה". דעם נעקסטן צופרי בין איך שוין געווען ביי דעם קאראפראקטער וואס טוט באנקעס, ער האט מיר ארויפגעלייגט די גלעזער אויף מיין רוקן און עס געמאכט אזוי שטייף אז איך האב פארלוירן מיין באוואוסטזיין. ווען איך האב זיך דערוועקט, האב איך שוין געהאט א נייער פראדוקט אויף מיין לאנגע ליסטע פון צרות: א פארביילטע רוקן מיט ריזיגע רויטע בלאטערן, טייל פון זיי אזוי גרויס און ביטער ווי א גרעיפפרוכט. שלום בית? עס איז נאר געווארן ערגער. מיין ווייב האט געוואלט וויסן פארוואס איך בין געווען אזוי לאנג ארויס פון שטוב... ביי מיר אינדערהיים ווערט דער פרוכט געשעפט באנוצט אלס אונזער אפטייק. דער קאפ טוט דיר וויי? גיי קויף א טאמאטע און קוועטש עס אויס אויף דיין קאפ. דיינע פיס טוען וויי? מיש אויס אוגערקעס מיט זאלץ וואסער און לאז דיינע פיס ווייקן דארט ביז זיי ווערן גרין, בדוק ומנוסה אז דיינע פיס וועלן עכ"פ ווערן גרין. האסט א פארקילעכץ, דיין נאז רינט אומקאנטראלירבאר? קויף צוויי בעיבי מייערן אין שטעק אריין איינס אין יעדער נאז לאך, בדוק ומנוסה אז ער וועט אויפהערן רינען, עס וועט פשוט נישט האבן פון וואו ארויסצוקומען. פון דעם ווינקל פון מיין אויג האב איך באמערקט ווי מיין שוויגער איז אויך אנגעקומען צו דער דעלי, ווערנדיג באגלייט דורך מיין ווייב. ווייזט אויס אז זיי גייען אויך נישט פאר זייער אייגענע כינעזער האניג מאלצייטן. חברה, ס'איז צרות, וואו באהאלט מען זיך? דערווייל שטיי איך דא פארציטערט מיט מיין שווער אונטער דעם גרויסן גריל מאשין וואו עס דרייען זיך געשמאקע הינער אן קיין כינעזער האניג, מיר האפן אז די ווייב און שוויגער וועלן אונז נישט באמערקן. כינעזער האניג לעצטנס האט די שוויגער זיך פארלייגט אז איך מוז יעדן טאג עסן כינעזער האניג. "דאס וועט דיר מאכן פארלירן פופציג פונט און פופצן טעג" פרשת נשא תשפ״ג 61


מנחם גאלד org.momentmagazine@mgold הרב מ. א. י., 47 ,מאנסי וויפיל יאר איז שוין דער משגיח איינגעשטעלט אין ישיבה? איך ארבעט שוין אין ישיבות אזא גוטע 25 יאר אויף אלע סארט פאזיציעס, אביסל מער ווי 25 יאר... די יארן לויפן. עס מיינט אז דער משגיח איז געווען א יונגערמאן אין די נידריגע צוואנציגער יארן ווען ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן אין ישיבות? יא, ריכטיג. ממש נאך מיין חתונה בין איך אריין אין ישיבות צו לערנען מיט בחורים – איך האב נאך דאן געוואוינט אין קרית יואל – און נאכן לערנען דארט מיט בחורים א שטיק צייט, איז דער מנהל צוגעקומען צו מיר און מיר געפרעגט אויב איך וואלט גענומען א שטעלע אין ישיבה, א זייטיגע ארבעט, אזוי אז איך זאל ווייטער קענען לערנען מיט בחורים, אבער אין דער זייט פארדינען נאך אפאר דאלאר ארבעטנדיג פאר דער ישיבה. איך האב עס מיט פרייד אנגענומען. ווילאנג האט איר געלערנט אין כולל? צוויי יאר, און איך באוויין עס. פאר דו שרייסט... איך האלט גראדע זייער שטארק פון יונגעלייט וואס לערנען אין כולל, ב"ה כ'האב צוויי איידעמער וואס זיצן אין כולל שוין א שיינע פאר יאר נאך דער חתונה, איך רעספעקטיר זיי זייער שטארק און איך פרוביר זיי צו העלפן מיט געלט ווען עס איז שייך, אבער איך פאר מיר פערזענליך באוויין עס, ווייל איך האב אין כולל נישט געלערנט קיין איין ווארט. פשוט געלייגט אין מיסט צוויי יאר. הייסט די יונגעלייט וואס קומען לערנען אין ישיבה מיט בחורים זענען אזוינע וואס האלטן נישט ביים לערנען אין כולל? איך האב דאס נישט געזאגט... נא, נו, גיי צו דער קומענדיגער פראגע... וועלכע ארבעט האט אייך דער מנהל דאן פארגעשלאגן? ער האט געזוכט א משגיח וואס זאל זיך דרייען אין קארידאר, אריינשיקן אין בית המדרש ביים סדר הלימוד, זיכער מאכן אז דער עס-זאל ווערט פארמאכט אין דער באשטימטער צייט, מער ווייניגער אזא קארידאר משגיח... וועלכע זמנים האט איר געארבעט אין יענע יארן? כ'האב אנגעהויבן אין די פארמיטאג שעה'ן, שפעטער האט זיך עס אויסגעברייטערט אויך צו די נאכמיטאג שעה'ן. ווען עס האט זיך אויסגעברייטערט אויך צו די נאכמיטאג שעה'ן, האב איך אויפגעגעבן מיין לערנען פריוואט מיט בחורים, ווייל איך האב דאך געארבעט א גאנצן טאג. געארבעט? א גאנצן טאג זיך געדרייט אין די קארידארן פון ישיבה. די ארבעט איז גראדע ווייט נישט געווען אזא גרינגע ארבעט ווי איך האב געמיינט אז עס גייט ס איז געווען אין א שפעטן ערב זומער'דיגן מוצאי שבת, ווען מיר האבן זיך ע געטראפן ביי א וואכנאכט פון א באקאנטן דא ביי אונז אין וויליאמסבורג. היינט צוטאגס טרעף איך שוין דעם משגיח שליט"א אסאך ווייניגער ווי אמאל, אבער דאך ווען מיר טרעפן זיך מזמן לזמן, וועלן מיר זיך אריינלאזן אין א געשמאקן שמועס איבער אלץ און אלעמען, ארויפברענגענדיג געשמאקע זכרונות פון די לאנגע פארמיטאגס ווען מען האט פארגעלערנט און דער משגיח האט אונז ערלויבט אריינצוקומען אל בית המלך הפנימה, און מען האט אנגענעם פארברענגט ביים משגיח אין צימער רעדנדיג גוטע זאכן. טראץ דער גאר שפעטער שעה ווען מיר האבן זיך געטראפן, דאך האבן מיר זיך אריינגעלאזט אין א לענגערן שמועס, ווען דער משגיח געבט איבער פארשידענע דברי הדרכה איבער אונזער שרייב ארבעט, און איבער פארשידענע אנדערע ענינים העומדים ברומו של עולם. נאך א לענגערן שמועס, האט ער זיך געגרייט אריינצוגיין אין זיין קאר אויפן וועג אהיים קיין מאנסי. מיר האבן אים אבער אפגעהאלטן און געבעטן אז ער זאל פארבלייבן נאך עטליכע מינוט פאר אן "אפענער שמועס", ווייל לויט ווי מיר געדענקען האבן מיר נאך קיינמאל נישט געהאט קיין משגיח אלס א גאסט אין אונזער קאלום, און טראץ וואס מגידי שיעור האבן מיר שוין עטליכע מאל געהאט, איז אבער א משגיח א מסכתא פאר זיך. מיט זיין גוט הארץ האט ער נאכגעגעבן אונזער פארלאנג. דאס איז ער, אז א איד בעט א טובה, וועט ער אלעמאל זיין גרייט. מנחם גאלד אפענעשמועסן 62 פרשת נשא תשפ״ג


זיין, די בחורים האבן שנעל דערשמעקט אז איך בין נאך א גאר יונגער יונגערמאן וועלכער איז ניי אויף דער שטעלע, און זיי פלעגן האבן 'פאן' אויף מיין חשבון. איך קען נישט זאגן אז זיי זענען געווען אינגאנצן אומגערעכט, נאך אלעם זענען זיי געווען נאר 6-7 יאר יונגער ווי מיר... וואס הייסט פאן? דערציילט עפעס א גוטס... אוי, האסט נישט גוט פארשטאנען, איך רעד נישט פון עפעס ערנסטע זאכן, נאר פשוט, זיי האבן מיר גענומען זייער נישט ערנסט און זיי פלעגן מיר קענען עכט איגנארירן, כאילו איך טרייב נישט אריין. וואס האט דער מנהל געזאגט דערצו? נאך א יאר האט מען מיר געטוישט פאזיציע, איך בין געווארן א נאכט סדר מגיד שיעור, און איך האב צוריק אנגעהויבן לערנען מיט בחורים. אבער עס האט ווייטער נישט געארבעט... איך האב עכט נישט מצליח געווען מיט די בחורים אין יענער ישיבה. וואס איז געווען די סיבה דערצו? דער משגיח איז נישט געווען גוט פארגעקוקט? איך האב זיך יא גוט פארגעקוקט, עס איז בכלל נישט געווען שווער... ביי נאכט סדר לערנט מען לייכטע גמרות. די עכטע סיבה פארוואס איך האב דארט נישט מצליח געווען אויף קיין שום פאזיציע, האב איך הערשט שפעטער פארשטאנען. דאן האב איך געזאגט פאר מיין ווייב אז לכאורה טויג איך נישט צו ארבעטן מיט בחורים, אבער שפעטער האב איך אנערקענט אז עס איז נישט ריכטיג, נאר די סיבה פארוואס איך האב נישט מצליח געווען איז ווייל איינמאל יעדער בחור אין ישיבה האט געוואוסט אז דער איד איז נישט טויגליך, איז שוין נישט קיין חילוק וועלכע פאזיציע איך האב געהאט, די בחורים האבן מיר ווייטער באטראכט פאר א וויץ. קענסט הייסן משגיח, קענסט הייסן מגיד שיעור, קענסט הייסן סיי וועלכער נאמען, עס גייט נישט ארבעטן. ווילאנג איז מען פארבליבן אלס א נאכט סדר מגיד שיעור? איך געדענק נישט פונקטליך, אבער זיכער פאר עטליכע יאר, ביז איך האב מחליט געווען אז איך האב געהאט גענוג. איך האב זיך דאן געוואנדן צו א צווייטער ישיבה, טאקע מיט אסאך מער בחורים, אבער איך האב געהאלטן אז איך האב דארט א שאנס מצליח צו זיין אסאך מער ווי אין דער ערשטער ישיבה. די ענדע פון דער געשיכטע קענען מיר... איז עס טאקע פון דער ערשטער מינוט געווען מיט אזא סוקסעס ווי עס איז היינט? יא ב"ה. דער ראש ישיבה האט געהאט צוטרוי אין מיר, און טראץ וואס ער האט זיך לכאורה געהאט נאכגעפרעגט אויף מיר אין דער ישיבה וואו איך בין געווען ביז דאן, און ער האט לכאורה געהאט א שטיקל ידיעה ווער דער בחור איז... האט ער מיר אבער געשאנקען די "משגיח" פאזיציע, צום ערשט אלס נאכמיטאג משגיח אונטער דעם הויפט משגיח, אבער נאך צוויי יאר איז דער הויפט משגיח ארויס און איך האב אים איבערגענומען, און אט דא זענען מיר ביז צום היינטיגן טאג. דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער. לאמיר באקומען א שטיקל אריינבליק אין דער ארבעט פון א הויפט משגיח, א פאזיציע וואס איר האלט שוין פאר לאנגע יארן, וואס נעמט עס אריין? אין אנדערע ווערטער וואלט די ארבעט געהייסן א "סגן מנהל", וואס דאס איז עס באמת. דער מנהל, אדער ווי מען רופט עס ביי אונז, דער ראש ישיבה, איז פארנומען מיטן פירן די גאנצע ישיבה, ער דארף פירן סיי דאס רוחניות און סיי דאס גשמיות, אלעס ליגט אויף זיינע פלייצעס, און ער איז נאר איין מענטש, ממילא בין איך דא און איך שטיי צו זיין רעכטע האנט. איר מאכט אייגענע החלטות, אדער אלעס איז נאר לויט וואס דער ראש ישיבה זאגט? עס זענען דא מערערע פראנטן וואס איך פיר היינט אליין, בעיקר די גשמיות'דיגע חלקים. דער ראש ישיבה קען נישט זיין פארמישט אין ממש אלעס, אבער ווי פארשטענדליך וועט מען יעדן ספק זיך דורכרעדן מיט אים זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געפירט כרצונו. די מערכות מיט בחורים, למשל אז דער בחור דארף מען קנס'ענען, אדער אז יענער טאר נישט אוועקגיין ביינאכט, דאס האט מיט דער ראש ישיבה אדער משגיח? א שווערע פראגע... עס ווענדט זיך אין וועלכן פאל. ווי פארשטענדליך זענען דא פעלער ווען עס האט צוטון מיט דעם ראש ישיבה ווען ער הייסט האלטן א נענטערן אויג אויף א בחור, אבער אין רוב פעלער איז עס מיין ארבעט... אלס משגיח, קומט דאך אויס אז מען האט צוטון מיט בחורים דא און דארט, וויאזוי קען א משגיח זיכער מאכן צו האלטן זיינע פערזענליכע נגיעות און חשבונות מיט בחורים ארויס פון דער ארבעט? ווילסט הערן דעם אמת? עס איז זייער שווער. א מענטש איז נאר א מענטש, און ווען מען האט צוטון מיט א בחור אויף א כסדר'דיגן אופן, איז אסאך מאל שווער צו לייגן די געפילן אין א זייט. איך מיין איך בין אבער מצליח צו האנדלען מיט יעדן בחור אויפריכטיג. עס איז טאקע זייער שווער, און צוליב דעם ארבעט א מענטש אויף זיך אלעמאל אן קיין אפשטעל. אין אלגעמיין בין איך אן ערוואקסענער מענטש, איך צעקראץ זיך נישט ווען א בחור זאגט מיר א האלבע ווארט, און איך ווער נישט פערזענליך אנגעווייטאגט אויף אים. איך געדענק אינגאצן צוויי פעלער ווען בחורים האבן מיר געהאט וויי געטון זייער פערזענליך, און איך האב עכט געשפירט אז איך האב א שטיקל שנאה אויף זיי. איך האב דאן געזאגט פארן מנהל אז מיט די בחורים קען איך מער נישט האנדלען, און ער זאל עס ביטע נעמען אויף זיך. די בחורים זענען געקומען איבערבעטן? ביידע ב"ה, און איך האב זיי מוחל געווען בלב שלם. מיט איינעם בין איך היינט גאר נאנט, און ער דאוונט מיט מיר אין איין ביהמ"ד. איך ארבעט שוין מיין משגיח פון ישיבה אין ישיבות אזא גוטע 25 יאר אויף אלע סארט פאזיציעס, אביסל מער ווי 25 יאר... די יארן לויפן פרשת נשא תשפ״ג 63


טעלערלעך מנחם גאלד מיין פלאץ שבועות ביים טיש שבועות ביינאכט, די נאכט פון תיקון ליל שבועות, ביים "והאר עינינו" טיש ביי אונז אין סאטמאר, האב איך אין די לעצטע עטליכע יארן אן אומגעווענליכער פלאץ. איך שטעל זיך אונטערן רבי'ן אויף דער ערד, וואס פון דארט קען מען נאר טיילווייז זען דעם רבי'ן, אבער מען קען זייער גוט זען די הויכשטאקיגע פארענטשעס וועלכע זענען אנגעפולט מיט טויזנטער בחורים און יונגעלייט וועלכע האלטן מיט דעם געהויבענעם טיש. באמת איז עס נישט א גוטער פלאץ, ביי א טיש קומט מען דאך מיט א ציל מיטצוהאלטן די עבודת הקודש פונעם רבי'ן, נישט צו שטיין און באטראכטן די פארענטשעס. טאקע צוליב דעם וועל איך ביי יעדן אנדערן טיש שטיין אויף די פארענטשעס, אבער ביי אט דעם טיש האב איך די לעצטע עטליכע יאר מחליט געווען אז אונטערן רבי'ן איז א בעסערער ארט. אלס בחור האב איך סך הכל געוואוסט איבער וואס עס גייט פאר אין מיין נפש, איך האב געוואוסט מיינע נסיונות, מיינע שוועריגקייטן, מיינע עליות און ירידות, איך האב אבער קיינמאל נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר ביי א צווייטן, וואס עס גייט פאר בכלליות ביי "בחורים", וויאזוי האב איך דאס געקענט וויסן? אבער מאת השם היתה זאת, אז זייענדיג א שרייבער, בעיקר אינערהאלב אונזער ארבעט אינעם "אפענע שמועסן" קאלום, קומט מיר אויס צו הערן זייער אסאך, סיי פון בחורים און סיי פון געוועזענע בחורים, יונגע יונגעלייט. אמאל ווען מען זעצט זיך אפיציעל אוועק פאר אן אפענעם שמועס, ווערן הערצער געעפנט, עס נעמט זיך גיסן און גיסן דאס וואס עס קען נישט געשריבן ווערן... און צומאל פארבינדט זיך איינער סתם אזוי, נאך וואס מען האט געשריבן דאס אדער יענץ, צו דערציילן זיין ערפארונג. איין געשיכטע נאך דער צווייטער, איין בחור נאכן צווייטן, א פרישער יונגערמאן, א חתן, און ווער נישט... עס האט מיר צוביסלעך געעפנט די אויגן פון מיין בחור'ישער און שנה ראשונה'דיגער נאאיווקייט, אז פראבלעמען אין אלע הינזיכטן זענען נאר דא ביי "איינצעלנע", און עס איז נישט קיין נחלת הכלל. די מעשיות וואס איך האב געהערט איינס נאך דער אנדערער, האבן מיר דערציילט אז מיר לעבן היינט אין א דור פון פראבלעמען, און נישט דוקא אין תשפ"ג, נאר אפילו ווען איך בין געווען א בחור בין איך אויך געווען ארומגענומען מיט פראבלעמען. איך האב נישט געוואוסט דערפון, אבער אזוי איז דאס מציאות, אט דאס איז דער דור אין וואס מיר לעבן. עס זענען דא פראבלעמען וואס טעכנאלאגיע האט געברענגט, אבער עס זענען דא גענוג און נאך שוועריקייטן מיט וואס בחורים מוטשענען זיך אלע יארן, רוחניות'דיגע ווי גשמיות'דיגע. בחורים לעבן אין פיין, אין צעמישעניש, מען ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען, מען פארגיסט טרערן ביינאכט אין בעט, די מחשבות זענען צע'חוש'ט און פארלוירן, מען ווייסט נישט וואס די צוקונפט האט פאר אונז אוועקגעלייגט, אבער אינדערפרי איז מען אין ישיבה מיט א שיינעם כאלאט און א גרויסן שמייכל, כאילו לא היה. מיר גייען אריבער שטורמישע יארן אין א שטורמישן דור, דער בחור מוטשעט זיך אריבערצושווימען זיינע בחור'ישע יארן, און ארויסגיין דערפון גאנץ. שבועות אויפדערנאכט, די הייליגע נאכט פון תיקון ליל שבועות, טאקע אין אונזער דור תשפ"ג, טאקע אין אט די צייטן מיט אט די נסיונות, מיט אט די שוועריקייטן אין אלע הינזיכטן, בלייבן מיינע אויגן ווי פארגלייזט אויף די פארענטשעס, און איך קען נישט אראפנעמען קיין אויג דערפון. עס שטייען טויזנטער בחורים, מען האלט דעם תיקון אין די הענט, מען זינגט איבער איינמאל און נאכאמאל, "אחת שאלתי מאת השם! אוי שבתי בבית השם כל ימי ימי חיי, כל ימי ימי חיי! אוי שבתי...". מען זינגט איבער און איבער, בחורים שטייען מיט פארמאכטע אויגן, מען בעט איין זאך, "אחת שאלתי מאת השם". דאס תמימות, די ריינקייט, די קדושה אין אט די געהויבענע מאמענטן, נעמען איבער דעם גאנצן בית המדרש. "אוי ונהיה, אנחנו, אנחנו וצאצאינו... אוי וצאצאי צאצאינו"... קיינער שטייט נישט קאלט, יעדער איז א חלק פון דעם הייליגן אטמאספער, דער בית המדרש איז ארומגענומען מיט אן אש קודש. איך שטיי און איך באטראכט די פארענטשעס, אלעס איז אזוי שיין און מסודר, יעדער שאקלט זיך, יעדער קאכט, יעדער זינגט, עס איז א געהויבענע נאכט, א הייליגער טיש, אויסערליך איז עס הערליך! אבער הייליגע באשעפער! נאר דו ווייסט וואס עס טוט זיך אפ אין זייערע הערצעלעך, נאר דו ווייסט וויפיל פון די בחורים וואס שטייען יעצט דא פייניגן זיך טעגליך מיט די שווערסטע נסיונות ברוחניות ובגשמיות, נאר דו ווייסט וויפיל פון די בחורים ליידן אויף אלע סארט נפשיות'דיגע פראבלעמען וואס לאזן זיי נישט קיין מנוחה. וויפיל מוטשענען זיך מיט אלע סארט מחשבות. זיי זענען פארלוירן, צעמישט און צעבראכן, נאר דו קענסט אריינקוקן אין זייערע הערצער, נאר דו הייליגער באשעפער ווייסט וואס דארט טוט זיך. אבער דא שטייען זיי אלע, שבועות ביינאכט, די נאכט פאר קבלת התורה, זיי שרייען דעם אמת! מיר זענען טאקע ארומגענומען מיט אזויפיל שיכטן, דער יצר הרע צעמישט אונז, ער פייניגט אונז, ער צעפליקט אונז, אבער באשעפער! איין בקשה האבן מיר, "שבתי בבית השם כל ימי חיי", עס שטייט נאך פאר אונז א לאנגע לעבן, מיר זענען נאך ביים אנהייב פון דעם וועג, אבער טאטע, "שבתי בבית השם כל ימי חיי", אט דאס ווילן אבער הייליגע באשעפער! אפ אין זייערע הערצעלעך נאר דו ווייסט וואס עס טוט זיך 64 פרשת נשא תשפ״ג


org.momentmagazine@mgold מיר — האלט אונז צווישן דיינע ווענט אלעמאל. מיר שטייען דא אין דער הייליגער נאכט, מיר שטייען אין א מינוט פון אמת, קוק אריין אין אונזערע הערצער... איך ווייס נישט צי עס איז פאסיג צו שרייבן, אבער יעדעס יאר ביים טיש ווערן די אויגן אנגעפולט מיט טרערן, און איך שפיר אז יענע הייליגע מאמענטן איז א ריכטיגע הכנה צו דעם מארגנדיגן טאג, קבלת התורה, און צוליב דעם וועל איך אויסוועלן אט דעם פלאץ צו שטיין ביי דעם הייליגן טיש. די איינרעדעניש אז מען קען האבן א קשר צו רבי שמעון היינטיגע צייטן נאך וואס איך האב פארעפנטליכט דא אין ׳מאָ מענט׳ מיין שילדערונג איבער מיין ל"ג בעומר אין מירון, איז אויסגעקומען צו הערן פון מענטשן דא און דארט די צינישע פראגע "האלטסט טאקע אז דו האסט א קשר צו רבי שמעון? עכט? ווייסט אפילו וואס עס מיינט?" עס לאזט זיך גלייבן אז סיי ווער עס איז שוין געפארן קיין מירון, אדער אפילו אויסגעדרוקט א רצון צו פארן, האט זיך שוין באגעגנט מיט די סארט סארקאסטישע רעאקציעס פון מענטשן וועלכע פארגינען נישט, אדער זענען ווירקליך סקעפטיש איבער דעם איד וואס האלט נישט ביי גארנישט און פלוצלינג ברענט ער פאר רבי שמעון... אבער לאמיר עס אויסשמועסן, וואס מיינט דאס העכערע ווארט "קשר צו רבי שמעון"? עס איז נישט קיין קבלה ווארט, עס איז נישט עפעס א ווארט וואס מען טרעפט נאר אין די קליינע אותיות, עס האט א פשוטן אידישן אפטייטש — א פארבינדונג צום הייליגן תנא, א קשר. לאמיר אננעמען אז די אלע אידן וואס זאגן אז זיי שפירן אזא קשר לעבן אין דמיון. יכול להיות, עס קען זיין אז מען רעדט זיך אזוי לאנג איין ביז מען הייבט טאקע אן צו שפירן, אלעס קען זיין. לאמיר אזוי אננעמען, אבער פארוואס דארף מען עס אוועקמאכן? נאך אלעם צו וואס ברענגט די איינרעדעניש? עס ברענגט אז א מענטש זאל אדאנק דער איינרעדעניש אנהייבן אריינצוברענגען עטוואס מער רוחניות אינעם סדר היום, עס ברענגט אז א מענטש זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות לעילוי נשמת התנא האלוקי. ער רעדט זיך איין? נו נו, אבער וואס ברענגט זיין איינרעדעניש, עס ברענגט אים צו טון אן עבירה, אדער פארקערט? עס ברענגט צו העכערקייט, עס ברענגט צו מאכן קבלות טובות, עס ברענגט זיך צו דערמאנען פונעם הייליגן תנא עטליכע מאל א טאג, עס ברענגט צו טראכטן צוויי מאל פארן טון אן עבירה, ווייל מען דערמאנט זיך פון מירון. נו, דאן לאמיר לעבן איינגערעדט, לאמיר לעבן אינעם דמיון, מיר לעבן מיט אן איינרעדעניש אז מיר האבן א קשר מיט רבי שמעון! געגאנגען... פארוואס שטעלט מען נישט צו קיין באסעס צו דער בר מצוה? אזויווי דער קאלום איז א פערזענליכער, לאמיר אייך דערציילן א פערזענליכע געשיכטע, און אייך מיטטיילן מיין אויפברויז. פארלאפענע וואך האב איך געהאט צוויי בר מצוות פון גאר נאנטע קרובים אין קרית יואל, וואס צו ביידע האב איך געמוזט אנקומען, אבער צו מיין גרויס צער און ווייטאג האבן ביידע נישט צוגעשטעלט קיין טראנספארטאציע צו דער בר מצוה! קען זיין אז זיי קלערן אז ווייל זיי וואוינען אין קרית יואל, וואוינט יעדער אין די זעלבע ד' אמות ווי זיי, און אן טראכטן קיין רגע איבער די געפילן פון די פילע בני המשפחה וועלכע וואוינען נישט אין קרית יואל, האבן זיי איגנארירט דעם טראנספארטאציע געברויך פונעם ציבור, און מען האט נישט געהאט קיין צווייטע ברירה נאר זיך צו שלעפן צום באס, און אזוי אפרייזן קיין קרית יואל. עס הערט זיך מאדנע די טענה? ריכטיג! ווייל אט דאס איז עס. הערסט א מעשה? ער מוז צושטעלן טראסנפארטאציע... ביסט א מלך? אז דו דארפסט גיין, טרעף א וועג! הונדערט פראצענט גערעכט, אבער פארוואס איז א חתונה אנדערש? אין א צייט ווען מען פרובירט צו טרעפן וואו מען קען שניידן פון חתונה הוצאות, מען שניידט דא און דארט, מען שניידט פון אלע עקן, אפשר איז צייט צו שניידן פון טראנספארטאציע? רעדנדיג לעצטנס צו עטליכע מחותנים וואס מאכן חתונה קינדער, האבן זיי דערציילט אז צוויי חתונה באסעס קאסטן עטליכע טויזנט דאלאר! א געהעריגע גרויסע הוצאה פאר דער חתונה. מילא א געגנט צו וועלכער עס איז נישטא קיין באסעס קען מען הערן, מילא א צייט ווען עס איז נישטא קיין באסעס — ווי נאך דער מצוה טאנץ — קען מען הערן, אבער פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל און פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג, און דאס זעלבע פון אלע געגנטער קיין מאנסי, זענען כסדר דא באסעס, פארוואס זאל א מחותן עס דארפן באצאלן? די באסעס צו חתונות האבן זיך אנגעהויבן ווען עס זענען נאכנישט געווען די טראנספארטאציע מיטלען ווי היינט, אבער היינט ווען עס פארן באסעס נאכאנאנד, און יעדער טרעפט א וועג צו א בר מצוה, תנאים אדער וואכנאכט, פארוואס זאל מען ביי חתונות וועלכע קאסטן שוין אזוי אויך אפ פארן מחותן טויזנטער דאלארן, זיך נישט קיין עצה געבן אן חתונה באסעס? עס שטימט נישט! מען שטעלט אפט צוזאם געלט פאר א קרוב צו קענען חתונה מאכן. אפשר איז די ערשטע נדבה אפצושטעלן די חתונה באסעס, און יעדער פלומעניק, קוזין און שוואגער, וועט נעמען א חלק אין די הוצאות החתונה מיטן צאלן פארן באס, אדער פאר א קאר סערוויס... מען שפארט מיט דעם טויזנטערס פארן מחותן ביים חתונה מאכן, א הוצאה וואס האט נישט קיין שום פשט. פרשת נשא תשפ״ג 65


דער רבי געפינט זיך נישט דא היינט", ״ האבן די שטוב מענטשן פון דעם הייליגן אוהב ישראל פון אפטא זי''ע געענטפערט, בשעת ווען יענקל דער קרעטשמער בלייבט שטיין אן אפגעפאטשטער. "ווען גייט דער רבי זיין?" האט ער געפרעגט, שפירנדיג ווי ער גייט אט אט אויסברעכן אין א געוויין. "ער וועט ווארשיינליך אנקומען אינמיטן נאכט, אבער ער גייט שוין נישט אויפנעמען היינט. אפשר מארגן וועט איר קענען אריינגיין צו אים". יענקל האט זיך צוריקגעדרייט, ווען פון זיינע אויגן גיסן זיך טייכן טרערן, נישט וויסנדיג וואו זיך צו ווענדן. א לאנגער וועג האט ער געמאכט ביז אהער, א לאנגער און א שווערער, אלעס בלויז צו קענען אריינגיין צום רבי'ן, זיך אויסרעדן דאס הארץ, און געבענטשט ווערן פון זיינע ברכות. זיין צייט איז צו באגרעניצט, אבער פארט האט ער באשלאסן אז ער מוז אריינגיין צום צדיק און - דער רבי איז נישטא! וואס טוט מען?! בלית ברירה איז יענקל פארבליבן איבערנאכט אין אפטא. ער האט אבער נישט געוואוסט אז די נאכט איז טאקע דער אפאנג פון זיין נס הצלה... אויפצומארגס, איז אונזער יענקל אריינגעלאזט געווארן אל הקודש פנימה, צו הרה''ק רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא זי"ע, דער בעל אוהב ישראל. ער האט זיך געטראפן שטיין פארנט פונעם צדיק, ווען דער רבי'ס צוגעלאזענער געזיכט האט אים געגעבן דאס גוטע געפיל אז ער דארף זיך נישט זארגן און נישט שרעקן, און עס האט אים געמאכט באקוועם זיך אויסצורעדן. יענקל האט פארציילט זיין טראגישע לאגע: "א קרעטשמע האב איך געדינגען פונעם פריץ, וואו איך האב אריינגעלייגט מיין נשמה און זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פארדעם, אבער, די פארדינסטן זענען שוואך. עס איז נישטא קיין געלט. די קרעטשמע שטעלט זיך ארויס צו זיין א שלעכטע געשעפט, אט קומט דער טאג ווען איך דארף באצאלן פארן פריץ, און איך פארמאג נישט די נויטיגע סומע געלט"... יענקל האט אויסגעפלאצט אין א יאמערליכן געוויין, "אצינד וועט דער פריץ מיר אריינווארפן אינאיינעם מיט מיין פאמיליע אין טורמע, וואו מיר וועלן פארבלייבן ביז אונזער נשמה וועט אויסגיין, חלילה''... דער צדיק האט זיך צוגעהערט צו זיין שרעקליכע געשיכטע, און אויך נאך וואס יענקל האט שוין געענדיגט זיינע רייד איז דער רבי געבליבן זיצן פארטראכט. דאן האט דער רבי זיך אנגערופן: "א גרויסער גביר, א איד פון אונזער לאנד, האט באזוכט ביי מיר אין שטוב אן א שיעור אין די לעצטע עטליכע חדשים. זינט ער האט געשלאסן א שידוך מיט זיין געלונגענע טאכטער צו א געוויסן בחור, א גרויסער יחסן און א למדן, א ירא שמים און א בן עליה, האלט ער אין איין קומען צו מיר אין שטוב. פארוואס? "ווייל ער האט מיר געוואלט לאדענען צו דער גרויסער חתונה, אבער, ער וואוינט גאר ווייט אוועק פון דא. די רייזע דויערט א לאנגע צייט, עפעס וואס ברענגט צו אסאך ביטול תורה, און איך קען זיך דאס נישט ערלויבן. דער גביר געבט האט אבער נישט אויפגעגעבן, און געהאלטן אין איין צוריקקומען אהער זיך בעטן איך זאל אנטיילנעמען ביי דער חתונה. ער האט מיר אפילו פארשפראכן אז ער גייט אלעס צוגרייטן פון פריער, איך זאל קומען, מסדר קידושין זיין, און איך וועל גלייך קענען צוריקפארן. "איך בין איינגעגאנגען דערויף, און נעכטן בין איך געפארן צו דער חתונה. איך בין אנגעקומען, און דער גביר האט זיך טאקע געהאלטן צו זיין צוזאג. אלעס איז שוין געווען צוגעגרייט פון פריער, די חופה, די חתן כלה, אלע האבן פאר מיר געווארט. איך האב מסדר געווען קידושין און זיך געגרייט צוריק ארויסצולאזן אין וועג, אבער דער גביר האט בשום אופן נישט מסכים געווען! "ער, ווי אויך זיין מחותן, האבן מיר געשלעפט צו טרינקען לחיים. נאכדעם האבן זיי מיר געבעטן אז איך זאל זיך וואשן צו דער סעודה, א סעודה כיד המלך אזויווי ס'פאסט. די צייט איז שנעל פארביי, ס'האט מיר באנג געטאן אויף דער ביטול תורה וואס ווערט דא געשאפן, און דער צער האט זיך דערקענט אויף מיין געזיכט. "ווייזט אויס אז די חברים פון דעם חתן האבן דאס באמערקט, און באשלאסן אז זיי גייען מיר דערפרייען דורכן אראפלייגן א שפיל פון א געריכט מיט א ריכטער. זיי האבן געשטעלט איינער וואס זאל שפילן ווי דער אנגעקלאגטער, און מיר האבן זיי געשטעלט אלס דער ריכטער. "און דאס איז וואס זיי האבן אראפגעשפילט: א איד, א פארמער, האט געדינגען א שטיקל ערד פון דעם פריץ. ער האט דאס גוט באארבעט, און ערווארטעט שיינע פארדינסטן. אנדערש ווי זיינע ערווארטונגען, האט אבער זיין פעלד ארויסגעגעבן שלעכטע ווארע, ווען אנשטאט פירות זענען געוואקסן דערנער... פארשטייט זיך אז קיינער האט דאס נישט געוואלט קויפן, און דער איד איז געבליבן אן גארנישט. "ווען ס'איז געקומען צום באצאלן, האט דער איד נישט פארמאגט קיין פרוטה. ער האט זיך געשטעלט פארן פריץ, דער רשע, וואס האט פארארדנט אז מ'זאל אים אריינווארפן צוזאמען מיט זיין פאמיליע אין טורמע אריין. דער איד האט אים אבער געענטפערט 'דו ביסט שולדיג! די ערד וואס דו האסט מיר געגעבן איז פארפוילט! נישט נאר דאס, נאר דו דארפסט מיר פארגיטיגן אויף שבתטיש שמעון יואל קליין די פארשטעלונג 66 פרשת נשא תשפ״ג


דעם פארדרוס, און אויף דעם פארלוסט פון מיין צייט און געלט'... "די דאזיגע סצענע האבן די חתנ'ס חברים מיר פארגעשטעלט ביי דער חתונה... איך האב אריינגעקלערט אין דער געשיכטע און געקלערט ווער עס איז גערעכט, ביז איך האב געלאזט הערן מיין אורטייל: דער איד איז גערעכט, דאס געשעפט וואס זיי האבן געשלאסן איז א מקח טעות! "די חתונה איז געקומען צו אן ענדע, און איך האב זיך צוריקגעקערט אהיים. איך האב אבער נישט אויפגעהערט אריינצוטראכטן איבער דער מאדנער ערשיינונג. פארוואס האט די השגחה עליונה צוגעפירט אזא געריכט? פון וואס רעדט מען?! ''אבער יעצט פארשטיי איך שוין אלעס!'' האט דער אפטער רב געענדיגט שילדערן די פאסירונג פון דער פארגאנגענער נאכט, און דערביי האט ער צוגעלייגט צו יענקל דער קרעטשמער: ''יעצט פארשטיי איך אז מ'האט גערעדט פון דיר, יעצט פארשטיי איך שוין אז דו ביסט פטור פון באצאלן. דו קומסט גארנישט פארן פריץ, נאר ער דארף דיר געבן!" דער צדיק האט צוגעענדיגט מיט א ווארעמקייט, "פאָ ר געזונטערהייט, און דער אויבערשטער זאל דיר באגליקן!'' יענקל האט זיך א גליקליכער געגרייט צו גיין אין וועג. הערשט נעכטן האט ער געוויינט אז דער רבי איז נישט אין שטוב, און היינט איז ער פרייליך - צוליב אים האט זיך דער צדיק אויפגעהאלטן! א טאג דערויף, האט זיך יענקל געדארפט שטעלן פארן פריץ און באצאלן דאס געלט. געלט וואס ער האט נישט פארמאגט, ניטאמאל די העלפט דערפון. דער פריץ האט פארלאנגט מיט צארן: ''האסט געברענגט דאס געלט וואס דו ביסט מיר שולדיג?'' יענקל האט זיך פאר א סעקונדע דערשראקן. די סטראשע פון דער פארדומפטער גרוב און די שוידערליכע טורמע האט אויף אים געווארפן א פחד און א שרעק, אבער ער האט זיך גלייך צוריקגעכאפט און זיך אנגערופן מיט א שטארקייט: ''ניין, איך האב גארנישט פארדינט און איך האב נישט צו באצאלן. אויב וועל איך ווייטער פארזעצן צו פירן די קרעטשמע וועל איך אפשר פארדינען נאך אביסל, און אזוי דעקן די קאסטן...'' יענקל האט גערעדט, אבער פלוצלינג האט ער באמערקט ווי דער פריץ הערט אים אפילו נישט אויס, ער איז אריינגעטון אין עפעס אנדערש. פלוצלינג האט זיך דער פריץ אנגערופן, ''איך קען שוין נישט דא זיין, ס'איז מיר שפעט, איך האב א זיצונג מיט אן אנדערן פריץ, איך מוז פארלאזן מיין הויז פאר א שטיק צייט!'' דער פריץ האט צוגעלייגט, ''איך פארלאז זיך אויף דיר, איד! איך לאז די קרעטשמע אונטער דיין אחריות, געב אכטונג דערויף ווי עס דארף צו זיין'', און דערביי האט ער געווינקען פאר יענקל צו פארלאזן זיין פאלאץ. פון דעמאלט אן איז יענקל'ס קרעטשמע געווארן א פארנומענעם צענטער. זיין טרונק-הויז האט אנגעהויבן צו בליען, און יענקל האט ענדליך געקענט לייזן א שיינע מטבע. דער רמב"ן שרייבט אז די מאמע איז די וואס שענקט פארן קינד דער מאטעריאליסטישער טייל פון דעם גוף, און דער טאטע שענקט פארן קינד דאס געשטעל פונעם גוף. ווען מען איז מתפלל פאר א מענטש ער זאל זיין געזונט, האט מען דאך אינזין דעם גוף, דערפאר דארף מען דערמאנען די מאמע'ס נאמען. ענטפער פארוואס דערמאנט מען די מאמע'ס נאמען ביים מתפלל זיין אויף א מענטש, און נישט דעם טאטנ'ס? מקור: הפלא"ה בסוף פרשתן עונג שבת טועמי׳ אין ספרי )בפרשתן( ווערט געברענגט אז דערפאר האט יונדב בן רכב זוכה געווען אז עס זענען ארויסגעקומען פון אים ערליכע דורות סופרים און מורי הוראה, און זיינע טעכטער האבן חתונה געהאט צו כהנים, וויבאלד זיינע קינדער האבן אים געפאלגט און אויסגעהערט וואס ער האט זיי באפוילן, און דעם זכות פון כיבוד אב האט איבערגעוואויגן אלע נישט-גוטע זאכן. org.momentmagazine@syklein פרשת נשא תשפ״ג 67


מחשבה׳לעך, ידיעה׳לעך און כל׳ערליי שורה׳לעך זוסמאן האפמאן "ווערי נייס אוו יו!" שבועות אינדערפרי גייענדיג אויף מיין געווענליכער וועג צום בית המדרש, בין איך אנגעקומען צו "פלאשינג" עוועניו. פאר די אויסלענדישע... דאס איז א "טו-וועי" גאס אין וויליאמסבורג, איינע פון די לעצטע וואס זענען איבערגעבליבן פון דער אמאליגער עפאכע פון "צוויי זייטן" גאסן, וואו אויטאס און טראקס פארן אויף ביידע דירעקציעס. אויב וועלן עלטערן נישט לאזן קינדער אליין אריבערגיין די גאס ביי א געווענליכער איין-וועג גאס ביז א געוויסער עלטער, וועלן זיי זיכער נישט לאזן די קינדער אריבערגיין א גאס ווי פלאשינג עוועניו, אפילו די קינדער זענען שוין גרעסער. אמאל איז דאס נישט געווען אקטועל. ווען מיר זענען געווען קליינע קינדער איז נישט געווען כמעט קיין צוויי-זייטן גאס אין וויליאמסבורג אויסער העריסאן-דעוויזשאן עוועניו און אפשר נאך א גאס, אבער זינט וויליאמסבורג האט צובאקומען "ניי- וויליאמסבורג", איז צוגעקומען די פלאשינג גאס וואס שניידט אריין פונקט צווישן אלט און ניי-וויליאמסבורג, אזוי אז זייער אסאך וויליאמסבורגער איינוואוינער באגעגענען זיך מיט דער גאס טעגליך. אנקומענדיג אהין, איז מער עלול צו געפינען א קינד וואס וויל אריבערגיין די גאס און ווארט אז אן עלטערער מענטש זאל ארויסהעלפן עס צו טון פארזיכערטערהייט. דעם יו"ט אינדערפרי איז מיר דאס אויך אויסגעקומען. אמאל איז דא א קינד וואס שטעלט אפ און בעט הילף אריבערצוגיין, אבער אמאל איז דא א שעמעדיגע קינד וואס אפשטעלן פארלאנגען וויל ער נישט, וועט ער שטיין מיט בעטנדע אויגן ביז איינער וועט דאס באמערקן און פרעגן דאס קינד צי ער וויל אריבערגיין. עפעס וואס נעמט נישט צו לאנג. יו"ט אינדערפרי ארום 00:10 פארמיטאג, אין דער צייט ווען מערסטנס מענטשן גייען אין ביהמ"ד, זענען דא גענוג וואס זאלן אריבערפירן, אבער אז א מיידעלע דערזעט זיך אין א ים פון "גרויסע טאטעס", איז מער אויסגעשטעלט אז זי זאל זיין צו דערשראקן צו בעטן אריבערצוגיין, און אט אזא מיידעלע האב איך אנגעטראפן. דאס מיידל איז שוין נישט געווען זייער קליין, און גאנץ מעגליך אז ביי א געווענליכער גאס לאזט איר די מאמע שוין אריבערגיין אליין, אבער נישט פלאשינג. פלאשינג איז אפילו פאר אן ערוואקסענער אן אונטערנעמונג אריבערצוגיין. עס איז ווי געזאגט א צוויי-וועג גאס, און ספעציעל א פארנומענער. די גאס פירט פון און צו דער הייוועי, און איז א שטארק באנוצטע גאס פאר שווערע טראפיק וואס פארט אריבער די געגנט. ווען א קינד, א מיידעלע, שטייט ביים עק גאס און קוקט זיך אזוי ארום אויף די מענטשן, איז עס א גוטע 50/50 אז זי זוכט איינעם וואס זאל איר אנטראגן צו העלפן אריבערגיין. טראץ דעם "איינשטעל" אז זי וויל פונקט נישט אריבערגיין נאר זי שטייט דארט פאר א צווייטן צוועק, האב איך יא געפרעגט די מיידל צי זי וויל אריבערגיין, און זי האט געשאקלט אויף יא. זאג איך די טראדיציאנאלע "איין מינוט", איך גיי ארויס אויף דער גאס, איך קוק אויף ביידע זייטן צו מאכן זיכער אז מען קען אריבערגיין, און נאכן באשטעטיגן אז יא, עס איז זיכער, צייג איך פאר איר צו קומען. זי איז געגאנגען אין דער פארקערטער ריכטונג וואו איך האב געריכטעט, בין איך געבליבן נאך עטליכע סעקונדעס שטיין אויף דער גאס נאכצוקוקן אז זי האט אריבערגעמאכט דעם וועג פאר איך וויל גיין ווייטער. און... כ'הער א פייף. דאס מיידל איז שוין אויפן סיידוואלק פארזיכערט, מיינט דאך דער פייף מיר... איז וואס האב איך שוין אצינד שלעכט געטון, וואס פייפט מיר עפעס אן אומת העולם אצינד? דער אמת געזאגט, איך בין אלץ נערוועז צו העלפן קינדער אריבערגיין. מען מוז דאס טון, העלפן א קינד, אבער דאך, מען דארף זיין זייער פארזיכטיג, עס איז אויף א צווייטנ'ס חשבון, און וויפיל מאל "פארשטייט" דאס קינד אז ער קען שוין גיין און דערווייל האלט מען נאך אינמיטן קוקן... אמאל לויפט דאס קינד שיף, צו אן אנדערער ריכטונג וואו דו האסט געמיינט ער גייט... 68 פרשת נשא תשפ״ג


אפרים גרינפעלד שאלה, אומגעבעטענע אומדירעקטער קאמפלימענט בתוך שרייבערס אנכי יושב, און איינער פון די פרייזן וואס קומט מיט דעם איז, אז וואו אימער מען גייט און שטייט פרעגט מען דיר וועגן דיין שרייבעריי. איך קען זיין ביי א דינער, פארטי, מעמד, קהילה צוזאמקום, הצלה רוף, און אפילו משפחה שמחה, און אלעמאל וועט איינער, כאטש איינער, צוקומען און פרעגן שאלות ווי, 'נו, גייסט באשרייבן דעם מעמד?'. כ'מיין אז יעדער באקאנטער שרייבער וועט פיין 'רילעיטען' צו דעם, און אמאל פלעג איך היפש נערוועז ווערן דערפון. למעשה בין איך א מענטש מיט משפחה, א חלק פון א קהילה, מען האט שמחות, מעמדים אד"ג, און איך קום דארט וויילן און פארברענגען כאחד האדם, נישט עס צו באשרייבן. מיט דער צייט האב איך אבער אנגעהויבן אריינטראכטן אז דייקא די אומגעבעטענע שאלה איז למעשה אן אומדירעקטער קאמפלימענט, ווייל נאך אלעמען פרעגט מען נישט די שאלות פון א דורכגעפאלענעם זינגער, נאר איינער וואס טויגט אויפן באלעמער ווערט געפרעגט ביי יעדער שמחה אויב ער גייט צוגיין צום מייק. אין דער שרייבעריי וועלט, איז באקאנט אז קאמפלימענטן קומען גאר זעלטן, אויסער אפשר ווען מען שרייבט עפעס קאנטראווערסיאל. דעריבער וועט אזא שאלה, אומדירעקט, געבן א קאמפלימענט אז למעשה ליינען יא מענטשן סחורה וואס מען האט בעזר השם איבערגעגעבן אויפן פאפיר, און זיי האבן הנאה און 'קאנעקטן' דערמיט, און אפילו זיי ווייסן נישט אז מיר זענען מענטשן פון פלייש און ביין וואס האבן ליב גריסן, געבן זיי אבער אומדירעקטע קאמפלימענטן בכל עת מצוא. ש'כח פאר די קאמפלימענטן! ווילט איר מיטטיילן א מאָ מענטעלע? שיקט צו: org.momentmagazine@momentelech עכ"פ עס מאכט כאטש אביסל אנגעצויגן, און דא פייפט מיר איינער אן אינו בן ברית. מיין נערוועזיטעט האט מיר שוין צוגעשפילט צו טראכטן נעגאטיוו, 'וואס האב איך אצינד געטון אומריכטיג?'. ער פייפט נאכאמאל, איך דריי זיך אויס. אויף א הויכן טראק זיצט א גוי, פענסטער אראפגעצויגן, און שרייט עפעס ארויס. איך האב נישט געהערט דאס ערשטע מאל צוליב דעם הויכן גערודער פונעם דיזעל מאטאר )פאר דער היסטאריע, ווען מען וועט ליינען דעם שטיקל אין יארן ארום... א "דיזעל מאטאר" איז וויאזוי טראקס און געוויסע אויטאס זענען געפארן "אמאליגע צייטן", און עס האט געמאכט א הויכע גערודער. אזוי איז עס געווען.( אז כ'האב נישט געהערט דאס ערשטע מאל, פרעג איך איבער און אצינד זאגט ער שוין העכער, "ווערי נייס אוו יו!" דאס הייסט, "זייער שיין פון דיר". אה... אפגעאטעמט. נישט קיין פסק, גאר א קאמפלימענט... איך פארנויג דעם קאפ, געב אים דעם שיינעם דאנק צייכן, און איך גיי זיך מיין וועג. ב"ה אריינגעכאפט א קידוש השם אויפן וועג צו קבלת התורה! עטליכע סעקונדעס ווייטער האט עס מיר געכאפט. איך גיי צו קבלת התורה אינאיינעם מיט אלע אידישע קינדער נאכאמאל מקבל זיין די תורה, ווי חז"ל זאגן אז יעדעס יאר איז דא א פרישע קבלת התורה. דער אויבערשטער גייט נאכאמאל געבן די תורה פאר זיין פאלק, און ער האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון זיי! פארט אריבער א גוי און זעט ווי א איד העלפט א קינד אריבערגיין די גאס, ער ווערט נתפעל, "ווערי נייס אוו יו!" ראו מה בין בני לבן חמי! א "קלייניקייט" וואס פאסירט אפשר 100 מאל א טאג אין יעדער אידישער שטאט. א קלייניקייט וואס מען טראכט ניטאמאל דערפון א מינוט פארדעם און א מינוט נאכדעם, עס איז כמעט ווי טייל פון דעם אינסטינקט. א קינד וויל אריבערגיין, מען העלפט דאס קינד און מען גייט ווייטער, און דער גוי איז נתפעל! דער גוי פארשטייט נישט אז מען רעדט נישט דא פון העלפן א צווייטן סתם אזוי. ער כאפט נישט אז גאנץ כלל ישראל איז מיט א פשטות איין גרויסע פאמיליע. און דאס איז נאר איין פיצעלע ביישפיל פון דעם מי כעמך ישראל! אידן לעבן אין א צווייטער סארט וועלט, אין א צווייטן מציאות. אביסל שפעטער אין שול, דער כהן איז שוין געווארן אויסגערופן צו דער תורה, מען גייט אט ליינען און נאכאמאל באקומען די עשרת הדברות, מען גייט ווידעראמאל ווערן אויסדערוועלט אלס דאס פאלק פון הקב"ה, עס קלינגט אפ אין ביהמ"ד די הייליגע ווערטער פון אקדמות "עדב יקר אחסנתה, חביבין"... "רבותהון דישראל"... און די ווענט ענטפערן צוריק אינאיינעם מיטן קהל "רבותכון מה חשיבא קבל ההיא שבחתא.... רבותא דיעבד לי כד מטיא שעתא"! זאל עס שוין זיין בקרוב, אמן. פרשת נשא תשפ״ג 69


מאנומענטאלעמאמענטן שרגא סופר ן א שיעור איז שוין געשריבן א געווארן איבער דעם קאלטן קריג צווישן די פאראייניגטע שטאטן און דעם רוסישן בער, ווי מען האט זיי דאן גערופן. ווייניג ווייסן אבער פון דער פאלגנדער געשיכטע, וואס כאטש עס איז נאך היינט עטוואס אומקלאר, ווערט עס אבער פאררעכנט אלס איינע פון די געלונגענסטע אמעריקאנער שפיאנאזש מיסיעס פון דעם קאלטן קריג וואס די אמעריקאנער האבן דורכגעפירט, ארויפצושלעפן א געזינקענער רוסישער נוקלעארער סובמארין אין א פרואוו געוואויר צו ווערן גרויסע און געהיימע רוסישע מיליטערישע סודות. וויאזוי איז די אפעראציע צוגעגאנגען? איז עס זיי געלונגען? זענען זיי טאקע געוואויר געווארן וואס זיי האבן געוואלט? אט ליינט... א געהיימע אמעריקאנער אקציע צו דערשנאפן רוסישע נוקלעארע געהיימניסן פראיעקט אזאריען די אמעריקאנער יו-עס-עס האליבאט סובמארין 70 פרשת נשא תשפ״ג


פארט. דער האליבאט איז צוגעפארן נאנט צום פלאץ וואו די אמעריקאנער האבן געשאצט אז די רוסישע קעי- 129 געפינט זיך, דאן האט דער סובמארין אראפגעשיקט א ספעציעלע אייזערנע ארעם אויסגעשטאט מיט פארשידענע קאמעראס, לעקטערס און סענסארס וואס זאל אראפנידערן ביז דער ערד פונעם אקעאן און כאפן נאנטע בילדער פון דער שיף. נאכן זיין אין וואסער פאר צוויי וואכן, האט דער האליבאט סובמארין געטראפן די רוסישע קעי-129 סובמארין. אין לויף פון די קומענדיגע פאר וואכן האט עס אפגעכאפט איבער צוואנציג טויזנט נאנטע בילדער פון דער שיף, פון אלע זייטן און פון יעדן דעטאל, נישט איבערלאזנדיג קיין שום איינצלהייט פון דער שיף אומפאטאגראפירט. אין 1970 למספרם, געבויט אויף די אינפארמאציע וואס דער האליבאט האט אפירגעקראצט, האט דער פארטיידיגונגס סעקרעטאר מעלווין לאריד צוזאמען מיט הענרי קיסינגער באשלאסן ארויפצוברענגען די שיף צום אויבערפלאך און עס שטודירן פון דער נאנט. דער דעמאלטדיגער פרעזידענט ניקסאן איז איינגעגאנגען דערויף און האט באויפטראגט די סי- איי-עי מיט דער אקציע. דער פלאן עטליכע פלענער ארויפצוברענגען דעם רוסישן סובמארין זענען פארגעשלאגן געווארן, אריינגערעכנט א פלאן צו לייגן א גרויסן באלאן אונטער דער שיף און דאן אריינבלאזן דערין גאז, וואס וועט מאכן ארויפשווימען די שיף צום אויבערפלאך, אבער נאך גרינטליכע אויספארשונגען דורך געניטע ארכיטעקטן איז עס אפגעשלאגן געווארן. אנדערע פלענער זענען געקומען און געגאנגען פונקט ווי די פריערדיגע, ביז מען איז אויפגעקומען זיי זענען אהינגעקומען, אבער דאן וואלטן מיר נישט געהאט וואס צו שרייבן... אפעראציע זאמד דאלאר די אמעריקאנער וועלכע האבן אבזערווירט ווי די רוסן זוכן נאך זייער'ס א פארלוירענע שיף, האבן באשלאסן איבערצונעמען די מיסיע פון די רוסן און אליין גיין זוכן נאך דעם רוסישן סובמארין, מיטן פלאן צו טרעפן די שיף און אפשר נאך ארויסשנאפן מיליטערישע סודות און טעכנאלאגיע פון דער שיף אויך, און איבער אלעם דערגרייכן נאך א שטאלצער זיג איבער די רוסן און ווייזן פאר דער וועלט אז אמעריקע איז פיל מער סאפיסטיקירט און פארגעשריטן ווי די סאוויעטן. געזאגט און געטון, עטליכע גרויסע שישקעס פונעם אמעריקאנער מיליטער זענען זיך צוזאמענגעקומען און אנגעהויבן פלאנירן די אקציע וואס זיי האבן א נאמען געגעבן אפעראציע זאמד דאלאר. די עי-עף-טי-עי-סי )AFTAC ) - א מיליטערישע איינהייט וואס איז א חלק פון דער אמעריקאנער לופט פלאטע, וועלכע איז געשטעלט אויפצוכאפן נוקלעארע געצייג אין די אקעאנען ארום די וועלט פארמאגנדיג איבער 600,3 סענסארס אין די ימ'ען אויפצוכאפן נוקלעארע דעווייסעס – האט ארויסגעהאלפן מיט דער זוכעניש. עס האט נישט גענומען לאנג און זיי האבן טאקע געטראפן דעם גענויען ארט אינעם פאסיפיק וואו די רוסישע קעי-129 האט ווירקליך איינגעזינקען. די אפעראציע איז דאן איבערגעגעבן געווארן פאר דער סי- איי-עי וועלכע האט ארויסגעשיקט דעם אמעריקאנעם יו.עס.עס. האליבאט נוקלעארן סובמארין אויפן פאסיפיק, פונעם פערל הארבער דער רוסישער קעי-129 סובמארין אינעם אכטן פון מערץ אין יאר 1968 למספרם, האט דער קעי-129 רוסישער נוקלעארער סובמארין איינגעזינקען אינעם פאסיפיק אקעאן, זייענדיג איינע פון די פיר מיסטעריעזע שיפן פארשווינדונגען אין יאר 1968 למספרם. די אנדערע שיפן זענען געווען, א מדינת ישראל שיף, א פראנצויזישער סובמארין און די אמעריקאנער סקארפיען שיף. די קעי-129 - איינער פון די פופצן סובמארינען אין דער סאוויעטישער ים פלאטע דורכאויס דעם קאלטן קריג - איז געווען א נוקלעארער סובמארין מיט דער מעגליכקייט ארויסצושיקן באליסטישע מיסילס, אבער נאך וואס עס איז ארויסגעפארן אויף איר לעצטע רייזע אינעם פאסיפיק, איז שטיל געווארן און מען האט גארנישט צוריקגעהערט פון איר פאר מער ווי צוויי וואכן. די רוסן, זייענדיג אנגעצויגן וואס אזוינס האט געקענט פאסירן צו זייער סובמארין, האבן כסדר ארויסגעשיקט שיפן כדי צו זוכן עפעס שפורן פון דער פארלוירענער שיף, אבער אן ערפאלג. מען האט נישט געזען אדער געהערט קיין זכר פון דער שיף, ממש ווי עס וואלט פארשוואונדן אין וואסער אריין... און אפשר טאקע? נאכן זוכן פאר א לאנגער צייט אינעם ענדלאזן אקעאן, זענען די רוסן געקומען צו דער אנערקענונג אז די שיף איז געוויס איינגעזינקען אין די טיפענישן פונעם פאסיפיק אקעאן, כאטש וואס קיינער האט נישט געקענט אנדייטן גענוי וואו, נאך וואס מען האט נישט געטראפן קיין שפורן פון דער שיף. די מעשה וואלט זיך בעצם דא געקענט ענדיגן, פונקט ווי ביי אנדערע שיפן וואס זענען נעלם געווארן און מען ווייסט נישט ביז היינט וואו org.momentmagazine@ssofer פרשת נשא תשפ״ג 71


מאנומענטאלעמאמענטן פראיעקט אזאריען געבעטן אז ער זאל זיך ארויסשטעלן אלס פירער פונעם פראיעקט וואס האט געזאלט ארויסגראבן געוויסע מינעראלן פונעם פאסיפיק אקעאן, ווען אינ'אמת'ן וועט ער בכלל נישט זיין אריינגעמישט אין דער אקציע, ער וועט בלויז געבן זיין נאמען אין דער עפנטליכקייט אלס דער וועלכער פירט אן דעם )אזוי גערופענעם( מינעראלן גראבונג פראיעקט. האווערד האט מיט פרייד אנגענומען דעם פארשלאג און גערן געלאזט די סי-איי-עי זיך באניצן מיט זיין נאמען. דאן האט די סי-איי-עי זיך גענומען ערנסט צו דער ארבעט און אנגעהויבן בויען די גלאמאר עקספלארער שיף וואס זאל זיין געאייגנט פאר דער מיסיע. געארבעט אויפצוקומען מיט א מעשה וואס זיי זאלן קענען פארקויפן אין דער גאס און פאר די רוסן וועלכע פרעגן איבריגע פראגעס, צו ערקלערן אויף וואספארא פראיעקט מען ארבעט יעצט אינעם פאסיפיק. זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס הערט זיך טאקע פשוט, אבער טאקע צוליב דעם האבן זיי געהאלטן אז קיינער וועט נישט פארדעכטיגן אז עפעס מער גייט דא פאר. די סי-איי-עי האט זיך געוואנדן צו אן אמעריקאנער פילאנטראפ מיטן נאמען האווערד יוס וועלכער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט די סי-איי-עי און ער האט זיי ארויסגעהאלפן מיט וואס ער האט נאר געקענט. זיי האבן אים מיט דעם געדאנק פון פשוט אראפנידערן א לאנגע ארעם וואס זאל אנכאפן די שיף און עס ארויפברענגען. דא איז אבער אונטערגעקומען א פרישן פראבלעם. אזא מאסיווע אפעראציע וואס וועט ווארשיינליך געדויערן א שיינע שטיק צייט, וועט געוויס ברענגען אויפמערקזאמקייט צו אומגעוואונטשענע אויגן און די רוסישע שיפן וועלכע שווימען ארום אינעם פאסיפיק, וועלן געוויס באמערקן די אקציע און זיי וועלן נישט צולאזן אז די אמעריקאנער מיט וועמען זיי האבן זיך נישט אזוי גוט פארשטאנען )מילד גערעדט...(, זאלן לייגן א האנט אויף זייער'ס א נוקלעארער סובמארין. איז די סי-איי-עי געזעצן און די גלאמאר עקספלארער שיף 72 פרשת נשא תשפ״ג


סובמארין. די אינזשענירן האבן זיך שטארק געמוטשעט אויפצוקומען מיט א געדאנק וואס זאל האלטן די שיף סטאביל אז עס זאל זיך נישט איבערקערן פונעם שווערן וואג וואס די ארעם וועט שלעפן. נאך עטליכע פרואוון זענען זיי אויפגעקומען מיט דעם געדאנק. די ארעם וועט אראפגעלאזט ווערן פון א לאך אויף דער פאדלאגע אינעם צענטער פון דער שיף דורך א צען מעטערדיגן )דרייסיג פיס( אייזערנעם רער, דאן וועט מען באהעפטן צו דעם רער נאך א רער פון צען מעטער, און אזוי ווייטער ביז ווען מען וועט דערגרייכן איין לאנגן אייזערנעם רער אינעם לענג וואס פאדערט זיך אנצוקומען ביז דער ערד פונעם אקעאן. ביים ארויפציען וועט מען צענעמען די רערן איינס ביי איינס ביז מען וועט צוקומען צום סובמארין וואס מען האט ארויפגעשלעפט. דאן וועט דער סובמארין אריינגיין אין א ספעציעלן קעסטל וואס מען האט געבויט אונטער דער שיף, וואס ווען די טירן פונעם קעסטל זענען אפן, קומט אויס אז דאס קעסטל איז אפן צום וואסער. איינמאל דער סובמארין וועט זיין אינעם קעסטל אונטערן שיף, וועלן זיך די טירן צומאכן און דינען אלס באדן פונעם קעסטל אויף וואס דער סובמארין וועט ליגן דורכאויס דעם וועג אהיים, אונטערן וואסער אוועק פון אומגעוואונטשענע אויגן פון אנדערע פארבייפארנדע שיפן, שפיאניר עראפלאנען אדער שפיאנאזש סאטעליטן. פראיעקט אזאריען אינעם צוואנציגסטן פון יוני 1974 למספרם, האט זיך די גלאמאר שיף ארויסגעלאזט פונעם פארט אין לאנג ביטש, קאליפארניע. נאכן רייזן פאר פירמע. די ארעם האט געזאלט אראפגענידערט ווערן צו דער ערד פונעם אקעאן, אנכאפן דעם רוסישן סובמארין און עס ארויפברענגען צום אויבערפלאך. די שוועריקייט איז נאר געווען צו האלטן די גלאמאר שיף סטאביל אין דער צייט ווען די ארעם נידערט אראפ באלד פינף קילאמעטער )16 טויזנט פיס( אונטערן וואסער און ברענגט ארויף אזא שווערן אינעם ערשטן פון נאוועמבער 1972 למספרם, האט מען אנגעהויבן בויען די גלאמאר שיף אין א שיף יארד נעבן פענסילוועניע. ביים פארטיג ווערן איז די שיף געווען 619 פיס לאנג )189 מעטער( און עס האט געוואויגן אן אסטראנאמישע 36 טויזנט טאן. איינע פון די זאכן מיט וואס מען האט אויסגעשטאט די גלאמאר, איז געווען א גרויסע ראבאטישע ארעם פאבריצירט דורך דער לאקהיד א סקיצע פון דער גלאמאר שיף און די ספעציעלע ארעם פרשת נשא תשפ״ג 73


מאנומענטאלעמאמענטן פראיעקט אזאריען פינף אהאלב טויזנט קילאמעטער, איז די גלאמאר שיף אנגעקומען צום פונקט וואו דער רוסישע קעי-129 סובמארין האט זיך געפינען אינעם פערטן פון יולי. אנקומענדיג צום באשטימטן ארט האט זיך די שיף גענומען טון פארשידענע ארבעט וואס זענען נישט געווען פארבינדן צו דער אקציע, כדי אויב א רוסישע שיף פארט פארביי זאלן זיי בלויז זען ווי מען טוט ציווילע ארבעט און נישט עפעס א מיליטערישע אפעראציע. ווירקליך אין לויף פון דער צייט וואס זיי האבן דארט געארבעט זענען צוויי רוסישע שיפן דורכגעפארן און געוואלט זען וואס זיי טוען. נאכן זיך איבערצייגן אז עס איז בלויז א ציווילע שיף וואס גראבט מינעראלן פונעם וואסער, האבן זיי זיך אוועקגעדרייט און אוועקגעשווימען. אין 1991 למספרם איז די סי- איי-עי געוואויר געווארן אז די רוסן זענען נישט צופעליג דורכגעשווימען דעם פלאץ, נאר זיי זענען דוקא אהינגעקומען נאך וואס זיי האבן באקומען א טיפ אז א מיליטערישע אקציע ארויפצוברענגען זייער סובמארין איז אונטערוועגנס. נישט וויסנדיג אבער די גענויע לאקאציע פון זייער אייגענע שיף, און האלטנדיג אז מען קען עס סייווי נישט ארויפברענגען צום אויבערפלאך, האבן זיי עס נישט גענומען צי ערנסט. דאן האבן זיי אבער באקומען שטרענגע ווארענונגען פונעם רוסישן אמבאסאדאר אין אמעריקע אז די שמועות זענען אמת און די אקציע איז ווירקליך אונטערוועגנס. די סאוויעטישע מיליטערישע אינזשענירן האבן דאן איבערגעקוקט די מעגליכקייט פון ארויפברענגען דעם סובמארין און זיי זענען געקומען צו דער מיינונג אז אזא מיסיע איז טאקע מעגליך. דעריבער האבן די רוסן אהינגעשיקט עטליכע מיליטערישע שיפן וואס זאלן אבזערווירן פון דער נאנט וואס עס גייט פאר, אבער נאכן געוויסע אינפארמאציע וואס זיי האבן מיטגענומען צו זייערע קווארטירן פאר אויספארשונגען. אזוי אויך האבן זיי געטראפן עטליכע קערפער פון דער סאוויעטישער סובמארין מאנשאפט וועלכע זענען דערטראנקען געווארן מיט דער שיף. די סי-איי-עי האט דאן אפגעראכטן א "אין ים באגרעבעניש צערעמאניע" ווען זיי האבן אריינגעווארפן די קערפערס אינעם ים באגלייט מיט א גרויסער צערעמאניע, ווען די אמעריקאנער און רוסישע פאלקס הימנעס ווערן אונטערגעשפילט. די גאנצע אפעראציע איז רעקארדירט געווארן דורך די סי- איי-עי, אבער בלויז די באגרעבעניש צערעמאניע איז ארויסגעגעבן געווארן צו דער עפנטליכקייט, דערנאך וואס די סי-איי-עי האט געשיקט די רעקארדירונג צו די פאמיליע מיטגלידער פון די אומגעקומענע, אבער די רעשטע פון דער אקציע איז געבליבן ביז היינט אין שטרענגן געהיימניס. אין א סטעיטמענט וואס די סי- איי-עי האט ארויסגעשטעלט יארן נאך דער מעשה, האבן זיי געזאגט אז נאך היינט ווערט אט דער אזאריען פראיעקט באטראכט אלס איינער פון די בעסטע און געלונגענסטע שפיאנאזש מיסיעס פון דעם קאלטן קריג. אחר הדברים האלה די איינצלהייטן פון דעם פראיעקט איז צום ערשט פובליצירט געווארן דורך דער ניו יארק טיימס מאגאזין אין יאר 1975 למספרם, געשריבן דורכן רעפארטער דזשעק אנדערסאן. כאטש די סי-איי-עי האט אים פערזענליך געבעטן נישט ארויסצוקומען דערמיט, האט ער זיך אנטזאגט און יא געשריבן דערוועגן, טענה'נדיג אז ער טוט עס בלויז זען אז אלעס ביים גלאמאר שיף זעט אויס ציוויל און אומפארדעכטיגט, זענען זיי אוועקגעגאנגען. איינמאל דער פלאץ איז געווען ליידיג פון אומגעוואונטשענע געסט, האט מען זיך גענומען צו דער ריכטיגער ארבעט פאר וועלכע מען איז אהינגעקומען, נעמליך, ארויפברענגען דעם איינגעזינקענעם רוסישן קעי-129 סובמארין. מען האט אריינגעלאזט די ראבאטישע ארעם אין וואסער און באהאפטן דערצו איין רער נאכן צווייטן ביז עס האט דערגרייכט דעם באדן. דאן האט מען מיט סאפיסטיקירטע קאנטראלירער מאנעוורירט די ארעם וואס האט אנגעכאפט די שיף, בשעת די מענטשן אין דער גלאמאר שיף שלעפן ארויף די ארעם מיטן סובמארין אינאיינעם, צענעמענדיג איין רער נאכן צווייטן. איר מיינט אודאי אז פון דא און ווייטער איז שוין אלעס געפארן געשמירט, הא? נישט ממש. ערגעצוואו אינמיטן וועג האבן זיך טיילן פון דער ארעם געשפאלטן און צוויי דריטל פון דעם רוסישן סובמארין איז צוריק אריינגעפאלן אין ים... די אנגעגעבענע אורזאך דערפאר איז געווען, ווי די שיף מעכאניקער האבן דאן געמאלדן פאר דער סי- איי-עי, וויבאלד דער סארט מעטאל וואס איז געניצט געווארן פאר דער ארעם, כאטש וואס עס איז געווען גאר שטארק און דויערהאפטיג, האט ווארשיינליך נישט געקענט אויסהאלטן דעם שטארקן דרוק אונטערן וואסער און דעריבער האט זיך עס געשפאלטן, פאראורזאכנדיג אז צוויי דריטל פונעם סובמארין זאל צוריק אריינפאלן אינעם ים. אזוי צי אזוי, טענה'ט די סי- איי-עי אז כאטש וואס עס איז זיי נישט געלונגען ארויפצושלעפן דעם גאנצן סובמארין, האט זיך אבער דאך געלוינט די מיסיע נאך וואס עס איז זיי געלונגען צו לייגן א האנט אויף צוויי נוקלעארע טארפידאס און נאך 74 פרשת נשא תשפ״ג


שפעקולאציעס אנדערע זענען גאר ביי דער מיינונג אז צוליב וואס די סי-איי-עי האלט עס אזוי שטרענג אין געהיים מוז זיין אז דאס ארויפברענגען דעם רוסישן סובמארין איז אויך געווען א פארדעקונג פאר אן אנדערער און מער וויכטיגער אקציע. זיי זאגן אז געוויס האבן זיי דאן אונטערגעשטעלט אונטערהער אפאראטן אויף רוסישע אונטערוואסער קאמוניקאציע געצייג, אדער גאר איינגעשטעלט אן אונטערוואסער מיסיל סיילאו. קיין איינע פון די טעאריעס און קאנספיראציעס זענען נישט באשטעטיגט געווארן פארשטייט זיך, און עס איז ביז היינט נישט קלאר גענוי וואס דארט איז פארגעקומען. כאטש וואס מען ווייסט בערך די מעשה, איז עס אבער קיינמאל נישט געהעריג אפיציעל באשטעטיגט געווארן דורך דער סי-איי-עי אדער דורך סיי וועלכע רעגירונג אגענטור. אין יאר 2010 איז ארויסגעקומען איינער מר. ריעד, וועלכער איז געווען איינער פון די אינזשענירן וועלכע האבן ערצייגט די פאטאגראפיעס וואס זענען אראפגעשיקט געווארן צו דער ערד פונעם אקעאן כדי אפצוכאפן נאנטע בילדער פון דעם רוסישן סובמארין. ער האט דאן געזאגט אז לויט זיין מיינונג האט די סי-איי-עי דערשנאפט פיל מער אינפארמאציע פון דעם קעי-129 ווי וויפיל דער פובליקום ווייסט און וויפיל די סי- איי-עי האט מודה געווען. ארטיקל זענען פארשטייט זיך ארויסגעברענגט געווארן פאר דער סי-איי-עי אן א שיעור פראגעס אויף דעם פראיעקט, אבער זיי האבן זיך אנטזאגט פון ענטפערן אויף רוב שאלות זאגנדיג אז עס איז נאך צי פרי פאר אן אפיציעלן סטעיטמענט פון דער סי-איי-עי. זינט דאן האט עס באקומען דעם נאמען דער גלאמאר אנטווארט, אן אויסדרוק וואס ווערט גענוצט ביז היינט ווען אימער די רעגירונג אנטזאגט זיך פון געבן א קלארן ענטפער אויף סיי וועלכער פראגע. צוליב וואס עטליכע מיליטערישע אנאליזירער זענען ארויסגעקומען מיט דער מיינונג אז לויט זיי האט דער רוסישער סובמארין נישט אנטהאלטן קיין שום מיליטערישע סודות און דעריבער האט די סי-איי-עי גארנישט פארדינט פון דער אקציע און עס איז בלויז געווען א שאד אויף דעם געלט פון די אמעריקאנער שטייער צאלער, דעריבער ברענגט ער פארן פובליק אלע איינצלהייטן אז יעדער זאל זיך אליין איבערצייגן אז מען האט יא געהאט עפעס א נוצן דערפון. נאך דער פובליצירונג פון דעם לכבוד ידידינו היקר והחשוב , ברוך הכשרון , ברכת מזל טוב הר״ר יששכר יואל אונגער הי״ו לרגל שמחת נישואי בתו למזל טוב דער צימער אינעם גלאמאר שיף וואו די סובמארין וועט ליגן פרשת נשא תשפ״ג 75


חסידישעקאך מרת ר. שיק org.momentmagazine@kitchen אינגרידיענטס PITA FLAT S’YOSSI 3 SAUCE PIZZA MOZZARELLA PACK 1 CHEESE CUT - ONION 1 STRIPS INTO PACKS 4/3 COLORED PEPPER STRIPS CAN 1 MUSHROOMS OIL אנווייזונגען דעקט צו אייער Betty Crocker מיט א שטיקל באק פאפיר. גיסט ארויף אביסל אויל און לאזט עס אנהייצן. דינסט די צוויבל ביז עס ווערט ברוין. לייגט צו די איבריגע גרינצייג און דינסט עס ביז עס ווערט ווייך. שפרייט אויס פיצא סאוס אויף די פיטאס. שפרייט אויס טשיז אויף דעם און דערנאך שפרייט אויס די גרינצייג העכער אלעס. לייגט עס באקן אין אייער Crocker Betty ביז די טשיז ווערט צעלאזט. גרינצייג פיצא מען קען צעשניידן די פיצאס אין דרייעקיגע שטיקלעך כדי עס זאל אויסזען ווי עכטע קליינע פיצאס פאר די קינדער, עס זאל זיין מער אינטערעסאנט און גרינגער צו עסן. די פיצאס פרירן זיך זייער גוט, ווארעמט עס איבער פאר א שנעלן געשמאקן נאכטמאל. )ווען איר פרירט עס, באקט נישט די פיצאס פארדעם, נאר פרירט עס גרייט צום באקן(. איר קענט אויספרובירן ארומצוטוישן מיט די גרינצייג לויט אייער געשמאק. פיצא איז גאר א פאפולערער און בא'טעמ'טער מאכל ביי יונג און אלט. עס קען סערווירט ווערן אלס א זעטיגן מיטאג, אדער גאר פאר א באליבטן נאכטמאל. נאכמער געשמאק איז צו עסן די קליינע personal pies ,אזויווי דער היינטיגער רעצעפט. עס איז אנגעפאקט מיט פלעיוואר און טעם, און די בעסטע פון אלעם איז אז עס איז גאר גרינג אנצוגרייטן און מען האט נישט קיין געשיר צו וואשן. זאלץ און פעפער 76 פרשת נשא תשפ״ג


פרשת נשא תשפ״ג 77


ברוך וויינשטאק כוואליעס org.momentmagazine@chvalyes ס'איז מוצאי שבועות, נפשי חשקה בתורה, ערלויבט מיר צו נעמען נאך אביסל אורלויב פון גוט-זאגעריי און ווערטער-שפילעריי, לאזט מיר אייך געבן נאך אביסל ש"ס'ליכע סחורה, לאמיר ווערן אביסל ש"ס'ליך, לאמיר טראכטן אביסל ש"סליך. ברכות דף ד'. ולא בושתי - שהיה מבייש. בושה זעלבסט איז שוין נישט אזוי געפערליך. די בושה פון ווערן פארשעמט, דער קלאפ פאר די אינערליכע שטארקקייט אז מען גייט ווערן פארשעמט, דאס אליין פלאמט שוין אויף די בעקעלעך. פאר וועלעכע צוועק שעמסטו זיך, נישט צו ווערן פארשעמט? איז דא עפעס וואס דו האלטסט וויכטיגער ווי דיין בושה. מיר זענען ביישנים, גרייט צו ווערן פארשעמט. שמרה נפשי. איך בין גוט, איך ווייס הייליגער באשעפער דו האסט מיר ליב סיי וויאזוי, העלף מיר אבער אז איך זאל זיין נאך בעסער. גאולה מאורתא. גאולה איז א פראסעס, א דורכגאנג, א בריק פון שיעבוד לגאולה, פון נאכט צו טאג. די ערשטע פאזע פון גאולה איז אייביג אין חושך, און די לעצטע פאזע איז אייביג אין אור, דער בריק איז אמאל א גאולה אריכתא. ברכות דף ה'. נצחו מוטב ואם לאו. פרוביר אייביג צו היטן דיין ענערגיע, זוך נישט צו נוצן דיינע בעסטע פעאיגקייטן און טאלאנט פאר קליינליכס. הייב אייביג אן קליין, טאנץ נישט צו גרעסער ווי וואס עס פעלט זיך אויס. זאג נישט צו פאר דיין קינד א גרויסע מתנה ווען ער וואלט עס געטון פאר א קליין צוקערל, זאג נישט צו א צוקערל אויב ער וואלט עס געטון בלויז אויף דיין באפעל. דיין אינערליכע קינד ארבעט אויך אזוי, פרוביר צו זען אויב קלענער ארבעט, אויב נישט, דאן קענסטו גיין גרעסער און שטערקער. נוץ נישט נוקלעארע וואפן ווען א קויל איז גענוג, נוץ נישט קיין קויל ווען א שטיינדל איז גענוג. דין גרמא. טרייסט איז א שווערע זאך, לאגיק איז פארלאשן, מאלענכאליע שוועבט ארום און פארבלענדעט דעם צוקונפט. א וויזואלע מציאות רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, א פאָ רשטעל טוישט א בליק אויף אייביג. געב א קוק: דא שטייט א רבן של ישראל מיט א ביינדל אין זיין האנט. נפשו באפו. אונזער גייסט און אונזער געבעט איז איינס. געבעט אָ ן א גייסט איז נישט קיין תפילה. גייסט אָ ן א געבעט איז נישט קיין נפש. ברכות דף ו'. ולימלי עיניה. איך בין ליידיג, ווייל איך בין גרויס, און וויפיל מען לייגט אריין איז נאכאלץ רעלאטיוו ליידיג. ולחושבי שמו. דער אויבערשטער האנדלט נישט מיט אונז ווי אן ארבעטס- געבער צו זיינע ארבעטער, נאר ווי א טאטע צו קינדער. פיר זיך אויף צו די מצוות ווי צו זכיות נישט ווי צו חובות, וויבאלד ער געבט דיר די געלעגנהייט עס צו טון, נישט די געלעגנהייט צו ענדיגן די ארבעט און אהיימגיין. לא עליך המלאכה לגמור. משתנות ככרום, וכרום שמו. א לבנה שפיגלט צוריק צו די זון, איר ליכטיגקייט און אירע קאלירן, וויבאלד זי האט נישט אייגנס. א שטערן שיינט איר אייגנארטיגע שיין, זי איז א זון פאר אנדערע. קענסט זיין א שטערן. מצדיקי הרבים ככוכבים. אגרא דבי טמיא שתיקותא. טויט, צו טויט זעלבסט, צו דער באגעגעניש מיט איר, די אנערקענונג אז כל הדברים יגעים און מיר גייען אויך גיין, דער ציטער פון העדר חיים, איז שטילקייט, שתוק, עס איז נישט דא דערויף קיין ווערטער. דאס קען מען אויך האבן אין לעבן זעלבסט, א שטילקייט פון איבריגע רעש אין לעבן, עטוואס גרינגער צו מאכן אן אייביגע שטילקייט. ודומו סלה. ולא החזיר נקרא גזלן. כדי די וועלט זאל זיין וועלט, דארף יעדער זיין א מקבל און א משפיע, דער ריכטיגער וועג איז צו זיין א מקבל על מנת להשפיע, נעם, אבער געב ווייטער. האסט באקומען א גוט ווארט, געב א גוט ווארט. האסט באקומען פרנסה, געב פרנסה. האסט באקומען, געב. געב צוריק דעם גוט מארגן וואס איך האב דיר געגעבן. זיי נישט קיין גזלן. 78 פרשת נשא תשפ״ג


בייגעלייגט כוואליעס וועכנטליכע נייעס ביכל ״מאָמענט+ ּפלאָס״


HARNESS WE WHEN ,POWER JOINT OUR .MORE MUCH SO BE CAN WE ?MORE LEARN TO WANT advisor local your Contact 7272.54O.646 org.UnitedRefuah :SINGLE month/ 199$ :COUPLE month/ 349$ :6 TO UP FAMILY month/ 499$ כאיש TOGETHER אחד בלב אחד us.dartmedia .details full for Guidelines Sharing See. insurance offer t'doesn and insurance not is It. organization healthsharing profit non a is Refuah United United a with family your Protect membership HealthShare Refuah without thousands you save can that .care of quality on compromising .HealthShare Refuah United .more much so are we Together .Worldwide. hospital Any. doctor Any


Click to View FlipBook Version