The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.

אינטערוויו - ביה''ח אומאן יצ''ו 15 עמודים

Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by 148148b, 2019-11-28 06:40:57

אינטערוויו אופ'ן ביה''ח אומאן יצ''ו

אינטערוויו - ביה''ח אומאן יצ''ו 15 עמודים

‫ב"ה‬

‫אונטערוויו‬
‫בענין החפירות‬
‫בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ו‬

‫ליל שישי פרשת וירא תשע"ט‬

‫טעלעפון ליין ‪ -‬קול אומאן‬
‫‪ 77900-099-07-0777‬קנעפל ‪12‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫בס"ד‬

‫פתיחה‪:‬‬

‫א גוט יאר פאר אלע צוהערער אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר‪ ,‬יעדער איינער ווייסט‬
‫אז ס'טוהט זיך שוין ארום די שרעקליכע חפירות אינעם בית החיים אין שטאט אומאן‬
‫נעבן הייליגן רבי'נס ציון שוין איבער צוויי און אהאלב יאר‪ ,‬ווען יעדן תקופה טוהט מען‬
‫נאכאמאל אנהייבן צו גראבן‪ ,‬מענטשן ווילן וויסן מער פונקטליך די גנאצע השתלשלות‬
‫הענינים‪ ,‬און נאך פילע שמועות וואס די חופרי הקברים פארשפרייטן חדשים לבקרים‪,‬‬
‫וועגנדעם האבן מיר זיך פארבינדן מיט א חשוב'ער יונגערמאן וואס האט אביסל‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫מיטגעהאלטן פארשידענע זאכן במשך פון די צוויי יאר‪ ,‬און ער וועט איבערדערציילן‬
‫פאר די צוהערער די השתלשלות הענינים‪ ,‬און אויך אנטדעקן פיל פאקטן איבערן ענין‬
‫רעדנער‪ :‬א גוט יאר!!!‬

‫עסקן‪ :‬יא א גוטן צום ערשט וויל איך באדאנקען אויף אייער חשוב'ע טעלעפאן ליין‬
‫וואס איז עומד בשער צו מתריע זיין איבער'ן בית החיים אין אומאן‪ ,‬און אזוי אויך נאך‬
‫פארשידענע פירצות אין שטאט אומאן‪ ,‬און ס'וואלט טאקע געמעגט אנגיין א גאנצן יאר‬

‫די טעלעפאן און נישט נאר ווען ס'ברענט שוין א פייער‪.‬‬
‫רעדנער‪ :‬לאמיר האפן‪ ,‬יעצט לאמיר צוגיין צום ענין‪,‬‬
‫עסקן‪ :‬איך וויל מקדים זיין אז לכאורה וועט די אינטערוויווא אויפשוידערן מענטשן‪,‬‬
‫וואסנישט וויסענדיג זענען זיי מיטגעגאנגען מיט אזעלכע פאלשע שקרים וואס די חופרי‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫קברים האבן פארקויפט‪ ,‬און מיין תכלית איז ח"ו נישט צו מעורר זיין אידן אויף אזא אופן‬
‫וואס איז בגדר תוכחה שאינו כראוי וואס רח"ל מחליש די נשמה פון א איד‪ ,‬נאר‬
‫פארקערט איך פארלאז זיך אז מען רעדט צו אידן וואס ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן אז די‬
‫תכלית פון אלעס איז צו מקרב זיין אידן צום אויבערשטן‪ ,‬און נעמען די התעוררות אויף‬
‫א ריכטיגן וועג‪ ,‬זיין א מודה על האמת און מקבל זיין דער אמת ממי שאמרו אן‬
‫חשבונות‪ ,‬און פון צווייטן זייט לויפן צום אויבערשטן זיך אריינווארפן אין תפילה צו‬
‫איבערבעטן דעם אויבערשטן אויפדעם‪ ,‬און אויך די נפטרים‪ ,‬און ס'איז נישט פארהאן‬
‫קיין שום אפהאלט אויב א איד וויל תשובה טוהן‪ ,‬און ס'איז בעסער צו געוואר ווערן יעצט‬
‫דער אמת ווי צו אנקצומען אויבן אין הימל‪ ,‬און דארט זיך טרעפן ווען מען קען שוין‬

‫גארנישט פארעכטן און מען מוז אריבערגיין די עונשים רח"ל ווער ווייסט וויפיל יאר‪.‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫און איך וויל אויך מקדים זיין אז ס'איז מיר זייער נישט גרינג ווי יעדער קען פארשטיין‪,‬‬
‫אבער למען כבוד השי"ת ותורתו הק' וכבוד שם הצדיק המחולל מסוף העולם ועד סופו‪,‬‬
‫בין איך מחוייב צו פארקוקן אויף אלעס‪ ,‬און אפילו ס'קען זיין אז געוויסע מענטשן פון די‬
‫וואס איך גיי רעדן האבן שוין קען זיין צוריקגעצויגן פון זייערע חורבנות‪ ,‬און לאמיר האפן‬
‫אזוי‪ ,‬אבער מיט דעם אלעם די חורבנות גייט נאך אן די שמועות ווערן נאך געזאגט אין‬
‫זייער נאמען און ס'מאכט מבולבל געוויסע מענטשן‪ ,‬וועגנדעם בין איך מחוייב צו זאגן‬
‫טראצדעם וואס איז מיר ווייט פון זיין איינגענעם‪ ,‬און וויפיל איך זאג האב איך צוזאגן פיל‬

‫מער נאר ביז דערווייל האף איך אז ס'וועט זיין גענוג‪.‬‬
‫ערשטנס וויל איך קלאר מאכן אז איך בין נישט געווען ממש אריינגעמישט בענין די‬
‫גראבן קברים אלץ די עבירה פון גראבן קברים‪ ,‬נאר מער אלץ כהן וואס איך בין כסדר‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫געלעגן אביסל אין די ענינים וועגן די פלאץ ווי די כהנים מעגן שטיין ביים ציון‪ ,‬שוין אין די‬
‫פריעדיגע יארן‪ ,‬און אויטאמאטיש איז דאס טרעפן דעם נייעם טייל פונעם בית החיים‬
‫האט עס אנגעטראפן די ערגסטע פאר די כהנים‪ ,‬ווי יעדער ווייסט‪ ,‬די ערשטע שאלות‬
‫זענען געווארן פאר די כהנים‪ ,‬איך געדענק איך בין געווען דעם ערשטען שבועות אין‬
‫אומאן נאכן טרעפן די נייע טייל‪ ,‬ווי שווער ס'איז געווען ווען איך האב אויך געהאט‬
‫דעמאלט'ס א ספק צו מען מעג בכלל גיין צום קלויז‪ ,‬שפעטער איז שוין געווארן מער‬
‫קלארער‪ ,‬און ב"ה שפעטער ראש השנה איז שוין געבויעט געווארן די ערשטע טייל‬
‫פונעם דרך הכהנים‪ ,‬און ס'איז דעמאלט'ס געווען אפגערעדט ביי א טייל כהנים אז אויב‬
‫ס'גייט נישט געבויעט ווערן די דרך הכהנים גייט מען שטיין אויף עפעס א דאך אדער א‬
‫באלקאן וואס מען וועט אפדינגען‪ ,‬מיר האבן געוויסט אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫חכמות‪ ,‬און אויב מען בשעת'ן תיקון הכללי איז מען עובר עבירה בפרהסיא ובריש גלי‬
‫און נאך מיט א שיטה האט מען גארנישט מיטן רבי'נס תיקון‪ ,‬אזוי ווי איינער האט‬
‫געזאגט אז די גאנצע ווארט תיקון הכללי מיינט אז מען איז מתקן בכלליות די שס"ה לא‬
‫תעשה'ס‪ ,‬אזוי ווי עס שטייט אין ליקוטימוהר"ן די תורה פון תיקון הכללי‪ ,‬און דא בשעת'ן‬
‫מתקן זיין טרעט און מען רייסט אויס איינע פון די לא תעשה'ס ח"ו‪ .‬און ווי דער רבי האט‬
‫קלאר געזאגט מען קען דרייען מיינע ווערטער אבער פון א סעיף קטן אין שולחן ערוך זיך‬

‫נישט אוועקרירן‪.‬‬
‫איז אזוי‪ ,‬איך האב שוין געהאט געהערט פון די מעשה ממש אין די פאר טעג וואס איז‬
‫פארגעקומען די מעשה פון איין פארטאגס ס'איז דעמאלט'ס געווען שרעקליכע רעגנס‪,‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫נאכן דאווענען וותיקן איז גלעד אטש ווער ס'קען אים אין אומאן‪ ,‬ארויס נאכן דאווענען‬
‫פון ציון און ער‬

‫פיל מאל ווען מען האט געגראבן במשך די יארן האט מען געטראפן עצמות‬
‫לאמיר קודם מקדים זיין מיט א צוויי יאר פריער‪ ,‬איך בין געשטאנען ביי די טרעפ פון‬
‫גשר הכהנים‪ ,‬אינמיטן זעה איך דארט א זון פון רבי זאב'לע עטינגער‪ ,‬און ער זאגט מיר‬
‫שטייה נישט דא מ'האט יעצט געטראפן ביינער פון מענטשן אונטער די טרעפ‬
‫אראפציהר אביסל‪ ,‬נישט ממש אונטער נאר מער ארויס‪ ,‬און מען באערדיגט עס יעצט‪,‬‬
‫פרעג איך אים פון ווי קומט דא אהער די ביינער? זאגט ער מיר אז יעדע פעלאץ ווי מען‬
‫רירט דא און מען גראבט טרעפט מען ביינער‪ ,‬און מ'איז משער אז ווען די קומאניסטן‬
‫האבן געבויעט די גרויסע בנינים אויפן בית החיים פון צווייטן זייט פושקינא‪ ,‬האבן זיי‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫אנגעפילט דעם צווייטן זייט מיט עצמות‪ ,‬ווייל ווי מען רירט דא יעגן תקופה מען גראבט‬
‫עפעס טרעפט מען ביינער!!‬

‫איך בין דעמאלט'ס זייער געווארן צוטרייסטלט‪ ,‬אז איך דארף אכטונג געבן אין בין א‬
‫כהן‪ ,‬ס'האט מיר זייער וויי געטוהן איך ווייס שוין נישט ווי מען קען דא נכשל ווערן‪ ,‬איך‬
‫האב נישט דערציילט די זאך פאר כהנים‪ ,‬איך האב זיי נישט געזוכט צו אריינלייגן אין‬

‫מיינע ווייטאגן‪.‬‬
‫עכ"פ ס'איז געווען אפאר מעשיות וואס מען האט געטראפן ביינער און ווען מען האט‬
‫גערופן עסקנים האבן זיי געהאלטן אז ס'קומט פון די צווייטע זייט‪ ,‬אבער די וואונדער איז‬

‫געוואקסן יעדן מאל מער און מער‪ ,‬ביז יענע פארטאגס איז נתגלה געווארן אלעס‬
‫יענע פארטאג'ס ווען מען האט געזעהן פילע עצמות אויפן גאס‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫נאך די שווערע רעגנס גלייך נאך פסח‪ ,‬איז גלעד אטש ארויס פון ציון און איז‬
‫צוריקגעקומען מיט שרעקליכע קולות מיט א גולגולת אין האנט צום ציון‪ ,‬און ער שרייט‬
‫פאר אלעמען מיט א בהלה‪ ,‬קומט'ס ראטעווען דארט‪ ,‬די גאנצע גאס איז פיל מיט‬
‫ביינער‪ ,‬אלע זענען געקומען צו לויפן‪ ,‬וואס איז געווען דארט? ס'איז געווען דארט א‬
‫פלאץ טאקע די שטח וואס מען גראבט יעצט זיי האבן געהאלטן אינמיטן אויסגראבן די‬
‫פלאץ‪ ,‬און פון די רעגנס איז פארשטאפט געווארן דארט בורות און ס'האט אנגעהויבן צו‬
‫ארויסרינען אויפן גאס פיל מיט זאמד גולגולת'ן פיל פיל עצמות‪ ,‬ווער ס'איז געווען דארט‬
‫אין אומאן האט עס אליין געזעהן מיט זיינע אייגענע אויגן‪ ,‬איך האב אליין געהערט פון‬
‫איינעם וואס איז געווען דעמאלט'ס דארט ר אפרים פישל גרינפעלד ער האט אליין‬
‫געזעהן די גאנצע מעשה‪,‬דאס איז געווען די געשפרעך פון טאג צוויי טעג אין אומאן‪,‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫מענטשן אפילו די זייער שוואכע מענטשן זענען געווען צוטראגן פון די הויפנס ביינער‬
‫וואס האט זיך אפגעטוהן דארט‪ ,‬מען האט שנעל אראפגערופן עסקנים‪ ,‬און זיי האבן‬
‫גלייך געזעהן אז דא האנדלט זיך נישט פון אפאר ביינער‪ ,‬ער האט אנגעהויבן צו‬
‫נאכקוקן דעם ערד און ס'איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן‪ ,‬ער זעהט סימנים פון‬
‫קברים ממש‪ ,‬ער זעהט אריינגעשניטן אינעם בארג אינמיטן א קבר‪ ,‬ער גייט נאך‬
‫אראפציהר און ער זעהט אז ס'ציהט זיך ווייטער און ווייטער‪ ,‬ער גייט נאך און נאך און‬
‫ס'ציהט זיך ער זעהט אז די גאנצע בארג ביז כמעט אונטן איז איין שטיק בית הקברות‪,‬‬
‫אין יענע טעג האט דאס נאך קיינער נישט געוואוסט חוץ פון אפאר מענטשן‪ ,‬און די זקני‬
‫אנ"ש שליט"א פארשטייט זיך‪ ,‬און איינער פון די מענטשן וואס איך קען זיך מיט אים‬
‫רופט מיר אן און ער דערציילט מיר די שרעקליכע בשורה‪ ,‬וואס איז אנטדעקט געווארן‪,‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫און פארשטייט זיך אז איך בין צעטרייסטלט געווארן בפרט אז איך בין א כהן‪ ,‬ס'איז‬
‫שווארץ געווארן פאר די אויגן‪ ,‬אז ווער ווייסט צו איך גייט נאך בכלל קענען קומען נאנט‬

‫צום ציון‪.‬‬
‫די שליחות פון זקני אנ"ש שליט"א‪ :‬חשוב'ע משפיעי אנ"ש שליט"א‪ ,‬און זייער עדות‬
‫מ'האט נאכנישט מודיע געווען פארן ציבור נאר מ'איז קודם אראפ צו רבי יעקב מאיר‬
‫שליט"א און רבי משה שליט"א און קודם האט מען געוואלט אז רבי משה זאל קומען‬
‫אבער ס'איז געבליבן אז די זקני אנ"ש שליט"א רבי יעקב מאיר שליט"א און רבי משה‬
‫קרעמער שליט"א און רבי נתן ליבערמענש שליט"א‪ ,‬וועלן אראפשיקן שלוחים‪ ,‬רבי‬
‫יעקב מאיר האט געשיקטהרה"ח רבי שאול סירוטה און רבי משה האט געשיקט‬
‫הרה"ח רבי אפרים נחמן אנשין און רבי נתן ליבערמענש‪ ,‬האט געשיקט הרה"ח רבי‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫אברהם יצחק כרמל‪ ,‬אויך האט מען מיטגענומען רבי שמואל מאיר חשין‪ ,‬וואס ידיו רב‬
‫לו מיט די היסטאריע און אלעס ארום די בית החיים‪ ,‬אנקומענדיג דארט אין אומאן זענען‬
‫זיי צושוידערט געווארן ווען זיי האבן געזעהן די חורבן מיט די אייגענע אויגן אלע‬
‫חורבונות‪ ,‬זיי האבן געזעהן וויאזוי ס'איז אריינגעשניטן אינמיטן א קבר אינמיטן א נפטר‬
‫ווען זיינע ביינער ליגן אויסגעצויגן‪ ,‬די בילדער זענען געווען צושפרייט פאר ווער‬
‫ס'געדענקט‪ ,‬זיי האבן דעמאלט'ס באזוכט ביי פיל פלעצער אויפן גאנצן בארג ארום‪ ,‬און‬
‫טאקע געזעהן פיל קברים שטעקן ארויס פון פלעצער‪ ,‬און ס'איז געווען מיט פונקטליכע‬
‫אויסשטעל אזוי ווי א בית הקברות‪ ,‬און זיי האבן טאקע גע'חתמ'ט אלץ עדות וואס זיי‬

‫האבן געזעהן און לאמיר עס פארליינען דא "בעינינו ראינו כמה וכמה קברי ישראל וכו'‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫אזוי אויך האט רבי אברהם יצחק כרמל דערציילט ביי די גרויסע עצרת אין ירושלים‬
‫ביים יארצייט פון די קדושי אומאן אז ער האט געזעהן וויאזוי די קבריםצום ריכטונג פון‬
‫ירושלים און זיי ליגן אויף א אופן מושכב כדרכו און טיף טיף אריינגעלייגט ביי ערד וואס‬

‫איז סיד‪ ,‬בקיצור אלע סימנים פון אידן‪,‬‬

‫דער געדינגענער מאפיאנער סטראשעט מיט א רעוואלווער‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫איך וויל זיך אפשטעלן דא אמינוט און דערציילן וואס דעמאלט'ס איז שוין גראד‬
‫באמערקט געווארן די ערשטע סימנים פון צידקות פונעם בעל הבית‪ ,‬ס'קומען אראפ‬
‫צופארן בשליחות פון זקני אנ"ש רבי יעקב מאיר און רבי משה און רבי נתן ליבערמענש‪,‬‬
‫און שטייען דא חשובע משפיעים און ווילן וויסן וואס גייט דא פאר‪ ,‬און נישט מער און‬
‫נישט ווייניגער אינמיטן קומט דארט אן א געדינגענער מאפיאנער א גרויסער‬
‫אויקריינישער גוי מיט די רציחה אין די אויגן‪ ,‬ווער ס'וייסט אז אין אוקריינע קענען זיי‬
‫הרג'ענען א מענטש ווי א פליג‪ ,‬ס'איז גארנישט ביי זיי‪ ,‬ער קומט אן צו די משלחת און‬
‫ווייזט זיי אז זיי זאלן שוין ארויסגיין פון שטח‪ ,‬און אויב זיי האבן נאך א ספק ווי ערנסט ער‬
‫מיינט דאס‪ ,‬נעמט ער ארויס א שיסער א רעוואלווער און מיט דעם ווייזט ער זיי אן ארויס‬

‫פון דא!!!‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫ווערטער זענען איבעריג צו מסביר זיין אז דאס אליינס ווייזט שוין ‪ ,,,‬א היימישער איד‬
‫וואלט נישט געטוהן אזא זאך און מן הסתם אויך נישט א עובד ה'‪ ,‬אבער וואס איך וויל‬
‫יא זאגן אז מען טראכט יעצט אויף צוריק די מעשה‪ ,‬איז דא וואס צו פארדעכטיגן אז דער‬
‫בעל הבית האט יא געוואוסט עפעס און ס'איז נישט אזוי בשוגג געווען ער האט נישט‬

‫סתם געדארפט אפדינגען א מאפיאנער‪.‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫דעמאלט'ס איז די ערשטע זאך צושפרייט געווארן פאר אלע חסידי ברסלב די‬
‫מורא'דיגע היסטארישע נייעס‪ ,‬אז די בית החיים ציהט זיך אויפן צווייטן זייט די גאנצע‬
‫בארג‪ ,‬און ס'איז פשוט געווען א היסטארישע טעות‪ ,‬וואס מ'האט געמיינט אז די בית‬
‫החיים איז נאר אריבער בילינסקי פון איין זייט‪ ,‬און די כהנים זענען דעמאלט'ס געווארן‬
‫צושוידערט וואס וועט דא זיין‪ ,‬און ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט אז איך בין געווען‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫דעמאלט'ס שבועות ביים רבי'ן‪ ,‬און איך בין געווען איינגעשפארט אין קרית ברסלב‬
‫אגאנצן שבועות אין יוצא ואין בא‪ ,‬תיקון הכללי האב איך געזאגט פון א באלקאן ווי מען‬
‫זעהט די ציון‪ ,‬ווי ס'שטייט פון טשערינער רב אז מען האט די תיקון בכל הרואה‪ ,‬און אזוי‬
‫האט דאך אויך רבי נתן אנגעזאגט פאר זיין זון אז אויב ער ווהט ניטשט קענען צוקומען‬
‫ערב ר"ה צום ציון זאל ער שטיין אין מארק ביי א פלאץ ווי מען זעהט דעם ציון און דארט‬

‫זאגן די תיקון הכללי און סדר הווידוי‪.‬‬
‫מעמד בקשת מחילה אין היכל ביהמ"ד הגדול אין מאה שערים‬
‫עכ"פ די משפיעים זענען צוריקגעקומען קיין א"י‪ ,‬צוריקגעברענגט זייער עדות‪ ,‬און‬
‫מען האט דעמאלט'ס געמאכט א גאנצע עצרת בקשת מחילה אין שול און דארט האבן‬
‫די רבנים מעורר געווען אז אפילו ווען מען טשעפעט א נפטרים בשוגג קען עס רח"ל‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫ברענגען א מגיפה און צרות ח"ו‪ ,‬אזוי‬
‫ס'איז דא א באוואוסטע מעשה פונעם‬
‫יסוד יוסף אז מ'האט בטעות‬
‫געטשעפעט א דאך פון א קבר פון‬
‫איינעם און ס'איז געקומען א מגיפה‬
‫רח"ל אז פיר הונדערט קינדער זענען‬
‫געשטארבן רח"ל‪ .‬און ס'איז געווען‬
‫דעמאלט'ס אויך אזעלכע ת"ח וואס‬
‫האבן געטענ'הט אז ס'האט נישט קיין‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫פשט צומאכן די נאמען בקשת מחילה פאר מען ברענגט זיי צוריק‪.‬‬

‫דין תורה ביי בית דין‬
‫און מען האט אנגעהויבן צו שיקן שלוחים צום בעל הבית ברענג צוריק די נפטרים‪,‬‬
‫אדער בעסער געזאגט לאזן צוריק באערדיגן די נפטרים ביים שטח‪ ,‬רבי אפרים נחמן‬
‫האט פרובירט צו טוהן און זיך בעטן‪ ,‬און דער בעל הבית האט אנגעהויבן צו לאזן הערן‬
‫זמירות‪ ,‬אז אויב ס'וועט זיין א רב וואס וועט זאגן וועט ער גלייך פאלגן‪ ,‬ער איז דאך א‬
‫ערליכער איד וואס ער גייט זיך נישט שפילן מיט נפטרים‪ ,‬און בפרט ער איז דאך א‬
‫ברסלב'ער‪ ,‬יא דאס איז געווען א חודש צייט‪ ,‬מען האט געזעהן אז ס'גייט נישט האט‬
‫מען געמאכט א דין תורה ביי בית דין‪ ,‬זיי האבן זיך גוט צוגעגרייט מיט פארשידענע‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫טענות‪ ,‬זיי האבן געברענגט א גרויסער טוען‪ ,‬און פון צווייטן זייט זענען געווען רבי אפרים‬
‫נחמן און נאך עדות‪ ,‬די טענות זענען געווען אז וויבאלד אז ס'איז געווען בשוגג איז נישט‬
‫דא א איסור הנאה‪ ,‬דאס מיינט אז זיי האבן איין מינוט נישט געהאט די עזות צו טענה'ן‬
‫אז מען האט גארנישט געטראפן דארט‪ ,‬און שפעטער וועל איך מער ארויסברענגען די‬
‫זאכן וואס זיי האבן פארקויפט אין גאס און די זאכן וואס זיי האבן גע'טענה'ט פאר רבנים‬
‫איז געווען אגאנצן צייט סותר איינס צום צווייטן‪ ,‬בי"ד האט אויסגעהערט די צדדים און‬
‫ס'איז פון דארט ארויס די פסק וואס יעדער בר בי רב דחד יומא וואלט אליין געוואוסט אז‬
‫א שטח פון א בית החיים דארף מען צוריקברענגען אלעס און ס'איז דא א איסור הנאה‪,‬‬
‫אויפן גאנצן בארג‪ ,‬און אויך איז אסור פאר די כהנים צו גיין אויף די שטחים און רחוב‬

‫בילינסקי‪.‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫דער בעל הבית פאלגט נישט אויס דעם פסק‬
‫אויב מען האט יעצט געמיינט אז דער בעל הבית גייט שוין גלייך אויספאלגן האט מען‬
‫געהאט זייער א גרויסן טעות‪ ,‬רבי אפרים נחמן האט געמיינט אז ער איז זייער ערליך און‬
‫גייט זיכער פאלגן נאר ס'איז א שאלה פון צייט‪ ,‬און דעמאלט'ס האט ער זיך‬

‫אויפגעהערט צו וויסנדיג מאכן‪ ,‬פשוט מען ברענגט נישט צוריק און פערטיג‪,‬‬

‫די מעמד פון הונדערטער אנשי שלומינו בראשות מרן גאב"ד ירושלים וזקני ורבני‬
‫ברסלב שליט"א‬

‫ס'איז אריבער צוויי חדשים און דער מענטש ענפטערט גארנישט‪ ,‬דעמאלט'ס האט‬
‫מען צאמגערופן ביים יארצייט פון קדושי אומאן ז' אדער ח' תמוז‪ ,‬איז פארגעקומען א‬
‫גרויסע עצרת אין היכל ישיבת מאה שערים‪ ,‬בראשות זקני אנ"ש און אלע משפיעי‬
‫ברסלב‪ ,‬און על צבאם רבי יעקב מאיר שליט"א און אזוי אויך דער גאב"ד שליט"אאון‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫דעמאלט'ס האט דער בעל הבית צוזאמען מיט זיין זון נחמן וואס שטייט אויך בראש און‬
‫ס'איז בידו עד היום צו אפהאלטן אין איין רגע די חפירות אויפן פלאץ‪( ,‬דרך אגב‬
‫דעמאלטס האט מען גערעדט אז א זון פון חו"ל האט זיך יא געהאט איינגעבעטן ביי זיין‬
‫טאטן ער זאל זיך אפלאזן‪ ,‬אבער זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן)‪,‬‬
‫עכ"פ זיי האבן געזעהן אז זיי גייען ווערן אויסגעשפיגן מתוך קהל אנ"ש‪ ,‬ווען פילע‬
‫הונדערטער מאנ"ש האבן זיך משתתף געווען ביי דעם עצרת‪ ,‬רבי שמעון שפירא האט‬
‫דארט געזאגט די תפילה פון רבי חיים פלאג'י און רבי אברהם יצחק כרמל האט געזאגט‬
‫די קינה פון די קדושי אומאן און ס'איז געווען דארט א גרויסע התעוררות און פיל אידן‬
‫האבן דארט געלאזט טרערן‪ ,‬דאס אלעס האט געמאכט אז די בעלי בתים האבן געזהן‬

‫כי כלתה עליהם הרעה‪ ,‬אז זיי זאלן טרעפן עפעס א נייע זאך‪.‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫ערשטע תירוץ‪ :‬די ציבור זאל זיי באצאלן אלע געלטער וואס זיי האבן געטראכט צו‬
‫מאכן‬

‫זיי האבן אנגעהויבן דעמאלט'ס צו טענה'ן אז זיי זענען גרייט אויב מען געבט זיי‬
‫באצאלט זיי די געלט וואס זיי האבן געהאפט צו מאכן פונעם שטח וועלן זיי "יואיל זיין‬
‫בטובם" צו לאזן באערדיגן צוריק די נפטרים למנוחתם‪ ,‬דאס מיינט וויפיל האבן זיי‬
‫געהאפט צו מאכן איך ווייס וויפיל? אפאר הונדערט טויזענט דאלאר‪ ,‬דאס וועט די ציבור‬
‫באצאלן‪ ,‬יא אויב איך האב נישט קיין טעות איז נאך די הוצאות פון יענע עצרת נאך‬
‫נישט אינגאנצן באצאלט די חובות ביז יעצט‪ ,‬און דא האבן זיי א תביעה פונעם ציבור צו‬
‫געבן אפאר הונדערט טויזנט דאלאר דעמאלט'ס איז דא וואס צו רעדן‪ ,‬איך וויל יעצט‬
‫נישט אריינגיין אז די גאנצע שטח האט אים געקאסט בשעתו ווייניגער ווי צעהן טויזנט‬
‫דאלאר‪,‬אבער וויבאלד ער האט "געטראכט" און געמיינט און געהאפט אז ער גייט ווערן‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫א עושר דארף מען אים באצאלן‪ ,‬און ביז די ציבור וועט אים נישט העלפן צו ווערן א‬
‫עושר זענען די נפטרים א משכון‪.‬‬

‫שלעפן אריין א "מכניס אורח" און זאגן אים צו א שטאק אין בנין‬
‫אבער נאך די גאנצע התעוררות פון אנשי שלומינו בראשות זקני אנ"ש שליט"א‪,‬‬
‫האבן זיי זיך יעצט נישט געוואגט צוצורירן צום שטח ווייל די גאנצע וויכוח האט זיך‬
‫געהאנדלט יא צוריק ברענגען אדער נישט‪ ,‬און זיי האבן יעצט אנגעהויבן צו פלאנירן‬
‫וועגן וויאזוי מען גייט יא קענען ווערן עשירים פונעם שטח‪ ,‬זיי האבן קודם‬
‫אריינגעשלעפט מיט זיך אדער האט ער זיך אליין אריינגעשטופט איינער וואס מען האט‬
‫אים צוגעזאגט א שטאק פאר הכנסת אורחים אויב די בנין גייט ווערן געבויעט‪ ,‬יענער‬
‫האט א מצוה פון טיילן יוך מיט בילקאלאך אין אומאן‪ ,‬און איך וויל נישט דא אריינגיין‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫בענין די פלייש וואס ער האט געגעבן צועסן איך ווייס נישט צו היינט טיילט ער נאך‪ ,‬נאר‬
‫איין זאך איז זיכער אז די הכשר פון זיינע פלייש פלעגט זיין ערגער פון רבנות אסאך‬
‫מאל‪ ,‬און היימישע אידן מיינענדיג אז זיי האבן די צוטוהן מיט א גרויסע עובד ה'‬
‫מכלומר'שט האבן זיך פארלאזט אויף אים‪,‬עכ"פיענער האט אנגעהויבן צו ארבעטן פאר‬
‫זיי‪ ,‬יענער האט א געשליפן צינגל און ער הייסט ממש "מאנ"ש הוותיקים"‪ ,‬און זיי האבן‬
‫מחליט געווען אז אויב מען וויל בויען דארף מכשיר זיין דעם קרקע אין שול ביי די‬
‫משפיעים און אנהייבן מיט א גאנצע מסע שקרים‪ ,‬און דא וועלן מיר אנהייבן די מסע‬

‫השקרים‪,‬‬
‫די אפגעדינגענע בי"ד‪ :‬ס'איז נישטא וואס צו טוהן‪ ,‬ס'איז פיל מיט קברים‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫דרך אגב‪ ,‬איך דערמאן זיך אז איינמאל האב איך בדרך לא דרך צוריק געהערט א‬
‫מורא'דיגע מעשה‪ ,‬איך האב געהאט געהערט אז ווען זיי האבן געזעהן אז פון בי"ד גייט‬
‫זיי נישט‪ ,‬האבן זיי געברענגט א בי"ד ממש פון די רבנות‪ ,‬איין דיין איז שמוליק‬

‫רבינוביץ'ס טאטע‬
‫דער רב הכותל'ס טאטע?!‬
‫יא‪ ,‬און דער צווייטער א טוען רבני מיטן נאמען ‪ ----------‬און נאך א דריטער וואס איך‬
‫געדענק יעצט נישט זיין נאמען‪ ,‬האבן זיי אפגעדינגען צופארן דארט טרעפן א וועג וויאזוי‬
‫מכשיר זיין צו קענען אויסגראבן דעם בית החיים‪ ,‬איך האב נישט צוריקגעהערט גלייך‬
‫וואס איז געווארן‪ ,‬אבער אפאר וואכן שפעטער האב איך גערעדט מיט מיין טאטע‬
‫דערציילט ער מיר און איך ווייס נישט ביז יעצט וויאזוי ער איז צוגעקומען צו רעדן דערפון‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫וואס איז אינגאנצן נישט קיין ברסלב'ער‪ ,‬און ער דערציילט מיר אז זיין חבר האט אים‬
‫פונקט דערציילט פון יענעם טוען אז יענער האט אים דערציילט אז ער איז‬
‫צוריקגעקומען פון אומאן און געהויבן הענט אז פארפאלן ס'איז בלי ספק א בית החיים‬
‫ער האט נישט וויאזוי צו טוישן‪ ,‬ער האט געזעהן אז מען קען גארנישט טוהן דארט‪ ,‬און‬

‫אזוי אויך די אנדערע דיינים פון רבנות‪ ,‬אבער זיי האבן זיך נאכנישט אפגעשטעלט‪.‬‬
‫צווייטע גירסא‪ :‬באשולדיגן משפיעי אנ"ש אז זיי האבן משקר געווען צוליב אינטערעסן‬
‫אויב האט איינער געוואלט באמת דעמאלט'ס איינזעהן דער אמת וואלט ער נישט‬
‫געדארפט צוקומען צו קיינעם נאר נעמען א פענע מיט א פאפיר און אפשרייבן ביי זיך‬
‫אלעס און זעהן צו ס'שטומט מיט מציאות‪ ,‬און ווער ס'האט עס נישט געטוהן קען עס‬

‫יעצט טוהן ווייל איך האב עס יא געטוהן‪ ,‬ווי איך וועל שפעטער דערציילן‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫די ערשטע זאך האט ער אנגעהויבן צו באשולדיגן יעדן עסקן אז יעדער איינער האט‬
‫דא אינטערעסן‪ ,‬אנגעהויבן פון משפיעי אנ"ש וואס זענען סל הכל געטוהן די שליחות‬
‫פון זקני אנ"ש שליט"א צו פארן בודק זיין דעם פלאץ‪ ,‬ר שמואל מאיר חשין וועגן יענע‬
‫אינטערעס און דער עסקן וועגן יענץ‪ ,‬און בכלל איז דא דא אינטערעסן פון געלט‪ ,‬און די‬
‫משפיעי אנ"ש זענען נישט נאמן ווייל זיי האבן זיך נישט פארהערט הוראה‪ ,‬דאס מיינט‬
‫א נייע הלכה אין הלכות עדות אז ווער ס'האט זיך נישט פארהערט יורה דעה צווייטע‬
‫חלק איז פסול לעדות‪ ,‬אדער קען זיין אז מן הסתם האבן זיי זיך יא פארהערט אבער‬

‫וויבאלד זייער שאיפה אין לעבן איז נישט געווען צו זיין א מו"ץ זענען זיי פסול לעדות‪.‬‬
‫נאך א גירסא‪ :‬סימנים אז ס'איז פון גוים‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫איז די ערשטע גירסא געווען אז ס'איז קלאר אז ס'איז פון גוים און ס'איז דא סימנים אז‬
‫ס'איז פון גוים‪ ,‬און איך בעט די צוהערער זאלן האלטן קאפ און נישט פארגעסן‪ ,‬און אזוי‬
‫האבן זיי אנגעהויבן דעם קאמפיין ווי מען קען עס אנרופן די תעמולה דער מכניס אורח‬
‫פארשפרייט זיינע שקרים אין שול‪ ,‬און א חבר זיינער אין לונדון וואס א גרויסע טייל פון‬
‫די מסע השקרים האב איך געהערט מפיו ווען איך האב אים געזאגט אז איך וויל הערן‬
‫וואס ער האט צוזאגן‪ ,‬ווייל מענשטן האבן גערעדט בשמו אסאך מעשיות‪ ,‬און איך בין‬
‫געזעצן מיט אים צוויימאל‪ ,‬איינמאל צוויי שעה בערך און די צווייטע מאל ארום איינס און‬
‫האלב שעה‪,‬און דוקא פון אים האב איך געזעהן ווי ווייט ס'קלעפט נישט איין ווארט צום‬
‫צווייטן‪ ,‬און זיי ווילן אינגאנצן נישט וויסן דער אמת‪ ,‬און ס'איז מיר א ווייטאג אז איך דארף‬
‫עס זאגן ברבים‪ ,‬ס'איז קעגן מיין נאטור‪ ,‬אבער למען חילול שם הצדיק ולמען הצלת‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫הבית החיים מכליון ממש ווי איך וועל שפעטער ארויסברענגען לייג איך יעצט אוועק‬
‫אלע חשבונות‪ ,‬אפילו ס'וועט מיר נישט זיין גרינג‪.‬‬

‫יא יעצט האלט מען אז ס'איז גוים לאמיר קלאר מאכן‪ ,‬און ס'איז דא דא פיל‬
‫אינטערעסן אז וואס אז די משפיעים האבן נישט געזעהן קיין צורת קבר‪ ,‬און ביינער ווייל‬
‫זיי זענען ממש עמי הארצים‪ ,‬און ס'איז יא געווען ביינער און ס'איז געווען לויט די סימינם‬

‫וואס זיי האבן ביינער פון גוים‪,‬‬
‫לאמיר א מינוט טראכטן‪ ,‬וואס הייסט אז מען זאגט אויף ביינער אז ס'איז פון גוים? צו‬
‫דען זעהט מען ווען מען קוקט אויף די ביינער אז ס'איז פון א גוי? ניין! ס'איז דאך דא א‬
‫אופן וויאזוי מען קען באשטעטיגן ביינער פון גוים אז ס'איז גוים‪ ,‬ווי למשל אויב מען‬
‫טרעפט אין א קבר א שתי וערב אדער אנדערע סימנים וויאזוי זיי ליגן‪ ,‬יעצט האלט מען‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫נאך אז ס'איז נאך דא ביינער‪,‬און קברים‪,‬ווייל נאר לויט די סימנים פון א קבר קען מען‬
‫באשטעטיגן אז ס'איז גוים‪.‬‬

‫קומענדיגע שקר‪ :‬מען גייט אריבערפירן די נפטרים (גוים) קיין א"י‬
‫די קומענדיגע גירסא איז נאך ווייטער דא ביינער אבער ס'איז אויך סותר די ערשטע‪,‬‬
‫די גירסא איז אז מען האט ענדליך געטראפן א וועג‪ ,‬אז זיי גייען נעמען די ביינער פון‬
‫נפטרים מיט די ערד און אריבערברענגען קיין א"י צו באערדיגן‪ ,‬און אזוי האבן זיי‬
‫געהאפט צו ווייטער קענען בלייבן ביי די עשירות‪ ,‬איז ווער ס'וויל נישט משקר זיין בנפשו‬
‫האט שוין דא געקנעט זעהן זייער רמאות‪ ,‬לאמיר צונעמען!!! יעדער איינער ווייסט אז‬
‫ס'איז דא וואס זיי האלטן אז אפילו פאר איד איז אסור צו ברענגען לקבורה נאכן‬
‫שטארבן וועגן די פסוק ותבואו ותטמאו את ארצי‪ ,‬אפילו אויב מען נעמט נישט אן אזוי‪,‬‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫אבער אויב דו טענהסט א תקופה אז ס'איז געווען סימנים אז ס'איז גוים וויאזוי מעג מען‬
‫זיי ברענגען באערדיגן אין א"י??? דאס ווייזט ווייטער די גרויסע אמת וואס זענען געלעגן‬

‫אין זייערער ווערטער‪.‬‬

‫קומעדיגע ליצנות‪ :‬ס'איז דא א ווידיא ווי מען לייגט אונטער די ביינער (וואס איז דא‬
‫סימנים אז ס'איז גוים‪ ,‬און וואס מען וויל זיי אריבערטראגן קיין א"י)‬

‫נעקסטע גירסא הערט זיך ציה‪ ,‬אז ס'איז דא א ווידיא ווי מען זעהט קלאר אז מען האט‬
‫אונטערגעלייגט ביינער‪ ,‬יא יעדער איינער האט געזעהן ארייגעפליקט אינמיטן פון קבר‬
‫פיס אויסגעצויגן טיף טיף‪ ,‬און רבי אברהם יצחק כרמל זאגט ביי זיין דרשה במעמד‬
‫הונדערטער אידן אז ס'איז געווען אריינגעשטופט טיף אין דער ערד צוויי מעטער‪ ,‬קען‬
‫זיין אז מען זעהט אין די ווידיא ווי מען שטופט אריין מיט א מאשין צוויי מעטער צווישן די‬
‫שטיינער און אויך ארייגעשטופט די קברים וואס משפיעיע אנ"ש האבן געזעהן‪ ,‬דרך‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫אגב איך האב שוין געזאגט פאר יענעם פאר איבער א יאר אז איך וויל זעהן די ווידיא און‬
‫איך ווארט נאך ביז יעצט‪ ,‬אויב איינער קען עס ארויסשיקן זאל ער ראטעווען די חופרי‬
‫קברים וואס ליידן סתם בזיונות פאר גארנישט‪ ,‬אדער אפשר זענען זיי אויך פון די צדיקי‬

‫הדור וואס נעמען אויף זיך בזיונות צו ממתיק זיין די אטאם באמבע'ס‪,‬‬

‫נאך צוויי גירסאות‪ :‬קיינער ווייסט בכלל נישט ווי זענען די ביינער (וואס מ'האט‬
‫אונטערגעלייגט)‪ ,‬א פרוי פון רחובות זאגט עדות אז זי האט באערדיגט מתים (די ביינער‬

‫וואס מ'האט אונטערגעלייגט?!) ביי די מלחמה‬
‫עכ"פ לאמיר יעצט איבערגיין ווער ס'האט געשריבן קען צוזאמשטעלן אויב ס'וועט זיין‬
‫א רב וועט מען גלייך פאלגן‪ ,‬אויב די ציבור וועט מנדב זיין זיי זאלן ווערן א עושר וועט מען‬
‫צוריק ברענגען‪ ,‬איך דערמאן זיך נאך א גירסא פון דעם חבר זיינער פון לאנדאן (איך‬
‫האף אז ער האט שוין בכלל צוריקגעצויגן) אז קיינער האט בכלל נישט געזעהן קיין‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫ביינער און מען ווייסט בכלל נישט ווי ס'געפינען זיך די ביינער‪ ,‬איז לאמיר איבערגיין מען‬
‫גייט צוריקברענגען די ביינער וואס איז שוין לאנג נישטא וואס מען האט געזעהן קלארע‬
‫סימנים אז ס'איז גוים‪ ,‬וואס מען האט אונטערגעלייגט אזוי ווי ס'איז דא א קלארע ווידיא‪,‬‬
‫וואס א אלטע פרוי פון רחובות האט עדות געזאגט אז זי האט באערדיגט איך געדענק‬
‫נישט צו איך האב שוין געזאגט די גירסא‪ ,‬אז א אלטע פרוי פון רחובות האט עדות‬
‫געזאגט‪ ,‬אז זי האט אליינס געשלעפט מתים צו באערדיגן אין אומן ביי די מלחמה‪ ,‬זי‬
‫געדענקט נישט וועלכע גאס לאמיר נישט פארגעסן אז אין אומאן וואוינען איבער ניינציג‬

‫טויזענט מענטשן‪ ,‬אבער מן הסתם איז דאס געווען דארט‪.‬‬
‫איין פשוט'ע אמת קעגן א א מציאות פון הונדערטער ליגנט'ס‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫איך דערמאן זיך אז ווען איך בין געזעצן מיט דעם חבר פון דער וואס טיילט עסן‪ ,‬האב‬
‫איך אים געזאגט אזוי‪ :‬איך האב נישט ממש מיט די גאנצע קברים‪ ,‬וואס הייסט איך האב‬
‫נישט ס'דארף מיר אנגיין פונקט ווי יעדער ברסלב'ער חסיד וואס האט נאר עפעס א‬
‫געפיל און אוודאי ווי יעדן איד וואס האט א זיק יראת שמים‪ ,‬אבער יעצט וויל איך פשוט‬
‫אפלערנען אלץ כהן ווי מעג איך יא גיין און ווי נישט‪ ,‬זאג מיר נשיט ער איז א גנב און‬
‫יענער איז טעראריסט‪ ,‬זאג מיר תכלית וואס יא איז דא דארט? דאס מיינט איך פרוביר‬
‫לויט די פופציג גירסאות צו צאמשטעלן א מציאות אבער ס'גייט מיר נישט איך ווער‬
‫צומישט דא יעדן מינוט‪ ,‬א כהן מעג גיין דארט אדער נישט? אויב לויט איין גירסא איז דא‬
‫ביינער איז די צווייטע גירסא סותר אז ס'איז דא ווידיא ווי מען לייגט אונטער ביינער וואס‬
‫איך האף עס נאך צו זעהן‪ ,‬קומט די דריטע גירסא זאגן אז א פרוי פון רחובות האט‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫געשלעפט מתים ביי די מלחמה איז לויט דעם יא דא ביינער‪ ,‬עכ"פ העלף מיר זאג איך‬
‫אים איך בין א כהן איך וועל זיין זייער פרייליך אויב מען מעג גיין איבעראל איך וועל נישט‬
‫זיין מוגבל‪ ,‬אבער פארשטייט זיך אליין אז איך ווארט נאך ביז יעצט אויף א קלארע‬
‫מציאות‪ ,‬ווייל צו צוזאמשטעלן הונדערט ליגנטס אינאיינעם איז מיליארד מאל שווערער‬

‫ווי צוזאגן איין פשוטע אמת‪,‬‬

‫גירסא‪ :‬אז די ביינער זענען פון די צווייטע זייט פושקינא‪ ,‬דאס מיינט פון די קדושי‬
‫אומאן‬

‫יעצט נאך א גירסא אז די אלע ביינער איז פשוט נישט קיין קברים‪ ,‬נאר ווען די‬
‫קומאניסטן האבן געבויעט די ריזיגע בנינים אין פושקינא האבן זיי אהער געברענגט די‬
‫שפך עצמות און דא באערדיגט‪ ,‬לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און טראכטן‪ ,‬אויב די וואס‬
‫האבן א קורטוב פון אמת אין זיך אדער א קורטוב יראת שמים אדער כאטש א קורטוב‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫פון יראת הכבוד צום בית החיים פון הייליגן רבי'ן און וואס דער רבי האט געזאגט אויף די‬
‫קדושי אומאן‪ ,‬צו דען וואלט די גירסא אליינס נישט געקענט אפשטעלן‪ ,‬אויב דו האלטס‬
‫טאקע אז דא איז די ביינער פון צווייטע זייט פושקינא‪ ,‬פארוואס לאכסטו ארום פון די‬
‫וואס ווילן עס צוריק מקבר זיין? פארוואס באדערט דיר נישט אז די קדושי אומאן זענען‬
‫יעצט נישט במנוחה‪ ,‬דו האלסט דאך אז יעצט איז דאס ממש די קדושי אומאן‪ ,‬פון דעם‬
‫זעהט מען די גרויסע ליצנות פון די אלע מאמיני השקר‪ ,‬וואס זענען בכלל נישט‬
‫נאכגעגאנגען צו זעהן אויב וואס מען פארקויפט זיי איז אמת‪ ,‬צו דען איז דאס א‬
‫ברסלבער חסיד?! מען קומט צום הייליגן רבי'ן בעטן תיקונים‪ ,‬און מען שרייט הב הב און‬
‫ווען דעם רבינ'ס בית החיים ווערט אין א סכנת כליה און אפילו די מקום מנוחת קדושי‬
‫אומאן איז אויך שוין עטליכע מאל ארייגעגנגעגראבן געווארן ווען איינער האט געבויעט‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫א עסן געשעפט מיטן נאמען לבבשר‪ ,‬און א צווייטער א פיצה געשעפט‪ ,‬און נאך‬
‫מעשיות‪ ,‬און ס'רירט גארנישט אן א ברלסבער חסיד?! דבר זה אומר דרשוני! און ווען‬
‫ס'וואלט זיך געהאנדלט פון דיין אייגענע הויז און וואלסט געהאט א ספק צו מען‬
‫בא'גנב'עט דיר נישט וואלסטו זיך אויך געלאזט אזוי ספק ליצנות ספק וודאי איין גירסא‬

‫זאל קענען סותר זיין די צווייטע און דריטע די צענטע און די ניינטע די עלעפטע‪,‬‬
‫צו די ציבור רעדן זיי איין שפראך און צו די רבנים א צווייטע שפראך‬

‫יעצט אזוי איך האב שוין אויבן דערמאנט אז אין די זעלבע צייט וואס זיי האבן‬
‫פארקויפט די אלע גירסאות אין גאס איז אבער די שפראך מיט די רבנים געווען‬
‫אינגאנצן אנדערש‪ ,‬די שפראך איז געווען בתחנונים מען זאל זיי לאזן בויען וויבאלד‬
‫ס'איז געווען בשוגג‪ ,‬זיי האבן דאך געוואוסט אז די רבנים ווייסן פונקטליך דער אמת‪ ,‬איז‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫צו זיי איז דא א אנדער שפראך‪ ,‬דאס הייסט איין שפראך צו קאלט מאכן דעם ציבור‬
‫מיט ליצנות שקרים‪ ,‬און ממש אזוי ווי דער חכם וואס איז געקומען רופן דעם חכם פון‬
‫סיפורי מעשיות ער זאל קומען צום קעניג און ער האט אים משוגע געמאכט הונדערט‬
‫מאל אז ס'איז נישטא קיין קעניג‪ ,‬און די צווייטע שפראך צו ארויסבאקומען א היתר פון‬

‫די רבנים‪.‬‬
‫ביי די גירסא איז צוריק נולד געווארן למז"ט ביינער‪ ,‬קברים‪ ,‬און צענדליגע קברים‬
‫עכ"פ לאמיר צוריקגיין די קומענדיגע גירסא דא איז שוין נישט מער און נישט ווייניגער‬
‫צוריק געבוירן געווארן ביינער צוריק געבוירן עצמות און צוריק געבוירן געווארן אפילו‬
‫קברים‪ ,‬און נישט איין קבר נאר יעדע חצר דריי דריי‪ ,‬און אזוי איז געווען די גירסא‪ ,‬אז‬
‫איינער האט געטראפן אין א ארכיון אין עפעס א אנדער שטאט אין אוקריינא‪ ,‬אז בשעת‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫די מלחמה איז געווען א געזעץ אז וויבאלד מען קען נישט שלעפן די מענטשן וואס‬
‫שטארבן ביזן שטאטישע בית הקברות‪ ,‬זאל מען באערדיגן יעדער איינער אין זיין הויף‬
‫אין זיין חצר ביז דריי מענטשן‪ ,‬אה יעצט ווייסט מען שוין די ס'איז פלוצלינג מיט איינמאל‬
‫נעלם געווארן די ווידיא ווי מען לייגט אונטער ביינער די באשולדיגונגען אז משפיעי‬
‫אנ"ש זענען פסול לעדות אדער האבן אינטערעסן‪ ,‬און אז ס'איז שפך עצמות פון‬
‫פושקינא‪ ,‬און אז ס'איז שקר מ'האט נישט געזעהן קיין ביינער וכו' וכו'‪ ,‬נאר יעצט ווייסט‬
‫מען שוין אז מן הסתם אין אומאן איז אויך געווען די חוק‪ ,‬דרך אגב די דאקומענט פון‬
‫דעם חוק האבן מיר נאך אויך נישט זוכה געווען צו זעהן‪ ,‬און מען ווארט נאך דערויף‪,‬‬
‫צוריק צום ענין מן הסתם איז ביי די בארג פון כיכר פושקינא ביז אראפ די צוויי זייטן‬
‫געשטארבן אין יעדע חצר דריי דריי מענטשן‪ ,‬און מן הסתם נאר די מענטשן פון די גאס‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫האבן איינגעהאלטן די חוק פון דריי דריי‪ ,‬ווייל אין אומאן בויעט מען דאך הונדערטער‬
‫בנינים אויף אלע זייטן און קיינער האט זיך נישט באגעגנט נישט שיינער און נישט חושן‬
‫וכו' וכו' די אלע מענטשן קיינער האט זיך נישט באגעגנט אין גאנצן שטאט מיט דריי‬
‫דריי קברים‪ ,‬זעהט אויס אז נאר ביי די גאס פון כיכר פושקינא ביז נהר התשליך זענען‬
‫געשטארבן דריי דריי און נאר דא האט מען איינגעהאלטן דעם חוק בכל חומר הדין צו‬
‫באערדיגן דריי דריי צום ריכטונג פון ירושלים‪ ,‬און די איינוואוינער פון די גאס זענען‬
‫געווען אזעלכע מחמירים אז זיי האאבן אריינגעשטופט נאך א צעהן פופצן אין יעדע‬
‫חצר‪ ,‬מן הסתםם זענען די גאס געווען די פאטריאטן פאר מאמע רוסלאנד‪ ,‬און זיי האבן‬

‫זייער מהדר געווען אין די געזעצן‪.‬‬
‫בשעת'ן טענה'ן בשוגג זענען זיי מסית תמימות'דיגע אידן צו אפקויפן נאך שטחים‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫און דא דארף נאך א פארברעך ארויסגעברענגט ווערן‪ ,‬די טענה פאר די רבנים זענען‬
‫זיי געהאלטן אין איין קומען אז זיי זענען נעביך בשוגג‪ ,‬און אפשר בדיעבד זאל מען מתיר‬

‫זיין‪ ,‬אבער לאמיר זעהן וואס הייסט דאס בשוגג נעביך?‬
‫זיי האבן געהאלטן אין איין איינרעדן מענטשן פרישע תמימות'דיגע מענטשן צו‬
‫אינוועסטירן אין אט דעם בארג ביי פיל פלעצער נאך ווען מען אט שוין לאנג געוואוסט די‬
‫מצב‪ ,‬זיי האבן צוגעשטופט און קאלט געמאכט א געוויסער בעל תשובה זאל אפקויפן‬
‫פונקט אנטקעגן דעם ציון איך מיין אז זיין נאמען איז שמואל עבדי אויב איך געדענק‬
‫יעצט גוט‪ ,‬אז ער זאל אפקויפן פאר א מיליאן דאלאר די שטח‪ ,‬ווי רבי אלעזר אנשין‬
‫פלעגט טיילן די מזונות‪ ,‬און אויך פאר רבי אלעזר אנשין האט זיך דער‬
‫אויבערדערמאנטער מכניס אורח געהאלטן אין איין מסית זיין אז ער זאל דוקא טיילן‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫אויפן שטח פון בית החיים די מזונות‪ ,‬און דער מכניס אורח האט אים געוואלט צוזאגן אז‬
‫ער וועט אים שאפן א פלאץ אומזינסט די עיקר ער זאל טיילן אויפן בית החיים‪,‬‬
‫פארשטייט זיך אז רבי אלעזר האט אפגעווארפן זיינע טובות‪ ,‬אבער דאס הייסט בשוגג‬
‫נעביך‪ ,‬רבי אלעזר האט אויך געהערט פון איינעם זייער א שוואכער ירא שמים וואס זיי‬
‫האבן געברענגגט צו בודק זיין די שטחים‪ ,‬אז ס'איז נישטא דא וואס צו בודק זיין ער אליין‬

‫האט געזעהן שלדים און קברים‪.‬‬
‫יא מען הערט אייך‬

‫לאמיר אביסל צוריקגיין‪ ,‬זיי האבן שווער געארבעט צו אריינברענגען א בלבול בתוככי‬
‫אנ"ש‪ ,‬דער מכניס אורח האט ארומגע'חוש'ט יעדן טאג מענטשן אין שול מיט פרישע‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫גירסאות‪ ,‬אויך האבן זיי געארבעט שווער צו ארייננארן מענטשן און דעמאלט'ס ווייסט‬
‫מען אז אויך דעמאלט'ס האט דער זון נחמן פון בית שמש געטוהן פארשידענע פעולות‪.‬‬
‫ס'איז שוין גאנץ שפעט מען קען זאגן אז ס'איז מגלה טפח ומכסה טפחיים‪ ,‬איך האב‬
‫נאך פיל זאכן און נישט אלעס קען מען זאגן‪ ,‬אפשר ביי א קומענדיגע געלעגנהייט‪ ,‬און‬
‫איך האף אז ס'וועט נישט אויספעלן און די ישני עפר וועלן קענען קומען למנוחה דארט‬
‫און אויף די גאנצע בארג‪ ,‬ווי פארשידענע מענטשן זענען לוטש עיניהם‪ ,‬צו אויסמעקן‬
‫דעם בית החיים‪ ,‬און אפילו אויף צווייטן זייט פושקינא גייט שוין אן רח"ל בויערייען‪ ,‬און‬
‫אויב מיר וועלן זיך נישט אויפוועקן באצייטנס‪ ,‬וועט בלי ספק נישט בלייבן קיין שריד‬
‫ופליט פון גאנצן בית החיים‪ ,‬ס'איז דא דארט די געשעפט לב בשר‪ ,‬און אזוי אויך די פיצה‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫געשעפט וואס האט אריינגעגראבן בעומק און אזוי האבן נאך מענטשן פלענער‪ ,‬איך‬
‫פארשטיי נישט אויף וואס ווארט מען???‬

‫וואס האט איר צו איבערגעבן פאר אנ"ש חסידי ברסלב???‬
‫עכ"פ די צייט איז שוין שפעט‪ ,‬אבער די ווייטאג איז זייער גרויס‪ ,‬און איך בין נישט דער‬
‫וואס דארף זיין דער מוסר זאגער‪ ,‬אבער מען האט שוין די לעצטע יארן איינגעזעהן אז‬

‫מען קען נעמען שטיקער פון די תורה און אויסרייסן און זיך רופן אלץ צדיקים‪,‬‬
‫אבער די עיקר פראבלעם איז איין זאך‪ ,‬לאמיר אנכאפן א ביישפיל א וויזניצער אדער‬
‫א בעלזער וואלט זיך נישט געוואגט צו בויען א בנין אויפן בית החיים פון שטאט בעלזא‬
‫אדער קאסוב‪ ,‬פארוואס??? ווייל יעדער איינער ווייסט אז ער וואלט עס נישט‬
‫איבערגעלעבט‪ ,‬ער וואלט אויסגעשפיגן געווארן פון קהילה מיט די גרעסטע רדיפות‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫שבעולם‪ ,‬דאס מיינט אז אויב די חופרי קברים וואלטן געוואוסט אז חסידי ברסלב קוקן‬
‫זיי אן אזוי מענטשן אן קיין קאפלעך און פיאות גוים גמורים‪ ,‬וואס גייט זיי נישט אן צו‬
‫רייסן קברים‪ ,‬רייסן אונזער הארץ אונזער אמונה פון יעדן פון אונז און פון אונזערע‬
‫קינדער רח"ל‪ ,‬און אלע ווייסן אז דער בריסקער רב האט פארפירט אויף חילולי קברים‬
‫ווייל ער האט געהאלטן אז דאס מיינט די שורש האמונה צו אויסרייסן אז ס'איז דא שכר‬

‫ועונש‪ ,‬און דא ביי די דרגא האלטן די חופרי קברים מיט זייערע צוהעלפער‬
‫מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון אויבן אין הימל אז מיר חנפ'ענען און שמייכלען צו די‬
‫חופרי קברים‪ ,‬נאר וועגן אונזער חנופה צו זיי וואגן זיי זיך דאס צו טוהן‪ ,‬לאמיר נישט‬
‫פארשווייגן נישט די חופרי קברים און נישט זייערע צוהעלפער‪ ,‬ווער ס'נעמט זיך אן פאר‬
‫זיי איז אזוי ווי זיי‪ ,‬און מען טאר אים נישט חנפ'ענען מען דארף אנטלויפן פון אים‪ ,‬און‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬

‫פארשטייט זיך מוחה זיין‪ ,‬און אינזינען האבן יעדן טאג און יעדן שמונה עשרה‪,‬‬
‫דעמאלט'ס וועלן מיר קענען זאגן פארן אויבערשטן ידינו לא שפכו את הדם הזה‪ ,‬און‬
‫מיר האבן נישט קייו חלק אין חרוב מאכן דעם בית החיים‪ ,‬און דער אויבערשטער זאל‬

‫העלפן אז בקרוב ממש זאלן מיר זוכה זיין צו הקיצו ורננו שוכני עפר בב"א‪.‬‬
‫יא ס'איז ממש שוידערליך צוהערן די אלע פאקטן וויאזוי מען קען פאפן און פאפן אן‬
‫קיין שום גבולות‪ ,‬אפילו אלס מענטשליכקייט‪ ,‬אן די שרעקליכע עבירה פון גראבן‬
‫קברים‪ ,‬אבער אזוי צו מזלזל זיין אין מענטשן‪ ,‬מיינענדיג אז מענטשן זענען פשוט‬
‫אינגאנצן בהמות‪ ,‬א גרויסן יישר כח פאר אייער אוועקגעבן צייט צו ארויסברענגען די‬
‫קלארע פאקטן און לאמיר טאקע האפן אז זיי זאלן שוין מער נישט אנמאכן א שואה‬

‫אויף די נפטרים‪ ,‬און ס'זאל שוין זיין הקיצו ורננו שוכני עפר‪ - ,‬אמן יישר כח‬

‫בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו‬
‫ניתן לשמוע כאן ‪ -‬דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד‬


Click to View FlipBook Version