ב"ה
אונטערוויו
בענין החפירות
בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ו
ליל שישי פרשת וירא תשע"ט
טעלעפון ליין -קול אומאן
77900-099-07-0777קנעפל 12
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
בס"ד
פתיחה:
א גוט יאר פאר אלע צוהערער אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר ,יעדער איינער ווייסט
אז ס'טוהט זיך שוין ארום די שרעקליכע חפירות אינעם בית החיים אין שטאט אומאן
נעבן הייליגן רבי'נס ציון שוין איבער צוויי און אהאלב יאר ,ווען יעדן תקופה טוהט מען
נאכאמאל אנהייבן צו גראבן ,מענטשן ווילן וויסן מער פונקטליך די גנאצע השתלשלות
הענינים ,און נאך פילע שמועות וואס די חופרי הקברים פארשפרייטן חדשים לבקרים,
וועגנדעם האבן מיר זיך פארבינדן מיט א חשוב'ער יונגערמאן וואס האט אביסל
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
מיטגעהאלטן פארשידענע זאכן במשך פון די צוויי יאר ,און ער וועט איבערדערציילן
פאר די צוהערער די השתלשלות הענינים ,און אויך אנטדעקן פיל פאקטן איבערן ענין
רעדנער :א גוט יאר!!!
עסקן :יא א גוטן צום ערשט וויל איך באדאנקען אויף אייער חשוב'ע טעלעפאן ליין
וואס איז עומד בשער צו מתריע זיין איבער'ן בית החיים אין אומאן ,און אזוי אויך נאך
פארשידענע פירצות אין שטאט אומאן ,און ס'וואלט טאקע געמעגט אנגיין א גאנצן יאר
די טעלעפאן און נישט נאר ווען ס'ברענט שוין א פייער.
רעדנער :לאמיר האפן ,יעצט לאמיר צוגיין צום ענין,
עסקן :איך וויל מקדים זיין אז לכאורה וועט די אינטערוויווא אויפשוידערן מענטשן,
וואסנישט וויסענדיג זענען זיי מיטגעגאנגען מיט אזעלכע פאלשע שקרים וואס די חופרי
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
קברים האבן פארקויפט ,און מיין תכלית איז ח"ו נישט צו מעורר זיין אידן אויף אזא אופן
וואס איז בגדר תוכחה שאינו כראוי וואס רח"ל מחליש די נשמה פון א איד ,נאר
פארקערט איך פארלאז זיך אז מען רעדט צו אידן וואס ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן אז די
תכלית פון אלעס איז צו מקרב זיין אידן צום אויבערשטן ,און נעמען די התעוררות אויף
א ריכטיגן וועג ,זיין א מודה על האמת און מקבל זיין דער אמת ממי שאמרו אן
חשבונות ,און פון צווייטן זייט לויפן צום אויבערשטן זיך אריינווארפן אין תפילה צו
איבערבעטן דעם אויבערשטן אויפדעם ,און אויך די נפטרים ,און ס'איז נישט פארהאן
קיין שום אפהאלט אויב א איד וויל תשובה טוהן ,און ס'איז בעסער צו געוואר ווערן יעצט
דער אמת ווי צו אנקצומען אויבן אין הימל ,און דארט זיך טרעפן ווען מען קען שוין
גארנישט פארעכטן און מען מוז אריבערגיין די עונשים רח"ל ווער ווייסט וויפיל יאר.
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
און איך וויל אויך מקדים זיין אז ס'איז מיר זייער נישט גרינג ווי יעדער קען פארשטיין,
אבער למען כבוד השי"ת ותורתו הק' וכבוד שם הצדיק המחולל מסוף העולם ועד סופו,
בין איך מחוייב צו פארקוקן אויף אלעס ,און אפילו ס'קען זיין אז געוויסע מענטשן פון די
וואס איך גיי רעדן האבן שוין קען זיין צוריקגעצויגן פון זייערע חורבנות ,און לאמיר האפן
אזוי ,אבער מיט דעם אלעם די חורבנות גייט נאך אן די שמועות ווערן נאך געזאגט אין
זייער נאמען און ס'מאכט מבולבל געוויסע מענטשן ,וועגנדעם בין איך מחוייב צו זאגן
טראצדעם וואס איז מיר ווייט פון זיין איינגענעם ,און וויפיל איך זאג האב איך צוזאגן פיל
מער נאר ביז דערווייל האף איך אז ס'וועט זיין גענוג.
ערשטנס וויל איך קלאר מאכן אז איך בין נישט געווען ממש אריינגעמישט בענין די
גראבן קברים אלץ די עבירה פון גראבן קברים ,נאר מער אלץ כהן וואס איך בין כסדר
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
געלעגן אביסל אין די ענינים וועגן די פלאץ ווי די כהנים מעגן שטיין ביים ציון ,שוין אין די
פריעדיגע יארן ,און אויטאמאטיש איז דאס טרעפן דעם נייעם טייל פונעם בית החיים
האט עס אנגעטראפן די ערגסטע פאר די כהנים ,ווי יעדער ווייסט ,די ערשטע שאלות
זענען געווארן פאר די כהנים ,איך געדענק איך בין געווען דעם ערשטען שבועות אין
אומאן נאכן טרעפן די נייע טייל ,ווי שווער ס'איז געווען ווען איך האב אויך געהאט
דעמאלט'ס א ספק צו מען מעג בכלל גיין צום קלויז ,שפעטער איז שוין געווארן מער
קלארער ,און ב"ה שפעטער ראש השנה איז שוין געבויעט געווארן די ערשטע טייל
פונעם דרך הכהנים ,און ס'איז דעמאלט'ס געווען אפגערעדט ביי א טייל כהנים אז אויב
ס'גייט נישט געבויעט ווערן די דרך הכהנים גייט מען שטיין אויף עפעס א דאך אדער א
באלקאן וואס מען וועט אפדינגען ,מיר האבן געוויסט אז ביים רבי'ן איז נישטא קיין
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
חכמות ,און אויב מען בשעת'ן תיקון הכללי איז מען עובר עבירה בפרהסיא ובריש גלי
און נאך מיט א שיטה האט מען גארנישט מיטן רבי'נס תיקון ,אזוי ווי איינער האט
געזאגט אז די גאנצע ווארט תיקון הכללי מיינט אז מען איז מתקן בכלליות די שס"ה לא
תעשה'ס ,אזוי ווי עס שטייט אין ליקוטימוהר"ן די תורה פון תיקון הכללי ,און דא בשעת'ן
מתקן זיין טרעט און מען רייסט אויס איינע פון די לא תעשה'ס ח"ו .און ווי דער רבי האט
קלאר געזאגט מען קען דרייען מיינע ווערטער אבער פון א סעיף קטן אין שולחן ערוך זיך
נישט אוועקרירן.
איז אזוי ,איך האב שוין געהאט געהערט פון די מעשה ממש אין די פאר טעג וואס איז
פארגעקומען די מעשה פון איין פארטאגס ס'איז דעמאלט'ס געווען שרעקליכע רעגנס,
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
נאכן דאווענען וותיקן איז גלעד אטש ווער ס'קען אים אין אומאן ,ארויס נאכן דאווענען
פון ציון און ער
פיל מאל ווען מען האט געגראבן במשך די יארן האט מען געטראפן עצמות
לאמיר קודם מקדים זיין מיט א צוויי יאר פריער ,איך בין געשטאנען ביי די טרעפ פון
גשר הכהנים ,אינמיטן זעה איך דארט א זון פון רבי זאב'לע עטינגער ,און ער זאגט מיר
שטייה נישט דא מ'האט יעצט געטראפן ביינער פון מענטשן אונטער די טרעפ
אראפציהר אביסל ,נישט ממש אונטער נאר מער ארויס ,און מען באערדיגט עס יעצט,
פרעג איך אים פון ווי קומט דא אהער די ביינער? זאגט ער מיר אז יעדע פעלאץ ווי מען
רירט דא און מען גראבט טרעפט מען ביינער ,און מ'איז משער אז ווען די קומאניסטן
האבן געבויעט די גרויסע בנינים אויפן בית החיים פון צווייטן זייט פושקינא ,האבן זיי
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
אנגעפילט דעם צווייטן זייט מיט עצמות ,ווייל ווי מען רירט דא יעגן תקופה מען גראבט
עפעס טרעפט מען ביינער!!
איך בין דעמאלט'ס זייער געווארן צוטרייסטלט ,אז איך דארף אכטונג געבן אין בין א
כהן ,ס'האט מיר זייער וויי געטוהן איך ווייס שוין נישט ווי מען קען דא נכשל ווערן ,איך
האב נישט דערציילט די זאך פאר כהנים ,איך האב זיי נישט געזוכט צו אריינלייגן אין
מיינע ווייטאגן.
עכ"פ ס'איז געווען אפאר מעשיות וואס מען האט געטראפן ביינער און ווען מען האט
גערופן עסקנים האבן זיי געהאלטן אז ס'קומט פון די צווייטע זייט ,אבער די וואונדער איז
געוואקסן יעדן מאל מער און מער ,ביז יענע פארטאגס איז נתגלה געווארן אלעס
יענע פארטאג'ס ווען מען האט געזעהן פילע עצמות אויפן גאס
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
נאך די שווערע רעגנס גלייך נאך פסח ,איז גלעד אטש ארויס פון ציון און איז
צוריקגעקומען מיט שרעקליכע קולות מיט א גולגולת אין האנט צום ציון ,און ער שרייט
פאר אלעמען מיט א בהלה ,קומט'ס ראטעווען דארט ,די גאנצע גאס איז פיל מיט
ביינער ,אלע זענען געקומען צו לויפן ,וואס איז געווען דארט? ס'איז געווען דארט א
פלאץ טאקע די שטח וואס מען גראבט יעצט זיי האבן געהאלטן אינמיטן אויסגראבן די
פלאץ ,און פון די רעגנס איז פארשטאפט געווארן דארט בורות און ס'האט אנגעהויבן צו
ארויסרינען אויפן גאס פיל מיט זאמד גולגולת'ן פיל פיל עצמות ,ווער ס'איז געווען דארט
אין אומאן האט עס אליין געזעהן מיט זיינע אייגענע אויגן ,איך האב אליין געהערט פון
איינעם וואס איז געווען דעמאלט'ס דארט ר אפרים פישל גרינפעלד ער האט אליין
געזעהן די גאנצע מעשה,דאס איז געווען די געשפרעך פון טאג צוויי טעג אין אומאן,
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
מענטשן אפילו די זייער שוואכע מענטשן זענען געווען צוטראגן פון די הויפנס ביינער
וואס האט זיך אפגעטוהן דארט ,מען האט שנעל אראפגערופן עסקנים ,און זיי האבן
גלייך געזעהן אז דא האנדלט זיך נישט פון אפאר ביינער ,ער האט אנגעהויבן צו
נאכקוקן דעם ערד און ס'איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן ,ער זעהט סימנים פון
קברים ממש ,ער זעהט אריינגעשניטן אינעם בארג אינמיטן א קבר ,ער גייט נאך
אראפציהר און ער זעהט אז ס'ציהט זיך ווייטער און ווייטער ,ער גייט נאך און נאך און
ס'ציהט זיך ער זעהט אז די גאנצע בארג ביז כמעט אונטן איז איין שטיק בית הקברות,
אין יענע טעג האט דאס נאך קיינער נישט געוואוסט חוץ פון אפאר מענטשן ,און די זקני
אנ"ש שליט"א פארשטייט זיך ,און איינער פון די מענטשן וואס איך קען זיך מיט אים
רופט מיר אן און ער דערציילט מיר די שרעקליכע בשורה ,וואס איז אנטדעקט געווארן,
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
און פארשטייט זיך אז איך בין צעטרייסטלט געווארן בפרט אז איך בין א כהן ,ס'איז
שווארץ געווארן פאר די אויגן ,אז ווער ווייסט צו איך גייט נאך בכלל קענען קומען נאנט
צום ציון.
די שליחות פון זקני אנ"ש שליט"א :חשוב'ע משפיעי אנ"ש שליט"א ,און זייער עדות
מ'האט נאכנישט מודיע געווען פארן ציבור נאר מ'איז קודם אראפ צו רבי יעקב מאיר
שליט"א און רבי משה שליט"א און קודם האט מען געוואלט אז רבי משה זאל קומען
אבער ס'איז געבליבן אז די זקני אנ"ש שליט"א רבי יעקב מאיר שליט"א און רבי משה
קרעמער שליט"א און רבי נתן ליבערמענש שליט"א ,וועלן אראפשיקן שלוחים ,רבי
יעקב מאיר האט געשיקטהרה"ח רבי שאול סירוטה און רבי משה האט געשיקט
הרה"ח רבי אפרים נחמן אנשין און רבי נתן ליבערמענש ,האט געשיקט הרה"ח רבי
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
אברהם יצחק כרמל ,אויך האט מען מיטגענומען רבי שמואל מאיר חשין ,וואס ידיו רב
לו מיט די היסטאריע און אלעס ארום די בית החיים ,אנקומענדיג דארט אין אומאן זענען
זיי צושוידערט געווארן ווען זיי האבן געזעהן די חורבן מיט די אייגענע אויגן אלע
חורבונות ,זיי האבן געזעהן וויאזוי ס'איז אריינגעשניטן אינמיטן א קבר אינמיטן א נפטר
ווען זיינע ביינער ליגן אויסגעצויגן ,די בילדער זענען געווען צושפרייט פאר ווער
ס'געדענקט ,זיי האבן דעמאלט'ס באזוכט ביי פיל פלעצער אויפן גאנצן בארג ארום ,און
טאקע געזעהן פיל קברים שטעקן ארויס פון פלעצער ,און ס'איז געווען מיט פונקטליכע
אויסשטעל אזוי ווי א בית הקברות ,און זיי האבן טאקע גע'חתמ'ט אלץ עדות וואס זיי
האבן געזעהן און לאמיר עס פארליינען דא "בעינינו ראינו כמה וכמה קברי ישראל וכו'
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
אזוי אויך האט רבי אברהם יצחק כרמל דערציילט ביי די גרויסע עצרת אין ירושלים
ביים יארצייט פון די קדושי אומאן אז ער האט געזעהן וויאזוי די קבריםצום ריכטונג פון
ירושלים און זיי ליגן אויף א אופן מושכב כדרכו און טיף טיף אריינגעלייגט ביי ערד וואס
איז סיד ,בקיצור אלע סימנים פון אידן,
דער געדינגענער מאפיאנער סטראשעט מיט א רעוואלווער
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
איך וויל זיך אפשטעלן דא אמינוט און דערציילן וואס דעמאלט'ס איז שוין גראד
באמערקט געווארן די ערשטע סימנים פון צידקות פונעם בעל הבית ,ס'קומען אראפ
צופארן בשליחות פון זקני אנ"ש רבי יעקב מאיר און רבי משה און רבי נתן ליבערמענש,
און שטייען דא חשובע משפיעים און ווילן וויסן וואס גייט דא פאר ,און נישט מער און
נישט ווייניגער אינמיטן קומט דארט אן א געדינגענער מאפיאנער א גרויסער
אויקריינישער גוי מיט די רציחה אין די אויגן ,ווער ס'וייסט אז אין אוקריינע קענען זיי
הרג'ענען א מענטש ווי א פליג ,ס'איז גארנישט ביי זיי ,ער קומט אן צו די משלחת און
ווייזט זיי אז זיי זאלן שוין ארויסגיין פון שטח ,און אויב זיי האבן נאך א ספק ווי ערנסט ער
מיינט דאס ,נעמט ער ארויס א שיסער א רעוואלווער און מיט דעם ווייזט ער זיי אן ארויס
פון דא!!!
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
ווערטער זענען איבעריג צו מסביר זיין אז דאס אליינס ווייזט שוין ,,,א היימישער איד
וואלט נישט געטוהן אזא זאך און מן הסתם אויך נישט א עובד ה' ,אבער וואס איך וויל
יא זאגן אז מען טראכט יעצט אויף צוריק די מעשה ,איז דא וואס צו פארדעכטיגן אז דער
בעל הבית האט יא געוואוסט עפעס און ס'איז נישט אזוי בשוגג געווען ער האט נישט
סתם געדארפט אפדינגען א מאפיאנער.
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
דעמאלט'ס איז די ערשטע זאך צושפרייט געווארן פאר אלע חסידי ברסלב די
מורא'דיגע היסטארישע נייעס ,אז די בית החיים ציהט זיך אויפן צווייטן זייט די גאנצע
בארג ,און ס'איז פשוט געווען א היסטארישע טעות ,וואס מ'האט געמיינט אז די בית
החיים איז נאר אריבער בילינסקי פון איין זייט ,און די כהנים זענען דעמאלט'ס געווארן
צושוידערט וואס וועט דא זיין ,און ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט אז איך בין געווען
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
דעמאלט'ס שבועות ביים רבי'ן ,און איך בין געווען איינגעשפארט אין קרית ברסלב
אגאנצן שבועות אין יוצא ואין בא ,תיקון הכללי האב איך געזאגט פון א באלקאן ווי מען
זעהט די ציון ,ווי ס'שטייט פון טשערינער רב אז מען האט די תיקון בכל הרואה ,און אזוי
האט דאך אויך רבי נתן אנגעזאגט פאר זיין זון אז אויב ער ווהט ניטשט קענען צוקומען
ערב ר"ה צום ציון זאל ער שטיין אין מארק ביי א פלאץ ווי מען זעהט דעם ציון און דארט
זאגן די תיקון הכללי און סדר הווידוי.
מעמד בקשת מחילה אין היכל ביהמ"ד הגדול אין מאה שערים
עכ"פ די משפיעים זענען צוריקגעקומען קיין א"י ,צוריקגעברענגט זייער עדות ,און
מען האט דעמאלט'ס געמאכט א גאנצע עצרת בקשת מחילה אין שול און דארט האבן
די רבנים מעורר געווען אז אפילו ווען מען טשעפעט א נפטרים בשוגג קען עס רח"ל
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
ברענגען א מגיפה און צרות ח"ו ,אזוי
ס'איז דא א באוואוסטע מעשה פונעם
יסוד יוסף אז מ'האט בטעות
געטשעפעט א דאך פון א קבר פון
איינעם און ס'איז געקומען א מגיפה
רח"ל אז פיר הונדערט קינדער זענען
געשטארבן רח"ל .און ס'איז געווען
דעמאלט'ס אויך אזעלכע ת"ח וואס
האבן געטענ'הט אז ס'האט נישט קיין
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
פשט צומאכן די נאמען בקשת מחילה פאר מען ברענגט זיי צוריק.
דין תורה ביי בית דין
און מען האט אנגעהויבן צו שיקן שלוחים צום בעל הבית ברענג צוריק די נפטרים,
אדער בעסער געזאגט לאזן צוריק באערדיגן די נפטרים ביים שטח ,רבי אפרים נחמן
האט פרובירט צו טוהן און זיך בעטן ,און דער בעל הבית האט אנגעהויבן צו לאזן הערן
זמירות ,אז אויב ס'וועט זיין א רב וואס וועט זאגן וועט ער גלייך פאלגן ,ער איז דאך א
ערליכער איד וואס ער גייט זיך נישט שפילן מיט נפטרים ,און בפרט ער איז דאך א
ברסלב'ער ,יא דאס איז געווען א חודש צייט ,מען האט געזעהן אז ס'גייט נישט האט
מען געמאכט א דין תורה ביי בית דין ,זיי האבן זיך גוט צוגעגרייט מיט פארשידענע
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
טענות ,זיי האבן געברענגט א גרויסער טוען ,און פון צווייטן זייט זענען געווען רבי אפרים
נחמן און נאך עדות ,די טענות זענען געווען אז וויבאלד אז ס'איז געווען בשוגג איז נישט
דא א איסור הנאה ,דאס מיינט אז זיי האבן איין מינוט נישט געהאט די עזות צו טענה'ן
אז מען האט גארנישט געטראפן דארט ,און שפעטער וועל איך מער ארויסברענגען די
זאכן וואס זיי האבן פארקויפט אין גאס און די זאכן וואס זיי האבן גע'טענה'ט פאר רבנים
איז געווען אגאנצן צייט סותר איינס צום צווייטן ,בי"ד האט אויסגעהערט די צדדים און
ס'איז פון דארט ארויס די פסק וואס יעדער בר בי רב דחד יומא וואלט אליין געוואוסט אז
א שטח פון א בית החיים דארף מען צוריקברענגען אלעס און ס'איז דא א איסור הנאה,
אויפן גאנצן בארג ,און אויך איז אסור פאר די כהנים צו גיין אויף די שטחים און רחוב
בילינסקי.
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
דער בעל הבית פאלגט נישט אויס דעם פסק
אויב מען האט יעצט געמיינט אז דער בעל הבית גייט שוין גלייך אויספאלגן האט מען
געהאט זייער א גרויסן טעות ,רבי אפרים נחמן האט געמיינט אז ער איז זייער ערליך און
גייט זיכער פאלגן נאר ס'איז א שאלה פון צייט ,און דעמאלט'ס האט ער זיך
אויפגעהערט צו וויסנדיג מאכן ,פשוט מען ברענגט נישט צוריק און פערטיג,
די מעמד פון הונדערטער אנשי שלומינו בראשות מרן גאב"ד ירושלים וזקני ורבני
ברסלב שליט"א
ס'איז אריבער צוויי חדשים און דער מענטש ענפטערט גארנישט ,דעמאלט'ס האט
מען צאמגערופן ביים יארצייט פון קדושי אומאן ז' אדער ח' תמוז ,איז פארגעקומען א
גרויסע עצרת אין היכל ישיבת מאה שערים ,בראשות זקני אנ"ש און אלע משפיעי
ברסלב ,און על צבאם רבי יעקב מאיר שליט"א און אזוי אויך דער גאב"ד שליט"אאון
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
דעמאלט'ס האט דער בעל הבית צוזאמען מיט זיין זון נחמן וואס שטייט אויך בראש און
ס'איז בידו עד היום צו אפהאלטן אין איין רגע די חפירות אויפן פלאץ( ,דרך אגב
דעמאלטס האט מען גערעדט אז א זון פון חו"ל האט זיך יא געהאט איינגעבעטן ביי זיין
טאטן ער זאל זיך אפלאזן ,אבער זיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן),
עכ"פ זיי האבן געזעהן אז זיי גייען ווערן אויסגעשפיגן מתוך קהל אנ"ש ,ווען פילע
הונדערטער מאנ"ש האבן זיך משתתף געווען ביי דעם עצרת ,רבי שמעון שפירא האט
דארט געזאגט די תפילה פון רבי חיים פלאג'י און רבי אברהם יצחק כרמל האט געזאגט
די קינה פון די קדושי אומאן און ס'איז געווען דארט א גרויסע התעוררות און פיל אידן
האבן דארט געלאזט טרערן ,דאס אלעס האט געמאכט אז די בעלי בתים האבן געזהן
כי כלתה עליהם הרעה ,אז זיי זאלן טרעפן עפעס א נייע זאך.
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
ערשטע תירוץ :די ציבור זאל זיי באצאלן אלע געלטער וואס זיי האבן געטראכט צו
מאכן
זיי האבן אנגעהויבן דעמאלט'ס צו טענה'ן אז זיי זענען גרייט אויב מען געבט זיי
באצאלט זיי די געלט וואס זיי האבן געהאפט צו מאכן פונעם שטח וועלן זיי "יואיל זיין
בטובם" צו לאזן באערדיגן צוריק די נפטרים למנוחתם ,דאס מיינט וויפיל האבן זיי
געהאפט צו מאכן איך ווייס וויפיל? אפאר הונדערט טויזענט דאלאר ,דאס וועט די ציבור
באצאלן ,יא אויב איך האב נישט קיין טעות איז נאך די הוצאות פון יענע עצרת נאך
נישט אינגאנצן באצאלט די חובות ביז יעצט ,און דא האבן זיי א תביעה פונעם ציבור צו
געבן אפאר הונדערט טויזנט דאלאר דעמאלט'ס איז דא וואס צו רעדן ,איך וויל יעצט
נישט אריינגיין אז די גאנצע שטח האט אים געקאסט בשעתו ווייניגער ווי צעהן טויזנט
דאלאר,אבער וויבאלד ער האט "געטראכט" און געמיינט און געהאפט אז ער גייט ווערן
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
א עושר דארף מען אים באצאלן ,און ביז די ציבור וועט אים נישט העלפן צו ווערן א
עושר זענען די נפטרים א משכון.
שלעפן אריין א "מכניס אורח" און זאגן אים צו א שטאק אין בנין
אבער נאך די גאנצע התעוררות פון אנשי שלומינו בראשות זקני אנ"ש שליט"א,
האבן זיי זיך יעצט נישט געוואגט צוצורירן צום שטח ווייל די גאנצע וויכוח האט זיך
געהאנדלט יא צוריק ברענגען אדער נישט ,און זיי האבן יעצט אנגעהויבן צו פלאנירן
וועגן וויאזוי מען גייט יא קענען ווערן עשירים פונעם שטח ,זיי האבן קודם
אריינגעשלעפט מיט זיך אדער האט ער זיך אליין אריינגעשטופט איינער וואס מען האט
אים צוגעזאגט א שטאק פאר הכנסת אורחים אויב די בנין גייט ווערן געבויעט ,יענער
האט א מצוה פון טיילן יוך מיט בילקאלאך אין אומאן ,און איך וויל נישט דא אריינגיין
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
בענין די פלייש וואס ער האט געגעבן צועסן איך ווייס נישט צו היינט טיילט ער נאך ,נאר
איין זאך איז זיכער אז די הכשר פון זיינע פלייש פלעגט זיין ערגער פון רבנות אסאך
מאל ,און היימישע אידן מיינענדיג אז זיי האבן די צוטוהן מיט א גרויסע עובד ה'
מכלומר'שט האבן זיך פארלאזט אויף אים,עכ"פיענער האט אנגעהויבן צו ארבעטן פאר
זיי ,יענער האט א געשליפן צינגל און ער הייסט ממש "מאנ"ש הוותיקים" ,און זיי האבן
מחליט געווען אז אויב מען וויל בויען דארף מכשיר זיין דעם קרקע אין שול ביי די
משפיעים און אנהייבן מיט א גאנצע מסע שקרים ,און דא וועלן מיר אנהייבן די מסע
השקרים,
די אפגעדינגענע בי"ד :ס'איז נישטא וואס צו טוהן ,ס'איז פיל מיט קברים
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
דרך אגב ,איך דערמאן זיך אז איינמאל האב איך בדרך לא דרך צוריק געהערט א
מורא'דיגע מעשה ,איך האב געהאט געהערט אז ווען זיי האבן געזעהן אז פון בי"ד גייט
זיי נישט ,האבן זיי געברענגט א בי"ד ממש פון די רבנות ,איין דיין איז שמוליק
רבינוביץ'ס טאטע
דער רב הכותל'ס טאטע?!
יא ,און דער צווייטער א טוען רבני מיטן נאמען ----------און נאך א דריטער וואס איך
געדענק יעצט נישט זיין נאמען ,האבן זיי אפגעדינגען צופארן דארט טרעפן א וועג וויאזוי
מכשיר זיין צו קענען אויסגראבן דעם בית החיים ,איך האב נישט צוריקגעהערט גלייך
וואס איז געווארן ,אבער אפאר וואכן שפעטער האב איך גערעדט מיט מיין טאטע
דערציילט ער מיר און איך ווייס נישט ביז יעצט וויאזוי ער איז צוגעקומען צו רעדן דערפון
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
וואס איז אינגאנצן נישט קיין ברסלב'ער ,און ער דערציילט מיר אז זיין חבר האט אים
פונקט דערציילט פון יענעם טוען אז יענער האט אים דערציילט אז ער איז
צוריקגעקומען פון אומאן און געהויבן הענט אז פארפאלן ס'איז בלי ספק א בית החיים
ער האט נישט וויאזוי צו טוישן ,ער האט געזעהן אז מען קען גארנישט טוהן דארט ,און
אזוי אויך די אנדערע דיינים פון רבנות ,אבער זיי האבן זיך נאכנישט אפגעשטעלט.
צווייטע גירסא :באשולדיגן משפיעי אנ"ש אז זיי האבן משקר געווען צוליב אינטערעסן
אויב האט איינער געוואלט באמת דעמאלט'ס איינזעהן דער אמת וואלט ער נישט
געדארפט צוקומען צו קיינעם נאר נעמען א פענע מיט א פאפיר און אפשרייבן ביי זיך
אלעס און זעהן צו ס'שטומט מיט מציאות ,און ווער ס'האט עס נישט געטוהן קען עס
יעצט טוהן ווייל איך האב עס יא געטוהן ,ווי איך וועל שפעטער דערציילן
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
די ערשטע זאך האט ער אנגעהויבן צו באשולדיגן יעדן עסקן אז יעדער איינער האט
דא אינטערעסן ,אנגעהויבן פון משפיעי אנ"ש וואס זענען סל הכל געטוהן די שליחות
פון זקני אנ"ש שליט"א צו פארן בודק זיין דעם פלאץ ,ר שמואל מאיר חשין וועגן יענע
אינטערעס און דער עסקן וועגן יענץ ,און בכלל איז דא דא אינטערעסן פון געלט ,און די
משפיעי אנ"ש זענען נישט נאמן ווייל זיי האבן זיך נישט פארהערט הוראה ,דאס מיינט
א נייע הלכה אין הלכות עדות אז ווער ס'האט זיך נישט פארהערט יורה דעה צווייטע
חלק איז פסול לעדות ,אדער קען זיין אז מן הסתם האבן זיי זיך יא פארהערט אבער
וויבאלד זייער שאיפה אין לעבן איז נישט געווען צו זיין א מו"ץ זענען זיי פסול לעדות.
נאך א גירסא :סימנים אז ס'איז פון גוים
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
איז די ערשטע גירסא געווען אז ס'איז קלאר אז ס'איז פון גוים און ס'איז דא סימנים אז
ס'איז פון גוים ,און איך בעט די צוהערער זאלן האלטן קאפ און נישט פארגעסן ,און אזוי
האבן זיי אנגעהויבן דעם קאמפיין ווי מען קען עס אנרופן די תעמולה דער מכניס אורח
פארשפרייט זיינע שקרים אין שול ,און א חבר זיינער אין לונדון וואס א גרויסע טייל פון
די מסע השקרים האב איך געהערט מפיו ווען איך האב אים געזאגט אז איך וויל הערן
וואס ער האט צוזאגן ,ווייל מענשטן האבן גערעדט בשמו אסאך מעשיות ,און איך בין
געזעצן מיט אים צוויימאל ,איינמאל צוויי שעה בערך און די צווייטע מאל ארום איינס און
האלב שעה,און דוקא פון אים האב איך געזעהן ווי ווייט ס'קלעפט נישט איין ווארט צום
צווייטן ,און זיי ווילן אינגאנצן נישט וויסן דער אמת ,און ס'איז מיר א ווייטאג אז איך דארף
עס זאגן ברבים ,ס'איז קעגן מיין נאטור ,אבער למען חילול שם הצדיק ולמען הצלת
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
הבית החיים מכליון ממש ווי איך וועל שפעטער ארויסברענגען לייג איך יעצט אוועק
אלע חשבונות ,אפילו ס'וועט מיר נישט זיין גרינג.
יא יעצט האלט מען אז ס'איז גוים לאמיר קלאר מאכן ,און ס'איז דא דא פיל
אינטערעסן אז וואס אז די משפיעים האבן נישט געזעהן קיין צורת קבר ,און ביינער ווייל
זיי זענען ממש עמי הארצים ,און ס'איז יא געווען ביינער און ס'איז געווען לויט די סימינם
וואס זיי האבן ביינער פון גוים,
לאמיר א מינוט טראכטן ,וואס הייסט אז מען זאגט אויף ביינער אז ס'איז פון גוים? צו
דען זעהט מען ווען מען קוקט אויף די ביינער אז ס'איז פון א גוי? ניין! ס'איז דאך דא א
אופן וויאזוי מען קען באשטעטיגן ביינער פון גוים אז ס'איז גוים ,ווי למשל אויב מען
טרעפט אין א קבר א שתי וערב אדער אנדערע סימנים וויאזוי זיי ליגן ,יעצט האלט מען
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
נאך אז ס'איז נאך דא ביינער,און קברים,ווייל נאר לויט די סימנים פון א קבר קען מען
באשטעטיגן אז ס'איז גוים.
קומענדיגע שקר :מען גייט אריבערפירן די נפטרים (גוים) קיין א"י
די קומענדיגע גירסא איז נאך ווייטער דא ביינער אבער ס'איז אויך סותר די ערשטע,
די גירסא איז אז מען האט ענדליך געטראפן א וועג ,אז זיי גייען נעמען די ביינער פון
נפטרים מיט די ערד און אריבערברענגען קיין א"י צו באערדיגן ,און אזוי האבן זיי
געהאפט צו ווייטער קענען בלייבן ביי די עשירות ,איז ווער ס'וויל נישט משקר זיין בנפשו
האט שוין דא געקנעט זעהן זייער רמאות ,לאמיר צונעמען!!! יעדער איינער ווייסט אז
ס'איז דא וואס זיי האלטן אז אפילו פאר איד איז אסור צו ברענגען לקבורה נאכן
שטארבן וועגן די פסוק ותבואו ותטמאו את ארצי ,אפילו אויב מען נעמט נישט אן אזוי,
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
אבער אויב דו טענהסט א תקופה אז ס'איז געווען סימנים אז ס'איז גוים וויאזוי מעג מען
זיי ברענגען באערדיגן אין א"י??? דאס ווייזט ווייטער די גרויסע אמת וואס זענען געלעגן
אין זייערער ווערטער.
קומעדיגע ליצנות :ס'איז דא א ווידיא ווי מען לייגט אונטער די ביינער (וואס איז דא
סימנים אז ס'איז גוים ,און וואס מען וויל זיי אריבערטראגן קיין א"י)
נעקסטע גירסא הערט זיך ציה ,אז ס'איז דא א ווידיא ווי מען זעהט קלאר אז מען האט
אונטערגעלייגט ביינער ,יא יעדער איינער האט געזעהן ארייגעפליקט אינמיטן פון קבר
פיס אויסגעצויגן טיף טיף ,און רבי אברהם יצחק כרמל זאגט ביי זיין דרשה במעמד
הונדערטער אידן אז ס'איז געווען אריינגעשטופט טיף אין דער ערד צוויי מעטער ,קען
זיין אז מען זעהט אין די ווידיא ווי מען שטופט אריין מיט א מאשין צוויי מעטער צווישן די
שטיינער און אויך ארייגעשטופט די קברים וואס משפיעיע אנ"ש האבן געזעהן ,דרך
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
אגב איך האב שוין געזאגט פאר יענעם פאר איבער א יאר אז איך וויל זעהן די ווידיא און
איך ווארט נאך ביז יעצט ,אויב איינער קען עס ארויסשיקן זאל ער ראטעווען די חופרי
קברים וואס ליידן סתם בזיונות פאר גארנישט ,אדער אפשר זענען זיי אויך פון די צדיקי
הדור וואס נעמען אויף זיך בזיונות צו ממתיק זיין די אטאם באמבע'ס,
נאך צוויי גירסאות :קיינער ווייסט בכלל נישט ווי זענען די ביינער (וואס מ'האט
אונטערגעלייגט) ,א פרוי פון רחובות זאגט עדות אז זי האט באערדיגט מתים (די ביינער
וואס מ'האט אונטערגעלייגט?!) ביי די מלחמה
עכ"פ לאמיר יעצט איבערגיין ווער ס'האט געשריבן קען צוזאמשטעלן אויב ס'וועט זיין
א רב וועט מען גלייך פאלגן ,אויב די ציבור וועט מנדב זיין זיי זאלן ווערן א עושר וועט מען
צוריק ברענגען ,איך דערמאן זיך נאך א גירסא פון דעם חבר זיינער פון לאנדאן (איך
האף אז ער האט שוין בכלל צוריקגעצויגן) אז קיינער האט בכלל נישט געזעהן קיין
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
ביינער און מען ווייסט בכלל נישט ווי ס'געפינען זיך די ביינער ,איז לאמיר איבערגיין מען
גייט צוריקברענגען די ביינער וואס איז שוין לאנג נישטא וואס מען האט געזעהן קלארע
סימנים אז ס'איז גוים ,וואס מען האט אונטערגעלייגט אזוי ווי ס'איז דא א קלארע ווידיא,
וואס א אלטע פרוי פון רחובות האט עדות געזאגט אז זי האט באערדיגט איך געדענק
נישט צו איך האב שוין געזאגט די גירסא ,אז א אלטע פרוי פון רחובות האט עדות
געזאגט ,אז זי האט אליינס געשלעפט מתים צו באערדיגן אין אומן ביי די מלחמה ,זי
געדענקט נישט וועלכע גאס לאמיר נישט פארגעסן אז אין אומאן וואוינען איבער ניינציג
טויזענט מענטשן ,אבער מן הסתם איז דאס געווען דארט.
איין פשוט'ע אמת קעגן א א מציאות פון הונדערטער ליגנט'ס
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
איך דערמאן זיך אז ווען איך בין געזעצן מיט דעם חבר פון דער וואס טיילט עסן ,האב
איך אים געזאגט אזוי :איך האב נישט ממש מיט די גאנצע קברים ,וואס הייסט איך האב
נישט ס'דארף מיר אנגיין פונקט ווי יעדער ברסלב'ער חסיד וואס האט נאר עפעס א
געפיל און אוודאי ווי יעדן איד וואס האט א זיק יראת שמים ,אבער יעצט וויל איך פשוט
אפלערנען אלץ כהן ווי מעג איך יא גיין און ווי נישט ,זאג מיר נשיט ער איז א גנב און
יענער איז טעראריסט ,זאג מיר תכלית וואס יא איז דא דארט? דאס מיינט איך פרוביר
לויט די פופציג גירסאות צו צאמשטעלן א מציאות אבער ס'גייט מיר נישט איך ווער
צומישט דא יעדן מינוט ,א כהן מעג גיין דארט אדער נישט? אויב לויט איין גירסא איז דא
ביינער איז די צווייטע גירסא סותר אז ס'איז דא ווידיא ווי מען לייגט אונטער ביינער וואס
איך האף עס נאך צו זעהן ,קומט די דריטע גירסא זאגן אז א פרוי פון רחובות האט
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
געשלעפט מתים ביי די מלחמה איז לויט דעם יא דא ביינער ,עכ"פ העלף מיר זאג איך
אים איך בין א כהן איך וועל זיין זייער פרייליך אויב מען מעג גיין איבעראל איך וועל נישט
זיין מוגבל ,אבער פארשטייט זיך אליין אז איך ווארט נאך ביז יעצט אויף א קלארע
מציאות ,ווייל צו צוזאמשטעלן הונדערט ליגנטס אינאיינעם איז מיליארד מאל שווערער
ווי צוזאגן איין פשוטע אמת,
גירסא :אז די ביינער זענען פון די צווייטע זייט פושקינא ,דאס מיינט פון די קדושי
אומאן
יעצט נאך א גירסא אז די אלע ביינער איז פשוט נישט קיין קברים ,נאר ווען די
קומאניסטן האבן געבויעט די ריזיגע בנינים אין פושקינא האבן זיי אהער געברענגט די
שפך עצמות און דא באערדיגט ,לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט און טראכטן ,אויב די וואס
האבן א קורטוב פון אמת אין זיך אדער א קורטוב יראת שמים אדער כאטש א קורטוב
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
פון יראת הכבוד צום בית החיים פון הייליגן רבי'ן און וואס דער רבי האט געזאגט אויף די
קדושי אומאן ,צו דען וואלט די גירסא אליינס נישט געקענט אפשטעלן ,אויב דו האלטס
טאקע אז דא איז די ביינער פון צווייטע זייט פושקינא ,פארוואס לאכסטו ארום פון די
וואס ווילן עס צוריק מקבר זיין? פארוואס באדערט דיר נישט אז די קדושי אומאן זענען
יעצט נישט במנוחה ,דו האלסט דאך אז יעצט איז דאס ממש די קדושי אומאן ,פון דעם
זעהט מען די גרויסע ליצנות פון די אלע מאמיני השקר ,וואס זענען בכלל נישט
נאכגעגאנגען צו זעהן אויב וואס מען פארקויפט זיי איז אמת ,צו דען איז דאס א
ברסלבער חסיד?! מען קומט צום הייליגן רבי'ן בעטן תיקונים ,און מען שרייט הב הב און
ווען דעם רבינ'ס בית החיים ווערט אין א סכנת כליה און אפילו די מקום מנוחת קדושי
אומאן איז אויך שוין עטליכע מאל ארייגעגנגעגראבן געווארן ווען איינער האט געבויעט
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
א עסן געשעפט מיטן נאמען לבבשר ,און א צווייטער א פיצה געשעפט ,און נאך
מעשיות ,און ס'רירט גארנישט אן א ברלסבער חסיד?! דבר זה אומר דרשוני! און ווען
ס'וואלט זיך געהאנדלט פון דיין אייגענע הויז און וואלסט געהאט א ספק צו מען
בא'גנב'עט דיר נישט וואלסטו זיך אויך געלאזט אזוי ספק ליצנות ספק וודאי איין גירסא
זאל קענען סותר זיין די צווייטע און דריטע די צענטע און די ניינטע די עלעפטע,
צו די ציבור רעדן זיי איין שפראך און צו די רבנים א צווייטע שפראך
יעצט אזוי איך האב שוין אויבן דערמאנט אז אין די זעלבע צייט וואס זיי האבן
פארקויפט די אלע גירסאות אין גאס איז אבער די שפראך מיט די רבנים געווען
אינגאנצן אנדערש ,די שפראך איז געווען בתחנונים מען זאל זיי לאזן בויען וויבאלד
ס'איז געווען בשוגג ,זיי האבן דאך געוואוסט אז די רבנים ווייסן פונקטליך דער אמת ,איז
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
צו זיי איז דא א אנדער שפראך ,דאס הייסט איין שפראך צו קאלט מאכן דעם ציבור
מיט ליצנות שקרים ,און ממש אזוי ווי דער חכם וואס איז געקומען רופן דעם חכם פון
סיפורי מעשיות ער זאל קומען צום קעניג און ער האט אים משוגע געמאכט הונדערט
מאל אז ס'איז נישטא קיין קעניג ,און די צווייטע שפראך צו ארויסבאקומען א היתר פון
די רבנים.
ביי די גירסא איז צוריק נולד געווארן למז"ט ביינער ,קברים ,און צענדליגע קברים
עכ"פ לאמיר צוריקגיין די קומענדיגע גירסא דא איז שוין נישט מער און נישט ווייניגער
צוריק געבוירן געווארן ביינער צוריק געבוירן עצמות און צוריק געבוירן געווארן אפילו
קברים ,און נישט איין קבר נאר יעדע חצר דריי דריי ,און אזוי איז געווען די גירסא ,אז
איינער האט געטראפן אין א ארכיון אין עפעס א אנדער שטאט אין אוקריינא ,אז בשעת
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
די מלחמה איז געווען א געזעץ אז וויבאלד מען קען נישט שלעפן די מענטשן וואס
שטארבן ביזן שטאטישע בית הקברות ,זאל מען באערדיגן יעדער איינער אין זיין הויף
אין זיין חצר ביז דריי מענטשן ,אה יעצט ווייסט מען שוין די ס'איז פלוצלינג מיט איינמאל
נעלם געווארן די ווידיא ווי מען לייגט אונטער ביינער די באשולדיגונגען אז משפיעי
אנ"ש זענען פסול לעדות אדער האבן אינטערעסן ,און אז ס'איז שפך עצמות פון
פושקינא ,און אז ס'איז שקר מ'האט נישט געזעהן קיין ביינער וכו' וכו' ,נאר יעצט ווייסט
מען שוין אז מן הסתם אין אומאן איז אויך געווען די חוק ,דרך אגב די דאקומענט פון
דעם חוק האבן מיר נאך אויך נישט זוכה געווען צו זעהן ,און מען ווארט נאך דערויף,
צוריק צום ענין מן הסתם איז ביי די בארג פון כיכר פושקינא ביז אראפ די צוויי זייטן
געשטארבן אין יעדע חצר דריי דריי מענטשן ,און מן הסתם נאר די מענטשן פון די גאס
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
האבן איינגעהאלטן די חוק פון דריי דריי ,ווייל אין אומאן בויעט מען דאך הונדערטער
בנינים אויף אלע זייטן און קיינער האט זיך נישט באגעגנט נישט שיינער און נישט חושן
וכו' וכו' די אלע מענטשן קיינער האט זיך נישט באגעגנט אין גאנצן שטאט מיט דריי
דריי קברים ,זעהט אויס אז נאר ביי די גאס פון כיכר פושקינא ביז נהר התשליך זענען
געשטארבן דריי דריי און נאר דא האט מען איינגעהאלטן דעם חוק בכל חומר הדין צו
באערדיגן דריי דריי צום ריכטונג פון ירושלים ,און די איינוואוינער פון די גאס זענען
געווען אזעלכע מחמירים אז זיי האאבן אריינגעשטופט נאך א צעהן פופצן אין יעדע
חצר ,מן הסתםם זענען די גאס געווען די פאטריאטן פאר מאמע רוסלאנד ,און זיי האבן
זייער מהדר געווען אין די געזעצן.
בשעת'ן טענה'ן בשוגג זענען זיי מסית תמימות'דיגע אידן צו אפקויפן נאך שטחים
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
און דא דארף נאך א פארברעך ארויסגעברענגט ווערן ,די טענה פאר די רבנים זענען
זיי געהאלטן אין איין קומען אז זיי זענען נעביך בשוגג ,און אפשר בדיעבד זאל מען מתיר
זיין ,אבער לאמיר זעהן וואס הייסט דאס בשוגג נעביך?
זיי האבן געהאלטן אין איין איינרעדן מענטשן פרישע תמימות'דיגע מענטשן צו
אינוועסטירן אין אט דעם בארג ביי פיל פלעצער נאך ווען מען אט שוין לאנג געוואוסט די
מצב ,זיי האבן צוגעשטופט און קאלט געמאכט א געוויסער בעל תשובה זאל אפקויפן
פונקט אנטקעגן דעם ציון איך מיין אז זיין נאמען איז שמואל עבדי אויב איך געדענק
יעצט גוט ,אז ער זאל אפקויפן פאר א מיליאן דאלאר די שטח ,ווי רבי אלעזר אנשין
פלעגט טיילן די מזונות ,און אויך פאר רבי אלעזר אנשין האט זיך דער
אויבערדערמאנטער מכניס אורח געהאלטן אין איין מסית זיין אז ער זאל דוקא טיילן
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
אויפן שטח פון בית החיים די מזונות ,און דער מכניס אורח האט אים געוואלט צוזאגן אז
ער וועט אים שאפן א פלאץ אומזינסט די עיקר ער זאל טיילן אויפן בית החיים,
פארשטייט זיך אז רבי אלעזר האט אפגעווארפן זיינע טובות ,אבער דאס הייסט בשוגג
נעביך ,רבי אלעזר האט אויך געהערט פון איינעם זייער א שוואכער ירא שמים וואס זיי
האבן געברענגגט צו בודק זיין די שטחים ,אז ס'איז נישטא דא וואס צו בודק זיין ער אליין
האט געזעהן שלדים און קברים.
יא מען הערט אייך
לאמיר אביסל צוריקגיין ,זיי האבן שווער געארבעט צו אריינברענגען א בלבול בתוככי
אנ"ש ,דער מכניס אורח האט ארומגע'חוש'ט יעדן טאג מענטשן אין שול מיט פרישע
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
גירסאות ,אויך האבן זיי געארבעט שווער צו ארייננארן מענטשן און דעמאלט'ס ווייסט
מען אז אויך דעמאלט'ס האט דער זון נחמן פון בית שמש געטוהן פארשידענע פעולות.
ס'איז שוין גאנץ שפעט מען קען זאגן אז ס'איז מגלה טפח ומכסה טפחיים ,איך האב
נאך פיל זאכן און נישט אלעס קען מען זאגן ,אפשר ביי א קומענדיגע געלעגנהייט ,און
איך האף אז ס'וועט נישט אויספעלן און די ישני עפר וועלן קענען קומען למנוחה דארט
און אויף די גאנצע בארג ,ווי פארשידענע מענטשן זענען לוטש עיניהם ,צו אויסמעקן
דעם בית החיים ,און אפילו אויף צווייטן זייט פושקינא גייט שוין אן רח"ל בויערייען ,און
אויב מיר וועלן זיך נישט אויפוועקן באצייטנס ,וועט בלי ספק נישט בלייבן קיין שריד
ופליט פון גאנצן בית החיים ,ס'איז דא דארט די געשעפט לב בשר ,און אזוי אויך די פיצה
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
געשעפט וואס האט אריינגעגראבן בעומק און אזוי האבן נאך מענטשן פלענער ,איך
פארשטיי נישט אויף וואס ווארט מען???
וואס האט איר צו איבערגעבן פאר אנ"ש חסידי ברסלב???
עכ"פ די צייט איז שוין שפעט ,אבער די ווייטאג איז זייער גרויס ,און איך בין נישט דער
וואס דארף זיין דער מוסר זאגער ,אבער מען האט שוין די לעצטע יארן איינגעזעהן אז
מען קען נעמען שטיקער פון די תורה און אויסרייסן און זיך רופן אלץ צדיקים,
אבער די עיקר פראבלעם איז איין זאך ,לאמיר אנכאפן א ביישפיל א וויזניצער אדער
א בעלזער וואלט זיך נישט געוואגט צו בויען א בנין אויפן בית החיים פון שטאט בעלזא
אדער קאסוב ,פארוואס??? ווייל יעדער איינער ווייסט אז ער וואלט עס נישט
איבערגעלעבט ,ער וואלט אויסגעשפיגן געווארן פון קהילה מיט די גרעסטע רדיפות
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
שבעולם ,דאס מיינט אז אויב די חופרי קברים וואלטן געוואוסט אז חסידי ברסלב קוקן
זיי אן אזוי מענטשן אן קיין קאפלעך און פיאות גוים גמורים ,וואס גייט זיי נישט אן צו
רייסן קברים ,רייסן אונזער הארץ אונזער אמונה פון יעדן פון אונז און פון אונזערע
קינדער רח"ל ,און אלע ווייסן אז דער בריסקער רב האט פארפירט אויף חילולי קברים
ווייל ער האט געהאלטן אז דאס מיינט די שורש האמונה צו אויסרייסן אז ס'איז דא שכר
ועונש ,און דא ביי די דרגא האלטן די חופרי קברים מיט זייערע צוהעלפער
מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון אויבן אין הימל אז מיר חנפ'ענען און שמייכלען צו די
חופרי קברים ,נאר וועגן אונזער חנופה צו זיי וואגן זיי זיך דאס צו טוהן ,לאמיר נישט
פארשווייגן נישט די חופרי קברים און נישט זייערע צוהעלפער ,ווער ס'נעמט זיך אן פאר
זיי איז אזוי ווי זיי ,און מען טאר אים נישט חנפ'ענען מען דארף אנטלויפן פון אים ,און
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד
פארשטייט זיך מוחה זיין ,און אינזינען האבן יעדן טאג און יעדן שמונה עשרה,
דעמאלט'ס וועלן מיר קענען זאגן פארן אויבערשטן ידינו לא שפכו את הדם הזה ,און
מיר האבן נישט קייו חלק אין חרוב מאכן דעם בית החיים ,און דער אויבערשטער זאל
העלפן אז בקרוב ממש זאלן מיר זוכה זיין צו הקיצו ורננו שוכני עפר בב"א.
יא ס'איז ממש שוידערליך צוהערן די אלע פאקטן וויאזוי מען קען פאפן און פאפן אן
קיין שום גבולות ,אפילו אלס מענטשליכקייט ,אן די שרעקליכע עבירה פון גראבן
קברים ,אבער אזוי צו מזלזל זיין אין מענטשן ,מיינענדיג אז מענטשן זענען פשוט
אינגאנצן בהמות ,א גרויסן יישר כח פאר אייער אוועקגעבן צייט צו ארויסברענגען די
קלארע פאקטן און לאמיר טאקע האפן אז זיי זאלן שוין מער נישט אנמאכן א שואה
אויף די נפטרים ,און ס'זאל שוין זיין הקיצו ורננו שוכני עפר - ,אמן יישר כח
בענין החילול בבית החיים הענקי בעיר אומאן יצ"ואונטערוויו
ניתן לשמוע כאן -דריק אויב'ן אויפ'ן קנעפל סאונד