1270.907.514 CA.TOSHCONNECT@INFO 2024 19. JAN | 85 ISSUE פרשת בא תשפ"ד 1733-312-514 Prushinowski Shmiel Duved 4380-509-438 מיר זענען דא אייך צו סערווירן! יחזקאל הערשקאוויטש Residential Commercial future your on focus a With. Financing Atropa Fleuriste Belladonna 4H1 H2V Mtl, Parc du Av 5602: Address 1144-387) 438: (Tel com.fleuristeatropabelladonna@Vicky 30:5 to 00:12 - sun 30:5 to 00:11 thus - mon 00:10 to 00:8 night thursday 0249-323 450 0C4 J7R QC, Eustache-Saint, Bibeau rue, 536 4192-472-450
4747.272.514 טאהש & מונטריאל מאכט אייער שמחה, א שמחה צום געדענקן מיט א זעלטענעם געשמאק אייער פיש גאקאכט Special FOR discount !SIMCHAS רופט צו באשטעלן 4747-272-514 9790-692-514 לויתן פיש מארקעט איז דא מיט א נייעם סערוויס! מיר טוהן קאכן פיש פאר גרעסערע ארדערס און שמחות. אההה... עס איז באמת געשמאק, די פרישטע פיש אויפ'ן מארקעט, געקאכט מיט א ספעציעלן געשמאקן טעם! at Available
will Comfort Discreet and Sundays open be .only Wednesdays Important !Notice off%50 tops All off%15 wraps & Shawls *off%50 Bandanas Colored off% 25 bananas White off% 50 Turbans White off% 25 Turbans Colored arrivals new Excluding* and Come our out check of collection new .tichels of selection New coming jewelry ...soon Hours winter New 5-12 Wednesday 5-12 Sunday message a leave to free feel Please 9999.420.450 hours available other for בס"ד
usd 7800$ apply may Restrictions* 5451.662.514 Package includes Ring Watch Necklace Earrings בס"ד Package kallah
16.No PURSE BURCH TORY WALLET+ TION 4.NoBUTTERFLY BUGABOO 5.No BOSCH 12.No KINDER MITZVAH PACKAGE BOOKS 6 MENTCHY+ BUCKET 10.No GIRLS SET LINEN DECOR WALL + 11.No BOYS SET LINEN CLOCK ALARM + 18.No TABLECLOTH “120 X 70 6.No CAMERA SX740 17.No WATCH MICHELLE :ORDERS 4905.276.514 POSEN. F. MRS 1732.278.514 FOGEL. R MRS COM.GMAIL@BETHESTHERAUCTION HUTCHISON 6529 30PM:7 בית א...PRIZES exciting OUR OF SOME
14.No GIRLS MACHZORIM 13.No BOYS MACHZORIM 2.No SET LINEN 50$ PRIZE GRAND 28$ 12-7. No 20$ 20-13. No AUCTSET DINNER 24 SERVICE 3.No 8.No CAR ALONG-RIDE 7.No VACUUM C1 MIELE 9.No TRAMPOLINE 15.No CARRIAGE DOLL DOLL+ 36$ 6-2. NO M P 30:7 אסתר בית אסתר דרבינו יואל ד׳סאטמאר 1.No CERTIFICATE S’ACKERMAN 600,3 $JEWELRY מאנטאג פרשת יתרו MONDAY 29 JANUARY
SALE L L A S O B B A H S WEAR
:THURSDAY - MONDAY PM 00:5 - AM 30:9 PM 1 - AM 30:9: FRIDAY PM 4 - AM 11: SUNDAY :THURSDAY - MONDAY PM 00:5 - AM 30:9 PM 1 - AM 30:9: FRIDAY PM 4 - AM 11: SUNDAY DELMARJEWELERS WEST TALON JEAN 4058 4800 -875) 514( DELMARJEWELERS WEST TALON JEAN 4058 4800 -875) 514( R A B E H T G N I S I A R
.favorite her picked already s’She .snug baby keep to seat soft a has It .shopping for basket roomy A daydream happy, sparkling A .fill to you for waiting just—
UP BUNDLE the all for pretty ,carriages waiting filled be to ca.boneiauctioncanada ca.boneiolam@orders 8899.658.514. ticket a Buy Fax/Text/Call .world a gift
makes Music .Simcha the 1348.410.438 com.gmail@Hfastenmusic
עינים שטייט פאר דריי צילן: נתן מימיו נאמנים מלך ביפיו תחזינה עיניך תראינה ארץ מרחקים ועצם עיניו מראות ברע הוא מרומים ישכן מצדות סלעים משגבו לחמו נעמט א חלק אין עינים מיט 12$ א חודש טויזענטער אידן טוישן זייער לעבן אויף אייביג דורך עינים
com.schonsnatural@orders 6360.418.514 Viateur Saint 1004 00:1- 00:11: Fri 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:6- 00:12: Sun Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily diverse Explore and foods health your for vitamins .lifestyle vibrant Where Health Variety Meets
נעמט א חלק אין עינים מיט 12$ א חודש א זכות וואס וועט אייך באגלייטן אויף אייביג מיט אייער נתינה קענט איר אייער כח איז גרויס
ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות אשריכם אשריכם אז דער אייבערשטער איז אייך מזכה מיט אזעלכע סארט מעשים דער איבערשטער האט שוין לאנג נישט געהאט אזא נחת רוח שכרכם הרבה מאוד דער באשעפער זאל געבן בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות קדושים וטהורים שכרכם הרבה מאוד דער וואס געבט געלט פאר דעם ענין וועט האבן קינדער קדושים וטהורים הגה''ק ר' יעקב מאיר שליט''א שעכטער פייערדיגע הבטחה פונעם פאר הדור נעמט א חלק אין עינים מיט 12$ א חודש טויזענטער אידן טוישן זייער לעבן אויף אייביג דורך עינים
בס"ד טאהש טעלעפאן ליסט חודש שבט תשפ"ד מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז מיר גרייטן זיך בע"ה ארויסצוקומען בקרב הימים מיט א נייע "טעלעפאן ליסט " פונעם שטעטל. ביטע קוקט איבער אייער'ס און אייערע נאנטע'ס אינפארמאציע אויף דער יעצטיגער "וואנט טעל. ליסטע" )וואס מיר האבן ארויסגעגעבן שנת תשפ"ב העעל"ט( צי אלעס איז ריכטיג. אויב זעט איר א טעות, אדער צוצולייגן א נאמען, און פאר סיי וועלכער הערה, ביטע רופט און לאזט א מעסעדזש אויף 1 #6223-323-450 אדער שיקט אן אימעיל צו: com.gmail@toshtelephone יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט אין די לעצטע עטליכע יאר: מאכט זיכער אז אייער טעלעפאן נומער און אדרעס איז ריכטיג. אויב האט איר נאר א סעלפאן, ביטע מעלדן וועלעכע נומער איז געמאכט צו רופן אינדערהיים אנשטאט דעם לענדליין. פארמאגט איר א געשעפט/סערוויס אין שטעטל: מאכט זיכער אז אייער טעלעפאן נומער איז אויפן ליסטע, צו שרייבן בלויז די טעלעפאן נומער איז בחינם, פאר אדווערטייזמענט פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען. סעלפאון נומערן אזויווי לויטן פארלאנג פונעם ציבור גרייטן מיר זיך צו אריינלייגן אויך סעלפאון נומערן, אויב ווילט איר מאיזה סיבה מיר זאלן נישט אריינשטעלן אייער סעל נומער, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף דעם אויבנדערמאנטן נומער. לייגט עס נישט אפ! די ליסטע קומט ארויס בעז"ה אין די נאנטע טעג!
connect Tosh 27 “מיינסט טאקע אז איך בין ראטשילד?” ”ער האט חתונה געמאכט ווי גלייך ער איז ראטשילד!“ “אך, וויפיל צדקה איך העט ווען געטיילט ווען איך בין א ראטשילד!” ”די ראטשילדס קאנטראלירן די וועלט!“ אן עושר. א רייכער מאן. א גביר. א ביליאנער. א נגיד. א ראטשילד. שוין לאנג וואס ראטשילד האט פארלוירן איר באדייט אלס א פשוט‘ער משפחה נאמען, און איז פארוואנדעלט געווארן אין א סינאנים פאר די ווארט רייך. די ראטשילד דינאסטיע, די אויסנאם רייכע פאמיליע צושפרייט איבער די הויפט שטעט פון אייראפע און באקאנט מיט זייערע בענק און פארמעגנס זענען מיט די צייט פארוואנדעלט געווארן אין א לעגענדע סיי ביי די אידישע און סיי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג. פאר די לעצטע, וועמען‘ס קעניגן און אדעל לייט האבן געדארפט אנקומען די אידישע מאכטפולע באנקירן האט די עשירות און כח פון די ראטשילדס פיל מאל געדינט אלס קוואל פאר קנאה און קאנספיראציעס. ווער זענען זיי געווען, די וועלט בארימטע ראטשילדס? וויאזוי האבן זיי אנגעזאמעלט זייער רייכטום? פארוואס היינט צוטאגס געפינט מען נישט די ראטשילד נאמען צווישן די נדיבים וועמען מען וועט באערן ביים דינער? און פארוואס ווערן זיי באשולדיגט דורך אנטיסעמיטן שוין באלד צוויי יאר הונדערט פאר יעדע פראבלעם וואס די מענטשהייט האט אמאל געליטן דערפון? וואס ליגט אונטער די נאמען ראטשילד, וואס ערוועקט שוין יארן שעצונג און אויך אפשיי?
דער שטאם-פאטער פון די ראטשילדס פיל זענען די געשיכטעס וואס זענען געשפינט געווארן ארום די אויסטערלישע עשירות מיט וואס דער ערשטער פון די ראטשילד באנקירן, מאיר אנשיל, אדער אמשעל ווי געוויסע רופן אים, איז באגליקט געווארן. צווישן די לעגענדארע דערציילונגען איז די באקאנטע געשיכטע איבער מאיר אנשיל, וואס נאכן חתונה האבן אין א דערבייאיגן שטאט, האט ער גענומען אויף זיך די שולד איבער א גניבה, זייענדיג דער געוועזענער שמש צום רב רבי הערשעלע טשארקאווער זי“ע (דער פאטער פון רבי‘ן רבי שמעלקע מניקלשבורג און דער בעל הפלאה פון פראנקפורט), צו בארואיגן דעם צדיק. די לעגענדע לויטעט אז ער האט צוריקגעצאלט צוביסלעכווייז, ביז ווען מען האט געפונען די ריכטיגע גנב‘טע, א נישט אידישע פויערטע וואס האט אין אמת‘ן דורכגעפירט דעם גניבה בשעת‘ן ארבעטן ביים רב אינדערהיים צו רייניגן פאר פסח. לויט די טעאריע, האט דאן דער צדיק געוואונטשען מאיר אנשיל אז ער און זיינע קינדער זאלן זיין עשירים אדירים פאר לאנגע דורות. עס זענען דא פילע חלקים פון די מעשה וואס שטימען נישט ממש, און בעיקר איז עס די יארן. מאיר אנשיל ראטשילד איז בלויז געווען אלט צען יאר בשעת די פטירה פונעם צדיק רבי הערשעלע. געוויסע גירסאות פארענטפערן דעם פירכא מיט דעם אז דער העלד פון די מעשה איז אייגענטליך דער טאטע פון מאיר אנשיל, וואס איז נפטר געווארן ווען מאיר אנשיל איז בלויז אלט געווען פערצן יאר. דער וואונדער איז נאך אלץ וואס א ראטשילד, פראנקפורטער פון דורי דורות, האט געטן אין גאליציע וואו ער האט געזאלט זיין דער שמש פארן רב, אבער אלעס קען פארט מעגליך זיין. דאס איז זיכער אז די מעשה איז א מורא‘דיגע, מיט א הערליכע מוסר השכל... אין באבוב דערציילט מען אז די ראטשילד‘ס האבן זוכה געווען צו זייער הצלחה דורך א ברכה פונעם חכם צבי. מאיר אנשיל ראטשילד איז געבוירן אין יאר תק“ה אינעם יודענגאסע (געטא) פון פראנקפורט, באלד 280 יאר צוריק, צו א משפחה פון פראנקפורטער ראטשילדס (מען זאגט אז די נאמען ראטשילד קומט פון א רויטן שילד וואס איז געווען אויפגעהאנגען ביים פאמיליע הויז אין פראנקפורט, געבויעט דורך איינע פון די זיידעס יצחק אלחנן ראטשילד, צוויי הונדערט יאר פריער. אין יענע תקופה זענען נאכנישט אדרעסן באצייכענט געווארן לויט נומערן, נאר שילדן מיט קאלירן אדער סימבאלן. די ראטשילד סימבאל נעמט נאך היינט אריין א רויטן פאנצער אלס אנדענק.), און לויט וויפיל מען ווייסט איז ער געווארן גאנץ יונג א יתום פון זיין טאטן. זיין טאטע משה אמשעל האט שוין אויך געהאנדעלט מיט וואלוטע און געטוישט געלטער פאר דעם פרינץ פון העסע. אלס יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן, דורכאויס די תק“כ‘ס, איז ער געווארן דער הויף-איד וואס האט באהאנדעלט די פינאנצן פאר די העסישע הערצאגן אין די דעמאלסטיגע פראווינצן און הערצאגטומען פון פרייסן (היינט דייטשלאנד). מיט זיין געניטע חוש צו פינאנץ, האט ער אויסגענוצט זיין פאזיציע און קשרים צו עפענען א באנק וואס האט זייער מצליח געווען. פינף זון האט מאיר אנשיל געהאט, און ווי נאר זיי זענען ערוואקסן געווארן האבן זיי זיך צעשפרייט איבער די וועלט, יעדער פון אנפירענדיג א צווייג פון די יעצט אינטערנאציאנאלע ראטשילד באנק. מיט אפטיילונגען אין די הויפט שטעט פון לאנדאן, פאריז, וויען, פראנקפורט, און נעפאל, האבן די ברודער מיט זייער טאטע אינאיינעם זיך באפעסטיגט איבער אייראפע מיט זייער נעץ פון זייער פרוכטבארע בענק און אינוועסטירונגען. האבענדיג יעצט פאמיליע פארבינדונגען אין יעדן פארגעשריטענעם לאנד, וועמען 28 connect Tosh
זיי האבן געקענט געטרויען און ארבעטן אינאיינעם, האבן זיי גאר שנעל זיך ערווארבן זייער סטאטוס אלס א פאמיליע מיט א ריזיגע עשירות און מיט נאנטע באציאונגען מיט אלע אייראפעישע רעגירונגען. מען לייגט און די הצלחה פון מאיר אנשיל און זיינע זון, אנטקעגן פריערדיגע הויף אידן - וואס זענען אויך רייך און מאכטפול געווען, אבער האבן פארלוירן זייער פארמעגן צו די גזירות, קאנפיסקאציעס, ריזיגע שטייערן, און ענדערונגען אין די סענטימענטן פון די גראפן און הערצאגן, און די פאגראמען פון די מאסן, צו זייער חכמה מיטן האלטן די פארמעגן צושפרייט איבער די וועלט אין סטאקס, באנדס, חובות, א.א.וו., ווי איידער פאקטישע שטחים און געלט וואס די רשעות‘דיגע גוים קענען לייגן אויף דעם די האנט. נאך א הויפט באשטאנדטייל צו זייער הצלחה איז אויך געווען דאס געטרויען נאר די הענט פון ברודער אין די געשעפטן, ווי פריער דערמאנט. אזוי ארום איז גרינגער געווען צו האלטן בסוד דאס וואס די געלטגייציגע און אומפארגינערישע אויגן האבן נישט געדארפט וויסן, און מצליח זיין. די טאקטיק איז שפעטער נאכגעפאלגט געווארן דורך אנדערע פאמיליעס פון אידישע באנקירן און מאגנאטן פון די אמאליגע אייראפע, ווי די בישאפשיימס, פעריירעס, זעליגמאנס, לאזאארדס און נאך אנדערע אין באוואוסטע נאמען אין יענע תקופות. מיט די צייט האבן אפילו נישט אידישע מאגנאטן וואס האבן נאך קיינמאל קיין קוגל נישט פארזוכט, זיך אויך געלערנט אז מיט משפחה עסט מען יא קוגל, און זיי האבן אויך געזען פיל ריווח דורך זיך האלטן צו דעם פרינציפ פון געשעפטן נאר אין די פאמיליע. א ראטשילד פאלאץ אין ענגלאנד שילערסדארף פאלאץ פון די וויענער ראטשילדס שלאס הינטערלייטען, אויך פון די ווינער ראטשילדס א פראנצויזישע ראטשילד ווילא connect Tosh 29
פאר דעם צוועק צו האלטן ווי מער פון די פאמיליע פארמעגן צווישן זיך, האבן זיך די ראטשילד‘ס אין די ערשטע דור-צוויי זיך ממש נאר משדך געווען צווישן זיך, קאזינען און צווייטע-קאזינען. די פינף ראטשילד ברודער האבן באקומען דעם טיטל ‘באראן’ פונעם עסטרייכישן קייזער, און אויך אין די בריטישע קעניגן האט געגעבן דעם טיטל ‘לארד’ פאר די ענגלישע צווייג פון די משפחה. די רייכע ווערן ‘ראטשילדס’ נאך איידער נאפעלעאן‘ס מלחמות (א סעריע פון שלאכטן אין די תקופה צווישן תקס“ד-תקע“ו) זענען שוין די ראטשילד‘ס געווען אויסטערליש רייך. זיי האבן פיל געהאנדעלט מיט בויליונס (די גאלד און זילבער וואס רעגירונגען פלעגן נוצן צו אוועקלייגן אנטקעגן די ווערט פון זייער וואלוטע) און זיך ערווארבן א סטאטוס אלס הויפט שפילער אין דעם געביט. פון לאנדאן, אין די יארן פון תקע“ה און תקע“ו, האט נתן ראטשילד, באוואוסט אלס דער געלונגענער ברודער, געווארן דער כמעט איינציגער פינאנצירער פון די בריטישע ארמייען און זייערע אליאירטע איבער אייראפע וואס האבן באקעמפט נעפאלעאן‘ס ארמייען. ער האט געשיקט די גאלד שטיקער וואס די סאלדאטן האבן געדארפט האבן צו קענען פונקציאנירן און ביים ענדע אויך געווינען. און בלויז איין יאר האבן די ראטשילדס צוגעשטעלט געלט וואס וואלט אין היינטיגע אמעריקאנער דאלארן אויסגעקומען גאנץ נאנט צו א ביליאן מיט א ב, צו דעקן א ראטשילד פאלאץ אין פראנקרייך א דייטשע פאלאץ נאך א דייטשע פאלאץ 30 connect Tosh
די ארמייען אנטקען די פראנצויזישע אינוואזיעס. זיי האבן אויפגעשטעלט א נעץ פון אגענטן, שליחים, און אנדערע וואס האבן אזוי ארום באוויזן צו שיקן די גאלד-שטיקער איבער די קריג-צעפליקטע אייראפע. מיט אויערן און אויגן ארום דעם קאנטינענט, האט נתן ראטשילד באוויזן צו באקומען אינפארמאציע איבער די גאנג פון די שלאכטן און פאליטישע ענדערונגן פאר אנדערע שפילער און אזוי ארום האט ער געוואוסט וואו און ווען צו איינשטעקן אין די ריכטיגע צייט. ווען די בריטישע האבן געזיגט ביים בארימטע “שלאכט פון וואטערלו” האט נתן געברענגט די נייעס פאר די רעגירונג א טאג איידער די אפיציעלע שליחים האבן דערגרייכט לאנדאן. דאס האט געברענגט קאנספיראציעס טעאריעס שפעטער אז ער האט געהאלטן די אינפארמאציע צו זיך און עס אויסגענוצט צו ארומשפילן אויפן מארקעט און מאכן גרויסע ריווחים, עפעס וואס איז נישט געווען אמת און ער האט בלויז געהאנדעלט ווען עס איז שוין געווען באוואוסט און איינגעשטעקט און רעגירונג באנדס, וואס ער האט פארשטאנען אז עס נאכן זיג פיל מער ווערד זיין. ער האט עווענטועל עטליכע יאר ש פ ע ט ע ר פארקויפט פאר פערציג פראצענט ריווח וואס האט באדייטעט א סכום אין אויסטערלישע ציפערן!!! דא איז נישט די ארט צו אריינגיין אין יעדע פון די צווייגן פון די ראטשילד בענק מיט זייער היסטאריע. בכלליות, האבן זיי געארבעט אינאיינעם פאר פילע יארן, אבער ביים אנהייב פון די 1900’ס למספרם מיט די נייע שטייער געזעצן איז זיי בעסער אויסגעקומען צו יעדער מאכן שבת פאר זיך, און ווערן על פי רוב באזונדערע אינסטוטוציעס. נסיון העושר - וישמאן ישורין ויבעט דער ערשטער באוואוסטער ראטשילד, ר‘ מאיר אנשיל, איז געווען א פרומער איד וואס האט געהיטן תורה און מצוות מיט א שטרענגקייט. די אויסנאמע עשירות האט אבער צוביסלעכווייז געקאסט דאס אידישקייט פון זיינע דורות. מיט יעדע דור שפעטער, האבן די ראטשילדס, וואס האבן געהאט נאנטע קשרים מיט די גוי‘אישע אריסטאקראטיע און זיך געדרייט נאר אין די מערב הויפט שטעט וואו די רעפארמער האבן זיך מער און מער פ א ר ש פ ר י י ט , זיך מער און מער אסימילירט. אן ערליכער קרוב פון ר א ט ש י ל ד ‘ ס איז געווען דער ב א ק א נ ט ע ר ע ר ל י כ ע ר פ י ל א נ ט ר א פ סיר משה מ א נ ט י פ י ו ר י , וואס איז געווען א שוואגער מיט נתן ראטשילד און זיי האבן ביידע connect Tosh 31
32 connect Tosh געוואוינט אין לאנדאן. מאנטיפיורי האט פיל געטון צו שתדלן און ארויסהעלפן פאר זיינע אידישע פארפלאגטע ברודער איבער די וועלט. ספעציעל האט דער ישוב אין ארץ ישראל, נעבעכדיג און קליין, גערירט זיין הארץ און גענאסן פון זיין שטיצע. די ראטשילדס זעלבסט האבן זיך אויך אויסגעצייכענט מיט זייער פילאנטראפיע, כאטש וואס נישט אלעמאל איז עס געגאנגען צו היימישע צוועקן נאר צו דעם וואס איז זיי געווען צום הארצן. איינס פון די ראטשילד אייניקלעך,דער “פרומער ראטשילד” ווי מען האט אים גערופן, איז געווען דער באראן ר‘ שמעון וואלף, אדער קארל ווילהעלם, פון פראנקפורט, וואס האט זיך געהאלטן שטרענג ארטאדאקסיש און געפירט אן ערליכע שטוב. ער איז באוואוסט געווען מיט זיינע גרויסע נדבות און שטיצע פאר תורה און ערליכע צוועקן. אן אנדערער ראטשילד פון פאריז, עדמאנד, איז געווען אריינגעטון און די קאלאניעס אין ארץ ישראל און איז אויך געווען גאנץ ערליך, אבער פילע צדיקים האבן נישט געהאלטן פון דעם נאך אפילו איידער די אפיציעלע ציונות באוועגונג. וואו זענען די ראטשילדס היינט? אויב זענען די ראטשילדס געווען די בענק וואס האבן געפירט אייראפע, פארוואס איז אונז נישט אויסגעקומען צו עפענען א קאנטע ביים “באנק ראטשילד”? פאקטיש זענען נאך יא דא ראטשילד בענק און שווייץ און אנדערע אייראפעישע לענדער, אבער ווייט נישט אויפן פארנעם פון מאכט ווי אמאל. די באנק אינדוסטריע האט זיך פיל געטוישט זינט יענע יארן ווען איין פאמיליע האט געקענט האלטן אזא ביזנעס אין אירע הענט, מיט פילע אינוועסטירונגן און פאבליק האנדל. די נעפאל צווייג איז אונטערגעגאנגען ווען איטאליע האט איינגענומען די זעלבסטשטענדיגע נעפאל און דער ראטשילד באנק האט געהאט צופיל שייכות מיטן פריערדיגען הערשאפט צו קענען אנגיין דארט. פראנקפורט איז אויך מער נישט אנגעגאנגען ווען דער באראן ר‘ שמעון וואלף איז נפטר געווארן און א זון צו ירש‘נען, וואס איז געווען דער תנאי פון מאיר אנשיל אז טעכטער קענען נישט אנהאלטן דעם ראטשילד באנק. די פון פראנקרייך און וויען זענען דורך די נאציס בארויבט געווארן פאר זיך, און קוים וואס די ראטשילדס זעלבסט האבן זיך אויסגעלייזט דורך ריזיגע סכומים פון די קרובים אין די פרייע לענדער צו ראטעווען דעם לעבן און אנטלויפן פון לאנד. אויך פולצאליגע פאלאצן, קונסט שטיקער, און ווערדפולע פארמעגנס זענען קיינמאל אומגעקערט געווארן פאר די ראטשילדס נאך די נאצי יארן, אויסער זייער ווייניג פון די אייגנטומען. אין פראנקרייך, האט יארן שפעטער א סאציאליסטישע רעגירונג נאציאנאליזירט די קוים צוריק גענומע ראטשילד באנק, און עס איז קיינמאל נישט צוריק געווארן ווי אמאל. היינט זענען נאך דא אסאך זייער רייכע ראטשילדס, אבער זיי זענען נישט אויף די ליסטע פון די סאמע רייכסטע מענטשן אין די וועלט. ליידער זענען רוב פון זיי פולשטענדיג אסימילירט און מיט קנאפע שייכות צו אידישקייט. מען זאגט אז פון די גרעסטע טעותים פון די ראטשילדס איז געווען אז זיי האבן נאר איינגעשטעקט אין אייראפע, און אפשר אויך אייראפעישע קאלאניעס אין אפריקע און אזיא, אבער איגנארירט די פאטענציאל פון געשעפטן אין אמעריקא. זיי האבן באטראכט די פאראייניגטע שטאטן אלס
connect Tosh 33 צוריקגעבליבן אנטקעגן די קולטור פון יארן אין אייראפע, און אזוי ארום ווען פינאנץ האט זיך פיל אריבערגעצויגן דעם ים זענען זיי געבליבן אויסגעשפילט דערפון. דער מאנסטער וואס קאנטראלירט די וועלט פארוואס זענען די ראטשילדס געווען דער ציל פון ק א נ ס פ י ר א צ י ע ס און בלבולים איבער וועלט קאנטראל דורך די מאכטפולע אידן פאר אזויפיל יארן? א גרעסערע קשיא וואלט אייגענטליך געווען ווען זיי וואלטן נישט אזוי פארפיינטעט געווען. מיט א ווערט וואס שטייגט איבער אפילו די היינט רייכסטע מענער אין די וועלט, איז פארשטענדליך אז די שרעקליכע קנאה אויפן עושר וועקט זיך אויף. ווען צו דעם שפילט נאך צו דער אייביגער עשו שונא ליעקב, איז דאך דער שעדליכער רעצעפט פון קנאה ושנאה עלול צו אויפטראכטן דאס ערגסטע. וויבאלד די ראטשילדס האבן פינאנצירט די רעגירונגען זענען זיי אלעמאל באשולדיגט געווארן און זיין די וואס ברענגן שטילערהייט אן די מלחמות איבעראל כדי צו מאכן געלט אויף אומשולדיג בלוט. פון די פראטאקאלן פון די זקני ציון (צום ערשט פובליצירט אין רוסלאנד אין דעם צאר‘ס צייטן, וואס דארף זיין אן אנטיסעמיטישע מכלמורשט‘ע פראטאקאלן פון די זיצונגען וואס מען האט פארעפענטליכט ווי די אידישע פירער פלאנען צו איבערנעמען דעם מאכט פון די וועלט אויפן חשבון פון די ארימע מאסן – גראדע נאך היינט זייער פאפולער אין רוסלאנד און געוויסע מוסלעמענער לענדער), א נאצי פילם מיטו נאמען “די ראטשילדס” וואס שפילט אויס ווי די ראטשילדס שפילן מיט די וועלט צו אנהייצן מלחמות א.ד.ג, ביז היינט, ווען די ראטשילדס, פון וועמען מען הערט קוים אין די יעצטיגע תקופה, ווערן באשולדיגט אויף אלס און אלעמען אלס די פארטרעטער פון די וועלטס אידענטום. די שווארצע נוצן אויס זייערע שותפות אין די מינעס פון די אמאליגע אפריקאנער בריטישע קאלאניע מינעס זיי צו באשולדיגן און זוכן זייער אונטערדרוקונג, און די ווייסע אז זיי זענען ליבעראל און ווילן דאמינירן די וועלט און נוצן מינאריטעטן וועמען זיי פארשפרייטן צו אונטערדרוקן די ווייסע ראסע. ווען עס קומט צו דעם איד, מאכן עמון און מואב שלום. ווי מאדנע עס הערט זיך צו יעדן מיט כאטש א טראפ פון פארשטאנד, ווערן די ראטשילדס אויך באשולדיגט, אינעם זעלבן אטעם, פארן שטיין אונטער קאמיוניזם, און אויך נאציזם. פארוואס אין די וועלט די רייכע אידן זאלן האבן אינטערעסן אין א ווייט רעכטע אידעאלאגיע ווי די נאציס האבן געגלייבט – וואס האט זיי בארויבט, פארטריבן, און געפייניגט אלס אידן – אדער די ווייט לינקע קאמוניסטישע באוועגונג – וואס איז טרויעריג בארימט מיט זייער “ליבשאפט” צו יעדן קאפיטאליסט
34 connect Tosh מיט אביסל געלט, ווערט נישט ערקלערט. זעט אויס ווייל אן ערקלערונג איז טאקע נישט פארהאן... אויך היינט צוטאגס זענען דא פילע אנטיסעמיטן וואס ווייסן פאר א פאקט אז די ראטשילדס זענען געווען די וואס האבן פארשפרייט די קאראנע וויירוס און אזוי ארום געוואלט קאנטראלירן די וועלט. ביל געיטס איז בלויז זייער שליח, לויט פילע טעאריעס, צו שטופן וואקסינען און פארמינערן די וועלט באפעלקערונג, וואס אזוי ארום וועלן די ראטשילדס קענען אויספירן זייער ווער ווייסט וועלכע פינסטערע פלענער... אפילו א היבש עקסטרעמע קאנגרעס פרוי גרין פון דזשארדזשיע האט זיך אויסגעדרוקט אז די וואלד פייערן אין קאליפארניע איז די ארבעט פון די ראטשילד‘ס, דורך ספעיס לעיזער שטראלן. זיי ווילן פארברענען די וועלדער צו מאכן ארט פאר באנען צו פארן דארט. די ראטשילדס האבן גראדע געהאלפן ברענגן באנען און שינעס איבער אייראפע, אבער זענען היינט נישט אקטיוו אין דעם פעלד בכלל. וועמען שטערט אבער פאקטן ווען מען קען הנאה האבן פון בלבולים? די ראטשילדס זענען שוין היינט צוטאגס א שלאג ווארט פון עפעס א מאנסטערישע באהאלטענע גרופע מיט שלעכטע כוונות, אפילו ווען זייער עשירות און מאכט איז שוין ווייט פו אמאל. פאר אונז איז די מוסר השכל פון די ראטשילדס געשיכטע גאר קלאר: דער נסיון העושר איז גארנישט פשוט. אויסער פון זיינע צדקות און גוטע מעשים, וואס האט דען מאיר אנשיל ראטשילד פון זיין רייכטום? דער ארימאן און שטאט וואס האט נאך ערליכע דורות פון יראים ושלמים ביז היינט איז דאך אזויפיל גליקליכער!!!! און אין גוטע מעשים, קענען מיר אלע זוכה זיין צו זיין “רייך ווי ראטשילד”! dream your Bring .Options Design More. life to closet .Quality Superior .Customization More Karmel Yankie (7387.256 (CLOSETS 514 com.weareclosets@Info weareclosetsnj :way your on is Help THERAPY PHYSIO health Pelvic forming workshop 23. Jan before now Register פאר אינפארמאציע אדער זיך איינצושרייבן רופט נ. וויינבערגער 3113-434-450 3099.368.579 | Zieg. C.A
connect Tosh 35 15pm:6-2pm Thu-Sun 7pm-2pm Wed 1pm-30am:10 Fri Outremont אין די הארץ פון (Querbes Corner (Bernard 1105 8693.274.514 פעקעדז בר מצווה %10 הנחה purchase 000,1 $Minimum פעקעדז חתן %15 הנחה purchase 500,1 $Minimum פאר די גאנצע פאמיליע בס"ד In New H alteratio ouse n s
צו באקומען אין
זונטאג בשלח דעם קומענדיגן וועלן מיר קוקן צו די זייט פון די ארעסטאנטן חודש היומא דהילולא של הרה"ק • שבט תשפ"ד • רבי משה לייב מסאסוב זצוק"ל ביהמ"ד אברכים דא אין בס''ד
נפש חיות אין א צובראכנע גיט אריין א בס''ד
150 $לחודש נפש לשנה 800,1$ לשנה 100 $לחודש נפש לחודש לשנה 50 $לחודש 200,1$ נפש לשבוע 600$ לשנה 36 $לחודש נפש ליום לשנה 25 $לחודש 432$ פדיון נפש 300$ לשנה די ארעסטאנטן דארפן יעדן וואך און יעדע חודש פרישע געלטער, כדי דאס צו קענען צושטעלן דארפן מיר באקומען: חודש'ליכע שטיצע פונעם ציבור.
באגריף: לָאך. אליין אין א ד' על ד': א בעט, ביה"כ, גארנישט מער! בס''ד
וויאזוי איז מעגליך?... איין מענטש זאל דאס אויפעסן אין בלויז פופצן מינוט ער איז געפירט געווארן צו א סופערמעקסימום תפיסה וואו עס איז נישטא קיין מעגליכקייט צו קויפן און ערהאלטן פארדוקטן. דאס איז א סופערמעקסימום תפיסה, 2 שעה נסיעה פון דא, וואו ער איז אפגעזיצן פאר א גאנצע יאר. די איינציגסטע געלעגנהייט וואס ער האט געהאט צו עסן איז געווען בשעת אונזער וויזיט. מיר האבן ב"ה נישט פארפאסט קיין איין זונטאג דורכאויס דעם גאנצן יאר! חודש היומא דהילולא של הרה"ק • שבט תשפ"ד • רבי משה לייב מסאסוב זצוק"ל בלויז פופצן מינוט
פסק הלכה מהגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א בביהמ''ד הגדול פק''ק קרית טאהש תע''א אצל עצרת התעוררות ער''ח שבט תשפ''ד העעל''ט בס"ד
voice your hear us Let בריוו 185# רוב פון די פריזערס וואס מען קויפט אין די גוי‘שע געשעפטן קען מען נישט ניצן. איך האב זיך זייער געמיטשעט מיט מיין פריזער פון Costco וויאזוי ארויסצונעמען עסן שבת און יו“ט, ביז א גוטע איד האט מיר געגעבן א עצה. יעדע פריזער האט א אויף די frame א מאגנעט און אויך אין די טיר. ווען מען נעמט אוועק איין מאגנעט וואס איז אין די טיר, צינט זיך אן א לייט. קען מען לייגן פון פאראויס א מאגנעט, אז אפילו ווען מען וועט עפענען די טיר וועט נאך אלס זיין א מאגנעט און די לעקטער וועט זיך נישט אנצינדען. מען קען טאפן מיט א מאגנעט פון דרויסן צו פילן ווי די אינעווייניגסטע מאגנעט איז. ביי די Costco פריזער איז די עס אינטן. ווי אויך דארף מען זיכער מאכן אז די מאגנעט איז געניג שטארק אז עס זאל נישט אראפ פאלן. *** בנוגע די שאלה וועגן די פריזער וויל איך זאגן אז מען דארף ביי יעדע עקסטער פרעגן א שאלה, ווייל עס איז דא אזעלכע וואס מען מעג נישט ניצן שבת. בריוו 186# איך וויל זיך באדאנקען פאר די פרוי וואס האט גענומען די צייט ארויסצוהעלפן אזויפיל אנדערע מיט די הייליגע עבודה פון באקן חלות. איך האב שוין פרובירט עטליכע פון די געדאנקען די וואך ביים באקן חלות און עס האט באמת געמאכט א גרויסע חילוק. די זכות זאל אייך ביישטיין ל. ש.
בריוו 187# עס איז געווען advertised דא אין די קאנעק ט די Clinic Centre UP .איך בין שוין געווען דארט עטליכע מאל און איך בין געווען זייער צופרידן פון זייער סערוויס און דאקטוירים. איך וויל צולייגן עטליכע פון זייערע סערוויסעס וואס איז נישט געווען אויסגערעכנט דארט. זיי האבן דאט אויך א ,Doctor ENT און א Doctor Allergy וואס טוט אויך Desensitizing , וואס געוואוינט צו די קינד צו די עסן וואס די קינד איז allergic ,דור‘כן געבן אביסל דערפון אויף א מאל ביז די קינד איז צוגעוואוינט צו די עסן. מען דארף שוין נישט פארן ביז מאנטריאל פאר דעם, זיי קענען עס טון דא ביי די CentreUP . ווי אויך קענען זיי מאכן אלע סארט עקסרעיס און scans. בריוו 188# איך וויל צולייגן א נקידה וואס איך האב באמערקט וועגן די ענין פון רעדן ביי א party בשעת א רעדנערין רעדט. רוב מאל זענען די וואס קומען אן שפעט די וואס רעדן, ווייל געווענליך ווען מען קומט אן וויל מען זיך באגריסן מיט יעדעם , אביסל שמוסען און ערשט נאכדעם איז מען גרייט צו הערן. איז אויב איר זענט פון די מענטשן, קום אביסל פריער. קום ווען די party איז גערופן געווארן, נישט ווען די פראגראם איז גערופן געווארן. בריוו 189# יישר כח פאר די וועלכע האט ארויפגעברענגט די וויכטיגע נושא פון שידוכים. איך וויל צולייגן נאך א נקידה, אז מען זאל זיך נישט צוריק האלטן פון אנטראגן א שידוך. עס איז אייך עפעס בייגעפאלן, טראגט עס אן. מאכט נישט יענעמס חשבונות צו זיי וועלן יא וועלן אדער נישט. די עיקר איז אז מען רעדט שידוכים וויל נאר אזוי מערט זיך שידוכים. אויב איר פילט אז איר קענט עס נישט אליין אנטראגן, פארטרייב נישט די געדאנק און געגאנגען ווייטער, גיבט עס איבער פאר א שדכן און די זכות בלייבט אייערס. שמחות ביי אונז אלע בריוו 190# איך בין לעצטנס געפארן מיט א Taxi וואס האט מיר געזאגט אז זיי האבן זייער נישט ליב צו מאכן טריפס פאר די Community . ווען עס קומט אריין א קאל פון דא וויל עס קיין איין דרייווער נישט נעמען. ער האט זיך אפגערעדט אז מען לאזט זיי לאנג ווארטן ווען זיי קומען אן, און זיי ווערן נישט באצאלט פאר די צייט, און עס האלט זיי אויף פון מאכן אנדערע טריפס. ווי אויך האט ער אנגעמערקט אז מען גיבט זיי כמעט נישט קיין טיפס דא, ווען בשעת די גוי‘שע קאסטומערס געבן יא. כמעט זייער גאנצע געלט גייט פאר די שטאט און זיי מאכן זייער ווייניג. עס איז שיין צו מאכן א קידוש ה‘ און זיי צוגעבן אפאר דאלער. עס
מיז נישט זיין קיין גרויסע געלטער צוויי דריי דאלער איז געניג. יישר כח פארן לייגן מיינע ווערטער בריוו 191# א עצה פאר טריקענע ליפן איז פשוט צו שמירן אפט Vaseline אדער סיי וועלכע lip cream אז די ליפן זאל זיך האלטן פייכט און נישט ווערן אויסגעטריקענט. אנצינדען א dehumidifier אין די שטוב ווען מען שלאפט העלפט מען זאל נישט ווערן אזוי אויסגעטריקענט. בריוו 192# יישר כח פארן זיין די פלאטפארמע זיך צו קענען ארויסהעלפן איינער די אנדערע. עס האט זיך צעבראכן ביי מיר די שטיקל פון די קאוטש ווי מען מאכט ארויף די פיס. איך וויל וויסן אויב עס איז דא איינער וואס קען אראפקומען דא אין טאהש עס צו פארעכטן. בריוו 193# מיין אינגל פלעגט האבן הערליכע דיקע פיאות אבער לעצטנס האט עס אנגעהויבן ארויספאלן און עס ווערט דינער. איך האב געוואלט פרעגן צו איינער ווייסט וואס מען קען טון עס זאל צוריק וואקסן אדער כאטש נישט מער ארויספאלן. ביטע שיקט אריין אייער עצה צו די microphone .יישר כח בריוו 194# איינער האט געפרעגט ווי מען קען איבערמאכן בענקלעך וויל איך מיטיילן לתועלות הרבים אז קאך בענקלעך קען מען איבערמאכן אליין און מען שפארט זיך אסאך געלט. מען קויפט סיי וועלכע סארט vinyl סחורה, מען נעמט אראפ די seats און מען לייגט staples פון אינטן. פון מיין ערפארונג איז עס נישט שווער צו טון און עס זעט אויס די זעלבע שיין ווי ווען די קאמפעני מאכט עס. אסאך הצלחה בריוו 195# איך האב זייער הנאה צו זען ווי מען העלפט זיך ארויס איינער די צווייטן, אפשר וועט מען מיר אויך קענען ארויסהעלפן. איך האב א לעדערנע pocketbook וואס איז געווארן אנגעשריבן פון א פען. איך האב עס שוין פרובירט אראפצונעמען מיט scrub soft און Windex אבער עס איז נישט אראפגעקומען איך וויל פרעגן אויב איינער האט א ווירקזאמע עצה ווי אזוי אראפצונעמען די פלעק א גרויסן דאנק לאזט הערן אייער מיינונג אין דעם קאלום לאזט א מעסעדזש אויף: 3 #1270-907-514 אדער שיקט א פעקס צו: 3814-238-438 אדער שיקט א אימעיל צו: ca.toshconnect@info