The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Yosef Mier Hershkowitz, 2019-05-09 13:36:32

Newstein BR2

Newstein BR2

‫בסייעתא דשמיא מיט כבוד און שעצונג‬
‫טועהן מיר אצינד פארשטעלן די ׳ריעאלטי אינוועסטמענט גרופ׳ פארן היימישן ציבור הע״י‪.‬‬

‫עס איז שוין היינט א פאקט אז אידן קענען לעבן יעדער אויף זיין שטייגער‪ ,‬סיי דער תורה איד אין‬
‫ישיבה צו אין כולל און סיי דער איינגעשטעלטער אין מוסדות התורה והחינוך‪ ,‬דער אלגעמיינער ארבעטס‬

‫איד וואס ארבעטצו ברענגען פרנסה‪ ,‬און די גרעסערע בעלי‪-‬בתים וואס פארמאגן זייערע פארמעגנס‪.‬‬

‫די אלע אובנדערמאנטע ווייסן אבער אז דער אמת׳ער און ריכטיגער ציהל אין פרנסה צו וואס מ׳דארף שטרעבן‬
‫איז אנצוקומען צו א זייטיגע און שטילע אינוועסטמענט וואס מיטן באשעפערס הילף וועט ברענגען רווחים מן הצד‪,‬‬

‫דאס הייסט א בליק אויף פאראויס מיט די ריכטיגע השתדלות צו מפרנס זיין די שטוב אינעם צקונפט‪.‬‬

‫די ביז היינטיגע שווערע קשיא וואס יעדער פרעגט איז‪ :‬נו! ווי קומט מען אן דערצו?! מ׳דארף דאך‬
‫אויפקומען מיט גרויסע סכומים אפילו נאר צו קענען טראכטן פון אינוועסטירן ערגעץ ווי‪ ,‬און אפילו די וואס‬
‫האבן יא פינאנציעלע קוועלער פון ווי צו אויפקומען מיט געלטער‪ ,‬דארפן דאך אבער וויסן און פארשטיין ווי‬
‫צו לייגן דאס געלט‪ ,‬וועלכע סארט אינוועסטמענט אא״וו‪ ,‬און מ׳ברויך דאך זיין זייער פארזיכטיג‪ ,‬נו ווי‬

‫גיבט מען זיך א עצה אין דעם תחום‪.‬‬

‫א שווערע קשיא‪ ,‬און א אמת׳ע קשיא‪ .‬דער ענטפער ליגט דא אין אייערע הענט‪.‬‬

‫מיר זענען ב״ה העפליך צופרידן צו אנאנסירן און באקאנטמאכן די היימישע ׳ריעאלטי אינוועסטמענט‬
‫גרופ‪ .‬וואס אין לויף פון קוים עטליכע יאהרן האבן זיך שוין אנגעשלאסן דערינען א שיינע צאהל‬
‫פון אונזער היימישער ציבור‪ ,‬און די רעזולטאטן זענען ב״ה געוואלדיג צופרידנשטעלנד און נאך‬

‫העכער פון די ערווארטעטע ציהלן‪ ,‬עס איז ב״ה זייער סאליד‪ ,‬טראסט‪-‬באר‪ ,‬און זייער עפארדעבל‪.‬‬

‫אין דעם בראשור שטעלן מיר פאהר א געדאנק און בליק וויאזוי מיר אין די ריעאלטי‬
‫אינוועסטמענט גרופ‪ .‬נעמען קליינע געשפ ָארטע געלטער און ארבעטן עס אויף צו סאלידע‬
‫פארמעגנ׳ס מיט שיינע פארדינסטן בעז״ה אן צו דארפן טוישן אייער טאג טעגליכן לעבנ׳ס‬
‫שטייגער‪ ,‬דאס איז שייך פאר יעדן יחיד אין יעדן עלטער‪ ,‬יעדער איז בארעכטיגט ׳און יעדער‬

‫קען׳ מ׳דארף נאר וויסן וויאזוי‪ ,‬און אויף דעם זענען מיר דא‪ ,‬אייך צו העלפן אנקומען אהין‪.‬‬

‫באקענט אייך אביסל אין דעם פעלד האט׳ס הנאה‪ ,‬פרעגט׳ס אונז אן כדי צו באקומען‬
‫א ברייטערע אהנונג איבער וואס מיר טועהן‪ ,‬מיר וועלן אייך געבן די צייט און רואיגקייט‬
‫מיט ערפארונג און באגלייטונג‪ ,‬מיר וואונטשן אייך א גלארייכע עתיד‪ ,‬מיט א חיים של‬

‫פרנסה ושל עושר וכבוד‪ ,‬מנוחת הנפש והרחבת הדעת וחפץ ד׳ בידינו יצליח‪.‬‬

‫י‪ .‬נ‪ .‬מערמלשטיין‬ ‫ב‪ .‬א‪ .‬נייהויזער‬

‫די ניוסטיין ריעאלטי אינוועסטמענט גרופ‪.‬‬






Click to View FlipBook Version