בסייעתא דשמיא מיט כבוד און שעצונג
טועהן מיר אצינד פארשטעלן די ׳ריעאלטי אינוועסטמענט גרופ׳ פארן היימישן ציבור הע״י.
עס איז שוין היינט א פאקט אז אידן קענען לעבן יעדער אויף זיין שטייגער ,סיי דער תורה איד אין
ישיבה צו אין כולל און סיי דער איינגעשטעלטער אין מוסדות התורה והחינוך ,דער אלגעמיינער ארבעטס
איד וואס ארבעטצו ברענגען פרנסה ,און די גרעסערע בעלי-בתים וואס פארמאגן זייערע פארמעגנס.
די אלע אובנדערמאנטע ווייסן אבער אז דער אמת׳ער און ריכטיגער ציהל אין פרנסה צו וואס מ׳דארף שטרעבן
איז אנצוקומען צו א זייטיגע און שטילע אינוועסטמענט וואס מיטן באשעפערס הילף וועט ברענגען רווחים מן הצד,
דאס הייסט א בליק אויף פאראויס מיט די ריכטיגע השתדלות צו מפרנס זיין די שטוב אינעם צקונפט.
די ביז היינטיגע שווערע קשיא וואס יעדער פרעגט איז :נו! ווי קומט מען אן דערצו?! מ׳דארף דאך
אויפקומען מיט גרויסע סכומים אפילו נאר צו קענען טראכטן פון אינוועסטירן ערגעץ ווי ,און אפילו די וואס
האבן יא פינאנציעלע קוועלער פון ווי צו אויפקומען מיט געלטער ,דארפן דאך אבער וויסן און פארשטיין ווי
צו לייגן דאס געלט ,וועלכע סארט אינוועסטמענט אא״וו ,און מ׳ברויך דאך זיין זייער פארזיכטיג ,נו ווי
גיבט מען זיך א עצה אין דעם תחום.
א שווערע קשיא ,און א אמת׳ע קשיא .דער ענטפער ליגט דא אין אייערע הענט.
מיר זענען ב״ה העפליך צופרידן צו אנאנסירן און באקאנטמאכן די היימישע ׳ריעאלטי אינוועסטמענט
גרופ .וואס אין לויף פון קוים עטליכע יאהרן האבן זיך שוין אנגעשלאסן דערינען א שיינע צאהל
פון אונזער היימישער ציבור ,און די רעזולטאטן זענען ב״ה געוואלדיג צופרידנשטעלנד און נאך
העכער פון די ערווארטעטע ציהלן ,עס איז ב״ה זייער סאליד ,טראסט-באר ,און זייער עפארדעבל.
אין דעם בראשור שטעלן מיר פאהר א געדאנק און בליק וויאזוי מיר אין די ריעאלטי
אינוועסטמענט גרופ .נעמען קליינע געשפ ָארטע געלטער און ארבעטן עס אויף צו סאלידע
פארמעגנ׳ס מיט שיינע פארדינסטן בעז״ה אן צו דארפן טוישן אייער טאג טעגליכן לעבנ׳ס
שטייגער ,דאס איז שייך פאר יעדן יחיד אין יעדן עלטער ,יעדער איז בארעכטיגט ׳און יעדער
קען׳ מ׳דארף נאר וויסן וויאזוי ,און אויף דעם זענען מיר דא ,אייך צו העלפן אנקומען אהין.
באקענט אייך אביסל אין דעם פעלד האט׳ס הנאה ,פרעגט׳ס אונז אן כדי צו באקומען
א ברייטערע אהנונג איבער וואס מיר טועהן ,מיר וועלן אייך געבן די צייט און רואיגקייט
מיט ערפארונג און באגלייטונג ,מיר וואונטשן אייך א גלארייכע עתיד ,מיט א חיים של
פרנסה ושל עושר וכבוד ,מנוחת הנפש והרחבת הדעת וחפץ ד׳ בידינו יצליח.
י .נ .מערמלשטיין ב .א .נייהויזער
די ניוסטיין ריעאלטי אינוועסטמענט גרופ.