The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Montreal Tosh Bletel, 2024-02-29 22:32:05

The montreal Tosh Bletel כי תשא

The montreal Tosh Bletel כי תשא

for source complete Your Financing Mortgage 1460.223.514 .ins-Trade. Financing. Leasing Parc du avenue 5724 WHATSAPP/TEXT/CALL PiniKras-1733-312-514 בס"ד - ערש"ק פרשת כי תשא כ"א אדר א' תשפ"ד whatsapp or text Call 1733-312-514 3469-929-514 Padwa Elazer com.padwafinancials@elazer your understand We needs Insurance Life EXTERMINATING & MICEPROOFING ca.pestgo@Info: E • 8609.224.514: C Grossman Aron com.topcoreit@info: Email 1055-545-514: Tel matters it when support IT 141 #Issue Season Flu this Immunity Your Boost Helps like magic com.schonsnatural@orders 6360.418.514 Viateur Saint 1004 00:1- 00:11: Fri 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:6- 00:12: Sun Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily מאנטריאל -טאהשוועכענטליכע אויסגאבע com.deebletel@info: Email | 3091.500.514: Call זאג-נאר, וויאזוי הייסטדיטייערע דער קומט נישט אריין קלאר... יונגערמאן?


ffifflfffi floors Additional < Extenions < construction New < renovation Major property Investment < unit Multi < Commercial < renovation Interior 2972-574-514 01-5600-5788:RBQ Contractor General affordable inc construction out look logo redesigned our for com.gmail@dozigzag


עס ווענדט זיך וואס ליגט אינעווייניג מיט א לייכטן געמיט איז ער געזיצן אין וואגן, אט קומט ער שוין אן קיין ווילנא וואו ער האט א לאנגע ליסטע מיט אדרעסן צו 'דעקן', דאס זענען די גרויסע עשירים און תומכים וואס שטיצן די ישיבה פון זיין גרויסער רבי הגאון רבי חיים מוואלוזשין זצ"ל. רבי חיים איז געווען פון די ערשטע ראשי הישיבות וואס זענען אויפגעקומען מיט דעם באגריף פון צושטעלן אין ישיבה זעלבסט אלע געברויכן פאר די בחורים וואס זיצן און הארעווען אויף תורה, עסן טרונקען, שלאפן, אלעס וואס פעלט זיי אויס, די עיקר מען זאל קענען זיצן און לערנען אומגעשטערט. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אסטראנאמישע הוצאות, אבער דער גאון רבי חיים מיט זיין בטחון שפירט נישט אנצויגן אדער באדראעט, ער ווייסט אז דער אויבערשטער האט גענוג וועגן וויאזוי צו שיקן די געלט, נאר אלס השתדלות שיקט ער א "שליח הישיבה" וואס זאל ארומגיין צו עשירים אין די גרעסערע שטעט, און זיי ביישטייערן מיט נדבות לטובת הישיבה, יעדער לויט זיין שטייגער און מעגליכקייט. די איבעריגע איז ער משלים מיט זיין אויסטערלישע מדת הבטחון. ר' יעקב דער שליח הישיבה איז ביי די דאזיגע נסיעה שוין נישט קיין גאסט, ער קען די וועגן, די סדר היום, די צייטן ווען מען גייט צו וועלכע עושר, אלעס האט ער שוין אנגעיאגט זיך אויסצולערנען במשך די פריערדיגע נסיעות, יעצט קומט ער שוין ווי א אלט באקאנטער אין ווילנא. ווי גרויס איז אבער געווען זיין אומאייגענעמע איבעראשונג אנקומענדיג צום שטוב פון פנחס דער גרויסער עושר, א איד מיט א גאלדענע הארץ, וואס האט אלעמאל געגאסן געלט פאר די וואלאזשינער ישיבה. דאס מאל האט ער אים אבער אפגע'פטר'ט מיט א נישטיגע פופציג רובל, מורמעלנדיג "שוין, כ'האב גענוג געגעבן". דער ראש הישיבה רבי חיים, הערנדיג די מעשה, האט ער באלד פארשטאנען אז עפעס ליגט דערונטער, איז ער אליינס אראפגעפארן קיין ווילנא, הערן וואס דא גייט פאר. "זאגט מיר מיין ליבער פריינט," פרעגט ער דעם עושר, "וואס האט פאסירט? האט איר עפעס טענות אויף די ישיבה, אז איר ווילט מער נישט געבן קיין געלט?" "יא, איך האב טענות" ענטפערט ער מיט א אנגעצויגענעם טאן, "איך פלעג אלס געבן פאר די ישיבה גאר אסאך געלט, און געוואוסט אז די געלט גייט פאר די געטרייע מרביצי תורה, און פאר די הוצאות וואס עס קאסט אויפצוהאלטן די ישיבה, שטענדיג האב איך מיר דערקוויקט מיט דער געדאנק אז דורך מיין געלט, זיצן יעצט אזויפיל חשוב'ע בחורים מופלגים און לערנען תורה." "ווי אנטוישט בין איך יעצט געווארן, ווען דער שליח ר' יעקב איז אנגעקומען צו מיין הויז, איך זעה זיין שיינע וואגן, אויסשטאפירט מיט די בעסטע קליידונג. דאס הייסט אז די ישיבה אים אויסגעצאלט די שפעזן מיט א ברייטקייט, כדי ער זאל קענען קומען אהער. נו פרעג איך אייך הייליגע רבי, דארף איך אוועקרייסן דאס ביסן פון מויל, אז דער שליח הישיבה זאל האבן שיינע קליידער? מילא די בחורים, זיי זאלן קענען רואיג לערנען, אבער דער שליח, דער גבאי צדקה, דארף איך שטיצן? "הער אויס," זאגט אים רבי חיים, "דו ביסט נישט דער ערשטער וואס האט דעם פראבלעם... בצלאל - וואס האט געבויעט דעם משכן אין מדבר, האט אויך געהאט דעם פראבלעם, עס זענען געקומען צו אים מענטשן און געזאגט אז זיי ברענגען גאלד און זילבער פאר דעם משכן, אבער דאס ווערט געגעבן מיט'ן תנאי אז מען זאל עס נאר נוצן פאר די קדשי קדשים, נישט פאר קיין שום זייטיגע זאך. נו וואס טוט מען דא? "פאר דעם האט בצלאל געדארפט זיין אזא גרויסע חכם, ער האט פארשטאנען און אפגעלערנט וואס ליגט אונטער יעדע נדבה; איינער וואס האט געברענגט זיין נדבה מיט'ן גאנצן הארץ אןו קיין זייטיגע חשבונות, ער האט נישט געהאט קיין אייגענע הנאה פון דעם, האט ער טאקע גענוצט יענעמ'ס גאלד און זילבער פאר די קדשי קדשים. אבער אזעלכע וואס האט געברענגט כדי צו ווייזן אז 'זיי זענען די וואס געבן', זייער געלט האט מען טאקע גענוצט פאר ווייניג וויכטיגערע זאכן". "דאס זעלבע איז מיט דיין געלט, דאס וואס דו געבסט מיט גאנצן הארץ גייט טאקע בלויז פאר די בחורים, נאר אזעלכע וואס געבן צוליב אנדערע סיבות און צילן, זייער געלט ווערט גענוצט פאר די שליחי הישיבה און דאס גלייכן" פנחס האט זיך באלד בארואיגט און געגעבן זיין גרויסע נתינה ווי געווענליך. דאס איז וואס מיר טרעפן די וואך די מצוה פון מחצית השקל, ווי יעדער איד, רייך און ארעם, האט געגעבן אייניג א "מחצית השקל", ווייל עס איז נישט די עיקר 'וויפיל' דער מענטש געבט, נאר 'וויאזוי' און מיט וועלכע געפיהל, דאס מאכט די זאך, און באשטימט ווי ווייט עס זאל אנקומען.


טעלעפאונס וואס ארבעט ביי בלעקאוט אסאך מאדלס פון די פענעסאניק קארדלעס טעלעפאונס ארבעט ביי א בלעקאוט און מען דארף טוהן ווי פאלגענד לאזן איין ריטשארדשד טעלעפאון אויפן בעיס. די טעלעפון וועט געבן פאוער פאר די בעיס און אלע אנדערע פאוןס וועלן בע"ה ארבעטן. איר קענט עס היינט פרובירן פלאגט אויס אייער בעיס לייגט ארויף א טעלעפאון ווארט א מינוט וועט זיך אויפשרייבן אויפן קארדלעס, "סופלייאינג פאוער טא בעיס" די מאשין וואס ברענגט די טעלעפון ליין פון בעל אדער פון ווידיא טראן האט א בעטערי וואס ארבעט פאר עטליכע שעה. אויב האלסטו נישט מיט, רעד נישט אריין יישר כח פאר די הערליכע און תוכנדיגע אויסגאבע בנוגע די סעיפטי פון די באסעס וויל איך צולייגן אז ווער עס לייגט נישט קיין קינדער אויפן באס אדער האלט נישט מיט. זאל נישט אריין רעדן. איך בין מסכים יעדער ווארט צו די שרייבער אז מען זאל יא מאכן מער סטאפס. 26:5 06:12 14:10 49:9 40:8 18:9 30:6 57:6 42:5 נץ החמה תפלה קר"ש ק ר " ש ת פ ל ה חצות הדה"נ שקיעה מוצשב"ק בנוגע די מצב פון מאנעטער'ס דארט דארף טאקע האבן א תיקון, אז די מאנעטער דארף נישט ארויף טראגן די קינדער און די מאמעס דארפן ווארטן אונטן, אבער אינטערסאנט איז אז איין שרייבער האט געהאלטן אז די מאנעטער טוט צו א שוואכע ארבעט )ווייל ער האט זיך געיאגט ערגעץ( און א צווייטע שרייבער האט געהאלטן פונקט פארקערט אז זיי ארבעטן צו שווער )ווייל ער האט זיך געיאגט צו מנחה(. ווארט פון א באס מאניטער א גוטן איך בעהט אויב מען קען אריין לייגן מיינע ווערטער אין די בלעטל אויסגאבע קומענדיגע וואך. דא רעדט א איד וואס איז שוין היבש אפאר יאר א באס מאניטער דא אין שטאט. איבער די לעצטע פאר וואכן איז געווען א בריוו אויסטויש איבער פארמיידן עקסידענטן מיט סקול באסעס און איבער רואיגקייט און געדולד פאר אנדערע אויפן גאס וכו' אנדערע האבן געזאגט אז מען דארף זעהן צו פארמיידן די שווערער טרעפיק. איך וויל דא ארויס ברענגען צוויי נקודות וואס איך אבזערוויר און דאס איז פאר ביידע דיעות פון ביידע זייטן פונעם שמועס. נאכן זיין א באס מאניטער אפאר יארצ מיין איך אז איך האב א קלארערע בילד איבער וואס עס טוט זיך אויף די גאס אין די צופרי שעות וואס בעלעבאטווען אויפ ראוד יענע שעות, ווייל איך טוה דאס שוין היבש אפאר יאר,. ס'דא צוויי סארט מענטשן- כ'האף נישט


קיינעם צו באליידיגן חלילה קיינעם בלויז מיין אבזערוואציע-. צום ערשט זענען דא די מענטשן וואס פרובירן צו זיין אין צייט יעדן טאג, שטעלן זיך צי ווי מער מעגליך, און יא עס מאכט זיך אמאל אז מען איז שפעט און מען פארשטייט דאס, זיי פארשטייען אויך אז די באס איז נישט קיין פריוואטע קאר סערוויס, סך הכל עס נעמט קינדער מיט א שליחות אין חדר-סקול, יעדער פארשטייט אליינס אז עס איז נישט אייביג גרינג פאר עלטערן צופרי, ביי אסאך משפחות דארף מען אנגרייטן אפאר קינדער אין רייע, אויסשטאפירן קינדער איינס נאך די אנדערע א.א.וו. און ביי אסאך מאכט זיך עס אז די באס קומט איינס נאכן צווייטן, און אז עס מאכט זיך אמאל אז מען איז שפעט קען מען זיי פארשטיין. לעומת זה זענען דא מענטשן וואס זענען קיין איין טאג נישט גרייט, און ווען די באס קומט שטעקן זיי ארויס א פינגער ווייזן מען זאל ווארטן 'נאר איין מינוט'. דערווייל טיען די קינדער זיך אהן רואיג די לאנטש בעג, מאנטלען און בוטס, אלעס דארף דאך זיין פערפעקט, און בנוסף צו דעם, ווען זיי פארפאסן די באס וועלן זיי נאך אנרופן די מאניטער מען זאל ארומדרייען די גאס נאכאמאל ווייל זיי האבן פארפאסט די באס, דאס זענען מענטשן וואס זענען געווענליך שפעט און ווארטן מען זאל אריין פארן ביז צו זיי אין שטוב אריין. און אויב מען שטעלט זיך נישט אפ ממש נעבן זייער הויז קומט גלייך א קאמפלעין צו די חדר מיט א גרויסע 'היתכן'. און אוודאי ווען עס איז דא 2 הייזער איינס ממש נאך די אנדערע און מען וויל מאכן ווייניגער טרעפיק פאר קארס איז געפערליך. אט די מענטשן וואס יאגן זיך נישט ווען די באס ווארט פאר זיי, זיי מאכן אז די קארס זאלן נישט האבן געדולד. דעריבער האלט איך אז ביידע בריוון זענען גערעכט און יעדער זאל וויסן וועלכע בריוו איז רעדט פאר זיי. יישר כוחכם ה.פ. העלפן אנדערע אפילו עס איז זייער דזשאב צו די מאמע וואס האט אריין געשריבן צוויי וואכן צוריק איבער איר 'פוינט אוו וויו'. ס'איז זייער שיין ארויסציברענגען אן אייגענע אפיניען, אבער איך בין זיכער אז זי איז קיינאמל נישט געזעצן אונטער א סקול באס ווען עספיקט אויף, ממילא קען זי נישט אוועקמאכן די קאמפלעין פון מענטשן וואס דרייוון א קאר אינטער א באס. איך וויל ארויס צייכענען אז די פרוי זאל זיך נאכפרעגן וויאזוי די באס סיסטעם ארבעט ארום די וועלט. 'באס מאניטערס קומען נישט אראפ פון די באס צו נעמען די קינדער, מאמעס נעמען זייער קינדער צו די באס' )און אסאך מאל איז דא קליינע קינדער אין שטוב(. אויב וועט איר זאגן אז קיינער פוון די אידישע געגנטער האט נישט אזעלכע שווערע וועטערס אזוי ווי אין מאנטריאל, דאן וואס וועט איר זאגן איבער די אנדערע זיבן חדשים וואס עס איז נישטא קיין שניי? מען דארף טראכטן פון די אנדערע זייט אויך, און ווי שווער די באס מאניטער ארבעט ארויף און אראפ צי גיין די באס. און אזוי ווי איר פארשטייט אז אייער ארבעט איז צו זיין די מאמע אין שטוב אפילו ווען עס איז שווער, און ווען איינער העלפט איז דאס 'עפרישיעטעד', די זעלבע איז מיט די מאניטער מען דארף זיי אויך העלפן אפילו אז עס איז זייער ארבעט, און עס וועט זיין 'עפרישיעטעד'. יש"כ פארן פארשטיין. א מאמע


בס"ד עש"ק כי תשא תשפ"ד אנו מודיעים בזה אשר בשב ועת הבאים כי תשא - ויקהל יהי' עריכת השלחן אצל האדמו"ר משאץ שליט"א בשעה 15.10 הגבאים השבת נועם הנשמות להתעדן באהבתך וביראתך נ"ב אחרי זומער זייגער מודעה נפרדת


להולדת הבן שלום זכר הר"ר משה טעלער הי"ו בהר"ר יודא יחזקאל משולם הי"ו בבית חמיו חתן הר"ר יקותיאל הערש ווייס הי"ו 168 Querbs הר"ר אלימלך פריעדער הי"ו בהר"ר משה נתנאל הי"ו חתן הר"ר יעקב דוד פריעדמאן הי"ו ברית שב"ק בביהמ"ד הנ"ל ביהמ"ד סקווירא Durocher6019 הר"ר מרדכי פנחס איינהארן הי"ו בהר"ר דוד יעקב הי"ו ביהמ"ד סקווירא חתן הר"ר ברוך נתנאל האכהייזער הי"ו Durocher6019 הרה"צ מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א ביהמ"ד הגדול חתן כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט״א קרית טאהש הר"ר שמעון וואלף היימליך הי"ו קרית טאהש חתן הר"ר יואל כ"ץ הי"ו הר"ר אבא יוסף אינדורסקי הי"ו בהר"ר משה חיים הי"ו ביהמ"ד בעלזא צעירים חתן הר"ר שמחה לאנגסאם הי"ו 5658 Parc הר"ר עקיבא שמואל וועלץ הי"ו בהר"ר נחום חיים הי"ו ביהמ"ד סאטמאר פארק חתן הר"ר מרדכי גראס הי"ו 5870 Parc להולדת הבת קידוש להכנס בנם לעול המצוות בר מצוה הבחור דוד צבי ני"ו בן ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו זונטאג נאכט באולם שמחת החיים 5030 Mance Jeanne הר"ר פישל פערלמוטער הי"ו בהר"ר אברהם אביש הי"ו חתן הר"ר הלל וויינבערגער הי"ו בס"ד א וואכנאכט מלא טעם גאנצע וואכנאכט פאר בלויז 999,1$ CA.CONTINENTALMEAT@ORDERS • 5491.274.514: TEXT > CALL SERVICES TABLES CHAIRS TABLECLOTHS GOODS PAPER SETUP WAITER FOOD BILKELECH PLATTER FISH GEFILTE HORSERADISH WITH FRUITS CHIPS NUTS CHOCOLATE FOOD HOT CHICKEN SESAME STRIPS CHICKEN GRILLED KUGEL OVERNIGHT GRAVY IN KISHKE DRINKS BEER AND WATER , SODA P ACK A G EINCLU D ES S T N E V E + G N I R E T A C קאנטינענטאל יודל שפירא די עיקר מען פָארטאויףשמחות! 9964.345.438 G N I S A E L O T U A upcar בס"ד


com.schonsnatural@orders 6360.418.514 Viateur Saint 1004 00:1- 00:11: Fri 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:6- 00:12: Sun Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily


שידוכים שדכן עב"ג בת הר"ר לוי יצחק דאנציגער הי"ו מאנסי הח' ישראל ני"ו הר"ר נפתלי גרין הי"ו מאנטריאל ר' יעקב יוסף שפירא שיכון סקווירא עב"ג בת הר"רשמואל פינטשעווסקי הי"ו מאנטריאל הח' חייא ני"ו הר"ר רפאל אויש הי"ו ירושלים עב"ג בת הר"ר בנציון גראס הי"ו מאנטריאל הח' מרדכי ני"ו הר"ר משה קייסערמאן הי"ו בארא פארק ר' אביגדור פריעד ירושלים עב"ג בת הר"ריחזקאל ווייס הי"ו מאנטריאל הח' טובי' גדלי' ני"ו הר"ר מרדכי לייב לעפקאוויטש הי"ו וויליאמסבורג אשת ר' יואל לעפקאוויטש מאנטריאל ר' יואל לעפקאוויטש וומ"ס שבת שבע ברכות באולם שמחת החיים משפחת ר'אברהם אהרן וואלדמאן הי"ו - משפחת הר"ר בעריש האלפערטהי"ו 5030 Mance Jeanne פארצייכנט אייך די נומבער און פארזיכערט אז אייער שמחה ווערט אריינגעשטעלט 3091-500-514 plastic elegant The .roll tablecloth לכבוד שבת ויום טוב thickness the Twice transparency clear Extra size exact to Cut static Zero creases No Available better in Supermarkets 1.2 Mil Supreme 3.1 Mil Quality com.montrealfiling@File 4697.416.514 אבער אלעס איזגעלט. געלט איזנישט אלעס, YOUR FILE CANADIAN .S.U AND !TODAY TAXES


בס”ד וואס איז די "מחובר" שיעורים? און וואס באדייט די נאמען "מחובר"? יעדע מענטש איז א וועלט פאר זיך, צוזאמגעשטעלט פון אייגענע געפיהלן, מחשבות, רצונות, און שאיפות. ער האט זיין אייגנארטיגע וועג וויאזוי ער רעאגירט צו יעדע סארט מצב, און א פערזענליכע סטיל פון אפרעכטן זיין טעגליכע רוטין. יעדע מענטש זוכט הנאה צו האבן פונעם לעבן, און וועט כסדר נאכלויפן סיי וועלכע זאך, פלאץ, אדער געשעעניש וואס וועט אים אפשר ברענגן א געוויסע אינערליכע געשמאק, אפילו נאר אויף א צייטווייליגע פארנעם. אבער כדי הנאה צו האבן און שפירן די מאקסימום תענוג אינעם טאג טעגליכן לעבן, דארף מען זיך צום ערשט באקענען מיט זיך אליין זעלבסט, פארשטיין די אייגענע געפיהלן, וואס מאכט מיך טון וואס איך טוה, פארוואס געוויסע זאכן ברענגן מיר א גוטע געפיהל און גלייכצייטיג וויל איך אנטלויפן פון אנדערע זאכן. ווען א מענטש ווערט מחובר מיט זיך, קאנעקטעד מיט זיין אינערליכע נפש, האט ער אן אנדערע סארט לעבן, ער דארף שוין נישט צוקומען צו קיין דרויסנדע זאכן וואס זאלן אים באפרידיגן, ער שפירט אן אמת'ע סיפוק און רואיגקייט, ער פיהלט באקוועם אין די אייגענע הויט און זוכט נישט צו אנטלויפן פון זיך זעלבסט. וויאזוי עפעקטירט דאס די רילעישאנשיפ מיט מיינע נאנטע? ספעציעל שטעלט זיך עס ארויס לגבי די בני בית און קינדער, וואו פיהלע פרעגן: פארוואס שפיר איך נישט באקוועם ביי מיך אינדערהיים מיט מיין בני בית? וויאזוי קען איך שאפן א געזונטע התחברות צו מיינע קינדער? די מינוט וואס איך בין מחובר מיט מיך אליין, קען איך גיין ווייטער און האבן א גוטע חיבור מיט מיין משפחה, אז מיין היים זאל זיין דאס באקוועמסטע ארט צו זיין, צו שפירן אן אויטענטישע נאנטשאפט מיט די בני בית און קינדער. אויף דעם צוועק איז צושטאנד געקומען די קבוצה פון "מחובר", א סעריע פון אויסנאם באלערנדע שיעורים וואס שטעלט פאר א קלארע פראקטישע מהלך וויאזוי צו דערגרייכן אט דעם ציהל פון זיין מחובר מיט זיך אליין, האבן א נאטורליכע זעלבסט זיכערקייט, און זיין אין קאנטראל פון די געפיהלן, א ציהל וואס יעדער איינער שטרעבט און גלוסט אנצוקומען אהין. אויף וועלכע מהלך זענען די שיעורים געבויעט? די שיעורים זענען אויסגעבויעט אויף אן אייגנארטיגע אופן, זיך באנוצענדיג מיט בלויז גאר עפעקטיווע מיטלען וועלכע זענען שוין אויסגעפראווט דורך ערשטהאנטיגע ערפארונג, און האבן שוין געברענגט אויסטערלישע רעזולטאטן בס"ד פאר פילצאליגע אידן. ווער וועט אנפירן די קבוצה? די קבוצות ווערן אנגעפירט און באגלייט דורך הרב אהרן גראסמאן שליט"א, א בארימטע מומחה אין דעם געביט, וועלכע האט שוין יארן פון ערפארונג מיט העלפן מענטשן אנקומען צו זייער פערזענליכע פאטענציאל, און האט שוין געזעהן אסאך הצלחה ב"ה אין זיין ארבעט, סיי אויף א פריוואטע אופן, און אויך אנפירנדיג קבוצות מיט א געוואלדיגע סוקסעס. וואס ברענגט מחובר צום טיש מער ווי סיי וועלכע אנדערע קורסן און שיעורים? איך דערווייל זעה איך נישט די תוצאות, בין שויןגעווען ביי אנדערע קלאסן אבער פארוואס זאל איך פרובירן מחובר? 1 .מחובר איז נישט בלויז א שיעור פון אינפארמאציע. פינטל. עס איז א טריט ביי טריט מהלך דיר צו נעמען פון וואו דו שטייסט יעצט צו וואו דו ווילסט אנקומען. דאס צו עררייכן, איז עס אויסגעשטעלט געווארן אויף א שטייטע אופן דורכצוגיין יעדע נושא ביז מ'האט עס קונה געווען בשלימות. 2 .אין צוגאב ווערט עס באגלייט אפילו נאכדעם מיט ספעציעל צוגעשטעלטע קבוצות, און באזונדערע מדריכים צו פארזיכערן אז עס ווערט א טייל פונעם לעבן, און וועט פארבלייבן אויף אייביג. 3 .ועל כולם, איז עס א גרינטליכע עבודה, פון צוזאמברענגן די מח מיט די הארץ צו זיין פאראייניגט און האבן א געזונטע באלאנס, וואס קיין גרעסערע פארגעניגן פון דעם איז נישט פארהאנען. פאר וועמען זענען די שיעורים געאייגענט? פאר יעדע היימישע יונגערמאן וואס וויל האבן א תוכנ'דיגע געשמאקע לעבן, באגלייט מיט אינערליכע צופרידנקייט און רואיגקייט. פאר אזא איינער וואס וויל זיין מחובר מיט זיך, מיט זיין משפחה, קהלה, און איבער אלעם צום בורא עולם. ספעציעל וועלן מלמדים און מגידי שיעור גאר שטארק געניסן פון די קבוצות, צו קענען פיהל גרינגער בויען א גוטע קשר מיט די תלמידים און האבן א שטארקע השפעה אויף זיי. וואספארא רעזולטאטן קען איך ערווארטן? דו וועסט אנדעקן דיין אמת'ע "זיך", און צוריקגיין צו דיין נאטורליכקייט מיט וואס דו ביסט אריגינעל באשאפן געווארן. עס וועט עלימינירן אלע צוגעקומענע חשבונות און ספיקות וואס האבן זיך אנגעלייגט במשך די יארן צוליב פארשידענע מצבים און זייטיגע סיבות. ווילאנגנעמט די סעריע? עס איז אויסגעשפרייט אויף 13 וואכן, טאקע מיט'ן צוועק צו קענען שטייטליך איינזאפן די נייע געדאנקען, און צו קענען פראקטיצירן די וויכטיגע עקסערסייזעס צו ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן בעז"ה. איז פארהאן א דעת תורה אונטער דעם פראיעקט? די גאנצע חומר פון די שיעורים איז געבויעט עפ"י תורה און אויף ערליכע מקורות. אויך האבן מיר עטליכע גאר חשובע רבנים ודיינים מיט וועם יעדע פרט ווערט דורכגעשמועסט, צו פארזיכערן אז אלעס איז באזירט אויף א שטארקע תורה'דיגע השקפה. צוּ מיר | צוּ מיין משפחה | צוּ השי”ת אין די אן אריינבליק בס”ד סעריע


מעקסיקאנע רייזנדע וועלן פון אריינצוקומען אין לאנד היינט דארפן ערהאלטן א וויזע די פעדעראלע רעגירונג האט צוריק איינגעשטעלט וויזע פארלאנגען פאר מעקסיקאנע וועלכע ווילן אריינקומען אין קאנאדא, נאך פארלאנגען פון פארשידענע ריכטונגען אז די רעגירונג זאל טון מער אראפצוברענגען די פלייץ פון אזיל רעכט זיכערס און אימיגראנטן. דער קוויבעק פרעמיער פרענסווא לעגאו האט אין דער לעצטער צייט גערופן צו דער פעדעראלער רעגירונג צו טון מער צו פארשטייטערן דעם שטראם פון אזיל רעכט זיכערס וועלכע טוען פארלייצן זיין פראווינץ. בלויז פארלאפענע וואך, האט לעגאו געזאגט אז אטאווא דארף צוריקברענגען וויזע פארלאנגען פאר מעקסיקאנע רייזנדע וועלכע קומען אריין אין לאנד. די אמעריקאנע רעגירונג האט אויך נאכאנאנד געבעטן פון קאנאדא איינצושטעלן די וויזע פארלאנגען, כדי איינצוצוימען די שארפע העכערונג אין אומלעגאלע גרעניץ שמוגלעריי פון קאנאדא אריין צו די פאראייניגטע שטאטן. אין יאר 2009 ,האט די דאן קאנסערוואטיווע סטיווען הארפער רעגירונג, איינגעשטעלט א וויזע פארלאנג אויף מעקסיקא, כדי צו אפצוהאלטן דעם פלייץ פון אזיל רעכט פארלאנגען אין יענער צייט. די טרודאו רעגירונג האט אפגעשאפן די רעגולאציעס אין יאר 2016 . די נייע פארארדענונגען וועלן אבער נישט גיין אזוי ווייט צוריקצוברענגען די רעגולאציעס צו די הארפער-עפאכע שטאפלען, נאר וועלן בלויז עפעקטירן ארום 40 פראצענט פון מעקסיקאנע רייזנדע, אויסשליסנדיג אזאנע וועלכע קומען אריין אין לאנד שטודירן אדער ארבעטן, ווי אויך אזאנע רייזנדע וועלכע פארמאגן אין באזיץ געוויסע סארטן פון אמעריקאנע וויזעס. לויט סטאטיסטישע ציפערן פון דער אימיגראציע און רעפיודזשי באורד, האבן מער פון 25 טויזנט מעקסיקאנער זיך איינגעגעבן צו ערהאלטן אזיל רעכט אין קאנאדא, אין לויף פון דעם פארלאפענעם יאר, ארויפברענגנדיג מעקסיקא צום ערשטן ארט פון אזיל רעכט פארלאנגערס. אויסערדעם זענען פארהאן ליגן נאך 28 טויזנט אפענע אזיל רעכט אפליקאציעס, וועלכע ווארטן נאך צו ווערן פראצעסירט דורך אימיגראציע באהערדע. * office Spacious rent for available ,Durocher location Great .Horne Van Big. C/A Central /room Conference internet and kitchen .included immediately Available 3378-916-514 call Please


4H2 H2V QC, Montreal AVENUE PARC 5637 com.TheCuisinet | 2461.904.514: C Center Gift s'Montreal S'PURIM AROUND .NER- DECOR 4 2 0 2 E R O T S R E P U S M I R U P S ’ L A E R T N O M בס"ד SOMETHING HAS PLACE THIS !LITERALLY, EVERYONE FOR ,CHOCOLATE AND, CHOCOLATELOGS AVAILABLE ARE WINES CUSTOM FOR .ARRANGEMENTS !!WWEE AARREE SSOO illustrationpurposesonly for imageis This*


קוויבעק פארלאנגט איין ביליאן דאלאר פון פעדעראלער רעגירונג צו העלפן דעקן אימיגראנטן קאסטן די קוויבעק רעגירונג וויל אז די פעדעראלע רעגירונג זאל באצאלן 1 ביליאן דאלאר, צו דעקן די קאסטן וועלכע דער פראווינץ האט געדארפט צאלן פאר די פינאנציעלע אונטערנעמונגען געצילט אויפצונעמען, אויסהאלטן און סערווירן די וואקסנדע ציפערן פון אזיל רעכט זיכערס אין דעם פראווינץ. פראווינץ אימיגראציע, ערציאונג און סאציאלע באאמטע ארגומענטירן, אז דער פראווינץ האט אין יאר 2023 אויסגעגעבן נאנט צו 577 מיליאן דאלאר, פאר סאציאלע סערוויסעס, ווי ערציאונג און געזונטהייט, אונטערצושטיצן די וואנדערערס. דאס איז אויסער די 470 מיליאן דאלאר וועלכע דער פראווינץ האט אויסגעגעבן אין די יארן 2021 און 2022 .די באאמטע זאגן, אז דער וואקסנדער צאל וואנדערערס, וועלן אין דער נאנטער צוקונפט ווערן צו שווער פאר דעם פראווינץ'ס בודזשעט ווייטער אויסצוהאלטן. קוויבעק'ס אימיגראציע מיניסטאר קריסטין Kosher phone basic TCL delivery Free 5697-221-438 call Please GREAT PRICE 2000 טויזענט קאפיס ווערט פארשפרייט א יעדע פרייטאג אין מאנטריאל - טאהש! com.deebletel@info:Email 3091.500.514 ,IT your manage We can you so your manage .business Services Technology G4Tech ca.g4tech@Info: E I 9726.446.514: C I Gross Motty provide We services technical your of all meet to .requirements • n oi situat every to solution the: ch G eT4 בס"ד


פרישע, האט אויך קריטיקירט די פעדעראלע רעגירונג, אויף דעם הויכן פראצענט אזיל רעכט פארלאנגערס וועלכע ווערן קאנצעטרירט אין קוויבעק, אין פארגלייך צו אנדערע טעריטאריעס און פראווינצן אין לאנד. 55 פראצענט פון אלע אזיל רעכט זיכערס וועלכע האלטן זיך מאמענטאל אויף אין קאנאדא, זענען סטאנציאנירט אין קוויבעק. אין יאר 2023 האט קוויבעק אריינגענומען מער פון 65 טויזנט אזיל רעכט פארלאנגערס, קעגן 380 אזאנע וואנדערערס וועלכע זענען אריינגענומען געווארן דורך די אטלאנטישע פראווינצן אינאיינעם. דער מיניסטאר פאר די פראווינץ'ס באציאונגען מיט דער פעדעראלער רעגירונג, זשאן-פראנסווא ראבערזש, פארלאנגט אז די "פאסיווע האלטונג" פון דער פעדעראלער רעגירונג אין ריכטונג פון קוויבעק'ס אננעמען אימיגראנטן, דארף זיך ענדיגן. קוויבעק'ס פארלאנג, קומט אין א צייט ווען די פעדעראלע רעגירונג האט נאכגעגעבן איינע פון אירע אנדערע פאדערונגען אנבאלאנגט אימיגראציע, נעמליך צו פארלאנגען וויזעס פון וואנדערערס וועלכע קומען אריין פון מעקסיקא. * בס"ד עס ווערט געזיכט צו ארענדזשירן א קביעות'דיגע מנין שחרית 00:9 אזייגער יעדן טאג אין ביהמ"ד 'מחזיקי תורה טאב' אויב זענט איר אינטרעסירט זיך אנצושליסן רופט 0981-627-514


בס"ד .impact an thatmakes Giftsomething


4H2 H2V QC, Montreal AVENUE PARC 5637 com.TheCuisinet | 2461.904.514: C Center Gift s'Montreal בס"ד WILLBE PAIDBYMY .GIFTCARD Order RebbisPesach s’Chaim HAS MINDSET PRACTICAL YOUR .IMPACT SIGNIFICANT A MADE PURIM 2024


ס’נאך היפש פרי 4702.270.514 3Z1 H2V QC, Outremont, Durocher Rue 6465 :CALL PLEASE MATZOS RESERVE TO MINUTE LAST THE TILL WAIT T’DON TODAY MATZOS PESACH YOUR ORDER FREE DELIVERY PLACED ORDERS ON BEFORE 0472.461.347 CHUBBY x MATZAH MNTRL 09 APRIL אבער מיר אידן גלייכן זאכן פאר פרי...


צווישן די שורת עפעס אין מיר, האט זיך געגעבן א ריר, העלא, דער פורים שטייט שוין אט ביים טיר, זכרונות פון אמאל עס קומען אפיר, ווען אנשטאט א חודש פון פרייד, מיט שמחה שטענדיג באגלייט, האב איך זיך נערוועזערהייט, די גאנצע צייט ארום געדרייט, וואס וועט זיין מיין לאגע, וואכן פארדעם געהאט א דאגה, וועלכע משלוח מנות שיקן, האט געמאנט די פראגע, וויאזוי זיך צו פארשטעלן, מיט וועלכע טראגע, נאך א זאך מאכט נערוועז א טראפ, וואס זאל איך אנטוען אויף מיין קאפ, אפשר א מאסקע אדער אפשר גאר א צאפ, איך וויל דאך נישט זיין א נֶע ֶ ּב און א flop, ווי נענטער דער פורים עס קומט, אלס מער מיין הארץ עס קרומט, די excitement שנעל עס שרומפט, אן אנגעצויגנקייט פון דארט עס ברומט, ווער גייט מיר שיקן משלוח מנות, וואס גייט דארט ליגן וויאזוי און וואס, טשאקאלאד, בלומען אדער א וואזע פון גלאז, אז נישט וועט מיין פורים צורינען ווי א זייפן בלאז, ווען עס איז שוין אנגעקומען פורים די טאג פונעם נס, שיעור אויסגעגאנגען פון גרויס סטרעס, אנשטאט הערן מגילה געוואלט קלאגן קינות, אזוי אריבער פורים, אוי ווי ביטער איז עס, ביז איך בין געווארן עלטער, די פחד ביסלעכווייז קלענער און קעלטער, געוואהר געווארן דעם סוד וואס איז ווערט אלע געלטער, "עס איז דא איינער וואס א פלאן אויסשטעלט-ער", די אלע אנגעצויגנקייטן, וואלט איך געקענט פארבייטן, אנשטאט זיך אליינס בינדן אין קייטן, און ברענגען אויף זיך שווערע צייטן, ווען כ'האב אנגעהויבן פרובירן, צו לאזן זאכן זיך פירן, ווי רואיג האב איך געטוען שפאצירן, די פרייליכקייט נישט געטוען פארלירן, מאך דיר פאר א ציל, אז עס גייט דיר נישט אן צופיל, אחוץ וואס דער אויבערשטער וויל, דאן וועסטו זיך פילן, ווי א מיליאן דַא ַ לער ביל. אדר'דיגע דאגות


בס"ד E C N A G E L E R E V L I S KESEF 4H2 H2V QC, MONTREAL AVENUE PARC 5637 CUISINET THE IN LOCATED 4 2 0 2 M I R U P G N I T F I G בס"ד פאר’ן גבאי קומטזיך עפעס מער REAL SLIVER COPPER BASE


ffififlffifflfffi  ffl   ffl ffiffl  fl flffiffl­fl flfflff fl ffi ffl ffi fflffl fffi‚ffiff€ fffi‚„ffifi


ON EVERYTHING OFFSELECTITEMS%80 TO UP UP PICK AND COME GORGEOUS THAT OFSILVER PIECE ALWAYS VE’YOU ...OF DREAMED ,ONLY 2WEEKS !TWAIT’DON 7036-733-514 OPPORTUNITY LIFETIME A ONCEIN


%100 8 199 T S E 6 000,6 $Reg 500,3 $Reg 999,4$ 800,1 $Reg 799,2$ 399,1$ זונטאג ויקהל Horn Van 1075 only orders Custom בארא פארק 4197.757) 718 (מאנסי 0453.425) 845( קרית יואל 0453.425) 845 (לאנדאן 2342.752.745.44+


פארליאמענט פירט דורך רעזאלוציע צו פארלאנגען פון טרודאו צוריקצונעמען געלט געשאנקען פאר ארייוו-קען קאנטראקטארס דער פארליאמענט האט מיטוואך דורכגעפירט אן אפשטימונג, מיט דער שטיצע פון אלע אפאזיציע פארטייען, וועלכער פארלאנגט פון פריים מיניסטאר טרודאו צוריק אפצומאנען, ביז הונדערט טעג, אלע געלטער וועלכע די רעגירונג האט אויסגעגעבן פאר פירמעס וועלכע האבן געהאט קאנטראקטן מיט דער ארייוו-קען אפליקאציע און נישט אויסגעפירט קיין ארבעט דערפאר. דער אפשטימונג, צו וועלכן דער פריים מיניסטאר איז נישט געבינדן, איז אויפגעברענגט געווארן דורך דעם קאנסערוואטיוון פירער פיער פאליעוו, און איז אריבער מיט 170 קעגן 149 , מיט בלויז די ליבעראלע פארטיי וועלכע האט געשטימט דערקעגן. דער אפשטימונג טוט אויך רופן צו דער פעדעראלער רעגירונג, צוצושטעלן א באריכט פאר פארליאמענט ביז מארטש 18 , וועלכער זאל דעטאלירן אלע קאסטן וועלכע די ארייוו-קען אפליקאציע האט אריינגענומען. דער אפשטימונג קומט אין צייט פון פרישע קאנטראווערסיע ארום דער אפליקאציע, וועלכע איז באניצט געווארן צו קאנטראלירן גרעניץ רייזנדע אין צייט פון דער קאוויד-19 פאנדעמיע, נאך וואס עס איז פארעפנטליכט געווארן א באריכט פון דעם אודיטאר דזשענעראל ???, נאך איבערזיכט איבער דער אפליקאציע, אין וועלכן ער שרייבט, אז עס זענען פארהאן מערערע אומקלארקייטן וועלכע האבן אים געשטערט פון פעסטשטעלן אויב די 59 מיליאן דאלאר וועלכע איז אויסגעגעבן געווארן דערפאר, איז טאקע געגאנגען פאר די אפליקאציע'ס אויסגאבן. די קאנסערוואטיוון האבן שוין פארלאפענע וואך פארלאנגט, אז די אר.סי.עם.פי. זאל פארמאל עפענען א קרימינאלער אויספארשונג איבער דעם אנגעלעגנהייט. פריים מיניסטאר טרודאו, האט אנערקענט אז עס זענען געטון געווארן פארשידענע אומריכטיגע אקטן אין פארבינדונג מיט דער ארייוו-קען אפליקאציע, און אז די אלע פארבינדן דערצו וועלן אויסשטיין קאנסעקווענצן. טרודאו האט אבער דאך קריטיקירט די קאנסערוואטיוון, זאגנדיג אז זיי טוען פאליטיזירן די טעמע. * אנקעטע צייגט ווייטערדיגע פאפולעריטעט וואוקס פאר פיער פאליעוו און זיין קאנסערוואטיווע פארטיי א פרישע אנקעטע פארעפנטליכט צייגט, אז שטיצע פאר'ן קאנסערוואטיוון פירער פיער פאליעוו און זיין פארטיי טוט ווייטער שטייגן, מיט 41 פראצענט וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער שטיצע פאר אים, ארויף מיט איין פראצענט פון א פריערדיגער אנקעטע. שטיצע פאר דער ליבעראלער פארטיי איז שטיין געבליבן ביי 25 פראצענט, אינדערצייט ווען די ען.די. פי. איז געפאלן מיט 2 פראצענט צו 18 פראצענט וועלכע שטיצן איר. צוויי-דריטל אויסגעפרעגטע זאגן אז זיי זענען אומצופרידן פון פריים מיניסטאר טרודאו און זיין ליבעראלע פארטיי. אויף דער פראגע וועם וויילער וואלטן בעפארצוגט אלס זייער קומענדיגער פריים מיניסטאר, איז פאליעוו אריינגעקומען מיט 27 פראצענט, טרודאו מיט 10 פראצענט הינטער אים ביי 17 פראצענט, ווען דער ען.די.פי. פירער דזשאגמעט סין איז אריינגעקומען אלס א נאנטער דריטער ביי 16 פראצענט.


די אנקעטע איז די לעצטע אין א רייע לעצטערע אנקעטעס, אנגעהויבן פון פארלאפענעם יולי, וועלכע צייגן אז די קאנסערוואטיוון טוען איבערשטייגן די ליבעראלן אין זייער שטיצע ביים פאלק. * ען.די.פי. פארליאמענט פארליאמענט מיטגליד וועט רעזיגנירן פון ען.די.פי. פארליאמענט מיטגליד וועט רעזיגנירן פון פארליאמענט ען.די.פי. פארליאמענט מיטגליד דעניעל בלעיקי, האט מיטוואך געמאלדן אז ער וועט אפטרעטן פון זיין זיץ אין פארליאמענט, און אנשטאט גיין דינען אלס ראטגעבער פאר פרעמיער וואב קינו איין זיין היים פראווינץ מאניטאבע. עס איז ערווארטעט, אז די רעגירונג וועט פאררופן ספעציעלע וואלן, אנצופילן דעם ליידיג- געווארענעם פארליאמענט זיץ. אין די פרישע וואלן, וועלן די דיסטריקט גרעניצן וועלכע בלעיקי האט געטון פארטרעטן אויסגעברייטערט ווערן אריינצונעמען טראדיציאנאל-קאנסערוואטיווע געגנטער. בלעיקי זאגט אבער, אז די פרישע גרעניץ ליניעס וועלן נישט שעדיגן די ען.די.פי. שאנסן אנצוהאלטן דעם זיץ. * רעגנדיגע ווינטן מיטוואך נאכמיטאג האבן אפגעהאקט עלעקטריציטעט פון טויזנטער קוויבעק איינוואוינערס ווילדע ווינטן, געמישט מיט רעגן, וועלכע האבן דורכגעריסן קוויבעק דורכאויס מיטוואך נאכמיטאג, האבן פאראורזאכט טויזנטער קורצשלוסן לענגאויס דעם פראווינץ, איבערלאזנדיג נאנט צו 200 טויזנט קאסטומערס אן עלעקטריק און מערערע שולעס פארמאכט. די היידרא קוויבעק עלעקטריק פירמע, האט איינגעשפאנט 140 טיעמס און ארום טויזנט ארבעטערס צו פארריכטן די געשעדיגטע איינריכטונגען. די שווערע ווינטן וועלכע האבן אנגעהאלטן שפעטער אין די נאכט שטונדן, האבן אבער שטארק פארשווערט די ארבעט צוריקצושטעלן עלעקטריק קראפט. אום 15:10 אויפדערנאכט, זענען נאך ארום 120 טויזנט היידרא קוויבעק קאסטומערס געשטאנען אן עלעקטריק. * טרודאו רעגירונג האט פארגעשלאגן לעגיסלאציע פאר פעדעראלע פארמאקעיר פראגראם דער פעדעראלער געזונטהייט מיניסטאר האט דאנערשטאג פארגעשלאגן לעגיסלאציע וועלכע וועט אהערשטעלן א געזעץ פאר אן אוניווערסאלער 'פארמאקעיר' פראגראם, א שליסל טייל אין דעם 'סופליי ענד קאנפידענץ' אפמאך צווישן די ען.די.פי. און ליבעראלע פארטייען צו פארמירן א פאראייניגטע רעגירונג. צווישן אנדערע, טוט די לעגיסלאציע אריינננעמען פראוויזיעס פאר רעגירונג דעקונג פאר דייעביטיס מעדיצינען און אנדערע דייעביטיס צוגעהערן ווי אינסולין פאמפס. די לעגיסלאציע פארלאנגט פון אטאווא צו פארהאנדלען מיט פראווינצן און טעריטאריעס, אז זיי זאלן אריינשטעלן די פראוויזיעס אין זייער מעדיצינישער סיסטעם. די ען.די.פי. פארטיי האט שטארק אויסגעלויבט די פרישע אנטוויקלונגען, נאך וואס איר פירער


האט לעצטנס שארף פארלאנגט פון דער טרודאו רעגירונג נאכצוקומען דעם טייל פון דעם אריגינעלן אפמאך צווישן די צוויי פארטייען, ביז דעם ענדע פון פעברואר, אדער אויסשטיין די ריזיקע פון א רעגירונג צוזאמפאל נאך וואס ער וועט ארויסציען זיין פארטיי פון דעם קאאליציע רעגירונג אפמאך. עטליכע פראווינצן, ווי אלבערטא און קוויבעק, האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן זיך נישט אנשליסן אין א נאציאנאלע מעדיצין פראגראם. קוויבעק פארמאגט שוין איר אייגענע פראווינציאלע דראג פראגראם. * פעדעראלע רעגירונג וועט אויסגעבן מיליאנען אויסצוברייטערן מאסיווע נוקלעארע איינריכטונג אין אנטעריא די פעדעראלע רעגירונג וועט אויסגעבן 50 מיליאן דאלאר פאראויסצוריקן די ארבעט אויסצוברייטערן די ברוס פאוער נוקלעארע איינריכטונג וועלכע איז סטאנציאנירט אין אנטעריא, אטאווא'ס ערשטע גרויסע אינוועסטירונג אין אויסברייטערן א גרויסע נוקלעארע איינריכטונג אין צענדליגער יארן. די ברוס פאוער איינריכטונג טוט מאמענטאל פראדוצירן גענוג עלעקטרי קראפט צו סערווירן אזויפיל ווי 8.4 מיליאן היימען. פארלאפענעם יולי האט אנטעריא געמאלדן, אז זי וועט צולייגן א דריטע נוקלעארע גענעראטאר סטאנציע צו דער איינריכטונג. די איצטיגע פעדעראלע אויסברייטערונג, וועט באלד טאפלען די איינריכטונג'ס ענערגיע פראדוקציע. ברוס פאוער איז שוין איצט איינע פון די גרעסטע נוקלעארע סטאנציעס אין דער וועלט. די פעדעראלע רעגירונג האט לעצטנס אנגעהויבן ארויסצייגן מער אפנקייט צום באנוץ פון נוקלער אלס איינע פון די מיטלען צו ערזעצן פאסיל פיועל ענערגיע. פארלאפענע וואך האט די רעגירונג געמאלדן, אז זי האט איבערגעמאכט גרינע ענערגיע פראגראם, אז זי זאל ארייננעמען אויך עטליכע נוקלעארע פראיעקטן. * קוויבעק אפעלאט געריכט ערווארטעט דאנערשטאג צו אורטיילן איבער געזעץ צו צוימען רעליגיעזע פובליק אינסטיטוציעס פראקטיצירונג אין רעגירונג און א קוויבעק אפעלאט געריכט, וועט דאנערשטאג אורטיילן איבער דער קאנסטיטוציאנאליטעט פון דעם פראווינץ'ס סעקולאריזם געזעץ, באקאנט אלס ביל 21 ,וועלכער צילט איינצוצוימען רעליגיעזע פראקטיצירונגען אינערהאלב רעגירונג און פובליק אינסטיטוציעס. דער געזעץ וועלכער איז דורכגעפירט געווארן אין יאר 2019 ,טוט דעקלערן אז דער פראווינץ איז א סעקולארע שטַא ַ ט און טוט, צווישן אנדערע, פארבאטן פון פובליק ארבעטערס, א שטייגער ווי לערערינס, ריכטערס און פאליציי אפיצירן, פון אנטון רעליגיעזע סימבאלן און קליידונג אין צייט ווען זיי זענען אקטיוו אויף זייער ארבעט פאזיציע. אין אפריל 2021 ,האט קוויבעק'ס סופעריער געריכט באשטעטיגט די גרעסטע טיילן פון דער קאנטראווערסיאלער לעגיסלאציע, טראצדעם וואס דאס געריכט האט זעלבסט אנערקענט אז דער געזעץ טוט אונטערמינעווען קאנסטיטוציאנאלע פרייהייט גרונט רעכטן פון רעליגיע פאר אלע קאנאדער, זינט דער געזעץ


טוט זיך באזירן אויף א קאנסטיטוציאנאלער פראוויזיע וועלכע טוט ערלויבן די רעגירונג צייטווייליג איבערצוהיפן די גאראנטירטע רעכטן. די לעגאו רעגירונג האט דעם מאנאט געמאלדן, אז זי פלאנירט צו פארלענגערן איר אקטיוויזירונג פון דער ספעציפישער פראוויזיע אויף נאך פינף יאר. טראצדעם וואס די קוויבעק רעגירונג טוט נאכאנאנד ארגומענטירן, אז דער געזעץ ווערט געשטיצט דורך א מאיאריטעט פון קוויבעק איינוואוינערס, האט אבער דער געזעץ אנגעצינדן אויפברויז צווישן רעליגיעזע מינאריטעטן לענגאויס קאנאדא, וועלכע זאגן אז דער געזעץ טוט צילן ראסע מינאריטעטן וועלכע האבן אויסגעקליבן צו פראקטיצירן זייער אייגענע רעליגיע. דער ערווארטעטער געריכטליכער באשלוס, וועט דינען אלס אן אנדייטונג איבער וויאזוי א פאטענציאלע קעיס פארנט פון קאנאדא'ס העכסטע געריכט וועט אויסזען. * קאנאדישע עקאנאמיע באוויזן אויסצומיידן טעכנישע רעסעסיע אין פערטל 2023 עקאנאמישן קווארטל אפיציעלע רעגירונג סטאטיסטיקס צייגן, אז די עקאנאמיע האט באוויזן אויסצומיידן א טעכנישע רעסעסיע אין יאר 2023 ,נאך א באריכט פון דעם פערטל עקאנאמישן קווארטל וועלכע צייגט אז די עקאנאמיע'ס גראוס דאמעסטיק פראדוקט )דזשי.די.פי.( איז געוואקסן מיט 1 פראצענט, אין רעזולטאט פון א העכערונג אין עקספארטן טראצדעם וואס ריעל עסטעיט און ביזנעס אינוועסטירונגען זענען יא געפאלן. נאך וואס די עקאנאמיע איז געשרינקען אין דעם דריטן קווארטל מיט 5.0 פראצענט, טוט א פאזיטיווע באריכט פאר'ן פערטל קווארטל באדייטן אז די עקאנאמיע האט שמאל באוויזן אויסצומיידן פון אריינגיין אין א רעסעסיע, וועלכע ווערט דעפינירט נאך וואס עס גייען פארביי צוויי נאכאנאנדע עקאנאמישע קווארטלען מיט נעגאטיווע עקאנאמישע וואוקס. דער פאזיטיווער באריכט איז העכער פון דעם פלאכן עקאנאמישן וואוקס וועלכע די צענטראלע באנק האט געהאט ערווארטעט פאר דעם קווארטל, און קומט אין א צייט ווען יערליכע סטאטיסטיקס צייגן אז די עקאנאמיע איז געוואקסן אין 2023 אויף איר שוואכסטער ראטעס זינט יאר 2016 ,אין רעזולטאט פון די געהעכערטע אינטערעסט ראטעס וועלכע צילן אפצושטעלן קאנסומער ספענדינג און דורכדעם צו נידערן אינפלאציע. די פרישע פאזיטיווע אנטוויקלונגען פון פרישע עקאנאמישע לעבן, זענען בלויז נאך אן אנדייטונג אז די בענק אף קענעדע וועט נישט אזוי שנעל שניידן פון די אינטערעסט ראטעס, זינט דער ציל פון העכערן אינטערעסט ראטעס איז געווען אראפצוברענגען עקאנאמישע מאמענטום. * איבער טויזענט סובסקרייבער באקומען די בלעטל אויף אימעיל א יעדע דארנעשטאגנאכט! com.deebletel@info:Email 3091.500.514


ווען טויערן צו א גליטשיגן שטראז צעעפענען זיך יהודה זעליגמאן דער נאטור איז, אז ווען א זאך ווערט א געוואוינהייט, וועט עס מיט דער צייט פארוואנדלט ווערן אין א טבע שני. קיין שום ערשיינונג אויף דער וועלט איז אויסגעשלאסן פון דעם כלל, זאל זיין ווי ווייט פון יעדן פאנטאזיע, אויב זאל דער מענטש געוואוינט ווערן דערצו, וועט עס מיט דער צייט ווערן דער נייער נארמאל. אונזערע חכמים זאגן אונז דאך שוין אויס דעם געהיימניס, "הרגל נעשה טבע". ווען אזא מאכטפולער געצייג, ווי א 'פארבאט', ווערט צו אפט און ברייט באניצט דורך מאכטפולע קערפערשאפטן און רעגירונגען, וועט די סארט פראקטיצירונג עווענטועל ארויסגיין פון קאנטראל און זיך נעמען שמייסן אויף רעכטס און אויף לינקס. אפגעזען אויף וועלכן זייט מען שטייט, צו מען טוט יא אדער נישט צושטימען צו א ספעציפישן פארבאט, די פארבאט פראקטיצירונג זעלבסט, אויב ווערט זי געניצט אלס געצייג צו לעזן יעדן פראבלעם, איז א געפארפולע און קען זיך אויסגליטשן און זיך קייקלען אן אומאפשטעלנדן שטראז אראפ. איינמאל די געזעלשאפט ווערט באקוועם מיט א פארבאט אדער צוימונג פון יעדן סארט, איז דאס דער אויסגעפלאסטערטער וועג וועלכע וועט זיכער פירן צו צוקונפטיגע פארבאטן. פונקט אזוי איז געווען דער גורל פון א פארבאט אויף רויכערן, וועלכער האט זיך אריגינעל אנגעהויבן מיט בלויזע מינדערוויכטיגע צוימונגען אויף ציגארעטן רויכערער אין עפנטליכע ערטער, און האט זיך זינט דאן דערקייקלט, אזש אין אזאנע לענדער ווי אין ניו זילאנד איז ארויפגעשטעלט געווארן א פערמאנענטער פארבאט אויף סיי וואספארא טאבעקא פראדוקטן פאר אלע בירגערס וועלכע זענען געבוירן עווארן נאך יאר 2009 ,אן אויסדריקליכער פארלעצונג אין עקאנאמישע פרייהייט און אינדיווידואלע זעלבסטשטענדיגע רעכטן פון דעם ציווילן בירגער. אזוי זעט מען אין לעצטע יארן אין פילע לענדער, ווי רעגירונגען טוען פארשטערקערן זייער באניץ פון דעם איין געצייג, דער פארבאט, כדי צו ריקן אין א זייט יעדע זאך וועלכע זיי גלייכן נישט. בלויז פארלאפענע וואך, האט דער ענווייראמענט מיניסטאר סטיווען גילבאו געמאלדן, אז די פעדעראלע רעגירונג וועט מער נישט אויסגעבן קיין געלט צו בויען פרישע ראודס און שאסייען. דער באשלוס איז נאך א גליטש אויף אראפ אין ריכטונג פון גילבאו'ס ברייטערע אגענדע וועלכע צילט אונטערצוברענגען די אינדיווידואלע טראנזיט אינדוסטריע אין קאנאדא. גילבאו האט, מיט זיין באשלוס, אוועקגעשטעלט דעם שטראז, וועלכע וועט פירן צו זיין ענדגילטיגן ציל, פאר אלעמען'ס אויגן צו זען. מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


אין א רעדע פארלאפענעם מאנטאג איבער טראנזיט אנגעלעגנהייטן, האט גילבאו דערקלערט פאר'ן אנוועזנדן אודיענץ: "אוודאי וועלן מיר ווייטער פארזעצן ארויסצואווייזן אונזער גרייטקייט ארויסצוהעלפן סיטיס, פראווינצן און טעריטאריעס אנצוהאלטן און איבערפרישן די שוין עקזיסטירנדע ראוד נעצן", האט גילבאו געזאגט, "דאך אבער וועלן מיר מער נישט ארויסגעשיקט ווערן קיינע ענוועלאופס פון דער פעדעראלער רעגירונג צו העלפן נאכמער אויסצוברייטערן דעם ראוד מאפע". צו זיין יושר'דיג, נאכ'ן קומען אונטער שטארקע קריטיק פון קאנסערוואטיווע פאליטיקאנטן און פראווינץ פרעמיערס, האט גילבאו שפעטער אין וואך אויסגעקלארט זיינע ווערטער, זאגנדיג אז די פעדעראלע רעגירונג פארמאגט מאמענטאל פארשידענע פראגראמען צו פינאנצירן ראוד קאנסטרוקציע לענגאויס דעם לאנד, און די רעגירונג פלאנירט נישט אויפצוהערן שענקען געלט פאר די פראגראמען. דאך אבער, זאגט גילבאו, האט די פעדעראלע רעגירונג נישט קיין אקטיווע פינאנצירונג קאסע געצילט אונטערצושטיצן גרעסערע ראוד פראיעקטן, א שטייגער ווי דער 'דריטער לינק' ראוד פאר וועלכער די קוויבעק רעגירונג פרובירט שוין פאר יארן צו ערהאלטן פעדעראלע פינאנצירונגען. די פעדעראלע רעגירונג האט אלזא גענומען אן אקטיווער שטעלונג, און באשלאסן אז זי וועט נישט צושטעלן פינאנציעלע פראגראמען ארויסצוהעלפן גרעסערע ראוד פראיעקטן. די פעדעראלע רעגירונג האט אן אגענדע נישט צו שטופן פאר ווייטערדיגע ראוד קאנסטרוקציע און צו פארבעסערן די ראוד אינפראסטרוקטור. גילבאו'ס באמערקונגען האבן זיך אבער נישט געענדיגט דא. אין דער זעלבער רעדע, ביים זעלבן פארזאמלונג, האט גילבאו באשלאסן אפצוקילן די האפענונגספולע געפילן ביי זיינע קאלעגע ליבעראלן אז רעגירונגען זענען שוין ענדליך ארויפגעקומען אויף די נויטיגע לעזונגען אפצוקעמפן דעם געפאר פון קלימאט טויש און ענווייראמענטאלע פראבלעמען, זאגנדיג, "מיר מוזן אויפהערן טראכטן אז עלעקטראנישע אויטאס וועלן לעזן אלע אונזערע פראבלעמען", און אז איבריגע צוטרוי אין די עלעקטראנישע אויטא אינדוסטריע צו קענען לעזן די פראבלעמען, "איז א גרייז און א פאלשע האפענונג וועלכע וועט אונז אנטוישן אין דעם לאנגן טערמין". מיט די דאזיגע ווערטער, האט גילבאו אנגעגרייט דעם באדן פאר'ן קומענדיגן גליטש אראפ, נעמליך עלעקטראנישע אויטאס וועלן נישט טון גענוג צו לעזן די קלימאטישע פראבלעמען. אלזא בירגער טייערע, גייט ארויס פון אייערע אויטאס און זעצט אייך ארויף אויף ביציקלעך און הייב אן פארן. וואס דארפן מיר זיך מיטשען אריינצולערנען דעם טיפערן באדייט אין זיינע ווערטער. לאמיר לאזן זיינע אייגענע ווערטער ווייטער רעדן פאר זיך אליין. גילבאו האט אין דער רעדע קלארגעמאכט, אז די פעדעראלער רעגירונג'ס ציל איז ארויסצונעמען מענטשן פון זייערע פריוואטע אויטאס און זיי ארויפשטעלן אויף פובליק טראנספארטאציע, אדער אז מענטשן זאלן זיך אנהייבן באניצן מער מיט פיזישע טראנזיט מיטלען, ווי גיין צופיס אדער אויף ביציקלעך. דאס איז א קלאסישער אקטיוויסטישער וועג וועלכער צילט עווענטועל צו פארבאטן זאכן. צום ערשט שטעלט מען אוועק א פאזיטיווער מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


ציל וועלכער האט די מעגליכקייט צו ווערן אויסגעפירט, א שטייגער ווי נידערן די קוואנטום פון קארבאן גאזן וועלכע פאבריקן מעגן ארויסגעבן, אדער עטוואס איינצוימען ציגארעטן רויכערער, רעגולאציעס מיט וועלכע א פאראנטווארטליכער מענטש קען זיך זען זיין איינשטימיג. דער קומענדיגער שטאפל איז, אז די רעגירונג שטעלט אפ פינאנציעלע הילף פאר די באטרעפנדע אינדוסטריעס, און אימפלימענטירט קליינליכע און מינימאלע געצוימטע פארבאטן דא דארט, וועלכע מענטשן זעען נישט אלס עפעס געפערליך. דאן וועט די רעגירונג אנהייבן ארויסריקן רמזים און שטופן נעראטיוון, וועלכע וועלן אלע געבן אנצוהערן אז די אלע גוטע מיטלען וועלכע זענען אנגענומען געווארן ביז היינט, זענען ווייט פון גענוג אנצוקומען צום גלעצנדן צוקונפט. און אונטער דעם אויסרייד, וועט מען איבערלאזן די אריגינעלע לעזונגען – אין אונזער פאל, עלעקטראנישע אויטאס – אלעס כדי צו קענען דערנאך נעמען נאך עקסטרעמערע מיטלען און איינפירן בלויזע קאמערציאלע טראנזיט, אדער גאר א פולער פארבאט אויף אויטאס. עקסטרעמע ענווייראמענטאלע שריט פון דעם סארט, טראגן מיט זיך ערנסטע עקאנאמישע קאנסעקווענצן. לאמיר נאר כאפן א בליק אויף דייטשלאנד, וועלכע וועט העכסט ווארשיינליך אריינפאלן אין פולער רעסעסיע אין איר ערשטן עקאנאמישן קווארטל פון דעם יאר. הויכע ענערגיע פרייזן און שוואכע אינוועסטירונגען אין קריטישע אינפראסטרוקטור זענען פון די הויפט פאקטארן וועלכע האבן געפירט צום עקאנאמישן קריזיס. אין 2021 ,האט דייטשלאנד אפגעשלאסן אירע פארזיכערטע נוקלעארע איינריכטונגען וועלכע האבן פראדוצירט 'ריינע' ענערגיע. און די רעזולטאטן: אן אינדוסטריאלע מאכט, וועמען'ס גרונטן שאקלען זיך, קוקט אין ריכטונג פון א שווערער עקאנאמישער צוקונפט, וועלכע וואלט געקענט פארמיטן ווערן אויב וואלטן קלוגערע באשלוסן געפאסט געווארן. מיניסטאר גילבאו האט, מיט זיינע ווערטער, אומווילנדיג אונז געשאנקען ווערטפולע אינפארמאציע איבער וואס ער וויל און צילט באמת: צענעמען די אינדוסטריאלע סעקטאר, אראפציען די לאדנס אויף ביזנעסער און אוועקשטעלן א בלאקאדע צו פארבעסערן די לאנד'ס אינפראסטרוקטור. די לאגיק אונטער גילבאו'ס ענדגילטיגן באגער, איז פון דעם זעלבן סארט וועלכע שטייט אונטער א געזעץ פארשלאג וועלכע איז אויפגעברענגט געווארן אין פארליאמענט דורך אן ען.די.פי. מיטגליד, טשארלי ענגוס, מיט דער שטיצע פון זיין פארטיי, וועלכער זוכט פולשטענדיג צו פארבאטן דאס ליפטערן פאזיטיווע קאמענטארן איבער גאז און אויל פראדוקטן. אזאנע פערזאנען ווי גילבאו, זענען נישט געמאכט פון מיניסטאריאלע מאטעריאל, נאר זענען ליבערשט אקטיוויסטן וועלכע האבן נישט באוויזן זיך צו טראנספארמירן פון אקטיוויזם צו קענען זיין עפעקטיוו אין פירן א לאנד, נאר זענען פארבליבן די זעלבע אקטיוויסטן זיצנדיג אויף רעגירונג פאזיציעס, זוכנדיג ארויפצושטעלן ווי מער צוימונגען און פארבאטן, כדי צו שטילן זייערע אקטיוויסטישע רייצענישן. אזא צוגאנג וועט בלויז פארשנעלערן דעם גליטש און זיך דערנענטערן צו אן ענדגילטיגן זעץ. * מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


SERVICES for prices low offer we Specifically. plans travel your all with you assist to here are We- Travel Please. Rentals Car and Hotels of lots on deals Also. Toronto & York New to Montreal From flights .customers satisfied of lots, 2069-553-514 call or com.gmail@traveldonebest email to easy super, budgeting with you assist to available yungerman experienced Heimishe! Budgeting or Call! freedom financial to getaway your-lot a gain and little a Invest. ups follow monthly and adapt .available Reference. Confidential Strictly). message leave answer no if (5935-293-845-1 text ESTATE REAL USD 74 = .cad 1 CAD 36.1 = usd 1 50CAD.385,84 50USD.194,62 - Thursday Bitcoin 1 CAD 00.600,69 USD 70.556,51 - week Last 1371-270-514 call Please. 290 for sale for closet china veneziano door 4 bathrooms 5.1 - bedrooms 3 -in move to ready apartment renovated Completely closets Spacious - kitchen glossy white New. units split heating & AC - balconies back and front 1658-338) 438 (text or Call. entrance separate, floor 2nd. Lajoie & Querbes location Prime second buy to have will (mono, 5 donkey bugaboo, box closed in still, new brand sale For .2822-507-514 message a leave and call Please. 1100 $black all) seat ?skin irritated and headaches you cause and asthma your trigger Pesach for Cleaning Does 502 438 Fuchs. S call please products of box sample your get to how out find To! you ierhealth a and home clean a for options affordable and, effective, safe offers MELALEUCA .25 $available cream Renew. 9525 נצרכתי לרפואה וקבלתי ע''ע להוסיף בתורה ונושעתי RENT-SALE FOR א 15 van passenger עוועילעבל צו פארדינגען רופט 3044-528-438 ANNOUNCEMENT


ערש"ק כ"א אדר רבי אלימלך מליזענסק ב"ר אליעזר ליפמאן, נועם אלימלך תקמ"ז רבי אבידור מדוקלא ב"ר ארי' לייב תרל"ז רבי מנחם מענדל מפריסטיק ב"ר ארי' לייבוש תרפ"ו רבי ארי' לייבוש מצאנז ב"ר אהרן תרצ"ג רבי משה דוד מלאפאש ב"ר ישראל יעקב יוקל, תהלה למשה תרצ"ה שב"ק כ"ב אדר רבי אליהו הכהן מאיזמיר ב"ר אברהם שלמה, שבט מוסר תפ"ט רבי יוסף מאלעסק-סטאנוב ב"ר אברהם, תלמיד המגיד גנזי יוסף תק"נ רבי יצחק אייזיק מסוואליווע ב"ר אברהם, בית יצחק תרנ"ד רבי יחיאל מיכל מנאוואהרדאק ב"ר אהרן הלוי, ערוך השולחן תרס"ח רבי ישראל משה דושינסקי, גאב"ד ירושלים ב"ר יוסף צבי תשס"ג זונטאג כ"ג אדר רבי רבי יצחק מאיר מגור ב"ר ישראל , חידושי הרי"ם תרכ"ו רבי יעקב יצחק מביאלא ב"ר נתן דוד, דברי בינה תרס"ה רבי יעקב מנאוואמינסק ב"ר שמעיה, שופרא דיעקב תרס"ב רבי מאיר משאץ ב"ר יואל תרפ"א מאנטאג כ"ד אדר רבי יצחק מאלעסק ב"ר חנוך העניך תרס"ד רבי ברוך פנחס מסקאליע ב"ר אליעזר חיים, אוצר חיים תר"פ רבי יצחק מסטיטשין ב"ר משה מראזוואדאוו ת"ש דינסטאג כ"ה אדר רבי אברהם גרשון מקיטוב בר אפרים, גיסו של הבעש"ט, אור כי טוב תקכ"א מיטוואך כ"ו אדר רבי אהרן ב"ר שמשון, דאקטאר גארדן, תלמיד המגיד תק"ע רבי אליעזר ליפא מחמעלניק ב"ר אלימלך מליזענסק, אורח לצדיק תקע"ג איך בין לעצטענס געווען ביי א חתונה אין וויליאמסבורג, האב איך באמערקט ביים חופה ווען די כלה איז אריין געקומען האט די חתן אויפגעהויבן זיינע אויגן און געזעהן אז מען נעמט איהם ארום מיט א ווייסע זאך אפאר מאל, האט ער אנגעהויבן זאגן 'זה חליפתי זה כפרתי' האט מען איהם אפגעשטעלט נו, דאס איז די כלה! האט ער זיך אנטשולדיגט און אנגעהויבן זאגן 'זאת חליפת זאת כפרתי'.. אגוטווארטפוןה ַארווי! נא להתפלל עבוד הילד חיים מאיר בן יהודית לרפואה שלימה בקרוב


אויב האט איר אלטע בילדער זייט מהנה דעם ציבור אין שיקט עס אריין צום רעדאקציע בילד פון לעצטע וואך כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א ביים אפשטאטן א באזוך אין שטאט 1 הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א 2 הגאון ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל 3 כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א 4 הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א 5 הרה"ח ר' יהושע פריעדמאן ז"ל משב"ק סקווירא 6 הרה"ח ר' ישעי' יואל אונגער ז"ל משב"ק סקווירא 7 הרה"ח ר' יוסף מאיער הי"ו 8 הרה"ח ר' אברהם משה זילבערמאן ע"ה


בילדער דערציילן מלוה מלכה פאר חברים מאנטריאל מוצאי שב"ק תצוה האט חברים געמאכט א מלו"מ פאר אירע מעמבערס אין די חברים הויפטקווארטיר. דער בעלזא דיין הרה"ג ר' לוי ראטה שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט גאר שיינע דיבורים און מחזק געווען די געטרייע ארבעט וואס די וואלונטירן טוען. אזוי אויך האבן גערעדט געטרייע וואלונטירן, די מעמבערס זענען ארויסגעקומען מיט הויפענס חיזוק צו גיין ווייטער.


בילדער דערציילן סעודת פורים קטן ושבע ברכות בחצר קרעטשניף סיגעט בהיכל ישיבת סאטמאר מאנטריאל


בילדער דערציילן מוצאי שבת בחצר קרעטשניף סיגעט בביהמ"ד ראשית חכמה מאנטריאל מלוה בבית הרבני הנגיד רבי הערשל גאלדבערגער הי"ו


ן ל י י צ ר ע ד ר ע ד ל י ב ספרי תורה משה ויזל 5411.875.438 . תפילין . מגילות . מזוזות צו באשטעלן רופט: משה ויזל 5411.875.438 מיר פארמאגן אלע W אייערע סת”ם געברויכן! ! U O Y O T E M O C E ca.extire@Info | 3080.400.514: T/C DEMAND ON exTIRES tire געכאפט א טבילה שטעלט אייך פאר איר כאפט א שווים אינמיטן א ווארעמע זומער טאג ווען מיטאמאל ווערט אייער רואיגקייט צעשטערט, א פענסטער קראכט אויס און א הערש לויפט אריין.. אט אזוי האט פאסירט דעם זונטאג אין אנטעריא, -צופעליג נישט אין א ווארעמע זומער טאג-, ווען די פענסטער פון א פול עריע האט געקראכט בשעת מענטשן זענען געשווימען דארט און א הערש איז אריין געלאפן דורכן שפאלט און געכאפט א פיינע טבילה, בשעת וואס דרייסיג מענטשן אריין גערכענט קינדער זענען געשווימען דארט. רץ כצבי ן ל י י צ ר ע ד ר ע ד ל י ב מען גייט בענטשן מזומן א מאדנע מעשה האט פאסירט לעצטע וואך ערש"ק פרשת תצוה. א חב"ד שליח אין איינע פון די סטעיטס האט באגעגנט א גלויביגע גוי. דער גוי האט איהם געזאגט אז שוין די לעצטע צוויי יאר לערנט ער תנ"ך )?( און לעבט עס ממש מיט, אזוי ווייט אז ער געבט מעשר און ביכורים, ער ווייסט אז אמאל זענען געווען לויים און היינט איז שוין נישטא, דעריבער פרעגט ער דעם שליח וואס ער זאל טוהן מיט די געלט? זאגט איהם דער שליח פארוואס מיינסטו ס'נישטא קיין לויים? איך האב אסאך חברים לויים! אזוי!? זאגט דער גוי, אויב אזוי ביטע איך האב א קעסטל וואס איך האב אוועקגעלייגט מעשר, און איך וועל עס יענעם געבן. בערך 30:2 פרייטאג נאכמיטאג האט ער באקומען דעם שאכטל, און ביים עפענען האט זיך אנטפלעקט פערציג טויזענט דאלער קעש!! )ביי אונז אין קאנאדע זאגט מען 'יו.עס. דאלערס' צו מאכן מער דראמא(.


ממש צוגעפאסט פאר מאנטריאל בס"ד מאנטריאל גארטל‘ט אייך אן!


Click to View FlipBook Version