The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Montreal Tosh Bletel, 2024-03-14 22:33:02

The Montreal Tosh Pekidei Bletel

The Montreal Tosh Pekidei Bletel

והפכתי אבלם לששון וניחמתים ושמחתיםמיגונם וועלכע טרויערט נאך די ביטערע טראגעדיע מיט די פארלוסט פון זיין טייערע זון ב˘ם די טויזענטער ליינער ˙ו˘בי עירינו ˆוזאמען מיט אלע ˙ו˘בי מאנטריאל טוען מיר זיך באטייליגן מיט גרויס מיטלייד און געפיהל, מיט די געוואלדיגע ˆער און אומגלי˜ פון ידידינו וידיד נפ˘ כל חי העס˜ן הנכבד הר"ר שרגאשמואלמיללער הי"ו עמוד העסקנות בעירינו פון וועמען מיר אלע געניסן רונדע דעם יאר פון זיינע ˘לאפלאזע פעולו˙ לטוב˙ ˙ו˘בי עירינו בכלל ובפרט מיט א זעלטענע געטריי˘אפט און גרייט˜ייט און באזונדער מיט כסדר'דיגע הילף אויף טריט און ˘ריט פאר דער בלעטל אויסגאבע הילד חייםמאיר ע"ה וועלכער איז ליידער פריˆייטיג אווע˜געריסן געווארן ˆו די ווייטאג און ˆער פון זיין מ˘פחה, בא˜אנטע, און אלע ˙ו˘בי העיר וואס האבן אזויפיל מ˙פלל געווען און מ˜בל געווען ˜בלו˙ טובו˙ לזכו˙ו מיט א הארı פול מיט הכר˙ הטוב, מיטגעפיהל און ˆער, טוען מיר וואונט˘ן המקום ינחםאתכםבתוךשאר אבלי ציוןוירושלים דער אויבער˘טער אליין, נאר ער ˜ען אייך טרייסטן און מחז˜ זיין, געבן די ריכטיגע כח און מוט אנˆוגיין, מער ני˘ט הערן פון ˜יין ˆרו˙ און פיין, פון יעˆט זאל ˘וין נאר זען ˘מחו˙ און נח˙ אליין, אן ˜יין ˆער ועגמ˙ נפ˘ בא˘טיין, ˜ענען ווייטער אויפטוען פאר כלל י˘ראל גוטע זאכן מיט הˆלחה, סייע˙א ד˘מיא אויף טריט און ˘ריט מיט פיל ברכה, ביז מיר וועלן ב˜רוב ווי עס וואונט˘ט מיט פיל מיטלייד דיבלעטל רעדאקציע בס"ד זוכה זיין ˆו די גאולה ˘לימה און ˙חיי˙ המ˙ים, בב"א


מקרב לב ונפש פנימה, בלב יגון קרוע ומרה, מרגישים אנחנו ברוב אנחה, צרת האי גברא יקירא, מוסר את נפשו לזולת, אחיעזר ואחיסמך בפנים מאירה, ידיו משכיל בחכמה ובתבונה, שייף עייל שייף ונפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה, ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, העסקן הנמרץ בה' הידיעה מו"ה שרגא שמואל מיללער הי"ו וכל משפחתו החשובה היושבים בעמק הבכא על פטירת בנם החשוב יניק וחכים חיים מאיר ע"ה המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים בעל הישיעות ובעל הנחמות ירפא שברון לבבכם בחודש הזה אשר נהפך מאבל ליום טוב, ושמחה וששון ישיגו ונס יגון ואנחה, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבוליכם ונזכה לנחמת ציון וירושלים בגוא"צ ומלכינו בראשינו הכ"ד המשתתפים בצערכם והמוקירכם בפרטיות על פעולתכם לתלמידי ישיבתינו הקדושה אצל השלטונות מדי שנה ושנה במסירות נאמנה המנחמים בשם הנהלת הישיבה אלימלך ראזענצווייג-משה יצחק הערשקאוויטש


בכל עצב יהיה מותר ודבר שפתים אך למחסור )משלי פרק-יד-כג( אין אומר ואין דברים לפתוח פה בתנחומין, אל מעלת כבוד האי עוסק בצרכי רבים בכל התחומין, בנאמנות לצרכי הכלל תמים פעלו, לכל הנצרך משליך חבלו, זה כמים שנים כולם שוין לטב, כמעיין הנובע וכאבן שואב, עושה ומעשה להמוני תושבי עירינו, אשר בעזרתו נחיה בגוים אמרנו, בעמדו תמיד מוכן לעזר ולסעד, בכל יכלתו במסירות ועדינות עדי עד, ה"ה האי גברא רבה ויקירא עסקן ותיק למען הכלל והפר ט הר"ר שרגא שמואל מיללער הי"ו מגדולי עסקני עירינו חברת הצלה היושב בעמק הבכא על שוד ושבר יחדו כי ידובקו בפטירת בנו היקר הילד כמר ע"ה באופן פתאום בשיא פריחותו ושנות ילדותו לדאבון לבינו אי לזאת הננו בזה לנחמו מעמקי רגשי לבבינו לאמר המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ייטיב ה' ולא יוסיף לייסרה עוד, ובל ישמע בכל גבולינו שום שבר ושוד, ינחם ה' אותך נחמו נחמו עמי, ימי אבלך בטוב ובנעימים ישלמו, מעתה ועד עולם אך טוב וברכה, כימות עניתני אלף פעמים ככה, מלא ברכת ה' בכל מיני השפעות, ברכות לרוב וישועות, לראות בטוב ה' ונפלאות, תמיד בכל יום בלי ליאות, עדי נזכה שישלח לנו מן השמים, ובא לציון גואל וינחמנו בכפלים, ביום ההוא יצאו מים חיי"ם, יציץ מעיר כעשב הארץ ויקים לתחייה יתקיים, בעת תחיית המתים ובנין ציון וירושלים, אמן המשתתפים בצערו הגדול מאנטריאל בס"ד


LINE ACHDUS פארצייכנט אייך דעם נומבער - ffiflffiflffifflfffi  fl fl  fl ffiflflffffiflflffffiflflfl ffi וועגן פון און צו אחדות ליין ניו יארק פארן היימישן ציבור, מיט היימישע דרייווערס


אידישע ארגאניזאציעס קלאגן פעדעראלע שחיטה רעגולאציעס וועלכע ברענגען אונטער די כשר'ע פלייש פראדוקציע אין קאנאדא אידישע ארגאניזאציעס, צווישן זיי די MK הכשר, האבן אריינגעגעבן געריכטליכע אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט, קעגן נייע רעגולאציעס פון קאנאדא'ס פוד אינספעקשאן אגענטור, וועלכע פארלאנגען אז בהמות וועלכע ווערן נישט שאקירט איידער'ן גע'שחט'ן ווערן, דארפן דורכגיין א מח טעסט זיכער צו מאכן אז זיי זענען פולשטענדיג באוואוסטלאז איידער מען טוט זיי ווייטער פראצעסירן. די אידישע גרופעס זאגן, אז די פרישע רעגולאציעס וועלן נאכמער פארשטייטערן די שוין אויך שטייטע כשר'ע שחיטה און פלייש פראדוקציע פראצעדורן. לויט די אנקלאגע וועט די עפעקט פון די רעגולאציעס עווענטועל אינגאנצן ענדיגן כשר'ע שחיטה אין קאנאדא. טייל שחיטה הייזער האבן שוין אויפגעהערט פראדוצירן כשר'ע פלייש, זינט עס האט זיך אויפגעהערט לוינען עקאנאמיש אונטער דעם יאך פון די שווערע רעגולאציעס וועלכע האבן פארשלעפט די פראצעדור. די אנקלאגע טוט אנצייגן, אז די נישט אידישע שלאכט הייזער וועלכע טוען אריינלייגן די בהמות אין א באוואוסטלאזן צושטאנד – געווענליך דורכ'ן אריינשיסן אין קאפ מיט א ספעציעלן ביקס - ווערן נישט די זעלבע נאכגעקוקט ווי די אידישע שחיטה הייזער וואו מען טוט אומברענגען די בהמה דורכ'ן דורכשניידן איר האלז, און אז די שאק פראצעדור אין נישט אידישע שלאכט הייזער האט שוין געברענגט דערצו אז טייל בהמות האבן איבערגעלעבט און דאן איז זייער הויט פון זיי געשינדן געווארן לעבעדיגערהייט. די אנקלעגער ארגומענטירן, אז די כשר'ע שחיטה איז א מעטאד וועלכע טוט פארזיכערן אז די בהמה ווערט פולשטענדיג באוואוסטלאז אויף א פארנעם אז זי וועט מער נישט קענען צוריקקומען צו איר באוואוסטזיין, און אז זיי האבן די נויטיגע שטודיעס אונטערצושטיצן די באהויפטונג. * רענטל פרייזן זענען ווייטער געשטיגן אין פעברואר אויף העכסטער ראטע אין מאנאטן א פרישע באריכט פון צוויי ריעל עסטעיט פירמעס, וועלכע אנאליזירן די סטאטוס פון רענטל פראפערטיס, ערשינען מאנטאג, צייגט אז אין פעברואר זענען די דורכשניטליכע רענט פרייזן געשטיגן מיט 5.10 פראצענט פון פאריאר אין דער צייט, אפצייכענענדיג דעם גרעסטן יערליכן פרייז וואוקס זינט דעפטעמבער 2023. דער דורכשניטליכער פרייז פאר א רענטל יוניט אין קאנאדא איז אין פעברואר געווען 193,2 דאלאר פער מאנאט. דער דורכשניט פאר אן איין-שלאפצימער יוניט איז געווען 920,1 דאלאר, וואס איז מיט 9.12 פראצענט פון פאריאר אין דעם זעלבן מאנאט. דער דורכשניט פאר א צוויי-שלאפצימערן יוניט איז געווען 293,2 דאלאר אין פעברואר, וואס איז מיט 3.11 פראצענט העכער פון פאריאר. פון צוויי יאר צוריק, הארט איידער די צענטראלע באנק האט אנגעהויבן הייבן די אינטערעסט ראטעס, זענען דורכשניטליכע רענט פרייזן געשטיגן מיט 21 פראצענט, אדער מיט א דורכשניט פון 384 דאלאר פער מאנאט. * קוויבעק שלאגט פאר מאסיווע בודזשעט פאר 2025 עקאנאמישן יאר, מיט 11 ביליאן דאלאר דעפיציט דער קוויבעק פינאנץ מיניסטא, עריק גירארד,


האט דינסטאג אויפגעברענגט די רעגירונג'ס בודזשעט פאר'ן 2025 עקאנאמישן יאר, וועלכע אנטהאלט 158 ביליאן דאלאר אין ספענדינג און א פאראויסגעשאצטע 11 ביליאן דאלאר דעפיציט, זאגנדיג אז די רעגירונג וועט פארפעלן צו באלאנסירן דעם בודזשעט דעם יאר. גירארד לייגט אן די שולד אויף דעם הויכן דעפיציט, וועלכע איז מיט פיר מאל גרעסער פון די 3 ביליאן דאלאר אין דעפיציט וועלכע עס איז געווען פארגעשאצט פארלאפענעם הערבסט, אויף דער אפגעשוואכטער עקאנאמיע און אויף די קלענער פון ערווארטעטע פארדינסטן פון פראווינץ קאנטראלירטע יוטיליטי סערוויסעס. די רעגירונג האט געלאזט אין גאנג א גרויסע איבערזיכט איבער רעגירונג פראגראמען, צו זען וויאזוי מען קען שניידן פון די אויסגאבן און דערביי באלאנסירן דעם בודזשעט. די רעגירונג האט אויך פארלאנגט פון דער היידרא- קוויבעק עלעקטרי פירמע צו פארבעסערן אירע אפעראציעס און דורכדעם שניידן 1 ביליאן דאלאר אין די קומענדיגע פינף יאר. גירארד האט אויך געמאלדן אז קוויבעק איינאווינערס וועלן דארפן אנהייבן צאלן 2 דאלאר פער קארטאן פון 2 הונדערט ציגארעטן, און נאך 2 דאלאר אנגעהויבן פון יאנואר 6 פון יאר 2025 , וועלכע וועט אריינברענגען פאר דער רעגירונג 300 מיליאן דאלאר אין לויף פון די קומענדיגע פינף יאר. גירארד פארשפרעכט צו האבן א באלאנסירטן בודזשעט ביז יאר 2029. אפאזיציע פארטייען האבן שטארק קריטיקירט די פירנדע סי.עי.קיו. פארטיי פאר'ן ברענגען דעם העכסטן דעפיציט אין קוויבעק'ס היסטאריע. זיי זאגן, אז אין רעזולטאט פון שלעכטע באשלוסן, האט די לעגאו רעגירונג פארלוירן קאנטראל פון דעם בודזשעט. * ווערט פון ביטקאין געגרייכט רעקארד הויכע שטאפלען די וואך די ווערט פון דער ביטקאין קריפטא וואלוטע האט די וואך איבערגעשטיגן אלע אירע רעקארדס פון סיי ווען, גרייכנדיג צו א ווערט פון מער פון 72 טויזנט דאלאר, נאך נאכאנאנדע וואוקס אין דער לעצטער שטיק צייט. ביים גרייכן די ווערט פון 69 טויזנט אמעריקאנע דאלאר דינסטאג, האט ביטקאין דערמיט געבראכן איר העכסטע רעקארד פון 68 טויזנט דאלאר פון נאוועמבער 2021 .זינט אקטאבער 2023 ,איז ביטקאין געשטיגן מיט נאנט צו 160 פראצענט, 44 פראצענט דערפון האט זי פארדינט אין פעברואר אליין. דאס טוט אונטערשטרייכן א שטארקער קאנטראסט צו יאר 2022 ,ווען די ביטקאין מארקעט האט געטראסקעט צו אונטער 20 טויזנט דאלאר ביים ענדע פון דעם יאר. די שטייגנדע ווערט פון ביטקאין ווערט אין טייל צוגעשריבן צו דער ערווארטונג אז די אמעריקאנע סעקיוריטי ענד עקסטשענדזש קאמיסיע וועט אין דער נאנטער צוקונפט באשטעטיגן דעם באנוץ פון ביטקאין- עקסטשעינדזש טרעידעד פאנד פירמעס, א באשטעטיגונג וועלכע איז טאקע געקומען דעם פארגאנגענעם יאנואר, ווען אמעריקאנע סעקיוריטי רעגולירער האבן געגעבן זייער צושטימונג פאר 11 ניי-געגרינדעטע פירמעס וועלכע האבן אריינגעברענגט ביטקאין אינוועסטירונגען אין ווערט פון מיליאנען דאלארן. עקסטשעינדזש-טרעידעד פאנדס זענען פירמעס וועלכע טוען געבן די געלעגנהייט פאר אינוועסטירערס צו אינוועסטירן אין סטאקס, באנדס, גאלד, זילבער, אויל אדער אגריקולטור פראדוקטן, אנדעם וואס זיי זאלן דירעקט דארפן איינהאנדלען די געקויפט פארמעגנס. ביז איצט זענען די סארט עקסטשעינדזש- טרעידעד פירמעס נישט געמעגט זיין אויסגעשטעלט צו ביטקאין אינוועסטירונגען לויט אמעריקאנע רעגולירערס, עפעס וואס האט זיך איצט געטוישט, טרייבנדיג פרישע ביטקאין אינוועסטירונגען און ארויפברענגנדיג ביטקאין'ס אלגעמיינע ווערט. *


באלד ווי דער ענווייראמענט מיניסטאר, סטיווען גילבאו, האט באצייכנט די שריט פון דער סאסקעטשואן פראווינציאלער רעגירונג, נישט צו קאאפערירן מיט די פעדעראלער 'קארבאן שטייער' געזעצן, אלס "אוממאראליש", האבן זיך אויפאמאל אנגעהויבן דיסקוסיעס צו איז דאס נישט היפאקריטיע, ווען דער זעלביגער פערזאן וועלכער טוט איצט באשולדיגן אנדערע אין ברעכן דאס געזעץ, איז מיט נישט אזוי לאנג צוריק זעלבסט ארעסטירט געווארן, טאקע צוליב'ן ברעכן דאס געזעץ. פאר 23 יאר צוריק, אין יאר 2001 האט זיך אין טאראנטא, אנטעריא אפגעשפילט א סענזאציע, ווען צוויי היציגע ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן האבן אין העראאיזם באשלאסן ארויפצוקלעטערן דעם גיגאנטישן 800,1 פיסיגן סי.ען. טורעם, וועלכע איז פון די וועלט'ס העכסטע סטרוקטורן און שטייט ביים 'לעיק אנטעריא' וואסער, מיט'ן ציל צו לאזן הערן זייער וויי- געשריי קעגן קאנאדא'ס פאליסיס אין פארבינדונג מיט קלימאט טויש. פון די צוויי קריכערס, איז איינער געווען אן אקטיוויסט, מיט'ן נאמען 'סטיווען גילבאו'. יארן האבן זיך געדרייט, און מיט דעם דער ראד פאר'ן מזל פון דעם אקטיוויסט גילבאו, ווען ער איז אין יאר 2019 אויפגענומען געווארן צו דינען אין דער קאבינעט פון דעם פריים מיניסטאר דזשוסטין טרודא. נישט בלויז איז גילבאו געווארן אויפגענומען אלס איינע טרודאו'ס קאבינעט מיטגלידער, נאר אין 2021 איז ער זאגאר באשטימט געווארן פאר'ן אמט מיט דער אויפגאבע פאר וועלכן ער האט די אלע יארן אזוי געטרוימט און געגארט. יא, ער איז געשטעלט געווארן אלס קאנאדא'ס ענווייראמענט מיניסטאר. דער קאנסערוואטיווער פירער פיער פאליעוו, האט די וואך פארשפרייט א בילד, וואס האט געצייגט דעם דאן אקטיוויסט גילבאו גענומען ווערן אין ארעסט דורך טאראנטא פאליציי, נאכ'ן אראפגעברענגט ווערן פון דעם טורעם. פאליעוו האט שפעטער געזאגט, אז די ריכטיגע "אוממאראלישער" אקט איז דאס וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געהעכערט 'קארבאן שטייערן' אויף קאנאדער. ארבעטנדיג אלס ענווייראמענט אקטיוויסט, אינאיינעם מיט דער 'גרין-פיעס' גרופע וועלכע איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע וועלכע קעמפט פאראויסצושטופן די קלימאט טויש אגענדע איבער דער וועלט, איז קיין צווייפל נישט אז גילבאו האט געבראכן דאס יהודה זעליגמאן ווען א פראווינץ ברעכט פעדעראלע געזעץ, וואס פאסירט? מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


געזעץ ווען ער האט זיך ארויפגעדראפעט דעם סי.ען. טורעם. ער איז ארעסטירט, אנגעקלאגט געווארן און באשטראפט געווארן דערויף מיט א יאר פראבעישאן און א געלט שטראף. פארשטייט זיך אז גילבאו, פון זיין זייט, וועט זיכער בארעכטיגן זיין דעמאלטדיגן שריט, מיט'ן עס באצייכענען אלס אן אקט פון ציווילע פראטעסט קעגן אן אויטאריטעט וועלכע קימערט זיך נישט מיט דעם וואוילזיין פון אירע בירגערס. אנדערע האבן עס אבער געזען אלס אומלעגאל, לייכטזיניק און געפארפול. סאסקעטשואן שיקט א מעסעדזש די סאסקעטשואן פראווינציאלע רעגירונג איז דא מיט אן ארגומענט, זי פון איר זייט האט אלע רעכטן אראפצואווארפן פון זיך דעם פעדעראלן געזעץ און אויפהערן פאדערן פון אירע איינוואוינערס צו צאלן דעם שטייער וועלכן די פעדעראלע רעגירונג האט ארויפגעלייגט אויף נאטירליכע גאז. איר טענה איז, אז די פעדעראלע רעגירונג זעלבסט האט פארלאפענעם הערבסט געמאלדן אז הייצונג אויל איז אפיציעל אויסגעשלאסן פון דעם קארבאן שטייער פאר די קומענדיגע דריי יאר, א שריט וועלכע איז דאן געזען געווארן אלס א פרואוו צו אדרעסירן די הויכע פרייזן פאר הייצונג אויל אין די פראווינצן וועלכע געפינען זיך אין דעם אטלאנטישן ראיאן. די יושר'דיגקייט פון דעם שריט מצד דער פעדעראלער רעגירונג, אויסצושליסן בלויז איין טייל פון דעם לאנד אינדערצייט ווען דער אנדערער טייל פאלק בלייבט ווייטער אונטערגעווארפן אונטער די הויכע שטייערן, איז זיכער עפעס וואס איז אפן פאר דעבאטע. מיט'ן דורכפירן אומגלייכקייט אין איר קארבאן-שטייער פאליסי, האט די ליבעראלע רעגירונג דירעקט איינגעלאדנט באשולדיגונגען פון אומ'יושר. דער סאסקעטשואן פרעמיער סקאט מאו איז אינגאנצן נישט אליין ווען עס קומט צו לאזן הערן א שטימע קעגן דעם ריכטונג וועלכן די פעדעראלע רעגירונג האט גענומען. אין געווענליכע צייטן, ווען א פראווינציאלע רעגירונג האט א פראבלעם מיט א פעדעראלע געזעץ, א סיטואציע וועלכע האט זיך נישט געמאכט זייער אפט דורכאויס קאנאדא'ס היסטאריע, קען זי אריינטראגן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער רעגירונג און קאנפראנטירן די לעגאליטעט און קאנסטיטוציאנאליטעט פון דעם ספעציפישן געזעץ. די רעגירונג קען עס אויך נעמען צום שטים בודקע, דורכ'ן ארויסשטימען קאנדידאטן וועלכע טוען פארטרעטן די פעדעראלע פארטייען וועלכע האבן געברענגט דעם געזעץ. ווען א פראווינציאלע רעגירונג באשליסט אבער פשוט און גראד זיך אנצופייפן אויפ'ן פעדעראלן געזעץ, שטעלט זיך די פראגע, וואס פאסירט דאן. וויאזוי וועט זיך אזא סארט קריזיס אויסשפילן, וויאזוי וועט עס מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


דער וויילער אנקוקן. נאך אלעם טוט עס שיקן א מעסעדזש, אז דאס געזעץ איז עפעס וואס קען זיין ברעכבאר. אבער נאכמער דארף מען וויסן, וואס וועלן זיין די נאכפאלגן מצד דער פעדעראלער רעגירונג. וועלכע שריט וועט די פעדעראלע רעגירונג נעמען אין רעאקציע צו מאו'ס קלארשטעלונג ארויסצואווארפן פעדעראלע געזעצן פון פענצטער. "איך וואלט זיכער נישט רעקאמאנדירט פאר קיינעם נאכצומאכן דאס וואס מיר טוען", האט געזאגט דוסטין דונקען, דער סאסקעטשואן מיניסטאר וועלכער האלט די אויטאריטעט איבער רעגירונג- קאנטראלירטע קארפאראציעס. "אבער דאס איז ווי ערנסט מיר נעמען די טעמע אין סאסקעטשואן". ווען א ציווילער בירגער טוט ברעכן דאס געזעץ, ברענגט ער דערמיט אויף זיך די ריזיקע פון ארעסטירט ווערן דערפאר, אזוי ווי גילבאו האט דאס ערשטהאנטיג קענען געלערנט אין 2001 .דונקען האט אויך אנערקענט, אז עס וועלן מעגליך קומען קאנסעקווענצן פאר זיין רעגירונג'ס שריט. גילבאו זעלבסט האט געווארנט פארלאפענע וואך אז עס וועט קומען א רעאקציע מצד דער פעדעראלער רעגירונג. דערווייל קוקט אבער נישט אויס, ווי פריים מיניסטאר טרודאו זאל האבן גרויס חשק צו מאכן דערפון א קרימינאלע בראטל. "איך גלייב נישט אז די רעדע איז דא איבער לייגן מענטשן אין טורמע", האט געזאגט דער פעדעראלער מיניסטאר איבער נאטירליכע רעסורסן. אין דעם יאר למספרם איז ערווארטעט אפגעהאלטן צו ווערן וואלן אין סאסקעטשואן, און עס איז שווער זיך צו פארהוילן פון דעם פאקט אז די ארטיגע רעגירונג זוכט אויפצוהייטערן די שטיצע ביי סאסקעטשואן איינוואוינערס וועלכע וועלן זען ווי זייער רעגירונג קעמפט צו פארלייכטערן זייערע הויכע לעבן קאסטן, און דערביי פארדינען פאליטישע פונקטן וועלכע זאלן זיך אנזען ביי די קומענדיגע וואלן, ספעציעל אין א צייט ווען אנקעטעס צייגן אז דער פארמעסט צווישן די פירנדע סאסקעטשואן פארטיי און די פראווינציאלע ען.די.פי. פארטיי האט זיך פארשמעלערט. עס איז אבער קלאר אז די פעדעראלע רעגירונג וועט ווארשיינליך מוזן רעאגירן. אויב נישט צוליב'ן באשיצן אירע געזעצן, דאן פשוט כדי שלא יאמרו הבריות אז די רעגירונג האט דורכגעלאזט סאסקעטשואן'ס שריט אן קיין שום רעאקציע. וואס איז צו ערווארטן? עס איז נישט פארהאן קיין פרעצעדענט אדער פראטאקאל וועלכע די פעדעראלע רעגירונג קען ניצן ביים באשליסן וואס צו טון ווען א פראווינץ באשליסט צו איגנארירן דאס געזעץ ברענגען די קריגעריי צום געריכט, וואלט מעגליך געווען אן אפציע צו שטעלן סאסקעטשואן רעגירונג אין א פאזיציע פון אנפייפן נישט בלויז אויף דער פעדעראלער רעגירונג נאר אויך אויף א מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


דירעקטער געריכטליכער באפעל אדער אורטייל. אונטער די נאציאנאלע געזונטהייט און סאציאלע פראגראם, דארף די פעדעראלע רעגירונג שענקען פאר סאסקעטשואן 2 ביליאן דאלאר. צוריקהאלטן טייל פון די געלטער וואלט מעגליך געווען אן אפציע פאר דער פעדעראלער רעגירונג, אבער אויב זאל זי אזוי טון טוט זי ריזיקירן אז דער געפעכט וועט נאכמער פארערגערט ווערן. מאמענטאל איז די טעמע מער-ווייניגער א לעגאלע קאנפליקט צווישן די צוויי רעגירונגען, אויב וועט אבער די פעדעראלע רעגירונג נעמען דעם ריכטונג פון גרעסטע בית המדרש אין אוטרעמאנט עפענט אירע טויערן די וואך שבת גרויס שמחה הערשט ביי חסידי בעלזא אין שטאט, נאך וואס דעם שבת קודש פקודי, וועט מען בעז"ה באנייען צום ערשטן מאל די גיגאנטישע נייעם בנין הבית המדרש וואס געפינט זיך אויף האטשיסאן קארנער סט. וויעטער. דער בית המדרש וועט דינען אלס הערליכע מקום לתורה ותפילה פאר די בעלזא שטיבל גערופן 'בעלזא אברכים' - וואס שטייט צירוקהאלטן געלט פון דער ארטיגער רעגירונג, וועט דער גאנצער שפיל ווערן פאליטיזירט, און נאכמער אויפברויזן די סאסקעטשואן רעגירונג און אירע איינוואוינער זיך קעגנצושטעלן דעם פעדעראלן געזעץ. די ליבעראלן שטייען אלזא בעפאר א דילעמע. זיי קענען זיך נישט ערלויבן נישט צוריקצוקעמפן, אבער זיי שטייען זיך גאר שטארק אונטערצוהאקן די פיס, און דערביי פארדינען מער פונקטן פאר פרעמיער מאו, אויב זאל זייער רעקאציע געזען ווערן אלס אומראציאנאל. בראשות דעם דיין הרה"ג רבי חיים נטע גראס שליט"א - נאך וואס די ביז יעצטיגע לאקאציע אויף פארק עוועניו איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן צוליב דעם ריבוי עם בליעה"ר. דער ריזיגער נייע בנין הבית המדרש איז נאכנישט פולקאם גרייט, עס איז איינגערי־ שט געווארן אויף א פראוויזארישן פארנעם, און במשך די קומענדיגע וואכן און חדשים וועט ווערן פארגעזעצט די מלאכת הבניה צו פארענדיגן דעם גרויסארטיגן בית גדול לה', כליל בהדרו. מיט די ערעפענונג פון דעם נייעם בית המד־ רש וועט דאס דינען אלס די סאמע גרעסטע תורה ותפילה צענטער אין די גאנצע געגענט לשם ולתפארת ולתהלה זייענדיג "א ווינקל פאר תורה ויראת שמים". מ י י נ ו נ ג ע ן א ו ן א נ א ל י ז ן פ א ר ד י ל ו מ ד ' י ש ע ק א פ ! צווישןמיראוןדיר


אויב האט איר אלטע בילדער זייט מהנה דעם ציבור אין שיקט עס אריין צום רעדאקציע בילד פון לעצטע וואך כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל ביים באזוכן מאנטריאל אין יאר תש"י 2 אדמו"ר מבאבוב זצ"ל 3 הגה"צ רבי שמואל אלכסנדר אונסדארפער זצ"ל אב"ד ראשית חכמה 4 הרה"ח ר' שלמה גוטטער ז"ל


המוני תושבי עירינו באגלייטן מיט צער הילד החשוב כמר חיים מאיר מיללער ע"ה למנוחת עולמים מיט גרויס ווייטאג און טרויער איז דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה מיט די פריצייטיגע פטירה פון הילד החשוב חיים מאיר ע"ה בן העסקן הנמרץ הר"ר שרגא שמואל מיללער הי"ו, אין יונגן עלטער פון בלויז צוועלף יאר אלט, נאכ'ן אריינפאלן פלוצלינג אין א גאר קריטישן צושטאנד מיט בלויז צוויי וואכן בעפאר. גאר שווער ווייטאגליך איז דער ביטערער פארלוסט, ווען דער בליענדער בלום איז אזוי פולצלינג פארשניטן געווארן, איבערלאזנדיג ערשיטערטע משפחה, חברים, און באקאנטע. באזונדער איז די צער און שאק ביי אלע זיינע מחנכים, מנהלים, און חברים, זייענדיג א באזונדער אויסגעצייכנט קינד, מיט מידות טובות און איידעלע הנהגות וואס מען זעט זעלטן. מיט טרערן אין די אויגן זאגן אלע זיינע מחנכים און באקאנטע עדות אויף זיין אומגעווענליכע התמדה, זיין אמת'ע ווילן און חשקות התורה. ער האט צוגעלייגט אייגענע סדרים און לימודים אויסער די צייטן פון חדר. מיט געהויבענע השגות, לערנענדיג משניות, אורחות צדיקים, און אפילו 'חק לישראל' וואס זיין חשוב'ע טאטע האט אים ערלויבט דאס צו לערנען נאר אויב ער לאזט אויס די שטיקלעך פון זוהר הקדוש, וואס איז נאכנישט געאייגנט פאר קינדער. די שטרעבן פון חיים מאיר איז אלעמאל געווען אויסצואוואקסן א גדול בישראל, און ער האט זיך פולשטענדיג געגרייט דערויף, לערנענדיג מיט א געוואלדיגע התמדה, און אפילו מחדש געווען פילע חידושי תורה וועלכע ער האט פארשריבן פאר זיך, מיט'ן כוונה צוזאמצושטעלן א ספר'ל דערפון, האבנדיג שוין גרייט אפילו א נאמען דערויף 'פני חיים', פון די אנדערע זייט איז ער געווען אן אמת'דיג ערליכע און איידל קינד. חיים מאיר האט זיך אין די לעצטערע וואכן אויסגעדרוקט אז ער באגערט אז דער וואס וועט געבן די הסכמה אויף זיין ספר זאל זיין משיח צדקינו אליין, לעבנדיג שטענדיג מיט אן השתקוקות צו ביאת המשיח, און בפרט די לעצטע שטיק צייט ווען ער האט גאר אסאך גערעדט דערפון. צווישן זיינע פאפירן האט מען געטראפן תפילות וואס ער האט פארשריבן פאר זיך בינו לבין קונו, אין וועלכע ער גיסט זיך אויס זיין הארץ צום באשעפער, מיט פארשידענע הארציגע בקשות און תפילות אויף תשובה, ביאת המשיח, ווי אויך א ספעציעלע תפילה אז ער זאל זיך נישט דארפן שעמען מיט זיינע חידושי תורה. מיט עטליכע וואכן צוריק איז חיים מאיר ליידער פלוצלינג אריינגעפאלן אין גאר א שווערן קריטישן צושטאנד, עפעס וואס האט אויפגעטרייסלט די גאנצע שטאט. גאר אסאך איז געטוען געווארן לזכותו, ווען פילע הונדערטער אידן, מענער און פרויען, יונג און אלט, האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות און איינגעריסן פאר זיין גאנצע רפואה. די גאנצע צייט אין שפיטאל, איז ער באגלייט געווארן דורך די משפחה און קרובים וידידים, וואס האבן אים נישט געלאזט אליינס קיין מינוט,


מינוט, מען האט געטוען אלעס אויף די וועלט צו ברענגען זיין רפואה. אבער ליידער איז שוין די גזירה געווען אנגעשריבן, און פארלאפענעם שבת קודש ויקהל, האט ער צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה פאר'ן אדון כל הנשמות. צו די שאק און שוידער פון זיינע איבערגעגעבענע עלטערן, משפחה, גוטע פריינד, מאנטריאלע איינוואוינער, און אידן איבער די גאנצע וועלט, וואס וואלטן אזוי געקענט נהנה זיין פון דעם בליענדן בוים. די לויה איז ארויס מוצאי שבת קודש פון די וויזשניצער בית המדרש אויף ווען הארן, וואו עס האט זיך געזעגענט מיט קורצע ווערטער כ"ק האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א. דערנאך איז ער באגלייט געווארן דורך א ריזן ציבור אויף די גאסן ארום. צומארגנס איז פארגעקומען די לויה אין מאנסי, וואו ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים דוויזשניץ מאנסי. אינטערסאנט איז צו באצייכענען אז ווען חיים מאיר ע"ה איז געבוירן געווארן מיט צוועלף יאר צוריק, איז די ברית געווען אין טאג פונעם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזשניץ זצ"ל. דער טאטע האט דאן זיך באראטן מיט זיין רבי הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזשניץ זצ"ל, וועלכע נאמען ער זאל געבן פאר'ן קינד, דער רבי האט דאן באפוילן צו געבן חיים מאיר, נאך זיין גרויסער טאטע בעל האמרי חיים זצ"ל, זאגנדיג "דער נאמען איז מיינע". - א שריט אויף וואס בנו חביבו יבלחט"א דער וויזשניצער רבי שליט"א פון דאהי, האט מעיד געווען אז דאס איז גאר א זעלטענע הנהגה געווען פונעם טאטן צו פארלאנגען צו געבן א נאמען, בפרט נאכדעם וואס דער טאטע האט געזאגט זיינע צדדים. - אבער יעצט מיט צוועלף יאר שפעטער האט מען עטוואס פארשטאנען דעם כוונה פונעם רבי"ן זצ"ל, נאך וואס חיים מאיר ע"ה איז אוועק טאקע אינעם טאג כ"ט אדר, די טאג פונעם רבינ'ס יארצייט, די נאמען איז טאקע געווען זיינע. יהא זכרו ברוך ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו בס"ד פטירה פון הילד בנן של קדושים כמר ישעי' משולם פייש כהנא ע"ה מיט צובראכענע געמיטער און פארקלעמטע הערצער האבן פילע תושבי קרית טאהש באגלייט למנוחת עולמים א הייליג צווייגעלע פון די טאהשער דינאסטיע, נפש נקי וצדיק הילד ישעי' משולם פייש כהנא ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג אין גאר יונגן עלטער פון בלויז זיבן יאר, נאכן זיך מוטשענען מיט שווערע יסורים דורכאויס זיינע קורצע לעבנס יארן. דאס קינד איז געווען א זון פון הרב נחמן כהנא שליט"א, און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא קאנאדע שליט"א, און פון הרה"צ רבי מרדכי סג"ל לאווי זצ"ל, זייענדיג אזוי ארום א דאפלטע אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע, נאך וועמען ער האט געטראגן דעם הייליגן נאמען "משולם פייש". די לויה איז ארויסגעגאנגען מאנטאג נאכמיטאג אין קרית טאהש, וואו ער איז געקומען לקבורה אינעם בית החיים דקרית טאהש, מיט די באטייליגונג פון פילע אידן וקרובי המשפחה. יהא זכרו ברוך ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו


USD 74 = .cad 1 CAD 35.1 = usd 1 CAD 81.433,96 USD 90.394,71 - Thursday Bitcoin 1 CAD 65.657,90 USD 90.281,67 - week Last SERVICES 7360-473-514. Lajoie 1363 Weber Shaul it give can You: bayoim boi evyoinim'L Matunes א 15 van passenger עוועילעבל צו פארדינגען רופט 3044-528-438 for prices low offer we Specifically. plans travel your all with you assist to here are We- Travel Please. Rentals Car and Hotels of lots on deals Also. Toronto & York New to Montreal From flights .customers satisfied of lots, 2069-553-514 call or com.gmail@traveldonebest email to easy super, budgeting with you assist to available yungerman experienced Heimishe! Budgeting or Call! freedom financial to getaway your-lot a gain and little a Invest. ups follow monthly and adapt .available Reference. Confidential Strictly). message leave answer no if (5935-293-845-1 text .area central Marche. access in-drive and dock with available space warehouse ft sq 5000-1000 .com.gmail@montrealemployer: contact please info more For. pricing Competitive מתנות לאביונים בו ביום למהדרין קען מען איבערגעבן צו שאול וועבער 1363 Lajoie אדער רופט 7360-473-514 מתנות לאביונים עס וועט אי"ה פארן א ווען )פלאץ פאר זיבן מענשטן( זונטאג נאכט בדיקת חמץ פון ניו יורק צו מאנטריאל-טאהש. אויב ווייסט איר איינער וואס זיכט א וועג פאר א ביליגע פרייז קען מען רופט 2950-276-514 א כולל אינגערמאן דא אין מאנטריאל לישועה איז גרייט צו לערנען שעות רצופות לזכות ישועות וכדומה 1 שעה 10 $2 שעה 25 $3 שעה 50 $4 שעה 100 $5 שעה 150 $6 שעה 200 $ רופט -438 1196-527 א משולח איז געגאנגען אין ביהמ"ד נאך געלט, זאגט איהם א יוד אנטשולדיגט איך האב נישט, זאגט איהם דער משולח נו אויב אזוי קום צוזאם מיט מיר אגוטווארטפוןה ַארווי!


ן ל י י צ ר ע ד ר ע ד ל י ב ,Renovations Contractor General. p.M needs construction your all for services notch-top delivering to dedicated are We 1116-290-514 ערש"ק ה' אדר רבי יוסף מראשקוב ב"ר שבתי – תק"פ רבי זאב וואלף מטשארנא-אוסטראה ב"ר נפתלי צבי – תקפ"ג רבי ישעיה מושקאט מפראגא ב"ר יעקב משה, הרי בשמים – תרכ"ח רבי אברהם מטשעכנוב ב"ר רפאל, זכותא דאברהם – תרל"ה רבי משה מקשאנוב ב"ר דוד – תרע"ה רבי מרדכי שלמה מבאיאן ב"ר יצחק – תשל"א שב"ק ו' אדר רבי דוד מאוסטראה ב"ר מרדכי טעבל, תלמיד הבעש"ט תק"י רבי אלבסנדר זיסקינד מפלאצק ב"ר אברהם, תלמיד החוזה -תקצ"ז רבי משה מסטעניץ ב"ר בנימין תלמיד החוזה – תר"ד רבי חנוך צבי מבענדין ב"ר פנחס יעקב הכהן, יכהן פאר – תרצ"ה זונטאג ז' אדר משה בן עמרם ב"א תפ"ח רבי יצחק אייזיק מקאלוב ב"ר משה יחזקאל – תקפ"א מאנטאג ח' אדר רבי יוסף יעב"ץ ב"ר חיים, יסוד האמונה – רס"ז רבי יצחק גרשון מלוצק, תלמיד הבעש"ט – תקמ"ח רבי טובי' מבריגעל ב"ר משולם זלמן יהונתן – תרע"ב רבי אהרן מנחם מענדל מראדזימין ב"ר שלמה יהושע דוד, צמח מנחם -תרצ""ד דינסטאג ט' אדר רבי שמואל שמעלקא מסעליש ב"ר יוסף, צרור החיים - תרל"ה רבי ישראל יעקב מחוסט ב"ר מרדכי מנדבורנא - תרפ"ט רבי שמואל דוד מנייטרא ב"ר יוסף משה הלוי, נאות דשא- תש"ד מיטוואך י' אדר רבי יוסף יואל מסטעפין ב"ר יעקב אהרן - תק"ל רבי יוסף ברוך מניישטאט ב"ר קלונימוס קלמן הלוי, גוטער יוד - תרכ"ז רבי נתן נטע מאושפיצין ב"ר משה דוד הלוי, כנף רננה -תרס"ז רבי אברהם זרח ארי' יהודה לייבוש מברעזאן ב"ר משולם פייבוש, אמרי יהודה -תרפ"ט דאנערשטאג י"א אדר רבי חיים יוסף דוד אזולאי ב"ר רפאל יצחק זרחי', חיד"א -תקס"ו רבי מנחם מענדל ב"ר יצחק איייזיק מזידיטשוב -תרס"א רבי אברהם מסאכטשוב ב"ר זאב נחום, אבני נזר -תר"ע רבי יוסף מראגאטשאוו אב"ד דווינסק ב"ר פישל צפנת פענח -תרצ"ו פורים שטיק? סאיז טאקע פורים אויף דער וועלט אבער ווער האט דען געהייסן דעם טראק אויסגיסן ראולס טישאס אויפן הייוועי? פורים שטיק אדער מנהג קאליפארניע? איין זאך זיכער, סאיז זיכער געווארן א כאפצעם!


בס"ד AVE PARC 5365: LOCATION NEW BRAND 25 MARCH, MONDAY ON OPENING GRAND selection wide a enjoy ll'You. experience clothing s'men fresh a Introducing to alterations precise and, service exceptional, garments premium of .comfort in around stroll confidently can you ensure לאמיר רעדן אפען


Click to View FlipBook Version