for source complete Your Financing Mortgage 1460.223.514 .ins-Trade. Financing. Leasing Parc du avenue 5724 WHATSAPP/TEXT/CALL PiniKras-1733-312-514 com.topcoreit@info: Email 1733-312-514 Grossman Aron whatsapp or text Call 1055-545-514: Tel matters it when support IT בס"ד - ערש"ק פרשת בחוקותי - מברכים -חזק כ"ג אייר תשפ"ד 153 #Issue 3469-929-514 Padwa Elazer com.padwafinancials@elazer your understand We needs Insurance Life - ח ס י ד י ש ע מ ל ב ו ש י ם צ ע נ ט ע ר - 8693.274.514 // AVE PARC 5365 com.schonsnatural@orders 6360.418.514 Viateur Saint 1004 00:1- 00:11: Fri 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:6- 00:12: Sun a always re'you, Natural s'Schon With and allergies against battle the in winner !challenge health other any Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily Claim !Victory מוסדות מהרח"ו צפת עיה"ק ע"ש ר"ח וויטאל זיע"א הנה ימים באים שמסוגלים מאוד לזכות לזיווגים הגונים ביום א' במדבר בלילה - יסוד שביסוד הבעל"ט ואשרי הזוכה 0415-460-917
זמןמתן IT GIFT תורתנו GIFT A WITH !CERTIFICATE פרדס ˘טעלט אהער א ברייטע און רייכע אויסוואל פון סעט'ס ˘"ס ˆו באלייכטען אייער ח˙ן אויף יו"ט. תלמוד בבליש"ס Ave Parc 5681 4H2-H2V, Quebec, Montreal ca.pardes@Info: Email • 1895-276-514: Call pm 3 • am 10: Friday • pm 10 • am 10: daily Open COME WE !YOU TO Repair Tire ex DEMAND ON TIRES tire בס"ד Storage Tire Sales Tire Changing Tire 3080.400.514: TEXT / CALL > אראפ מיט די ווינטער טייערס. > ארויף מיט די זומער טייערס. ירידה לצורךעלי‘ איר זענט דער וואס קען מאכן די טויש!
"הער שוין אויף צו נוצן מיין נאמען"... די פארזאמלטע זענען געזעצן מיט א פארכאפטן אטעם, הערנדיג די פערלדיגע רייד פון ר' יעקב, דער גרויסער מגיד. ארגינעל זענען זיי נישט געווען קיין חסידים פון דרשות און שיעורים, זיכער נישט ווען עס האנדלט זיך אין אזעלכע סארט שמועסן וואס וועט מאנען און פאדערן פון זיי א טויש. אבער נאכ'ן 'בטעות' הערן עטליכע מאל די הארציגע פערל רייד פון ר' יעקב דער בארימטער מדריך פאר בעלי תשובה, האבן זיי באשלאסן אפשר דאך? וואס קען שאטן צו הערן אביסל גוטע ווערטער, געניסן פון א שעה מיט תוכן, אנשטאט די גאנצע טעג און וואכן וואס זיי פוסטעווען אפ. אזוי האבן זיי זיך געטראפן א גרופע פרייע יונגען, וואס זענען ליידער געווען זייער ווייט פון תורה ומצוות, שלינגען מיט דורשט די רייכע דרשות פון ר' יעקב, וועלכער האט זיי טאקע נישט אנטוישט, וואך נאך וואך איז ער אפירגעקומען מיט פרישע וואונדערליכע חידושים און בליציגע געדאנקען, וואס האבן ביסלעכווייז אויפגעטרייסלט די פארפרוירענע הערצער, עפעס א פונק פון אידישקייט האט אנגעהויבן צו טליען דארט. ביז יענעם וואך... אינמיטן זיין דרשה האט ר' יעקב דערמאנט איינעם פון די בארימטע משכילים ועוקרי דת, צולייגנדיג דערנאך דעם צוגעפאסטן טיטל "ימח שמו וזכרו". אין זאל איז געווארן א שטורעם, די יונגען וואס זענען פון קינדווייז אן אויפגעוואקסן מיט שעצונג צו די 'אויפגעקלערטע לייט' וואס האבן געגרונדעט די פארפוילטע השכלה, און אפגע'שמד'ט אזויפיל טויזנטער אידן ה"י, האבן נישט געקענט אראפשלינגען דעם פאקט אז דער מדריך זאל אזוי רעדן אויף אזא 'גרויסער מענטש'. זעענדיג די איבערקערעניש, קולות און געשרייען אויף די העכסטע טענער. האט ר' יעקב געפאסט מוט, און באשלאסן זיך צו 'אנטשולדיגן': "מיינע טייערע פריינט, איך ווייס נישט וואס איר זענט אזוי ברוגז, איך זאג דאס נישט פון מיר, יענער משכיל זעלבסט זאגט דאס כסדר: שטעלט אייך פאר ווי עס קוקט אויס אויבן אין הימל, ווען דער משכיל ליגט איינגעטונקען אין א טאפ ברענעדיגע סמאלע, מען בראט אים מיט יסורים נוראים, ווי עס גייט פאר די רשעים אין די גיהנום. ענדליך קומט א צייט וואס מען נעמט אים ארויס פון זיין לעכל, פטור! אפגעקומען זיין שטראף! דער רשע דרייט זיך ארום מיט א פארשווארצטן פנים, און פראבירט צו שעפן א ביסל לופט, צוזיך קומען פון די שרעקליכע יסורים. אבער בלויז א קורצע תקופה דערויף כאפן אים צוויי מלאכי חבלה, און שלעפן אים צוריק אריין אין גיהנום. "וואס איז?" שרייט ער מיט יאמערליכע קולות. "די מעשה איז אז דיינע נאכפאלגער האבן געגרונדעט שולעס אויף דיין נאמען, דארט לערנט מען השכלה אזוי ווי דו האסט געפרעדיגט ביים לעבן. די פארגאנגענע צוויי חדשים איז געווען וואקאציע, האט מען דיר געקענט ארויסלאזן פון גיהנום, אבער יעצט אז די חברה הייבן צוריק אן די לערן-יאר, און מען איז ווייטער מחנך קינדער מיט כפירה ומינות אויף דיין נאמען, געהערסטו צוריק אין גיהנום. נעמט זיך דער רשע שרייען מיט קולי קולות "י-מ-ח ש-מ-ו ו-ז-כ-ר-ו, נוצט מער נישט מיין נאמען! מעקט עס אפ פון די וועלט! איך קען מער נישט אויסהאלטן די יסורים". "אלזא ליבע פריינט," האט ר' יעקב אויסגעפירט, "איך האב נאר מתפלל געווען אז זיין תפילה זאל אנגענומען ווערן... מען זאל טאקע מער נישט נוצן זיין נאמען..." ווייל יעדע זאך וואס א מענטש טוט, איז ער א ביישפיל פאר אנדערע. צומאל קען א מענטש טוען א גוטע זאך, און צוברענגען אז לאנגע יארן זאלן נאך אנדערע מענטשן דאס נאכטוען, ווייל ער האט אמאל געוויזן וויאזוי מען טוט אזא מצוה, אן דעם וואס דער ער זאל אפילו וויסן וואס ער האט אויפגעטוען. יעדעס מאל וואס מען דערמאנט זיין נאמען, אז אין זיין זכות טוט מען דאס, פארדינט ער אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. אבער חס ושלום פארקערט, ווען מען איז דער ערשטער אפצוקילן א געוויסע זאך, מען ברענגט צו אז אנדערע זאלן טוען נישט אויסגעהאלטענע זאכן, נאכ'ן זיך אפלערנען פון אים, איז גארנישט אזוי בא'טעמ'ט אז זיין נאמען זאל ווערן דערמאנט, עס גלוסט זיך ליבערשט אז מען זאל שוין פארגעסן די נאמען, מער זאלן נישט קומען נאך עבירות אויף די קאנטע. דעריבער יעדע זאך וואס א מענטש טוט, דארף מען אלעמאל האלטן פאר די אויגן "וואס גייט דאס מיר ברענגען? ווער גייט מיר נוצן אלס ביישפיל און אויף וואס?" וואויל איז דעם וואס האט די זכיה צו זיין א ביישפיל אויף מצוות און מעשים טובים, א אינוועסטמענט וואס קאסט גאר ביליג, אבער ברענגט פארדינסטן אויף אייביג!
19:8 52:12 18:10 43:9 08:8 00:9 09:5 50:9 35:8 נץ החמה תפלה קר"ש קר"ש תפלה חצות הדה"נ שקיעה מוצשב"ק א דאנק פארן ארויפברענגען די נושא פון קארניוואל'ס פארגאנגענע וואך האט איינער געשריבן וועגן מאכן א קידוש השם נאך א קארניוואל, דאס איז א נושא וואס איך האבן שוין א לאנגע צייט געטראכט דערוועגן, און עס האט מיר דערפרייעט אז איינער האט גענומען די מיה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט דערצו, בעיקר האבן איך הנאה געהאט פון די חלק וויאזוי ער ברענגט ארויס אז מען זאל זען מחנך צו זיין די קינדער פון יונגווייז אן איבערצולאזן פלאץ פאר א צווייטן, און בכלל איז עס נישט שיין צו לאזן אנגעהויפנט איין צעטל אויף די אנדערע. א קידוש השם איז נישט נאר פאר גוים נאר טאקע אויך פאר אידן. א גרויסע דאנק פארן לייגן די בריוו, און א דאנק פאר די בלעטל אויסגאבע פארן צושטעלן אזא פלאטפארמע וואו מען קען זיך אויסשמועסן איינער מיטן צווייטן. ג. ד. נאך וועגן קארניוואל'ס קודם כל א גרויסע יישר כח פאר די בריוו שרייבער וואס האט געשריבן פאריגע וואך איבער מאכן א קידוש השם נאך א קארניוואל, אבער ער האט נאר גערעדט איבער די חלק פון לאזן די פלאקאטן הענגען, איך האב געוואלט אויך אדרעסירן די חלק פון די קארניוואל אליינס וואס קומען פאר אויף די גאס אדער אין די לעין, וואס דאס ברענגט א מאסן צוזאמלויף פון צענדליגע אדער צומאל הונדערטער קינדער, אנברענגענדיג א געפערליכע שמוץ אויף דאס פלאץ, וואס שטערט זייער פאר די ארומיגע שכנים, און דא געשעט אויך אז עס בלייבט ליגן רעפערס פון קענדי'ס וכדומה מיט אידישע ווערטער דערויף פאר א לענגערע צייט. פיל מאל זעט מען יא ווי די עלטערן הייסן די קינדער אויפהייבן די שמוץ, אבער אין גאר אסאך פעלער וועט פארבלייבן א חורבן אויפ'ן ארט. עס איז נישט קלאר וועמען מען דארף אדרעסירן מיט די בריוו, די קינדער אדער די עלטערן. אבער ביידע, סיי די קינדער און סיי די עלטערן דארפן האבן אן אחריות צו מאכן א קידוש השם און זיין פשוט מענטשליך מיט'ן זיכער מאכן אז די פלאץ ווערט נאכגערוימט, קיינער וויל נישט האבן ביי זיך קיין ראטן און סקאנגס... ד.ט. ,IT your manage We can you so your manage .business Services Technology G4Tech ca.g4tech@Info: E I 9726.446.514: C I Gross Motty provide We services technical your of all meet to .requirements • n oi situat every to solution the: ch G eT4 בס"ד
ATM TD מאשין ארויס פון באניץ מאשין אויף בערנארד וועט נישט זיין אין ATM TD איך וואלט געוואלט מיטיילן לתועלת הרבים אז די .באניץ נעקסטע וואך פון מאנטאג ביז דאנערשטאג פ.ש. summer the for rent for available Traverse Chevrolet passenger 8 A days\week for or 9516-451-514 reserve to call זיכט א קאר צו דינגען א קאר פאר פרשת עקב אדער שופטים? אפשר גאר שבת נחמו? איר קענט זיך דערמאנען דעמאלטס.. אדער היינט!! יום המסוגל 'ערב ר"ח סיון' 'אונזערע קינדער זענען די טייערסטע אוצר וואס מיר פארמאגן'. א טאטע וועט טון וואס ער קען נאר אז ער זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער. דערפאר איז נישט קיין וואונדער אז ווען עס קומט די דערהויבענע טאג ערב ראש חודש סיון, וואס עס איז א סגולה אויף גוטע קינדער, ווערט דאס אויסגעניצט דורך אחינו בני ישראל אלס א טאג וואס מען לייגט אריין אסאך כוחות אין תפילה אויף גוטע און ערליכע קינדער. איינער פון די באקאנטע תפילות וואס איז געבעטן געווארן אויף גוטע קינדער, איז די הארציגע תפילה פון חנה, זי האט געבעטן אז דער באשעפער זאל איר געבן "זרע אנשים", איז די גמרא מסביר "זרע המובלע בין אנשים ואינו מתבלט" א קינד וואס שטעלט זיך נישט ארויס צווישן מענטשן נישט אלס צי קלוג און נישט אלס א טיפש, איז רש"י מסביר אז אויב ער איז זייער קלוג וועט דאס זיין א וואונדער ביים ציבור, און אויב מען וועט רעדן וועגן אים וועט ח"ו שולט זיין אן עין הרע. עס ווערט געברענגט אויף די מדרש ביי חורבן בית המקדש, אז רבן שמעון בן גמליאל האט געזאגט, אז ביי מיין טאטע אין שטוב האבן געלערנט 500 קינדער תורה, און עס איז נאר איבערגעבליבן פון זיי מיר און מיין פלומעניק. איז דער תוספות רי"ד מסביר, אז וויבאלד די קינדער זענען געווען גרויסע חכמים אין תורה און אין חכמה, האט שולט געווען אן עין הרע אויף די משפחה, און דאס האט געברענגט די געוואלדיגע צרה. ווי באקאנט אז הרה"ק מבעלזא זצ"ל פלעגט זאגן: "מען טוט זיך נישט אויף מיט די קינדער". דער מדרש תנחומא ברענגט אויף די ווערטער פון יעקב אבינו פאר זיינע קינדער 'למה תתראו'. ער האט זיי געבעטן גיבט אכטונג זיך מער צו באהאלטן, כדי עס זאל נישט שולט זיין אויף ענק קיין עין הרע. אין די יעצטיגע טעג וואס מען האלט פאר ערליכע און גוטע קינדער ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות זמן מתן תורתינו, ווערט געברענגט אז די ערשטע לוחות וואס איז געגעבן געווארן בפומבי איז ליידער צעבראכן געווארן, וויבאלד עס האט שולט געווען אן עין הרע, אבער די צווייטע לוחות וואס איז געגעבן געווארן בצנעה האט זיך געהאלטן. הייליגע ווערטער פונעם 'פלא יועץ', די עצה קעגן עין הרע איז מתפלל זיין צום רבונו של עולם, וויבאלד דער באשעפער איז דאך א שומע תפילת כל פה, האט ער רחמנות אויף זיינע קינדער און ער וועט זיי ראטעווען פון עין הרע. אין די יעצטיגע טעג פון ערב ראש חודש סיון, דער יום המסוגל פאר גוטע קינדער, לאמיר אפהיטן אונזערע אייגענע קינדער פון אויפמערקזאמקייט, אזוי אויך טוט די עצה פונעם פלא יועץ צו מתפלל זיין אז עס זאל חלילה שאטן קיין שום עין הרע . רייניגט אייערע נעמען פון עין הרע דורך פעולות מקובלות מאבותינו ורבותינו, בהמלצת הרבנים, עיני ישועה 6732.600.514 plastic elegant The .roll tablecloth לכבוד שבת ויום טוב thickness the Twice transparency clear Extra size exact to Cut static Zero creases No Available better in Supermarkets 1.2 Mil Supreme 3.1 Mil Quality
להולדת הבן שלום זכר להולדת הבת קידוש הר"ר שלום אלי' פעדער הי"ו בהר"ר ברוך הערש ע"ה חתן הר"ר שלום געשטעטנער הי"ו וו"נ -ליל ששי בבית חמיו Outremont282 זכר -ביהמ"ד סקווירא Durocher6019 ברית - זונטאג בביהמ"ד סקווירא 6001 ave Parc הר"ר זלמן אונגאר הי"ו בהר"ר אברהם הערש הי"ו חתן הרב דוד אונגאר שליט"א ביהמ"ד סקווירא Durocher6019 הר"ר ארי' זאב קאטה הי"ו בהר"ר בערל הי"ו חתן הר"ר אנשיל פערבער הי"ו ביהמ"ד בעלזא צעירים ave5680 Parc הר"ר ראובן יואל שמעון מסינגער הי"ו בהר"ר משה שלמה הי"ו חתן הר"ר משה ישראל פאלאווין הי"ו ביהמ"ד סקווירא Durocher6019 הר"ר יודא עזריאל מיללער הי"ו בהר"ר משה הי"ו חתן הרב יאיר כהן שליט"א ביהמ"ד אהבת ישראל וויזניץ Horne1046 Van הר"ר לייבוש מילער הי"ו בן הרב אלעזר אלימלך שליט"א חתן הרב פנחס ווידער שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזנבורג ביהמ"ד מתיבתא ראשית חכמה Hutchison5253 שידוכים שדכן עב"ג בת הר"רשמעון ישראל פרידמאן הי"ו מאנטריאל הח' הערש אלימלך ני"ו הר"ר יואל ווייס הי"ו קרית יואל ר' שלמה רעטעק מאנטריאל עב"ג בת הר"רשמואל יואל ניימאן הי"ו מאנסי הח' אלעזר ארי' ני"ו הר"ר ישראל מרדכי זוסמאן הי"ו קרית טאהש ר' מיכל בריננר בארא פארק עב"ג בת הר"רשמעון עוזר שטארק הי"ו בארא פארק הח' מרדכי ני"ו הר"ר שמעון ישראל כהנא הי"ו מאנטריאל ר' הערש לייב שטארק וויליאמסבורג עב"ג בת הר"רראובן לוי דייטש הי"ו מאנטריאל הח' מאיר ני"ו הר"ר ישראל נחמן שימאנאוויטש הי"ו קרית יואל ר' שלמה ביגסענשפאן מאנטריאל עב"ג בת הר"ר חיים ברוך רייך הי"ו מאנטריאל הח' זעליג ני"ו הר"ר שמואל ידידי' מערצבאך הי"ו מאנסי מרת קרויס קרית טאהש שבת מברכים חודש סיון ר"ח ביום ו' מולד אור ליום ו' 25:12 am עם 9 חלקים פאר א רייכע געשמאקע מיטן חסידישן חן מצווה טאנץ com.gmail@3471311 to” מצווה טאנץ ” send recording sample a For רופט בערל וויינבערגע ר 2153.373.579 בס"ד הייליגע מינוטין, דערמא נע ן זיך צום גוטן, ווי מ 'איז געגאנגען די ערשטע טריטן, דאנקט מען ה' גאר האר צ נ'די ג דודים וידידים, באקומען די כיבודים, מיטן גארטל די ריקודים, פאר די גארטן וואס איז יעצט פ ל אנ צ נ'די ג א פעטער וואס יאגט זיך, א זייגער וואס טראגט זיך, גראמען וואס זאגט זיך, די עולם טאנ צ נ'די ג מחותנים צופרידענע, קינדער מידענע, אן עלטערע אידענע, די ערד נישט גלאנ צ נ'די ג יודל שפירא די עיקר מען פָארטאויףשמחות! 9964.345.438 G N I S A E L O T U A upcar בס"ד
Viateur Saint 1004 6360.418.514 com.schonsnatural@orders 00:6- 00:12: Sun 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:1- 00:11: Fri Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily The“ Naturemax Soy Plus saves Protein s'It! day the ,make to easy vitamins of full in great and my s'It! taste “!shake daily Goldberger. L- feel to used I" I since but, weak drinking started Max Nature from Energize I, Health Maxi more much feel and energized ".boosted Weiss. Mrs- Whey Energize Naturemax" meal quick to-go my is Protein ,days busy on replacement It. newborn a with especially in boost perfect the me gives ".you Thank. morning the .W . R- Energize Naturemax“ perfect a is Protein Whey that booster morning of dose extra an gives “!day the for energy Engel. Mrs- a with day my start I“ Protein Naturemax .morning every Shake for boost a me gives It “!day entire the .Z Devora– ,Tried & Tested .Trusted Edition Loss Weight .diseases cure or prevent, treat, diagnose to intended not are products These. FDA the by evaluated been not have statements These . E L P O E P EAL R BY IMONIALS EST T AL R E !WINNER MAY LUCKY Park Boro, F Esther and, Bio C Pure, 605 Formula using been ve'I“ Bh and, kids 7 last my after Complete Two Maxi “!this to thanks experiences nursing amazing have :Email or Text/Call com.maxihealth@win) | maxi (6294.600.516 !experience Health Maxi your Share Butterfly Bugaboo a Win .love you color the in ENTER MONTHLY RAFFLE Drawing Next 2024 June
סודות פון 'חדר' צום בעפארשטייענדן קאמפיין 'תומכיה' לטובת מוסדות וויזשניץ אין שטאט געווען איז דאס א רואיגע פרימארגן, א געשמאקע זומער ווינטל בלאזט, די גאסן זענען נאך האלב ליידיג, איך מאך מיין וועג צום בית המדרש געניסנדיג פון די פרישע לופט וואס דער רבינו של עולם שטעלט אונז צו פאר אומזיסט. ווען מיינע אויגן פאלן אויף א גרופע אויפגעהייטערטע קינדער וועלכע שטייען און ווארטן אויף די באס זייערע, וואס זאל זיי קומען אפנעמען. געוען איז עס היבש אויפפאלענד, נעמליך פון וואו נעמט זיך אזא שמחה ביי קינדער צו גיין אין חדר אריין? פון חז"ל ווייסן מיר אלס צו זאגן דעם "תינוק הבורח מבית הספר" א קינד בטבע נעמט שווער אן א עול אויף זיך, קוים מיט די נשמה יאגט מען זיך ארויס צום באס, וואס איז די שמחה דא? אפשר האבן זיי היינט א טריפ אדער מעגליך א סיום... אבער ניין, זיי האבן נישט אויף זיך קיין עקסטערע געפעק, גייען נישט אנגעטוען מיט ווייסע העמדער, וואס יא? אזוי טראכטנדיג קומט צו פארן א גרויסע געלע באס, די טיר צועפנט זיך און א הילכיגע גוט מארגן דונערט ארויס, די קינדער לויפן ארויף מיט שמחה, און דער באס פארט אוועק. ס'איז געווען גאנץ אינטערסאנט, א נקודה למחשבה, וואס מאכט קינדער זאלן זיין אזוי ענטוזיאסטיש צו גיין אין חדר, אפן גערעדט איז דאס נישט די נארמע וואס מען זעט געווענליך... נישט לאנג דערויף ווען מטעם די בלעטל בין איך געשיקט געווארן אויף א באזוך אין די וויזשניצע תלמוד תורה, איז דער סוד ארויסגעשווימען, אט דאס איז עס, די שמחה און חיות וואס מען געבט אריין אין די קינדער א גאנצן טאג, ציעט זיי ווי מיט גאלדענע צוואנגען, זיי ווילן זיך שוין דערזען אין חדר און שעפן פונעם לעבעדיגן קוואל. צווישן די חדר ווענט נאכ'ן מברר זיין די פרטים האב איך פארשטאנען אז צו מיטהאלטן א פולע טאג, דארף מען דארט זיין גאנץ פרי, ווייל די סיסטעם אין די מוסד אפערירט מיט שטארקע שמירת הזמנים, אלעס גייט אויפ'ן זייגער, כיתות, סדרים, מלמדים, יעדע זאך האט זיין באשטימטע צייט, און אזוי פארט עס טאג נאך טאג. אינדערפרי 45:7 שפאציר איך שוין צום בנין התלמוד תורה אויף פארק עוועניו ביי באביען, זיך גרייטענדיג מיטצוהאלטן א דאווענען מיט די פרחי וויזשניץ, ווער רעדט נאך פון דעם אז דאס איז גראדע געווען א ראש חודש, אה וואס קען זיין בעסער ווי א פלאם פייערדיגע הלל מיט די תינוקות של בית רבן. אונטערוועגנס האט מיר אנגעטראפן איינער פון די חשוב'ע כלי קודש, און דערציילט דעם סוד אז ווי יעדן ראש חודש דאווענען די קינדער היינט מיטן רבי'ן שליט"א אינעם בית המדרש אויף דוראשער. ווי עס איז איינגעפירט אין תלמוד תורה שוין א לענגערע תקופה, אז אין ספעציעלע יומי דפגרא'ס גייען די קינדער אריבער דאווענען די 'בלעטל' שטאב איז פארבעטן געווארן אויף א באזוך צווישן די ווענט פון "חדר"... תלמוד תורה מאור החיים וויזשניץ, צו זען פונדערנאנט און איבערגעבן פאר תושבי עירינו א ערשטהאנטיגע בליק אויף די ברייטע בליה און וואוקס ברוחניות ובגשמיות
מיטן רבי'ן, א זאך וואס געבט אריין אין זיי א חיות דקדושה, און דינט ווי א לעבעדיגע וועג ווייזער וואס דאס מיינט א וויזשניצער דאווענען. מיט געאיילטע טריט מאך איך שנעל דעם וועג צום בית המדרש, אנקומענדיג אין פארנט זע איך ווי פון אלע זייטן שטראמען אהין קינדער, ווען א ערנסטע מינע איז אויסגעגאסן אויף זייערע פנימער, א קלייניקייט, מען גייט דאווענען א שחרית מיטן רבי'ן. דער רבי שליט"א קומט אריין און מען הייבט אן צו דאווענען. איי איז דאס געווען א איבערלעבעניש! די ווענט האבן געדונערט פון די זיסע קולות, די קינדער האבן אראפגעלייגט א דאווענען מיט'ן גאנצן ברען, די ריינע תמימות וויאזוי זיי דאנקען דעם אויבערשטן, און צוזינגען א אנגענעמע רואיגקייט הערשט אינעם בנין, יעדעס קינד איז אין זיין קלאס, פון יעדע טיר הערט זיך ארויס די ערפארענע מלמדים, וויאזוי זיי לייגן אראפ דעם עבודת הקודש, און פרעגלען אריין תורה און יראת שמים אין די לעכטיגע צאן קדשים. א שמועס מיט'ן מנהל אזוי שפאצירנדיג אין די קארידארן פון חדר באגעגענען מיר דעם חשוב'ן מנהל הרה"ג ר' משה יוחנן שנעעבאלג שליט"א, וואס איז ברייט באקאנט אין שטאט אלס אויסגערופענער מחנך און מומחה בחסד עליון. נאכ'ן זיך באגריסן טרוי איך מיר צו געבן א קאמפלימענט נאכ'ן מיטהאלטן אזא דאווענען אין בית המדרש, און בכלל די אטסמאפערע אינעם בנין וואס רעדט זיך דער אויספיר אויפ'ן וויזשניצן נוסח, איז עפעס וואס בארירט ביז'ן נשמה אריין. ווער רעדט נאך ווען עס איז געקומען צו די פסוקים פון הלל. מען האט נישט געדארפט זיין א גרויסע בעל רגש צו ווערן גענצליך איבערגענומען פון דאס מיטלעבן, די חיות מיט וואס די קינדער לעבן מיט א דאווענען איז עפעס וואס איז נישט צום באשרייבן, אה, יאמרו נא בית אהר"ן כי לעולם חסדו. נאכן ענדיגן א דערהויבענע תפילת מוסף איז ווידערמאל אויסגעקומען מיטצוהאלטן די שמחה מיט וואס די קינדער לויפן אין חדר אריין. ווען די עלטערע כיתות זענען שוין מסודר יעדער אין זיין קלאס, קומען אן די באסעס מיט די יונגערע קינדער פון כיתה ה' און אראפ. קורצליך דערויף הערט מען שוין ארויס פון די כיתות א זיסע קול תפילה, איין כיתה זאגט מען נאר די ברכות און מען לייגט צו נאכדעם הארציגע אידישע תפילות אויף מאמע לשון. אנדערע כיתות זאגן שוין מער, אזעלכע וואס האבן שוין אפילו א יונגער בעל תפילה, וואס לאזט אויס מיט זיין זיס קול'כל שטיקלעך פונעם דאווענען. פאר זיך... מען דארף גארנישט הערן און גארנישט זען, בלויז זיך צו דרייען צווישן די כיתות, וועקט אויף עפעס אינערליך, א טיפע התרגשות, פון די ריינע חינוך וואס ווערט אריינגעלייגט אין די צאן קדשים. צו מיין פרייד באוויליגט דער מנהל שליט"א אראפצוגעבן פון זיין גאר טייערע צייט, עטליכע מינוטן, צו ענטפערן אויף די פראגעס וואס מיר האבן פארצולייגן: צום אלעמען ערשט, וואס איז דער סוד פון די שמחה וואס מען זעט אויף די קינדער ביים קומען אין חדר אינדערפרי? מען קען נישט זאגן אז עס איז ממש א סוד... דער גאנצע צוגאנג דא ביי אונז אין תלמוד תורה איז לכתחילה אויסגעשטעלט מיט א שמחה און לעבהאפט, דאס איז א זאך וואס גייט אריין אין די קינדער און מאכט זיי זאלן פרייליך און צופרידן פשוט צו אנהייבן נאך א טאג אין חדר. אלס מנהל קען מען מעיד זיין מיט א פולן מויל אז דורכאויס די גאנצע יאר תשפ"ד איז נאכנישט געווען אפילו איין יונגל וואס זאל דארפן גע'קנס'עט ווערן פאר'ן נישט אנקומען צייטליך צום דאווענען! זיי זענען אלע דא, יעדער וויל אנקומען צייטליך.
דאס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג וואס כדי אנצוקומען דערצו לייגן מיר אריין גרויסע כוחות, מען ארבעט מיט אלע אופנים אז דאס גאנצע קומען אין חדר זאל זיין בא'טעם'ט און איינגענעם און פשוט א געשמאק פאר א קינד צו קומען. ווי צום ביישפיל, ביים דאווענען איז פארהאן א ספעציעלע פראגראם גערופן "עבודה שבלב" און וועלכע די קינדער באקומען קארטלעך און שפעטער מתנות, לויט ווי גוט מען דאוונט, יעדער זאך וואס מען טוט איז מיט'ן פולן געשמאק און חשק, נישט סתם 'דער 'סיסטעם פארט' א טאג נאך א טאג. די זאכן ארבעטן געוואלדיג ב"ה, מען האלט דאס מיט טאג טעגליך די שמחה וואס די קינדער האבן ביים אנקומען אין חדר, עס ברענגט זיי בכלל אריין א געשמאק אין אידישקייט, גייט אין חדר איז געשמאק, לערנען תורה איז גוט, אחדות און סדר האט א טעם, מען געוואוינט זיך יונגערהייט צו א זיסן אידישן לעבן. אויב דער מנהל שליט"א קען אראפ געבן וואס בערך איז די סדר היום פון די קינדער אין חדר? דאס איז זייער א כללות'דיגע שאלה... די עלטערע כיתות, פון כתה ו' און ארויף, קומען אן אין חדר 45:7 אינדערפרי, מען שטעלט זיך דאווענען אינאיינעם א קאכעדיגע וויזשניצע דאווענען. דערנאך עסן די קינדער אינאיינעם פת שחרית ווי מען זעט א שטארק רואיגקייט און איידלקייט דערביי. אין די צייט וואס די עלטערע קינדער גייען ארויף צו די קלאסן קומען דעמאלטס אן די קלענערע קינדער פון כתה ה' און אראפ, עס איז א מחזה הוד יעדן טאג באזונדער צו מיטהאלטן דעם 'תינוק הבורח אל בית הספר' מיט אזא שמחה און געשמאק. די לימודים גייען ווי פארשטענדליך לויט די סדר פון די יארגענג, אין כתה א' לערנט מען אויס די אל"ף בי"ת און נקודות, כתה ב' די פסוקי חומש, אין כתה ג' לערנט מען שוין געהעריג חומש מיט רש"י און במשך די יאר הייבט מען אויך אן צו לערנען משניות. כתה ד' לייגט מען זיך אריין שטערקער אין משניות אויסצופלאסטערן דעם וועג פאר גמרא, ביז צו כיתה ה' וואס מען הייבט פאקטיש אן צו לערנען גמרא. פון דארט און ווייטער גייט עס אין יעדע כיתה א העכערע ניווא אין גמרא, ביז צו תוספות, און נאך לימודים ווי ספרי מוסר, הלכה, ידיעות התורה, וואס די עלטערע כיתות לערנען. יעדעס מאל מען קומט אן צו א פרישע דערגרייכונג, וואס ביי די קלענערע כיתות באדייט דאס א פרק משניות אדער א בלאט גמרא, און ביי די עלטערע מיינט עס שוין א פרק גמרא אדער גאר א גאנצע מסכתא, גייען די קינדער אריבער צו די גדולי הרבנים אין שטאט, וואו מען פארהערט זיך אינעווייניג אדער אויסעווייניג. די רבנים הגאונים שליט"א האבן זיך אין די פארגאנגענהייט אויסגעדרוקט מיט גרויס התפעלות אויף די בקיאות און ידיעות התורה וואס מען זעהט ביי די תלמידים בליעה"ר. דאס אלעס וואס מיר רעדן איז בלויז די סדר הלימוד, א באזונדערע שמועס קען מען געבן פון די הפסקות... וואס איז טאקע אזוי ספעציעל ביי די הפסקות? מען קען זאגן אז די רעזולטאטן פון די געוואלדיגע חינוך וואס מען לייגט אריין אין די קינדער בעת די סדר הלימוד קומען דעמאלטס ארויס! די איידלקייט און התנהגות פון די קינדער מיט אזא דרך ארץ און מענטשליכקייט איז ממש צום באוואונדערן, עס איז נישטא קיין הויכע געשרייען און ווילדע ארומלויפן אין די גאנצע שטח התלמוד תורה. ביי די הפסקה פון לאנטש ווערט צוגעשטעלט אין די עס זאל פארשידענע געימס און שפילערייען, מיט וואס די קינדער קענען זיך אויסלופטערן און כאפן דאס אטעם צווישן איין סדר און צווייטן. א גרויס חלק פון די קינדער פארברענגן דארט, אנדערע גייען ארויס אין הויף, אבער אלעס מיט אזא געמיטליכקייט און רואיגקייט אז עס איז א נחת צוצוקוקן. ווען עס קומט נאך לאנטש קען מען זאגן אז די
כיתות קוקן אויס די זעלבע ריין און זויבער ווי בעפאר דעם, וואס אגב לייגן מיר א שטארקע דגוש אויף ריינקייט און נקיות המקום, א זאך וואס געבט צו א גרויס הרחבת הדעת פאר די קינדער און גלייכצייטיג פאר די מלמדים. קען דער מנהל אנצייגן אויף עפעס אויסנאמליך מיט וואס דער מוסד צייכענט זיך אויס? גאר אסאך זאכן קען מען אנצייגן אז דאס איז וואס דער מוסד צייכנט זיך אויס ספעציעל, אבער איך וואלט אנגעכאפט עטליכע זאכן: טיפול מיוחד קודם איז די נושא פון טיפול מיוחד, סיי הילף און באגלייטונג פאר אלע קינדער צוגלייך, צו פארמיידן פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און עקסטער באהאנדלונג פאר קינדער וואס דארפן צוקומען צו באזונדערע הילף. אנגעהויבן פון ממש ביים אריינקומען אין חדר ביי די דריי יאר, וועט שוין דער געטרייע מלמד מומחה פון כתה א', הרב ר' זלמן לייב אסקל שליט"א אריינקומען אין בילד און זיכער מאכן אז דאס קינד ווערט רייף צו קענען עווענטועל אנהייבן לערנען עברי אין כתה א'. גלייכצייטיג וועט דער כתה א' מלמד מיטגיין מיט דאס קינד שטאפל ביי שטאפל, און אים באגלייטן אויך נאכדעם וואס ער ענדיגט דאס יאר אין כתה א', זיכער צו מאכן אז דאס קינד האט געהעריג אויפגעכאפט די לימוד אויף למעשה. דערנאך איז פארהאן צוויי באזונדערע אפטיילונגען וואס געבן זיך אפ מיט טיפול מיוחד, קודם איז דא די 'קריאה' אפטיילונג, געבויעט אויף די וועלט בארימטע 'תורת פיך' מהלך. די אפטיילונג ווערט געפירט דורך דעם לאנגיעריגן מומחה הר"ר משה פאללאק הי"ו, וואס מיט זיין מומחיות אין דעם געביט, באווייזט ער וואונדער מיט די תלמידים, צו טרעפן די פראבלעמען, און העלפן אנקומען צום לעזונג, ביז זיי זאלן קענען ליינען פליסיג און געשווינד, צו קענען מיטהאלטן די לימודים מיט אלע אנדערע קינדער. דערנאך איז דא די אנדערע אפטיילונג, פאר קינדער מיט פארשידענע פראבלעמען, קלענערע און גרעסערע, וואס קלאפן אויס פיזיש אדער גייסטיש, און דארפן האבן א ספעציעלע צוגאנג, ארויסצוהעלפן דאס קינד און באגלייטן מיט הבנה און ערפארונג, אים צו העלפן אנקומען אויפ'ן דרך המלך. די אפטיילונג ווערט געפירט דורך דעם מחנך נפלא הר"ר יוסף איינהארן שליט"א, וואו יעדעס קינד אין די ראמען פון דעם מסגרת ווערט באגלייט מיט געטריישאפט, מען טוט אלעס וואס נאר מעגליך אים צו העלפן און אוועקשטעלן, פון די יונגע יארן, ביז די בחורישע יארן בסייעתא דשמיא. לימודי חול נאך אסאך יארן פון כוחות און שווערע ארבעט האט מען ברוך ה' אויסגעארבעט א מהלך און פולע קוריקילעם, וואס זאל ברענגען פאר די קינדער די וויכטיגע ידיעות, און די פארלאנגטע לימודים וואס די רעגירונג פאדערט, אויף א פארנעם וואס זאל זיין פראקטיש און אויסגעהאלטן ברוחניות ובגשמיות, אויף א שיינעם מסודר'דיגע וועג. דאס איז דירעקט אויסגעשטעלט און באארבעט געווארן פאר אונזער מוסד, און ווערט ב"ה גענוצט אלס דוגמא און ביישפיל פאר פילע מוסדות התורה דא אין שטאט, וואס נוצן די מהלך, טיילווייז אדער גענצליך. מסיבת בר מצוה אין צוגאב צו די אלע מעלות טובות פון אונזער מוסד זענען פארהאן פילע 'זייטיגע' זאכן אין וועלכע מיר האבן געזעהן ב"ה גרויס סוקסעס אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט ביי אנדערע פלעצער. ווי למשל דאס וואס מען האבן איינגעפירט אז אין כתה ט' גייט מען נישט צו קיין סעודת בר מצוה פון די חברים, נאר אנשטאט דעם מאכט מען פאר יעדן חבר א גרויסע מסיבה אין חדר, עפעס וואס געבט א געלעגנהייט סיי פאר די חברים זיך אמת'דיג מיטצופרייען, און סיי פאר די בר מצוה בחור צו באקומען זיין פערזענליכע אויפמערקזאמקייט. בעלי קורא אין כתה ח' טוט דער מלמד לייגן א שטארקע דגוש אויף צו אויסלערנען די קינדער/בחורים צו
ליינען אין די תורה מיט טראפן, ברוך השם אז די קינדער האבן דאס אויפגעכאפט גאר שטארק אויף אזא פארנעם אזש פון די כתה וואס באשטייט פון 17 קינדער, זענען שוין 11 דערפון אויסגעשטיגן צו זיין בעלי קורא מומחים. עס איז אזוי געשמאק זיי צו הערן ליינען - אז עס וויל זיך צולייגן נאך עטליכע טעג אין וואך וואס מען זאל ליינען אין די תורה, צו קענען הערן אלע ניי אויפגעקומענע בעלי קורא אראפלייגן א קריאה מיט'ן גאנצן געשמאק... בין הזמנים ווען עס קומט צו די נושא פון בין הזמנים, דערקענט זיך גאר שטארק דעם חידוש מיט וואס אונזער מוסד צייכנט זיך אויס. ווען יעדער תלמיד פון די קליינע כיתות ביז די בר מצוה בחורים, באקומט א ביכל מיט גענויע לימודים וואס צו לערנען יעדן איינציגן טאג במשך די בין הזמנים. די סדר איז אויסגעשטעלט איבערצו'חזר'ן די לימודים וואס מען האט געלערנט במשך די יאר, זאל דאס זיין די חומש, משניות, גמרא, און אנדערע זאכן. אלעס איז שיין מסודר און אויסגעשטעלט מיט א לוח אויף יעדן איינציגן טאג. עס איז א מחזה הוד אריינצוקומען אין בית המדרש, און זען ווי אלע בענק זענען פול מיט בחורים און קינדער וואס זיצן און חזר'ן זייערע לימודים, די טעג ווערן אויסגענוצט מיט שעות פון לערנען תורה. נאך בין הזמנים ווען די קינדער ברענגען צוריק די ביכלעך אויסגעפילט ווערט מען באלוינט מיט שיינע מתנות און גורלות, וואס ברענגט זיי דעם שטופ צו גיין ווייטער און חזר'ן זייערע לימודים. דיסיציפלין געוויס קען מען זיך נישט פארהוילן פונעם פאקט אז אונזער מוסד טוט זיך אויסצייכענען מיט די גאר שטארקע דיסציפלין וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, מען קען זאגן אז די פירות דערקענען זיך אויף א געוואלדיגע פארנעם, מען וועט קיינמאל נישט דארפן זעהן א קינד שטיין אינדרויסן פון קלאס א.ד.ג., ווערן באשטראפט, די באדן ווערן אנגעגרייט פון פאראויס, אז עס זאל בכלל נישט אנקומען צו דעם אז מען זאל דארפן באשטראפן, מיט א חיות און געשמאק, שמחה של מצוה און לעבהאפט, געבט מען אריין אין זיי א פעסטן געזונטן סדר, וואס די קינדער גלייכן און לעבן דערמיט. אין אפיס פון הנהלה גשמית נאכן הערן אזא באריכט איז אונז שוין פארענטפערט געווארן דאס וואס האט אונז געוואונדערט און אייגענטליך געשטופט צו קומען אפשטאטן א באזוך אין די מוסד, צו פארשטיין די אומבאהערשנדע פרייד וואס די קינדער פארמאגן ביים גיין אין חדר אריין, אצינד האבן מיר עטוואס מיטגעלעבט דאס וואס די קינדער שפירן יעדן טאג. מיר באדאנקען זיך פאר דער חשובע מנהל שליט"א וועלכע האט אוועקגעגעבן פון זיין טייערע צייט אויסצושמועסן מיט אונז די 'סודות פון חדר', אבער דער מנהל מערקט אונז אן אז אויב ווילן מיר הערן מער לוינט זיך צו כאפן א שמועס מיט דעם ענערגישן אדמינסטראטאר הרה"ח ר' יוסף הערש זילבערמאן הי"ו וועלכע שטייט בראש פון אלע טעכנישע אנגעלגנהייטן פון מוסדות וויזשניץ אין שטאט, פון אים וועלן מיר גלייכצייטיג קענען הערן איבער די בית חינוך לבנות וועלכע טוט אויך קלאפן אונטער זיין זייגער. נו, אז מען שלאגט פאר נעמט מען, אבער מיר זענען געווען שטארק מסופק צי דאס איז בכלל א מציאות, צו כאפן ר' יוסף הערש אויף א שמועס, נעמענדיג אין באטראכט אז מען שטייט יעצט ממש געציילטע טעג איידער די גרויסע מעמד 'תומכיה' וואס פאר ר' יוסף הערש באדייט דאס א גאר לאנגע צו- טוען ליסטע וואס דארף נאך ווערן ערלעדיגט, אבער מיר נעמען א שאנס, פרובירן דארף מען פארט, נישט אזוי?! מיר קלאפן אן אויפן טיר וועלכע ווערט ברייט צועפנט דורך ר' יוסף הערש אליינס, נאכן הערן דעם ציל פון אונזער וויזיט היינט, פארבעט אונז ר' יוסף הערש אריינצוקומען
און נעמען א בענקל, א שיינע שמועס האט זיך פארפירט ווען יעדע עטליכע מינוט ווערט אונזער געשפרעך איבערגעהאקט דורך דעם קלינגעדיגן טעלעפאון. צום אלעם ערשט, א גוט ווארט וואס קענט איר זאגן אויף די וויזשניצע מוסדות? אין איין ווארט: עס איז אן אמת'ער געשמאק דא צו זיין און האבן א חלק אין די עבודת הקודש וואס קומט דא פאר. פון אונזער זייט לייגט מען אריין שטארקע כוחות אויפצוארבעטן די טעכנישע חלקים פון די מוסדות, און ברוך ה' עס איז א נחת אריינצוקומען אין בנין און מיטהאלטן וויאזוי עס בליעט און וואקסט, די חינוך סטאנדארט הייבט זיך נאכאנאנד, און ברוך ה' אז די טעכנישע און סיסטעמאטישע חלקים ווערן אויך כסדר שענער און בעסער. ישראל וויזשניץ בית חינוך לבנות בנות אלס אן אדמיניסטראטאר אויך איבער די מיידל שולע, וואס קענט איר אנצייגן אויף עפעס ספעציעל פון די וויזשניצע שולע? אויב דארף מען ארויסקלויבן איין זאך און צייגן אז דאס איז די הויפט מעלה פון די מיידל סקול, וואלט איך לכאורה אויסגעוועלט די ספעציעלע באהאנדלונג וואס יעדע תלמידה באזונדער טוט ערהאלטן. די הנהלת המוסד לייגט דערויף א שטארקע דגוש זיך צו אפגעבן מיט יעדן אויף א פערזענליכן פארנעם. טראץ דעם וואס איך בין נישט פארמישט אין די חינוך אפטיילונג פונעם מוסד, קען איך אלס אדמיניסטראטאר עדות זאגן אויף די שטוינענדע בליה וואס די מוסד גייט דורך, מיט קוים דרייצן יאר צוריק האט מען נאך נישט גע'חלומ'ט פון האבן אן אייגענע מיידל שולע און יעצט האלט מען שוין נאנט צו דערגרייכן דריי הונדערט תלמידות כ"י, ווי זאגט דער וועלט, נומערן זאגן נישט קיין ליגענט... די דראסטישע ציפערן צייגן אויף די הצלחה און סוקסעס, וואס טרייבט נאך און נאך עלטערן צו שיקן זייערע קינדער אין דעם מוסד, שעפנדיג הויפענעס נחת פון זייערע לעכטיגע צניעות'דיגע 'בנות ישראל'. איר האט דערמאנט צווישן אייערע ווערטער אז נישט איר געבט זיך אפ מיט די חינוך אפטיילונג... אלזא ווער איז דער וואס איז יא בראש דערפון? עס איז פארהאן גאר א געניטע שטאב פון מחנכות וואס געבן זיך אפ מיט די חינות הבנות אין שפיץ פון די חשוב'ע וויזשניצע רעבעצין תליט"א וואס איז באקאנט מיט איר לאנגע יארן פון ערפארונג אין דעם חינוך פעלד, זי באגלייט ממש יעדן פרט סיי פון די קוריקעלום און גלייכצייטיג פון אלעס וואס קומט פאר צווישן די ווענט פונעם בית חינוך. דער בודזשעט נאכן הערן א באריכט איבער די מיידל שולע אויך, און הערן פון ר' יוסף הערש אז ער איז נישט אין די חינוך דעפארטמענט נאר מער אין די טעכנישע חלקים, שטעלן מיר אים טאקע פאר עטליכע 'אדמיניסטראטיווע' שאלות: אין טאטאל וויפיל קינדער לערנען היינט צוטאגס אין 'מוסדות וויזשניץ'? אין ביידע מוסדות, די תלמוד תורה און אין די מיידל שולע צוזאמען, לערנען היינט אן ערך פון 500 קינדער תלמידים ותלמידות בליעה"ר. וואס איז דער בודזשעט פון אזא אימפעריע? די פולע בודזשעט קומט אויס צו א סך הכל פון פינף מיליאן דאלאר א יאר, וואס דאס נעמט אריין ארום דריי מיליאן דאלאר אין פעיראל פאר די אריבער 130 איינגעשטעלטע אינערהאלב די מוסדות. דערנאך איז דא אזעלכע הוצאות ווי דאס אויפהאלטן צוויי גרויסע מוסדות ווי די תלמוד תורה און די בית חינוך לבנות. די באסעס וואס פירן
דורך גאנצע פופצן רוטס יעדן איינציגסטן טאג, און אזוי ווייטער אלע צוגעהערן. דא וואגן מיר זיך און פרעגן פון ר' יוסף הערש; אויב מעג מען פרעגן, וויאזוי דעקט זיך אזא בודזשעט? 'פרעגן' קענסטו.... אודאי מוז מען דערמאנען לשבח דעם געטרייען פאנדרעיזער פון די מוסדות הר"ר חיים יעקב חכם הי"ו, וואס געבט זיך אוועק שוין אזויפיל יאר מיט לייב און לעבן, ארומצופארן צוזאמקלייבן נדבות פון חסידי וויזשניץ איבער די גארער וועלט. עס איז שווער אין קורצע ווערטער מסביר צו זיין וויפיל ארבעט עס ליגט דערין, די גאנצע הארץ און מח וואס ער לייגט אריין, און בסייעתא דשמיא באווייזט ער צוזאמצושטעלן ריזיגע סכומים, צו דעקן דעם בודזשעט, און פארזיכערן אז די געהעלטער פאר די חשוב'ע כלי קודש און מרביצי תורה, מחנכים ומחנכות, זאלן אנקומען צייטליך אן קיין אפהאלט. באזונדער איז די ארבעט דא אין שטאט, וואס חוץ די צוזאמנעמען שכר לימוד פון די עלטערן, לייגט ער אריין כוחות עצומות אויפצוטרייבן די נדבת הלב פון תושבי העיר. וכמים הפנים לפנים, דערקענט זיך די אויסטערליש געטרייע הילף פון תושבי עירינו, וואס שטרענגען זיך אן און קומען אונז אנטקעגן מיט הערליכע סכומים. אפילו אזעלכע וואס האבן נישט קיין קינדער ביי אונז אין די מוסדות, וועלן זיי אבער דאך וויסן צו שעצן די הערליכע חינוך וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, און לכבודו פונעם נשיא המוסדות דער רבי שליט"א, וואס עינו ולבו אין די מוסדות און האלט מיט פונדערנאנט יעדע פרט ופרט. דאס אלעס ברענגט אז א ערנסטע חלק פון דעם בודזשעט ווערט געדעקט דוקא דורך תושבי עירינו רודפי צדקה וחסד, וואס לאזן זיך קאסטן גרויסע סכומים פאר די הייליגע מוסדות. דאס איז ענדלאזע ארבעט וואס ליגט דערין, כח און מח, שווייס און פלאג, רונדע דעם יאר, אנווענדיג אלערליי מהלכים אויפצוטרייבן נאך געלטער, צו קענען דעקן דעם ריזיגן בודזשעט. מסיבה רבתי 'תומכיה' אבער אין הכי נמי, טראץ דאס אלעס פארבלייבט נאך אלץ עטוואס שווער די קשיא 'וויאזוי מען דעקט זיך'... טאקע דערפאר קומט פאר אין די יעצטיגע טעג די גרויסע מגבית 'תומכיה', ווי תושבי עירינו וואס 'מוסדות וויזשניץ' פארמאגט ביי זיי א ווארעם ווינקל אין הארץ, וועלן זיך אנשליסן און נעמען א חלק אין די הערליכע תורה אימפעריע וואס זעצט פאר צו שטייגן און זיך פארגרעסערן מיט יעדן פארבייגייענדן טאג בסייעתא דשמיא. דעם קומענדיגן מיטוואך במדבר וועט פארקומען די גרויסארטיגע מעמד תומכיה אין די זאלן פון עטרת פיגא. מיט די פערזענליכע באטייליגונג פונעם רבי'ן שליט"א, וואס וועט באשיינעם דעם מעמד און איבערנעמען די ברייטהארציגע נדבות פון 360 $און ארויף, ווי די נדיבים בעם וועלן האבן די זכיה אריבערצוגיין לפני הקודש, און איבערגעבן די נדבה לידיו פונעם רבי'ן שליט"א צו ערהאלטן דערביי ברכת קדשו אויף א פערזענליכע פארנעם. נאכן הערן דאס האבן מיר שוין באקומען אלעס וואס מיר האבן געדארפט. מיר באדאנקען זיך פאר ר' יוסף הערש אויף די צייט וואס ער האט אונז געשאנקען, אבער ער הערט שוין נישט וואס מיר זאגן... ער איז שוין טיף אינמיטן פירן א געשפרעך אויפן טעלעפאן צו מסדר זיין די לעצטע דעטאלן פון די רייכע פראגראם וואס וועט זיין צוגעשטעלט ביי די גרויסע מעמד. פאר תושבי עירינו עפענט זיך געוויס אויף א נייע טויער, א בליק אריין צווישן די שפאלטענעס פון די הערליכע וויזשניצע מוסדות וואס בליען און וואקסן לשם ולתפארת דא אין שטאט. אין די זעלבע צייט וועלן זיך עפענען די הערצער און קעשענעס, צו שענקען גרעסערע סכומים, אויפצוהאלטן די הייליגע תורה פעסטונגען, וואס געבן ארויס וואונדערליכע פירות, דעם קומענדיגן דור יראים ושלמים, מיט'ן חסידישן וויזשניצן ברען, עד ביאת הגואל.
פרשת בלק דאנערשטאג 45:11 מ׳פארט אין קאנטרי אין רפואה וחסד אפיס: ”מ‘דארף אנהייבן טריעטמענטס, אבער וועלכע דאקטער?!“ ווען מען זוכט א דאקטער
זיי רוקן וועלטן צו באקומען מארגן א טעסט ביים בארימטן דאקטער, און איבערמארגן אנהייבן טריעטמענטס. רפואה וחסד נעמט אחריות 365 טעג • מיר נעמען אחריות 2 טעג זונטאג מאנטאג במדבר רפואה וחסד נעמט אחריות די קעיס מענעדזשער טיעם מאכן אפוינטמענטס.
פרשת מקץ דינסטאג חנוכה אין רפואה וחסד אפיס: ”רבוש״ע, איך האב נישט ארויס פון די דאקטורים וואס דער מצב מיט מיין רחל׳ע איז!״ ווען ער פארשטייט שפיטאל שפראך נישט דעם
מ׳מאכט זיכער אז מ׳פארברענגט נישט סתם צייט אין די לאנגווייליגע שפיטאל, און די גאנצע וועג פאראויס ווערט אויסגעקלארט בעזה״י רפואה וחסד נעמט אחריות 365 טעג • מיר נעמען אחריות 2 טעג זונטאג מאנטאג במדבר רפואה וחסד נעמט אחריות מ׳פרובירט דערגיין די קומענדיגע שריט
רפואה וחסד נעמט אחריות 365 טעג • מיר נעמען אחריות 2 טעג זונטאג מאנטאג במדבר לשני ימים היו נכונים אחריות זונטאג און מאנטאג נעמט יעדער אחריות! זיי נעמען אחריות א גאנץ יאר. מיר נעמען אחריות צוויי טעג! א מיליאן פאר רפואה וחסד זונטאג און מאנטאג במדבר 8605.816.438 achrayos/com.dryveup
רפואה וחסד נעמט אחריות 365 טעג • מיר נעמען אחריות 2 טעג זונטאג מאנטאג במדבר וויפיל איז אחריות? זיי נעמען אחריות א גאנץ יאר. מיר נעמען אחריות צוויי טעג! שותף באחריות 36 $לחודש לכה״פ בעל אחריות 45 $לחודש יום רפואה וחסד א גאנצע 100 $לחודש מיליאן! א מיליאן פאר רפואה וחסד זונטאג און מאנטאג במדבר 8605.816.438 achrayos/com.dryveup
יעדער וויל זען מאנטריאל איד אין אאז די געציילטע מוסדות התורה אין שטאט ווַאַ קסן און בליען! יעדער וויל זען מאנטריאל איד אין אאז די געציילטע מוסדות התורה אין שטאט ווַאַ קסן און בליען!
בער 'וועלן' איז נישט גענוג. טוט השתדלות אייער דערצו, דורכ'ן לכה"פ געבן 360.$
89.2 $vinyl and *99.4 $wood Hard - *SALE WAREHOUSE colors and styles limited*
Ave Parc 5681 4H2-H2V, Quebec, Montreal ca.pardes@Info: Email • 1895-276-514: Call CA.PARDES.WWW: at everything Find pm 3 • am 10: Friday • pm 10 • am 10: daily Open בס"ד Sale Final / Sets Excluding* AND CASH CARDS CREDIT !ONLY
00pm:5 - 00pm:12: Sun 00pm:6 - 00am:10: Thu-Mon 00pm:12 - 00am:10: Fri 1900-274-514: T ca.mmhousecraft@sales: E H2V4H9 QC, Montreal Parc du Ave 6560: A Unit Wall · Portable · Vertical · Window cool it Keep select, space your of size the matter no cool Stay .28k to 5k including, values BTU of range our from STOCKED FULLY ARE WE OASIS COOL A INTO STEP
G N I S A E L O T U A upcar 9964.345.438 car perfect the you find to is goal Our .budget your within model or make any in בס"ד ליפא מאטי און אפילו בענצי, דער עולם גייט פאר גוטע דיעלס
ונשמרתם מאוד לנפשותיכם MONTREAL CHAVIVIM SAFETY VEHICLE INSPECTION Save The !Date 16 June Sunday ________________ 30:3 00pm:7 - pm________________ Hutchison & Horne Van Hutchison from Entrance Get. Travels Smooth Ensure .Stranded Not, Inspected and by Come :your check Level Oil Level Coolant Fluid Washer More And Tires given be will Refreshments passengers and driver to out Sponsors Event Event Free the with coordination In
בס״ד די זומער איז דא! א מחי׳! אין די רוהיגע לאנגע זומער טעג איז דא צייט אריין צוקוקן אין נאך אפציעס. זוכט איר א שיינע גרויסע לעכטיגע הויז אין א רוהיגע סביבה פאר א צוגענגליכע פרייז? כאפט אייך אריבער קיין קוט סט לוק. די רוהיגע אטמאספער מיט די ריינע גאסן קען מען נישט מסביר זיין, דאס מוז מען אליין עקספיריענסען. אדרבה, קומט און איבערצייגט אייך אליין אז אזא פלאץ עקזיסטירט אין די הארץ פון מונטריאל! בעלזא קוט סט לוק וועד הדיור דקהל חסידי בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א האט איר א פראגע? ווילט איר וויסן מער פרטים? רופט איינער פון די איבערגעגעבענע עסקנים און ער וועט אייך אלעס ענטפערן בטוב טעם ודעת. 6436.814.514 3584.777.438 5262.805.514 5581.967.514 1049.984.514 9153.999.514 יחיאל אונגער ברוך הערש לעברון יצחק יעקב אייזנבאך יהודה לייב אינדורסקי משה שמעון בינעט דוד קליין אההה! א מנוחת הנפש מיט א רוהיגקייט!
Yourself Impress 2-30:10: Friday 6-30:10: Thursday-Monday 5-12: Sunday // 2343.271.514. // Ave Parc 5639 ll'you Signature At. elegance in Indulge your elevate to need you everything find to tablecloths stunning From. table Shavuos our with yourself impress, decor exquisite .today us Visit.selection curated
קוילן געפונען געווארן ביי די געביידע פון בעלזא ישיבה קטנה אנגעהויבן האט זיך עס דעם מיטוואך אינמיטן טאג ווען איינער פון די איינגעשטעלטע אין ישיבה קטנה ד'בעלזא האט אריבער שפאצירט איינע פון די טירן פון די ישיבה געביידע ווען ער האט באמערקט אז עס זענען דא עטליכע לעכער אין די גלאזערנע טיר, עס האט אויסגעזעהן אויפפאלנד נאך וואס פון א בלויזע שטיין וועט זיך געווענליך נישט פארמירן א לאך אין גלאז נאר עס וועט זיך ענדערש צוקראכן אויפן ארט, דעריבער איז דער איינגעשטעלער געקומען נענטער ווי ער האט באמערקט אז עס ליגט דארט דערנעבן עטליכע ארויסגעשאסענע קוילן. ביים איבערקוקן די זיכערהייט קאמערעס פונעם ארט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דעם פארגאנגענעם דינסטאג אינדערפרי, אום 35:3 אין די פארטאגס שעה'ן איז א פארשוין אנגעקומען צו די ישיבה צופיס, און בעת ער אליינס רעקארדירט עס אפ מיט זיין סעלפאון, האט ער ארויסגעשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון דעם טיר, און שנעל אפגעטראגן פון שטח. די הנהלת הישיבה האט זיך תיכף פארבינדן מיט די עסקנים אין שפיץ פון העסקן ר' מנחם מאיר פייג הי"ו וועלכע האט ערלעדיגט מיט די פאליציי נישט אראפ צוקומען אויף די סצענע ביז די בחורים פארענדיגן דעם סדר הלימוד, און ווירקליך נאכדעם וואס די בחורים האט פארלאזט דאס ארט איז די פאליציי אנגעקומען און אפגעשפארט דעם גאס פאר אויספארשונגען. צו נאכט סדר זענען די בחורים נישט צוריקגעגאנגען אין ישיבה נאר אנשטאט דעם געלערנט אין די בעלזא כולל אויף דזשין מענס, אויפצומארגנס האט מען איינגעמאלדן פאר די בחורים פונקטליך וואס איז פארגעקומען און גלייכצייטיג בארואיגט די געמיטער מיטן ערווענען אז די באנדיטן מיינען בלויז צו דערשרעקן אזוי ווי מען זעהט אז זיי קומען אלעמאל בלויז אינמיטן די נאכט שיסן ארויס די קוילן און לויפן אוועק פון דארט. און טאקע, אין לויף פון דעם היינטיגן דאנערשטאג איז שוין די סדר הלימוד אין ישיבה אנגעגאנגען ווי געהעריג. דאס קומט נאך א שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין טאראנטא דעם פארלאפענעם שבת קודש ארום 00:5 פארטאגס ביי אן ארטיגע מיידל שולע וועלכע האט געפירט צו א נאציאנאלע שטורעם מיט רעאקצעס פון אלע זייטן. דער פריים מיניסטער טראדאו איז ארויסגעקומען מיט גאר שארפע ווערטער קעגן אנטיסעמעטיזם און גלייכצייטיג פארשפראכן אז קאנאדע וועט אייביג שטיין מיט די אידן און זיי באשיצן. דער פרעמיער פון אנטעריא, דאג פארד האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו האמערן אויף די מאסן אימיגראנטן וואס פארפלייצן זיין פראווינץ, אנצייגענדיג אז די שיסערייי איז דורכגעפירט געווארן דורך אן אימיגראנט, דער פרעמיער האט צווישן זיינע ווערטער גערעדט דירעקט צו די אימיגראנטן זאגנדיג, ענק ברענגען אהער אלע פראבלעמען פון די גאנצע וועלט אהער קיין אנטעריא... אויב ענק ווילן אהער קומען וואוינען ווי נארמאלע מענטשן, געזונטערהייט, אבער קום נישט אהער טערארעזירן דעם ציבור... פארשטייט זיך אז דער ען.די.פי. פירער פון אנטעריא איז ארויסגעקומען שארף ארונטערייסן דעם פרעמיער פארן אזוי באליידיגן 'נייע קאנאדישע' זאגנדיג צווישן אנדערע אז מען קען נישט באקעמפן האס מיט האס, מען מוז טרעפן אן אנדערע מהלך. הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל
א קדיש נאך הונדערט יאר דאנערשטאג אמור, תשפ"ד - מאנטריאל זיצט זיך ר' פישל )פיקטיווער נאמען(, א מאנטריאלער ביזנעסמאן, ביי א וויכטיגע מיטינג אין זיין אפיס, מיט אנדערע ביזנעס לייט, ווען אינמיטן די געשפרעך איז ארויפגעקומען אויפן טיש א דיסקוסיע איבער דעם אייגענטומער פון די דערנעבנדיגע געביידע וואו עס איז סטאנציאנירט א גרויסע קאמפאני, עס געהערט צו איינעם מיטן נאמען מ. גאלדענבערג, גראדע א איד, דער נושא איז געקומען און געגאנגען ווען ביז א קורצע צייט דערנאך האט זיך דער מיטינג געשלאסן. נאך די אסיפה ווען ר' פישל איז פארבליבן אליינס ביי זיך אין אפיס האט ער זיך געגעבן א כאפ, "איין מינוט, איך ארבעט שוין פאר לאנגע יארן דא אין דעם אפיס, אבער קיינמאל האב איך נאכנישט געמאכט קיין קאנטאקט מיט דעם איד". נישט טראכטענדיג קיין צוויי, הייבט ר' פישל אויף א טעלעפאון און רופט די אנגעגעבענע נומער, צו באשטעלן אן אוידיענץ מיט דעם בעל הבית פונעם געביידע. איי וואס וועט מען רעדן ביי די מיטונג? נישט קיין חילוק, קודם א מיטינג און מען וועט שוין זען דעמאלטס וואס ווייטער... די מיטינג איז באשטעטיגט געווארן אויף מיטוואך פר' בהר. צו די באשטימטע צייט, איז דער איד געווען ביי ר' פישל אין אפיס גרייט צו די אפגעשמועסטע מיטונג, אבער אן קיין השגה וואס מען גייט רעדן, עפעס איז אים אריין אין קאפ אז מען מוז זיך טרעפן, בלויז לשם טרעפן... יענער קומט אריין, אן עלטערע מענטש אנגעטוען עלעגאנט און מכובד'יג און מען הייבט אן צו רעדן. צום ערשט האט יענער אויסגעפרעגט ר' פישל וואו ער וואוינט און פון וואו ער קומט, און דאן האט ר' פישל צוריקגעפרעגט אויף זיין היסטאריע, אויף וואס דער האט געענטפערט אז ער וואוינט שוין דריי דורות דא אין מאנטריאל, ס'טייטשט זיין זיידע איז נאך אהערגעקומען פון רוסלאנד און זיך באזעצט דאהי. אזוי רעדנדיג האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיין זיידע נאך וועם ער הייסט, האט געהייסן משה יוסף גאלדענבערג איז אוועק פון דער וועלט אין א גאר יונגע עלטער, איבערלאזנדיג זיין טאטע פאר'יתומ'ט ביי די פינף יאר, און אין לויף פון די גאנצע צייט, זינט זיין זיידע איז אוועק, איז נישט ער און נישט זיין טאטע געגאנגען צו די קבר, ניטאמאל ווייסט ער וואו עס געפינט זיך... הערנדיג דאס איז פאר ר' פישל אריין א מורא'דיגע דראנג אפיר צו זוכן און מברר זיין וואו עס געפינט זיך די קבר פון דעם ר' משה יוסף. נאכן טוען פארשידענע השתדלות ריסוירטש מיט אנדערע האט ער באקומען ילדער פון קברים פון בתי חיים אין מאננטריאל און ער געפונען בילדער אין בית החיים 'באראן הירש' דא אין מאנטריאל, א מצבה מיט די אויפשריפט, פ"נ האברך משה יוסף ב"ר פנחס מיט זיין פאמיליע נאמען דערונטער 'גאלדענבערג'. ליינענדיג אויפן מצבה די טאג ווען ער איז אוועק פון דער וועלט האט ר' פישל געכאפט א שאק, דער טאג פון זיין פטירה איז געווען ח' אייר תרפ"ד. פלא איבער פלא די טאג וואס ר' פישל האט אפגעמאכט זיך צו טרעפן מיט דעם מיסטער גאלדענבערג איז געווען ח' אייר תשפ"ד גענוי הונדערט יאר צו די פטירה פון זיין זיידע... ר' פישל האט תיכף אנגערופן דעם מר. גאלדענבערג און אים פארציילט איבער זיין געפינס, הערנדיג דאס איז ער מורא'דיג איבערגענומען געווארן, און דעם וואך מאנטאג פר' בחקותי איז מר. גאלדענבערג מיט זיין פאמיליע אינאיינעם מיט א מנין אידן וואס ר' פישל האט צוזאם געברענגט, אנגעקומען צו די בית החיים באראן הירש, ווי מר. גאלדענבערג האט מיט גרויס התרגשות געזאגט קדיש זייענדיג דאס ערשטע מאל אין הונדערט יאר וואס איינער גייט אויפן קבר, אויפ'ן פלאץ האט ער אויך צוגעזאגט א שיינע סכום פון געלט פאר מוסדות התורה אין שטאט.
קאנסערוואטיווער געזעץ פארשלאג צו לינדערן האוזינג קריזיס דורכגעפאלן אין האוז אף קאממאנס א געזעץ פארשלאג געצילט צו לעזן דעם האוזינג קריזיס, ארויפגעברענגט דורך דעם קאנסערוואטיוון פירער פיער פאליעוו, איז באזיגט געווארן אין פארלאמענט, ווען די ליבעראלן, ען.די.פי. און בלאק קוויבעקווַא ַ האבן אינאיינעם געשטימט קעגן די לעגיסלאציע. פאליעוו האט פארגעשטעלט זיין געזעץ פארשלאג צוריק אין סעפטעמבער פון פארלאפענעם יאר, און עס אהערגעשטעלט אלס די קאנסערוואטיווע ענטפער צו די האוזינג שוועריקייטן וועלכע פלאגן דאס לאנד. א צענטראלער פראוויזיע אין דעם געזעץ פארשלאג איז געווען, צו פארלאנגען פון סיטיס צו העכערן הייזער קאנסטרוקציע מיט 15 פראצענט יעדעס יאר, אויב ווילן זיי ערהאלטן זייערע געווענליכע פעדעראלע אינפראסטרוקטור פינאנצירונגען. סיטיס וועלכע וואלטן דורכפאלן נאכצוקומען דעם אוועקגעשטעלטן ציל, זאגט דאס געזעץ, וואלטן געזען א רעדוקציע אין פעדעראלע געלטער, אינדערצייט ווען די וועלכע זענען איבערגעשטיגן די פארלאנגטע קוואנטיטעט וואלטן ערהאלטן מער געלט. פאליעוו'ס פאקוס אויף דער האוזינג טעמע, זינט ער האט איבערגענומען די פירערשאפט לייצעס אין דער קאנסערוואטיווער פארטיי, איז וואס האט ארויפגעטריבן זיין פארטיי'ס פאפולעריטעט ביי דער, און פארדינט פאר די קאנסערוואטיוון א שיינעם אויבערהאנט אין די אנקעטעס איבער די ליבעראלן. פאליעוו'ס פארשלאג איז אפגעווארפן געווארן אין פארלאמענט, 203 קעגן 117. * האוז אף קאממאנס ספיקער לעבט איבער אפשטימונג אים אראפצואווארפן פון אמט דער ספיקער אין דעם האוז אף קאממאנס, גרעג פערגוס, האט דעם דינסטאג איבערגעלעבט א פרואוו אים אראפצואווארפן פון זיין פאזיציע אלס ספיקער. אבער נאך וואס נאנט צו האלב פארלאמענט מיטגלידער האבן אויסגעדריקט שוואכע צוטרוי אין אים און אין זיין פירערשאפט, טוט פערגוס איצט שטיין בעפאר א שווערן וועג פאראויס אין האלטן דעם פארלאמענט זאל אין ארדענונג. מיט 168' יא' שטימען קעגן 142' ניין' שטימען – מיט די ליבעראלן, ען.די.פי. און די גרין פארטיי אין שטיצע און די קאנסערוואטיוון אינאיינעם מיט בלאק קוויבעקווַא ַ דערקעגן – האט פערגוס באוויזן זיך אנצוהאלטן צו זיין ראלע אלס דער ענדגילטיגער פארמיטלער וועלכע האט דאס לעצטע ווארט איבער אלע פראצעדורן, קריגערייען און געפעכטן אינערהאלב דער האוז אף קאממאנס, טראץ די באנייטע באשולדיגונגען קעגן אים אין זיין פארטייאיש קעגן קאנסערוואטיוון. פערגוס, וועלכע איז זיבן מאנאטן אריין אין זיין פאסטן, איז נישט קיין פרעמדער צו קאנטראווערסיעס און באשולדיגונגען וועלכע קומען אין זיין ריכטונג איבער זיין אויפפירונג וועלכע שיינט צו זיין פארטייאיש גענויגט קעגן די קאנסערוואטיוון. מיט א מאנאט צוריק האט פערגוס ארויסגעווארפן דעם קאנסערוואטיוון פירער פיער פאליעוו פון פארלאמענט הויז און פארבאטן פון אריינקומען פאר א טאג צייט, נאך וואס פאליעוו האט געווארפן א גרינגשעצנדן צונאמען אין ריכטונג פון פריים
מיניסטאר טרודאו אינמיטן א היציגע דעבאטע אין פארלאמענט. אויב וואלט ווען די אפשטימונג דורכגעגאנגען, וואלט פערגוס געווען געצוואונגען פריי צו לאזן זיין אמט דעם קומענדיגן מאנטאג, און מאכן פריי דעם וועג פאר א דריטע רונדע וואלן אויסצוקלויבן א פרישן הויז ספיקער זינט די פארלאפענע פעדעראלן וואלן. * קאנאדא וועט אויסגעבן עלף ביליאן דאלאר צו פארשטארקערן מיליטערישע טרענירונג קאנאדא האט געמאלדן אז זי האט געשלאסן א מיליטערישן קאנטראקט, אונטער וועלכן די רעגירונג וועט אויסגעבן אזויפיל ווי 2.11 ביליאן דאלאר צו פארבעסערן די טרענירונג אינפראסטרוקטור פאר דער מיליטער, אריינגערעכנט דאס איינקויפן פרישע 70 עראפלאנען מיט וועלכע צו מושטירן צוקונפטיגע מיליטערישע פילאטן און אנדערע לופט מאנשאפט מיטגלידער. דער אנאנסירונג איבער די פרישע מיליטערישע אויסגאבן, איז געמאכט געווארן אין אטאווא, דורך דעם פארטיידיגונג מיניסטאר ביל בלעיר, וועלכער האט געזאגט אז די רעגירונג זוכט צו הייבן די מעגליכקייטן פון די לאנד'ס מיליטערישע קרעפטן. די געמאלדענע 11 ביליאן דאלאר טרענירונג קאנטראקט, איז אבער נישט קיין פרישע געלטער וועלכע די רעגירונג האט באשלאסן צו ספענדן, נאר קומט פון געלט וועלכע זענען שוין פון פארדעם אריינגעלייגט געווארן אין דער רעגירונג בודזשעט. טייל פון דעם געלט האט די רעגירונג שוין פון פריער דעזיגנירט באניצט צו ווערן פאר פארטיידיגונג צוועקן. * היידרא קוויבעק פאוער גריד אין מאנטרעאל דערגרייכט אפלויף דאטום: באריכט די היידרא קוויבעק עלעקטרי פירמע זאגט אין א פרישן באריכט, אז די עלעקטרי נעץ איז אפיציעל אין א באזארגנדן צושטאנד, זינט אמווייניגסטנס 70 פראצענט פון אירע איינריכטונגען נויטיגן זיך אין ווערן איבערפרישט און פארבעסערט, און מער פון 20 פראצענט דערפון איז שוין צווישן 61 און 70 יאר אלט, אין דער צייט ווען אין אנדערע ראיאנען איז די ראטע ווינציגער פון 5 פראצענט. די יוטיליטי פירמע לייגט אויך צו אין איר באריכט, אז דער גרעסטער טייל פון איר מאנטרעאל אינפראסטרוקטור טעכנאלאגיע זענען שוין פארעלטערטע און ארויס פון באנוץ אדער ווערן מער נישט פראדוצירט, עפעס וואס ברענגט גרויסע שווערקייטן פאר דער פירמע צו טרעפן טיילן אדער באהאוונטע טעכניקער איבערצופרישן אדער פארריכטן די אלטע סיסטעמען. די פראבלעם איז ספעציעל שטארק אין אזא שטאט ווי מאנטרעאל, וואו דער שטייגנדער פארלאנג פאר עלעקטרי קראפט טוט איבערשטרענגען די עקזיסטירנדע אינפראסטרוקטור מער פון וויפיל זי קען פארנעמען. היידרא קוויבעק האט אין די לעצטע צען יאר אינוועסטירט מער פון 1 ביליאן דאלאר צו פארשטארקערן איר נעץ אין מאנטרעאל, און פלאנירט אויסצוגעבן נאך 3 ביליאן דאלאר ביז'ן יאר 2025 .דער באריכט פון היידרא קוויבעק, האט מערקווירדיג נישט געטון אויסשליסן די מעגליכקייט אז עס זאל פאסירן א גרויסע עלעקטרי קורצשלוס אין מאנטרעאל. פון דער אנדערער זייט טוט אבער קוויבעק'ס ענערגיע מיניסטאר פיער פיטסגיבאן באשולדיגן די עלעקטרי פירמע'ס
פארוואלטונג אין שוואך אויסרעכענען דעם פארלאנג פאר עלעקטריציטעט און דעריבער געפירט דערצו אז דער פארלאנג דערפאר זאל גאר שטארק איבערשטייגן די עלעקטרי סופליי. נאך זאגט ער אז זיין אפיס טוט נאנט צוזאמארבעטן מיט היידרא קוויבעק צו לעזן די עלעקטרי דעפיציט פראבלעם. לויט היידרא שאצונגען, וועט זיך אויספעלן צוצולייגן נאך 150 ביז 200' טעראוואט- שטונדן' – וואס זענען יוניטס וועלכע יעדע פון זיי אנטהאלט איין טריליאן 'וואט-שטונדן' – ביז יאר 2050 ,כדי נאכצוקומען קוויבעק'ס פארלאנג פאר עלעקטריציטעט. דאס איז טאפלט אזויפיל עלעקטרי פון וויפיל די פירמע טוט מאמענטאל פראדוצירן. * ריכטער ווארפט אפ ביטע צו בלאקירן אויספארשונג קעגן צוויי גרעניץ באאמטע איבער 'ארייוו- קען' סקאנדאל א ריכטער האט צוריקגעוויזן א ביטע פון צוויי פעדעראלע באאמטע, וועלכע האבן געארבעט פאר קאנאדא'ס גרעניץ סערוויס אגענטור אינדערצייט ווען די 'ארייוו-קען' אפליקאציע איז אנטוויקלט געווארן, צו בלאקירן אן אינערליכער רעגירונג אויספארשונג איבער באשולדיגונגען אז זיי זענען באגאנגען ערנסטע פארלעצונגען פארבינדן צו רעגירונג קאנטראקטן איבער 'ארייוו-קען'. די באשולדיגונגען קען די צוויי באאמטע, זענען צוערשט אויפגעברענגט געווארן דורך א מאנטרעאל-באזירטער ארטעפישעל אינטעלידזשענס פירמע, וועלכע האט מיטגעטיילט די געפינסן מיט דער פעדעראלער גרעניץ אגענטור, אין אויסטויש צו פארזיכערן א קאנטראקט וועלכע די פירמע האט געזוכט צו מאכן מיט דער רעגירונג. באזירט אויף די אינפארמאציע, האט די גרעניץ אגענטור פראדוצירט א דרעפט באריכט וועלכע טוט דעטאלירן די באשולדיגונגען קעגן די צוויי דערמאנטע איינגעשטעלטע, און האט געפירט צו אן אינערליכן אויספארשונג דערוועגן. דעטאלן פון די באשולדיגונגען אין דעם באריכט איז נישט פארעפנטליכט געווארן, אבער דער ריכטער האט געזאגט אז זיי טוען גאר שטארק באשולדיגן די צוויי באאמטע וועלכע האבן אים געבעטן צו בלאקירן דעם אויספארשונג. צוריק אין יאנואר, האט דער גרעניץ אגענטור'ס פרעזידענט געזאגט, אז זיין אגענטור האט געטראפן א פעטערן פון נאכאנאנדע צוזארבעט צווישן געוויסע איינגעשטעלטע און די די פירמע וועלכע געפינט זיך מאמענטאל אין צענטער פון דעם 'ארייוו-קען' סקאנדאל. * וועלן זיין פארשלאסן ביינאכט טיילן פון שאסייען 25 און 440 אנגעהויבן פון יוני 2 ביז קומענדיגן הערבסט אנגעהויבן פון יוני דעם צווייטן, וועלן טיילן פון די שאסייען 25 און 440 זיין פארשלאסן פאר טראפיק דורכאויס דער נאכט, צוליב ארבעט געצילט צו פארריכטן דעם אויבערפלאך פון די ראודס, וועלכע וועט אנהאלטן ביז דעם קומענדיגן הערבסט סעזאן. אויף שאסיי 25 ,וועט דער אפשליסונג אפעקטירן לענגאויס דעם טייל צווישן עקזיט 34 און עקזיט 17 .דער טייל וועט זיין טיילווייז פארשלאסן ביז'ן הערבסט סעזאן. פון דער אנדערער זייט, וועט שאסיי 440 – וועלכער געפינט זיך אין לאוואל - זיין גענצליך פארשלאסן, צווישן 'מאנטי סענט-פרענסווַא ַ און רוט 335 .דורכאויס דער צייט ווען די וועגן וועלן זיין פארשלאסן, וועלן זיין צוגעשטעלט אומוועגן, דורך די סערוויס ראודס, פאר דרייווערס צו קענען ארומפארן די פארמאכטע סעקטארן.
לויט דער טראנספארט מיניסטעריום, זענען פארהאן מעגליכקייטן אז די ארבעט זאל ווערן אפגעשטופט, אויסגעצויגן ווערן אויף א לענגערן צייט-אפשניט אדער אפגערופן צוליב וועטער אומשטענדן אדער אנדערע אפהאלטונגען. * ליבעראלע רעגירונג פירער פארלאנגען קאנסערוואטיוון אויפהערן אטאקירן 'קארבאן שטייער' נאך פארלאמענט בודזשעט אפיס אנערקענונג אין גרייזיג אפשאצן עקאנאמישע אפעקט דערפון דער פעדעראלער ענווייראמענט מיניסטאר סטיווען גילבאו זאגט, אז די אטאקע פון די קאנסערוואטיוון קעגן די פעדעראלע 'קארבאן שטייער' איז געווען באזירט אויף א פאלשן גרונט, נאך וואס די פארלאמענטארע בודזשעט אפיס איז ארויסגעקומען זאגן אז זיי האבן געגרייזט אין זייער אריגינעלער שטודיע איבער דער ווירקונג פון די שטייערן אויף דער אלגעמיינער עקאנאמיע. אין איר אריגינעלער שאצונג האט די בודזשעט אפיס אריינגענומען די אפעקט פון די קארבאן שטייערן אויף די אינדוסטריאלע סעקטאר, עפעס וואס זי האט לויט'ן פלאן נישט געדארפט צו טון, זינט עס טוט נישט ריכטיג אפשפיגלען די עקאנאמישע ווירקונג פון די שטייערן אויף קאנאדישע פאמיליעס און קאנסומערס. לויט גילבאו און ליבעראלע געזעצגעבער, אויב זאל מען אויסשליסן די אינדוסטריעס פון דעם אנאליז, וועט עס ווארפן א מער פאזיטיוון ליכט אויף די עקאנאמישע רעזולטאטן פון די קארבאן פרייזן, זינט גרויסע אינדוסטריעס זענען די וועלכע פראדוצירן דאס מערסטע קארבאן עמישאנס. די בודזשעט אפיס זאגט אבער, אז טראצדעם וואס זי פלאנירט ארויסצושטעלן א פארראכטענע ווערסיע פון איר שטודיע, וועט אבער דער אריגינעלער אויספיר – אז די קארבאן פרייזן וועלן האבן א נעט-נעגאטיוון אימפאקט אויף דער עקאנאמיע – זיך ווארשיינליך נישט טוישן. א סטעיטמענט פון דער אפיס טוט ערקלערן, אז טראצדעם וואס ארויסנעמען די אינדוסטריאלע סעקטאר וועט עטוואס פארגרינגערן דעם עקאנאמישן אויסקוק אין באצוג צו די קארבאן שטייערן, דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז בלויז 20 פראצענט אינדוסטריאלע קארבאן עמישאנס זענען אויסגעשטעלט צו די קארבאן שטייערן, און די איבריגע 80 פראצענט זענען לכתחילה אויסגעשלאסן דערפון. אין רעזולטאט, וועט דאס אויסשליסן די אינדוסטריאלע עמישאנס פון איר איבערגעמאכטן באריכט, נישט האבן א גענוג גרויסע אפעקט צו טוישן די אונטערשטע שורה פון איר אריגינעלן באריכט, נעמליך אז די שטייערן וועלן עווענטועל האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף דער עקאנאמיע. מיניסטאר גילבאו זאגט אבער, אז די קאנסערוואטיוון האבן געניצט א גרייזיגן אנאליז ווערסיע אין זייער קאמפיין קעגן די קארבאן שטייערן, און פארלאנגט דעריבער פון די קאנסערוואטיוון איבערצולאזן זייערע אטאקעס דערקעגן. א קאנסערוואטיווער ווארטזאגער האט אבער אנגעוויזן אויף די ווערטער פון דער בודזשעט אפיס אז די אונטערשטע שורה פון איר אנאליז וועט זיך ווארשיינליך נישט טוישן. * אימיגראציע פון קאנאדא קיין אמעריקע גרייכט א צען יעריגער הייך טויזנטער קאנאדישע בירגער זעצן פאר צו עמיגרירן פון קאנאדא צו די פאראייניגטע שטאטן, אז די ציפערן פון מענטשן וועלכע פאקן פעק און ציען זיך קיין דרום האבן דערגרייכט א שטאפל וועלכע איז נישט געזען געווען אין צען יאר אדער מער, לויט פרישע דאטא.
דער ערשיינונג פון קאנאדער וועלכע ציען זיך קיין אמעריקע, צו טרעפן ארבעט אדער צוליב די ווארעמערע וועטער, איז נישט קיין נייער. אבער לעצטערע ציפערן פון א ספעציעלער סורוועי צוזאמגעשטעלט דורך די אמעריקאנע צענזוס ביורא, טוען אנדייטן אז די ראטע אויף וועלכע די סארט אימיגראציע טוט מאמענטאל לויפן, איז אויף א פיל העכערן שטאפל פון דעם געווענליכן דורכשניט דורכאויס דער היסטאריע. לויט די סורוועי האבן מער פון 126 טויזנט קאנאדער זיך געצויגן צו די פאראייניגטע שטאטן אין יאר 2022 .דאס איז מיט נאנט צו 70 פראצענט העכער פון נאנט צו 76 טויזנט מענטשן וועלכע האבן זיך אהינגעצויגן אין יאר 2012. נאך וואס די מידיא איז ארומגעגאנגען אויספרעגן מאנכע פון די וועלכע האבן באשלאסן זיך צו ציען קיין אמעריקע, האט ארויסגעשטעלט אז גאר אסאך פון זיי זענען שטארק אנטוישט פון די רעגירונג פאליסיס וועלכע ווערן איינגעשטעלט אין די לעצטע יארן אין קאנאדא, און פון דעם ריכטונג וועלכן דאס לאנד האט גענומען די לעצטערע יארן. דער גרעסטער טייל פון זיי האבן אנגעוויזן אויף שוואכע העלטקעיר, העכערע פארברעכנס, טייערע און ווינציג האוזינג און הויכע שטייערן אלס די הויפט פאקטארן וועלכע האט זיי געמאכט באשליסן צו נעמען דעם שריט. * פריים מיניסטאר טרודאו שטיצט איינצולאדענען רוסלאנד צו א געדענקעניש צערעמאניע צום אכציגסטן יאר פון 'נארמאנדי לאנדונג' פריים מיניסטאר דזשוסטין טרודאו זאגט, אז ער שטיצט דעם באשלוס פון פראנקרייך איינצולאדענען רוסישע רעגירונג באאמטע זיך צו באטייליגן אין א געדענקעניש פייערונג, וועלכער וועט אפגעהאלטן ווערן אין פראנקרייך, אין דעם אכציגסטן יארטאג פון דעם היסטארישן 'נארמאנדי אינוואזיע', באקאנט אלס 'די. דעי', וועלכע איז געווען דער ווענדפונקט אין דער צווייטער וועלט קריג, ווען די אליאירטע ארמייען האבן אנגעהויבן באקומען אן אויבערהאנט קעגן דער דייטשער מיליטער. טרודאו זאגט, אז טראצדעם וואס קאנאדא איז "עקסטרעים אומאיינשטימיג" מיט רוסלאנד און אז מאסקווע מוז געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר'ן פארלעצן פונדאמענטאלע פארשריפטן איבער רעספעקטירן די זעלבסטשטענדיגקייט פון אוקראינע'ס גרעניצן, דאך אבער – זאגט ער – אז וויכטיג צו אנערקענען אלע לענדער וועלכע זענען געווען טייל אין דעם באפרייען פראנקרייך פון די נאציס דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג. לויט פראנצויזישע באאמטע, איז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז נישט איינגעלאדנט געווארן צו דער צערעמאניע, זינט ער געפינט זיך אונטער אן ארעסט באפעל פון דעם אינטערנאציאנאלן געריכט, צוליב זיין לאנד'ס אקציעס אין אוקראינע. פון דער אנדערער זייט, זאגט דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאנועל מעקרון, אז דער אוקראינישער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי וועט זיך יא באטייליגן ביי דער צערעמאניע, ווי אויך פריים מיניסטאר טרודאו און דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען. ענגלאנד פארגעשלאגענע גזירת גיוס אין די וואך האט דער פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי אין ענגלאנד און אמטירנדער פרעמיער מיניסטער ריטשי סאנאק, געמאלדן אז אויב זיין פארטיי וועט געווינען די וואלן וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן יולי 4 למספרם, דאן וועלן אלע יוגענטליכע פונעם גאנצן לאנד וואס זענען אכצן יאר אלט,
איך ווייס נישט צו דער עולם איז באקאנט איבער די ערשטע ביהמ"ד וואס האט זיך געפענט אויפן לבנה לעצטע וואך. איינער פון די ערשטע מתפללים דארט האט מיר געזאגט אז די דאווענען איז געווען זייער שיין, אבער די 'אטמאספער' דארט איז נישט אזוי גוט געווען.. אגוטווארטפוןה ַארווי! דארפן אדער גיין דינען אין מיליטער פאר אכצן חדשים אדער טוען ציוויליע דינסט, א שטייגער ווי גיין ארויסהעלפן פארשידענע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, פייער דעפארטמענט, קאמיוניטי ארבעט און אזוי ווייטער. אין די תקופה פון די צווייטע וועלט מלחמה און שפעטער, האט ענגלאנד געהאט אזא סארט געזעץ אונטער וועלכע יעדער האט געדארפט גיין דינען אין מיליטער, דער געזעץ איז געווארן אראפגענומען מיט אומגעפער זעכציג יאר צוריק אין יאר 1960 למספרם. גענויע דעטאלן פון דעם פלאן איז נאכנישט קלאר, אבער אויב עס וועט קומען לידי מעשה וועט זיך דאס אנהייבן שוין אזוי פרי ווי יאר 2025. * דעמאקראטן אין קאנגרעס הייבן אויף א וויי געשריי א שארפע בריוו איז ערשינען דורך א רייע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט אין וועלכע זיי טאדלען דעם רעפובליקאנער הויז ספיקער דזשאנסאן, אויף דעם וואס ער האט נישט איינגעהאלטן א געזעץ, וואס זיין אייגענע קאנגרעס האט אריבערגעפירט מיט א דעדליין וואס איז שוין אפגעלאפן פאר איבער א יאר צוריק. און וואס איז די געזעץ? אין א ספענדיג ביל וואס איז אריבער אין קאנגרעס אנפאנג דעם פארלאפענעם למספרם יאר, איז געווען אריינגעשטעלט א געזעץ וואס פארשפרעכט צו פאראייביגן אויף א וואנט אין די קעפיטאל געביידע, די נעמען פון די פאליציי אפיצירן וואס האבן אומסוקסעספול באוואכט דעם געביידע אין טאג פון די באקאנטע יאנואר 6 ראיאטן. אלזא זאלן זיך די קאנגרעס פירער גיין לערנען פון דעם טראנספארטאציע סעקרעטאר בוטעדזשעש ווי אזוי זיך צו האלטן צו א דעדליין... * קעגן ביליגע פרייזן פראקרייך מיט א פארדאמונג דעם פארגאנגענעם וואך, ביי א זיצונג פון די 7-G לענדער האט זיך דער פינאנץ מיניסטער פון פראנקרייך ביי אן עפענטליכע רעדע, שטארק באקלאגט אז כינע לייגט די גאנצע וועלט אין א געפאר מיטן פארקויפן סחורה פאר גאר ביליג, עפעס וואס די אנדערע לענדער קענען נישט נאכקומען, בעיקר טוען זיי דאס ביי פראדוקטן וואס זענען פארבינדן מיט גרינע ענערגיע א שטייגער ווי עלעקטערישע קארן, בעטעריס און אזוי ווייטער. די ווערטער האט געהויבן ברעמען פון פילע, נאך וואס די זעלבע חברה הערן נישט אויף צו האמערן אז מען מוז טוען דראסטישע שריט אריינצוברענגן גרינע ענערגיע און טוען כל מיני אקטן צו ענג מאכן פאר די וואס גייען נישט מיט אין שפאן, און דא פלוצלונג קומט מען ארויס קעגן די וואס טוען די ארבעט אבער זיי געבן עס פאר ביליג. אנדערע האבן אנגעצייגט, אדרבה, זאל פראקרייך אויך אנהייבן צוצושטעלן פאר ביליג וואס זיי האבן, אנשטאט צו קלאגן אויף די ביטערע חורבן פון כינע. ווייזט אויס אז 'ווען עס טוט וויי שרייעט מען', אן צו טראכטן אביסל בעפאר מען רעדט.
אויב האט איר אלטע בילדער זייט מהנה דעם ציבור אין שיקט עס אריין צום רעדאקציע בילד פון לעצטע וואך כ"ק מרן הרה"ק מטאהש זי"ע ביים מקיים זיין די מנהג חץ וקשת ביום ל"ג בעומר שנת תשכ"ד, פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית טאהש 1 הרה"ק מטאהש זי"ע 2 הגה"ח ר' מאיר פעקעטע ז"ל
רבי יהושע העשיל מדינוב ב"ר ארי' לייב, תלמיד ערש"ק כ"ג אייר הקדושת לוי תקע"ד רבי יהושע העשיל צורף מקראקא, אבי המקובלים שב"ק כ"ד אייר ת"פ רבי ישעי' מדינאוויץ, תלמיד המגיד ממעזריטש רבי ישראל שלו' יוסף מאנטוניא ב"ר חיים, נפש ישי יהודה יחיאל, בן ביתי תרנ"ח רבי אליעזר צבי מקאמארנא ב"ר יצחק אייזיק תקנ"ד תש"ד זונטאג כ"ה אייר רבי חיים מקאסוב ב"ר מנחם מענדל, תורת חיים תרי"ד רבי יעקב מליסא ב"ר משה, חוות דעת תקצ"ב רבי יהושע אשר מפאריסוב ב"ר יעקב יצחק מפרשיסחא תרכ"ב מאנטאג כו אייר רבי סעדי' גאון ב"ר יוסף, אמונות ודעות ד"א תש"ב תרי"ד רבי שלמה מזוויהעל ב"ר מרדכי תש"ה רבימשמואל אליהו מוואלין ב"ר יחזקאל מקאזמיר תרמ"ח רבי יצחק מוואלאזשין ב"ר חיים, פה קדוש תר"ט רבי משה חיים לוצאטו ב"ר יעקב, מסילת ישרים תק"ז דינסטאג כ"ז אייר רבי אליעזר זאב מקרעטשניף ב"ר מאיר, רזא דשבת תש"ד רבי פנחס אלימך מזבארוב ב"ר אליהו חתן הנועם אלימלך תקפ"ט מיטוואך כ"ח אייר רבי יעקב ארי' מטריסק ב"ר אברהם תרע"ח דאנערשאג כ"ט אייר רבי מאיר מפרעמישלאן ב"ר ארון ארי' לייב, דברי מאיר תר"י מאנטריאל - טאהש הדלקות לכבוד ל"ג בעומר אין מיט גרויס התרגשות און שמחה איז געפראוועט געווארן דעם יום טוב ל"ג בעומר בקרב די קהילות הקדושות אין קרית טאהש און מאנטריאל. אין קרית טאהש איז פארגעקומען די צענטראלע הדלקה פארנט פונעם גרויסן בית המדרש, ווי עס האבן זיך פארזאמלט שווערע הונדערטער אידן תלמידי וחסידי טאהש פון שטעטל און מערערע וואס זענען געקומען צופארן פונדערווייטנס, ווי אויך פילע תושבי עיר מאנטריאל וואס זענען ארויסגעקומען מיטהאלטן די גרויסע הדלקה און די געהויבענע עריכת השולחן נאכדעם דורך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. די הדלקה איז געפראוועט געווארן אין גאר א געהויבענע שטימונג, מיט ריקודי שמחה און דברות קודש, וואס האט דערהויבן דעם ציבור אויף א שטארקע פארנעם. אין מאנטריאל איז פארגעקומען די גרויסע הדלקה דורך קהל מחזיקי הדת בעלזא אויף דזשין מענס אזוי ווי יעדעס יאר, מיט די באטייליגונג פון פילע אידן תושבי העיר. היי יאר ווען ל"ג בעומר איז אויסגעפאלן מוצאי שב"ק איז אריינגעלייגט געווארן עקסטערע כוחות אהערצושטעלן די הדלקה גענוג שנעל, מען זאל קענען רואיג טאנצן און זיך משמח זיין לכבוד התנא האלוקי, און זיך האלטן צו די באשטימטע צייט ביז ווען מען קען מאכן גערודער און מוזיק אויפ'ן גאס. א עקסטערע דאנק ווערט צוגעצייכנט צו די געטרייע עסקנים פון חברים, וואס האבן אריינגעלייגט חדשים ארבעט, מסדר צו זיין אלע פערמיטן מיט די סיטי, סיי פאר די פייער זעלבסט, און אוועקצוריקן די קארן, פארהאנדלען מיט די שכנים, און אלעס ארום. צו קענען פראווענען דעם מעמד ההדלקה אויף א פרייליכע פארנעם. עס האט זיך טאקע דערקענט די געטרייע ארבעט פון די חשוב'ע עסקנים פון די קהילה און חברים, ווען דער ריזן ציבור פון טויזנטער אידן פון אוטרעמאנט און אפילו ווייטערע געגענטער וואס זענען געקומען זיך באטייליגן ביים מעמד, האבן זיך שטארק משמח געווען און געהויבן מיט די פייערליכע טענץ. מיט די פולע מיטארבעט פון די פאליציי און פייער דעפארטמענט.
צווישן די שורת חודש 'איר' אין איינע פון די טאג טעגליך, אפגעמאכט אז ס'איז מעגליך, א שיינע מענטש זיין וועל-איך, פון היינט און ווייטער זיין נאר העפליך, נישט מיר נישט דיר, עס גייט דאך חודש 'איר', פון היינט און ווייטער אויף יעדע ריר, די העפליכקייט נישט איך פארליר, מיט טריט געמאסטן, אויף מיין נייע פאסטן, איך האף אז עס וועט מיר נישט קאסטן, אן מיין שפראך דעם פארלאזטן, אין גאס איך גיי, עטליכע טריט צוויי דריי, מיין העפליכקייט פארבלייבט געטריי, ווען פון מיין מויל עס דערהערט זיך א געשריי, 'צדיקל' קום נאר אהער, ווער האט 'אייך' ערצויגן ווער, איר זעט נישט אז איך בין פון אייך עלטער, איך ווארן 'אייך' אויב 'איר' רוקט זיך נישט מער, א באקאנטער קומט צו גיין, ווי א נודניק טוט ער שטיין, שמועסט און רעדט צו מיר אליין, ווייסט נישט ווען צו ענדיגן די ווערטער זיין, באנדיט וואס 'איר' זענט, הייבן זיך כמעט מיינע הענט, 'איר' בארויבט מיין צייט זעט און דערקענט, בייז ווערטער גיסן זיך ווי פייערדיגע ווענט, שפאצירנדיג ווייטער אזוי, גייט דורך א גוי, אבער מיט חוצפא זיך ער טרוי, א האספולע געשריי שנאת ישראל אזוי, עס גלוסט זיך צו שרייען מיט בייז בלוט, געמישט מיט העפליכקייט וואס איך נעם מיט, 'איר' זענט אן אנטיסעמיט, 'אייער' זיידעס קיין אוישוויץ אונז פארשיקט, עס שטימט נישט זעה אין באלד איין, מען קען נישט העפליכקייט בלויז מיט'ן מויל ריין, מידות טובות דערצו מוז זיין, אז נישט קיין טעם עס טראגט נישט אריין, מען פארשעמט און זידלט א צווייטן, מיט העפליכע פנים וואס טוט באגלייטן, טשפענען און דערקוטשען מערערע צייטן, מיט 'איידעלע' ווערטער אויף יענעם רייטן, ניין, מיר אידן מידות טובות פארמאגן, מען באגענוגנט זיך נישט בלויז מיט'ן זאגן, ווי דער דייטש וואס האט גערעדט שיין אן זיך יאגן, אין די זעלבע צייט געטוען הרג'ענען און שלאגן, העפליך איז בלויז אינטערסאנט, ווען מיט גוטע מידות עס גייט האנט ביי האנט, דאס איז הייליג און קראנט, דרך ארץ קדמה לתורה לייכט און שיינט.
SERVICES א 15 van passenger עוועילעבל צו פארדינגען רופט 3044-528-438 RENTALS CAR USD 73 = .cad 1 CAD 37.1 = usd 1 CAD 87.429,93 USD 90.347,68 - Thursday Bitcoin 1 CAD 28.950,92 USD 20.870,67 - Thursday Last .com.gmail@montrealemployer: contact please info more For. pricing petitiveCom. area central Marche. access in-drive and dock with available space warehouse ft sq 5000-1000 text or call please, back and NY to Montreal - Tosh from s'Trip make to available is van Passenger 12 6556-929-514 ESTATE REAL information more for, location excellent, rent for apartment bedroom two spacious A 4385282224 call please 1326-812-514 call pls interested your If. summer the for lifeguard a for looking is country Prefontaine עולם חסד יבנה האטליין רופט 4011-664-514 אדער 0595-342-347 עקס. 1 #קארס, 2 #פאסאנדזשירן, 3 #אכסניות, 4# גרעניץ טראפיק, 5 #גרעניץ אינפארמאציע, 6 #דרייווערס פאר ביליג, 7 #טאהש מאנטריאל )חסדי צירל( flights for prices low offer we Specifically. plans travel your all with you assist to here are We email Please. Rentals Car and Hotels of lots on deals Also. Toronto & York New to Montreal From .customers satisfied of lots, 2069-553-514 call or com.gmail@traveldonebest JOBS 0716-576-514 call please, Tosh in Omer'B Lag Hadlukah the at remote car a Found FOUND-LOST 3773-270 call pls. condition minced in seats condition perfect in is Frame. chairs dinette Reinman 6 GIVEAWAY א באקוועמע ווען פארט יעדן טאג 45:9 פון טאהש שאפינג סענטער צו פארק עוו. צוריק 15:3 פון פארק עוו צו טאהש זינטאג 15:10 קיין מאנטריאל - צוריק 15:3 אינטירסיטע רופט אדער טעקס 4385091254 6670-273 514 call Please .Pesach before right clips tzumi pack a in 2 new brand of pack a Lost
ן ל י י צ ר ע ד ר ע ד ל י ב AT CARD GIFT 50$ AT CARD GIFT 50$ AT D CAR GIFT 50$ . . ר ס ע ע נ ג י א וו ר ע פ ג 3 2 1 מען געבט זיך א דריי און מען האלט ˘וין נאך דריי! מיר ווילן הערן פון אייך טייערע ליינער אייער מיינונג איבער די אויסגאבע. ביטע ענטפער די דריי פראגעס כדי מיר זאלן ˜ענען הערן פון אייך וויאזוי מיר זאלן ווייטער דרייען! וואס איז ביי אייך די ערשטע קאלום אין די בלעטל, אויף וואס איר קוקט די מערסטע ארויס, און ליינט דאס די ערשטע זאך (Favorite ?(און וואס איז די צווייטע? אויב איז עס אין אייער האנט אליין אריין צו שטעלן א נייע קאלום, וועלכע טעמע/נושא/ תוכן רעדט צו אייך, אדער וואס וואלט איר הנאה געהאט צו ליינען? עס איז ליל ששי\ אדער ערב שבת קודש, איר נעמט א פריש געביגלטע 'בלעטל' אין די האנט אריין, וואס זענען די מחשבות וואס לויפט דורך אין אייער קאפ בשעת מעשה? 3 רופט און געווינט: 9.#3091ext.500.514 לאזט איבער אייער נאמען טעלעפאון נומער, און ווי איר פי˜ט אויף דער בלעטל (גראסרי, פליי˘ גע˘עפט, איינער ברענגט עס אייך וכדו') בס"ד די גורל וועט אי“ה פארקומען מיטוואך בחוקותי AT CARD GIFT 50$ AT CARD GIFT 50$ AT CARD GIFT 50$ . . ר ס ע ע נ ג י א וו ר ע פ ג 3 2 1 מען געבט זיך א דריי און מען האלט ˘וין נאך דריי! מיר ווילן הערן פון אייך טייערע ליינער אייער מיינונג איבער די אויסגאבע. ביטע ענטפער די דריי פראגעס כדי מיר זאלן ˜ענען הערן פון אייך וויאזוי מיר זאלן ווייטער דרייען! וואס איז ביי אייך די ערשטע קאלום אין די בלעטל, אויף וואס איר קוקט די מערסטע ארויס, און ליינט דאס די ערשטע זאך (Favorite ?(און וואס איז די צווייטע? אויב איז עס אין אייער האנט אליין אריין צו שטעלן א נייע קאלום, וועלכע טעמע/נושא/ תוכן רעדט צו אייך, אדער וואס וואלט איר הנאה געהאט צו ליינען? עס איז ליל ששי\ אדער ערב שבת קודש, איר נעמט א פריש געביגלטע 'בלעטל' אין די האנט אריין, וואס זענען די מחשבות וואס לויפט דורך אין אייער קאפ בשעת מעשה? 3 רופט און געווינט: 9.#3091ext.500.514 לאזט איבער אייער נאמען טעלעפאון נומער, און ווי איר פי˜ט אויף דער בלעטל (גראסרי, פליי˘ גע˘עפט, איינער ברענגט עס אייך וכדו') בס"ד די גורל וועט אי“ה פארקומען מיטוואך בחוקותי com.deebletel@info EXTENDED צוליב די גרויסע נאכפראגע אויב מען קען אויך אריין שיקן די ענטפערס ביי אימעיל, וועלן מיר צו לייגן נאך א וואך פאר די גורל. מיט פארשטענדעניש FUN SUMMER OF BLAST A אויסגעלאזט א הויקער נישטא נאך אזא סוקסעספול לאנד ווי אונזער לאנד.. אין כאמעריקא ווער איז נאך אזוי מוצלח ווי אונזער לאנד.. מי כאמעריקא לאמיר לויבן צו אונזער מיליטער.. נודה ל...??? די אמעריקאנע פארט וואס די אמעריקאנע מיליטער האט געבויט פאר צוויי חדשים און אפגעקאסט 320 מיליאן דאלער צו בויען נעבן די ברעג פון עזה כדי צו דעליווערן יומינטערישע הילף, האט זיך געהאלטן גאנצע 12 טעג! און אין די 12 טעג האט עס אנגעיאגט אריין צו שיקן קיין עזה גאנצע 60 טראקס מיט עסן. לויט ווי עס ווערט אנגעגעבן האט די מיליטער געוויסט אז אזא פארט קען נישט אויסשטייין די הויכע וואסער כוואליעס און ווינטן אין יענע געגענט נאכאלס האבן זיי באשלאסן עס צו בויען.
הזמ חשובה החיים והשלום למעלת כבוד ידידינו היקרים והחשובים תושבי מאנטריאל שיחי כל אחד בשמו הטוב יבורך ויהולל מתכבדים אנו בזה להזמין את כבוד מעלתכם לבא ולהשתתף כאיש אחד בלב אחד במגבית הנערכת לטובת מוסדותינו הק ומסדות החיונך וויזשניץ בעירינו מאנטרי אל י צ" ו הנודעים לשם ולתהילה בקרב כל הקהל הקודש, כמוסדות אשר מתחנכים בה מאות תלמידים ותלמידות בליעה"ר, על דרך הסלולה לנו מרבותינו הק' ונמשכת בגאון ובעוז ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אשר על פיו ישק כל דבר. ובחסדי ה' גדלו והצליחו וגם עשו פרי. אך אמנם דא עקא כי מצב הכספי קשה מנשוא ומדי יום ישתרגו עלו על צוארינו, עדי עברו למעלה ראש, ואין לאל ידינו להמשיך בהרבצת התורה כדבעי מכובד עומס משא הכסף הרובץ על שכמינו. ובכן בואו והשתתפו במסיבת בעין יפה וברוח נדיבה תומיכה אשר תיערך פאר והדר בעז"ה ברוב ובטוחים אנחנו בכוחם וזכותם של רבותה"ק מוסדי דור ודור אשר על שמם ובדרכם צועדים מוסדותינו הק', שזכות המצוה יגן עליכם, ויושר יליצו בעדינו חיות אש בכח קדושתם וצדקתם לעמוד בתפילה בעדכם, להוושע בכל משאלות לבבינו לטובה אמן. בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אשר ישמיע דברות קדשו בשעה 00:10 יום ד' פרשת במדבר אור ליום כ"ט סיון הבעל"ט באולם עטרת פיגא משעה 30:8 הנהלת המוסדות המחכים לקראת בואכם והשתתפותכם הרחבה