The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Moment Magazine, 2023-05-31 12:16:45

Moment Plus 440

ס'איז נישט מיין שולד 04 הרב חיים שלמה בערגער בס״ד נומער 440 # 2023.2.6 פרייטאג פר׳ נשא י״ג סיון תשפ״ג Magazine Moment© אן אינוועסטירונג מיטן בעסטן שותף... 26 יצחק עקשטיין אנאליז: דער מהלך פאר דיסענטיס צו דער נאמינאציעמנחם גאלד, זייט 15 12 נייעס+ 24 אידישענייעס+ 30 היימישקווארטאל 44 טשיקאווענייעס מענדל אונגער אויף דער סצענע: 36 סטאנציע 46 א טאג מיט 'צדק' אין קאנעטיקוט ר׳ מרדכי משולם זושא שניצלער ווייז די פרייז! 75 רבנים און חב״ד שליחים 25 פראווען ׳שבת התאחדות׳ אין סיביר ענדליך ארעסטירט אין וויליאמסבורג באקאנטער צרות-מאכער 31 ספעציעלער באריכט: 22 ראקלענד חברים און פאליציי ארבעטן אינאיינעם ביי ספרינג וואלי שיסעריי פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס שפרינגט אריין 2024 אין דעם פרעזידענטליכן פארמעסט צו באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע זייט 18 תורה תורה חגרי שק הסתלקות פון גדול עולם התורה הגאון רבי ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצוק״ל, ראש ישיבת פאנעוויזש אין טיפן עלטער פון 100 יאר, שאקלט אויף די תורה־וועלט אין ארץ ישראל זייט 8


by Nutrition


by Nutrition


4 פרשת נשא תשפ״ג ס איז שוין דאס צווייטע מאל וואס איך הער די ווערטער ע פון דעם זעלבן יונגערמאן אין א צייט אפשניט פון געציילטע חדשים. איך קען זיך מיט דעם יונגערמאן, אברעמ'ל וועלן מיר אים אנרופן, שוין פאר שיינער תקופה, און מיר רעדן פון צייט צו צייט כאטש ער איז פיל יונגער פון מיר. פארגאנגענעם ווינטער, פרשת וירא, האבן מיר געברענגט א מעשה פון א יונגערמאן וואס איז געקומען צופארן פון ברוקלין מיר צו דערציילן א מעשה. זיין מעשה ווי ער איז געפאלן עשר מעלות אחורנית דורך דער היינטיגער וועלט און קולטור, ווערנדיג אויסגעטרוקנט ברוחניות, און פרובירנדיג צו שעפן עפעס חיות פון פארשידענע גרופעס, אן קיין הצלחה. ער האט זיך נאר געכאפט איבער זיין שווערן מצב ווען ער האט זיך געטראפן מיט א גרופע חברים אין א נישט שיינעם מקום, און דאס האט אים אויפגעוועקט. די תוצאה איז געווען אז די גאנצע גרופע האט זיך אויפגעוועקט פון דעם טיפן שלאף און אנגעהויבן אינאיינעם א שיעור תורה פון וואס זיי זענען אלע געשטיגן. ספעציעל דער יונגערמאן וואס איז געקומען מיר דערציילן די געשיכטע, וואס ער איז צום סוף געווארן דער מגיד שיעור פון דער חבורה. ווי פילע אנדערע זאכן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, האט עס געברענגט א פלייץ פון בריוון, טעלעפאן רופן, און מערערע פערזענליכע קאמענטארן. איינער פון די קאמענטארן איז געווען פון דעם אברעמ'ל. ער שטעלט מיך אפ און זאגט מיר אז דער ארטיקל האט אים געכאפט אין פינטל. ער זעט אויך אזוי אויס, ער איז אויסגעלאשן פון אינעווייניג, ער שפירט נישט קיין טעם אין לעבן און זיין גאנצער לעבן איז איין מעכאנישע ראד אן קיין טראפ חיות. איך האב גערעדט מיט אים איבער דעם און אים פרובירט צו שטופן אויף דעם זעלבן מהלך. "דו זעסט דאך אז עס האט געארבעט ביי יענעם", זאג איך אים, "און עס האט אזוי גוט געארבעט אז עס האט דיך מעורר געווען. פרוביר דו אויך אויף דעם גאנג". איך האב אים געשטופט אז ער זאל זיך אויסשמועסן מיט חברים און צוזאמען מאכן א שיעור. דער מהלך האט א גרויסע מעלה, אז ווען מען טוט עס מיט חברים, אחים לדעה, וואס אלע האבן דעם זעלבן ציל, קען מען פיל בעסער אנקומען ווי ווען מען שטעלט זיך סתם צו צו עפעס א שיעור. ווען אברעמ'ל האט מיר קלאר געמאכט אז עס גייט נישט געשען, האב איך פרובירט אים צוצורעדן אז ער זאל כאטש זוכן א שיעור וואו די משתתפים האבן א שייכות איינער מיטן צווייטן, און אויך מיטן מגיד שיעור. אברעמ'ל האט אבער גע'טענה'ט אז ס'וועט נישט גיין. אזוי טענה'ענדיג מיט מיר, האט ער זיך ארויסגעכאפט: "ס'איז נישט מיין שולד". כ'מיין, וועמענ'ס שולד איז עס יא? מיינס אפשר? אבער ווער זוכט דא בכלל א שולד? מסכים, ס'איז נישט דיין שולד, ס'איז דער שאור שבעיסה, אבער פארט, מ'דארף דאך עפעס טון דערצו? ביי דעם איז עס אבער געבליבן. לעצטנס דערציילט מיר דער מלמד פון איינעם פון אברעמל'ס קינדער, אז מען האט צרות מיט זיין קינד אין חדר און ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן. מ'האט פרובירט צו רעדן צו אברעמל'ען, און... ווי זאגט מען? "נאובאדי האום". דער מענטש איז נישט דא. ער הערט נישט וואס מ'רעדט צו אים, ס'האלט שוין ביי דעם אז מען טראכט ערנסט פון פארשיקן זיין קינד פון חדר. טרעף איך אברעמ'לען און איך רעד צו אים. אנשטאט ענטפערן ווי אן ערוואקסענער מענטש, א טאטע פון עטליכע קינדער, הייבט ער מיר אן ערקלערן אז ער איז אריבער אזעלכע שווערע צייטן, פארלוירן ריזיגע געלטער )איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער דרייט מיט אזעלכע סארט סכומים, אבער יעצט נאכן פארלירן דערציילט ער מיר...( און ער האט דעם פראבלעם און יענעם פראבלעם. "אבער אברעמ'ל", זאג איך אים, "ס'איז דיין קינד. אויב דו וועסט נישט נעמען אחריות און טון וואס מען דארף, ווער וועט יא?" ער טראכט א מינוט און ענטפערט מיר, "וואס זאל איך טון? ס'איז נישט מיין שולד". דאן האט עס מיר געכאפט. מיר לעבן אין גאר אן אינטערעסאנטער תקופה. א תקופה וואס האט אויפגעצויגן טויזנטער מענטשן וואס זענען ערוואקסן אינעם קערפער, אבער זענען געבליבן קליינע קינדער אין מח. עמאציאנאל זענען זיי קיינמאל נישט אויפגעוואקסן און זיי האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט זיך צו פארמעסטן מיט די פשוטע "טשאלענדזשעס" פון לעבן. דער פשוטער תפקיד פון א טאטע, דאס אפגעבן זיך מיט אן אייגן קינד ווען עס מאכט אביסל פראבלעמען, איז שוין צופיל פאר זיי. פון איין זייט קענען זיי זיין גרויסע טאטע מענטשן און מאכן ביזנעס אין די ריזיגע ציפערן פון שווערע מיליאנען, אבער אזא איינפאכע זאך ווי זיך אוועקזעצן מיט א מנהל המוסד מיט אביסל דרך ארץ און אננעמען וואס ער זאגט אים וועגן זיין קינד, צו דעם איז ער נישט מסוגל. און אז ער איז נישט מסוגל צו דעם, דאן ווער רעדט נאך וועגן א שיעור. איך קען נישט אויסטרעפן צי ער איז צו גרויס פאר א שיעור, אדער דער עס איז נישט מיין שולד! לענייתדעתי הרב חיים שלמה בערגער נעסטעלע א שבת טייער קינד פאר אייער ffiffflffiflffflflffifflfffi fl ffflffi ffiffffi ffifl  ffi ffiffl ffiflflffiffifl ffffi fl fl fffflfl flffi fl ff fl flffff fl ffffi flffiffff ffi flffifflffiflffi ffiffffi ffi fl fffl flffifffflfl  ffifffffflffflfl  ffiffffl fl ff   ffi  flfflfl ff  fl ffffi fl fl flffi chesternest א ווארעמע שבת היים פאר אייער ספעציעלע קינד fflflffiflflffifflfffi fflfiffffl  ffifffflffiflflfffl ffifffl flffiffffl


פרשת נשא תשפ״ג 5 נעסטעלע org.momentmagazine@rabbiberger א שבת טייער קינד פאר אייער ffiffflffiflffflflffifflfffi fl ffflffi ffiffffi ffifl  ffi ffiffl ffiflflffiffifl ffffi fl fl fffflfl flffi fl ff fl flffff fl ffffi flffiffff ffi flffifflffiflffi ffiffffi ffi fl fffl flffifffflfl  ffifffffflffflfl  ffiffffl fl ff   ffi  flfflfl ff  fl ffffi fl fl flffi chesternest א ווארעמע שבת היים פאר אייער ספעציעלע קינד fflflffiflflffifflfffi fflfiffffl  ffifffflffiflflfffl ffifffl flffiffffl


6 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 7 שיעור איז צו גרויס פאר אים, אבער פון וועלכער זייט מען זאל וועלן אנכאפן דעם שטריק, איז דער סוף פסוק אז ער קען זיך נישט צושטעלן צו דעם. קליינע קינדער קענען גיין אין חדר יעדן טאג, אבער א גרויסער טאטע מענטש וואס קען מאכן מיליאן דאלאר געשעפטן, קען זיך נישט צושטעלן צו א שיעור תורה יעדן טאג בו בזמן וואס ער רעדט זיך אליין אפ אז ער שפירט נישט קיין סיפוק אין לעבן. ער האט נישט קיין פראבלעם אנצורופן פרעמדע מענטשן און רעדן מיט זיי וועגן ביזנעס, פרעגן צי זיי ווילן קויפן א בנין, און צי ער קען אפשר אפקויפן פון זיי אדער מיט זיי, וואס אימער זיין ביזנעס איז, אבער אנרופן א חבר, מיט וועמען ער "טשילט" אויף גרופעס און שטופט די צייט ביי פוסטע פארברענגענס, זיך דורכצורעדן מיט אים און ארויפברענגען דעם געדאנק פון אזא סארט ביזנעס, א שיעור אין דער אויבערשטער'ס תורה, דאס קען ער נישט. ער טענה'ט דאך אז ער איז נישט שולדיג. אפשר איז ער גערעכט, ווייל מיר לעבן אין אזא סארט וועלט וואס לערנט אונז אז אלעס דארף ווערן צוגעשטעלט, און וואס עס ווערט נישט צוגעשטעלט לאזט מען לויפן אז "ס'זאל געשען". אה, וואס זאל געשען פרעגט איר? סיי וואס אימער. אזוי לאנג ווי איך דארף זיך נישט אנשטרענגען עס צו טון, זאל עס פארן וואו עס לאזט זיך. איי, דאס לעבן איז לער און פוסט? אויף דעם איז שוין דא אן עצה. די היינטיגע וועלט שטעלט צו א ריזן אויסוואל פון "נויז". גערודער פון יעדן סארט. הערנדיגע און רוקעדיגע, גרופעס פון יעדן סארט, פארברענגענס יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אפילו צדקה קאמפיינען מיט וואס צו זיין פארנומען, אבער אבי נישט מיט זיך, מיט דער אייגענער נשמה. דער געדאנק אז א יונגערמאן, א טאטע פון א שטוב מיט קינדער, וואס פירט אן מיט אזעלכע ריזיגע סארט ביזנעס געשעפטן, זאל זיך נישט שעמען צו נוצן דעם אויסדרוק "ס'איז נישט מיין שולד", ווען די רעדע איז פון זיין לעבן און פון דעם לעבן פון זיינע קינדער, איז א חידוש. אויב ס'איז נישט דיין שולד, איז עס מער נישט דיין אחריות? איז עס נישט עפעס וואס דו דארפסט פרובירן צו פאררעכטן? ווען עס איז געקומען צו די ביזנעס געשעפטן האט ער נישט געזאגט עס איז נישט מיין שולד. דעמאלט האט ער פרובירט צו טון וואס ער קען צו פארדינען די פאר דאלאר, ער האט פארשטאנען אז עס איז זיין אחריות, אבער פונקט דא ווען עס האנדלט זיך פון אזעלכע ערנסטע זאכן, פארשטייט ער אז היות ס'איז נישט זיין שולד איז ער פטור. ווען איך האב געהערט פון אברעמ'ל צום צווייטן מאל "עס איז נישט מיין שולד", האב איך זיך דערמאנט ווען איך האב עס געהערט פון אים צום ערשטן מאל. ווי דערמאנט, איז עס געווען ווען א יונגערמאן האט מיר דערציילט וויאזוי זיין לעבן האט זיך געטוישט ווען ער האט גענומען די שטארקייט און ארויפגעברענגט פאר זיין 'גרופע' זיינע ווייטאגליכע געפילן ווי פוסט און ליידיג ער שפירט זיך. די תוצאה פון דעם איז געווען אז עס איז ארויסגעקומען פון דעם א געוואלדיגע תועלת. פון א פוסטער 'גרופע' איז עס געווארן א הייליגע חבורה וואס באזירט זייער קשר אויף א שיעור תורה און אלע האבן הנאה דערפון. אלע לעבן דערין, מען לערנט עפעס פון וואס זיי האבן הנאה, עפעס וואס ברענגט זיי סיפוק אין לעבן, און יעדער געבט עפעס צו, דער א ווארט, יענער א טייטש און א דריטער א שיינעם פשט, אבער דער צד השוה איז אז יעדער שפירט אז עס איז מיין שיעור, עס איז מיין לעבן. עס איז א גרויסער ווייטאג ווען מען זעט ווי די היינטיגע וועלט, מיט דעם מורא'דיגן פארשריט אין טעכנאלאגיע, האט אזוי אראפגעברענגט דעם מענטש. עס האט אזוי דערנידערט דעם מין האנושי, אז ער טוט אים אינגאנצן פארקנעכטן צו זיך. ער מאכט אים אן עבד צו זיין "נויז", אז ער זאל שטענדיג זיין אנגעוויזן אין נאך אביסל גערודער צו פארשטילן די זוכעניש, דאס געבעט פון זיין נשמה צו שטייגן, אנצוקומען נאך א שטאפל העכער אויף דעם רוחניות'דיגן לייטער. אנשטאט דעם שטעלט ער אים צו גענוג גערודער וואס זאל בארואיגן זיין נשמה אויף אפאר מינוט, אויף צייטווייליג, אז ער זאל פארגעסן וואס זיין נשמה זוכט באמת. דאס איז דאך בעצם דער גאנצער תכלית פון טעכנאלאגיע, צו דערשטיקן דאס רוחניות, דעם דראנג פאר רוחניות, און אים אריינשלעפן אין א ים פון גערודער. דערפאר איז עס אזוי חשוב און אזוי דערקוויקנד ווען מען זעט ווי עס זענען דא אזעלכע יונגעלייט וואס כאפן זיך יא און וועקן זיך אויף פון דעם טיפן שלאף וואס דאס גערודער שטעלט צו, און זיי מאכן יא דעם טויש. מערערע יונגעלייט האבן מיר דערציילט איבער דעם טויש וואס זיי האבן געמאכט אין זייער לעבן. א שיינע פאר פון זיי נאך איידער זיי האבן אפילו געליינט איבער דעם מגיד שיעור, און עטליכע האבן מיר דערציילט אז דאס האט זיי מעורר געווען און געשטופט צו מאכן א טויש, און מאכן א שיעור אדער זיך צושטעלן צו איינס. מען קען היינט זען באשיינפערליך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט, אז אונזער עבודה היינט איז פיל חשובער ווי די עבודה פון די פריערדיגע דורות, ווען מיט ווייניגער שוועריקייטן קען מען אנקומען פיל העכער, און דאס איז טאקע דערפאר ווייל די נסיונות זענען היינט פיל שווערער. טאקע ווייל עס איז דא אזויפיל נויז און גערודער, און טאקע ווייל עס איז פיל גרינגער צו זאגן "ס'איז נישט מיין שולד", טאקע דערפאר איז עס אזויפיל חשובער ווען מען זאגט צו זיך, "עס איז מיין אחריות", און מען טוט עס טאקע. מיר האבן זיך אלע אויסגעוויינט צום הייליגן באשעפער יעצט אינעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות, 'והאר עינינו בתורתיך, ודבק לבנו במצוותיך, ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמיך'. לאמיר עס נעמען איין טריט ווייטער און זען וויאזוי מיר קענען עס אריינלייגן אין א מציאות. עד שתחפץ. עס איז טאקע נישט מיין שולד, אבער יא מיין אחריות. org.momentmagazine@rabbiberger היסטארישער און לעצט אונטערגעשריבענער בריוו דורכ'ן שר התורה הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצוקללה״ה אין שטיצע פון כולל ש״ס אידן בנשיאות הגאון ר׳ אברהם אייזען שליט״א פוזנא רב. אינעם בריוו ווערט גאר שטארק ארויסגעברענגט מיט פעלזן- פעסטע דיבורים דער געוואלדיגער נחת רוח וואס דער גאון זי״ע האט געהאט זעענדיג די געהויבענע יונגעלייט הלומדים ומלמדים לשמור ולעשות ולקיים, וועלכע זיצן און הארעווען על ספסלי בית המדרש און פארהערן זיך יערליך אויף ש״ס בעיון בעל פה. צווישן אנדערע ווערט ארויסגעברענגט אינעם היסטארישן בריוו, אז די וועלט האט זוכה געווען צו צוויי כתרי תורה, הגאון רבי מאיר שפירא זצ״ל וועלכער האט אוועקגעשטעלט דעם דף היומי פאר דער וועלט, און דער פאניוויזשער רב זצ״ל וועלכער האט אוועקגעשטעלט א ריזיגע תורה פעסטונג, און ער ענדיגט צו אויף פוזנא רב שליט״א, נשיא ומייסד רשת הכוללים ש״ס אידן בזה״ל: "ועתה עליך ידידי הרב מפוזנא שליט״א קען מען זאגן בך חותמין, אז איר האט זוכה געווען אויפצושטעלן א דור פון אידן וואס ׳קענען ש״ס׳ און קענען די הייליגע תורה מיט א קלארקייט, אשריך ואשרינו שזכינו בך, און דורך אייך וועט מקוים ווערן דעם החוט המשולש לא במהרה ינתק." מיט א ווארעמער ברכה ווערט דארטן אויסגעפירט פאר די אלע תומכים ומסייעים פאר דער הערליכער תורה פעסטונג, אז אך טוב וחסד זאל זיי באטרעפן כל ימי חייהם, און אז דער אויבערשטער זאל ממלא זיין כולם בני עליה אשר בכל העולם פקעי שמיה היסטארישער און לעצטער בריוו אונטערגעשריבן דורך מרן שר התורה הגרי״ג אדלשטיין זצוקללה״ה דער היסטארישער בריוו הגאון רבי גרשון זצ"ל ביים חתמנן דעם היסטארישן בריוו הגאון רבי גרשון זצ"ל מיטן פוזנא רב מייסד און נשיא כולל ש"ס אידן


6 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 7 היסטארישער און לעצט אונטערגעשריבענער בריוו דורכ'ן שר התורה הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצוקללה״ה אין שטיצע פון כולל ש״ס אידן בנשיאות הגאון ר׳ אברהם אייזען שליט״א פוזנא רב. אינעם בריוו ווערט גאר שטארק ארויסגעברענגט מיט פעלזן- פעסטע דיבורים דער געוואלדיגער נחת רוח וואס דער גאון זי״ע האט געהאט זעענדיג די געהויבענע יונגעלייט הלומדים ומלמדים לשמור ולעשות ולקיים, וועלכע זיצן און הארעווען על ספסלי בית המדרש און פארהערן זיך יערליך אויף ש״ס בעיון בעל פה. צווישן אנדערע ווערט ארויסגעברענגט אינעם היסטארישן בריוו, אז די וועלט האט זוכה געווען צו צוויי כתרי תורה, הגאון רבי מאיר שפירא זצ״ל וועלכער האט אוועקגעשטעלט דעם דף היומי פאר דער וועלט, און דער פאניוויזשער רב זצ״ל וועלכער האט אוועקגעשטעלט א ריזיגע תורה פעסטונג, און ער ענדיגט צו אויף פוזנא רב שליט״א, נשיא ומייסד רשת הכוללים ש״ס אידן בזה״ל: "ועתה עליך ידידי הרב מפוזנא שליט״א קען מען זאגן בך חותמין, אז איר האט זוכה געווען אויפצושטעלן א דור פון אידן וואס ׳קענען ש״ס׳ און קענען די הייליגע תורה מיט א קלארקייט, אשריך ואשרינו שזכינו בך, און דורך אייך וועט מקוים ווערן דעם החוט המשולש לא במהרה ינתק." מיט א ווארעמער ברכה ווערט דארטן אויסגעפירט פאר די אלע תומכים ומסייעים פאר דער הערליכער תורה פעסטונג, אז אך טוב וחסד זאל זיי באטרעפן כל ימי חייהם, און אז דער אויבערשטער זאל ממלא זיין כולם בני עליה אשר בכל העולם פקעי שמיה היסטארישער און לעצטער בריוו אונטערגעשריבן דורך מרן שר התורה הגרי״ג אדלשטיין זצוקללה״ה דער היסטארישער בריוו הגאון רבי גרשון זצ"ל ביים חתמנן דעם היסטארישן בריוו הגאון רבי גרשון זצ"ל מיטן פוזנא רב מייסד און נשיא כולל ש"ס אידן


תורה תורה חגרי שק גייענדיג צום דרוק: הסתלקות פון גדול עולם התורה הגאון רבי ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצוק״ל, ראש ישיבת פאנעוויזש אין טיפן עלטער פון 100 יאר, שאקלט אויף די תורה־וועלט אין ארץ ישראל 8 פרשת נשא תשפ״ג


נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש. דעם היינטיגן דינסטאג אינדערפרי אין ארץ ישראל איז אנגעקומען די שווערע נייעס מיט דער פטירה פון זקן ראשי ישיבות און גדול עולם התורה הגאון האדיר רבי ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצוק״ל, ראש ישיבת פאנעוויזש און דער פירער פון דער ליטווישער ישיבה'ישער וועלט אין ארץ ישראל, וועלכער איז נסתלק געווארן אין טיפן עלטער פון 100 יאר. די פטירה פונעם גאון איז א שטארקע קלאפ פאר דער עולם התורה און יהדות החרדית אין ארץ ישראל, זינט דער ראש ישיבה איז געווען באקאנט מיט זיין שטייפער דעת תורה, און איז ביז צום לעצטן טאג געווען א מורה דרך לאלפים ווען טויזנטער אידן זענען זיך געקומען דורכרעדן מיט אים. באזונדער איז דער גאון געווען באקאנט מיט זיינע שיעורי תורה וואס ער האט פארגעלערנט אין דער פאנעוויזשער ישיבה פאר לאנגע יארן, ביז צום לעצטן טאג פון זיין לעבן. שרייבנדיג די שורות דינסטאג צופרי, געציילטע שעה'ן איידערן גיין אין דרוק, קומט פאר די מסע הלויה פונעם ראש ישיבה, מיט דער באטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער אידן פון בני ברק און גאנץ ארץ ישראל, וואס זענען אים געקומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד למנוחת עולמים. רבי ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצוק״ל, איז געבוירן געווארן ב' אייר יאר תרפ״ג אין דעם שטעטל שומיאטץ, וואס געפינט זיך אין סמאלאנסק, מערב רוסלאנד, נאנט צו דעם גרעניץ מיט בעלארוס. זיין פאטער איז געווען הגאון רבי צבי יהודה אדלשטיין זצ״ל, וועלכער האט געדינט אלס דער רב פון שטאט. זייענדיג א קליין יונגעלע, האט זיין מאמע געזארגט צו שאפן פאלשע געבורטס-דאקומענטן, פריער ווי זיין אמת'ער געבורטסטאג, אזוי אז ער זאל נישט דארפן לערנען אין א שולע אונטער דער 'יעווסעקציע', דאס הייסט די שולע אונטער דעם אויפזיכט פון דער קאמוניסטישער באוועגונג. ער האט געלערנט תורה מיט החסיד רבי זלמן לייב אסטאלין ז״ל, מחשובי חסידי חב״ד אין רוסלאנד. ווען ער איז געווען א קליין קינד איז זיין מוטער געווארן אנגעשטעקט מיט דער שוידערליכער 'טיפוס' מחלה, און דערפאר איז ער אריבערגעגאנגען וואוינען ביי זיין מומע אינאיינעם מיט זיין ברודער הגאון רבי יעקב אדלשטיין זצ״ל, אין שטאט קאַ לימאָ וויטש, א שטאט אין רוסלאנד וואס האט געווירבלט מיט חבד'סקער חסידים. זייענדיג דארט אין קאלימאוויטש, איז זייער מוטער ע״ה נפטר געווארן ל״ע. אין חודש ניסן יאר תרצ״ד, האט זיין פאטער אהרן אייזנבאך, ארץ ישראל דרכי בני ברק אבילות. רבבות ואלפים ביי דער מאסן לויה פון גדול עולם התורה הגרי״ג אדלשטיין זצ״ל היינטיגן דינסטאג נאכמיטאג אין בני ברק פרשת נשא תשפ״ג 9


באוויזן צו שאפן די נויטיגע פאפירן כדי צו קענען ארויפפארן קיין ארץ ישראל, און א חודש שפעטער איז די גאנצע פאמיליע ארויף אויף א שיף פון דער שטאט אדעסא, גראד קיין ארץ ישראל - וואס איז נאך דאן געווען אונטער דעם בריטישן מאנדאט. דארט האבן זיי זיך באזעצט אין ירושלים, און נאך עטליכע חדשים אין ירושלים האט זיך זיין פאטער באזעצט אין רמת השרון. אין רמת השרון זענען נישט געווען קיין פרומע חדרים, און דער ראש ישיבה האט געלערנט תורה מיט זיין גרויסן פאטער אין שטוב. עווענטועל איז ער געגאנגען לערנען אין דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקוה. אין יאר תש״ד ווען עס האט זיך געגרינדעט די פאנעוויזשער ישיבה, איז דער דעמאלט'דיגער ראש ישיבה הגאון רבי שמואל ראזאווסקי זצ״ל, געקומען בעטן זיין פאטער אז ער זאל שיקן זיינע קינדער קיין פאנעוויזש, צו זיין פון די ערשטער תלמידים אין דער ישיבה. ר' גרשון מיט זיין ברודער זענען אריין לערנען אין פאנעוויזש, זייענדיג פון די ערשטער זעקס תלמידים פון דער ישיבה. כשהגיע לפרקו, האט דער ראש ישיבה חתונה געהאט מיט זיין פרוי העניא רחל ע״ה, די טאכטער פון הגאון רבי יהושע זעליג דיסקין זצ״ל, דער רב פון פרדס חנה. זיין פרוי איז נפטר געווארן ערב סוכות תשס״ב. אין יאר תש״ח איז דער ראש ישיבה ערוועלט געווארן צו דינען אלס מגיד שיעור אין פאנעוויזש. אין יאר תש״ס איז ער געווארן דער ראש הישיבה, און איבערגעגעבן רעגלמעסיגע מוסר שמועסן און שיעורים כללים. דורכאויס זיינע יארן האט דער ראש ישיבה זעלטן פארפעלט פון איבערגעבן א שיעור אין ישיבה. דער ראש ישיבה איז געווען ווי א טייל פון פאנעוויזש און דאס איז געווען זיין גאנצע לעבן. אפילו ווען ער איז געזעצן שבעה נאך זיין פרוי, האט ער אינעם טאג וואס ער איז אויפגעשטאנען פון שבעה געגעבן א שיעור. אין די לעצטע צוואנציג יאר האט ער אויך געגעבן שיעורים אום בין הזמנים, נישט וועלנדיג פארפעלן קיין איין טאג פון יאר, אויסער שבת ויו״ט. דער ראש ישיבה איז געווען באקאנט אלס א מתמיד עצום, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשיידט פון דער גמרא. זיינע נאנטע פארציילן וויאזוי ער איז געווען כל כולו שקוע אין זיינע שיעורים און אין זיינע תלמידים, אז ער האט ממש גארנישט מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך ארום די וועלט. אין פאנעוויזש האט דער ראש ישיבה געדינט אלס דער 'בעל תוקע' ראש השנה פאר העכער זיבעציג יאר כולן שוין לטובה, אריינגערעכנט ביי דער לויה לפני מטתו פון ראש הישיבה זצ״ל אין היכל ישיבת פאנעוויזש אין בני ברק 10 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 11


פארלאפענעם ראש השנה תשפ״ג. ער איז געווען א זעלטן געלונגענער בעל תוקע, און טויזנטער פלעגן קומען יוצא זיין פון אים די תקיעות. דער ראש ישיבה איז געזען געווארן אלס דער מנהיג פון דער ליטווישער תורה וועלט אין ארץ ישראל פאר די לעצטע צענדליגער יארן, און האט ארויסגעשטארט מיט זיינע אייגנארטיגע מהלכים אין חינוך פון וועלכן ער האט שטענדיג גערעדט. ער האט פארמאגט א ספעציעלן פלאץ אין הארץ פאר אוועקגעפאלענע נשמות, און ער האט אלעמאל געהאלטן אז מ'דארף זיי מקרב זיין און אריינברענגען א ווארעמקייט אין זיי. אויך אין שלום בית האט דער ראש ישיבה ארויסגעוויזן א ספעציאליטעט, און פילע יונגעלייט זענען זיך כסדר געקומען דורכרעדן מיט אים בעניני השעה. פארלאפענעם ליל שבועות איז דער ראש ישיבה אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שוואכקייט פון ווא ער האט ממשיך געווען מיט דער עבודת הקודש און נאך געגעבן א שיעור פאר א קבוצה תלמידים דעם זונטאג אסרו חג שבועות. עטליכע טעג דערויף, דעם היינטיגן דינסטאג י' סיון תשפ״ג, כבה נר המערבי, ווען דער ראש ישיבה האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין טיפן עלטער פון 100 יאר, שליסנדיג א לעבן פון הרבצת התורה והיראה. ווי נאר די נייעס האט זיך פארשפרייט איבער ארץ ישראל, האבן טויזנטער אידן פונעם גאנצן לאנד זיך געגרייט ארויסצופארן קיין בני ברק, אנטיילצונעמען ביי דער מסע הלויה. פאליציי האט פארשפארט עטליכע גרויסע גאסן אין בני ברק, צוליב דעם גרויסן געדרענג. אין לויף פון די מיטאג שעות האבן זיך אנגעזען טויזנטער אויטאס און אויטאבוסן וואס האבן געשטראמט אין ריכטונג פונעם עיר התורה והחסידות, דערצו זענען די געשעפטן אין בני ברק געווען געשלאסן ביז נאך דער לויה. די לויה איז ארויסגעגאנגען פון דער פאנעוויזשער ישיבה וואו עס זענען פארגעקומען די הספדים, ווען א געשאצטע הונדערט טויזנט מענטשן זענען אנוועזנד אין די גאסן ארום און ארום. עס האבן מספיד געווען צווישן אנדערע הגאון רבי אליעזר כהנמאן שליט״א נשיא ישיבת פאנעוויזש, הגאון רבי דוב לאנדא שליט״א ראש ישיבה סלאבאדקע, הגאון רבי משה הלל הירש שליט״א ראש ישיבת סלאבאדקע, הגרב״ד פאווארסקי שליט״א, די בני המשפחה און נאך. ער איז געקומען לקבורה אינעם פאנעוויזשער בית החיים אין בני ברק. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'. בן מאה אנוכי היום. דער ראש ישיבה זצ"ל ביים זאגן דעם לעצטן שיעור עלי אדמות ליגנדיג אין שפיטאל על ערש דוי, 24 שעה איידער דער פטירה. תורה תורה חגרי שק 10 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 11


12 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 13 ס איז געציילטע טעג איידער אמעריקע גרייכט איר חובות ע דאך און וועט אויסלויפן פון געלט צו קענען צאלן אירע חובות, און ווי עס איז דער סדר אין וואשינגטאן איז דער מצב אנגעשטרענגט און עס ווערט אויסגעצויגן ביז דער לעצטער מינוט, לאזנדיג די עקאנאמיע און וועלט׳ס מארקעט אין א נעפל. אבער, ווי עס איז די נארמע אין וואשינגטאן, האט זיך אויסגעארבעט אן אפמאך צווישן די צוויי צדדים הארט איידער דעם סוף זמן, און דער וועלט׳ס פינאנציעלער צושטאנד האט אפגעאטעמט, כאטש אויף דערווייל. חובות דאך אפמאך דער אפמאך צווישן דעם ווייסן הויז און הויז רעפובליקאנער איז נאכנישט אריין אין אפעקט, און עס וועט נאך דארפן געברענגט ווערן פאר א שטימע אין דעם הויז און אינעם סענאט פאר עס קען ווערן אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט ביידען, אבער אפילו אן אפמאך איבער אן אפמאך איז אויך באגריסנדווערד. דער יעצטיגער אפמאך וועט הייבן דעם חובות דאך פאר נאך צוויי יאר, ביז נאך די בעפארשטייענדע פרעזידענטליכע וואלן, און עס וועט ארויפלייגן צוקונפטיגע צוימונגען אויף וויפיל די רעגירונג מעג שפענדן. דער אפמאך טוט אודאי נישט צופרידנשטעלן די רעכטע און לינקע פליגלען פון איטליכער פארטיי, די רעכטע טענה׳נדיג אז דער אפמאך שניידט נישט גענוג פון דעם רעגירונג׳ס בודזשעט און די לינקע טענה׳נדיג אז עס שניידט צופיל. די האפענונג איז, אז מער צענטריסטישע און מעסיגע מיטגלידער פון ביידע פארטייען וועלן זען אינעם אפמאך א מאסגעבנדע פשרה און וועלן שטימען דערפאר אין די קומענדיגע טעג פאר דער צייט לויפט אויס. טערקישע פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע זעט אויס ווי דער פאליטישער קריזיס איז אריבער, און טראץ דער אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי פאליטישע פארטייען וועט אלעס ווייטער אנגיין אומגעשטערט, ועולם כמנהגו נוהג. אין עליזאבעט האומס, די גרינדערין פון טעראנאס, האט די וואך דינסטאג אנגעהויבן דינען איר 11 יעריגן תפיסה אורטייל פארן באשווינדלען אינוועסטירער, ווערנדיג פאר א קורצער וויילע די וועלט׳ס יונגסטע ביליאנער׳טע. טויזנטער עמעזאן ארבעטער האבן געסטרייקט דעם מיטוואך, צו פראטעסטירן קעגן די פירמע׳ס שטרענגערע ארבעט רעגולאציעס. די ארבעטער פארלאנגען מער בויגזאמקייט פון עמעזאן איבער וויאזוי און פון וואו זיי ארבעטן, פרובירנדיג אויסצומיידן עמעזאנ׳ס שטרענגער פארלאנג אז אלע ארבעטער זאלן צוריק אנהייבן ארבעטן פון אן עמעזאן אפיס אזויווי פאר קאראנאווירוס. די טעקסאס סטעיט קאנגרעס האט געשטימט צו אימפיטשען דעם ארטיגן אטוירני דזשענערעל קען פעקסטאן, אין א פרעצעדענטלאזן שריט, נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אטוירני דזשענערעל האט געפירט קארופטירטע געשעפטן פאר לאנגע יארן. א פארגעשלאגענע געזעץ אין ניו יארק לויטעט אז געוועזענע קרימינאלן וועלכע שטייען אוועק פון באגיין נאך אומלעגאלע אקטיוויטעטן, וועלן קענען ריינוואשן זייער רעקארד פון זייער פארגאנגענהייט, העלפנדיג געוועזענע קרימינאלן אנצוהייבן א לעבן פונדאסניי.


12 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 13 טערקיי איז דער מצב ענליך, אבער די פאליטישע אפעקטן דערפון זענען ממש פארקערט. אין א היסטארישן ראן-אף פארמעסט, האט אמטירנדער טערקישער פרעזידענט ערדואן געווינען ווידערערוויילונג, צעשטערנדיג די האפענונג פון דער אפאזיציע צו ענדיגן זיין צוואנציג יעריגער טערמין. זיינע קעגנער באשולדיגן ערדואן אין א רעקארד-הויכער אינפלאציע און אין שלעכט האנדלען די טערקישע ערצידטערניש דעם ווינטער וועלכע האט איבערגעלאזט פינף טויזנט אומגעקומענע, און זייער האפענונג אז א פאראייניגטע אפאזיציע וועט קענען געווינען און איבערנעמען די מאכט איז אויסגערינען ווי א זייפן בלאז. אוקראינע צי דאס הייסט עולם כמנהגו נוהג צי נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער ווען עס קומט צו רוסלאנד׳ס אינוואזיע פון אוקראינע וועלכע גייט שוין אן א טעלער נייעס, א לעפל אנאליז נייעס+ לייבל ניימאן מעראפי בארג אין אידאניזיע, פון די מערסט אקטיווע וואולקאנען אין דער וועלט, בלעזלט בשעת אן אויפרייס די היינטיגע וואך


14 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 15 מער ווי א יאר, גייען ווייטער אן די שלאכטן אן קיין צייכן פון אפשטעל. פריער אין וואך האט רוסלאנד אונטערגענומען איר גרעסטע דראון אטאקע אויף אוקראינע׳ס הויפטשטאט קיעוו זינט דער מלחמה האט זיך אנגעהויבן. די אטאקעס האבן אומגעברענגט לכה״פ איין ציווילן בירגער און אנגעצינדן צענדליגער פייערן איבער דער שטאט. אין רעאקציע האט אוקראינע אונטערגענומען איר אייגענע דראון אטאקע אויף מאסקווע, אן אטאקע וועלכע האט לויט רוסישע באריכטן פארוואונדעט צוויי מענטשן און געשעדיגט עטליכע געביידעס. אין דער צייט וואס די צוויי לענדער אטאקירן זיך מיט דראונס, קומט אוקראינע אונטער א מבול פון רוסישע מיסילס אין א רייע שטעט. אוקראינישער פרעזידענט זאלענסקי האט געמאכט א דעקלעראציע די וואך זאגנדיג אז דאס לענד וועט פארזעצן מיט קאנטער-אטאקעס אינערהאלב רוסישער טעריטאריע אזוי לאנג ווי די רוסישע אינוואזיע וועט פארזעצן. פיר מענטשן צום אינטערנאציאנאלן א ספעיס-עקס ראקעט האט ארויפגעטראגן ספעיס צענטער פארגאנגענע וואך לכבוד ידידינו היקר והחשוב , ברכת מזל טוב הר״ר יצחק אייזיק איידליס הי״ו לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב


אנאליז+ מנחם גאלד פארלאפענעם מיטוואך נשא, א טאג פאר ערב יו"ט, האט דער פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס געמאלדן אפיציעל אז ער לויפט פאר פרעזידענט, און אז ער וועט זיך פארמעסטן מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ צו געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע. זיין קאמפיין האט זיך אנגעהויבן עטוואס פראבלעמאטיש, נאך וואס ער האט פלאנירט צו ערשיינען אינאיינעם מיט דעם ביליאנער אילאן מאסק אויף זיין סאציאלע מידיא פלאטפארמע און דארט מעלדן זיין געלויף, אבער זיין ערשיינונג אויף דער פלאטפטארמע האט זיך געמוטשעט מיט מערערע טעכנישע פראבלעמען, ווען אנגעבליך צוליב דעם גרויסן צאל אריינרופער וואס האבן געוואלט מיטהאלטן האט עס כסדר געקראכט, און דאס האט צוגעברענגט אז די נייעס זאל זיין איבער די טעכנישע שוועריקייטן ארום די מעלדונג ווי איידער איבער דער אנאנסירונג זעלבסט, א שריט וואס האט זיכער געשאדט פאר דעם גלאנץ וואס דיסענטיס האט געהאפט צו באקומען איינמאל ער איז אריין אינעם פארמעסט. אין די שעות נאך זיין מעלדונג, איז דיסענטיס ערשינען אויף א רייע מידיא פראגראמען, בעיקר גרויסע קאנסערוואטיווע מידיא פלאטפארמעס, און ער איז דארט געפרעגט געווארן איבער זיינע שטעלונגען אויף א רייע טעמעס וועלכע זענען יעצט אויפן סדר היום אין אמעריקע. מיט עטליכע וואכן צוריק, האבן מיר אין אונזער אנאליז אויסגעשמועסט פילע שוועריקייטן און דורכפעלער מיט וואס דיסענטיס וועט זיך דארפן ספראווענען פון דער ערשטער מינוט נאך וואס ער וועט מעלדן זיין קאנדידאטור, און איבער די גאר שוואכע שאנסן וואס ער האט, מיט אן אויבערפלעכליכן בליק, צו קענען געווינען די פריימערי קעגן טראמפ. אבער נאך אלעם האט דיסענטיס געמאלדן אז ער לויפט, און ער דארף באקומען זיין שאנס צו צייגן וואס ער קען, אויב ער קען... ממילא לאמיר טוישן ברילן, לייגן די נעגאטיווע גלעזער אין א זייט, און באטראכטן די דיסענטיס קאנדידאטור מיט א פאזיטיוון בליק, די מעלות, די מעגליכקייטן, און וויאזוי זאכן קענען זיך אויסשטעלן אין זיין דירעקציע, ווייל נאך אלעם איז אין פאליטיק דא דער כלל 'זאג קיינמאל נישט קיינמאל', און זיכער איז עס אמת אין דער היינטיגער עפאכע, און ווען דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז א חלק פון דעם שפיל. ווער איז ראן דיסענטיס? ראן דיסענטיס האט גראדואירט פון דעם גאר פרעסטיזשפולן הארווארד אוניווערזיטעט איידער ער איז אריין אין מיליטער אין יאר 2004 ,וואו ער האט געדינט אין די נעיווי פאר עטליכע יאר. זייענדיג א גאר געלונגענער און שארפער סאלדאט, איז ער גאנץ שנעל געשטיגן אין ראנג, און פון א לוטענאנט איז ער ארויף א שטאפל ווערנדיג א לעגאלער ראטגעבער צו "סיעל טיעם 1." אין 2007 ,איז ער אפגעשיקט געווארן קיין איראק אנטיילצונעמען אין דער מלחמה אין איראק אין וועלכער אמעריקע איז דאן געווען פארמישט, און נאכן דינען דארט פאר 8 מאנאטן, האט ער זיך צוריקגעקערט אהיים. דאן האט אים די יוסטיץ דעפארטמענט געשטעלט צו ארבעטן פאר א יו-עס דיסטריקט אטוירני אין פלארידע, אלס א חלק פון זיין מיליטערישער סערוויס. ער האט אנגעהאלטן די פאזיציע ביז 2010 ,ווען ער האט אפיציעל געענדיגט זיין מיליטערישער סערוויס. ער איז געלאפן צום ערשטן מאל פאר קאנגרעס אין יאר 2012 ,און ער האט געווינען זיין זיץ אינעם זעלבן יאר וואס דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט געווינען ווידערוויילונג. ער איז ווידעראמאל געלאפן צו קאנגרעס אין יאר 2014 און אין יאר 2016 און געווינען. ער האט זיך גאנץ שנעל באקאנט געמאכט אין קאנגרעס מיט זיינע שטארקע קאנסערוואטיווע שטעלונגען, און מיט זיינע שארפע און דירעקטע פראגן קעגן פרעזידענט אבאמא'ס קאבינעט מיטגלידער וועמען ער פלעגט כסדר אויספרעגן ביי קאנגרעסיאנאלע הירינגס, און מיט זיינע גוטע און צום-פינטל'דיגע רעדעס וואס ער האט געגעבן כסדר אין קאנגרעס זאל. אין קאנגרעס האט ער זיך אויך אנגעשלאסן אין דעם באקאנטן "פרידאם קאוקס" — א קאוקס דער מהלך פאר דיסענטיס צו דער נאמינאציע טראץ וואס די אנקעטע ציפערן צייגן אז ער האט נישט כמעט קיין שאנסן, דאך האט דער פלארידע גאווערנאר דיסענטיס געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר דער רעפובליקאנער נאמינאציע צו די פרעזידענטליכע וואלן | ווער איז ראן דיסענטיס? און וואס איז זיין מהלך צו געווינען טראץ די שוואכע אנקעטע ציפערן? 14 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 15


וואס פאראייניגט אונטער זיך די גאר עקסטרעמע קאנסערוואטיוון פון קאנגרעס, א טייל פון זיי וועלכע זענען געווארן שטארק באקאנט דעם ווינטער ווען זיי האבן אנגעפירט מיט זייער אפאזיציע צו דער ספיקערשאפט פון קעווין מעקארטי. דורכאויס 2016 ווען דער פלארידע סענאטאר מארקא רוביא איז געלאפן פאר פרעזידענט פרובירנדיג צו געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע, האט ער נישט קלאר געלאזט הערן צי ער וועט זוכן ווידערוויילונג פאר זיין סענאט זיץ אפילו אויב ער געווינט נישט די נאמינאציע. דאן האט ראן דיסענטיס געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר סענאט אין פלארידע אלס א רעפובליקאנער, ער האט אבער שנעל אויפגעגעבן זיין סענאט געלויף נאך וואס סענאטאר רוביא האט אנערקענט אז ער קומט נישט אן אין ערגעץ אין זיין פרואוו צו געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר דער פרעזידענטשאפט, און ער האט געמאלדן אז ער וועט יא זוכן ווידערוויילונג פאר זיין סענאט זיץ אין פלארידע. דיסענטיס האט דאן צוריקגעצויגן זאגנדיג אז ער האט נישט געקלערט צו לויפן אויב רוביא לויפט, און זיין געלויף איז נאר געווען אין פאל רוביא לויפט נישט. נאך וואס טראמפ איז געווארן אויסגעקליבן צו זיין דער נאמינירטער פון דער רעפובליקאנער פארטיי, און הויפטזעכליך נאך וואס ער איז ערוועלט געווארן אלס פרעזידענט, האט זיך דיסענטיס געשטעלט אונטער אים, און ער איז געווארן באקאנט אלס איינער פון די געטרייסטע טראמפ שטיצער אין דעם רעפובליקאנער קאנפערענץ אין קאנגרעס. ער האט שטארק ארויסגעשטארצט צווישן זיינע רעפובליקאנער קאלעגן ווען ער האט גאר העפטיג געקעמפט קעגן דער "מולער אויספארשונג" אויף דער אנגעבליכער צוזאמענארבעט צווישן דעם טראמפ קאמפיין און רוסלאנד. אין א צייט ווען אסאך רעפובליקאנער אין קאנגרעס און אינעם סענאט האבן נאכנישט געהאט די שטארקייט צו אנערקענען אז די אויספארשונג איז סתם א פאליטישע רדיפה, און זיי פלעגן זינגען דעם ניגון אז מען דארף ווארטן ביז די אויספארשונג איז פארטיג, פלעגט דיסענטיס שארף ארויסרעדן דערקעגן, און עס באצייכנט אלס א פאליטישע שפיל פון דער ערשטער מינוט, אן קיין שום שייכות מיט אויפריכטיגקייט. אין בעפארברייטונג צו די 2018 גאווערנאר וואלן אין פלארידע, האט דעסענטיס געמאלדן אז ער וועט לויפן אין א פריימערי פארמעסט צו געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע, ער האט זיך אבער געטראפן פארמישט אין א בלוטיגן פריימערי פארמעסט, און די אנקעטעס האבן געצייגט אז דיסענטיס האט שוואכע שאנסן צו זיגן און צו געווינען די נאמינאציע. דאן איז דיסענטיס אריבער אין ווייסן הויז, און זיך געבעטן ביי טראמפ פאר אן אינדארסירונג. טראמפ האט אים טאקע אינדארסירט אין דער פריימערי, און בלויז צוליב טראמפ'ס אינדארסירונג האט דיסענטיס באוויזן צו געווינען די נאמינאציע, און שפעטער די גאווערנארשאפט, מיט א גאר שמאלער אויבערהאנט פון 4.0 פראצענט. זינט דיסענטיס איז געווארן איינגעשוואוירן אלס גאווערנאר, האט ער צוביסלעך אנגעהויבן ווערן מער און מער באקאנט נאציאנאל, סיי מיט זיין שטייפע אנטי-לאקדאון צוגאנג צו קאוויד, דערנאך ביי די פילע געזעצן וואס ער האט דורכגעפירט אין פלארידע, און האט אזוי צוביסלעך באוויזן צו טראנספארמירן פלארידע פון א סווינג-שטאט, צו א שטאט וועלכע ווערט שוין היינט באטראכט היפש פארזיכערט פאר די רעפובליקאנער. די אלע שריט האבן אים געמאכט גאר שטארק פאפולער ביי קאנסערוואטיוון איבערן לאנד, און ער איז באטראכט געווארן ווי אן אויפגייענדער שטערן אין דער רעפובליקאנער פארטיי. באזונדער איז ער געווארן גאר פאפולער אין פלארידע, ווען מיט דער הילף פון א סוקסעספולן פראפאגאנדע מאשין וואס ער האט אוועקגעשטעלט, האט מען כסדר געהאמערט אין די מוחות פון די ארטיגע איינוואוינער אז פלארידע איז דער שענסטער און בעסטער ארט צו וואוינען אדאנק גאווערנאר דיסענטיס. אויב עפעס איז אמאל נישט אזוי גוט, שוואכע עקאנאמיע, ווייניג דזשאבס, שטייגנדע פארברעכן אא"וו, נו, מיר זענען נאכאלץ בעסער ווי איבעראל, טאקע אדאנק דיסענטיס. די רעזולטאטן פון זיינע שריט און פראפאגאנדע דארף מען פאר קיינעם נישט דערציילן, דיסענטיס האט געווינען זיין ווידערוויילונג קאמפיין מיט א מאסיוון לענדסלייד פון נאנט צו 20 ,%עפעס וואס איז ריכטיג היסטאריש אין א שטאט ווי פלארידע וואס ער האט קוים געווינען פיר יאר פריער. אט דא שטייען מיר מיט דעם דיסענטיס, זיין היסטאריע ביכל האלט נאך אינמיטן געשריבן ווערן, מען קען נאכנישט אראפגעבן זיין גאנצע ביאגראפיע, דערווייל האלט עס אז ער האט מחליט געווען צו נוצן זיין פאפולעריטעט אין פלארידע און איבערן לאנד אונטערצונעמען א שווערן פרעזידענטליכן קאמפיין, לויפנדיג אין א פריימערי קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ. דיסענטיס האט נישט וואס צו זיין באזארגט פון אנקעטעס ווי פריער אויסגעשמועסט, וועלן מיר די וואך געבן פאר דיסענטיס זיין שאנס, און מיר וועלן אויסשמועסן דעם חלק פארוואס עס איז יא מעגליך אז ער וועט געווינען די נאמינאציע און פון דארט די פרעזידענטשאפט. דער הויפט ארגומענט פארוואס צו זאגן אז דיסענטיס האט נישט קיין שאנס, איז אודאי די אנקעטעס. יעדע אנקעטע פון יעדער פירמע, סיי נאציאנאלע און סיי פון די פריע שטאטן, צייגן אלע די זעלבע — אז דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז גאר שטארק פאראויס פון דיסענטיס, און עס קוקט אויס כמעט אוממעגליך אז דיסענטיס זאל קענען אראפברענגען טראמפ'ס ציפערן און אים באזיגן. אבער ווער עס קען אביסל היסטאריע פון דער נישט-ווייטער פארגאנגענהייט, איז נישט אזוי איבערצייגט אז דיסענטיס האט ממש נישט קיין שאנס צוליב די אנקעטעס אזויפיל מאנאטן פאר דער פריימערי סעזאן הייבט זיך אן. אין יאר 2007 ,ווען סענטארשע קלינטאן האט געמאלדן איר קאנדידאטור צום ווייסן הויז אין דער דעמאקראטישער פריימערי, זענען געווען ווייניג וואס האבן געקלערט אז זי וועט מעגליך באזיגט ווערן. זי איז געווען די פאפולערע ערשטע פרוי פון דעם געוועזענעם פאפולערן דעמאקראטישן פרעזידענט קלינטאן, א סענאטאר פון ניו יארק פאר עטליכע יאר, א שארפע רעדנער, א בארימטע פאליטיקאנט, ווער קען איר דען באזיגן? די רעשטע איז היסטאריע. זיכער איז דאס געווען דער בליק פון מענטשן אין 2016 ווען זי איז געלאפן אין דער 16 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 17


דעמאקראטישער פריימערי צו געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע. דאן האט זי שוין געהאט איר רעזומעי אז זי האט געדינט אלס סעקרעטערי אף סטעיט פאר 4 יאר, און יעדער האט געוואוסט אז פרעזידענט אבאמא האט געבעטן זיין וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען נישט צו לויפן, ווייל דער מאשין שטייט אונטער קלינטאן. ווער האט דאן עטליכע מאנאטן פאר דער פריימערי געקענט קלערן אז דער מאדנער סענאטאר פון ווערמאנט, בערני סענדערס, וועט מאכן דעמאקראטן שוויצן, און פירן צו א פארצויגענער פריימערי אין וועלכער קלינטאן וועט קוים מיט רחמנות געווינען די נאמינאציע... אבער מען דארף נישט צוריקגיין אזויפיל יאר, יעדער געדענקט נאך אז ווען עס האט זיך אין 2019 אנגעהויבן די דעמאקראטישע פריימערי, האבן אלע אנקעטעס געצייגט אז דזשאו ביידען איז דער שטארקער הויפט-לויפער, און ער וועט גרינג געווינען די נאמינאציע. עס איז אריבער מאנאט נאך מאנאט, אפאר ציפערן ארויף, אפאר ציפערן אראפ, אבער נישט קיין גרויסע טוישונגען. די עטליכע ציפערן וואס זענען יא געגאנגען ארויף און אראפ, איז געווען קוים גענוג אז די נייעס זאל זיך קענען האלטן פארנומען פארוואס דער פאלט און פארוואס דער צווייטער שטייגט, אבער עס זענען נישט געווען קיין ערנסטע טוישונגען. דער סך הכל איז געווען אז ביידען איז אלעמאל געווען אויבן. ווען עס איז אבער געקומען הארט פאר די פריימעריס, און אפילו מיט א טריט אריין אין די פריימעריס, ווייסט יעדער ווי שטארק ביידען האט זיך געמוטשעט, און וויאזוי ער איז געשטאנען אין אן ערנסטער געפאר צו פארלירן די פריימעריס. די אלע ביישפילן וואס מיר האבן געברענגט דערציילן איין זאך, דאס איז אז א קאנדידאט וועלכער איז באקאנט, מענטשן קענען זיין נאמען פון שלאף ארויס, אזא איינער ווי קלינטאן, ביידען און טראמפ, דער וועט אלעמאל באקוועם באקומען די פאזיציע אלס דער הויפט-לויפער, אזוי לאנג ווי דער פריימערי סעזאן איז עפעס פון ווייט אוועק, עפעס אין די נייעס, אז דער לויפט קעגן יענעם. אבער איינמאל עס ווערט עכט און מענטשן הייבן זיך אן צו גרייטן ארויסצוגיין צו די שטים בודקעס, דאן הייבן זיי אן צו באטראכטן זייערע אפציעס מיט מער ערנסטע ברילן ווי סתם א "נייעס", און אט דאס איז די סיבה פארוואס איינמאל און נאכאמאל אין היסטאריע האבן די באקאנטע נעמען וואס האבן אנגעהאלטן אן אויבערהאנט אין די אנקעטעס ביז דער לעצטער מינוט, אנגעהויבן צו כאפן קלעפ, ווייל עס ווערט עכט... עס לאזט זיך גלייבן אז דיסענטיס האט גוט אנאליזירט דעם רעפובליקאנער פעלד איידער ער איז אריינגעשפרינגען אין דעם פארמעסט, ער האט זייער גוט געזען די אנקעטעס, ער האט אבער אויך גענומען אין באטראכט נאך פאקטן ארום, און ער האט מחליט געווען צו נעמען א שאנס און לויפן. פארוואס רעפובליקאנער זאלן איבערלאזן טראמפ דיסענטיס רעדט זיך נישט איין אז פאר די פריימעריס וועט פאסירן א נס אז מיליאנען רעפבליקאנער וויילער וועלן פלוצלים אוועקשפאצירן פון טראמפ און אריבערגיין צו דיסענטיס, ער ווייסט אז עס וועט נישט פאסירן, נאר ער דארף יעצט – טאקע ווען די אנקעטעס ווייזן אז טראמפ וועט אים גרינג באזיגן – אנהייבן צו האמערן אין די מוחות פון די וויילער אלע סיבות פארוואס אים אריינצואוועלן אנשטאט טראמפ. אזוי האפט ער אז ווען עס וועט קומען דער מאמענט פון 'אמת', ביי דער שוועל פון די פריימעריס, ווען דער וויילער טראכט אויפריכטיג 'וועמען וויל איך אלס מיין קאנדידאט?' וועט מען אים אויסוועלן איבער טראמפ. לויט דער יעצטיגער סטראטעגיע פון דעם ניייעם דיסענטיס קאמפיין, קוקט שטארק אויס אז זיי פלאנירן צו ארבעטן אויף צוויי פונקטן, און זיי וועלן פאקוסירן אויף די פראנטן איינמאל און נאכאמאל ביז עס וועט ברענגען רעזולטאטן. דער ערשטער מיטל איז צו אפעלירן צו דעם גאר קאנסערוואטיוון לאגער אין דער רעפובליקאנער פארטיי און זיי דערציילן די ווירקליכקייט, אז טראץ וואס טראמפ האט אסאך צוגעשטעלט פאר דער רעפובליקאנער פארטיי, איז ער דאך נישט קיין עכטער קאנסערוואטיוו אויף אסאך טעמעס, נאר ער איז היפש ליבעראל אין פארשידענע הינזיכטן, בשעת ווען דיסענטיס איז דער עכטער שארפער קאנסערוואטיוו. דער צווייטער מיטל איז צו אפעלירן צו די זעלבסטשטענדיגע וויילער וועלכע זענען אנטוישט פון ביידען און די דעמאקראטן, און זיי ווילן זען א רעפובליקאנער אין ווייסן הויז, זיי מסביר צו זיין אז טראמפ האט נישט קיין עכטער שאנס צו געווינען די אלגעמיינע וואלן, בשעת ווען דיסענטיס איז א זיכערער געווינער. די האפענונג אין דיסענטיס לאגער איז, אז ווען עס וועט קומט גראד פאר די וואלן און די צוויי גרופעס וועלן באטראכטן די צוויי הויפט קאנדידאטן, וועלן זיי גיין מיט דיסענטיס, און דאס וועט זיין גענוג איבערצואוועגן די פריימערי אין זיין ריכטונג. צי גייט עס ארבעטן? ווער ווייסט דען, אבער א מהלך איז עס. עכ"פ באזירט אויף היסטאריע. 16 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 17


מענדל אונגער פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס שפרינגט אריין אין דעם פרעזידענטליכן פארמעסט צו באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע | ״דער אמעריקאנער גרעניץ איז א חורבן״, הייבט דיסענטיס אן זיין ספעציעלע רעקארדירטע מעלדונג, וואס זאגט אז ער טאנצט אריין אין דעם פרעזידענטליכן פארמעסט אויסטויש פארברייטערט 2024 פארמעסט 18 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 19


אין בילד: חורבנות וואס דער וואולקאן אויפרייס האט איבערגעלאזט אויף דער גאנצער געגנט פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס שפרינגט אריין אין דעם פרעזידענטליכן ״דער אמעריקאנער גרעניץ פארמעסט צו באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע | איז א חורבן״, הייבט דיסענטיס אן זיין ספעציעלע רעקארדירטע מעלדונג, וואס זאגט אז ער טאנצט אריין אין דעם פרעזידענטליכן פארמעסט אלע שפעקולאציעס זענען געקומען צו אן ענדע פאריגע וואך מיטוואך אוונט, ווען דיסענטיס האט ענדליך געמאלדן אז ער וועט זוכן צו באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע, און זיך פארמעסטן מיט די פינף אנדערע קאנדידאטן וואס האבן שוין געמאלדן אז זיי זוכן עס אויך. פארשטייט זיך אז דער לייב פון דער גרופע איז דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וואס שטייט ווייט פאראויס פון אלע זיינע פינף קעגנער וואס האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען לויפן צו באקומען די נאמינאציע. טראמפ איז גאר שטארק פאראויס אפילו פון זיין נאנטסטער קעגנער ראן דיסענטיס. אין אלעגעמיין איז טראמפ פאראויס מיט בערך 35 פונקטן פון דיסענטיס, און די איבריגע קאנדידאטן זענען אין די איינצלנע נומערן. ביז יעצט נעמט שוין אנטייל אין דעם געלויף די געוועזענע גאווערנאר פון סאוט קאראליינע און אמבאסאדאר צו די יו- ען ניקי העילי, וואס האט שוין געמאלדן איר קאנדידאטור מיט א שיינע פאר חדשים צוריק, צוויי וואכן צוריק האט דער סענאטאר פון סאוט קאראליינע, דער אפריקאנער-אמעריקאנער טים סקאט, אויך געמאלדן אז ער שפרינגט אריין אין דעם פארמעסט, און אזוי נאך עטליכע קאנדידאטן. די פאראויסשאצונגען אין די לעצטע חדשים האט מען שוין געוואוסט כמעט אויף זיכער אז דיסענטיס גייט מעלדן זיין קאנדידאטור פארן פרעזידענטליכן אמט, די פראגע איז נאר געווען ווען ער וועט דאס טון. דער געוועזענער פרעזידענט און הויפט-לויפער טראמפ, האט פרובירט אים אפצושרעקן פון זיך אנשליסן אין די קאנדידאטן קעגן אים, דורך אים פארשעמען און ארויסגעבן בייסיגע קאמענטארן קעגן דיסענטיס. טראמפ האט אים באשולדיגט אין מאכן א שרעקליכע ארבעט ביי קאוויד 19 ,און ער האט אנגעלייגט זיין גאנצע הצלחה אויף זיך אליין. אזוי אויך האט טראמפ געשריבן עטליכע מאל אויף זיין טרוט סאושעל פלאטפארמע, פארברייטערט 2024 פארמעסט 18 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 19


אז די פריערדיגע גאווערנארס פון פלארידע, דזשעב בוש און טשארלי קריסט, האבן אויך געמאכט א גוטע ארבעט, און עס האט גארנישט צוטון מיט דיסענטיס וויאזוי פלארידע זעט אויס. טראמפ האט אים אנגערופן אומגעטריי, וויבאלד ער האט אים דאך אינדארסירט מיט א שטארקייט ווען דיסענטיס איז געלאפן פאר גאווערנאר פון פלארידע אין יאר 2018 . דיסענטיס האט זיך גענצליך אידענטיפיצירט ביי יענעם קאמפיין מיט פרעזידענט טראמפ, זיין גאנצער קאמפיין איז געווען אזא קליינער טראמפ פרעזידענטליכער קאמפיין, און דער געוועזענער פרעזידענט איז אפילו אראפגעקומען אויפצוטרייבן שטיצע פאר דיסענטיס. טראמפ האט אים נאך אינדארסירט ווען ער איז געלאפן צו באקומען די נאמינאציע צו זיין דער וואס לויפט קעגן דעם דעמאקראטישן גאווערנאר קאנדידאט, און זיכער שפעטער ביי די גאווערנאר וואלן. ווען דיסענטיס איז געלאפן צו ווערן דער גאווערנאר פון פלארידע, האט ער זיך פארמאסטן מיט א שטארקן און כאריזמאטישן דעמאקראטישן קאנדידאט, ענדרו גילעם. אנקעטעס האבן געצייגט א שמאלע אויבערהאנט פאר גילעם, און עס איז געווען די אנגענומענע מיינונג אז גילעם וועט עווענטועל טאקע ארויסקומען דער זיגער. ער האט גוט אויסגענומען ביי די דעבאטעס וואס זענען פארגעקומען, און ער האט געהאט די שטיצע פון דער גאנצער דעמאקראטישער פארטיי. אפילו דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא איז אראפגעפלויגן קיין פלארידע צו קאמפיינען פאר גילאם. אבער ווען עס איז געקומען די וואל נאכט האט א שאק כוואליע באטראפן פלארידע, ווען דער צוויי טערמיניגער גאווערנאר ריק סקאט האט געזיגט אין די סענאט וואלן, ארויסשטויסנדיג דעם ארטיגן דעמאקראטישן סענאטאר, און דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן ראן דיסענטיס האט געזיגט אין דעם גאווערנאר פארמעסט, באזיגנדיג ענדרו גילעם. ווי נאר דיסענטיס איז געווארן גאווערנאר, האט ער זיך גענומען איבערמאכן די שטאט. ער האט עס געמאכט פון א פוירפל שטאט צו א רויטער שטאט, מיט גאנץ קליינע שאנסן פאר א דעמאקראט צו זיגן סיי אין לאקאלע גאווערנאר אדער סענאט וואלן, און סיי אין פרעזידענטליכע וואלן. ער האט אויסגעפארעמט די ארטיגע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט מאפע אויף א וועג אז עס זאל כמעט נישט זיין מעגליך פאר דעמאקראטן צו זיגן אין געוויסע ערטער, און אין פאקט איז טאקע פלארידע געווען פון די איינציגסטע שטאטן וואס האבן געברענגט סוקסעסן פאר די רעפובליקאנער אין די 2022 מידטוירם וואלן. דיסענטיס האט זיך איינגעקויפט א גרויסע באזע פון שטיצער, נישט אזוי ווייט צוליב זיין פערזענליכקייט, נאר ענדערש צוליב זיינע פאליסיס וואס ער האט אויסגעפירט. ער האט דורכגעפירט איין געזעץ נאכן צווייטן לטובת די קאנסערוואטיוון, ער האט זיך צוגעשטעלט צו דער מלחמה קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן, און אפילו אפגעשיקט א פליגער צו טראנספארטירן אימיגראנטן פון דעם גרעניץ צו א לוקסוריעזן אינזל נישט ווייט פון וואשינגטאן די-סי. ער האט ארויפגעלייגט רעגולאציעס איבער געוויסע לערנונגען וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז לינק און געמיין, און האט נישט קיין ארט אין אין די שולעס. ער האט אפילו פארבאטן געוויסע ביכער פון ערשיינען אין די ארטיגע שולעס. ער האט גערופן פאליציי פון אנדערע שטאטן וואס זענען אויפגעזאגט געווארן צוליב ליבעראלע סיבות, אז זיי זאלן קומען קיין פלארידע וואו ער וועט זיי געבן פאליציי פאזיציעס, און נאך אסאך אנדערע געזעצן וואס ער האט אונטערגעשריבן, וואס איז געווען צו דעם געשמאק פון קאנסערוואטיוון און ספעציעל רעליגיעזע קריסטן. אין די לעצטע עטליכע יאר זינט קאוויד 19 האט באטראפן די וועלט, האט ער געפירט א מלחמה מיט דאקטער ענטאני פאוטשי, און זיך עטליכע מאל געלאזט הערן מיט שפאט-ווערטער אין זיין ריכטונג. גראדע האט ער צוערשט מיטגעארבעט, ווען טראמפ'ס שטיצער שרייען אויף אים פארוואס ער האט געבעטן אז מ'זאל נעמען די וואקסינען, אבער דיסענטיס שרייט צוריק צו זיי: "ווער האט געמאכט דעם וואקסין, און ווער האט געשטופט עס צו נעמען ערשט?" דער שטופ אריין אינעם פארמעסט עס איז געווען 2020 ,נאך פרעזידענט ביידען האט באזיגט דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, ווען שפעקולאציעס האבן אנגעהויבן אפירצוקומען ווער פון דער רעפובליקאנער זייט עס וועט לויפן אין יאר 2024 ,זיך צו פארמעסטן קעגן ביידען. פארשטייט זיך אז דיסענטיס האט געהאלטן אין איין ארויפקומען צוליב זיין פאפולעריטעט, אבער ווי געזאגט איז עס נאר געווען שפעקולאציעס. אלעס האט זיך אבער דראמאטיש געטוישט, ווען דיסענטיס איז ארויסגעקומען פון די 2022 מידטוירם וואלן מיט א דראמאטישן לענדסלייד זיג, וואס האט אים פשוט געשריגן אין פנים אריין: 'דו דארפסט לויפן פאר פרעזידענט'. דאן האט דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ אויך אנגעהויבן פארלאנגען פון דיסענטיס א קלארן ענטפער אויב ער גייט לויפן פאר פרעזידענט אדער נישט. ער האט זיך אפגערעדט אז אויב דיסענטיס לויפט איז עס אן אקט פון אומגעטריישאפט צו אים, וויבאלד ער האט אים אזוי שטארק געשטיצט פאר גאווערנאר, און דא קומט ער ארויס לויפן קעגן אים. אפילו דאס שווייגן און נישט וועלן ענטפערן האט זייער נערוועז געמאכט טראמפ. ער האט אים אנגעהויבן אראפצורייסן אויף א טעגליכן פארנעם, ער האט אים געגעבן א שפאט-נאמען און ארויסגעגעבן חוזק רעקארדירונגען. אין איין רעקלאמע וואס דער טראמפ קאמפיין האט ארויסגעגעבן קעגן דיסענטיס, זעט מען וויאזוי א פינגער שטעקט זיך אריין אין א פודינג פושקע, און די פינגער נעמט ארויס די פודינג אנשטאט א לעפל. דאס האט ער געטון צוליב די באריכטן אז דיסענטיס האט געגעסן פודינג מיט די פינגערס. אין די לעצטע וואכן איז קלאר געווארן פון אינערליכע קוועלער אז דיסענטיס האט שוין אפגעמאכט אז ער גייט לויפן פאר פרעזידענט, די פראגע איז נאר געווען ווען ער וועט עס אפיציעל מעלדן. פאריגע וואך דינסטאג איז ארויס דער באריכט אז קומענדיגן מיטוואך זעקס אזייגער וועט דיסענטיס ארויפקומען אויף א געוויסן טוויטער פראגראם, און דארט האבן אן אינטערוויו מיט דעם ביליאנער, אייגנטומער פון טעסלא און פון טוויטער, אילאן מאסק, וואו ער וועט ענדגילטיג מעלדן זיין קאנדידאטור. אין די פריערדיגע מאנאטן האט מען שוין געהערט פון דעם ביליאנער אז ער שטיצט א דיסענטיס קאמפיין, און אז ער וועט שטימען פאר דיסענטיס אויב זאל ער טאקע לויפן פאר פרעזידענט. אין דעם טראמפ לאגער איז מען פארשטייט זיך נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט, נאר דער געוועזענער פרעזידענט אליין האט אנגעהויבן ארויסצולייגן צענדליגער אנקעטעס וואס צייגן אז ער איז שטארק פאראויס פון דיסענטיס אין דעם פארמעסט. טראמפ טוט דאס אלעס אויף זיין טרוט סאושעל פלאטפארמע, און נישט אויף זיין פיל גרעסערע פלאטפארמע וואס ער פארמאגט אויף טוויטער, מיט א נאכפאלגערשאפט פון איבער אכציג מיליאן אקאונטס. אנדערע זאגן אז עס פאסט אים נישט ארויפצוקומען און ווייטער ארויסשיקן מעסעדזשעס אויף טוויטער, וויבאלד ער האט דאך זיין אייגענע סאציאלע מידיא וואו ער האט 20 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 21


אינוועסטירט געלט, אבער לויט ווי מ'הערט פון אינוועסטירער, האט ער אן אפמאך מיט די אנדערע מאגנאטן וואס האבן אינוועסטירט אין דער טרוט סאושעל פלאטפארמע, אז ער וועט נישט ארויסשיקן קיין מעסעדזשעס אויף טוויטער. די שטרויכלדיגע מעלדונג פאריגע וואך מיטוואך זעקס אזייגער אויפדערנאכט, זענען שווערע הונדערטער טויזנטער מענטשן ארויפגעגאנגען אויף דער טוויטער פלאטפארמע צו הערן די אינטערוויו פון ראן דיסענטיס, און וויאזוי ער לאזט אין גאנג זיין פרעזידענטליכער קאמפיין. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דער לינקער פוס, ווען דער פראגראם האט פשוט נישט געארבעט און מ'האט כסדר געהערט קראצן פון הונטערוויילעכץ. נישט לאנג דערנאך האט מען בלויז געהערט א שטילקייט און גארנישט מער. דאס לאנד איז געפארן אויף רעדער. מענטשן האבן אנגעהויבן חוזק צו מאכן, און די מעכאנישע פראבלעמען האבן איבערגענומען די העדליינס אנשטאט דעם מעסעדזש וואס דיסענטיס האט געוואלט איבערגעגעבן... פאר א שיינע פאר מינוט האט עס פשוט נישט געארבעט, און מאסק האט געמאלדן אינצווישן אז אזויפיל מענטשן פרובירן ארויפצוקומען צו הערן די אינטערוויו, אז דער סיסטעם קען עס פשוט נישט נאכקומען. נאך בערך 25 מינוט האט זיך דער פראגראם אנגעהויבן, אבער עס האט דאן נאך אויך היפש געקראצט. "עס איז נישטא קיין ערזאץ פאר זיג. מיר מוזן ענדיגן די קולטור פון פארלירן וואס האט אינפעסטירט די רעפובליקאנער פארטיי", האט דיסענטיס געזאגט צווישן זיינע ווערטער. "מיר מוזן קוקן פאראויס און נישט צוריקצואוועגס". ער האט ארויסגעהויבן זיין רעקארד אין פלארידע, און וויאזוי ער האט זיך דארט גענומען איבער די ליבעראלע פאליסיס. די נאכפאלגנדע רעאקציעס דאן איז דאס גאנצע לאנד שוין געווען אויף מיט די נייעס, אז די עפענונג פונעם דיסענטיס קאמפיין איז געגאנגען מיט דער לינקער פוס. טראמפ שטיצער האבן געמאכט צימעס דערפון, און אזוי אויך דעמאקראטישע פאליטיקאנטן און קאמאנטירער. פרעזידענט ביידען האט ארויסגעלייגט א מעסעדזש אויף זיין פריוואטע טוויטער פלאטפארמע, וואו ער האט געשריבן אז דאס ארבעט יא, צולייגנדיג א לינק צו זיין קאמפיין וועבזייטל. טראמפ קאמפיין באאמטע האבן געזאגט אז דיסענטיס קומט נישט ארויס מעלדן זיין קאנדידאטור פאר א מאסן פארזאמלונג, וויבאלד ער האט פשוט נישט די מעגליכקייט און כאריזמע אויפצוטרעטן פארנט פון א ציבור... טראמפ האט ארויסגעלייגט א מעסעדזש, אז די מעלדונג פון דיסענטיס איז געווען א חורבן, און האט שוין אינאיינוועגס אויך געזאגט אז טרוט סאושעל איז די זאך, און אז מענטשן זאלן עס אנהויבן נוצן. "איך האב נישט קיין אנונג וואס ער האט געטראכט מיטן איבערגעבן זיין קאמפיין עפענונג פאר אילאן מאסק", האט געזאגט א קאמאנטירער אויף סי-ען-ען נייעס אגענטור. "מאסק האט זיך אליין געשאסן אין פיס נאכן אפזאגן טויזנטער ארבעטער, און יעצט עסט ער די פרוכט דערפון"... דיסענטיס דערלאנגט אויף צוריק... ראן דיסענטיס איז נישט שולדיג געבליבן, און ער האט צוריקגעשאסן אין דעם געוועזענעם פרעזידענט. צוערשט האט זיין קאמפיין געזאגט אז די טעכנישע פראבלעמען זענען טאקע געווען צוליב דעם וואס אזויפיל מענטשן האבן געוואלט מיטהאלטן זיין מעלדונג. "איך ווייס נישט וואס עס האט פאסירט מיט דאנאלד טראמפ. דאס איז אן אנדערער מענטש פון דעמאלט ווען ער איז געלאפן אין יאר 2015 און 2016 .איך מיין אז די דירעקציע וואו ער גייט מיט זיין קאמפיין איז נישט א ריכטיגע", האט דיסענטיס געזאגט אין אן אינטערוויו דעם פארלאפענעם פרייטאג. "ער פארשטייט אז איך האב א גוטן שאנס אים צו באזיגן, ער קריטיקירט נישט קיינעם אויסער מיר. זיי ווייסן אז ס'איז גאנץ מעגליך אז איך וועל זיגן אין די וואלן. קיינער האט נישט גענומען א סטעיט וואס איז געווען א סווינג-סטעיט ביז פיר יאר צוריק, צו היינט ווען עס איז א רויטע שטאט", האט דיסענטיס שטאלצירט. אויך האט ער קריטיקירט טראמפ פארן שטעלן פאוטשי אין שפיץ פון דער קאוויד 19 פאנדעמיע. ער האט באשולדיגט טראמפ אין זיין צו לינקס, און אזוי ווייטער. אין די 24 שעה זינט ער האט געלאזט אין גאנג זיין קאמפיין, האט ער אויפגעטריבן א ריזן סכום פון אכט מיליאן דאלאר. ווען מען באטראכט אבער די אנקעטעס זעט מען אז עס איז בכלל נישט גינסטיג פאר דיסענטיס. אין די לעצטיגע אנקעטעס האלט טראמפ ביי איבער פופציג פראצענט, מיט דיסענטיס ביי עטליכע אין צוואנציג פראצענט. 20 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 21 אין די לעצטיגע אנקעטעס האלט טראמפ ביי איבער פופציג פראצענט, מיט דיסענטיס ביי עטליכע אין צוואנציג פראצענט


ראקלענד חברים און פאליציי ארבעטן אינאיינעם ביי ספרינג וואלי שיסעריי שמועס מיט העסקן ר׳ יוסי מארגארעטן הי״ו, קאארדאנירער פון חברים פארלאפענעם זונטאג, בערך אכט אזייגער אויפדערנאכט, האב איך פלוצלינג געזען וויאזוי איין פאליציי קאר נאכן צווייטן יאגן זיך צו א סצענע. עס האט אויסגעזען היפש ערנסט, עס זענען געקומען נאך און נאך פאליציי אויטאס, און די עמערדזשענסי אלארמס האבן זיך נישט אפגעשטילט. אויך זענען אריבערגעפלויגן ערשטע הילף עמערדזשענסי אגענטורן און אמבולאנסן. נישט לאנג דערנאך האב איך געזען א באריכט אז ס'איז פארגעקומען א שיסעריי נישט ווייט פון שיכון סקווירא, בערך צוויי מייל פון שטעטל, אויף סלין גאס. צוויי מענטשן זענען געשאסן געווארן און די פארברעכער זענען אנטלאפן פון דער סצענע, און העליקאפטערס האבן זיי ארומגעזוכט פונדערהייך. צוערשט זענען געווען שמועות אז איינער פון די פארוואונדעטע איז געשטארבן, אבער עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין נישט ריכטיג, טראץ וואס ביידע זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל ערנסט געשעדיגט. וואס איז געווען די מעשה דא? איינוואוינער אין דער אפארטמענט געביידע האבן געהערט שטארקע שיסערייען, און האבן פארשטייט זיך גלייך אריינגערופן פאליציי צו באריכטן אז עפעס גייט פאר. ווען פאליציי זענען אנגעקומען, זענען צוויי מענטשן געלעגן פארוואונדעט, איינער פון זיי איז געשאסן געווארן אכט מאל. עס זענען אנגעקומען פאליציי פון עטליכע געגנטער, מיר האבן באקומען דעם רוף פון ספרינג וואלי פאליציי דעפארטמענט, וואס האבן אונז געפרעגט אויב מיר האבן די לעקטער טורעמס. דאס זענען די לעקטערס וואס מ'קען ארויפציען, און איז זייער שטארק נוצבאר פאר אזעלכע אינצידענטן. זיי האבן געדארפט טרעפן באווייזן איבער דער שיסעריי, און ס'איז דאך געווען טונקל, האבן זיי אונז אריינגעקלינגען פרעגן אויב מיר קענען זיי עס געבן. פארשטייט זיך אז מיר האבן צוגעשטימט, מיר האבן אריבערגעברענגט דריי לעקטער טורעמס, און נאך אנדערע זאכן וואס זאל זיי קענען ארויסהעלפן אין דער אויספארשונג צו קענען כאפן די פארברעכער וואס שנעלער. דאס איז דאך בכלל נישט קיין קלייניקייט. באוואפנטע פארברעכער דרייען זיך ערגעץ ארום, און זיי זענען נאך יעצט נישט ארעסטירט געווארן. האסטו נישט מורא געהאט צו גיין אהין? מיר האבן גלייך פארשטאנען אז ס'איז געווען א געשלעג, און נישט סתם א צערודערטער פארשוין וואס האט זיך גענומען שיסן אין דער וועלט אריין. דאס מיינט אז יענער צילט נישט יעדן, און די פאליציי וואלט אונז אויך נישט געלאזט קומען אהין אויב וואלטן זיי נישט געווען זיכער אז אויפן ארט איז נישטא קיין חשש סכנה. דארף מען יעצט מורא האבן זיך צו דרייען אין יענער געגנט? מיטן באשעפער'ס הילף זעט נישט אויס אזוי. די פאליציי האט נישט ארויסגעלייגט קיין ווארענונג, און ווי געזאגט איז עס געווען א געשלעג וואס איז אנגעקומען צו שיסעריי, אבער ס'איז נישט געווען דער ציל פונעם שיסער צו שיסן וועם ער טרעפט אן. פארשטייט זיך אז מ'דארף בעטן דעם באשעפער אז ער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער. ווען האבן די פאליציי ענק גערופן? קודם איז געווען א צעמישעניש, אבער איינמאל זיי האבן געזען אז די שיסעריי איז פאריבער און די פארברעכער זענען אנטלאפן אין וואלד אריין, האבן זיי דערקלערט יענע גאנצע געגנט אלס א קרימינאלער סצענע, און דאן האבן זיי אונז אריינגערופן. פארשטייט זיך אז מיר האבן זיי געזאגט אז אויב זיי דארפן סיי וואס קענען זיי אונז בעטן. עס איז קריטיש וויכטיג אז מ'זאל ארבעטן אינאיינעם פאר דעם וואוילזיין פון אונזערע אידישע ברידער אין מאנסי, די אידישע באאמטע דארפן לעבן גוט מיט די פאליציי און אלע אגענטורן. יעצט מאנטאג אין אוונט בשעת'ן שרייבן דעם באריכט זענען די פארברעכער נאכנישט געכאפט געווארן. מענדל אונגער 22 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 23 סּפעציעלער באריכט חברים פון מאנסי אויף דער סצענע און געניסט! סובסקרייבט א וועכנטליכע פארגעניגן. ביי אייער טיר. 2. ext 3347.928.718} text or call{ com.SubscribeToMoment.www} Web{ org.momentmagazine@subscribe} email{


22 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 23 און געניסט! סובסקרייבט א וועכנטליכע פארגעניגן. ביי אייער טיר. 2. ext 3347.928.718} text or call{ com.SubscribeToMoment.www} Web{ org.momentmagazine@subscribe} email{


24 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 25 חיבור בכתב יד פון הגר״ח קנייבסקי זצ״ל פארקויפט פאר ריזן סומע איינער פון די באקאנטע חיבורים פונעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, איז דער ספר 'שונה הלכות' וואס ענטהאלט דריי הערליכע בענדער וואו ס'איז צוזאמגענומען דאס תמצית פון אלע הלכות וואס ווערן אראפגעברענגט אין ביאור הלכה. אין די טעג פאר יו"ט שבועות, איז פארקויפט געווארן דער הייליגער כתב יד פון שונה הלכות ח"ג פארן ריזן סומע פון נאנט צו א האלבן מיליאן דאלאר. דער כתב יד וואס געפינט זיך אין א גאר גוטן צושטאנד און איז שיין צאמגעבינדן ווי א ספר, פארמאגט אין זיך א קיימא לן פון 473 זייטן געשריבן בעצם כתי"ק פונעם גרויסן גאון און שר התורה, און איז פארגאנגענעם דינסטאג א' דשלשת ימי הגבלה פארקויפט געווארן דורך דער פירמע 'גנזים' פאר דער קאלאסאלער סומע פון 704,486 $נאך שטייערן. אינעם שער בלאט שרייבט דער גאון בכתב ידו מיט שיינע גרויסע אותיות מרובעות: 'הלכות יום טוב, חול המועד, תשעה באב, תענית, ראש השנה, יום הכיפורים, סוכה ולולב, חנוכה, מגילה'. צום סוף פונעם חיבור שרייבט ער: 'סיימתי בעזה"י מוצש"ק פ' שקלים כ"ח שבט תשל"ה תם ונשלם שבח לאל בורא עולם ספר שונה הלכות'. א ׳מהפיכה׳ מיט סוקסעס דורך ׳צדק׳ טראץ וואס ס'איז שוין דורך מער ווי א וואך זינט דעם סוקסעספולן 'מהפיכה' קאמפיין וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך דער נאבעלער 'צדק' אסאסיאציע אין שפיץ פון העסקן הדגול ר׳ משה מארגארעטן, פארנעמט עס נאכאלץ אן אויבנאן ארט ווען ס'קומט צו 'אידישע נייעס'. דער קאמפיין וואס איז אין אנהייב געווען געצילט אויפצוטרייבן 5 מיליאן דאלאר צו קענען פינאנצירן דאס נייע מעדיקל רעפארם געזעץ, וואס וועט זיין א שטארקע ישועה פאר אחינו בני ישראל המצפים לישועה געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא, איז שפעטער געהעכערט געווארן צו 6 מיליאן נאכן צוזען די גאר שטארקע ווארעמקייט ביי אידן פון אלע שיכטן און קרייזן. נאכן גרייכן דעם ציל איז עס עווענטועל געהעכערט געווארן צו 7 מיליאן דאלאר, וואס אויך דאס האט מען ב"ה דערגרייכט — און אפילו מיט א שמיץ אריבער — אין די נאכפאלגנדע טעג. דער מאכטפולער סענעטאר טעד קרוז און נאך פאליטישע פיגורן האבן זיך פערזענליך באטייליגט און אויפגעטראטן ביים קאמפיין הויפטקווארטיר, וואו זיי האבן ארויסגעברענגט זייער שטארקע שטיצע פארן ביל, און בכלל זייער שטארקע נאנטשאפט מיט אידן דורכאויס די יארן )זע מענדל אונגער׳ס ׳אויף דער סצענע׳ אין היינטיגן נומער(.


24 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 25 אידישע org.momentmagazine@skenigzohn נייעס+ שמואל קעניגזאהן אפגעצייכנט ׳אידישער העריטעדזש מאנאט׳ אין ווייסן הויז אין וואשינגטאן הבירה איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע צערעמאניע אפצוצייכענען דעם יערליכן 'אידישער העריטעדזש מאנאט'. ביי דער צערעמאניע וואס מ'האלט אפ יאר יערליך ערגעץ אום חודש מאי למספרם, האט פרעזידענט ביידען א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער זיינע אויפטואונגען און לייסטונגען פאר אידן אין אמעריקע, און איבער זיינע פילע שריט צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם. צווישן זיינע ווערטער האט ער זיך אויסגעדרוקט: 'אנטיסעמיטיזם איז א פלעק אויף דער נשמה פון אמעריקע'. 75 רבנים פראווען א שבת התאחדות אין סיביר א היסטארישער שבת התאחדות איז אפגעהאלטן געווארן אין דער שטאט טאמסק אין סיביר פארגאנגענעם שבת פר׳ במדבר, שבת הכנה לקבלת התורה, מיט דער באטייליגונג פון העכער 75 רבנים און שליחי חב"ד פון איבער די לענג און ברייט פון רוסלאנד, אין שפיץ פונעם הויפט רב הג"ר בערל לאזאר שליט"א. פארשידענע פאליטישע באאמטע פון דער געגנט, אריינגערעכנט דער גאווערנאר פונעם ראיאן און דער שטאטישער מעיאר, זענען ערב שב"ק ספעציעל אראפגעקומען צום ארטיגן ביהמ"ד צו באגריסן די פילע געסט, און זענען ווארעם אויפגענומען און באגריסט געווארן דורך הרב לאזאר שליט"א, וואס האט זיך הערצליך באדאנקט פאר זייער שטענדיגע הילף פאר דער גאנצער רוסישער אידישער באפעלקערונג. דורכאויס דעם שבת זענען געהערט געווארן פארשידענע אינטערעסאנטע און וויכטיגע שיעורים דורך הג"ר בערל לאזאר שליט"א, און נאך עטליכע רבני'שע פערזענליכקייטן, וואס האבן ארומגערעדט איבער פארשידענע טעמעס וואס זענען נוגע פאר די רבנים וויאזוי צו פירן און זיך אפגעבן מיט זייערע קהילות.


26 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 27 יצחק עקשטיין 114 לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם אן אינוועסטירונג מיט׳ן בעסטן שותף זויווי מיר שרייבן דאך פון ביזנעס א און אינוועסטירונגען, וועלן מיר מיטטיילן מיט די ליינער גאר א גוטע אינוועסטירונג וואס מיר האבן יעצט געמאכט, אן אינוועסטירונג וואס שיינט און בליטשקעט ב"ה. אין די לעצטע וואכן שרייבן מיר ארטיקלען אויב עמעזאן איז א חובות גרוב אדער א גאלד גרוב, אבער די נארוואס געשלאסענע אינוועסטירונג איז כולי עלמא מודי אז עס איז א גאלד גרוב. לאמיר אראפברענגען א ציטאט פונעם שטר, וואו עס שטייט אראפגעשריבן די דעטאלן: זאגט די הייליגע גמרא, תנו רבנן, האבן אונז די הייליגע רבנן געלערנט, שלושה שותפין יש באדם, עס זענען דא דריי שותפים אין א מענטש, הקב"ה ואביו ואמו — דער מענטש פון פלייש און בלוט פארמאגט דריי שותפים איבער זיך, הקב"ה, זיין טאטע און זיין מאמע. אט אזא שותפות האבן מיר נארוואס געשלאסן, ווען פארגאנגענעם מאנטאג פארטאגס, דעם יום המיוחס, ווען די וועלט איז נאך געווען איינגעהילט אין א טיפן אנגענעמען שלאף און די שערי רחמים זענען געווען אפן, האבן מיר געשלאסן א געלונגענע געשעפט מיט דעם בעסטן שותף וואס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט. מיר זענען געבענטשט געווארן פון הימל מיט א גאר טייערע מתנה, א זיסע ליכטיגע געזונטע מיידעלע איז אונז געבוירן געווארן בסייעתא דשמיא. נאך א נשמה האט הקב"ה אונז פארטרויט צו ערציען פארן הייליגן אידישן פאלק. טייערע אוצרות האט אונז דער באשעפער מזכה געווען אין דער פארגאנגענהייט, און יעצט האבן מיר נאכאמאל באקומען די זכיה צו שליסן אזא שותופות. נאך א קינד אין שטוב ברענגט נאך ליכטיגקייט און נאך השפעות. יעדעס קינד איז אן עקסטערן אוצר פון הימל. ביים געבוירן שפירט זיך עפעס אן אויסטערלישער קרבת אלקים, אז פונקט אונז האט השי"ת אויסדערוועלט צו באשענקען מיט א ליכטיג קינד. ווי די גמרא זאגט, אז דריי ביזנעס לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם | יצחק עקשטיין


26 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 27 5637.637.845 • org.momentmagazine@yekstein שליסלען זענען נישט איבערגעגעבן געווארן פאר א מלאך נאר כביכול אליין האלט עס, דער שליסל פון גשמים, חי און מיתה. דאס ווייזט אז די דריי וויכטיגסטע זאכן פרנסה, נחת און געזונט, ליגט נאר אין די הענט פונעם באשעפער. אה, ווי געשמאק איז צו באטראכטן דאס זיסע פיצעלע, ווי עס וויגט זיך אזוי רואיג אין וויגעלע, איינגעוויקלט אין ווארעמע ווארע, ווען עס שרייט זיך ארויס שבח והודאה צום באשעפער פאר דער גרויסער שמחה. דער מהרש"א זאגט אויפן באוואוסטן מאמר חז"ל פון איש ואשתו זכו שכינה שרויה ביניהם, אז עס גייט ארויף ווען מען איז זוכה צו א קינד, וואס דאן זענען דא די שלשה שותפים באדם, ווען טאטע מאמע און השי"ת ווערן שותפים. שותפים פארברענגען דאך אינאיינעם און מען פרובירט זיך דורכצוקומען איינער מיט צווייטן אז זאכן זאלן פארן געשמירט. זאל השי"ת העלפן מיר זאלן טאקע קענען גרינג ערציען דאס קינד און אלע קינדער על דרך ישראל סבא, אלעס זאל פארן גרינגערהייט און שמחות ביי אייך אויך בע"ה. אז מען איז אונטערן רושם פון דער שמחה, ווען נאך א אידישע נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, קומט ארויף אין געדאנק צו שרייבן איבער דער עקאנאמיע וואס ליגט אין קינדער. עקאנאמיסטן זאגן אלץ אז עס זענען דא ביזנעסער וואס וועלן אונטערגיין ביי א רעסעסיע אדער אונטערהינקען, וויבאלד דער עולם ציט איין דעם פאסיק און מען וויל נישט אויסגעבן קיין איבריגע געלטער. א גרויסער מארטגעדזש בראוקער האט מיר געזאגט: "יצחק, דו שרייבסט איבער עמעזאן, שרייב אביסל איבער מארטגעדזשעס, איך האב שוין נישט געקלאוזט קיין לאון פאר איבער דריי חדשים!" פארשטייט זיך אז עס איז נישט קיין פארגלייך צו עמעזאן וואו אויסער וואס מען פארדינט נישט — די מניעת הריוח, דערלייגט מען שווערע געלטער. דאס איז אבער גענוג צו ווייזן ווי הינקעדיג די עקאנאמיע איז יעצט. עס וועלן אבער אלעמאל זיין ביזנעסער וואס וועלן ווייטער אנגיין, אפילו אין די שווערסטע צייטן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז די לעצטע זאך וואס א לאנד וועט שניידן פונעם בודזשעט וועט זיין זייערע מיליטערישע אויסגאבן וואס באשיצט דאס לאנד פון אלעם בייזן, וויבאלד דאס איז עפעס וואס מען מוז האבן, די זעלבע איז ביי מענטשן, וואו עס זענען דא זאכן וואס מוזן אייביג זיין און מען וועט אלץ שפענדן געלט דערויף. דער ביישפיל וואס מען נוצט אייביג דערפאר איז עסן, ווייל אפילו אין די שווערסטע צייטן פעלט אויס צו עסן, דער קערפער פארלאנגט און מען מוז עס זעטיגן. עס האט אן אמת דערין, ווייל עסן מוז מען יעדן טאג און צו יעדער צייט. עס קען טאקע זיין אז מען צאלט נישט פאר טייערע עסן, "פלייש טעצלעך" איז נישט קיין וואלוטע... און אנשטאט צו קויפן טייערע בהמה פלייש וועט מען קויפן טשיקן, אנשטאט פליישיגס וועט מען קויפן מיליכיגס, אנשטאט קויפן פארטיגע געבעקסן וועט מען אליין באקן, אבער עסן וועט מען אייביג מוזן, נישט קיין חילוק די אומשטענדן. נאך א שטארקע זאך וואס גייט קיינמאל נישט אונטער אפילו אין א שווערער רעסעסיע, איז יעדע אינדוסטריע וואס האט צוטון מיט קינדער, ווייל עס איז אויך עפעס וואס מען קען נישט שניידן אפילו מען וויל. מען קען עס זען יעצט ווען ביי מארטגעדזש בראוקערס און אנדערע ריעל עסטעיט סערוויסעס גייט זייער שווער, אבער בשעת מעשה גייען די מוסדות התורה אן געהעריג אין פולן שוואונג. מען קען זאגן אז איבער פופציג פראצענט פון אונזער עקאנאמיע דרייט זיך ארום קינדער, די טויזנטער מלמדים און טיטשערס, מנהלים און באס דרייווערס, אלע וואס לערנען פריוואט מיט קינדער און בחורים, אט די אלע זענען נישט אפעקטירט געווארן פון דער עקאנאמיע. דערפאר לוינט זיך צו אינוועסטירן אין יעדער זאך וואס האט צוטון מיט קינדער, ווייל דער געברויך דערפון איז גאר שטארק און מענטשן שניידן נישט אזוי שנעל פון דעם. דאס רעכנט אריין קליידער פאר קינדער, שיך, נאכט קליידער, שפילצייג געשעפטן, ספרים געשעפטן מיט די פילע ביכער און ספרים פאר קינדער אא"וו. אויף קינדער און פאר קינדער שפארט מען נישט, ווייל עלטערן ווילן צושטעלן דאס בעסטע וואס איז מעגליך. אויב דאס איז געזאגט געווארן אין דער אלגעמיינער וועלט, איז עס אסאך שטערקער ביים חרדי'שן אידנטום, וואו מען איז זוכה צו


ביזנעס לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם | יצחק עקשטיין קינדער-געבענטשטע פאמיליעס ב"ה. יעצט קומט א זומער ווען מען גייט שפענדן מיליאנען דאלארן, וואס א גרויס חלק איז פארבינדן מיט אויסגאבן פאר די קינדער, אפגערעדט די היימישע קעמפ אינדוסטריע, וואס איז געשאצט ביי איבער הונדערט מיליאן דאלאר א סעזאן! )מיר האבן געהערט די שאצונג פון אן אדמיניסטראטאר פון א גרויסן מוסד, און מען דארף נישט איינשטיינ'ס קאלקולעיטער צו זען אז ער איז גערעכט. ווען מען צעטיילט דעם סכום צו דריי אהאלב טויזנט דאלאר פער קינד, איז עס בערך דרייסיג טויזנט קינדער, וואס דאס מיינט אז דער חשבון איז אפילו אונטערגעשאצט. פילע קעמפס בעטן אסאך טייערער, און עס זענען פארהאן אין די קעמפס מער קינדער ווי דעם בלי עין הרע.( דער דאקטער אין שפיטאל האט מיר געזאגט, אז ער פלעגט זיין צוואנציג יאר א דאקטער אין א גוי'אישער געגנט, און יעצט האט ער זייער הנאה אז ער קען ארבעטן מיט אידישע קינדער וואו מען זעט אזא שטארקן חילוק. בשעת ווען די גוי'אישע גאס וויל נישט אויפציען און זוכן נישט צו האבן גרעסערע משפחות, וועלן אבער די אידישע קינדער זוכן ווי מער צו בויען דורות. ער האט זיך אויסגעדרוקט אז עס איז אים פיל גרינגער צו ארבעטן מיט פאציענטן וואס פארמאגן אזא פאזיטיוון בליק און געפיל. די ליסטע פון ביזנעסער וואס זענען מצליח צוליב וואס זייער קאסטומער באזע באשטייט פון קינדער איז זייער לאנג, מיר האלטן מיט טייל פון זיי מיט קליענטן וואס מיר העלפן ארויס צו שטייגן אין ביזנעס. דערפאר איז אייביג כדאי צו טראכטן ביי יעדן ביזנעס אויב עס איז דא עפעס מיט וואס מען קען צילן צו סערווירן דעם מארקעט פון קינדער. איין קליינער טראכט וויפיל שיכעלעך עס ווערן פארקויפט אין דעם אידישן מארקעט פסח און סוכות אליין! חוץ די טויזנטערס וואס ווערן פארקויפט שמחות און קעמפ סעזאן אדער ווען עס צערייסט זיך א שיך, עס איז גוזמאות פון נומערן ב"ה. עס לאזט זיך ווערטלען אז אויב זענען די איבערגעבליבענע שיך ביי די פוילישע ים ברעגעס די לעצטע פארבליבענע עדות פון דעם גרויזאמען רשעות פון די דייטשע רשעים ימ"ש, איז דער צאל שיך וואס ווערט פארקויפט אין די אידישע געשעפטן די בעסטע נקמה אינעם דייטש... אפילו אין מארקעטינג און ברענדינג איז פיל גרינגער מיט סערוויס און פראדוקטן פאר קינדער. קינדער זענען די בעסטע אדווערטייזמענטס ווען זיי ווייזן אז זיי זענען צופרידן מיט עפעס. יעדע טאטע און מאמע קען מעיד זיין, אז ווען א קינד זעט עפעס אפילו נאר ביי צוויי דריי קינדער, איז עס שוין באגלייט מיטן סלאגאן אז "יעדער האט עס"... און דאן איז די עלטערנ'ס פליכט צו וויסן דעם באלאנס פון יא אדער ניין... זייענדיג אין שפיטאל ביי דער שמחה פאר א לענגערער וויילע, האבן מיר באשטעלט עסן פון א רעסטוראנט אין מאנסי זיך צו דערכאפן אביסל דאס הארץ. ווען דער פעקל איז אנגעקומען, האבן מיר געזען אז עס איז געקומען אן קיין געצייג. עס איז געווען אביסל אינטערעסאנט, ווייל געווענליך ווען א רעסטוראנט שיקט עפעס פאר א מענטש צו עסן, לייגט מען צו קאפ וואס און וויאזוי מען פאקט עס איין אז דער קליענט זאל קענען הנאה האבן. א רעסטוראנט מוז האבן א סיסטעם אז קיין איין באשטעלונג זאל נישט פארלאזן דאס געשעפט אן קיין עסצייג. אין דער רעסטוראנט אינדוסטריע איז דא א באקאנטע ווארט וואס מען רופט די "פיקל סטראטעגיע". עס איז געבויט אויף א גאנג אז ווען א קונד באשטעלט עפעס און ער באקומט נאך סיי וועלכע זאך וואס ער האט נישט באשטעלט, ווערט ער זייער דאנקבאר פאר דעם רעסטוראנט און ער באקומט צו זיי א גוטע געפיל, וואס דאס איז דער בעסטער און שטערקסטער מארקעטינג און ברענדינג מיטל אים צו ברענגען צוריקצוקומען נאכאמאל. דער ביישפיל גייט, אז ווען א מענטש באשטעלט א נאכטמאל און מען לייגט אים צו א זויערע אוגערקע, אפילו ער האט עס נישט געבעטן און נישט באצאלט דערפאר, פילט ער אז דער רעסטוראנט איז א גוטע געשעפט וואו עס לוינט זיך איינצוקויפן. ווען מענטשן קויפן איין שפירן זיי דאס "כבדהו וחשדהו" געפיל הונטערן באוואוסטזיין. דער מענטש טראכט אז איך וויל טאקע עפעס קויפן, אבער יענער וויל מאכן ווי מער געלט אויף מיר... גוטע קאסטמער סערוויס, וואס ווייזט אז מען זארגט זיך פארן קליענט, איז עפעס וואס ווישט אוועק דאס נעגאטיווע געפיל און עס טוישט עס צו פאזיטיוו. געבן עפעס וואס מען האט נישט געבעטן, איז איינער פון די שטערקסטע מיטלען דערצו. די שטודיע וואס מען האט געמאכט איז געגאנגען פיל ווייטער, אז אפילו ווען די עסן פונעם געשעפט איז נישט געווען אזוי איי איי, האט אבער דער סערוויס אז מען האט עפעס צוגעגעבן אומגעבעטן, ווי למשל טאקע א זויערע פיקל, געווען גענוג אז מען זאל וועלן קויפן נאכאמאל. אזויווי דאס איז א נעגאטיווער ביישפיל פון א היימישן רעסטוראנט אין מאנסי, שרייבן מיר נישט קיין נאמען )הערת המגיה: איך בין מלמד זכות אויפן געשעפט, וויבאלד אויף די פלאטפארמעס וואו מען באשטעלט עסן, הערשט דער לינקער ווינט פון היטן אויף די ענווייראמענט, דערפאר דארף מען עקסטער דרוקן א קעסטל אז מען דארף עסצייג. מיר זענען דאס געוואויר געווארן פון אייגענע ערפארונג(. מיר האבן אבער דאך ליב צו שרייבן פאזיטיוו, וועלן מיר פארציילן פון אן אנדערן געשעפט וואו מיר האבן באקומען גאר גוטע סערוויס, און עס שטימט מיט דעם פאקט פארוואס עס איז א געשעפט וואו מיר און אנדערע קליענטן קויפן איין כסדר ווען עס פעלט זיך אויס. דאס איז די ׳בעיבי זי׳ געשעפט אין קרית יואל אונטער דער אייגנטומערשאפט פון ר' יצחק בער פרענקל, וואס פארקויפט צוגעהער פאר בעיביס און קינדער. מיר זענען געגאנגען זיך איינהאנדלען א נייע וועגעלע פאר אונזער בעיבי, און מיר האבן באקומען גאר גוטע סערוויס ביי זיי. וועלנדיג צוקויפן עפעס דערצו, האט די פרוי וואס האט סערווירט גע'עצה'ט עס נישט צו קויפן ביי זיי, ווייל עס איז בעסער צו קויפן דירעקט ביי דער פירמע וואו עס איז האלב פרייז. מיט דעם האט זי זיכער געמאכט אז דער קליענט זעט איין אז אין דעם געשעפט זוכט מען נישט סתם אזוי צו רייסן נאך א דאלאר פון די איינקויפער, נאר מען וויל 28 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 29


שפראך 29 פרשת נשא תשפ״ג BUSINESS 28 פרשת נשא תשפ״ג @ $ % דארף מען באצאלן פאר ארבייטער אויב זיי פארפעלן צו האלטן חשבון אויף זייערע שעות? אין א פריערדיגן ארטיקל האבן מיר אויסגעשמועסט א פראבלעם וואס מאכט זיך ביי ארבייטער וואס ארבעטן אויף די שעה, אז זיי פארפעלן צומאל אפצוצייכענען גענוי די שעות פונקטליך ווען זיי האבן געארבעט. א ליינער האט אנגעפרעגט, אז אין אזא פאל, צו איז דען נישט דא א מקום צו זאגן אז היות דער ארבעטער האט פארפעלט צו האלטן חשבון און עס איז נישט קלאר אדער זיכער אז ער האט טאקע געארבעט אין די געוויסע שעות, זאל ער דערפאר פארלירן זיין געהאלט פאר אט די שעות. בעפאר מיר ענטפערן די וויכטיגע שאלה און אלץ הקדמה דערצו, מוזן מיר אויפמערקזאם מאכן די חשוב׳ע ליינער מיט צוויי וויכטיגע הערות. צום ערשטענ׳ס ווילן מיר אויסדרוקן א הארציגן יישר כח צום ליינער פאר׳ן ארויפברענגן די נושא און מעורר זיין אז דער קאלום איז געווידמעט און צילט צו אפעלירן צו בעלי בתים און ביזנעסלייט, בפרט פאר די וואס האבן קלענערע ביזנעסער. טאקע דערפאר, אויב איז דא א געוויסע ביזנעס שאלה אדער נושא וואס אינטערעסירט אייך, דאן שיקט ביטע אריין אייער פארלאנג צו די רעדאקציע דורכ׳ן אימעיל אדרעסס: org.momentmagazine@info ,און מיר וועלן בעז״ה דאס פרובירן צו אדרעסירן און אויסשמועסן, אויף ווי ווייט מעגליך בלי״נ. צווייטענ׳ס, איז גאר וויכטיג צו באטוינען אז דער קאלום קומט בפירוש נישט צו געבן לעגאלע עצות, אויב האנדעלט זיך אין א לעגאלע שאלה, דארף מען זיך פארבינדן מיט אן אדוואקאט אדער א לעגאלן אויטאריטעט און דאס געהעריג מברר זיין. דער קאלום איז דא דורכצושמועסן נושאים פון א ביזנעס שטאנדפוקט און אויך נאר אויפ׳ן שפיץ גאפל, קיינער זאל זיך נישט פארלאזן אויף וואס עס ווערט דא געשריבן כאילו עס פארמאגט אן האפט פון א לעגאלן שטאנדפונקט. יעצט צו די עצם שאלה, איז די תשובה אומצווייפלהאפטיג, אז מען מוז יא באצאלן פאר ארבייטער אפילו אויב זיי האבן נישט קלאר געהאלטן חשבון אויף זייערע שעות. דאס טייטש, אז אין א פאל ווען דער ארבעטער טענה׳ט אז ער האט אריינגעלייגט די שעות נאר ער האט נישט קיין ראי׳ דערצו )ווייל ער האט פארגעסן אריין אדער ארויס צו קלאפן דעם זייגער, וכדומה(, מוז מען אננעמען זיין ווארט און אים געהעריג באצאלן. פארשטייט זיך אז אויב איז דא קלארע ראיות אז ער זאגט ליגענט )למשל אויב ער איז געווען אין א אנדערע געגנט, וכדומה( איז א אנדערע מעשה, אבער דער געזעץ לויטעט אז מען קען נישט דירעקט באשטראפן אן ארבעטער פאר׳ן נישט האלטן חשבון דורך אפהאלטן זיין געהאלט פאר די שעות וואס זענען אין ספק, און פארקערט, מען קען זיך ערנסט פארפלאנטערן מיט׳ן לעיבאר דערפארטמענט אויב מען טוט יא אזוי. די פשוט׳סטע עצה צו פארמיידן אזעלכע אומאנגעלעגענהייטן איז צו ניצן א מאדערנעם סיסטעם וואו עס איז גאר גרינג פאר ארבעטער אפצוצייכענען זייערע שעות )למשל דורך אן אפליקאציע מיט פינגערפרינט וכדומה( און וואס טוט זיי דערמאנען אויב זיי פארגעסן. די בארימטע Fingercheck סאפטוועיר איז ברייט באקאנט אלץ גאר סאפיסטיקירט סיי פאר בעלי בתים און סיי פאר ארבייטער, פארבינדט זיך מיט א Fingercheck אגענט צו זען וויאזוי איר קענט דערפון געניסן פאר אייער ביזנעס. Fingercheck About Resources Human & Payroll modern based-cloud one-in-all an is Fingercheck as such tasks daily manage easily to companies allow solutions mobile & online useto-easy Our. levels efficient most their at run businesses make to designed platform To. more much and, tracking expense, onboarding, hiring, scheduling, tracking time .9501-610-800-1 at us contact or com.fingercheck.www: at website our visit, more learn באמת צופרידנשטעלן די קונדן. עס האט מיר דערמאנט ווי איינער פון דער גיגאנטישער בי-ענד-עיטש פאטא האט אמאל אראפגעלייגט דעם סוקסעס פון זייער געשעפט אין א מארקעטינג מעסעדזש, וואו ער האט ערקלערט פארוואס מענטשן האבן ליב צו קומען דארט איינקויפן. ער האט געגעבן א ביישפיל אז א קליענט איז אריינגעקומען, וויסנדיג פונקטליך וואס ער וויל זיך היינט איינהאנדלען. ער האט געוואלט קויפן א גרויסן סקרין, און ער האט אנגעוויזן אויף דער שיינער אויסשטעלונג גענוי וואס ער דארף. דער פרייז דערויף איז געווען איבער צוועלף הונדערט דאלאר. דעם קאסטומער סערוויס אגענט האט מען דאך געלערנט גוטע קאסטומער סערוויס, נישט גלייך צו סערווירן דעם קליענט בלינדערהייט, נאר מען דארף פרעגן דעם קליענט פארוואס ער דארף עס און אויף וואס ער וויל עס נוצן. דער אגענט האט געפרעגט דעם קונד וואס ער פלאנט צו טון דערמיט, און דער ענטפער איז געווען אז ער איז א טיטשער אין סקול און ער וויל ווייזן בילדער פאר זיינע סטודענטן אויפן וואנט גרויס און קלאר, דערפאר וויל ער קויפן דעם ספעציפישן סקרין. דער קאסטומער סערוויס אגענט, זייענדיג באהאוונט מיט אלע פראדוקטן פון דער אפטיילונג, האט אים געראטן און צוגעוויזן אז אויב ער דארף עס פאר דעם, דארף ער נישט קויפן דעם סקרין, נאר זיי האבן סאך א ביליגערע אפציע פון א פראדזשעקטער וואס קאסט נאר פיר הונדערט דאלאר און טוט אויף די זעלבע זאך, מיט א גרויסע הנחה דערצו. יענער האט עס טאקע געקויפט און זיך געשפארט א גרויסן סכום. אומדורכגעטראכטע ביזנעס אייגנטימער קענען מיינען אז דאס געשעפט האט פארלוירן א גוטן סעיל פון א גרעסערן סכום, און דער ארבעטער איז גאר געווען דער גורם דערפון. פאקטיש אבער ווייזן זייערע רעקארדס, אז דאס ברענגט אז דער מענטש קומט צוריק צום געשעפט נאכאמאל צו קויפן אנדערע זאכן, ווייל מיט אזא סערוויס פילן די קליענטן אז זיי וועלן נישט אריינפאלן מיט א שלעכטן פראדוקט אדער אן איבערגעטריבענעם פרייז, ווייל דארט זוכט מען די גוטס פון די קונדן. "דאס איז דער סוקסעס פון בי-ענד-עיטש", האט יענער אויסגעפירט. פארזעצונג קומט אי"ה. איר קענט זיך פארבינדן דורך טעקסט אדער וואויסמעיל אויף 5637.637.845 אדער אין אימעיל אויף org.momentmagazine@yekstein


יהושע פריינד לעיקוואד צום צווייטן מעמד ׳אדירי התורה׳ גרויס עקסטאז אין דער עולם התורה עס געדענקט זיך נאך זייער גוט ווי פארגאנגענע יאר, אין דער איצטיגער צייט, איז פארגעקומען דער גרויסער פראכטפולער מעמד 'אדירי התורה' בהשתתפות פון צענדליגע טויזנטער בני תורה פונעם ליטווישען קרייז, וועלכע זענען זיך געקומען פרייען אינאיינעם מיט די כולל אינגעלייט און וואו דער כבוד התורה איז נתרומם געווארן אויף א גרויסער פארנעם, ברוחניות ובגשמיות מיט א שטארקע פינאנציעלע הילף. אצינד, ווען מען שטייט איין יאר זייט דעם מעמד און די תמיכות פליסן ווייטער מידי חודש בחדשו, האט די הנהלת הישיבה מחליט געווען ווידער צו מאכן א ריזיגער מעמד און דערביי ארויסהייבן די גרויסע מאכטפולע תורה אימפעריע פון דער ישיבה גבוה און אירע כוללים אא"וו, און ביי דער געלעגנהייט וועט זי אויסדריקן איר הכרת הטוב פאר די גרויסע נדבנים, וואס וועלן אינאיינוועגס קענען זען פונדערנאנט די שיינע פירות פון זייערע ברייטהארציגע נדבות. דער מעמד קומט פאר דעם דאנערשטאג, אין די וועלס פארגא סענטער אין פענסילוועניע. און לויט די שמועות, זענען שוין מיט עטליכע וואכן צוריק אלע בילעטן אויספארקויפט געווארן. עזריאל בוים בארא פארק פרישע אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין שטאט אויב האט מען געמיינט ביז היינט אז היטן פליען נאר פון וויליאמסבורגער אידן און ביי אונז איז דאס מערסטע שרעקעדיג די העסליכע גראפיטי, האט מען ביטער געגרייזט; לעצטע וואך, האט אויך בארא פארק געזען היטן פליען און אויף א גרויסער פארנעם. אנגעהויבן האט זיך עס ווען א טאג פאר ערב יום טוב איז א יונגל געקומען אין חדר אריין און פארציילט אז א גוי האט געווארפן זיין קאפל ביי דער 42'סטער גאס און 16'טע עוו. מער פרטים האט ער נישט געוואוסט, ווארים ער איז דאך א קליין אינגעלע און פון גרויס שרעק האט ער נישט באוויזן אויפצוכאפן קיין איינצלהייטן. פאליציי און שומרים האבן באלד געלאזט אין גאנג א העפטיגע זיכעריי און מיט אלע מיטלען פרובירט צו דערגיין וואו אהין יענער איז אנטלאפן כדי מען זאל אים קענען כאפן און געבן זיין פארדינטן שטראף, אבער למעשה האט מען נאכנישט מצליח געווען אים צו טרעפן. דורכאויס יום טוב, זענען באריכטעט געווארן א צאל אינצידענטן ווי היטן זענען בייזווייליג געווארפן געווארן און ווילדע יונגאטשעס האבן אנגעשראקן עוברים ושבים, וויסנדיג אז יום טוב טאר מען מילא נישט רופן פאליציי. ס'איז שאקירנד אז כאטש דורכאויס יום טוב האט מען געזען יומם ולילה פאטראל קארס, סיי פון שומרים און סיי פון שמירה, ארום אלע גאסן פון שטאט, אין צוגאב צו די פילע פארמערטע פאליציאנטן, האט דאס אלעס פארט פאסירט. תושבי בארא פארק דריקן אויס האפנונג אז ס'זאל בלויז האבן געווען א פארבייגייענדע כוואליע און ס'זאל חלילה נישט ווערן א נייע טרענד ה"י. 30 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 31


היימיש קווארטאל קרית יואל יקותיאל זיידנפעלד וויליאמסבורג פארשוין ענדליך ארעסטירט באקאנטער שעדליכער שוין א לענגערע תקופה וואס תושבי וויליאמסבורג, בעיקר איינוואוינער אין אלט-וויליאמסבורג, מוטשענען זיך מיט דעם יונגאטש. ער דרייט זיך ארום מיט א גרויסע געלע ציצית, און אמאל יא, און רוב מאל נישט, מיט אן אינטערעסאנטער צודעק אויפ'ן קאפ, און ער לאזט הערן אלע סארטן אינטערעסאנטע קולות און קלאנגען. צומאל, קען ער אויך אטאקירן, שרייען, דראען, באנוצענדיג זיך מיט גאר אומאיידעלע אויסדרוקן, וואס מען איז נישט געוואוינט צו הערן אויף אונזערע גאסן. מ'שטויסט זיך אן אין אים אויף די גאסן, אין די בתי מדרשים, און צומאל אפילו לעבן קליינע קינדער, אנווארפנדיג א שרעק אויף יונג און אלט. אין דער ערשטער תקופה האט מען זיך צוריק געהאלטן פון רופן די פאליציי צוליב וואס מען האט געהאלטן אז ער איז א איד, נאר איז נעבעך א צובראכענע נשמה. אבער אין די לעצטע וואכן האט מען געזאמלט וויפיל באווייזן עס איז שייך געווען און לויט ווי מען הערט פון עסקנים איז די אנגענומענע מיינונג אז ער איז נישט קיין איד, שאפנדיג א פארדאכט אז זיינע ווילדע אטאקעס זענען צוליב האַ ס. ער איז אין די פארלאפענע וואכן עטליכע מאל ארעסטירט געווארן, אבער ווי עס לויטעט דאס געזעץ דא אין ניו יארק ווערט מען אפילו פאר גרעסערע פארברעכנס אלעמאל באפרייט, און ער איז טאקע יעדע עטליכע טעג צוריק ערשינען מיט א פרישקייט איבער די גאסן. אין די לעצטע טעג איז ער ווידעראמאל ארעסטירט געווארן, און ווי מען הערט פון עסקנים גרייט זיך דער דיסטריקט אטורני ארויסצושטעלן אקעגן אים מערערע קלאגעס, און דאס גיבט א שאנס אז ער וועט פארהאלטן ווערן אין ארעסט פאר א לענגערער צייט. מענדל אונגער מאנסי פארק אין מאנסי איבערגעפרישט די גרויסע פארק אויף דער וועסט מעיפל גאס אין מאנסי איז אין די לעצטע צייטן הערליך איבערגעמאכט געווארן און איז שוין אויפגעמאכט פאר'ן פובליקום מיט צענדליגע פרישע אטראקציעס פאר די קינדער צו פארברענגען. די פארק האט אויך א ריזיגער שטח וואו די קינדער קענען פיין פארברענגען. אזוי אויך פארמאגט די פארק אנדערע באקוועמע צוגעהערן ווי טישן צו קענען עסן נאכטמאל און אזוי ווייטער. די פארק, באקאנט אלס 'די מעני וועלדער פארק' גייט שוין אריבער רענאוואציעס פאר באלד א יאר און עלטערן אין מאנסי האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן עס ערלעדיגט. 30 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 31


32 אהרן בלום מאנטריאל המשפיע הרה"צ רבי יחזקאל ראפאפארט שליט"א א דערהויבענעם שבת ערב קבלת התורה מיט אין בעפארברייטונג צום יו"ט שבועות העעל"ט, האבן תושבי מאנטריאל זוכה געווען צו א הכנה דרבה ווען עס האט געוויילט אין שטאט אויף שבת במדבר, שבת פאר שבועות, דער באקאנטער מלהיב לבבות ישראל ומשפיע רוחני, הרה"צ רבי יחזקאל ראפאפארט שליט"א, ראש ישיבת תפארת ישראל ורב דביהמ"ד נועם התורה בלאנדאן, וואס האט געוויילט אין שטאט לרגל א שמחה בבית אחד מתלמידיו. דער 'שבת' האט זיך אנגעפאנגען ווען דער משפיע שליט"א האט אויפגעטרעטן אין ביהמ"ד סאטמאר )האטשיסאן( מיט א פייערדיגע דרשת הכנה צו קבלת התורה, אויפפלאמנדיג די הערצער מיט זיינע דברים חוצבים להבות אש, אזש אין דער גאס האבן זיך פארבייגייער אפגעשטעלט ביי די אפענע פענסטער און געבליבן שטיין צוגענאגלט צו די דברים היוצאים מן הלב וואס האבן ארויסגעדונערט און זיך דערטראגן איבער דער גאס ארום. שב"ק זעלבסט האט דער משפיע געפראוועט אין די זאלן פון אולמי וויז'ניץ, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע תושבי העיר אינאיינעם מיט די תלמידים און מעריצים, וואס טייל פון זיי זענען געקומען צו פארן פון די מרחקים כדי מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל רבם ומאורם. דער קלימאקס פונעם שבת איז ווארשיינליך געווען ביי שלש סעודות, ווען שווערע הונדערטער אידן הצמאים לדבר ה' האבן ענג געמאכט די געווענליך-רחבות'דיגע זאלן, צו הערן די טרעפליכע דברי הכנה והדרכה פון דעם פום ממלל רברבן, וואס האט זיך פארצויגן פאר לאנגע שעות אין דער נאכט אריין. דער שבת האט איבערגעלאזט א גייסטרייכע רישומא דקדושה איבער דער שטאט, אריינבלאזנדיג הויפענעס חיזוק און התרוממות הנפש צום געהויבענעם יום טוב שבועות און א גאנץ יאר. עזריאל בוים לינדען ק"ק באבוב אפגעקויפט מאסיווער בנין רחבת ידים לינדען וואקסט און בליעט, די צאל משפחות האלט שוין אינעם געגנט פון 500( כ'האב שוין אויפגעהערט ציילן...( און א גרויסער חלק דערפון, מער ווי א פערטל, זענען באבובער משפחות וואס דאווענען איצט אין א הויז וואס מען האט איבערגעמאכט צו א ביהמ"ד. אבער דער פלאץ איז היפש שנעל געווארן צו ענג אריינצונעמען אלע ניי-צוגעקומענע מתפללים. לעצטע וואך, האט מען בעז"ה גומר געווען דעם מקח אויף א ריזן בנין, וואס האט געדינט אלס סיניער קיער סענטער. דער נייער בנין וועט בע"ה דינען אלס ביהמ"ד הגדול ד'באבוב אין לינדען ווי אויך פאר די מוסדות וואס גייען אי"ה געעפנט ווערן בקרוב הימים. לויט ווי די מודעות דערציילן, זענען די הכנות שוין אין פולסטן שוואונג און מען רישט איין דעם פלאץ הערליך שיין ווי עס פאסט פאר א מקום קדוש, און מען האפט ווי שנעלער צו באנייען דעם ריזיגן הערליכן בנין מיט הרחבת הדעת. 32 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 33


פרשת תצוה תשפ״ג 33 אהרן בלום קרית טאהש א גאסט קומט ׳מקבל זיין די תורה׳ אין שטעטל גאר א דערהויבענער יו"ט שבועות איז פארביי אויף די טאהשער איינוואוינער, גענוי ווי ביי גאנץ כלל ישראל, אבער אין קרית טאהש איז דער קבלת התורה היי יאר געווען מיט גאר א נייעם דערהער... געווען איז דאס די ערשטע נאכט יום טוב, ווען אנקומענדיג אין בית המדרש הגדול האט ארויסגעשטארט — צווישן די פילע געסט — א טונקלהויטיגער פערזאן וועלכער איז געקומען וויילן דעם יו"ט אין קרית טאהש. אורחי פרחי זענען בכלל נישט קיין נייע ערשיינונג אין שטעטל, נאך וואס דער מנהג איז אין קרית טאהש אז סיי ווער עס קומט נאר אן אין שטעטל באקומט צוגעשטעלט אש"ל מלא 'נוסח טאהש', א מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן דורך הרה"ק מטאהש זי"ע און ווערט פארגעזעצט מיט'ן פולסטן פראכט דורך בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א. אבער דא, ביי אונזער גאסט, האט זיך דערקענט אויף אים אז ער איז נישט קיין געווענליכער אורחי פרחי וואס זוכט א דאך איבער'ן קאפ, נאר ער האט דוקא אויסגעזען צו זיין אינטעליגענט און פארשטענדליך. עס האט נישט גענומען לאנג און עס האט זיך ארויסגעשיילט אז דער גאסט איז בכלל נישט קיין איד! ער איז א גוי פון אינדיע וואס האלט אינמיטן זיין גירות פראצעדור... שטייענדיג געציילטע וואכן בעפאר'ן זיך ענדגילטיג טובל'ען לשם גירות. און דא קומט דער שפיץ: ער האלט שוין נאך יארן פון נישטערן אויף אירגינעלע אידישקייט, און לויט ווי ער זאגט איז ער שוין געווען ביי אלע פראקציעס אין אידישקייט, אזוי צו זאגן, פון רעפארמער ביז ציונים )כלשונו( און פארשטייט זיך אז דאס האט נישט באפרידיגט זיין הונגעריגע נשמה. ביז ער איז אנגעקומען צו חסידות און טראצדעם וואס זיין רב שטופט אים אנצונעמען די ספרד'ישע מסורה אין אידישקייט, דאך ציט אים זיין נשמה אהער. דער עתיד-להיות-גר-צדק האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א היפשער תלמיד חכם און בקי אין פארשידענע תורה'דיגע ענינים )דער שרייבער פון די שורות האט אים געזען שבועות אויפדערנאכט זיך 'אריינשאקלען' איבער אן אור החיים הקדוש, אפשר טאקע ביי דעם באקאנטן שבועות'דיגן שטיקל פון 'ביום הזה באו וגו' הגיע חשוק ונחשק לחושק וחשוק'...( ווען איינער האט אים פארבעטן צו טון א מלאכה פאר אים, האט ער אים קאטעגאריש אפגעזאגט, ענטפערנדיג אז די הלכה איז אז דאס ברויך זיין בצנעה, און עס דארף זיין א מלאכה דוקא פאר אים און נישט פאר קיין צווייטן. אין זיין אכסניא וואו ער האט געגעסן די סעודה האט ער געווארט אינדרויסן ביז נאך קידוש געבנדיג אבאכט אז די וויין זאל נישט ווערן יין נסך... ווען מען האט אים אנגעפרעגט צי אידישקייט איז נישט צו שווער פאר אים, האט ער געענטפערט ווי א 'היימישער' אז קיין שום חלק פון אידישקייט איז נישט צו שווער פאר אים אחוץ איין זאך, נעמליך "ווען עס פאלט אויס דריי טעג יו"ט איז מיר ממש אוממעגליך צו עסן א סעודה דעם דריטן טאג..." אויף דער פראגע וויאזוי זיין משפחה אין אינדיע האט אויפגענומען דעם פאקט אז ער ווערט א איד, איז זיין אנטווארט געווען: "זיי קוקן עס אן אז דער חינוך וואס מען האט אריינגעלייגט אין מיר האט נישט געארבעט און איך בין 'ליידער' אפגעפארן פון וועג..." לכבוד ידידינו היקר והחשוב , ברוך הכשרון , ברכת מזל טוב הר״ר יצחק עקשטיין הי״ו לרגל שמחת הולדת הבת למזל טוב 32 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 33


אברהם גרינוואלד קרית יואל טויזנטער לומדי תורה הייליגע מחזה פון צווייטן טאג יום טוב אינדערפרי ווידעראמאל האט זיך איבערגע'חזר'ט דער פראכטפולער מעמד "נעשה ונשמע", וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל. דער מעמד איז דאס ערשטע מאל צושטאנד געקומען פארגאנגענעם יאר שבועות און איצטערט האט מען נאכאמאל זוכה געווען דערצו, ווען אינעם צווייטן טאג שבועות אינדערפרי קומען זיך צוזאם שווערע טויזנטער חסידים פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א — וועלכע קומען צו גיין פון אלע עקן וועלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב בצל הקודש — און זעצן זיך לערנען פאר נאנט צו צוויי שעה אין א גרויסער "סדר לימוד" וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א. דער סדר לימוד קומט פאר אינעם צווייטן טאג יו"ט פון 30:8 אינדערפרי ביז'ן זמן תפלה 30:10 .כדאי צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור פון שווערע טויזנטער אידן, האט מען געדרוקט נאנט צו 000,10 ספעציעלע גמרות פון 'אלע' מסכתות הש"ס, און ווי פארשטענדליך א גרעסערע צאל גמרות פון דער מסכתא וואס מ'לערנט אין די חבורות פון די קהילות פון יסודי התורה און תורתך שעשועי. מה נהדר הי' מראה כהן, צו זען ווי דער מנהיג העדה, דער רבי שליט"א, שפאצירט ארום צווישן די שטאקן פון דעם ריזיגן בנין בית המדרש, ווען די גאנצע ריזיגע היכל התורה, די ריזיגע היכל הבית מדרש, די גאלעריען אויף אלע זייטן, אלעס אלעס איז געווען פול מיט טויזנטער לומדים וועלכע זענען געזעצן און געלערנט בהתמדה רבה. דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן איינער אליין, און זיך אומגעקוקט אויף דער אומגלויבליכער סצענע ווען ווי ווייט דער אויג דערגרייכט, זעט מען אידן זיצן און לערנען. אזא הייליג בילד, אשרי עין ראתה כל אלה! ״וועד לעניני תחומין״ פובליצירט ״תחום מאפע״ פאר תושבי קרית יואל מיט דער שטארקער אויסברייטערונג פון דער שטאט קרית יואל אין די לעצטערע יארן דורכ'ן וואוקס פון די נייע שכונות: שכונת ויואל משה, שכונת בלומינגראוו, שכונת קאנטרי האלאו, האט מען אנגעהויבן צו הערן א פארלאנג ביי די תושבי העיר אז עס זאל ארויסקומען א דעטאלירטע מאפע פון דעם תחום אין קרית יואל. דער "וועד לעניני תחומין", וואס ווערט אנגעפירט דורך די תלמידי חכמים מופלגים ומורי הוראה פון "מבצר הכוללים" אין קרית יואל, האט זיך טאקע אריינגעלייגט דערין. נאך לאנגע חדשים שווערע ארבעט און נאכ'ן אינוועסטירן אסאך כוחות, איז ב"ה געלונגען צו אהערשטעלן א גאר דעטאלירטע מאפע מיט אלע גרעניצן פון דעם עיר הצדק קריה נאמנה לגבי אלע הלכה'דיגע שאלות. די מאפע איז אפגעדרוקט געווארן אויף גאר גרויסע פאפיר און ארויסגעשיקט געווארן פאר אלע תושבי העיר וועלכע האבן עס אויפגענומען מיט גרויס פרייד. ביים באגלייטן מוצאי יום טוב פארנט פון גרויסן בית המדרש אין קרית יואל 34 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 35


שמואל ראנד לאנדאן לאנדאנער איינוואוינער אטעמען אפ אינעם היימישן סטעמפארד היל געגנט אין לאנדאן פלאגט מען זיך לעצטנס מיט איבערפעלער אויף היימישע אידן. אמאל איז עס א גייסטיש-צערודערטער פארשוין וואס טוט באפאלן אידישע איינוואוינער, און צומאל 'געווענליכע' אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס נעמט אריין לאזונגען, טשעפערייען, און צומאל ליידער פיזישע אטאקעס קעגן אומשולדיגע אידישע בירגער. די ערשיינונג ווערט מער און מער אפטער, און עס הערשט א זארג אין די אידישע גאסן איבער דעם צושטאנד וואס שפילט זיך אפ. אצינד איז שומרים פון לאנדאן ארויסגעקומען מיט א פרייליכע מעלדונג אז דער שרעקליכער אנטיסעמיט וועלכער האט אטאקירט און אראפגעווארפן די שטריימלעך פון אידישע פיסגייער, איז געכאפט און ארעסטירט געווארן, ערלויבנדיג די לאנדאנער איינוואוינער אפצואטעמען. עסקנים מיט די ארטיגע פאליציי ארבעטן האנט ביי האנט צו פארמיידן אזעלכע אינצידענטן, און פארשפרעכן אז דער וואס וועט באגיין אנטיסעמיטישע פארברעכנס וועט ארעסטירט און הארב באשטראפט ווערן. זאל דער אויבירשטער אפהיטן אידישע קינדער איבעראל, ואם ה׳ לא ישמור עיר שוא שקד שומר. אהרן אייזנבאך ארץ ישראל רכב ישראל ופרשיו אן ערשטמאליגע און אייגנארטיגע סצענע האט זיך אפגעשפילט אויף די בני ברק'ער גאסן ווען כ"ק אדמו"ר מהר"י מוויזניץ שליט"א איז געזען געווארן ארומפארן אין א וואגן מיט וועלכע די חסידים האבן ארומגעפירט דעם רבי׳ן, בעת עס איז פארגעקומען א חגיגת הכנסת ספר תורה צום גרויסן וויזניצער בית המדרש אין בני ברק. דער וואגן איז ספעציעל געבויט געווארן פאר דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואו עס האבן זיך באטייליגט שווערע טויזנטער חסידים פון ארץ ישראל און חוץ לארץ וועלכע זענען ספעציעל געקומען מיטהאלטן דעם גרויסן און פרייליכן מעמד. דער רבי האט אנגעפירט די גרויסע שמחה של מצוה זיך מיטפרייענדיג פונעם וואגן און ווייטער פארגעזעצט צו דערהייבן די געמיטער בשמחת התורה אנקומענדיג צום גרויסן שול. די אומגעווענליכע ערשיינונג קומט צוליב וואס עס איז געווען שווער פאר׳ן רבי׳ן צו מאכן דעם לאנגן וועג פון כתיבת האותיות ביזן שול, און אנשטאט איינשפארן דעם רבי'ן אין אן אויטא זענען די עסקני הקהלה אויפגעקומען מיט אט דעם געדאנק וואס האט באשיינט דעם שמחה און אינאיינוועגס האבן די חסידים אויך געהאט די זכיה צו קענען מיטהאלטן מיטן רבינ'ס קבלת התורה. 34 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 35


א טאג מיט ׳צדק׳ אין קאנעטיקוט מענדל אונגער האלט מיט א טאג אינעם צדק קאמפיין הויפטקווארטיר אין קאנעטיקוט, און ווערט ערשטוינט צו זען וואס עס קומט דארט פאר דאס לעצטע מאל וואס איך בין געווען אין דעם האטעל, איז געווען ווען איך בין געקומען שילדערן די מלוה מלכה פון דער 'מאורות' ארגאניזאציע, וואו עס איז פארגעקומען א שבת פון חיזוק פאר עלטערן וואס האבן ליידער פארלוירן א קינד רח"ל. יעצט בין איך געקומען דעקן א מעמד וואס געבט זיך אפ צו קענען דורכפירן א ספעציעלע געזעץ וואס זאל העלפן אראפברענגען לעבן אויף דער וועלט, און אין דער זעלבער צייט דינען אלס א חיזוק פאר די וואס האבן עס ליידער נאכנישט... ביידע מעמדים זענען פון נשמות וואס זענען נישט דא, סיי די נשמות וואס זענען שוין ליידער נישטא, און סיי די נשמות וואס זענען נאכנישט דא... מיט דער מחשבה האב איך געמאכט מיין וועג אריין צו דעם האטעל אין קאנעטיקוט, מיטצוהאלטן דעם קאמפיין פון דער נאנט. עס האט געהייסן אז בערך האלב נאך איינס וועלן אנקומען די צוויי סענאטארן און אידן פריינט, קארי בוקער פון ניו דזשערזי און ריטשערד בלומענטאל פון קאנעטיקוט. די צוויי סענאטארן זענען זייער אינסטרומענטאל פאר דעם געזעץ וואס מ'וויל דא דורכפירן, און זיי שטייען צו דער האנט פון 'צדק' ווען מ'דארף זיי האבן. איך בין אנגעקומען אהין בערך צוועלף אזייגער נאכמיטאג, אבער דער פארקינג פלאץ איז שוין געווען היפש אנגעלייגט. איך האב געזען מענטשן קומען אן מיט רענצלעך. "דו קומסט צום קאמפיין דא, אדער דו קומסט אויף וואקאציע?" האב איך געפרעגט איינעם וואס האט זיך געשלעפט מיט א רענצל, אינאיינעם מיט זיין בני בית. "זיכער קום איך צום קאמפיין. איך שלאף איבער דא. א שאד די צייט אהיימצופארן און דאן צוריקקומען, ווען מ'קען דא שלאפן און נישט פארלירן קיין רגע", זאגט ער מיר. יעצט האב איך אויסגעפינען אז עס זענען אויך דא פרויען אויפטרייבער ביי דעם קאמפיין, אין א באזונדערן צימער וואס מ'האט איינגערישט פאר זיי. ווען איך בין אריינגעקומען האב איך באגעגנט א מיליטער ממש. א מיליטער פון יונגעלייט וואס זענען דא פאר די אידן וואס ווארטן נאך געהאלפן צו ווערן, אז א קינד'ס קול זאל אנפולן די שטילקייט פון זייערע פיר ווענט. "מיר האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויף דעם ביל מיט איבער א יאר צוריק. איי, וועסטו פרעגן פארוואס פונקט אויף דעם ביל? גאנץ פשוט, א גרופע יונגעלייט וואס ווארטן נאך געהאלפן צו ווערן, האבן זיך געוואנדן צו אונז מיט א טענה אז אין אנדערע לענדער ווי אין קאנאדע און אין מדינת ישראל, ווערן די מעדיצינישע קאסטן פון די זאכן געדעקט דורך די אינשורענס פירמעס, און ממש 'נאר' אמעריקע איז דאס איינציגסטע פון די פארגעשריטענע לענדער וואו עס איז נישטא קיין דעקונג דערפאר", דערציילט מיר הרב העסקן הצדיק ר' משה מארגערעטן הי"ו, דער פירער און פיאנער פון דער 'צדק ארגאניזאציע'. "מיר האבן בעזרת השם זיך אריינגעלייגט אין דעם צו זען וואס מ'קען דא טון. מ'האט אויפגענומען צוויי לאביאינג פירמעס וואס זאלן אנהויבן טון אין דער זאך, עס האט שוין אסאך פריער אנגעהויבן אריינצושלעפן אין גרויסע געלטער, אבער מיר האבן זיך נישט געקענט ווענדן צו כלל ישראל איידער מיר זעען אז ס'איז א דבר שיש בו ממש. "דער אמת איז, אז ווען מיר האבן אנגעהויבן צו טון אין דער נושא האבן מיר געזען אז עס זיצן אין קאנגרעס עטליכע בילס וואס זענען אריינגעגעבן געווארן דורך ליבעראלע גרופעס, און ממש נאר ליבעראלע גרופעס, וואס מאכט עס שווער אז עס זאל אריבערגיין. די זעלבע איז געווען מיט דעם פריזאן רעפארם ווען מיר האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויף דעם, אבער פארשטייט זיך אז שפעטער האט מען עס אזוי אויסגעשטעלט אז עס זאל ארייננעמען רעפובליקאנער, וואס דאן האט עס געהאט א שאנס אריבערצוגיין. "די זעלבע האבן מיר דא אויך געטון, מיר האבן אנגעהויבן צו זוכן רעפובליקאנער געזעצגעבער, אבער אויך געזעצגעבער וואס זענען אמאל געווען דאקטוירים אדער זענען זיי נאך היינט דאקטוירים. דאס האט א פיל גרעסערע השפעה ווען דער וואס וויל דורכפירן דאס געזעץ איז איינער וואס פארשטייט צו דעם פעלד, און האט א געפיל דערצו. "מיר האבן געטראפן בעזרת השם פיר סענאטארן וואס זענען געווען דאקטוירים, אין שפיץ פון דעם רעפובליקאנער סענאטאר ראדזשער מארשל, דער סענאטאר פון קענזעס, וואס איז א געוועזענער קינדער-דאקטער, און מיר האבן זיך געוואנדן צו אים. ער איז ב"ה געווען זייער ווארעם צו דער זאך, און ער איז נאכאלץ ווארעם פאר דעם. "ער האט גלייך מסכים געווען צו ארבעטן אינאיינעם מיטן דעמאקראטישן סענאטאר קארי בוקער פון ניו דזשערזי, האבן מיר געזען אז די זאך הייבט זיך בעזרת השם אן צו רוקן. מיר האבן אויפגענומען עטליכע אדוואקאטן און עקספערטן צו שרייבן דעם ביל, און דערנאך זיכער צו מאכן אז דער ביל האט א פראטעקשן, וויבאלד אויב נישט קען עס פשוט חרוב ווערן. פאר מ'ברענגט ארויף אזא ביל, דארף מען זיכער מאכן אז ס'איז דא א פארזיכערונג, דאס מיינט אז מ'איז גרייט זיך צו קעגנשטעלן די גרויסע אויף דער סצענע מענדל אונגער 36 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 37


פירמעס וואס וועלן פרובירן עס צו בלאקירן און דאס פארלאנגט א גרויסער שטאב פון עקספערטן און לעגאלע קעפ, און עס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער". יעצט האב איך געכאפט פארוואס מ'מאכט אזא מצב פון סענאטאר ראדזשער מארשל. איך האב שוין געזען בילדער מיט צוויי וואכן צוריק וויאזוי ער קומט צוגיין פון וואשינגטאן מיט א העליקאפטער צו א פריוואטער מסיבה, אין בעפארברייטונג צו דעם גרויסן קאמפיין. איך האב זיך געוואונדערט פארוואס פונקט סענאטאר ראדזשער מארשל, ווער פון דעם היימישן ציבור האט בכלל א השגה ווער ער איז? קוים וואס פאליטישע קאמאנטירער האבן א השגה ווער ער איז. יעצט איז מיר אבער אלעס קלאר געווארן... אין דער ריזיגער הערליכער לאבי פון דעם האטעל, איז געווען איינגערישט א געשמאקער מיטאג פון אלעם גוטן. איך בין אבער געווען איבערראשט צו זען אז דער ציבור זיצט אפילו נישט ביי די עסן. ווען איך בין אריין אין דעם גרויסן צימער האב איך שוין געזען פארוואס. עס איז געווען א ריזיגער זאל מיט הונדערטער קאמפיוטערס אויסגעלייגט, וואו יונגעלייט זענען געזעצן און געמאכט טעלעפאן רופן. "רוק אריין 720 $אויף מיין פעידזש, אדער 395 ,"$ הער איך וויאזוי א יונגערמאן רעדט אויפן טעלעפאן. איך ווייס נישט צו וועם ער האט גערעדט, אבער די השגות זענען געווען גרויס ביי דעם קאמפיין, און מענטשן האבן טאקע געלאזט אויסברייטערן זייערע באגריפן. צוערשט האב איך זיך געשטעלט אין א זייט און באטראכט דעם מצב. "דו זעסט אויס ווי א קאמפיוטער וואס דרייט זיך", האט מיר איינער אנגעמערקט ווען ער האט מיר באמערקט דארט שטיין און באטראכטן דעם מצב. "עס פראצעסירט זיך אין דיין קאפ"... "איך האב געהערט דיין נעכטיגער שמועס אויף 'קול מבשר', וויאזוי דו רעדסט פון די אידן וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. איך מוז דיר זאגן אז ס'איז פיל שווערער פון וואס דו האסט אראפגעלייגט", זאגט מיר א יונגערמאן. איך בין געכאפט געווארן אין שאק, איך האב צוערשט נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן, איך האב נישט געוואוסט אויב ער איז שוין א געהאלפענער אדער ער ווארט נאך געהאלפן צו ווערן. ער האט זיך גערוקט זייטיג אלס א צייכן אז איך זאל אים נאכקומען, מיר זענען געגאנגען אין א ווינקל פון זאל, און ער האט מיר אנגעהויבן צו פארציילן: "צום אלעם ערשט, ב"ה איך בין היינט א געהאלפענער, אבער די אנגסט וואס איך האב געפילט ווען איך בין געווען אין מיין צרה אנטלויפט נישט. ב"ה אז מ'קען צוריקקוקן און עס בלויז זען פונדערווייטנס, אבער עס געבט מיר נאך היינט א טרייסל ווען איך קלער אריין אין יענע טעג. "ס'איז שוין געווען א מצב וואס מ'האט געהאלטן ליידער ביים אויפגעבן און עס אננעמען, אין אנדערע ווערטער שוין ווערן מיואש, אבער איך האב זיך נישט געקענט לאזן ווערן מיואש. אזוי לאנג ווי א מענטש איז נישט דערטראנקען אין וואסער וועט ער נאך פרובירן זיך צו ראטעווען אויף וואס ער קען. איך בין געווען אין אזא מצב. איך האב זיך אנגעכאפט אויף קליינע העלצעלעך פון דער צעשאסענער שיף וואס איז געשווימען אויפן וואסער און זיך פרובירט צו האלטן אויפן אויבערפלאך. אראפ אין וואסער, און צוריק ארויפגעקומען כאפן אן אטעם. ממש אזוי האט עס אויסגעזען ביי מיר טאג טעגליך. "דו האסט ארויסגעברענגט אז אין יעדער זאך זעט מען די צרה ווען איינער האט נישט קיין קינדער, אבער איך מוז דיר זאגן אז ס'איז פיל ערגער. איך האב געפילט ווי א שטיק צרה, ווי די אש פסח אויפדערנאכט וואס איז שוין צעריבן אויף דער ערד נעבן דעם בית המדרש פון די שריפת חמץ וואס איז געווען דא צופרי... א שטיקל צעשטויסענע אש געווארפן צום ווינט. ממש אזוי האב איך און מיין בני בית געפילט. "ווער רעדט נאך פון דער שרעק וואס מ'האט, די זארג. דאס ציט דאך ארויס די כוחות נאך איידער מ'איז אפילו ארויס פון בעט. בלויז די מחשבה דערפון ווארפט שוין אריין אין א שוואכקייט. די שרעק אויב מ'וועט קיינמאל נישט האבן קיין קינדער. מ'זעט זיך שטיין ביי דער אייגענער לויה, ווען קרובים און גוטע אידן שטייען ארום דעם ארון, גוטע אידן וואס האבן זיך מרחם געווען אויף דעם קינדערלאזן איד און געקומען אים אפגעבן דעם כבוד האחרון, אפשר דאס לעצטע מאל וואס איינער געדענקט אים נאך. "איך האב געזען בילדער אין מיין קאפ וויאזוי א ברודער מיינער זיצט איינער אליין שבעה נאך זיין ברודער וואס האט ליידער נישט אינעם הויפטקווארטיר פון צדק׳ס מהפיכה קאמפיין, אינעם ארמון האטעל אין סטעמפארד, קאנעטיקוט 36 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 37


איבערגעלאזט קיין קינדער, און אין בית המדרש שטייט א צעטל אז מ'זאל אריבערגיין וויבאלד ס'איז א טובה פאר דער נשמה צוליב דעם וואס יענער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. אגב שטייט שוין אויך דארט אויפן צעטל, אז ווער עס קען זאל צינדן א ליכט פאר מיין נשמה, וויבאלד כ'האב דאך נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ח"ו"... איך בין געשטאנען פארשטייפט, אבער אז איך האב עס געהערט פון איינעם וואס איז שוין געהאלפן געווארן, האט דאס מיר געגעבן די מוט צו וועלן ווייטער הערן. עס זענען אבער נאך דא הונדערטער אידן וואס ווארטן נאך געהאלפן צו ווערן, אוי באשעפער... "איך געדענק וויאזוי מיין פאמיליע האט זיך צוזאמגענומען, און זיך אונטערגענומען עפעס א גוטע זאך אז איך זאל געהאלפן ווערן. עס איז נאך געווען אין אנהויב, און איך האב דאן אנגעהויבן צו שפירן די היץ, איך האב זיך געכאפט אז ס'איז נישט בסדר אין וועלכן מצב איך שטיי. איך האב געקלאפט אויף טויערן פון גרויסע דאקטוירים, ארגאניזאציעס האבן ארויסגעהאלפן, און נאך א שיינע פאר יאר זיך מוטשענען בין איך בעזרת השם טאקע געהאלפן געווארן. "ווען איך בין געשטאנען אין שפיטאל און געהערט וויאזוי מיין קינד וויינט צום ערשטן מאל נאכן געבוירן ווערן, האבן מיינע אויגן פראדוצירט א האריקעין וואס דו קענסט זיך נישט פארשטעלן. האריקעין סענדי מיט האריקעין קאטרינע האבן נישט פראדוצירט אזויפיל וואסער וויפיל טרערן פון שמחה עס האבן געשפריצט פון מיינע אויגן... עס האט זיך געשפירט ווי א לאסט פון עטליכע וואשינגטאן בריקן איז פשוט אראפגעפאלן פון מיין הארץ, און איך האב צום ערשטן מאל אריינגעאטעמט אלס א טאטע... אוי, איך קען דיר נישט זאגן דאס געפיל, אבער ליידער קען איך דיר אויך נישט גענוג ארויסברענגען דאס געפיל פון די פיין און לייד וואס 'נישט האבן קיין קינדער' ברענגט. אזויווי דו האסט געזאגט. מ'קען נישט אנטלויפן, און מ'פילט זיך ווי די צרה אליין. מ'קען זיך פשוט נישט אויסלופטערן פון דעם וויבאלד ס'איז שטענדיג פאר די אויגן, נישט קיין אונטערשייד וואס מ'טוט צו אנטלויפן דערפון". יענער יונגערמאן האט פארענדיגט זיינע דראמאטישע איבערלעבענישן, "אקעי, איך דארף צוריקגיין זיכער מאכן ארויפצורוקן מיינע נומערן. זייט מיר געזונט און א גרויסן דאנק", און ער איז פארשוואונדן געווארן צווישן די מאסן, מיר איבערלאזנדיג געפלעפט און צעשוידערט. איך האב א חבר וואס דארף נאך געהאלפן ווערן. פון טיפן הארצן האב איך געזאגט קאפיטל קכ"א, שיר למעלות אשא עיני... געווען איז דאס א מינוט פון עמפאטיע, די נאנטסטע וואס איז שייך צו פארשטיין אזא איד. איך האב ארויסגעזאגט דעם נאמען פון מיין חבר אז ער זאל געהאלפן ווערן בקרוב ממש. ווען איך האב געזען ר' משה מארגערעטן פונדערווייטנס, האב איך שוין געזען גאנץ עפעס אנדערש, איך האב געזען א נפשות-מאכער, א לעבנס-ברענגער, א שליח פון באשעפער וואס איז אראפגעקומען צו פארלייכטערן דאס לעבן פון טויזנטער אידן, און בכלל אראפברענגען לעבן אויף דער וועלט. בערך האלב נאך איינס האט דער יושב ראש העולמי און טרייב-קראפט, הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש, אויסגערופן אז די סענאטארן ריטשערד בלומענטאל און קארי בוקער וועלן אט אריינקומען, און דער ציבור זאל זיין גרייט. די צוויי סענאטארן זענען טאקע ערשינען, איינער פון די עסקנים האט פארגעשטעלט דעם סענאטאר פון ניו דזשערזי קארי בוקער, אז ער זאל ארויפקומען איבערגעבן עטליכע ווערטער. ער האט אנגעהויבן זיינע ווערטער, אז ס'איז אים א כבוד צו האבן אזעלכע חברים ווי ראביי מארגארעטן און ראביי ווייס. זיי זענען אריינגעקומען אין זיין לעבן, און אים געמאכט נישט בלויז פאר א בעסערן סענאטאר, נאר פאר א בעסערן מענטש. "דער כח פון אידישקייט איז עפעס וואס איך שטודיר שוין פאר יארן. איך בין דער איינציגער שווארצער וואס לערנט תורה יעדן פרייטאג", האט דער סענאטאר דערקלערט. דער ציבור האט זיך פיין צולאכט. ער האט ארויסגעברענגט דעם רעספעקט וואס ער האט פאר אידן, וואס לעבן אויף דעם ריכטיגן וועג און מיט דער גאנצער ערנסטקייט. ער האט אנגעוויזן אויף דער וויכטיגקייט פון דעם געזעץ, און וויאזוי אלע חלומות הייבן זיך נישט אן אויב עס איז נישטא קיין קינדער, און בכלל ארויסגעהויבן די ארבעט פון 'צדק', צו מאכן די וועלט א בעסערן פלאץ. נאך דער רעדע פון קארי בוקער, האט מען אויפגערופן סענאטאר ריטשערד בלומענטאל. בלומענטאל האט זיך אויפגעעפנט מער פערזענליך, ער האט פארציילט אז ער האט פיר קינדער, צוויי פון זיי זענען שוין פארהייראט אבער זיי האבן נאכנישט קיין קינדער. יעצט טראכט איך וועגן מיינע קינדער אויב זיי קענען האבן קינדער... אויב וואלט עס געמיינט אז איך דארף באצאלן געלט פאר דאקטוירים, וואלט איך אוועקגעגעבן מיין לעצטע פעני און ארומגעגאנגען בארגן געלט". ער האט אויסגעלויבט סענאטאר מארשל און סענאטאר בלומענטאל, די צוויי סענאטארן אין שפיץ פון דעם ביל, און ווייטער ארומגערעדט איבער די אויפטואונגען פון 'צדק' און אזוי ווייטער. נאך די רעדעס, האבן די סענאטארן פארלאזט דעם זאל אין באגלייטונג פון די עסקנים, און דער עולם איז צוריק צו דער ארבעט. דארט האב איך געטראפן ר' מענדל לעבאוויטש פון דער 'דזשאוינטטעקס' פירמע, וואס שטעלט צו אלע קאמפיוטערס און דאס גלייכן פאר קאמפיינס. איך האב אים געפרעגט אויב אלעס קלאפט. "ב"ה, וואס מיינסטו? דאס קומט נישט צוגיין פון זיך אליין. מיר האבן הערשט געקענט אנהויבן צו ארבעטן דא שפעט נעכטן ביינאכט, וויבאלד שבת איז געווען דא אן אנדערע גרופע, און מיר האבן נישט געהאט קיין סאך צייט זיך איינצורישן, אבער ב"ה אלעס ארבעט ווי געפלאנט, דער באשעפער זאל העלפן ווייטער". ר' מאיר מרדכי האט געזאגט אויפן מיקראפאן אז ער מיינט אז דאס איז דער ערשטער קאמפיין וואו די קאמפיוטערס האבן נישט געקראכט... איך האב זיך געוויצלט פאר ר' מענדל, "האסט נאך אסאך צייט אז די קאמפיוטערס זאלן קענען קראכן...". איך האב שוין געמוזט פארלאזן דעם ארט, איך האב אבער נאכגעהערט אז שפעטער אין טאג איז אריינגעקומען דער סענאטאר פון טעקסאס, טעד קרוז, וואס איז גאר א שטארקער שטיצער פון דעם ביל, און א שטיצער פון 'צדק' בכלל. ער האט געגעבן א פייערדיגע רעדע, ווען אינמיטן איז ר' משה ארויפגעקומען זאגן די דראמאטישע נייעס אז הרבני הנגיד ר' יונתן שטראסער האט זיך יעצט אונטערגענומען צו געבן א מיליאן דאלאר! דער קאמפיין איז געווען מיט גרויס הצלחה ב"ה, און מ'איז אנגעקומען צו דעם גיגאנטישן ציפער פון איבער זיבן מיליאן דאלאר, דורך שווערע טויזנטער מענטשן וואס האבן זיך משתתף געווען אין דער ריזיגער מצוה. 38 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 39


38 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 39 ביקורי ענווים כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט״א באזוכט ביי כ"ק הגאון הצדיק רי"מ שעכטער שליט״א וועלכער וויילט אין קרית צאנז אויף אפרו. משה אמת פארשער וואס געבן זיך אפ מיט די קאירא גניזה האבן אנדעקט א כתב יד געשריבן דורכ'ן הייליגן רמב"ם זי"ע. ברי״ש גלי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט״א דאוונדיג מנחה ביים ציון הקדוש פון אור שבעת הימים מרן הבעש"ט אין מעזיבוש וואו דער רב שליט״א וויילט יאר יערליך אויף שבועות צו דער יארצייט. שיחו בכל נפלאותיו כ״ק גאב"ד מאקאווא שליט״א אין מעזיבושער קלויז. ווערט געזען בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער, א תלמיד פון ישיבת מאקאווא, וועלכער איז געקומען וויילן בצל רבו אויף יו"ט.


40 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 41 מלאכתו על ידי אחרים כ"ק הגה"צ ר"מ אייזען שליט״א, אדמו"ר מליזענסק מיט אפגעהיטענע אויגן אין לופטפעלד. קלים היו רודפינו ציוניסטישע פאליציי ביים נאכלויפן א בחור צווישן די מציבות אין בית החיים ביי דער לויה פון הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל היינטיגן דינסטאג. שר ועסקן הנגיד ר' בנימין בארבער ביים באגריסן סענעטאר שומער וועלכער איז געקומען זיך באטייליגן ביים גרויסארטיגן דינער פאר מוסדות באבוב-45 .


40 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 41 שמחת בית משב״ק כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א און הגה"צ אב"ד קיט"ל סאטמאר מאנסי שליט"א נעמען אנטייל ביי דער חתונה פון נכד הרה״ח רבי משה פריעדמאן שליט"א, משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר. לעיק פארק בהבנותו ערשטע חסידישע שול אין לעיק פארק, מאנטשעסטער, ביהמ"ד באר שמואל בהנהלת הרה"ג רבי ישראל מאנהייט שליט״א, וואו צענדליגער חסידישע משפחות האבן זיך לעצטנס באזעצט אין נאנטן שכינות פון לעיקוואד, באצירט לכבוד יו"ט. כי ימות באהל הגאון רבי איתמר גארבוז שליט״א, ראש ישיבת ארחות תורה, איידעם ביי הגאון רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל ביים זאגן א שיעור אין די שעות פאר דער לויה ווי ס'איז געווען די צוואה פון ראש ישיבה זצ"ל "לא לבטל שיעור בשום אופן".


42 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 43 חורבנות פון AI די נייע AI טעכנאלאגיע ברענגט אויך גשמיות'דיגע סכנות ווען א פאלש בילד ווי א פייער זאל האבן אויסגעבראכן נעבן דער פענטעגאן געביידע, פראדוצירט דורך AI ,האט געברענגט אז די סטאק מארקעט זאל ווילד טראסקען. תורת חיים הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד דזשיקוב אין בארא פארק דורך מתפללי ביהמ"ד חבורת שער המלך לעילוי נשמת האברך החשוב ר' חיים בלום ע"ה וועלכער איז אומגעקומען פארלאפענעם ערב פסח אין אן עקסידענט. נכנסים להוראה מעמד פתיחת קנין הוראה וואו פילצאליגע האבן זיך אנגעשלאסן אין תורה'דיגן פראגראם צו קונה זיין הוראה במשך א יאר צייט.


42 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 43 גרשון ומררי א בן תורה אין בני ברק איז מוריד דמעות על סילוקן של זקן ראשי הישיבות. ּומֵ אֹוצָר מַ ּתְ נַת עולם הנגינה באגייסטערט פון פרישער הערליכער מוזיקאלישער יצירה ״מתנה״, מאוצרו פון ר׳ יצחק האניג. רכב ישראל ופרשיו חסידי וויזניץ שטעלן צו אייגנארטיגער קאראוואן פאר כ"ק אדמו"ר מהר״י מוויזניץ שליט"א צו דער גרויסארטיגער הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לעילוי נשמת אביו בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל )זע באריכט אין ׳היימיש קווארטאל׳ אין היינטיגן נומער(. פרי עץ חיים ראשי ונכבדי קהילת סאטמאר אין בני ברק אפווארטנדיג אין לופט פעלד הגה״צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט״א, רב ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג וועלכער איז געקומען וויילן אויף שבועות מיט דער קהילה אין בני ברק.


די ריזיגע קאליפארניע קאנדאר פויגל דער נייער סיסטעם אויף אויסשטעל אין דער גרענד צענטראל סטאנציע אין מאנהעטן וואקסינען פאר באדראעטע פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז זיי האבן געגעבן עמוירדזשענסי באשטעטיגונג פאר א פויגל וואקסין, צו העלפן אפשלאגן א שווערן פייגל- פלו אונטערגאנג צווישן די גאר זעלטענע קאליפארניע קאנדאר פייגל. די קאנדאר פויגל איז באקאנט צו זיין איינע פון די גרעסטע פייגלעך אין דער וועלט, מיט פליגלען וועלכע פארשפרייטן זיך נאנט צו צען פיס פון זייט צו זייט. די פויגל איז אבער גאר זעלטן, און עס ווערט געשאצט אז עס זענען בלויז פארבליבן ארום זעקס הונדערט שטיק דערפון, אריינגערעכנט די פייגלעך וועלכע ווערן געהאלטן אין טירגערטנער איבער דער וועלט. אין דער לעצטער שטיק צייט זענען צוואנציג פון די פייגל געפינען געווארן טויט, אדאנק דעם שווערן עיטש-5-ען-1 פייגל ווירוס וועלכער בוזשעוועט אצינד איבער דער וועלט, פירנדיג די אויטאריטעטן צו געבן זייער גוטהייסונג אנצוהייבן פראבעס פון א וואקסין — וועלכער איז אריגינעל ערצייגט געווארן פאר א צווייטן סטרעין פון דעם פייגל וויירוס — צו זען אויב דאס קען ווירקן אויך פאר דעם יעצטיגן אויסברוך. די פראבעס ווערן אצינד דורכגעפירט אויף א צווייטן ברייט פארשפרייטן סארט פייגל גערופן 'שווארצע וואלטשור', און אויב וועט זיך עס ארויסשטעלן צו זיין אומשעדליך, וועט מען דאס אנהייבן געבן פאר די קאנדאר פייגלעך. אריינגיין קאסט א מטבע די ניו יארק עם-טי-עי האט ארויסגעשטעלט אן עקזעמפלאר פאר א נייעם צוים סיסטעם דורך וועלכן מען וועט דארפן דורכגיין צו נעמען א באן אין די סיטי. ווי די אגענטור האט איבערגעגעבן, האט דער באן סיסטעם אין ניו יארק דערלייגט א געשאצטע 690 מיליאן דאלאר דורכאויס דעם פארלאפענעם יאר, אדאנק פאסאזשירן וועלכע האבן זיך אריינבאקומען אין די באן סטאנציעס אן באצאלן. אומגעפער האלב פון די שווערצער האבן דאס געטון דורכן אריינגיין פון די 'עמערדזשענסי' טירן וועלכע געפינען זיך אין יעדער סטאנציע, די איבריגע זענען אדער איבערגעשפרינגען, אדער אונטערגעקראכן דעם יעצטיגן דינעם טוירנסטייל סיסטעם. דער נייער אריינגאנג וועט באשטיין פון א הויכן גלאז וועלכער וועט ארבעטן ווי א טיר, און וועט זיך עפענען פאר א באשטימטער צייט אפשניט נאך וואס מען וועט באצאלט די שפעזן. דער גלאז וועט זיין גענוג הויך אז מען זאל עס נישט קענען איבערקריכן, און עס וועט גלייכצייטיג עלימינירן דעם געברויך פון די עמערדזשענסי טירן אין די סטאנציעס. אין שפיץ פון דער וועלט א דריי און פופציג יעריגער איינוואוינער פון דעם הימאלאיען ראיאן אין אזיע, האט געשאפן א פרישן וועלט רעקארד, ביים באווייזן צו גרייכן דעם שפיץ פון בארג עווערעסט צום זיבן און צוואנציגסטן מאל! דער געשולטער בארג-קריכער 'קאמי ריטא', איז ארויפגעקראכן דעם בארג צום ערשטן מאל אין יאר 1994 ,און זינט דאן האט ער דאס איבערגע'חזר'ט יעדעס יאר מיט דעם אויסנאם פון די יארן 2014 ,2015 און 2020 ,ווען קריכן איז געווען פארבאטן דורך די ארטיגע אינסטאנצן. ווי אסאך ארטיגע איינוואוינער, באשעפטיגט זיך דער בארג-קריכער מיטן ארויסהעלפן און באגלייטן טוריסטן וועלכע טרוימען צו גרייכן דעם העכסטן בארג אין דער וועלט, און די יעצטיגע עקספעדיציע האט ער אויך אפגעהאלטן צו באגלייטן אן אויסלענדישן באזוכער. אין דער צייט וואס די שורות ווערן געשריבן, איז נאך דער קריכער אויפן וועג אראפ. אלעס אינאיינעם זענען שוין מער ווי 000,11 אנגעקומען צום שפיץ — זינט דער ערשטער מאן וואס האט דאס באוויזן אין יאר 1953 .אין דער זעלבער צייט האבן שוין 320 מענטשן פארלוירן זייער לעבן דורכאויס דער גאר געפארפולער אונטערנעמונג. 44 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 45


מערקווירדיגע אינצידענטן, טשיקאווע אנעקדאטן אין אנדערע נייעס פינחס האפפמאן org.momentmagazine@phoffman אויפגעוויקלט די טיטאניק עס ווערט באצייכנט צו זיין די גרעסטע אונטער-וואסער פארש ארבעט אין היסטאריע, און די רעזולטאטן זענען נישט ווייניגער ווי שטוינענד. דורכאויס די יארן האבן שוין פארשער אויסגעפירט א צאל אונטער-וואסער מיסיעס, ביי וועלכע זיי האבן אראפגעשיקט סובמארינען אין די ים טיפענישן צו פאטאגראפירן די ברוכווארג פון די מערסט-באקאנטע שיף אין היסטאריע: די טיטאניק. ביז יעצט האבן זיי זיך אלע געדארפט ספראווען מיט די שטארקע באגרעניצונגען וועלכע א קאמערע האט אין אזעלכע טיפענישן, די יעצטיגע מיסיע איז אבער אנדערש. אנשטאט נעמען איינפאכע בילדער, האט מען אראפגעשיקט ספעציעלע מאשינען וועלכע האבן דורכגעפירט א דריי דימענציע 'סקען' פונעם אפגרונד, און מיט די געזאמלטע דאטא האבן זיי צוזאמגעשטעלט א דיגיטאלע בילד וועלכע דעקט אויף פרישע דעטאלן און געבט א גענצליך נייעם בליק אויף די ברוכווארג. דער פאדערשטער חלק פונעם טיטאניק, ווי עס ערשיינט אין אומגלויבליכן דעטאל 44 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 45


די מיינונג פון היימישע פערזענליכקייטן איבער געשעענישן פון דער וואך org.momentmagazine@station זלמן שפירא ר' מרדכי משולם זושא שניצלער פאנדרעיזינג מומחה און קאנסאלטענט איר האט אויפגעטרעטן ביים גרויסארטיגן קאנפערענץ פאר משמשים און גבאי ביהמ"ד וואס איז פארגעקומען בעפאר שבועות אין בארא פארק. אויסער פרעזענטירן די פאנדרעיזינג פראדוקטן פון "דאונערי", וואס איז געווען דער ציל פון דער אסיפה, און וואס איז געווען די טעמע פון אייער רעדע? מיין אויפגאבע איז נישט געווען צו פארטרעטן דאונערי. די פירמע האט געברענגט זייער אייגענע רעדנערס, און א שטאב פון סעילסלייט וואס האבן פרעזענטירט זייערע סערוויסעס. דער ציל פון מיין 45 מינוט'יגער רעדע איז געווען צו אדרעסירן משמשים און גבאים וויאזוי ארויפצוברענגען זייער פאנדרעיזינג און קאלעקשאנס צו א העכערן שטאפל, זאכן וואס כ'האב מיך געלערנט פון דער אייגענער ערפארונג, און אדאנק אונזער ארבעט אינערהאלב "ציבור פרא קאנסאלטינג", וואו נישט אלעמאל איז דער ענטפער צו אימפלימענטירן ריזיגע שינויים אדער זיך אריינווארפן אין גרויסע אונטערנעמונגען. פארקערט, רוב מאל קומט די ישועה בלויז דורך טון זאכן עטוואס "אנדערש", און מיט אוועקשטעלן א לייכטן מהלך, וואס ברענגט א געשמאקערע קאמוניקאציע מיט נדבנים און מתפללים. א פשוט'ער ביישפיל: בעט געלט פאר אזא צוועק וואס דו ווייסט אז דער נדבן האט אן אפעטיט און געפיל דערצו. איינער וואס גלייכט צו געבן לחיימ'ס ביי יארצייטן, אדער ברענגט אלץ די 'אויספאסטן' אין א תענית, אזא איינער איז א גוטער קאנדידאט צו בעטן פון אים פאר שלש סעודות אדער מלוה מלכה. איינער וואס שטעלט ליכט ווען ס'איז דא א יארצייט, איז א קאנדידאט צו מנדב זיין דעם נר תמיד, אדער אפקויפן דעם זכות צו צינדן די הדלקה ל"ג בעומר. איינער וואס איז כסדר מנדב ספרים פאר חק"ס, קען מען בעטן מנדב צו זיין די גמרות פאר א פרישע מסכת, וכהנה רבות. עס לוינט זיך אריינצולייגן אביסל קאפ און מחשבה צו אידענטיפיצירן וועלכער נדבן איז פאסיג פאר וועלכער סארט נדבה, אזוי שפירט נישט דער נדבן ווי דו קומסט אים "מוטשען" פאר א נדבה, פארקערט גאר, דער שמש טראגט אים אן א זכות וואס איז אים צום הארצן. שטעלט אייך פאר, איינער מאכט א ביזנעס קאנפערענץ פאר טישל פארקויפערס פארנט פון שומרי שבת... וואס כ'מיין צו פרעגן, משמשים, מקוה-אידן און גבאים איז אלעמאל געווען א כמו עבודת הקודש מיט מינימאלע פארדינסטן. וואס איז שייך בכלל צו געבן ביזנעס לעקציעס פאר אידן וואס פארקויפן נעגל- שניידערס און קאפלעך אין ביהמ"ד? גוט ארויסגעברענגט, א משמש איז אן עבודת קודש קדשים, און אויך א נעגל-שניידער פארקויפער. דער קונץ איז צו זיין באלאנסירט וויאזוי אויסצושטעלן זיינע אומצאליגע אויפגאבן, און נישט ווערן פארכאפט אינעם טאג-טעגליכן רוטין, אדער פארלירן זיין פאוקוס צווישן די אלע אקטיוויטעטן וואס דער שמשות דזשאב פארלאנגט. ועל כולם דארף מען געדענקען פשוט אהיימצוברענגען א פרנסה טאקע דורך די זאכן מיט וואס דער שמש באשעפטיגט זיך, מחוט ועד שרוך נעל. ס'קען אמאל זיין א שמש וואס ער טוט גאר געטריי זיין ארבעט מצד דעם ביהמ"ד, און די איינציגע לאך איז, אז פון זיך אליין פארגעסט ער, און סוף חודש נעמט ער נישט ארויס גענוג אז ס'זאל קלעקן. די נקודה איז נישט אז שמשות איז א גרינגע ארבעט. פארשטייט זיך ס'איז דא גרינגערע צייטן און שווערערע צייטן, אבער ס'וועט אלץ פארבלייבן אן עבודה קשה שבמקדש. דער ציל דארף אבער זיין אז מ'זאל האבן א גוטן סטרוקטור פון וועלכע מ'קען בס"ד שיין מצליח זיין. 46 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 47


ר' מרדכי משולם זושא שניצלער פאנדרעיזינג מומחה און קאנסאלטענט היינט איז א וועלט פון קורסן ווען אין יעדע אינדוסטריע אדער פראפעסיע איז דא א געוואלד מיט קורסן און "סעלף העלפ" פראגראמען אין דער היימישער מארקעט. וויאזוי ווייסט א מענטש וועמען צו געטרויען אדער וועלכער קורס איז געאייגנט פאר אים? ווען איך האב געגעבן דעם פריערדיגן ענטפער, האב איך נאכנישט געהאט געהערט די יעצטיגע שאלה, און דער ענטפער איז די זעלבע: טרויבארשאפט! רוב מענטשן וועלן שפירן דעם שטאפל פון טראסט אין דער אטמאספערע אנדעם וואס עמיצער זאל אים דארפן זאגן איבריגע ווערטער. אויב איז ער אין א געוויסער אינדוסטריע, וועט ער שוין פון זיך אליין שפירן וועלכער קורס רעדט צו אים, און פון וועמען ער וויל זיך אויסלערנען. כ'וויל אונטערשטרייכן א וויכטיגע נקודה: ס'קען אמאל זיין וואס א צווייטער קורס וואלט טעכניש געלערנט פיל מער פאר דעם מענטש, דאך איז דער עצה יעוצה אז דער מענטש זאל גיין צו וועמען ער געטרויעט, און וואו זיין הארץ ציט אים, ווייל פון דעם וועמען ער טראסט, וועט ער קונה זיין פיל מער, און די רעזולטאטן וועלן עווענטועל זיין מער אפעקטיוו. בעצם טרעפט מען שוין דעם יסוד אין דער גמרא, אז אין אדם לומד אלא ממה שלבו חפץ, וואס דאס זעלבע קען געזאגט ווערן להבדיל ווען עס קומט זיך צו לערנען נייע ידיעות אין ביזנעס אדער סיי-וואס, אז דער מענטש זאל זיך ווענדן צו אזא איינעם וועמען ער טראסט און וואו זיין הארץ ציט אים. כ'פארשטיי אז א מענטש קען אמאל זיין ציניש אין ריכטונג פון די אלע קורסן למיניהם, אבער פון דער אנדערער זייט, היינט קען מען איינקויפן אן א שיעור אינפארמאציע אין כמעט יעדע אינדוסטריע, און באקומען ידיעות מער ווי ספעציאליסטן האבן פארמאגט מיט צוואנציג אדער דרייסיג יאר צוריק. כ'בין א גרויסער חסיד פון עדיוקאציע. אז דו טוסט אין אן אינדוסטריע לאז דיך לערנען. הער פון מענטשן מיט ערפארונג. ס'איז ממש א שאד, ווען פאר אפאר הונדערט דאלאר קענסטו איינקויפן ידיעות וואס קענען דיר צונוצקומען אויף טריט און שריט, און טראגן א ווייטער וועג. צדק, די וואוילטעטיגע לאביאינג ארגאניזאציע אונטער'ן שר השתדלנים ר' משה מארגערעטן האט אויפגעטריבן א פאנטאסטישע זיבן מיליאן דאלאר. אין מיינע אויגן איז דאס עפעס א וועלטס וואונדער, וואס גייט קעגן סיי וועלכער אנגענומענער נארמע אין דער וועלט פון היימישע פאנדרעיזינג. מיין שאלה, אלס איינער מיט א יד ושם אין מארקעטינג און פאנדרעיזינג, וויאזוי לייגט זיך עס בכלל אויפ'ן שכל אז אן ארגאניזאציע וואס סערווירט נישט דעם יחיד ווי 'בוני עולם' אדער 'רופא חולים', וואס האט כמעט נישט קיין אינפראסטרוקטור אדער נעטווארק, און וואס קומט מיט א בקשה על שם העתיד, מיט א האפענונג צו ברענגען טויש אין די געזעץ-ביכער אין וואשינגטאן, זאל באווייזן צו דערגרייכן אזעלכע אסטראנאמישע סומעס וואס וואלט געווען א חידוש אפילו פאר פעסט עטאבלירטע ארגאניזאציעס און מוסדות התורה? איינס פון די סאמע גרעסטע סודות אין פאנדרעיזינג איז "טראסט". אויב קוקט מען נאך גבאי צדקה וועט מען זען, אז די וואס באווייזן צו באקומען גרעסערע נתינות וועט דאס רוב מאל זיין אין רעזולטאט פון טראסט אין ריכטונג פון דעם עסקן אדער מוסד. אין אונזער פאל, ווען מ'רעדט פון הצדיק ר' משה מארגערעטן, רעדט מען פון אן עסקן וואס האט געטון שתדלנות פאר כלל ישראל אויף א פארנעם וואס ווייניג מענטשן זינט בריאת העולם האבן זוכה געווען צו טון. בלויז ווען מ'הערט זיין נאמען איז דאס שוין מחייב צו געבן געלט, אפגעזען פאר וועלכע צוועק ער זאל נאר בעטן, טאקע ווייל ער האט אן אומבאשרייבליכער טראסט ביים ציבור. פון דער אנדערער זייט, זאל ווען קומען א נייער מוסד און מאכן א קאמפיין, אפילו זיי זאלן עס צושטעלן על צד היותר טוב, מיט די שענסטע ליטעראטור און פלאקאטן וועלכע וועלן דערציילן וויפיל זיי טוען אויף פאר כלל ישראל בעבר בהוה ובעתיד, וועלן זיי נישט מאכן קיין ערנסטע געלטער, טאקע צוליב וואס דער מוסד האט נאכנישט געווינען קיין טרויבארשאפט ביים ציבור, וואס איז עפעס וואס קומט נישט איבערנאכט. נאך א וויכטיגער נקודה וואס מ'האט געזען אין דעם פאל; ר' משה האט זיך געוואנדן אין גענצליך א נייער ריכטונג, צו העלפן קינדערלאזע פארפעלקער, וואס לענ"ד איז דאס אלעס דער רעזולטאט פון טראסט, וואס האט אזא אימפאקט אין פאנדרעיזינג ווי אין ביזנעס, אז עס העלפט עסקנים זיך אריינלייגן אין נייע פראיעקטן, ווייל זיי שפירן אז זייער "טרויבארשאפט שטאפל" איז גענוג שטארק ביים ציבור, אז זיי וועלן בס"ד מצליח זיין מיט זייער אונטערנעמונג. אויב קענט איר אנצייגן אויף איין זאך, וואס איז דער גרעסטער טעות וואס פאנדרעיזערס אדער קאלעקטארס מאכן, וואס איר באגעגנט איינמאל און נאכאמאל? איין גרויסער טעות איז אז מ'פאוקוסירט אויף "גרויס געלט" פון רייכע נדבנים, וואס איז גאר א שווערע ארבעט, ווען נישט אלעמאל זענען די רעזולטאטן גאראנטירט. ס'איז מעשים בכל יום וואס דער גבאי אדער עסקן לייגט אריין אומגעהויערע כוחות צו שאפן איין גרויסע נדבה, וואס מיט סאך ווייניגער צייט און ארבעט וואלט ער געקענט אריינברענגען די זעלבע אסטראנאמישע סומע, אדער אפילו נאכמער, פון קלענערע נדבות פון סתם וואוילע אידן. בכלל איז וויכטיג צו וויסן אז נישט יעדער וועמען דו מיינסט אז ער קען געבן האט טאקע די יכולת, און קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם אין בערזל, דוק ותשכח. נאך א טעות וואס מאכט זיך איז דער נושא פון רעספעקט. אפגעזען צי יענער האט יא געגעבן אדער נישט געגעבן, צי דער נדבן האט געגעבן לויט דיינע ערווארטונגען צי אונטער דיינע ערווארטונגען, דארף מען זיך נאכאלץ אויפפירן צו יענעם מיט כבוד האדם. אמאל שטרענגט זיך דער נותן באמת אן, און דו ווייסט עס ניטאמאל. ווען מ'מאכט דעם נדבן שפירן ווי צוויי-צענט, פשוט ווייל מ'האט 'געהאפט' אז ער וועט געבן מער, איז עס עפעס וואס פארברענט בריקן. אונטערשטע שורה, לאז נישט דיין אנטוישונג דיך איבערנעמען, און אפילו ווען דו האסט נישט באקומען דעם געפלאנטן סכום, באדאנק זיך פאר'ן נדבן און לאז אים איבער מיט א גוטן געפיל. האפנטליך, צו דער קומענדיגער געלעגנהייט וועט ער יא נאכקומען דיינע ערווארטונגען. 46 פרשת נשא תשפ״ג פרשת נשא תשפ״ג 47


us.dartmedia / USA of Product us.dartmedia


Click to View FlipBook Version