The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Moment Magazine, 2018-03-25 12:11:23

Day in Tefisa Draft_clone

Day in Tefisa Draft

‫א טאג אין תפיסה‬

‫ֿ‬

‫דראמאטישער באזוך אין "שאוואנגאנק קארעקעשענעל טורמע" אין‬
‫אפסטעיט ניו יארק ווי מאמענט האט געפראוועט א חמשה עשר בשבט‬
‫טיש אינאיינעם מיט'ן הויפט טשיף‪-‬רב און טשאפלען פון די ניו יארקער‬
‫סטעיט טורמעס און געוויילט א טאג מיט די ארטיגע אידישע יושבי‬
‫חושך \\ ערשטהאנטיגע שמועסן מיט זעקס אידישע ארעסטאנטן‬
‫וועלכע שילדערן דאס לעבן אין טורמע און וויאזוי מ'דערהאלט זיך אין‬

‫די שווערע אומשטענדן‬

‫חנוך גרינבערגער \ חיים לעווי‬

‫ווייניג פראיעקטן אינערהאלב מיין שרייבערישע קאריערע וואס איך האב אזוי גענומען צום הארצן אז כ'האב שוין‬
‫אויסגעקוקט מתי יבוא לידו ואייקמנה‪ .‬היינט וועט פון דעם אלטן פלאן ענדליך ווערן א רעאליטעט ווייל היינט זענען‬

‫מיר געסקעזשולט צו וויילן אין טורמע‪.‬‬

‫דער פלאן איז נישט געבוירן געווארן פון איין טאג צום אנדערן‪ ,‬ווייל א באזוך אין תפיסה אז ס'זאל זיין פראדאקטיוו‬
‫פון א שרייבערישע און רעדאקטארישע שטאנדפונקט איז נישט קיין לייכטע אונטערנעמונג‪ .‬געווען איז עס ארום די‬
‫טעג פון דער באפרייאונג פון ר' שלום מרדכי רובאשקין ווען מיר האבן זיך אנגעהויבן אומקוקן וויאזוי מ'קען פאקטיש‬

‫צושטאנד ברענגען אזא באזוך‪.‬‬

‫בחסדי ה' האבן מיר אנגעקנופט באציאונגען מיט'ן הויפט רב און טשאפלען פון די סטעיט תפיסות און אפסטעיט‬
‫ניו יארק און אונזער מיסיע האט געטראפן חן אין זיינע אויגן‪ ,‬ער האט דערהערט דעם צוועק און באוויליגט צו טון‬
‫עפעס וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געטון‪ .‬ער האט זיך אונטערגענומען צו שתד'לען און טרעפן באיזה אופן א‬
‫וועג אריין צו דעם פלאץ פון וואו יעדער זוכט א וועג ארויס און אונז מיטנעמען פאר א גרינטליכער באזוך אין טורמע‪.‬‬

‫פארוואס איך בין געווען אזוי אויסן פאר דעם פראיעקט? זייער פשוט‪ ,‬צו קענען ברענגען פאר'ן ליינער אן עקסקלוסיווע‬
‫און ערשטהאנטיגע באריכט איבער דעם מצב פון אחינו בני ישראל אין טורמע‪ .‬מען דארף הערן איבער אונזערע‬
‫ברידער וואס שמאכטן אין תפיסה און זוכן צו טון וואס וואס שייך צו פארגרינגערן זייער מצב‪ .‬אבער כ'וועל נישט‬
‫לייקענען‪ ,‬ס'האט מיר אויך געברענט פערזענליך‪ ,‬צו פארפולקאמען דעם לך נא ראה את שלום אחיך והשבינו דבר‪,‬‬

‫צו אנטיילנעמען פון דער זעלטענער און היבש שווערער מצוה פון א באזוך טון א אידן וואס זיצט אין טורמע‪.‬‬

‫כ'בין נאך קיינמאל נישט געווען באזוכן אין טורמע און כ'האב אלץ מקנא געווען די חשוב'ע עסקנים וואס טוען‬
‫דערין‪ .‬וויפיל אויפוואכונג ס'איז דא אין דער טעמע איז עס נאך אלץ א מצוה שאין עלי' דורשים‪ ,‬און וויפיל מ'טוט פאר‬

‫די אומגליקליכע אידן וועט ליידער קיינמאל נישט זיין גענוג‪.‬‬

‫כ'האב אמאל געהערט א שארף ווארט פון איינעם וואס האט געהאט א קרוב אין תפיסה‪ ,‬אז חז"ל זאגן אויף א‬
‫בר מינן‪" ,‬גזירה על המת שישתכח מן הלב‪ ",‬ענליך פאסירט מיט א מענטש וואס זיצט אין תפיסה פאר'ן לענגערן‬
‫טערמין האט יענער גע'טענה'ט‪ ,‬כמעט וואס די מענטשהייט פארגעסט פון אים‪ ,‬מ'זעט אים נישט פאר די אויגן און‬

‫מ'הערט נישט פון אים און זיין זכרון ווערט פארגאנגענען‪.‬‬

‫האט ער מיר דעמאלט דערציילט אז ער שיקט וועכנטליך די "כל העולם כולו" (דעמאלט איז דאס געווען דער‬
‫איינציגער בילדער מאגאזין) אז דער ארעסטאנט זאל אביסל וויסן וואס עס טוט זיך און שפירן א פארבינדונג צום‬

‫הווה אז ווען איינער רעדט מיט אים איבער נייעס און געשעענישן זאל ער וויסן פון וואס די רעדע איז‪.‬‬

‫ענליך האב איך אמאל געהערט בשם א גדול‪ ,‬אז אין דער תורה טרעפט מען אלע סארטן שטראפן פון מלקות ביז די‬
‫ד' מיתות בית דין סיידן דער עונש פון תפיסה (אויסער די זיבן טעג וואס א מצורע ווערט אפגעזונדערט‪ ,‬ס'איז אבער‬

‫נאר זיבן טאג)‪ .‬טורמע איז ארגער פון אלעם‪ ,‬האט דער גדול אויסגעפירט‪.‬‬

‫*‬

‫הכלל‪ ,‬די גוטע בשורה איז אנגעקומען‪ ,‬מיר האבן אריינגעגעבן אונזערע שריפטן און דער טשאפלען האט ארלעדיגט‬
‫צוטריט פאר מיך און מיין קאלעגע ר' חיים לעווי‪ .‬למעשה האבן מיר אינאיינעם געוויילט צוויי טאג אין טורמע אין‬
‫צוויי באזונדערע סטעיט תפיסות‪ .‬דער ארטיקל וועט זיך באציען צום ערשטן באזוך‪ .‬אחרי ככלות הכל האבן מיר זיך‬
‫צעטיילט מיט די אויפגאבעס‪ .‬איך האב באקומען די ראלע אראפצושרייבן דעם באזוך און ר' חיים האט באקומען‬

‫די ראלע צו קריטיקירן‪...‬‬

‫אין ערשטן טאג פון אונזער תפיסה‪-‬רייזע האבן מיר געוויילט אין שאוואנגאנק קארעקעשענעל טורמע אין אפסטעיט‬
‫ניו יארק‪ ,‬ווי מיר האבן באגעגנט זעקס אידישע ארעסטאנטן וואס נעמט אריין היימישע אידן שומרי תורה ומצות ווי‬

‫אויך בעלי תשובה‪.‬‬

‫דער חשוב'ער טשאפלען ‪ --‬אחד מחשובי הרבנים בעירנו ניו יארק ‪ --‬וואס האט אונז באגלייט דורך די גאנצע צייט‬
‫איז א וועלטס עסקן וואס טוט שוין גאר אסאך יארן פאר כלל ישראל כאטש ער מאכט זיכער צו בלייבן אונטער'ן‬
‫ראדאר ווי די ריכטיגע אמור‪-‬מעט‪-‬ועשה‪-‬הרבה נאטור און אין צוגאב איז ער א וועלטס בקי ווען ס'קומט צו דער‬
‫טעמע פון תפיסות און געזעץ‪ .‬ער האט אבער אויסגעוועלט צו בלייבן אנאנים‪ .‬רצונו של אדם זהו כבודו און מיר וועלן‬

‫נישט אידענטיפיצירן זיין נאמען‪.‬‬

‫מיר האבן אליין נישט געוואוסט וואס ס'ערווארט אונז‪ .‬אלס איינער וואס טוט שוין אין דעם פעלד צענדליגער יארן‬
‫און האט תפיסה שליסלעך וואס קיין שום אנדערער ראביי אין ניו יארק פארמאגט נישט‪ ,‬האט ער געעפנט פאר‬
‫אונז טירן און דערמעגליכט צוטריט און אבזערוואציע אויף א פרעצעדענטלאזע פארנעם‪ .‬מיר האבן לעבעדיג‬
‫מיטגעהאלטן וואס הייסט עסקנות און שתלדנות‪ ,‬וויאזוי מ'טוט אויף פאר אידן ביי די תפיסה באאמטע‪ .‬מיר האבן‬

‫געזען א וועלט‪ ,‬אבער נישט אלעס קענען מיר שרייבן און וועלן מיר שרייבן‪.‬‬

‫ווען דער חשוב'ער טשאפלען וואלט אונז ערלויבט‪ ,‬וואלט דער גאנצער ארטיקל זיך געקענט ארומדרייען בלויז‬
‫וואס עינינו ראו ולא זר‪ ,‬וויפיל חכמה ‪,‬געטריישאפט און הארץ‪ ,‬און יא מסירת נפש ממש‪ ,‬ער שענקט אוועק פאר די‬
‫וואוילזיין פון אידישע ארעסטאנטן‪ .‬ווי ער לייגט זיך אין די לענג און ברייט און שטעלט זיך איין די זיבעציג יאר טאמער‬
‫האט ער נאר א קלער פון עטוואס פארלייכטערן און פארגרינגערן די צושטאנד פון א אידן אונטער די אייזערנע‬

‫גראטעס‪.‬‬

‫מיר זענען אבער באאויפטראגט געווארן צו איבערהיפן אויף דער טייל פון אונזער באזוך צוליב דער פשוטער סיבה‬
‫אז אין דעם הינזיכט גילט דער כלל מער ווי אלעמאל אז אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין‪ ,‬ואין לך יפה‬
‫מן הצניעות וד"ל‪ .‬די מיסיע איז בלויז צו העלפן די צעבראכענע הערצער‪ ,‬און יעדע זאך וואס העלפט נישט אין דער‬

‫מיסיע‪ ,‬אדער קען גאר חלילה שטערן‪ ,‬איז אוודאי נישט ווערד‪.‬‬

‫דאך דארף די וועלט וויסן‪ ,‬אז ס'איז דא מסירת נפש אידן וואס לעבן פאר אנדערע במלוא מובן המילה און די‬
‫גאנצע פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת דרייט זיך וויאזוי אויפצוקומען מיט טאקטיקן און אנקניפן די ריכטיגע‬
‫פארבינדשאפט מיט די ריכטיגע אינסטאנצן‪ ,‬צו עטוואס פארלייכטערן דער צושטאנד פון אחינו בני ישראל יושבי‬

‫חושך וצלמות‪.‬‬

‫*‬

‫ס'איז זייער שווער צו קאטעגאריזירן וואס כ'האב אלץ געלערנט דורכאויס דער באזוך‪ .‬יעדער אידישער ארעסטאנט‬
‫פארמט זיין אייגענע מסכת יסורים‪ .‬זיי זיצן אינאיינעם און אונזער שמועס איז פארגעקומען אינאיינעם‪ ,‬דאך פארמאגט‬
‫איטליכער זיין פערזענליכער און ווייטאגליכער צרת יחיד‪ ,‬זיין בענקענדע פאמיליע‪ ,‬זיינע רוישיגע געפילן פון ווערן‬
‫באקריוודעט און בא'עוול'ט דורך די סיסטעם וואס אין זיינע אויגן האט אים אזוי פארראטן; זיין פרוי וועלכע מוטשעט‬

‫זיך מיט א שטוב אן דעם טאטן‪ ,‬זיינע קינדער וועלכע ליידן די יסורים‪ ,‬געגועים און צומאל די בושה‪.‬‬

‫ביי געוויסע ארעסטאנטן האב איך באגעגנט הארץ עסענישן און טיפע חרטה געפילן אויפ'ן עבר אויף א פארנעם‬
‫וואס קען פייניגן דעם מענטש ביז צו די מארעך ביינער‪.‬‬

‫בלויז פון אן אריינבליק אין איינס פון די יסורימ'דיגע וועלטן ווערט דאס הארץ אומגעשרימפט פון צער ווער רעדט‬
‫נאך ווען אויף איינמאל האבן מיר באגעגנט נישט איינס נאר פילע איז עס עקסטרעם ווייטאגליך און רירנד‪.‬‬

‫די צוויי טעג אין תפיסה זענען געווען לאנגע און אויסמוטשנד סיי פיזיש און פיל מער גייסטיש‪ .‬ס'איז נישט לייכט‬
‫צוצוקוקן זייער ווייטאג‪ .‬מיר זיצן קעגן איבער דעם טיש און שמועסן געמיטלעך ווי צוויי פריינט‪ ,‬אבער מיר זענען אין‬
‫צוויי אנדערע וועלטן‪ ,‬ווייניג וואס מיר קענען העלפן די אידן‪ .‬ווען דער שמועס ענדיגט זיך נעמט מען זיי צוריק צו א‬

‫דומפיגן צעל און מיר פארן זיך אהיים צו א באקוועמע געלעגער‪.‬‬

‫קיין רעקארדירונג אפאראטן זענען פארשטענדליך נישט אריינגעלאזט געווארן אין תפיסה‪ .‬אין פאקט האט מען זיך‬
‫געמוזט אויסליידיגן די טאשן אינגאנצן לער‪ .‬אפילו נישט מיין לייסענס קארטל האב איך געמעגט אריינברענגען‬

‫און זיכער נישט קיין פאסיק אדער גארטל וואס קענען אנגעקוקט ווערן ווי שעדליכע אביעקטן‪.‬‬

‫כ'האב נישט געהאט קיין שום וועג וויאזוי צו רעקארדירן די שמועסן און מיר האבן זיך געמוזט באגנוגן מיט'ן זכרון‬
‫און מיט אפשרייבן נאטיצן‪ .‬מיינט נישט אז פאפיר און פעדער האט מען יא געמעגט אריינטראגן אדער ארויסטראגן‪,‬‬
‫אינעווייניג האט מען פארשאפט פאפיר צו קענען שרייבן נאטיצן‪ .‬מיר האבן עס אבער נישט געוואלט ארויסטראגן‬
‫אויס מורא מ'וועט אונז בודק זיין די טאשן ביים ארויסגיין‪ .‬מיר לאזן אייך אויספילן אין פאנטאזיע וויאזוי למעשה זענען‬

‫די פאפירן ב"ה אנגעקומען אינדרויסן‪.‬‬

‫פון דא און ווייטער וועל איך פרובירן שילדערן דעם באזוך לויט'ן כראנאלאגישן סדר‪ .‬צוליב פארשטענדליכע סיבות‬
‫וועלן מיר נישט פולערהייט אידענטיפיצירן די ארעסטאנטן‪ .‬אויפ'ן ראט פונעם חשוב'ן טשאפלען וועלן מיר זיך‬
‫באגנוגן מיט ערשטע נעמען‪ ,‬מיר וועלן אבער יא שענקען פערזענליכע שטריכן אויפ'ן איטליכן ארעסטאנט און זיין‬

‫קעיס לויט וויפיל מיר האבן קענענגעלערנט בשעת'ן באזוך און לויט וויפיל דער מצב דערלויבט‪.‬‬

‫*‬

‫צוויי לאקאלע ראבייס‬

‫דער נאמען פון דער מעשה איז צוויי לאקאלע ראבייס‪...‬‬

‫תפיסה איז נישט קיין פלאץ פאר קיין אינטערוויוס און וואו צו קומען נעמען ארטיקלען און באריכטן‪ .‬אין תפיסה לאזט‬
‫מען נישט געווענליך אריין קיין זשורנאליסטן און ארעסטאנטן האבן נישט קיין רעכט צו געבן קיין אינטערוויוס‪.‬‬

‫דער גאנצער וועג וויאזוי מיר האבן זיך אריינבאקומען האט געדארפט פארקומען אונטער'ן ראדאר‪ .‬מיר זענען געוויס‬
‫נישט געקומען אלס מאמענט שרייבערס‪ ,‬זשורנאליסטן מאן דכר שמי'‪ .‬די אנגעבליכע אויסרייד איז געווען אז מיר‬
‫זענען צוויי לאקאלע ראבייס פון די לאקאלע קאמיוניטי‪ ,‬וועלכע זענען געקומען געבן ספירטואלע חיזוק פאר די‬

‫אידישע ארעסטאנטן‪.‬‬

‫אט דערפאר האבן מיר געקענט מיטגיין מיטן טשאפלען ווי אימער און באקומען צוטריט צו אלע ארעסטאנטן אויף‬
‫אמאל‪ ,‬און פאר לענגערע שעות‪ ,‬אין דער צייט וואס אין געווענליכע פעלער קען א באזוכער בלויז קומען צו איין‬
‫ארעסטאנט אויפאמאל‪ ,‬און אויך נאר אין דער ספעציעלער אויפנאמס צימער געווידמאט פאר געסט‪ ,‬און אויך נאר‬

‫דורך די ספעציעלע שעות‪.‬‬

‫וואס מיר האבן שפעטער דערלערנט איז אונזער באזוך איז געווען עפעס אזוי אויסערארנטליך אז עס האט נאך‬
‫קיינמאל נישט פאסירט‪ .‬ווי אויך וואלט ערלויבעניש צו קריגן אזא סארט צוטריט געקענט נעמען לאנגע חדשים און‬

‫עס וואלט געדארפט דורכגיין א לאנגע בויראקראטישע פראצעדור‪.‬‬

‫די מאמענט ליינער זענען גליקליך אז דער געטרייער חשוב'ער רב און טשאפלען האט געטון א זעלטענע אויסנאמליכע‬
‫שריט פשוט פאר די צוועק צו קענען ברענגען א גרוס פון אחינו בני ישראל הנתונים בצרה פאר די עפנטליכע וועלט‪.‬‬

‫וויאזוי האט ער אונז אריינבאקומען אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן? זייער פשוט‪ ,‬אנשטאט דורכגיין דעם גאנצן‬
‫פראצעדור פון אויבן ביז אראפ‪ ,‬האט מען פשוט אויסגעפילט אן ערלויבעניש אפליקאציע און דאס גענומען גראד צום‬
‫סופער‪-‬אינטענדענט‪ ,‬דער העכסטער באאמטער פון דעם גאנצן פלאץ‪ ,‬מיט וועמען מען האט נאנטע באציאונגען‪.‬‬
‫אין א רואיגע מינוט האט ער אים דערלאנגט דעם ערלויבעניש צעטל און מען האט עס אונטערגעשריבן אן קיין‬

‫קשיות און מעשיות‪ .‬ווייסט איר שוין וויאזוי מיר האבן געמאכט דעם וועג אריין‪...‬‬

‫אצינד‪ ,‬אז מיר זענען געווען אן אייגנארטיגע ראביי דעלעגאציע האבן מיר נישט געדארפט אריינגיין ווי געווענליכע‬
‫באזוכער גייען אריין נאר דורך א זייטיגן טיר געאייגנט פאר איינגעשטעלטע ווי אויך האבן מיר ווי געזאגט באקומען‬

‫די ערלויבעניש אריינצוקריכן ביז לפני ולפנים‪.‬‬

‫די רייזע צו תפיסה‬

‫ס'איז געווען מיטוואך פ' יתרו אינדערפרי ווען מיין קאלעגע ר' חיים איז מיך געקומען אפנעמען צו דער טורמע‪ .‬מיר‬
‫האבן געדארפט דארט זיין אין צייט אומגעפער אומגעפער ניין דרייסיג אינדערפרי‪.‬‬

‫נערוועז בין איך געווען אז נאר‪ .‬וואס גיי איך רעדן מיט די ארעסטאנטן? וואס מעג מען יא זאגן און וואס מעג מען‬
‫נישט? אז מ'קען גארנישט אריינטראגן‪ ,‬מאן יאמר אז איך וועל טאקע האבן פאפיר צו קענען נעמען נאטיצן? דער‬

‫טשאפלען האט אונז צוגעזאגט אז אלעס וועט זיין מסודר‪ ,‬אבער ס'האט ווייניג בארואיגט מיינע נערווען‪.‬‬

‫וואוינענדיג אין אפסטעיט האט דער וועג נישט גענומען אזוי לאנג‪ .‬אומגעפער א האלבע שעה‪" .‬איך בין פיל נענטער‬
‫צו די ארעסטאנטן ווי ווייטער‪ ",‬זאג איך צו מיין קאלעגע מיט א נערוועזן שמייכל‪.‬‬

‫דער עלעקטארנישער וועג ווייזער האט אונז גענומען דורך שמאלע נאכגעלאזטע געסלעך וואס האט נאר צוגעגעבן‬
‫צו דעם אנגעצויגנקייט‪ .‬א גאנצע וועג צו דער תפיסה האבן מיר זיך געהאלטן אין איין דערמאנען אז מיר זענען חלילה‬
‫נישט קיין שרייבערס נאר ראבייס‪ .‬אן אמת דארף מען זיך איינ'חזר'ן ביז מ'גלויבט עס אליין‪ .‬אין א פערזענליכע‬
‫נאטיץ האט מיך גראדע גראדע געשמעקט דעם טיטל ראביי‪ ,‬כ'מיין‪ ,‬כ'האב דאך אויך געוואלט אויסוואקסן א מגיד‬

‫שיעור אלס בחור‪...‬‬

‫ס'האט גענומען צייט ביז מיר האבן געטראפן די גענויע תפיסה ווייל אין זעלבן אומגעגענט געפינען זיך צוויי‬
‫באזונדערע גיגאנטישע טורמעס איינס נישט ווייט פון צווייטן און מיר האבן געדארפט אויסגעפינען וועלכע איז די‬

‫ריכטיגע וואו מיר האבן דעם אפוינטמענט‪.‬‬

‫דער טשאפלען וואס האט אונז געדארפט באגלייטן‪ ,‬האט געהאט אפגעשמועסט מיר זאלן אים ווארטן אויפן רט‬
‫‪ ,208‬א הויפט גאס עטוואס ארויפצו פון דער תפיסה‪ .‬ער האט נישט געוואלט מיר זאלן דארט אנקומען בעפאר אים‬

‫און נישט וויסן וואס צו טון און וואס צו זאגן‪.‬‬

‫ס'האט גענומען אייניגע מינוטן ביז מיר האבן געטראפן דער ראוד‪ ,‬און יא‪ ,‬פונקט דעמאלט איז אנגעקומען דער‬
‫טשאפלען וועלכער האט געווארט פאר אונז אין דער זייט פונעם ראוד‪ .‬ער נעמט זיך פארן און מיר פארן אים נאך‬

‫אויפ'ן וועג אריין צו דער טורמע‪.‬‬

‫א ווארענונג פון וואך טורעם‬

‫והנה און נון‪ ,‬אט זענען מיר אנגעקומען פארנט פון א מאנסטערישער טורמע געביידע‪ .‬א מעכטיגע שטיינערענע‬
‫פעסטונג מיט שרעקעדיגע שטעך צוימען פון אלע זייטן שטייט פארנט פון אונזערע אויגן‪ .‬ס'ווארפט א פחד בלויז‬

‫צו שטיין אין איר געגנווארט‪.‬‬

‫דער טשאפלען מאכט א רעכטס מיט זיין אויטא זיך פארקירעווענדיג צו דער ספעציעלער פארקינג לאט פאר‬
‫איינגעשטעלטע‪ .‬מיר האבן זיך פארקירעוועט צו לינקס צו דער ספעציעלער פארקינג לאט פאר די געסט‪ ,‬אזוי אז‬

‫מיר זענען געווארן אפגעטיילט פאר אייניגע מינוטן‪.‬‬

‫באלד האבן מיר אנגעמאכט פראבלעמען‪...‬‬

‫אונזער ערשטע לעקציע איז געקומען אויפ'ן פלאץ‪ .‬שנעל האבן מיר זיך דערלערנט אז דא איז נישט ישיבה קטנה און‬
‫אויך נישט אין קעמפ‪ ,‬און אז נישט נאר אין וויזשניץ טאר מען נישט כאפן קיין בילדער נאר אין תפיסה אויך נישט‪.‬‬

‫וואס האט פאסירט? שפאצירנדיג פארנט פון דער תפיסה געביידע‪ ,‬האבן מיר מעשה מחותנים ארויסגענומען א‬
‫קאמערע אפאראט פון קעשענע און זיך גענומען כאפן בילדער פונעם גאנצן ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן‪.‬‬

‫די פאטאגראפיע האט נישט אנגעהאלטן מער ווי א מינוט‪ .‬פלוצים הערן מיר א הויכע בת קול פון ערגעץ וואו‪:‬‬
‫"טשולדיגט מיר‪ ",‬הערט זיך א באסאווע שטימע‪ ,‬ס'האט גענומען א מינוט וואס מיר זאלן זיך אריענטירן און אנמערקן‬

‫פון וואו דער קול קומט‪.‬‬

‫א וועכטער וועלכער איז געזעסן אויף א הויכע וואך טורעם אויפ'ן דאך אומגעפער דרייסיג פיס אין דער הייך האט‬
‫אונז דערפאקט‪" .‬איר האט גענומען בילדער?" פרעגט ער פון אויבן‪.‬‬

‫מיר האבן זיך געמוזט מודה ומתוודה זיין אז יא‪ ,‬ארויפשרייענדיג הויך האבן מיר זיך פרובירט צו פארענטפערן אז קיין‬
‫טאוול וואס זאל אנזאגן אז ס'איז נישט ערלויבט צו נעמען בילדער האבן מיר נישט באגעגנט דערפאר האבן מיר‬

‫געמיינט אז ס'איז ערלויבט‪.‬‬

‫ס'האט אים נישט אינטערעסירט קיין סך וואס מיר האבן צו זאגן‪ .‬ער האט אונז געהייסן אריינגיין אין א דערנעבנדן‬
‫בודקעלע‪ .‬דארט וועלן מיר דארפן אהינגעבן די קאמערע פאר די באאמטע און אונזערע נארוואס גענומענע בילדער‬

‫וועלן באלד פארמעקט ווערן‪.‬‬

‫ערגעץ דאן איז אנגעקומען דער חשוב'ער טשאפלען‪ .‬זעענדיג די געראטשקע מיט די בילדער האט ער זיך נישט‬
‫געקענט איבערקומען אויף אונזער לייכטזיניגקייט‪.‬‬

‫"איר זענט געפאלן פון קאפ‪ ",‬האט ער אונז געפרעגט איינמאל און נאכאמאל‪ .‬כ'האב מיך געביסן די ליפן אויף די‬
‫נארישקייט און פארוואס דער באזוך האט זיך געדארפט אנהויבן מיט די לינקע פיס‪.‬‬

‫יעצט‪ ,‬זעענדיג די זארג אויפ'ן פנים פונעם טשאפלען אויף וועמען ס'איז געווען קענטיג דער מורא מלכות וואס‬
‫באגלייט אים שוין צוואנציג יאר אין דער ליניע‪ ,‬האט עס אויסגעזען אזוי פשוט‪ .‬דא איז נישט קיין הפקר וועלט און‬

‫פארשריפטן זענען פארשריפטן וואס מ'דארף אויספאלגן‪.‬‬

‫מיר האבן נאכנישט געשטעלט קיין איין טריט אינעווייניג און די לעקציע איז געווען קליפ און קלאר‪ ,‬דא איז נישט‬
‫קיין דאטשע אדער אפרו ארט‪ ,‬נאר א שטרענג פארסירטע פלאץ מיט גענויע פארארדענונגען און וואו אלץ ווערט‬

‫נאכגעקוקט מיט זיבן אויגן‪.‬‬

‫מיין קאלעגע האט אבער נישט מיטגעטיילט מיין פאראיבל‪ .‬ער האט אנדערש אנגעקוקט דאס בילדער כאפן‪,‬‬
‫ענדערש ווי א בראווע זשורנאליסטישע ‪ --‬טראץ דורכגעפאלענע ‪ --‬אקציע‪...‬‬

‫הכלל‪ ,‬אריינקומענדיג אינעם ביידל פארנט פונעם תפיסה‪ ,‬איז די ארטיגע אפיצירקע וואס איז געשטאנען ביים‬

‫דעסק שוין געווען אויפ'ן טעלעפאן ווי זי האט באקומען א גענויעם באריכט פון דעם אפיציר אויפ'ן דאך‪ ,‬אז די צוויי‬
‫חברה האבן א קאמערע וואס מ'דארף אפירנעמען‪.‬‬

‫מיר האבן פרובירט צו פארמעקן די בילדער ס'איז אבער נישט געגאנגען‪ .‬פאטאגראפיסטן זענען מיר ערשט‬
‫קלאסיגע אבער קיינער פון אונז האט נישט געוואוסט ווי אזוי מ'מעקט בילדער אויף דעם נארוואס איינגעהאנדלטן‬

‫קאמערע‪...‬‬

‫די אפיצירקע איז אויך נישט געווען קיין סך קלוגער‪ ,‬זי האט פרובירט צו מעקן די בילדער און ס'איז נישט געגאנגען‪.‬‬
‫נאך אפאר אנגעצויגענע מינוטן‪ ,‬זעענדיג די שטרענגע בליקן פונעם ראביי האט די אפיצירקע אונז דערלויבט‬
‫אריינצוגיין אין טורמע בתנאי אז מיר לאזן איבער די קאמערע ביי איר‪ .‬זי וועט שוין פרובירן אויסגעפינען וויאזוי‬

‫מ'פארמעקט בילדער און מיר וועלן צוריקבאקומען די קאמערע נאכ'ן באזוך‪.‬‬

‫א דורכזיכטיג זעקל‬

‫גראדע האבן זיי נישט געבעטן קיין אידענטיפיקאציע קארטלעך‪ ,‬אבער יא אונטערצושרייבן אין א באזוכערס ביכל‬
‫מיטן נאמען און דאטום און געוויסע ראלע‪ ,‬אלס "ראביי"‪.‬‬

‫נאכ'ן אונטערשרייבן דעם באזוכערס ביכל האבן מיר באקומען א "לאקער" אריינצולייגן אונזערע חפצים‪ .‬אלעס‬
‫אלעס איז אהינגעגאנגען‪ ,‬אפגערעדט די טעלעפאנען נאר אפילו די קליין געלט‪ ,‬בגפו יבוא בגפו יצא‪ ,‬אין תפיסה‬
‫קען מען אריין בלויזן מיט'ן העמדל אויפ'ן לייב און די ברילן אויפן נאז‪ .‬מיין לייטער‪ ,‬מיין בערזל‪ ,‬א פעקל ספלענדע‬
‫און אן אראפגעפאלענע קנעפל‪ ,‬אלעס איז אריין אין לאקער‪ .‬מיר זענען געבליבן בלויז מיט'ן שליסל צום לאקער‪.‬‬

‫אנדערש איז אבער געווען דער גורל פונעם חשוב'ן רב‪ .‬אים האט מען נישט אויסגעפאקט די טאשן און ער איז‬
‫דערלויבט געווארן אריינצושפאצירן מיט זיין מיטאג אין דער האנט‪ .‬דער רב וועלכער איז דער רשכבה"ג אינערהאלב‬
‫ניו יארקער סטעיט תפיסות איז פילייכט דער סאמע איינציגסטער מענטש וואס ווערט נישט אויסגעטאפט‬
‫אריינגייענדיג אין תפיסה‪ .‬ווען איך וואלט במשך אזויפיל יארן געוואונען אזויפיל צוטרוי און אזויפיל רעספעקט פון‬
‫אלע איינגעשטעלטע‪ ,‬פונעם קלענסטן ביז'ן גרעסטן‪ ,‬וואלט מען מיך אפשר אויך נישט אויסגעטאפט‪ .‬אפילו די‬

‫ארטיגע געווענליכע ארבייטער ווערן אונטערזיכט בהליכתם ובחזירתם‪.‬‬

‫דער טשאפלען האט געהאלטן אין זיין האנט א ספעציעל דעזיינטן דורכזיכטיגן פלאסטישן זעקל‪ ,‬אינעווייניג איז‬
‫געווען א פליישיגע מאלצייט‪ .‬אלס איינגעשטעלטער אין תפיסה מעג דער ראביי אריינברענגען זיין לאנטש‪.‬‬

‫"פרעג נישט קיין קשיות‪ ",‬מורמלט דער חשוב'ער רב שטילערהייט ווען מיר פרובירן באקומען דערקלערונג אויף זיין‬
‫פליישיגע מאלצייט‪ .‬שפעטער האט מער נישט אויפגעפאדערט קיין ערקלערונג‪ .‬די מאלצייט איז אריינגעשטעלט‬
‫געווארן אין א קליינע פריזשידער אין רב'ס אפיס וואו עס וועט שפעטער אין טאג קומען א איד פון קרית יואל מיט'ן‬

‫נאמען ר' דוד זינגער און ער וועט לערנען בחברותא אוה"ח הק' מיט צוויי ארעסטאנטן‪.‬‬

‫ווער עס האט אויפגעגעסן די מאלצייט וועלן מיר איבערלאזן פאר אייער פאנטאזיע‪ ,‬אבער קודם די געשיכטע פון‬
‫דעם זעקל‪.‬‬

‫די פארשריפטן די לעצטערע יארן זענען‪ ,‬אז יעדע זעקל וואס קומט אריין אין תפיסה‪ ,‬אפילו דורך איינגעשטעלטע‬
‫מוז זיין דורכזיכטיג‪ ,‬אז מ'זאל קענען דורכזען דעם אינהאלט‪.‬‬

‫דער רב דערציילט אונז‪ ,‬אז דאס איז א רעגולאציע וואס איז איינגעפירט געווארן נאך די באקאנטע געשיכטע מיט‬
‫אפאר יאר צוריק ווען צוויי ארעסטאנטן זענען אנטלאפן פון די קלינטאן תפיסה אין אפסטעיט ניו יארק‪( .‬זיי האבן‬
‫זיך ארויסגעכאפט דורך א גרויסע וואסער רער איבערלאזנדיג א שמייכלדיגע סטיקי נאוט פאר ווער ס'געדענקט‪.)...‬‬

‫די צוויי ארעסטאנטן האט מען שפעטער געכאפט (איינער איז דאכט זיך מיר אומגעקומען)‪ ,‬אבער וויאזוי ס'זאל‬

‫נאר נישט זיין‪ ,‬האט די אויספארשונג געצייגט אז זיי האבן באוויזן דורכצופירן אזא אקציע בלויז אדאנק די הילף‬
‫פון טורמע וועכטער וועלכע האבן פאר זיי אריינגעשמוגלט געוויסע געצייג וואס האט געהאלפן אויספלאנירן די‬
‫אנטלויף אקציע‪ .‬זינט דאן מוזן אלע זעק זיין דורכזוכטיג‪ .‬די תפיסה אליין פארטיילט די דורכזיכטיגע האנט באגאזשן‬

‫און נאר דאס קען מען אריינברענגען‪.‬‬

‫בשעת וואס דער רב האט אריינגעשטעלט זיין מאלצייט אינעם פריזשידער האט ער פון דארט ארויסגענומען א‬
‫ליידיג שיסל פון זיין מאלצייט א טאג בעפאר און דאס אריינגעלייגט אין דורכזיכטיג זעקל‪ .‬מיר לאזן די ליינער אליין‬

‫ערגענצן די געשיכטע ווער ס'געניסט פון די מאלצייטן‪.‬‬

‫איבער די תפיסה קארידארן‬

‫די הכנות זענען פאריבער מיט סוקסעס‪ ,‬מיר גרייטן זיך פאקטיש אריינצוגיין אין תפיסה‪ .‬הארט בעפאר'ן אריינגעלאזט‬
‫ווערן‪ ,‬האט מען אונז באשטעמפלט דעם האנט מיט אן אומזעעבארע בלויע סטעמפ וואס ווערט נאר געזען דורך א‬
‫ספעציעלן לייט און דארף דערנאך געוויזן ווערן ביים ארויסגיין‪ .‬אן דעם בלויען סטעמפל איז נישטא קיין וועג ארויס‪.‬‬

‫מיר שפאנען נאכ'ן רב‪ .‬שווערע טירן ווערן געעפנט און שווערע טירן ווערן פארמאכט‪ .‬קיינמאל וועלן נישט צוויי טירן‬
‫בלייבן אפן אויפאמאל‪ .‬איבעראל וואו מ'גייט בלייבט ווי איינגעשפארט צווישן קארידארן‪ ,‬ווען דער פריערדיגער טיר‬

‫פארמאכט זיך ערשט דאן עפנט זיך דער נעקסטער טיר‪.‬‬

‫מיר שלענגלען זיך דורכאויס לאנגע קארידארן‪ ,‬עטליכע מאל קומט מען אן צו פארשפארטע טירן וואו מ'דארף‬
‫אריינגעבאזט ווערן‪" .‬שלום‪ ",‬הערט זיך אויפ'ן אונטערקאם ווי דער וועכטער באגריסט דעם רב‪.‬‬

‫מיר קריכן אלץ אריין טיפער און טיפער און דער געמיט ווערט אוממוטיגער‪" .‬דיס איז מיי באוס‪ ",‬ווייזט דער טשאפלען‬
‫אויף עפעס אן איינגעשטעלטן וועלכער זיצט ביי א וואך טישל‪ .‬יענער זעט נישט אויס צו זיין סיי וועלכע גרויסע מר‬
‫בר רב אשי אין דער טורמע‪ ,‬אבער דער רב וויל אים געבן דעם גוטן געפיל און דערקלערט זיך אלס זיין אונטערטאן‪.‬‬

‫מער ווי איינער האבן באקומען דעם קאמפלימענט "דיס איז מיי באס‪"...‬‬

‫פון די ערשטע סעקונדעס האבן מיר געלערנט א פרק אין הל' חנופה‪ .‬דער חשוב'ער רב דער טשאפלען איז ממש‬
‫א מומחה אין דער סוגיא‪ ,‬נישט נאר ווייל ער איז נאטירליך אזא גאלדענע כאראקטער נאר דא דינט עס אויך א‬
‫וויכטיגן צוועק‪ .‬יעדער אפיציר און יעדער איינגעשטעלטער ווערט באגריסט מיט אן אייגנארטיגן וויץ‪ ,‬נישט קיין‬
‫חילוק ווי הויכ‪-‬שטאפלעריש אדער נידריג ראנגיג דער איינגעשטעלטער איז‪ .‬ער איז אנגעוויזן אין יעדנס מיטארבעט‬

‫און יעדנס גוט אויג און מ'קען קיינמאל נישט וויסן צו וועמען מ'וועט אמאל דארפן צוקומען‪.‬‬

‫יעדן מאכט ער פילן וויכטיג און פאר יעדן האט ער א באזונדערע גוט ווארט‪ ,‬ממש א קונסט ארבעט ווערט‬
‫אריינגעלייגט אנצוהאלטן גוטע באציאונגען‪ ,‬די רעזולטאטן דערפון זענען זעלבסט פארשטענדליך‪.‬‬

‫מיר זענען דורך צענדליגער אפיצירן און באאמטע ממינים שונים און יעדעס מאל זענען מיר ווידעראמאל‬
‫פארגעשטעלט געווארן אלס "לאקאלע ראבייס"‪ .‬דער טשאפלען איגנארירט נישט קיין שום איינגעשטעלטן און‬

‫מאכט יעדן פילן וויכטיג אז גענוי פאר אים וויל ער פארשטעלן די היינטיגע געסט‪.‬‬

‫"אויב דו טוסט מיך עפעס וועלן זיי מיך אננעמען‪ ",‬האט דער רב געמאכט א גוטמוטיגע ווערטעל פאר איינעם פון די‬
‫וועכטער וועלכע האט אונז געדארפט אדורכלאזן‪.‬‬

‫וויאזוי זעט אויס די טורמע פון אינעווייניג? א גוטע פראגע‪.‬‬

‫אנטשולדיגט אז מיר האבן נישט קיין בילדער פון אינעווייניג‪ .‬דאס בעסטע וויאזוי איך וואלט עס אויסגע'משל'ט איז‬
‫ווי אן אלטע נאכגעלאזטע פאבליק שולע געביידע‪ ,‬מינימאלע איינריכטונגען‪ ,‬א הויכע דאך און ברייטע קארידארן‪.‬‬
‫פון דער זייט זעט זיך אן אלע ערליי כמו קלאס צימערן וואס דינען אלערליי צוועקן‪ .‬פארשטייט זיך אז איבעראל‬

‫געפינט זיך אויסנאמליכע וואך‪ ,‬אלע טירן זענען פון דאפלטע גלאז און אייזערנע צוימען‪ ,‬שטאלענע גראטעס‬
‫פארשטעלן אלע פענסטערס‪.‬‬

‫מיר שפאצירן שוין א שיינע פאר מינוט און ענדליך זענען מיר אריינגעפירט געווארן אין א זייטיג צימער‪ .‬דאס פלאץ‬
‫דינט ווי א קארידאר וואס פון דארט גייט מען צו צוויי אפיסעס‪ .‬איין אפיס שטייט אויפגעשריבן אויפ'ן טיר "ראביי"‪,‬‬
‫דאס איז דער פריוואטער אפיס פונעם חשוב'ן רב‪ ,‬הארט דערנעבן געפינט זיך נאך אן אפיס אויף וועלכער ס'שטייט‬

‫אויפגעשריבן "פעסטאר"‪ ,‬דאס איז דער אפיס פון להבדיל דער קאטוילישער גלח‪.‬‬

‫פון דער אנדערער זייט פונ'ם קארידאר גייט מען אריין צו דער תפיסה קירכע‪ .‬פארנט פון דער קירכע איז אזא פאר‬
‫צימער וואס איז געווענליך אפן צו דער קירכע‪ ,‬אבער יענע פלאץ קען מען פארמאכן מיט ריקעדיגע ווענט‪ .‬דארט‬
‫אינעם פארצימער וואס איז אפגעטיילט פון דער קירכע האבן מיר שפעטער געפראוועט און געשמועסט מיט די‬

‫ארעסטאנטן‪.‬‬

‫דער קליינער אפיס איז דעם חשוב'ן רב'ס אייגענע ד' אמות אין דער תפיסה‪ .‬ס'באשטייט פון א טישל און בענקל און‬
‫צוויי בענקלעך דערקעגן‪ ,‬א קליינע פריזשידער אין דער זייט און א מיקראוועיוו‪.‬‬

‫דער חשוב'ער רב איז קוים אנגעקומען און אייניגע ארעסטאנטן ווארטן אים שוין אפ‪ .‬קוים וואס ער האט געמאכט‬
‫א טריט אריין אין זיין אפיס און א אידישער ארעסטאנט גיסט זיך אויס זיין הארץ‪ .‬דער רב האט נאכנישט אויסגעטון‬

‫זיין מאנטל אבער ער פארעט זיך שוין מיט פראבלעמען‪.‬‬

‫דער ארעסטאנט איז א רוסישער איד א בעל תשובה‪ ,‬ער האט געהאט זיין ברית אין תפיסה און ער איז ערנסט ביי‬
‫אידישקייט‪.‬‬

‫מיר כאפן נישט אויף גענוי וואס איז זיין אישו‪ .‬עפעס האט ער א פראבלעם מיט די ענגלישע קלאסן וואס ער‬
‫נעמט אנטייל ווייל די קלאס קומט פאר אום פרייטאג צונאכטס‪ .‬דער רב הערט אויס דעם איד מיט ערנסטקייט און‬

‫פארזיכערט אים אז ער גייט זיך אריינלייגן דערין תיכף ומיד און מסדר זיין על צד היותר טוב‪.‬‬

‫א ספרים שאנק געפינט זיך אויף די וואנט מיט אייניגע ספרים‪ ,‬טייל ספרים זענען אין ענגליש ווי די סעריע ספרים‬
‫בגן האמונה פון הרב שלום ארוש ווארשיינליך ווערט עס גענוצט דורך די ענגליש רעדנדע ארעסטאנטן זיך צו מחזק‬

‫זיין‪ ,‬אנדערע ספרים זענען אין דער רוסישער שפראך‪ .‬אפאר בילדעלעך הענגען אויפ'ן וואנט‪.‬‬

‫ניין דרייסיג צופרי האט דער רב נישט געדארפט פאר זיך א פליישיגע מאלצייט‪ .‬די מאלצייט איז ווי געזאגט פלאצירט‬
‫געווארן אין פריזשידער‪ .‬נאך איידער דער רב האט עס צוגערירט איז עס שוין פארוואנדלט געווארן אין שיריים‪...‬‬

‫אויך אין קארידער הענגען אידישע בילדעלעך אבער נישט אזוי אפ טו דעיט‪ ,‬בילדער ווי רבי חיים קניבסקי שאקלט‬
‫לולב‪ ,‬א אידישער לוח און אפילו אן אנאנס פאר סוכה דיפא אין פאל איינער פון די ארעסטאנטן וויל קויפן א סוכה‪.‬‬
‫דא איז קודש וחול משמשין בערבוביא‪ ,‬גענוי אזוי געפינט זיך אויף די ווענט – להבדיל ‪ --‬קריסטליכע פראפאגאנדע‬

‫פאר די גויאישע ארעסטאנטן‪.‬‬

‫די געציילטע מינוט וואס דער רב איז געווען ביי זיך אין אפיס שילדערט ער אונז אז די תפיסה איז א מאקסימום‬
‫סעקיוריטי תפיסה‪ ,‬דאך ווערט עס פאררעכנט ווי פארהעלטניסמעסיג א לייכטערע תפיסה אז אידישע ארעסטאנטן‬

‫וואס האבן די מעגליכקייט וועלן שתדלן אהינצוקומען‪.‬‬

‫ער נעמט נישט די קרעדיט פאר זיך אבער שפעטער הערן מיר פון די ארעסטאנטן אז דער חילוק פון דא ביז סיי‬
‫וועלכע פריערדיגע טורמע איז פשוט ווייל דא האט מען דעם חשובן רב וועלכער גיט זיך אוועק לייב און לעבן פאר‬
‫די וואוילזיין פון זיינע ארעסטאנטן‪ .‬אפיציעל זאגט דער רב איז ער באאויפטראגט צו קומען איינמאל א וואך‪ ,‬ער‬

‫קומט אבער צוויי מאל א וואך‪ ,‬און ב"ה‪ ,‬קיינער שמעקט נישט און הערט נישט‪...‬‬

‫חמשה עשר טיש אין שאוואנגאנק‬

‫פון גרויס אנגסט און איבערראשונג האב איך כמעט פארגעסן‪ ,‬אבער ס'איז היינט חמשה עשר בשבט‪ .‬דער רב האט‬
‫אבער נישט פארגעסן‪ .‬ער איז דא אריינצוברענגען א פרישע חיות אין דעם ראש השנה לאילנות און האפענונג פאר‬

‫א נייעם אנהויב‪.‬‬

‫מ'איז טאקע אין תפיסה‪ ,‬אבער מאמענטאל גייט מען פראווען א חסידישע טיש לכבוד חמשה עשר‪ .‬איינער פון‬
‫די ארטיגע ארעסטאנטן האט צוזאמגענגעריקט צוויי טישן און א היימישער זיץ האט זיך געפארעמט‪ ,‬אלע האבן זיך‬
‫געזעצט ארום דעם טיש‪ .‬די טישן זענען צוזאמגעריקט געווארן ווי ביי א חסידישער זיץ און אלע האבן זיך געזעצט‬

‫פון ארום‪.‬‬

‫אומדערווארטעט קומט פון די איבערגעיוירענע קעשענעס ארויסצופארן פרישע שהחיינו פירות‪ ,‬א פושקע געבליבענע‬
‫מילגרוים‪ ,‬א שיסל היימישע חמשה עשר אתרוג איינגעמאכטס קאמפאט‪ ,‬און נאך א פושקע טייטלען איז עס געווען‪.‬‬
‫די טאשן זענען געווארן מיטאמאל א מועט המחזיק את המרובה‪" .‬פרעג נישט קיין קשיות‪ ",‬הערן מיר ווידעראמאל‬

‫דעם סלאגאן ווען מיר וואונדערן זיך וויאזוי א חמשה עשר מעניו איז פלוצים ארויסגעוואקסן אזוי אומבאמערקט‪...‬‬

‫איינמאל מ'האט זיך געזעצט צום טיש בין איך געווען רואיגער‪ ,‬ס'האט זיך געשפירט ווי אין א חסידיש שטיבל‪ .‬אצינד‬
‫זענען מיר נישט אין תפיסה‪ .‬אויפ'ן פלאץ געפינען זיך שוין פיר ארעסטאנטן און שפעטער וועלן אנקומען נאך צוויי‪,‬‬

‫אלעס אינאיינעם זעקס אידן‪.‬‬

‫"איך בין דעם רבינ'ס גבאי‪ ",‬זאגט מיר איינער פון די ארעסטאנטן ר' עמנואל‪ .‬ער איז טאקע גבאי‪ .‬אט קומט ער צו‬
‫לויפן מיט א קאווע און צוויי קאצקע צוקער און לייגט עס אראפ נעבן דעם רב‪ .‬דער רב שיקט אים ברענגען פאפיר‬

‫פאר מיך מיט מיין קאלעגע צו פירקלען‪ .‬ווען מיין פאפיר ווערט אנגעפילט ריקט ער מיך אונטער נאך א פאפיר‪.‬‬

‫זיין גבאות איז בכלל נישט קיין ווערטל נאר אן אפיציעלער ראלע‪ .‬ער איז איינגעגעבן געווארן אלס "קלוירק" פארן‬
‫רב‪ .‬דער רב זאגט אונז אז ער האט איינגעגעבן דריי גבאים‪ ,‬צוויי אידן און איין גוי אלס שבת גוי און אלס מראית עין‪,‬‬
‫נישט אזוי ווייט פאר זיין טובה נאר פאר זייער טובה‪ .‬א געווענליכער ארעסטאנט באקומט צוואנציג צענט א שעה‬

‫פאר זיין ארבעט‪ ,‬ווידעראום א קלוירק קריגט קריגט ‪ 58‬צענט‪.‬‬

‫ר' עמנואל זאגט תורה‬

‫א נאטירליכע ארום‪-‬דעם‪-‬טיש שמועסל טוט זיך דערווארבן‪ .‬די פיר אידן וואס זענען שוין אנוועזנד זענען פארשידנארטיג‪:‬‬
‫א טונקל הויטיגער פאלאשן איד‪ ,‬צוויי רוסישע אידן איינער פון זיי א בעל תשובה‪ ,‬און דער גבאי ר' עמנואל וועלכער‬

‫האט דעם געשטעל פון א ליטווישן אידל מיט א קמץ בערדל‪.‬‬

‫מיין ערשטע פערזענליכע שמועס איז געווען מיטן גבאי'ן ר' עמנואל‪ .‬בשעת וואס דער רב האט גוטמוטיג פארטיילט‬
‫די חמשה עשר פרוכט האב איך צוגעריקט מיין בענקל און פרובירט צו פארמען א שמועס‪.‬‬

‫אנהויב איז ער געווען היבש אומבאקוועם זיך אויסצושמועסן מיט א פרעמדן‪ ,‬אבער ווי לענגער דער שמועס האט‬
‫זיך געצויגן אלס היימישער האט ער זיך געשפירט אפאר מינוט אינעם שמועס האט זיך עס געשפירט ווי צוויי אלטע‬

‫גוטע פריינט‪.‬‬

‫"הודו לה' כי טוב‪ ",‬איז געווען זיין פאזיטיווע ענטפער אויף מיין פראגע וואס ער מאכט און וויאזוי גייט עס‪.‬‬

‫"מארגן גיי איך ארויס פון תפיסה‪ ",‬איז געווען זיין אומאינפארמאטיווע טראץ אמונה'דיגן ענטפער אויף דער פראגע‬
‫אויף ווי לאנג ער דארף נאך זיצן‪ .‬שפעטער איז ער צוריקגעקומען צום ביטערן רעאליטעט‪ ,‬אז לויט'ן אורטייל האט‬

‫ער צענדליגער יארן פארנט פון זיך‪ ,‬דאך איז דא לעגאלע האפענונגען און מ'ארבעט פאר אן אפיעל‪.‬‬

‫ער איז א געוועזענער מרביץ תורה אין פלעטבוש וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צו ‪ 54‬יאר אין טורמע אויף‬
‫עפעס וואס איז לויט זיינע ווערטער א געמיינע בלבול און קומט אלס נקמה אויף וואס ער האט נישט געוואלט‬

‫אננעמען א געוויסער תלמיד הישיבה אין זיין מוסד‪.‬‬

‫אויך דער רב האלט אז ר' עמנואל איז אומשולדיג‪ .‬רעדנדיג איבער ר' עמנואל'ס קלאגע‪ ,‬טענה'ט דער רב‪ ,‬אז ס'איז‬
‫געווען געפלאגט מיט אפענע לעכער‪ .‬ווען דער עדות האט געדארפט זאגן דער אדרעס ווי דער פארברעכן זאל‬
‫האבן געשען‪ ,‬האט ער אנגעגעבן אן אדרעס וואס עקזיסטירט ניטאמאל אויף דער מאפע‪ ,‬דאך האבן די פראקורארן‬

‫באשלאסן דאס צו איגנארירן‪.‬‬

‫נאך א לאך אין די קעיס איז געווען ווען א דעטעקטיוו וואס האט זיך אויפגעשטעלט געבן אן עדות'שאפט קעגן ר'‬
‫עמנואל האט דערציילט איבער צוויי טעלעפאן רופן וואס האט געזאלט קומען צו אים פון ר' עמנואל און דער דאטום‬
‫איז געווען אום שבת‪ .‬דער רב זאגט אז קענענדיג ר' עמנואל פון דער נאנט לייגט זיך נישט אזא זאך אויפ'ן שכל אז‬

‫ער זאל האבן גענוצט א טעלעפאן אום שבת‪.‬‬

‫ווי דער רב זאגט האט ער שוין אין לויף פון זיינע יארן צוגעזען אזויפיל קארופציע אינעם סיסטעם אז גארנישט‬
‫איבערראשט אים נישט מער‪ ,‬און ס'איז אים בכלל נישט שווער אנצונעמען אז די יורדיסטישע סיסטעם זאל האבן‬

‫געגרייזט‪ ,‬במזיד אדער בשוגג‪.‬‬

‫אומשולדיג!‬

‫וואס מיר האבן זיך דערלערנט פון עטליכע עפיזאדן דורכאויס אונזער באזוך‪ ,‬אז דער רב גייט באופן כללי מיט‬
‫דעם גאנג אז "יעדער איז אומשולדיג" און טאקע עד הסוף‪" .‬איך וויל נישט וויסן און איך טו מיך נישט אריין אין קיין‬

‫קעיסעס‪ ",‬זאגט דער רב ביי איין פונקט אינעם שמועס‪.‬‬

‫פארשידענע סיבות ליגט אונטער דעם צוגאנג‪ .‬אין טייל ווייל מ'דארף יעדן דף זיין לכף זכות; אין טייל ווייל ער קען‬
‫די סיסטעם און ווייסט ער אז ס'איז אומשטאנד איינצוטינקען א מענטש; אין טייל ווייל אסאך אורטיילן ווערן געטריבן‬
‫מיט רשעות און זענען בכלל נישט פראפארציאנאל לויט די פארברעכן; אין טייל ווייל דאס איז די בעסטע צוגאנג‬

‫וויאזוי מ'קען ארויסהעלפן די צעבראכענע אידן מיט א רואיגע געמיט‪.‬‬

‫שמועסנדיג מיט ר' ר' עמנואל שטעלט זיך מלא וגדוש‪ ,‬וואס כ'האב אים געפרעגט האט ער געענטפערט מיט א‬
‫טייטש אדער געדאנק‪ .‬רעדנדיג אויף ענגליש האב איך טייל פון זיינע געדאנקען אויפגעכאפט און אנדערע נישט‪.‬‬

‫אויף דער פראגע וויאזוי ער פארברענגט דעם טאג‪ ,‬זאגט ער אז ער לערנט טעגליך דעם דף היומי‪" .‬פארוואס הייסט‬
‫עס דף היומי?" פרעגט ער א שאלה אין מיין ריכטונג‪" ,‬ווייל מ'לערנט יעדן טאג א דף‪ ,‬ענטפערט ער אליין‪ .‬ביי אים‬

‫האט עס אבער אן אנדערן באדייט‪" .‬ביי מיר הייסט עס דף היומי ווייל איך לערן א גאנצן טאג דעם דף‪"...‬‬

‫רעדנדיג איבער די וויכטיגקייט פון קומען באזוכן‪ ,‬זאגט אונז ר' עמנואל נאך וואס ס'איז אלץ מרגלי' בפומי' פונעם‬
‫רב‪ ,‬אז איינער וואס קומט באזוכן אן ארעסטאנט אין תפיסה‪ ,‬איז ער דערמיט מקיים די מצוה פון פדיון שבויים‪ ,‬הגם‬

‫ער האט דעם ארעסטאנט נישט ארויסגענומען פון טורמע‪.‬‬

‫ר' עמנואל שטעלט צו א גמרא אין בבא בתרא‪ ,‬אר"י כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות‪ ,‬והמפייסו בדברים‬
‫מתברך בי"א ברכות‪ .‬דערקלערט ר' עמנואל פשט‪ ,‬דער וואס גיט צדקה פאר אן עני האט געטון מצות צדקה‪ ,‬אבער‬
‫המפייסו בדברים‪ ,‬ער מאכט אים שפירן באקוועם‪ ,‬ער נעמט אים אריין צו זיך אין שטוב און גיט אים דעם גוטן געפיל‪,‬‬
‫ער טראנספארמירט דעם ארעמען פון אן "עני" צו אן "אורח"‪ ,‬ווייל פאר יענע פאר מינוט האט ער אים ארויסגענומען‬

‫פון זיין מצב‪.‬‬

‫די זעלבע איז מיט קומען באזוכן אין תפיסה‪" .‬ווען איינער קומט באזוכן בין איך דאן נישט קיין ארעסטאנט‪ ",‬האט‬
‫ער אויסגעפירט‪.‬‬

‫כ'מוז מודה זיין‪ ,‬די תורה האט ריכטיג אפגעשפילט די אטמאספער פון יענע מינוטן‪ .‬ר' עמנואל איז קיין ארעסטאנט‬
‫נישט געווען‪ ,‬נאר א איד וואס זאגט תורה ביי א חמשה עשר זיץ‪.‬‬

‫רעדנדיג איבער דעם טאג טעגליכן לעבן אין תפיסה איז ארויפגעקומען דער פאקט אז דער ביה"כ געפינט זיך‬
‫אינעם צימער וואס איז א שטער פאר אידישע ארעסטאנטן ווען ס'קומט צו זאגן דברים של קדושה‪ ,‬ר' עמנואל לאזט‬
‫זיך אבער נישט ווערן אראפגעשלעפט פון שוועריגקייטן "איינער וואס האט דעם בית הכסא ליד השלחן זאגט די‬

‫גמרא איז אן עושר‪ ",‬זאגט ר' עמנואל א ווערטל וועלנדיג בלייבן אויף די פאזיטיווע זייט‪.‬‬

‫ר' עמנואל איז שטארק דבוק אין די ספרים פון אור החיים הקדוש וואס ער לערנט תמידין כסדרן‪ .‬ער דערמאנט דעם‬
‫פסוק פון "והשבת אל לבביך" אויף וועלכער דער אוה"ח האט עלף פשטים‪.‬‬

‫"איך האב צוגעלייגט א צוועלפטער פשט‪ ",‬זאגט ער א שטאלצער‪ .‬זיין פשט איז אז ווען א איד לעבט מיט די חסדים‬
‫פון אויבערשטן און איז זיך שטענדיג מתבונן צו טרעפן דעם חסד ה' אין יעדן מצב און סייעתא דשמיא אויף טריט‬
‫און שריט ברענגט עס נאנט צום אויבערשטן און ברענגט דעם מענטש צו תשובה מאהבה און דעמאלט איז ער זוכה‬

‫צו דער והשבות אל לבביך‪.‬‬

‫"ווי וואונדערליך איז צו הערן אזא פשט פון א איד וואס אין תפיסה" טראכט איך צו מיר‪.‬‬

‫דער פאלאשן פון וויליאמסבורג‬

‫איינער פון די ארטיגע אידן וועלכע זיצט מיט אונז ביים חמשה עשר זיץ איז אברהם‪ .‬ער איז א טונקלהויטיגער‬
‫עטאאפישער איד‪ ,‬ער קומט פון די וויליאמסבורג אומגעגנט‪ .‬ער זאגט אז ס'איז דא אן עטאאפישע קהלה אין דער‬

‫דארטיגער אומגעגנט‪.‬‬

‫ער גיט זיך אן אלס א נאנטער ידיד מיטן בארימטן בעל מכניס אורח ר' ברוך מאשקאוויטש פון וויליאמסבורג אין‬
‫וועמענס שטוב ער פלעגט פיל פארברענגען? דער גוטהארציגער ר' ברוך האט ווארשיינליך נאך פיל אזעלכע‬

‫ידידים‪ .‬אויך הרב מנחם רוקח פון קאזאלאוו איז זיין חבר‪.‬‬

‫ער האט אויסגעוועלט צו וואוינען און זיך קלאמערן צו וויליאמסבורג ווייל "קיינער איז נישט אזוי אקצעפטירנד ווי די‬
‫סאטמארער‪".‬‬

‫שפעטער אינעם שמועס ברעכט אויס א שטיקל קאמף אונטער זיין רוקן טייל ארעסטאנטן זענען עטוואס סקעפטיש‬
‫וויפיל אידישע ידיעות ער פארמאגט אנדערע נעמען אים יא אן אלס א לעגיטימער איד‪.‬‬

‫א איד איז ער זיכער‪ ,‬שאלה וואס ער ווייסט אלץ‪ .‬ברכות מאכט ער – ער האט אפילו געמאכט א שהחיינו אויף די‬
‫פירות ‪ --‬אבער ווען דער רב האט אים געגעבן תפילין צום ערשטן מאל איז ער נישט געווען עכט באהאוונט דערמיט‪.‬‬
‫אנגעקומען צו דער ספעציפישער תפיסה איז ער דורך דער פראטעקציע פונעם רב נאך וואס ר' ברוך מאשקאוויטש‬

‫האט גע'שתדל'ט פאר אים‪.‬‬

‫ערגעץ וואו הערן מיר טאקע פונעם רב דער פענאמען ווי ארעסטאנטן ווילן זיך אנגעבן אלס אידן‪" .‬איך באקום יעדן‬
‫טאג בריוון פון ארעסטאנטן וואס זאגן זיי זענען אידן אדער וויל ווערן אידן‪".‬‬

‫דער ערפארונג פון אזויפיל יארן האט אים דערלערנט ווער ס'איז אמת'דיג דערביי‪" .‬איך שמעק א מייל ווייט ווער‬
‫ס'איז עכט א איד און ווער ס'זאגט עס סתם פאר די פעקלעך‪"...‬‬

‫אברהם דער פאלאשן איד איז געווען אין פינאנץ און ריעל עסטעיט‪ .‬ער האט געארבעט פאר אן ארגאניזאציע‬
‫"וועסט סייד קאמפיין עעגענסט האנגער"‪ ,‬למעשה האט ער געהאט א געפעכט מיט איינעם און ווען יענער האט‬
‫אנגעהויבן שלאגן‪ ,‬האט ער צוריקגעשלאגן אין סעלף דעפענס‪ .‬מ'האט אים אנגעקלאגט אויף יענעמס וואונדן און‬

‫ער האט באקומען אכט יאר‪.‬‬

‫א שמועס מיט א היימישן‬

‫דער איינציגסטער אידיש רעדנער ארעסטאנט איז געווען ר' נ‪ .‬צבי‪ ,‬א היימישער איד‪ ,‬נאטירליך האב איך מיט אים‬
‫פארברענגט דאס מערסטע צייט‪ .‬ער איז געגאנגען אנגעקליידט מיט די טונקל גרינע תפיסה הויזן‪ ,‬אבער א ציכטיג‬

‫ריינעם ווייס‪-‬חסידישן העמד‪.‬‬
‫ער איז אנגעקומען צום חמשה עשר זיץ עטוואס שפעטער ווי אנדערע‪ .‬כ'ווייס נישט פארוואס ער האט געשעפעטיגט‪,‬‬
‫ווייזט אויס אז נישט אלע האבן דעם זעלבן סקעזשועל‪ .‬ער האט אריינשפאצירט אין צימער ווען אונטערן ארעם‬
‫געפינט זיך אן ענגלישן אמונה ביכל פון הרב נח וויינבערג פון אש התורה‪ ,‬א ספר וואס ער לערנט מיט אן אנדערן‬

‫איד בחברותא‪ .‬איינמאל ער איז אנגעקומען האט די אטמאספער אין צימער געטוישט פארבן‪.‬‬
‫אלע ווי עס שיינט האלטן זיך פריש און כמעט וואס מ'זעט נישט אויסערליך קיין געפאלענעם מאראל‪ ,‬דאך איז ר'‬
‫נ‪ .‬צבי אן אויסנאם‪ .‬פון ווען ער האט אריינגעוואקט אין צימער‪ ,‬האט ער ממש אויפגעלעבט דאס פלאץ מיט זיין‬
‫כאריזמע און שמחת החיים‪ .‬זיין שמייכל האט זיך נישט אפגעטון פון ערשטן מינוט ביזן לעצטן מינוט‪ ,‬אז ס'האט זיך‬

‫ממש נישט דערקענט ווי דער איד איז אן ארעסטאנט אין תפיסה‪.‬‬
‫פון מיין גאנצע באזוך האט מיך דאס מערסטע איבערגענומען דער כאראקטער פון דעם איד‪ .‬ס'איז מיר געווען‬
‫כמעט אומגלויבליך ווי דער גאנצער ארום און זיינע מיטמאכענישן זאלן אים איבערלאזן אומבארירט‪ .‬זיין אמונה און‬

‫שמחה האט מיך אינספרירט‪.‬‬
‫ר' נ‪ .‬צבי איז א געשמאקער שמועסער‪ .‬מיר האבן זיך פארשטאנען אויפ'ן ווינק‪ ,‬אז מיט אים האב איך מיך אפילו‬

‫ערלויבט צו שמועסן איבער די אנדערע ארעסטאנטן אונטער זייער רוקן‪...‬‬

‫ר' נ‪ .‬צבי דערציילט אונז אז ער האלט שוין שוין אצינד ביי זיין פיפטע תפיסה‪ ,‬און רעלאטיוו איז ער דא געקומען אל‬
‫המנוחה ואל הנחלה‪ .‬דא איז דאס בעסטע‪ .‬אין די פריערדיגע תפיסות ווי ער איז געווען האט ער אנגעמאכט אייניגע‬

‫בעלי תשובות ‪ --‬שילדערט ער מיט קענטיגער סאטיספאקציע‪.‬‬

‫"כ'קען נישט סובל זיין דעם גוי"‬

‫ר' נ‪ .‬צבי האט באלד דורכגעזען די וויכטיגקייט פון אונזער שרייבערישער מיסיע און ער איז געווען אויסן צו רעדן און‬
‫דערציילן און קלארגעשטעלט אז ער האלט עס פאר וויכטיג צו ברענגען דעם גרוס פון אחינו בני ישראל אין תפיסה‪.‬‬
‫כ'האב אבער געוואלט זיין אויף די זיכערע זייט‪ ,‬האב איך אים אפן געפרעגט צי איך מעג אים ציטירן אדער ער וויל‬
‫ליבערשט בלייבן אונטער'ן ראדאר‪" .‬אויסדריקליך‪ ",‬איז געווען זיין ענטפער מיט א תנועה ווי ער פארשטייט כמעט‬
‫נישט מיין פראגע‪ .‬ער האט מיר פארזיכערט איינמאל און נאכאמאל אז איך האב מיך נישט וואס צו זארגן און וואס‬

‫ער טיילט מיט קען איך רואיג שרייבן און קיינער וועט נישט זיין ברוגז‪.‬‬
‫אויך זיין פאמיליע האט דער זעלבן צוגאנג‪" .‬מיינע קינדער זענען שטאלץ‪ ",‬האט ער דערקלערט אומצוויידייטיג‪" ,‬איך‬
‫לייג עס אריין אין זיי‪ ",‬זאגט דער צופרידענער טאטע וואס שטאלצירט מיט זיינע קינדער‪" ,‬אויב דער אויבערשטער‬

‫האט אזוי געפירט‪ ,‬איז עס די בעסטע פאר מיר‪ ,‬די בעסטע פאר מיינע קינדער‪ ,‬און די בעסטע פאר מיין פרוי‪".‬‬
‫דאן האב איך מיך ערלויבט צו פרעגן וואס איז די שווערסטע טייל פון דאס וויילן איינגעשפארט אין תפיסה‪ .‬דער‬

‫ענטפער איז געקומען פון אן איבערראשנדער ריכטונג‪.‬‬

‫זייער שווער איז אים די בענקעניש צו דער פאמיליע אבער דאס איז ווייט נישט די ארגסטע‪" .‬כ'האב שוין חתונה‬
‫געמאכט צוויי קינדער זינט איך בין אין תפיסה און איך בין נישט געווען ביי דער חתונה‪ ,‬ס'קומט ימים טובים און‬
‫מ'בענקט זיך געפערליך‪ ,‬אבער די שווערסטע טייל וואס ממש פייניגט מיך איז אז אז מ'דארף זיין מיט גוים אינאיינעם‪,‬‬

‫א איד וועלכע ווערט אריינגעשטעלט מיט גוים איז אין די גרעסטע גיהנום‪".‬‬

‫"איך קען נישט סובל זיין דעם גוי‪ ",‬האט ער ווייטער פארגעזעצט‪" ,‬כ'האב א שנאה כבושה צום גוי‪" ".‬כ'ווייס אליין‬
‫נישט פארוואס‪ ,‬א איד האט א נשמה אז ער קען נישט סובל זיין דעם גוי‪".‬‬

‫א לענגערע צייט האט ער אויסגעשמועסט‪ ,‬אז דער גאנצער פערספעקטיוו ארום אנטיסעמיטיזם טוישט זיך איינמאל‬
‫מ'קומט אין תפיסה‪" .‬וואלט ווען געקומען חלילה וחס היינט נאך א היטלער וואלט מען אן קיין צווייפל ווידעראמאל‬

‫געקענט אויפהעצן אלע גוים‪ ",‬געדענק איך אים זאגן‪.‬‬

‫"זיי שמעקן אז די אידן זענען מיוחסים‪ ",‬זאגט ער איבער דער אלגעמיינער בליק וואס די גויאישע ארעסטאנטן האבן‬
‫איבער די אידן‪ .‬טראץ וואס זיי קענען נישט גענוי אנטייטלען גענוי מיט וואס‪ ,‬שפירן זיי אז דער איד אין תפיסה איז‬
‫נישט אויפ'ן וואסער‪ ,‬ער האט באזוכער‪ ,‬ער באקומט פעקלעך און געלט וכו' און די אנטיסעמטיזם קומט פון פשוטער‬

‫קנאה‪.‬‬

‫אין תפיסה איז נישטא דער פאליטיקלי קאררעקט און די געווענליכע ארענטליכקייט פילטערס וואס ברענגט אן‬
‫איינגעהאלטנקייט‪ ,‬קומט ארויס דער ריכטיגער עשיו שונא ליעקב אזוי מיט אלע קליפערלעך און קאלירן‪" .‬ווי א שה‬

‫אחד בין שבעים זאבים‪ ",‬האט ער גענוצט דעם אויסדרוק‪.‬‬

‫"דו ביזט ווי א הינטל‪ ",‬האט ר' נ‪ .‬צבי דערקלערט ער די געפיל וואס נעמט ארום דעם מענטש אין תפיסה‪ ,‬דאס הייסט‬
‫אזוי‪ ,‬מיט דער צייט דערלערנט מען זיך וויאזוי זיך אן עצה צו געבן‪ ,‬דאך ווייסטו אלעמאל אז דו ביזט אנגעוואנדן אין‬
‫דיין אייגענער האנט? דער וועכטער קען אפמאכן צי אינפארסירן סיי וועלכע רעגולאציע אויף דיין קאפ פונקט ווי‬

‫ער קען אפמאכן דאס צו איגנארירן‪" ,‬דו האסט נישט קיין שום שליטה אויף דיין לעבן‪".‬‬

‫ער גיט מיר א ביישפיל ווי ער האט געוואלט איבערדעקן בשעת'ן דאווענען דעם בית הכבוד וואס געפינט זיך אין‬
‫צימער‪ .‬איין שיינעם טאג‪ ,‬אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען האט זיך דער אפיציר פאר'עקשנ'ט אז ער וויל נישט‬

‫דאס זאל פארדעקט ווערן‪ .‬דא האט זיך די פרשה געשלאסן‪.‬‬

‫זיך איינ'טענה'ן וואלט נישט געהאלפן ווייל דער ארעסטאנט האט נישט קין שום רעכטן און קיין שום פתחון פה‪" .‬דא‬
‫באקומט א לעבעדיגן געפיל פון עפר אני בחיי‪ ",‬האט ער אויסגעפירט די עפיזאד‪.‬‬

‫אן אנדערס מאל איז ער נישט געשטאנען ווי ס'ברויך צו זיין ביים ציילן די ארעסטאנטן נאר געבליבן זיצן אויף זיין‬
‫בעט‪ ,‬האט ער באקומען א שטראף אז ער א וואך האט ער געדארפט זיין איינגעשפארט אין זיין צעל און פאר דריי‬

‫וואכן האט ער נישט געקענט באקומען קיין באזיכער‪.‬‬

‫פון א קארעקשאן אפיציר‪ ,‬זאגט ער‪ ,‬קען מען גארנישט האבן‪ ,‬אל תתודע לרשות איז א מציאות‪ ,‬אפילו ווען דו‬
‫מיינסט אז דער וועכטער האט אויף דיר א גינסטיג אויג ווערסטו שנעל געוואויר אז דו האסט געגרייזט‪.‬‬

‫זייער שווער איז ווען ס'קומט יום טוב‪ .‬ער שילדערט אונז לעבעדיג אן עפיזאד פון פארלאפענעם ראש השנה ווי ער‬
‫האלט אינמיטן דאווענען הויכע שמונה אעשרה און דער גארד הויבט אים אן שלעפן‪" .‬וואס זאל איך אים זאגן‪ ,‬אז‬
‫ס'איז ראש השנה היינט און איך האלט אינמיטן מלכיות זכרונות און שופרות? ער וועט מיך אריינלייגן אין "די שיך"‬

‫פאר פיר וואכן‪.‬‬

‫"מ'ווייסט קיינמאל נישט וואס צו טון און וויאזוי צו טון און וויאזוי צו רעאגירן‪ ",‬זאגט ער מיט א קרעכץ‪.‬‬

‫אויף דער פראגע וויאזוי מ'קומט זיך אויס מיט די אנדערע גויאישע ארעסטאנטן אויף א טאג טעגליכן באזיס‪ ,‬האט‬
‫ר' נ‪ .‬צבי ערקלערט אז מ'דארף וויסן ווי איין ווי אויס‪ .‬זיין אינגאנצן אפגעזונדערט איז קיין אויסוואל‪ ,‬ווייל דער גוי וועט‬
‫ווערן ברוגז און וועט עס אנקוקן ווי עגאאיזם‪ ,‬ווי אויך איז אן איינזאמער מער "וואלנערבל" ווייל ער האט נישט קיין‬

‫גוטע פריינד וואס זאלן זיך פאר אים אננעמען‪.‬‬

‫צו גוט ווערן קען מען אויך נישט ווייל דערנאך הייבט זיך אן א מעשה‪ ,‬דער גוי וועט דיך בעטן טובות‪ ,‬טו דאס טו יענץ‬
‫און אז דו זאגסט אים אפ ווערט ער באליידיגט און אגרעסיוו‪.‬‬

‫די איינציגסטע עצה איז צו גיין צווישן די טראפן‪ ,‬האלטן די דערווארטקייט אבער דאך נישט ארויפברענגען קיין‬
‫רוגזא‪.‬‬

‫"איך רעד נישט מיט קיין גוי מער ווי צען מינוט‪ ",‬איז געווען זיין אויספיר‪.‬‬
‫אממערסטנס שפירט ער עס נאכ'ן אור החיים הקדוש שיעור מיט הרב דוד זינגער וואס קומט פאר יעדן מאנטאג‬
‫און מיטוואך‪" .‬ווען איך ענדיג לערנען דעם שיעור און איך דארף צוריקגיין צום גוי‪ ,‬איז עס ווי איך גיי נאכאמאל זיצן‬

‫אין תפיסה‪".‬‬

‫שטיצע פאר ארעסטאנטן‬

‫ווען די טעמע פון וויזיטן און קומען באזוכן איז ארויפגעקומען אויפן טיש האט ר' נ‪ .‬צבי ארויסגעברענגט אז געוויס‬
‫איז זייער וויכטיג צו קומען באזוכן און די ארעסטאנטן קוקן ארויס פאר א אידיש פנים‪ ,‬דאך דארף מען זען אז ס'זאל‬
‫נישט קומען אויפ'ן חשבון פון דער פאמיליע‪ .‬טאמער א פאמיליע מיטגליד קומט די זעלבע צייט פון סתם א איד איז‬
‫עס א שאד‪ .‬מ'זאל אפשמועסן מיט דער פאמיליע ווען זיי קומען און פרעמדע באזוכער זאלן קומען אין א טאג וואס‬

‫דער ארעסטאנט האט נישט קיין באזוכער‪.‬‬
‫וויכטיגער פון אלעם איז געבן געלט פאר די ארעסטאנטן‪ ,‬ווייל מיט געלט קען מען איינקויפן כשר'ס צו עסן אין דער‬

‫קאנטין און יעדער אידישער ארעסטאנט איז אנגעוויזן אין איינקויפן עסן פשוט ער זאל נישט הונגערן‪.‬‬
‫ס'איז דא אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "אור וחושך" וואס העלפט ארויס ארעסטאנטן מיט געלט אז זיי זאלן קענען‬
‫זיין‪ ,‬און ר' נ‪ .‬צבי האט געבעטן מיר זאלן דערמאנען די וויכטיקייט פון שטיצן די ארגאניזאציע ווייל מיט געלט קען‬

‫מען זיך פיל פארגרינגערן אין תפיסה‪.‬‬

‫א מחי' ברוחניות‬

‫"ברוחניות איז זייער גוט דא" הערן מיר אומגלויבליכע ווערטער‪ " ,‬וואס תפיסה מאכט מיט א מענטש און מיט זיין‬
‫פאמיליע ברוחניות איז מורא'דיג‪ .‬מ'קומט ארויס געשטארקט; אודאי איז עס שווער‪ ,‬אודאי וויל איך ארויס גיין און‬
‫אוודאי האף איך צום אויבערשטן אז איך וועל באפרייט‪ ,‬אבער די יארן וואס איך בין שוין געזעסן וועל איך נישט‬

‫אוועקגעבן פאר קיינעם אין דער וועלט‪".‬‬
‫"נישטא אזא נאנטשאפט וואס מ'קען צוקומען צום אויבערשטן ווי ווען מ'איז דא איינגעשפארט אין תפיסה‪ .‬מ'שפירט‬

‫דעם קרבות ה'‪ ,‬איך פארמאך מיך דעם מוח און איך ווייס אז דער אויבערשטער פירט מיך יעדן מינוט פון טאג‪".‬‬
‫פונעם רב האבן מיר געהערט אז ר' נ‪ .‬צבי לייגט אראפ אן עבודה און פארברענגט רוב שעות היום בתורה ותפלה‪,‬‬
‫אזוי ווייט אז ער האט אנגעזאגט זיין פאמיליע אז זיי זאלן נישט קומען באזוכן בעפאר צען דרייסיג אינדערפרי וואס‬

‫ביז דאן איז ער פארנומען מיטן דאווענען וואס נעמט שעות אריכות‪.‬‬
‫ר' נ‪ .‬צבי האט אויסגערעכנט עטליכע חשובע רבנים וואס זענען שוין געקומען באזוכן אין ארטיגער תפיסה צווישן‬
‫אנדער האט ער דערמאנט דער סאטמארער רבי מהרז"ל‪ ,‬דער גאלאנטער רב‪ ,‬דער ווינער און וואודריזשער רב איז‬
‫שוין געקומען צוויי מאל (גייענדיג אין דרוק זונטאג שבוע שחל בו פסח קומט אריין די נייעס אז דער סאטמארער‬

‫רבי האט ווידעראמאל אפגעשטאט א באזוך אין טורמע אין באגלייטונג פון חשוב'ן רב‪.).‬‬

‫סוף פון אונזער שמועס ווען איך האב מיך שוין געשפירט גענוג היימיש‪ ,‬האב איך אים געזאגט ווי איבערראשט איך‬
‫בין פון דער אטמאספער און נאך מער פון זיין פערזענליכקייט ווי ער האלט זיך אזוי בשמחה‪.‬‬

‫ר' נ‪ .‬צבי האט געענטפערט נאכזאגנדיג פון איינעם פון די צדיקים‪ ,‬וועלכער איז געזעסן אין תפיסה‪ ,‬האט ער‬
‫געזאגט‪ ,‬מילא איך בין דא‪ ,‬ווייל כ'האב נישט קיין ברירה‪ ,‬דער שומר הפתח לאזט מיך נישט ארויס און איך בין‬

‫געצווינגען‪ ,‬אבער דער יצר הרע‪ ,‬פארוואס קומט ער דא? ער איז סתם א שוטה‪...‬‬

‫"איך בין דא‪ ",‬האט ר' נ‪ .‬צבי אויסגעפירט‪" ,‬וואס זאל איך טון‪ ,‬איך זאל נאך זיין בעצבות אויך? מ'האלט זיך פריש‬
‫און מ'דינט דעם אויבערשטן‪".‬‬

‫איך קען זאגן בפה מלא אז די גאנצע צייט וואס כ'בין דארט געווען האט זיך זיין שמייכל נישט אפגעטון פון פנים‪.‬‬
‫מער פון דעם האט זיך אין זיין שטימע און אין זיין וועג פון רעדן נישט דערקענט קיין שום ביטערקייט‪.‬‬

‫א ש"ס בחור‬

‫דער יונגסטער פון צווישן די ארעסטירטער איז א בחור וועמען מיר וועלן אנרופן אבי‪ .‬ער איז איין און דרייסיג יאר‪ .‬ער‬
‫איז דער פארווייטאגסטער פון צווישן אלע‪ .‬ער וויל נישט און קען נישט שלום מאכן מיט זיין מצב‪ .‬ער האט באקומען‬
‫‪ 25‬יאר טורמע ‪ -‬טו לייף‪ .‬זיי זאגן אז ער איז א תלמיד חכם עצום‪ ,‬אצינד הארעוועט ער אויף רמב"ן על התורה וואס‬

‫ער לערנט דורך גרינטליך אויפ'ן סדר‪.‬‬

‫אבי ווערט באשולדיגט אין הרג'ען א פרוי‪ .‬לויט די פרטים וואס מיר האבן געהערט ארום די פאל לייגט זיך עס‬
‫נישט אויפ'ן שכל‪ .‬זיין מוטער איז א רייכער פרוי‪ ,‬אין זיינע צוואנציגער יארן איז ער געווארן א בעל תשובה‪ ,‬ער האט‬
‫געלערנט זעקס יאר אין ישיבת מיר בהתמדה רבה און ערשט נאך זעקס יאר האבן אים די פראקורארן באשלאסן צו‬
‫באשולדיגן אויף אן אלטן מארד‪ .‬אהיימקומענדיג פון ישיבה האט מען אים ארעסטירט‪ .‬דער רב איז ביי דער מיינונג‬
‫אז טאמער וואלט ער געהאט סיי וועלכע פוטער אויף די נאז‪ ,‬וואלט ער דאך קיינמאל אהיימגעקומען קיין אמעריקע‪,‬‬

‫איז געדרינגען אז אין זיין געוויסן איז ער געווען ריין פון שולד‪.‬‬

‫ס'איז באמת א ווייטאג צו זען אזא יונגען מענטש אין תפיסה אויפן לאנגן טערמין כמעט ווי אוועקגעווארפן די‬
‫שליסלעך‪ .‬אלס איינער וואס איז פערזענליך בערך אין זיין יארגאנג האט מיך זיין מצב די מערסטע בארירט‪ .‬מיר‬
‫האבן געהערט אז ער איז זייער נאנט מיט הגאון רבי בנימין אייזנבערגער פון בארא פארק וועלכער ארבעט אויף זיין‬

‫קעיס‪ .‬אבי איז יונג און ברייט ביינערדיג‪ .‬ס'זעט אויס ווי ער מאכט גוטע עקסערסייז‪.‬‬

‫נישט גרינג איז געווען צו געווינען זיין טראסט‪ .‬מיר האבן אנהויב באגעגנט א פארשטיינערטע געמיט צעבראכן און‬
‫און פול מיט חשדות‪ ,‬אבי האט פון אנהויב נישט געוואלט רעדן און נאך בשיטה‪ ,‬ער האט גע'טענה'ט אז טאמער‬

‫גייט עס ארויס אין דער עפנטליכקייט אז אידן זענען אין תפיסה איז עס א חילול ה'‪.‬‬

‫א וויכוח האט אויסגעבראכן אויפ'ן פלאץ‪ ,‬דער רב האט זיך נישט געלאזט און אויך ר' נ‪ .‬צבי האט נישט מסכים‬
‫געווען‪" .‬הבא להרגך השכם להרגך‪ ",‬האט דער רב דערמאנט א גמרא ווי צומאל דארף מען נעמען דאס געזעץ אין‬
‫דער האנט אריין "איר האט שוין אמאל געהערט פון סעלף דעפענס? עטס זענטס אלע אומשולדיג‪ ",‬האט דער רב‬

‫גע'פסקנ'ט אויפ'ן ארט מיט א זעץ אויפ'ן טיש‪.‬‬

‫אויך ר' נ‪ .‬צבי האט קאטאגאריש אפגעווארפן אבי'ס צוגאנג און געטענה'ט אז פארקערט גאר‪ ,‬מ'דארף וויסן אז א‬
‫מענטש וואס זיצט אין תפיסה איז נאכנישט טריפה‪ ,‬ס'קען זיין פארשידענע זאכן וואס האבן אים אריינגעפירט אפילו‬
‫ער איז אומשולדיג‪ .‬פארקערט ער זעט גאר א טובה מיט'ן עס ארויפברענגען אויף דער עפנטליכקייט אראפצונעמען‬
‫די סטיגמע דערפון‪" .‬מ'דארף וויסן אז מ'ווערט נאכנישט אפגעפרעגט ווען מ'קומט אן אין תפיסה‪ ",‬איז געווען ר' נ‪.‬‬

‫צבי'ס זאכליכע טענה‪.‬‬

‫אבי דערציילט אז האלט אינמיטן אן אפיעל און האפנטליך וועט עס זיין סוקסעספול‪ .‬ער זאגט אז דאס פלאץ ווי ער‬

‫איז געווען בעפאר איז געווען טעגליכע שטעכערייען און דא איז פיל רואיגער‪ ,‬ער האט נישט געוואלט זאגן וויאזוי‬
‫ער איז דא טראנספערירט געווארן אויפ'ן ראט פון זיין אדוואקאט‪.‬‬

‫עס שטערט אים די איינזאמקייט‪ .‬ביינאכט זאגט ער קען מען אמאל גיין שפאצירן מיט נאך אידן‪ ,‬אבער למעשה‬
‫קומט מען זיך נישט גענוג צוזאם‪ .‬אצינד האלט ער אינמיטן מסכת עבודה זרה און ווי געזאגט לערנט ער פיל רמב"ן‬

‫על התורה פון וואס ער שעפט אסאך חיזוק‪.‬‬

‫ר' נ‪ .‬צבי האט זייער אויסגערימט אבי אלס אן עילוי‪ .‬ער טענה'ט אז דער בחור קען רוב סוגיות הש"ס בעיון (אוי‪,‬‬
‫ס'ציפט‪ ,).‬ער איז אבער מוראדיג צעבראכן און קען נישט און וויל נישט שלום מאכן מיט'ן מצב‪" .‬ער זארגט זיך פאר‬
‫שידוכים‪ ",‬זאגט ר' נ‪ .‬צבי האלב ערנסט האלב איראניש‪" ,‬איך זאג אים דער אויבערשטער וועט העלפן און אז ער‬
‫וועט דיך ארויסנעמען פון תפיסה‪ ,‬וועט ער דיך שאפן א גוטן שידוך אויך‪" .‬ער זעט זיך ווי א געווענליכער ישיבה‬

‫בחור‪".‬‬

‫"ער דארף אביסל חסידות אין זיין לעבן‪ ",‬האקט אריין ר' עמנואל מיט א פארציע מוסר אין ריכטונג פון זיין יונגן‬
‫פריינט אבי‪ ,‬וועלכער ווי זיי טענה'ן "זעט זיך ווי דער לעצט איבערגעבליבענער מתנגד‪".‬‬

‫דער געוועזענער קעי‪.‬זשי‪.‬בי‪ .‬אגענט‬

‫נאך אן ארעסטאנט איז מיכאל‪ ,‬אן עלטערער מענטש‪ ,‬ער קומט פון סמארקאנד‪ .‬א לענגערע צייט האט ער גערעדט‬
‫איבער זיינע ערליכע עלטערן און זייער מסירת נפש פאר אידישקייט אין די יארן נאך דער קריג אין בעלארוס‬
‫אוקריינא‪ .‬דער רב זאגט ער האט שוין געזען זיין פאמיליע ווען זיי קומען אים באזוכן און זיי זענען ארטאדאקסישע‬

‫אידן פון מיל בעיסין געגנט‪.‬‬

‫ער האט געהאט א ראלע אין זיין יוגנט פאר די קעי‪.‬זשי‪.‬בי‪ .‬מער ווי איינמאל איז אים אויסגעקומען צו אוועקלייגן א‬
‫מענטש שילדערט ער‪ .‬ער זיצט שוין אכצן יאר אויף מארד קלאגעס וואס ער לייקנט‪ .‬ער איז געווען אין קלינטאן‬

‫תפיסה בעפאר דא‪ ,‬ער זאגט אז דארט איז געווען געפערליך‪.‬‬

‫דער רוסישער איד גיט זיך אן ווי א היימישער‪ ,‬נעמליך‪ ,‬זיין שוואגער האט די באקאנטע שאו ריפעיר אויף לי עוועניו‬
‫אין וויליאמסבורג‪.‬ער דערציילט אונז אז זיין שוואגער'ס טאכטער איז געווען די באקאנטע מיידל צפורה יאגאדאוו‬
‫וועלכע איז פארשווינדן געווארן און איז דערנאך געפינען געווארן פארברענטערהייט אונטער'ן וואשינגטאן בריק‬

‫רח"ל – ווער ס'קען וויליאמסבורג היסטאריע ווייסט פון דער געשיכטע צו דערציילן‪.‬‬

‫ער זיצט שוין אכצן יאר און אויף דעם פלאץ זינט ‪ '04‬למספרם‪ .‬ער האט א לענגערע צייט געווידמעט אויפצואווייזן‬
‫פאר אונז זיין אומשולד וווי עס זאל ווען אויסמאכן‪ .‬ביי איין פונקט האט ער זיך געבעטן געבעטן צי מיר קענען זיך‬
‫אריינלייגן אין זיין קעיס און עפעס טון פאר אים‪ .‬ער איז הונדערט פראצענט איבערצייגט אז ער איז געפאלן א קרבן‬
‫צו אנטי ווייל ער איז א קרבן פון אנטיסעמיטזם‪ .‬ער האט דערציילט אז ביי די ליין אפ וואס מ'האט געשטעלט פאר‬
‫די פיר עדות‪ ,‬האט מען אים אנגעטון א ווייסע העמד און א קאפל אויפ'ן קאפ‪ ,‬ווייל זיי האבן געהאט געזאגט אז דער‬

‫וואס האט געהרגעט האט געהאט א בעיסבול קעפ‪.‬‬

‫דער רוסישער מיכאל דערציילט אונז איבער זיין היסטאריע‪ .‬אלס תינוק שנשבה האט ער נישט ווייניג מענטשן‬
‫אוועקגעלייגט מיט די אייגענע הענט‪ ,‬נאכדעם וואס ביי די צען יאר האט מען גע'הרג'עט זיין פאטער‪ ,‬און די קעי‪ .‬דזשי‪.‬‬
‫בי‪ .‬האט אים גענומען אונטער זייערע פליגלען‪ .‬פאר די קומענדיגע צען יאר איז ער געווען גענצליך אפגעטיילט פון‬
‫זיין פאמיליע‪ .‬די קעי‪.‬זשי‪.‬בי‪ .‬האט אים פארוואנדלט אין א "מארד מאשין"‪ ,‬מ'האט אים געשיקט צו ווייטע לענדער‬
‫ווי ארגענטינע ווי ער האט געדארפט עלימינירן געוועזענע קעי זשי בי אגענטן וואס האבן דעפעקטירט און מ'האט‬
‫מורא געהאט זיי וועלן זינגען שירה‪( .‬שמעקט היימיש נאך פוטינס לעצטיגע געשיכטע מיט א געוועזענעם אגענט‬

‫אין לאנדאן)‪.‬‬

‫אצינד זיצט ער אויף מארד קלאגעס פאר'ן אנגעבליך אוועקלייגן א געוויסן דאקטאר‪ .‬פארשטייט זיך אז ער לייקנט‬
‫די קלאגעס מכל וכל און טענה'ט ער איז א קרבן פון אנטיסעמטיזם און מ'האט אים געפרעימט‪.‬‬

‫דער געוועזענער קעי‪.‬זשי‪.‬בי‪ .‬האט באקומען ניין הונדערט יאר און ער האט שוין פארלוירן זיין אפיעל‪ .‬די קלאגע איז‬
‫געווען אז ער האט באקומען ניינצן טויזנט דאלאר איינעם צו באזייטיגן‪ ,‬ער טענה'ט אז ס'שטימט נישט ווייל דאס‬
‫איז נישט דער פרייז‪ ...‬סיי ער און סיי דער משלח וואס האט אים אנגעבליך געשיקט אויספירן דעם מארד האבן‬
‫באקומען לעבנסלענגליכע אורטיילן‪ .‬ער שווערט זיך אז זיי האבן פשוט געבאקן א געשיכטע צו קענען האבן א‬

‫קעיס קעגן אים‪.‬‬

‫דער מיכאל דערציילט אונז ווי זיין פרוי איז אמאל געקומען אים באזוכן מיט א ספרדישן רב‪ ,‬האט ער געפרעגט דעם‬
‫רב‪ ,‬פארוואס זיץ איך דא? דער אויבערשטער ווייסט איך האב עס נישט געטון‪" .‬דו האסט די גיהנום אויף דיין לעבן‪",‬‬

‫האט אים דער רב געענטפערט‪" ,‬אזוי אז ווען דו קומסט אויף יענער וועלט גייסטו גלייך אין גן עדן‪".‬‬

‫זייט דעמאלט האב איך מנוחה‪ ",‬האט מיכאל אויסגעפירט‪.‬‬

‫אלס דער ארעסטאנט וואס געפינט זיך דאס לענגסטע אויפ'ן ארט האבן מיר געפרעגט ר' מיכאלן פערזענליך צי ער‬
‫האט אמאל געהאט צו טון מיט א גוי וואס זאל אים טשעפען? דער ענטפער איז געווען אז אלע שטייען ווייט פון אים‪..‬‬
‫"איים עי ראשען‪ "...‬מאכט ער קלאר פאר איינעם וואס שטייט אים אין וועג און מער פעלט נישט אויס‪ .‬איינמאל ער‬

‫שטעלט אראפ א פיס ציטערט מען פון אים‪.‬‬

‫צווישן יאוש און האפענונג‬

‫כ'האב דערווארטעט צו טרעפן מעלאנכאלישע מיואש'דיגע און אויסגעלאשענע פנימער‪ ,‬ס'איז אבער נישט דאס די‬
‫אטמאספער‪ .‬א טיפער זארג און אנגסט באגלייט זיי איבער זייער מצב‪ ,‬זיי זענען אלע אין פיין און באגלייטן זייערע‬
‫לאגיסטישע פעלער האפנדיג אז ס'וועט זיך באיזה אופן מאכן אן עפענעונג פאר א נייע אורטייל צי א פאראל וכדו'‪,‬‬

‫אבער אויף א טאג טעגליכן פארנעם האלט מען זיך פריש און רואיג‪.‬‬

‫קיין איינער פון די ארעסטאנטן‪ ,‬טאמער געדענק איך גוט‪ ,‬האבן נישט אנגעהויבן זייער תפיסה יארן אין דער‬
‫תפיסה‪ .‬אנקומענדיג דא איז שוין געווען נאך השתדלות און פראטעקציע און סוקסעס‪ ,‬קיינער האט נישט געוואלט‬
‫אויסשמועסן וויאזוי זיי האבן באוויזן אהערצוקומען‪ ,‬ווייזט אויס דאס איז פון די זאכן וואס מ'רעדט נישט‪ .‬אלע האבן‬
‫שטארק ארויסגעברענגט די ליידן אין אנדערע תפיסות כלפי דא‪ ,‬און ווי דא דא איז שוין די גן עדן פון די מאקסימום‬

‫סיקוירטי תפיסות‪.‬‬

‫באופן כללי איז די אטמאספער געווען שמייכלדיג און אויפגעלייגט‪ .‬דער רב האט פארטיילט פירות און די חברה‬
‫האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי א הונגעריגער מוצאי תענית‪ .‬א שהחיינו האט אפגעהילכט‪ .‬דורכאויס די צוויי טעג‬
‫אין תפיסה האב איך קענענגעלערנט אז די עסן אין תפיסה איז בכלל נישט קיין מוציא מיט האניג‪ .‬ס'איז אן עכטע‬

‫פראבלעם‪ ,‬די עסן איז גאר אומגעשמאק‪ ,‬אז פרישע פרוכט איז ממש געווען אן אוצר רב‪.‬‬

‫אינטערעסאנט ווי אלע וואס זיצן זענען דינאמישע מענטשן; איינער א בעל כשרון‪ ,‬איינער אן עושר איינער א מרביץ‬
‫תורה‪ ,‬מענטשן וואס האבן געהאט אן אימפאקט אין זייער דרויסנד לעבן או ןאצינד זענען זיי איינגעשפארט וואס איז‬

‫פונקט אזוי א גייסטישע פארשפארעכטס‪.‬‬

‫זיי זענען קיין איינציגער נישט געווען קיין בטלנים; אבי האט א בי‪.‬עי‪ .‬דעגרי‪ ,‬און אן אייזערנעם קאפ; אויך די פאלאשן‬
‫אידל איז געווען א טויגליכער און געהאט א גוטע פרנסה‪ .‬אלע דארט האבן געהאט אן אקטיווע און געלונגענע לעבן‬

‫אינדרויסן און ס'איז עקסטרעם ווייטאג ווען שעפערישע מענטשן דארפן וויילן אין א צעל‪.‬‬

‫די רובאשקין אפעקט‬

‫ערגעץ וואו האט זיך דער שמועס פארקירעוועט ארום רובאשקינ'ס באפרייאונג‪ .‬איך האב נישט געהאלטן אז ס'אונז‬
‫סענסיטיוו צו רעדן פון רובאשקין ווען זיי זענען אין טורמע און ער איז אויף דער פריי‪ .‬אבער מיין קאלעגע שרייבער‬

‫האט דוקא יא געוואלט ארויפברענגען די רובאשקין פרשה אויפ'ן טיש‪" .‬‬

‫אלע זאגן אז די רובאשקין פרשה האט אריינגעגעבן פרישע מוט און האפענונג און אלע ווי איינס אויסגעדרוקט אז זיי‬
‫פרייען זיך מיט מיט דער שמחה פון רובאשקין‪" .‬אמונה בטחון און גאולה‪ ",‬האבן זיי איבערגעזאגט דעם רובאשקין‬

‫סלאגאן‪"...‬‬

‫"זייט רובאשקין איז באפרייט געווארן זיץ איך מער נישט אין תפיסה‪ ",‬זאגט אונז ר' נ‪ .‬צבי מיט א פייער‪ .‬אבער‬
‫דערווייל גייט נאך אן א וויכוח צווישן מיר און מיין קאלעגע אויב דאס איז געזאגט געווארן אויפריכטיג אדער נאר‬

‫משפה ולחוץ‪.‬‬

‫טייל האבן געוואלט רעדן ווי מער און טייל האבן געוואלט שווייגן ווי מער‪ .‬אלע האבן זייער הנאה געהאט פון אונזער‬
‫אנוועזנהייט‪ .‬נישט קיין חילוק ווער עס איז דער באזוכער‪ ,‬איז עס א גוטע זאך‪ .‬נאטירליך‪ ,‬ווי לענגער מיר זענען דארט‬
‫געווען איז די לופט געווארן היימישער און ווארעמער‪ .‬מען האט געקענט זען בחוש די געוואלדיגע גוטע געפיל וואס‬
‫אידן וואס זענען אפגעזונדערט פון דער וועלט שפירן ווען א צווייטער איד קומט דא אריין און פארברענגט אביסל‬

‫מיט זיי‪.‬‬

‫אזויפיל האב איך געלערנט ווי אלע פון זיי קוקן זיך אן מיוחסים פאר'ן האבן די פריוויליגיע צו קענען וויילן אין דער‬
‫ספעציפישער תפיסה‪ .‬ווי דער טשאפלען האט ערקלערט איז דער סיסטעם‪ ,‬אז קודם שיקן זיי דיך ווי ווייטער פון‬
‫דער שטאט און בהמשך הזמן וועלן זיי דיך טראנספערירן צו א תפיסה אלס נענטער און נענטער געוואנדן לויט דער‬
‫אויפפירונג וואס איז געוויס א מעלה‪ ,‬ווייל אז מ'איז נענטער צו די סיטי‪ ,‬איז מען נענטער צו די פאמיליע און מ'קען‬

‫האבן אפטער און לייכטער באזוכער‪.‬‬

‫"מ'טשעפעט נישט קיין אידן דירעקט‪ ",‬איז געווען דער כלליות'דיגער ענטפער צו זיי ליידן פון בולט'יגע און אפענע‬
‫דיסקרימינאציע‪ .‬קרעדיט געבן זיי פאר'ן רב וועלכער עמט זיך אן פון זיינע מענטשן און קיינער דערוואגט זיך נישט‬

‫צו טשעפען אדער שיקאנירן א איד‪.‬‬

‫געוויסע פארשריפטן אינערהאלב די טורמע ווערט אינפארסירט אבער אנדערע זאכן נישט‪ .‬א ביישפיל גיט אן‬
‫איינער פון די ארעסטאנטן ווי אפיציעל לאזט מען האבן נאר דריי העמעדער אבער ס'ווערט נישט אינפארסירט און‬
‫אין פאקט האבן פיל פון זיי מער העמעדער‪ .‬פון דער אנדערער זייט קען יעדע זאך ווערן אינפארסירט פון איין מינוט‬
‫אויפ'ן צווייטן און מ'כאפט זיך ארויף דערויף‪ .‬אנדערע רעגולאציעס זענען אז מ'איז ערלויבט צו האבן ביז ‪ 25‬ספרים‬

‫און פאסט קען מען באקומען ביז ‪ 35‬פונט וועכנטליך‪.‬‬

‫מיינסטנס זענען די שמועסן געלאפן ארום אלעמענ'ס פערזענליכע געשיכטע‪ .‬ווי פארשטענליך האבן מיר נישט‬
‫פרובירט צו טרעטן אויף די הינער אויג און געלאזט יעדן איינעם עפענען די פורהאנגען צו זיין פארגאנגענהייט לויט‬

‫וויפיל ער שפירט זיך באקוועם‪.‬‬

‫הארט צום געזעגענען האט דער רב דערציילט פאר די ארעסטאנטן אז איך בין א שכן פון איינער פון די רב'ס‬
‫קינדער‪ .‬דער רב האט געבעטן אז איך זאל איבערגעבן – א געהויבענער יונגערמאן האט דער רב געבעטן איך זאל‬

‫איבערגעבן א גרוס פון זיין זון צו די ארעסטאנטן וועלנדיג אז זיי זאלן זיך שפירן טייל פון זיין פאמיליע‪.‬‬

‫"יו ממש סעיווד מיי לייף"‬

‫"ראביי‪ ,‬יו סעיווד מיי לייף‪ ",‬האט זיך אנגערופן איינער פון די ארעסטאנטן נאכ'ן אויסלעקן זיין טעלער (אייגנטליך‬
‫איז עס געווען א האט קאפ) מיט חמשה עשר פירות‪ .‬ער האט געגעסן אתרוג און ער האט זיך ממש באלעקט‪ .‬מען‬
‫האט געבעטן יעדן שנעל צו ענדיגן דעם טעלער אין פאל פון א גוט אויג‪" .‬ענדיגט עסן‪ ,‬דערנאך וועט מען רעדן‪",‬‬

‫האט ער זיך געבעטן‪.‬‬

‫דער רבי האט דערמאנט אז מ'האט געמאכט די אתרוג קאמפאט ביי אים אין שטוב מיט די אתרוגים וואס מ'האט‬
‫געשאקלט דא אין תפיסה‪ .‬באלד זענען די ארעסטאנטן אויפגעשפרינגען אז זיי האבן געהאט זייער שיינע אתרוגים‪.‬‬

‫דער זיץ איז נישט געווען קיין יעדן טאגיגע ערשיינונג‪ .‬זיי קומען זיך נישט אזוי אפט צוזאמען סיידן טאקע ווען דער‬
‫רב קומט און זיי דאווענען נישט אינאיינעם‪ .‬אזעלכע ברייטע צוזאמקונפטן פאסירט נישט אפט ווי יעדער טרעפט זיך‬

‫און ס'איז טאקע נאר לכבוד אונזער באזוך‪.‬‬

‫ווען ער האט געענדיגט עסן פון די חמשה עשר פרוכט‪ ,‬האט ר' נ‪ .‬צבי אנגעוואונטשן א ברכה פאר זיך אליין און‬
‫פאר אלע ארטיגע אידן‪ ,‬אז קומענדיגע מאל זיי וועלן שאקלען לולב און אתרוג זאלן זיי שוין אלע זיין אינדרויסן‬

‫אויף דער פריי‪.‬‬

‫"אבער אן אתרוג זאל איך האבן אזא שיינע ווי איך האב דא געהאט‪ ",‬האט ער נישט פארגעסן צוצולייגן‪" ,‬דער רב‬
‫האט געברענגט עפעס אויסנאם הערליכע אתרוגים‪".‬‬

‫צום שלוס פונעם זיץ האט מען געזינגען ניגונים לכבוד היום‪ .‬דער ווארעמער חמשה עשר ניגון "אילן" האט אפגעהילכט‬
‫אט דארט צווישן די פארמויערטע טורמע ווענט‪ .‬דעם רב'ס שטארקע און רבישע שטימע האט געהויבן דעם עולם‪.‬‬

‫ר'‪ .‬נ‪ .‬צבי האט נאכגעזאגט דעם ווארט פון הייליגן חוזה אז פון ט"ו שבט הויבט זיך אן א נייער סדר פון רחמים‪ ,‬ט"ו‬
‫איז דער שם פון י‪-‬ה‪-‬ו‪-‬ה כסדרן וואס איז דער שם פון רחמים‪ ,‬און פון יעצט לויפט א סדר פון יעדע פופצן טאג איז‬
‫יום טוב אדער ראש חודש ביז שבועות‪ :‬ט"ו שבט‪ ,‬ר"ח‪ ,‬פורים‪ ,‬ר"ח‪ ,‬פסח ר"ח‪ ,‬פסח שני‪ ,‬ר"ח‪ ,‬שבועות‪" .‬ס'הויבט זיך‬

‫יעצט אן דער סעזאן פון רחמים‪ ",‬האט ער אויסגעפירט‪.‬‬

‫דאן האט מען געזינגען "כי שמחה תצאו‪ ",‬איינער פון די ארעסטאנטן האט פארטייטשט אז כי בשמחה‪ ,‬נאר מיט‬
‫שמחה‪ ,‬תצאו‪ ,‬וועט מען בעז"ה ארויסגיין פון תפיסה‪ .‬נאך די ניגונים איז אונזער צוזאמקום מער ווייניגער געקומען‬

‫צו אן ענדע‪.‬‬

‫די פארעדיגע ווענטלעך האבן זיך צוריקגעעפנט‪ ,‬און עלף דרייסיג זענען די טייערע אידן פארשווינדן געווארן פון‬
‫אנדערן זייט טיר‪ ,‬ווערנדיג פארלוירן צווישן א מאסע פון גויאישע ארעסטאנטן צוריק צום יעדן טאגיגן רוטין‪ .‬פאר א‬
‫מינוט האב איך ארויסגעקוקט פון פענסטערל אויפ'ן טיר צו באגעגענען אין ברייטן קארידאר אן ענדלאזע שטראם‬
‫פון גויאישע ארעסטאנטן‪ ,‬ברייט ביינערדיגע זיבן פיסיגע ארעסטאנטן‪ ,‬ווי אלטע ווייס באבערדלטע ארעסטאנטן‬

‫וועלכע דינען נעבעך אלס תפיסה קאלעגעס פאר אט די אידעלעך‪.‬‬

‫הארט פאר'ן זיך געזעגענען האט זיך אבי געבעטן ביי אונז שטילערהייט אז מיר זאלן אים ערלעדיגן פראטעקציע‬
‫ביים רב‪ .‬וואס וויל ער? נישט קיין באקוועמערע בעט און נישט קיין בעסערע נאכטמאל‪ ,‬נאר אז ער זאל קענען האבן‬
‫א שיעור אין גמ' תוס' מיט ר' נ‪ .‬צבי אין די נאכט שטונדן‪" .‬ס'איז מיר זייער וויכטיג‪ ",‬האט ער זיך געבעטן‪ .‬דאס איז‬

‫געווען זיין איינציגסטע דאגה אויף וואס ער האט געזוכט אויסצונוצן אונזער שתלדנות‪.‬‬

‫דער רב האט זיך פארענטפערט אז ס'איז עפעס וואס איז שווער לעת עתה אויסצופירן‪ ,‬ס'האט לאגיסטישע און צייט‬
‫שוועריקייטן און ס'וועט ארויפברענגען צופיל אויפמערקזאמקייט און עווענטועל זיך נישט לוינען פאר די ארעסטאנטן‪.‬‬

‫ווען די ארעסטאנטן האבן פארלאזט אונזער געגנווארט זענען מיר אריבער אין אפיס פון רב ווי מיר האבן א לענגערע‬
‫וויילע געשמועסט איבער דעם עבודת הקודש און זיין היסטאריע אלס טשיעף ראביי באאויפטראגט איבער די‬

‫סטעיט תפיסות אין ניו יארק (זעט סיידבאר פארשידענע אינטערעסאנטע פרטים פון דעם שמועס‪).‬‬

‫אויפ'ן וועג ארויס‬

‫נאכ'ן פארברענגען מיט'ן רב אין זיין חדר מיוחד‪ ,‬איז געקומען די צייט צו פארלאזן די טורמע געביידע‪ ,‬דער רב האט‬
‫צוזאמגענומען אלע פארצייכנטע נאטיצן אז מיר זאלן קענען פארפולקאמען דער בגפו יצא וד"ל‪.‬‬

‫דער וועג ארויס האט גענומען פיל לענגער ווי דער וועג אריין‪ ,‬אפשר א שעה צייט‪.‬‬

‫דער רב איז ארויף צו די העכערע שטאקן פון דער טורמע‪ .‬דארט געפינט זיך די אפיסעס פון די העכערע באאמטע‪.‬‬
‫ער איז דורך פון טיר צו טיר‪ ,‬פון אפיס צו אפיס‪ ,‬וואו ס'איז נאר געזעסן א שישקע האט ער יענעם באגריסט‪ ,‬געמאכט‬

‫א ווערטל און זיך פאראינטערעסירט אין יענעם ווי א גוטער פריינט און פארגעשטעלט די היינטיגע חשובע געזט‬

‫דער רב האט דורכגעאקערט דעם גאנצן שטאק לארכה ולרחבה ביז צום סופער אינטענדענט וועלכער איז דער‬
‫העכסטער אויטאריטעט‪ .‬אנקומענדיג פארנט פון סופער אינדענטענט האט ער זיך באדאנקט פאר אים פאר'ן‬

‫אונטערשרייבן די רשות צעטל פאר אונזערט וועגן‬

‫דער סופער אינטענדענט זעט דעם רב פאר א פערזענליכער פריינט און האט זיך אפילו מתרמר געווען און‬
‫געקרעכצט אז ס'טוט אים וויי אז ער דארף בקרוב פארלאזן דאס פלאץ נאך וואס ער איז עולה לגדולה און באקומט‬

‫נאך א העכערע אמט אין די קארעקשנס דעפארטמענט‪.‬‬

‫א לעבעדיגער ביישפיל פון עסקנות האט זיך אפגעשפילט פארנט פון אונזער אויגן‪ .‬אנקומענדיג אין אפיס פון הויפט‬
‫וועכטער באאמטער‪ ,‬האט דער רב געווארט ביז זיין אפיס ווערט ליידיג און דער טיר איז פארמאכט‪ ,‬דאן האט ער‬

‫ארויסגענומען א קליין צעטל פון טאש‪" .‬דיס איז עמפטי‪ ",‬רוימט ער אים אריין אין אויער‪.‬‬

‫וואס איז די רעדע? איינער פון די ארעסטאנטן האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט גענוג זון אין זיין צימער און‬
‫וויל טוישן צו א צימער ווי די זון שיינט בעסער אריין‪...‬‬

‫אין אן אנדערער תפיסה וואלט דער ארעסטאנט געקענט ווארטן א שמיטה ביז איינער זאל זיך קימערן פאר זיין‬
‫באקוועמליכקייט‪ ,‬אין תפיסה איז די סאמע לעצטע פלאץ וואו עמיצער נייגט צו אן אויער צו די פראבלעמען פון‬
‫ארעסטאטן‪ .‬אבער אונזער רב נעמט זיך באלד צו דער עבודה ווייל גארנישט איז נישט צו קליינליך און מינדערוויכטיג‬

‫טאמער קען עס לייכטער מאכן די געוויסן פון א אידישן ארעסטאנט‪ .‬בלויז פאר דעם צוועק איז ער דא‪.‬‬

‫און דא האבן מיר אנגעהויבן אביסל פארשטיין פארוואס דער רב איז אזוי אויסן זיך צו האלטן פריינטליך צו יעדן‬
‫איינציגן איינגעשטעלטן‪.‬‬

‫*‬

‫הארט פאר'ן ארויסגיין האט אונז די וועכטערקע צוריקגעגעבן די קאמערע נישט פאר'ן זיך אנטשולדיגן פארן רב‬
‫אויף די אומאנגענעמליכקייטן זי האט אים אנגעברענגט‪ .‬געוויס זענען די בילדער געווען פארמעקט‪.‬‬

‫נאך די דורכגעפאלענע בילדער אקציע האבן מיר היפש פארלוירן די אפעטיט‪ ,‬אבער עס איז געבליבן אז איינמאל‬
‫מען איז אויפ'ן וועג ארויס מעג מען פרובירן דעם מזל נאכאמאל שוין זייענדיג אין קאר‪.‬‬

‫איך האב געלאזט די מצוה פאר מיין קאלעגע שרייבער און איך האב אנשטאט גענומען דעם רעדל‪ .‬מיר זענען‬
‫צוריקגעפארן און פרובירט צו נעמען בילדער אומבאמערקטערהייט‪ .‬זייט כ'האב מיך איינגעבראכן אין קאך אין‬
‫ישיבה איז מיר נאך די אדרענעלין נישט אזוי געלאפן ווי דעמאלט‪ .‬צי ס'האט זיך געלוינט ווייס איך נישט‪ .‬קיין גרויסע‬

‫פאטאגראפירער זענען מיר דאך סייווי נישט‪.‬‬

‫מיר האבן נישט באקומען די ארויסגעשמוגלטע פאפירן ביז מיילן ווייט פון דער תפיסה‪ ,‬זיך אפשטעלנדיג ביי א‬
‫גאז סטאנציע‪ .‬איינמאל מיר האבן פארלאזט די תפיסה האבן מיר געזען ווי פארנומען דער רב איז און ווי אנדערע‬

‫טשאפלענס האלטן אים אין איין קלינגען אויפן טעלעפאן פאר טאט און ראט‪.‬‬

‫מיר האבן זיך ווארעם געזעגנט און געשיידט וועגן‪ .‬דער רב איז געפארן זיין וועג און מיר זענען געפארן אין אנדערער‬
‫ריכטונג‪ ,‬יעדע פאר מינוט האב איך געווארפן אן אויג אין שפיגל אין פאראנויע צי איינער פארט אונז נישט אפשר‬

‫נאך‪.‬‬
‫מיט דעם האט זיך געשלאסן דער ערשטער טאג פון אונזערע באזוכן אין טורמע‪ ,‬וואס האט נאכגעפאלגט מיט נאך‬
‫א באזוך דעם אנדערן טאג אין א צווייטער תפיסה מיט א רייע באזונדערע איבערלעבענישן וואס איר וועט קענען‬

‫אי"ה ליינען ביי א קומענדיגער געלגענהייט‪.‬‬

‫סייד‪-‬באר‪:‬‬

‫דער גענעראל פאר ארעסטאנטן‬

‫דער רב האט אונז געבעטן און געווארנט נישט צו רעדן פון אים פערזענליך טראץ וואס מיר האבן פאקטיש געקריגן‬
‫א לעקציע בבחינ' אינו דומה שמועה לראי' וואס עס נעמט אריין ביי אים א רוטינעם טאג אין תפיסה און וויאזוי ער‬

‫נוצט אויס יעדער סארט טריק פון דורן תפלה און מלחמה צו העלפן אידישע קינדער‪.‬‬
‫פאר זיך נעמט ער נישט קיין שום קרעדיט‪ ,‬ער האט אבער יא אונטערגעשטראכן די בארימטע "לאסורים" ארגאניזאציע‬

‫וועלכער העלפט פיל אחינו בני ישראל היושבים בצרה‪.‬‬
‫גאר שטארק האט דער רב ארומגערעדט אין לויב פון חרדישן אסעמבלימאן ר' דוד וועפרין‪ ,‬וועלכער איז דער הויפט‬
‫פון די קארעקשאנס אפטיילונג אין ניו יארק‪" ,‬ער איז א איד מיט א פייערדיג הארץ‪ ",‬האט זיך דער רב אויסגעדרוקט‪,‬‬

‫"ער רופט מיך יעדן טאג‪".‬‬
‫דער רב שילדערט ווי אסעמבלימאן וועפרין איז געשטאנען אונטער דער סוקסעפולער קאמף וואס די לאסורים‬
‫ארגאניזאציע האט אנגעפירט נאך וואס די קארעקשאנס אפטיילונג האט געוואלט צוימען די מאס פעקלעך‬
‫פאמיליעס קענען שיקן פאר ארעסטאנטן וואס וואלט פיל פארשווערט פאר די אידישע ארעסטאנטן‪ .‬א פעטיציע‬
‫אונטערגענומען דורך לאסורים האט אויפגעטריבן אזויפיל ווי ‪ 28‬טויזנט אונטערשריפטן ווי אויך האט עס געברענגט‬

‫א שטורעם אין די מידיע וואס האט געפירט צום זיג אז די אומגינסטיגע פלענער זענען באזייטיגט געווארן‪.‬‬

‫אין שליחות פון וויזשניצער רבי'ן זצ"ל‬

‫אויף אונזער פראגע וויאזוי דער רב איז בכלל אנגעקומען צו אזא מאכטפולע און אפעקטיווע פאזיציע וועלכע‬
‫דערמעגליכט אים אזא לאנגע ארעם צו העלפן אידן‪ ,‬דערציילט דער רב אז דאס איז צושטאנד געקומען אויף דער‬

‫פערזענליכער ראט און גוטהייסונג פון כ"ק הרה"ק מוויזניץ זצ"ל‪.‬‬
‫די געשיכטע גייט צוריק מיט איבער צוואנציג יאר צוריק ווען פאטאקי איז נאך געווען גאווערנער‪ .‬דער גאווערנער איז‬
‫דאן געקומען באזוכן דעם וויזשניצער רבי'ן‪ .‬הגאון הצדיק רבי אברהם שלמה בלום האט ווי באוואוסט געהאט אן‬
‫אפן טויער ביים גאווערנער און איז בכלל געווען דער העלדישער שתדלן פאר אחינו בני ישראל‪ ,‬האט ער דעמאלט‬

‫געבעטן פון וויזשניצער רבין אז מ'דארף האבן היימישע יונגעלייט זאלן זיך אריינלייגן אלס טשאפלען אין די תפיסות‪,‬‬
‫און דער רבי זאל רעדן מיט פאטאקי דערוועגן‪.‬‬

‫דער וויזשניצער רבי האט אים געלאזט און געגעבן דעם אנבאט‪ .‬דער רב זאגט אז ער האט נאך דעמאלט נישט‬
‫געהאט קיין לייסענס און האט נישט געקענט קיין אות אחת ענגליש און די גאנצע זאך האט אים אויסגעזען ווי א‬

‫ווייטער חלום און כמעט אן אוממעגליכע זאך‪.‬‬

‫דער וויזשניצער רבי האט אבער נישט געוואלט נעמען ניין פארן אן ענטפער‪" .‬כ'האב מיך פרוביר ארויסצודרייען‪,‬‬
‫כ'האב געזאגט פאר'ן רבי'ן‪" ,‬וואס פעלט עס מיר אויס?" האט דער רבי געענטפערט‪" ,‬וואס רעדטסטו נארישקייטן‪,‬‬
‫איינמאל העלפן א איד לוינט זיך עס אלעס‪ ".‬דער רבי האט דאן נאכגעזאגט א ווארט פון הרה"ק רבי יודעלע‬

‫זשיקעווער‪' ,‬תורה איז דא אין הימל גענוג‪ ,‬מ'דארף העלפן א איד‪'.‬‬

‫ווען פאטאקי איז אריבערגעקומען פאר א באזוך האט אים טאקע דער רבי געבעטן ער זאל אריינשטעלן היימישע‬
‫אידן אלס טשאפלען אין תפיסה‪ .‬דער וויזשניצער רבי האט געשמועסט מיט פאטאקי אין אונגאריש‪...‬‬

‫פאטאקי האט דאן געפרעגט דעם רבי'ן "וועמען?"‪ ,‬האט דער וויזניצער רבי פארגעשטעלט דעם רב און געוויזן מיט‬
‫די פינגער "אים"‪.‬‬

‫דער רב דערציילט ווי עטליכע וואכן שפעטער האט מען אראפגערופן צו אן אפיציעלער מיטינג אין אלבאני‪ ,‬אבער‬
‫קיין ווארט האט ער נישט פארשטאנען וואס מ'האט דארט גערעדט אז ער האט א גאנצן צייט געדארפט איבערפרעגן‬
‫דעם פאלטישאנער רב הגה"צ רבי אפרים שטיין וואס די רעדע איז‪ .‬דער קאמישאנאר האט דאס אויפגעכאפט און‬

‫זיך אפן געוואונדערט פארוואס דער יונגערמאן פרעגט דארט קשיות א גאנצן צייט‪.‬‬

‫אבער דוקא זיין אויפריכטיגקייט האט נושא חן געווען‪ .‬ווען דער רב איז שוין געווען אויפ'ן וועג ארויס איז מען אים‬
‫געקומען זאגן אז דער קאמישאנאר רופט אים‪ .‬מר‪ .‬גראד האט ער געהייסן‪.‬‬

‫"איך ווייס אז דו קענסט נישט קיין ענגליש‪ ",‬זאגט ער אים אין פנים אריין‪" ,‬אבער די אלע מענטשן דא זענען‬
‫פאליטישאנס און אנדרייערס‪ ,‬אזא איינעם ווי דיך דארף איך‪".‬‬

‫קריגנדיג די פאזיציע אלס טשאפלען האט דער רב געדארפט שנעל מאכן לייסענס‪ ,‬ער האט אבער נישט געקענט‬
‫דרייוון און נישט קיין ענגליש אז לייסענס האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך‪ .‬בדרך לא דרך בבחינ' שלוחו של‬

‫אדם כמותו האט זיך דער רב פארשאפט לייסענס‪.‬‬

‫ברכת קדשו פון וויזשניצער רבי'ן פולקאם מקויים געווארן‪ ,‬אלס הויפט ראביי און טשאפלען פון אלע סטעיט‬
‫תפיסות אין ניו יארק פון וועסטשעטער ביז אלבאני דערמעגליכט אים צו העלפן אן א שיעור אידן‪.‬‬

‫על דא ועל הא‬

‫אין יענע טעג איז געווען אין די נייעס אז די טראמפ אדמיניסטראציע שלאגט פאר געוויסע רעפארמען אין‬
‫איבערגעטריבענע אורטיילן‪ .‬מיר האבן געפרעגט דעם רב וויאזוי דאס וועט אפעקטירן די אידישע ארעסטאנטן‬
‫און זיינע עבודת הקודש‪ .‬דער ענטפער איז געווען אז אז טראמפס איניציאטיווע צו רעפארמירן דאס געזעץ איז א‬
‫געבענטשטע זאך ווייל אפילו טאמער עס מאכט נישט אויס דירעקט טוישט עס אבער די אטמאספער און די ווינט‬

‫און ס'ברענגט מער בויגזאמקייט צווישן די באאמטע ווען עס קומט צו שתדל'ען פאר ארעסטירטע‪.‬‬

‫נאך א וויכטיגער פונקט וואס דער רב האט באטאנט אז ער פערזענליך באנוצט זיך נישט מיט קיין שום טעכנאלאגישע‬
‫קאמוניקאציע מיטלען ווי אימעיל וכדו' פשוט אלס זיכערהייט אויס‪ .‬ער באטאנט ווי מענטשן כאפן זיך נישט אז סיי‬
‫וועלכע ווירטואלע געשריבענע ווארט בלייבט אויף אייביג און ווי ווייט מ'דארף געווארנט זיין וואס מ'רעדט און וואס‬
‫מ'שרייבט‪ ,‬ווייל אזנים לכותל‪ .‬פארברענגענדיג צווישן יענע פאראומערטע ווענט‪ ,‬קענען מיר בלויז באשטעטיגן‪ :‬עס‬

‫לוינט נישט אנצוקומען אהין!‬


Click to View FlipBook Version