The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Tosh Connect, 2024-01-04 19:03:24

CONNECT ISSUE 83

CONNECT ISSUE 83 01

1270.907.514 CA.TOSHCONNECT@INFO 2023 05. JAN | 83 ISSUE פרשת שמות תשפ"ד 1733-312-514 Prushinowski Shmiel Duved 4380-509-438 מיר זענען דא אייך צו סערווירן! יחזקאל הערשקאוויטש Residential Commercial future your on focus a With. Financing Atropa Fleuriste Belladonna 4H1 H2V Mtl, Parc du Av 5602: Address 1144-387) 438: (Tel com.fleuristeatropabelladonna@Vicky 30:5 to 00:12 - sun 30:5 to 00:11 thus - mon 00:10 to 00:8 night thursday 0249-323 450 0C4 J7R QC, Eustache-Saint, Bibeau rue, 536 4192-472-450


,ladies & girls, teens shoes baby ALL SHOES slippers mephisto off% 25 - plus helda & mabel style years Last years This years This SELECT SHOES BOYS off 40-25 off%50-35% 50 % off 00:7-00:1 Hours • 3222.434.450 • Halevy Beth 328 בס״ד בס״ד years This בס״ד בס״ד


!!LEFT DAYS 3 !!LEFT DAYS 3 TUES - SUN 10-8 AND 2-11 !SALE FINAL ARE ITEMS SALE ALL PAST SUMMER COLLECTION ADDED NOW (TAX NO( %% ,BUBBYS W UP STOCK TA IT K CHARMING H HOME ME E CH FOR SETS !!PRICES ARMING


בס''ד of demand to Due! NEW health the, mothers working some: divided be will day the in lectures .night at some & morning 2-12: Morning 30:10-30:8: Night had already you When the and tea much so .go letting not is flu a Missed Listen? lecture 0909.506.718: at 3-1-1-1-9 dial :by Sponsored


בס''ד BOYS FOR PERMS (9 AGE TO UP( CUTS BLOWS STYLES BOYS FOR PERMS s’Mindy salon Hair Montreal and Tosh in Available home your of comfort the In 4271.503.514. S Mindy text or Call prices for call !New


Introducing ever you Have about thought removal hair laser due hesitated but about concerns to Introducing? pain Hair Laser our ,service Removal a providing painless truly for experience utmost your Now Book. comfort session per time Less• needed sessions Less• type hair of range wider a in Takes• experience Spa Comfortable• available bundle treatments special. s.p• our with perfection painless Discover ,machine Titanium ICE Soprano latest unparalleled for technology leading .results


PEARL SEA SOUTH SPECIALS


com.schonsnatural@orders 6360.418.514 Viateur Saint 1004 00:1- 00:11: Fri 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:6- 00:12: Sun Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily I that grateful so m'I miracle the across came once My. toothpaste clay gone is pain canal root mouth entire my and !h"b fresh and clean feels Natural s'Schon Thanks !!product perfect the for run to used I! Wow for looking around products food health .kitchen my in use to all for you Thank and research your the in bringing for so ingredients best !locally the taking Since boosting Immune employee your products not have I, suggested cold single a had covid of symptom or m'I. Hashem Chasdei it lucky extremely !me for worked the for much so ever Schon. Mrs you Thank are cramps leg nightly My. Calm Natures !now better much sleeping m'I and relieved .recommendation Great appreciate We Feedback your


תפיסה מחלה איבערלעבן א שווערע ביטערע בס''ד


א שווערע מחלה האט ליידער באטראפן ר' דוד א טייערע איד וואס האלט שוין אין די לעצטע יארן פון זיין אורטייל, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די באזוכן 'האבן פשוט געראטוועט זיין לעבן'. סיי אלס זיין מאראל, און אז די דאקטורים זאלן האבן א סיבה זיך אפצוגעבן מיט עהם.. די דשעיל-שפיטאל באאמטע האבן אונז קלאר געשטעלט אז 'קיינער' אין זיין צושטאנד מאכט עס נישט אדורך.. חודש היומא דהילולא של הרה"ק • שבט תשפ"ד • רבי משה לייב מסאסוב זצוק"ל


ספעציעלע לתושבי בקשה קריתינו הקדושה מיט פארשטענדעניש שומרים בס"ד באסעס וועלן קורסירען פון 30:4 צו ברענגן די ציבור צום קבלת פנים, און פון נאך די חופה די גאנצע חתונה פון משה און פון בית הלוי צום ביטע בית המדרש און צוריק נישט קומען מיט די קארס צום "קבלת פנים" ווייל עס וועט פארשווערן דעם עס וועט זיין צוגעשטעלט פארקער אין די שטאט. פארקינג ארום די בניני המוסדות בלויז פאר געסט און עלטערע מענטשן


בס"ד לכבוד תושבי קריתינו שיחיו. מיט דעם ווילן מיר מיטטיילן אינפארמאציע איבער דעם קליניק centre UP דער קליניק געפינט זיך ארום צען מינוט פון טאהש, נעבן הייוועי 640 און Av 25e( נעבן Market Flea .) 4C1 J7P Quebec, Eustache-Saint, 200 suite Mathers 375: Address 1033-485-450: appointments for number Telephone 0323-693-450-1: number phone General .m.p 00:8 to. m.a 00:8, days 7: in-walk Emergency דער קליניק סערווירט קינדער ביז 18 יאר אלט, מיט א שטאב פון קינדער דאקטוירים ) pediatricians )און נורסעס . אין פאל פון עמערדזשענסי ה"י, קען דער קליניק זיין א פיל גרינגערער אלטערנאטיוו ווי אריינפארן אין שפיטאל. מ'דארף נישט קיין אפוינטמענט פאר עמערדזשענסי, און דער ציל וואס דער קליניק שטעלט פאר זיך איז אז די פאציענטן זאלן זיין אינדרויסן ביז 90 מינוט. ס'איז אויך דא אן Imagix( פאר עקסרעי( אויפ'ן זעלבן שטאק, וועלכע ארבעט צוזאמען מיט'ן קליניק און איז אפן די זעלבע שעות. נעמט אין אכט: דער עמערדזשענסי וואק-אין קליניק איז בלויז ווען ס'פאלט אונטער איינער פון די צוויי קאטעגאריעס: 1 .Respiratory – אטעם פראבלעמען, ווי croup severe אד"ג. 2 .Injury – סטיטשעס, א צעבראכענער ביין, אד"ג. אלע אנדערע פעלער וואס א קינד פילט נישט גוט, דארף מען מאכן אן אפוינטמענט פון פאראויס . דער קליניק האט אויך פארשידענע ספעציאליסטן, ווי למשל א Doctor Allergy Pediatric . יה"ר אז אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק אלעמאל. בכבוד רב, management medical-T


זינטאג פר׳ יתרו - ...date the 28Save Jan בס״ד 2178.501.514 Kool


ווארעמט א וואס היים יאקאב זיצט די קאפ געבויגן, און רעדט נישט קיין ווארט ער איז יעצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטן, ווייטן ארט. ער זעט זיין מאמע בענטשן ליכט און זאגט א תחינה מיט אוי היט מיין יענקעלע‘ן באשעפער ער זאל בלייבן דארט א איד....


א היים פאר דעם בורא‘ס קינדער ווען דער ערשטער קלאפ אין טיר האט זיך געהערט האט זעלדי גארנישט פארדעכטיגט. עס מאכט זיך אמאל ביי יעדן. “מיין מאמע איז נישט אינדערהיים. מיר קענען דא זיין ביז זי קומט?” די אכט יעריגע רחל‘ע ברייער איז דארט געשטאנען, אנהאלטענדיג די האנט פון איר דריי יונגערע געשוויסטער, איר פנים פאררויטעלט און איר קול שטיל און שעמעוודיג. זעלדי האט גלייך ברייט געעפענט די טיר. פארוואס זאל זי נישט טון א טובה פאר די שכנ‘טע חי‘ ביילא ברייער פון די אויבערשטע שטאק אמאל? זי איז נישט ספעציעל נאנט מיט איר, חי‘ ביילא איז גאנץ א צוריקגעצויגענע. דאך שמועסט מען דא און דארט ביי די באס סטאפ, מען בארגט זיך א מילך אדער גלאז צוקער ווען עס פעלט אויס, און אמאל אמאל, אין א נויטפאל, היט מען די קינדער. סתם אזוי קען מען דאך אויך אמאל גיין שפילן ביי די שכנים. ”זיכער! קומטס אריין!“ האט זי ווארעם עעדער קען דעם הערליכן ליד פון רבי יום טוב ערליך י ע“ה איבער “יאקאב” וואס עלנד אליין צווישן די ווילדע טאדזשיקן, אן וויסן אויב א איד ערגעץ איבער די וועלט עקזעסטירט נאך, האט ער בייגעשטאנען דעם שווערן נסיון מיט מסירות נפש. פון וואו האט ער גענומען די כוחות? פון זיינע זכרונות, פון זיין ווארעמע היים. וויפיל קינדער וואס גליטשען ל“ע קומען ברוך השם צוריק נאר דורך די בענקשאפט וואס זיי פארמאגן נאך זייער ווארעמע אידישע היים וואס העלפט זיי זיך צוריקכאפן? ווייל א אידישע הויז איז פיל מער ווי א וואוינונג. אונזער היים איז א בית נאמן מעט, ווי מיר בויען אויף פארן אויבערשטן א ווארעמען היים.


באגריסט די קינדערלעך. דער זעקס יעריגער מוישי ברייער האט נישט געווארט פאר קיין ווייטערדיגע איינלאדענונגען, און איז גלייך אריינגעלאפן אין דעם שפיל-צימער וואו זעלדי‘ס אייגענע צוויי אינגעלעך האבן געהאלטן אינמיטן אויפבויען א פאלאץ מיט לעגא. זיי האבן זיך געפריידט צום חבר, און נאך א מינוט איז אויך דער פיר יעריגער ברודער פון מוישי, חיים, געווען פארנומען מיטן אויפזוכן נאך געלע לעגא פאר דעם גאלדענעם שטול. רחל‘ע, די עלטסטע, האט אנגעהאלטן איר כמעט דריי יעריגע שוועסטערל‘ס אסתי‘ס הענטעלע אבער אויך זיי זענען שנעל פארשפילט געווארן מיט זעלדי‘ס קינדער, מיט וועמען זיי זענען דאך שוין היימיש אלס שכנים. זעלדי האט זיך געפריידט אז אירע קינדער האבן אומערווארטעט באקומען געסט וואס האלטן זיי מער פארנומען ווי געווענליך און זיי מוטשענען איר נישט בשעת זי ענדיגט פרעגלן די שניצל פאר נאכטמאל. אינטערעסאנט אז חי‘ ביילא האט איר בכלל נישט אנגערופן פרעגן וועגן די קינדער. ווען קומט זי אהיים? עס איז שוין גאנץ שפעט, און נארמאל וואלט זעלדי שוין סערווירט נאכטמאל פאר איר משפחה. זי ווייסט אבער נישט צו חי ביילא האט אנגעגרייט א מאלצייט פאר אירע קינדער און וויל נישט זיי זאלן עסן ביי איר אינדערהיים. עס פאסט נישט פאר חי‘ ביילא. זי פלעגט זיין אזא איבערגעגעבענע, אחריות‘דיגע מאמע. מן הסתם איז יעצט זייער א פארנומענער סעזאן ביי איר מאן‘ס געשעפט. זינט ר‘ שלום ברייער האט געעפענט דעם נייעם הויזווארג געשעפט, גייט זי פיל מאל אריין דארט צו ארבעטן אינעם אפיס, באשטעלן פראדוקטן, פירן די חשבונות, א.ד.ג. זעט אויס אז היינט איז זי געווארן זייער אריינגעשלעפט אין די ארבעט און האט פארגעסן אפילו צו פארזיכערן אז אירע קינדער זענען ערגעץ אנגעקומען. “זאג מיר.“ האט זעלדי צוגערופן רחל‘ען. ”דיין מאמע ווייסט אז איר זענט דא?“ אפשר זוכט זי זיי היסטעריש! רחל‘ע האט ארויפגעקוקט פונעם קאמיקס ביכל וואס זי האט געליינט. “אה, יא. זי האט מיר היינט אינדערפרי געזאגט אז איך זאל זיין אריינקלעפן צו קליינפעלד אויב זי איז נאך נישט אינדערהיים ווען איך קום. מיין טאטע האט אראפגענומען די קלענערע קינדער פון די באסעס אבער ער האט שוין געדארפט צוריקלויפן אין געשעפט.” זי האט אריבערגעמישט דעם בלאט און זעלדי האט אינערליך געצויגן מיט די פלייצע. שוין, אבי איר איין יעריגע נחמי האט זי נישט איבערגעלאזט ביי איר. נעבעך אויף דאס קינד וואס ווארט מן הסתם אזוי פיל שעות ביי די נערוועזע בעיביסיטער און איר מאמע איז פארנומען מיטן מאכן געלט. זי האט שנעל צוגעלייגט נאך עטליכע פארציעס פלייש צום טאפ. צודרוקטע קארטאפל איז דא גענוג, און בראקאלי עסן סיי ווי נישט רוב פון אירע קינדער. די טאפ זופ וועט אויך זיין גענוג פאר אלע הונגעריגע קינדער. עס וואלט געווען שיין ווען חי‘ ביילא פרעגט איר, אבער די קינדער זענען זיכער הונגעריג. זי האט גערופן יעדן צו נאכטמאל, און זיך געפריידט אז זי האט אויך אינזין געהאט די ברייער קינדער. זיי האבן אויסגעזען אזוי הונגעריג און געשלינגען די זופ ביזן לעצטן לעפל, אנדערש ווי אירע קלייבערישע קינדער. “מיין מאמע פלעגט אויך אמאל קאכן אזוי גוט!” האט דער זעקס יעריגער מוישי זיך


מיטאמאל אנגערופן. זי האט זיך איינגעהאלטן פון פרעגן ווען עס האט זיך אויפגעהערט. הלוואי ווען חי‘ ביילא און איר מאן פארשטייען אז פרנסה איז פון הימל, און מען דארף געדענקן אז עס קלאפט אויס אויף די קינדער, ווען מען ווייסט נישט צו לייגן גרעניצן. שוין, זי וועט נישט זאגן קיין ווארט פאר חי‘ ביילא. זי איז בלויז א שכנ‘טע. זי וועט נאר זיין ליבליך צו אירע קינדערלעך און זיי שענקן אן עקסטערע שמייכל. די צייט איז געלאפן אבער פון חי‘ ביילא איז נישט געווען קיין זכר. זאל זי איר אנרופן? צען צו אכט, ווען זעלדי האט שוין נערוועז געביסן אירע ליפן זיך וואונדערנדיג וויאזוי זי וועט קענען היינט לייגן די קינדער שלאפן בשעת די ברייערס לויפן דא ארום, האט איר טעלעפאן געקלונגען. מר. ברייער האט געבעטן צו רעדן צו זיין רחל‘ע. “מוישי! חיים! אסתי! טאטי האט געזאגט אז מיר זאלן אהיימגיין און שיין ווארטן אין בעט!” אירע געשוויסטער זענען נישט געווען צו פרייליך אבער רחל‘ע האט זיי פארשפראכן א פרייז אויב זיי וועלן גיין שנעל שלאפן. מיט איינגעפאלענע פלייצעס, אויסזענדיג צו ערנסט פאר איר עלטער, האט זי אנגעכאפט אסתי און חיים ביי די הענט און ארויס פון טיר. ”מיין טאטע האט געזאגט ש‘כח.“ האט זי זיך דערמאנט צו זאגן פאר זעלדי‘ן איידער זי איז ארויס פון שטוב. זעלדי האט געשמייכעלט און געוואונטשען א גוטע נאכט. זי האט זיך געשפירט שלעכט פאר דאס מיידל מיט אן עול צו לייגן דריי קינדער שלאפן אליין. דעם קומענדיגן טאג, ניין אזייגער אינדערפרי, האט זעלדי זיך אנגעקלאפט אין חי‘ ביילא בשעת זי איז ארויס פון בנין. ”אה, גוט מארגן.“ האט זעלדי איר באגריסט. זי האט געווארט צו הערן דעם דאנק פארן זיך אזוי געטריי זיך אפגעבן מיט חי‘ ביילא‘ס קינדער. חי‘ ביילא האט אויסגעזען מיד און פארמאטערט. אירע רויטע אויגן זענען געווען ארומעגענומען מיט שווארצע רינגען. זי האט פארשלינגען א געניץ ווען זי האט ווארעמער צוגעדעקט איר בעיבי וואס האט געקרעכצט אינעם וועגעלע. “אה, שכח זעלדי פארן האלטן מיינע קינדער.” זי האט גערעדט אזוי טרוקן,אז זעלדי האט געשפירט אפגעפאטשט. עס האט אויסגעזען ווי חי‘ ביילא קווענקלט, און דאן האט זי פארגעזעצט. “ איך האב דיך טאקע געוואלט פרעגן. עממממם. איך בין זייער פארנומען מיט די ארבעט אין די תקופה. אפשר וואלטן מיינע קינדער געקענט אריינקומען ווען איך בין נישט אינדערהיים?” זי האט זיך פאררויטעלט, קענטיג אומבאקוועם. הער אויף צו ארבעטן אזוי פיל! זעלדי איז געבליבן שטיין שאקירט. זי האט געוואלט זאגן פאר חי‘ ביילא אז איר פליכט איז צו זיין אינדערהיים מיט אירע קינדער, אבער עפעס אין איר שכנ‘טעס געשטאלט האט איר אפגעהאלטן. זי האט אויסגעזען צו זיין אנגעצויגן און אן א ברעקל כח. יעצט איז נישט די צייט איר צו פארהאלטן. ווער ווייסט וואס עס טוט זיך ביי איר? אפשר פארלירן זיי געלט און עס איז נישטא קיין ברירה נאר זי מוז ארויסהעלפן איר מאן אז זיי זאלן קענען לעבן נארמאל? זי האט פארשלינגן איר איבל, און


געשמייכעלט. זי וועט עס טון פאר די קינדער. זיי זענען זיכער אומשולדיג. די בילד פון די קליינע רחל‘ע וואס פירט איר קלענערע געשוויסטער אהיים צו שלאפן לייגן איז ארויפגעשווימען איר איר קאפ. “נישט קיין פראבלעם! זיי זענען אמת‘דיג וואוילע זיסע קינדער.” זי האט זיך נישט פארגעשטעלט אז דאס מיינט אז פון היינט און ווייטער, כאטש דריי מאל אין וואך, וועט זי זיין די וואס נעמט אראפ די ברייער קינדער פון די באסעס )ווייל זיי קומען אהיים צוזאמען מיט איר אייגענע, און קיינער ווארט זיי נישט אפ(, און דינט פשוט אלס זייער מאמע מיט אלע געברויכן ביז רחל‘ע נעמט זיי אהיים שפעט אין אווענט צו לייגן שלאפן. אפילו באדן און אונטערשרייבן היימארבעט איז געווארן א טייל פון אירע פליכטן. זי האט כמעט נישט געזען חי ביילא‘ן פאר די אויגן. ווען יא, האט זי זיך געיאגט און געדאנקט מיט א פארכאפטע זאץ איידערן אנטלויפן. צו כמעט אדאפטירן נאך פיר קינדער פון איין מינוט צו די אנדערע, ווי זיס און גאנץ וואויל זיי זענען געווען, איז געפאלן גאר שווער אויף זעלדי‘ן. נאך דערצו ווען קיינער איז איר אפילו נישט מכיר טוב און מען נעמט עס אן אלס זעלבסטפארשטענדליך. אפילו ווען איר הארץ איז געווען פול מיט פאראיבל אויף איר אומפאראנטווארטליכע שכנ‘טע, האט זי אבער מיט איר ברייט הארץ געפילט אז זי מוז געבן פאר די ברייער קינדער א ווארעמע היים. ,זיי האבן באמת געשפירט אינדערהיים ביי איר. ממש ווי די אייגענע. נאך צוויי חדשים אין אזא שטייגער, איז איר איין טאג, ווען זי האט געהאט א שווערע נאכט מיט איר בעיבי, באמת שווער געווארן. זי האט געפילט ווי זי קען מער נישט אנגיין. ”זאל איך איר פרעגן וואס איר פלאן איז?“ האט זי פארצווייפעלט געפרעגט איר מאן איין נאכט, ווען אין הויז איז געווען רואיג. איר מאן, א איד א בעל חסד וואס האט איר ביז היינט מחזק געווען און צוגעהאלפן מיט די ברייערס, האט פארשטאנען איר קלעם.


עס איז נישט נאר די פיזישע ארבעט און שוועריגקייט. דער געדאנק אז מען נוצט ארויס איר גוטסקייט דרוקט אויך אויפן הארצן. “איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן. פון איין זייט ביסטו בכלל נישט מחויב דאס צו טון. פון די צווייטע זייט – עפעס זעט מיר ר‘ שלום ברייער אויס זייער אנגעצויגן און אויסגעלאשן לעצטנס. זעט אויס אז זיי מוטשענען זיך זייער מיט זייער פינאנציעלע מצב. איך וויל נישט שווערער מאכן אין די פאל.” ער האט פארגעזעצט. “איך מיין אז אויב מען וועט עס אנקוקן ווי מען טוט עס אלס חסד וואס איז געשיקט פונעם בורא, אן מאכן די חשבון איבער די מענטשן וואס זענען דא פארמישט, וועט עס זיין גרינגער.” זעלדי איז געבליבן שטיל. זי קען זאגן פאר רחל‘ע אז מען קען מער נישט קומען, אבער איר הארץ גייט פארט אויס פאר די קינדער. למעשה איז עס אויך א ריזיגער מצוה וואס דער בורא האט איר אריינגעווארפן אין שטוב אריין. זי האט באשלאסן צו שווייגן. זי וועט בעטן דעם בורא פאר אן איבריגע דאזע כח און געדולד צו קענען זיך אפגעבן מיט זיינע קינדערלעך וואס קומען אן צו איר כמעט יעדן טאג לעצטס. מען קען נישט זאגן אז די שוועריגקייט איז אינגאנצן פארשוואונדן, אבער די געדאנק אז זי טוט עס נאר פארן בורא האט געהאלפן איר שטארקן. די ברייערס מיט זייער באזוך טאג נאך טאג זענען שוין אריין אינעם רוטין פון איר סדר היום, אזוי אז זי איז שוין געווען געוואוינט דערצו. פיר חדשים נאך דעם ערשטן קלאפ אין טיר, האט זי זיך געוואונדערט צו באקומען א טעלעפאן רוף פון איר שכנ‘טע חי ביילא. זי האט כמעט גארנישט געהערט פון איר די גאנצע צייט, אפילו בשעת זי האט זיך אפגעגעבן מיט אירע קינדער אזוי געטריי. “זעלדי? וויאזוי קען איך אנהויבן דיר צו דאנקן און ערקלערן?” האט זי גערעדט מיט א געשטיקטע קול. אין אפגעהאקטע זאצן, איז די געשיכטע ארויסגעקומען. די קליינע אסתי ברייער, איז ליידער זייער נישט געזונט. זיי האבן באקומען אן אנווייזונג פון דעת תורה צו האלטן בסוד דעם מצב. די ”געשעפט“ איז געווען א תירוץ אויף לאנגע באהאנדלונגען אין שפיטאל, ליידער חי‘ ביילא איז אן אן איינציגע טאכטער, און איר עלטערע מאמע קען שוין נישט נעמען די עול פון אירע יונגע אייניקלעך. אירע צוויי ברודער וואוינען אויך נישט דא אין שטאט. איר מאן קומט פון לאנדאן. זי האט פשוט נישט געהאט קרובים וואס זאלן צוהעלפן מיט די קינדער. זי האט זיך געשפירט אזוי שלעכט פאר אירע אומשולדיגע קינדערלעך וואס ליידן, אבער זי האט געמוזט זיין אין שפיטאל מיט איר נישט געזונט קינד ליידער ל”ע. “דו ווייסט נישט וואס דיין געטריישאפט, נאך אן פרעגן שאלות וואס איך האב נישט געקענט ענטפערן, האט געמיינט פאר מיר!” האט זעלדי געהערט איר שכנ‘טע שלוכצען דורכן טרייבל. “דו האסט געראטעוועט מיין שטוב מיטן געבן פאר מיינע קינדער אזא ווארעמע היים.” זי האט געשלונגען און דאן ווידער גערעדט. “ברוך השם, יעצט קען איך שוין דערציילן אין פריידן. דער מצב איז פיל בעסער און מיין אסתי גייט צום בעסערונג. איך האב געפרעגט דעם רב אויב איך קען דערציילן


און ער האט מסכים געווען אז עס איז וויכטיג דיר צו זאגן פון וואס עס רעדט זיך.” זעלדי האט פארלוירן אירע ווערטער. ווער וואלט זיך פארגעשטעלט וואס די ברייערס גייען באמת אדורך יעצט? זי האט געדאנקט דעם אויבערשטן פארן איר גיבן דעם שטארקייט, צו קענען אן פראגעס גיבן פאר זיינע קינדערלעך א ווארעמע היים, זיי צו העלפן דורכגיין דעם קריזיס. א פייער וואס קיין ווינט קען פארלעשן אמאל איז זי געווען א טאכטער. א שוועסטער. א מומע. א פרינצעסן. נישט א פרינצעסן וואס איז געזיצן מיט פארלייגטע הענט און באדינט געווארן, אבער זי איז געווען איר מאמע‘ס פריידעלע. איר טאטע‘ס מוזשיניקל. און היינט? היינט איז זי א שאטן? א שאטן מיט ביינער וואס שטעקן זיך ארויס פונעם קוים עקזעסטירנדן גוף. א מח וואס אירע מחשבות זענען פארנעפלט פון הונטער שיכטן פון פיין און ליידן. זי לעבט. אבער קוים. זי איז פריי. אבער אליין, אזוי אזוי עלנד. אמאל, אין גרויסווארדיין, האט זי געהאט א היים. היינט איז זי היימלאז. זי האלט זיך אויף אין א די.פי. קעמפ. DP שטייט פאר DISPLACED PERSON. יא, זי איז זיכער אין די קאטעגאריע,זי איז ארויסגעצוואונגען געווארן פון איר באליבטן ארט. זי איז געבליבן אן עלנדע פארוואגלטע נשמה. כאטש האט זי חבר‘טעס. מיט מינדל איז זי געווען אינאיינעם אין אוישוויץ, און בערגן בעלזן. זי קומט אויך פון גרויסווארדיין. זי איז די איינציגסטע זכר פון דעם זיסן אמאל. אמאל. זי קען קוים לאזן איר מח צוריקגיין צו די גליקליכע טעג, ווייל די בענקשאפט און ווייטאג וואס דאס פאראורזאכט איז צופיל צו פארנעמען. זי שפירט ווי זי גייט אראפ פון זינען. זי וועט נישט זיין די ערשטע. פילע וואס האבן אדורכגעשטופט די ביטערע צייטן אונטער די נאציס און ארויס מיטן לעבן, האבן נישט געקענט אויסהאלטן דאם קומען פנים על פנים מיטן שרעקליכן חלל וואס איז פארבליבן אינעם ארט פון אלע זייערע ליבע און טייערע. זיי זענען ל”ע נישט גייסטיש געזונט געווארן. צומאל גלוסט זיך איר אבער זיך צו ארויפווארפן אויפן דינעם געלעגער וואס די ענגלישע האבן איר צוגעטיילט דא אין דעם די פי לאגער, ארויפשלעפן די דינע דעקע איבער די אויגן, און גארנישט קלערן. זי האט נישט די כוחות. וויאזוי קען זי


אנגיין ווען עס טוט אזוי וויי? ”פריידא!“ מינדל לאזט נישט נאך. די געטרייע מינדל! זי שאקלט די דעקע און שלעפט עס אראפ. נעבן איר שטייען אויך שיינא, און אסתר. אלע פון זיי זענען עלנד, און זייער פריינטשאפט דינט אלס שטיקל באנדאזש צו די שרעקליכע פיין וואס די דייטשן האבן איבערגעלאזט נאך זיך אין די נשמות. “פריידא! שטיי אויף! מיר גייען ארויס אביסל פארברענגן!” זי לאזט נישט קיין ברירה, אסתר, מיט איר פעסטקייט. “עס איז דא זייער אן אינטערעסאנטע שפיל! איך זאג דיר, וועסט הנאה האבן!” הנאה? וואס מיינט עס בכלל? פארט, איז זי יונג. זייער לוסטיגקייט דרינגט ענדליך אריין אונטער די שיכטן פון וואטע וואס נעמען איר ארום, און זי לאזט זיך ווערן נאכגעשלעפט פון זייערע פלענער. ”זעסט! יעצט זעסטו אויס גוט!“ קאמפלימענטירט מינדל נאך דעם וואס זי מאכט זיך שנעל צורעכט אירע האר, און טוט אן דעם נייעם סוועטער וואס אסתר האט איר פארשאפט פאריגע וואך. א בלאסע שמייכל צושפרייט זיך אויף פריידא‘ס געזיכט. אויך איר גייסט איז אביסל אויפגעלעבט. זי שפירט זיך ווי א מענטש. ”וואו אהין גייען מיר?“ אינטערעסירט זי זיך, בשעת זי ווארט מיט זיי אויפן טראם וואס וועט פירן אין שטאטא ריין. “אין טעאטער! א הערליכע, זייער אינטערעסאנטע שפיל ווערט דארט פארגעשטעלט!” שיינא איז פרייליך און גוט אויפגעלייגט. זי בלייבט שטיין פארפרוירן. איר קערפער איז נעבן אירע חבר‘טעס, אבער איר גייסט איז אוועקגעפלויגן. זי שטייט נעבן איר מאמע און באטראכט ווי זי צינדט די שבת ליכט. טרערן רינען פון איר מוטער‘ס אויגן, און פליסן פון הונטער די פארדעקטע הענט. איר שוועסטער חנה שטייט ביים זייט און האלט איר קליין אינגעלע אויף די הענט. זי איז דא יעצט פון דעברעצין וואו זי האט חתונה געהאט, אויף א באזוך. איר מאמע שעפשעט און ענדליך עפנט זי די אויגן און שמייכלט צו אירע טעכטער. ”גוט שבת!“ זי קען הערן דעם ווארעמען קול אין אירע אויערן. זי שפירט די ווייכע האנט אויף וואס זי פריידא האט א קוש געגעבן. איר טאטע קומט אריין פון שול. ”גוט שבת!“ זי הערט זיין קול, אזוי ליבליך און קעניגליך.


זי הערט די זמירות, די פייערדיגע ניגונים, וואו איר טאטע גיסט זיך אויס דאס הארץ. והיא רחמיך מתגוללים... זי פילט א ווארעמקייט אין איר הארץ. די זיסקייט, די דערהויבנקייט פון איר אמאליגן היים, האט זיך נאכנישט אויסגעלאשן אפילו דורך די שטורעמישע ווינטן וואס האבן איר באפאלן. זי קוקט אויף אירע חבר‘טעס הונטער דעם נעפל פון טרערן אין אירע אויגן. ”איך קען נישט מיטקומען.“ רופט זי ענדליך זיך אן. איר קול איז ציטערדיג, אבער דאך שטארק מיט זיך. ”פארוואס?“ זיי קוקן איר אלע אן. “א טעאטער? וואס וואלט מיין טאטע געזאגט? מיין מאמע וואלט אזוי געוויינט אויב איר ליבע פריידעלע טוט אזא זאך!” מינדל‘ס אויגן שפריצן פייער. אסתר איז אויך אויפגעברויזט. שיינא קוקט איר אן מיט שפאט. “זיי נישט קיין נאר, פריידא! דיינע עלטערן זענען שוין נישט דא! מיר זענען געבליבן אליין, און מיר דארפן טון וואס עס איז גוט פאר אונז, פאר אונזער געמיט.” “וואס האט דיינע עלטערן‘ס פרומקייטן זיי געהאלפן אין די גאז-קאמערן, הא?” ברומט אסתר מיט א אייזיגע צינישקייט. ”איך קען זיי נישט אנטוישן.“ זי שפירט זייער ליבשאפט, און זייער ליבשאפט צו דעם בורא, אפילו אויב עס שפירט זיך ווי הונדערט יאר איז פארביי זינט זי האט זיי לעצטע מאל געזען. מינדל שטעלט זיך קעגן איר און קוקט איר אריין טיף אין די אויגן. “אויב דו עקשנ‘סט זיך צו בלייבן צוריקגעבליבן אין די יעצטיגע וועלט, גוט פאר דיר!” זי שלונגט.”פארגעס אבער מיין נאמען! איך האב נישט קיין געדולד צו אזעלכע שוואכלינגען.” פריידא זעט צו איר שאק ווי אויך אירע אנדערע צוויי חבר‘טעס שאקלן צו מיטן קאפ, אויפברויז אין זייערע אויגן. זי האט נישט קיינעם! טאטע! איך וויל דיר נישט וויי טון, אבער וויאזוי וועל איך קענען אנגייען אן קיינעם ביי מיין זייט? איך בין געבליבן אזוי עלנד. זי שפירט איר מאמע‘ס גלעט. זי הערט איר טאטע‘ס ווארעמע קול. “פריידא‘לע, א איד איז קיינמאל אליין! דו קענסט זיך שטארקן!” זי אטעמט טיף, און דרייט זיך אויס. דער טראם שטעלט זיך אפ, און די מיידלעך שטייגן אויף, שמועסנדיג צווישן זיך. נאר זי בלייבט אליין. זי הייבט און גיין שטייטעליך. איר הארץ איז פול מיט טרויער, אבער זי איז צופרידן מיט זיך. דעם ערשטן מאל זינט זי איז אפגעריסן געווארן פון אירע עלטערן אזוי ברוטאל, שפירט זי זיך גוט מיט זיך. זי האט געטון וואס איז ריכטיג. וויאזוי האב איך עס געקענט באווייזן? וואונדערט זי זיך זעלבסט. איך בין דאך אזוי צובראכן און נידערגעשלאגן, אזוי אנגעוויזן אין די אנדערע מיידלעך וואס האבן מיר יעצט געוויזן דעם רוקן. דער פייער פון מיינע עלטערן‘ס ליבליכע, שטוב,דורכגעווייקט מיט יראת שמים, אויף אזא ווארעמע פארנעם, באגרייפט זי, קען אפילו די אייזיגע ווערטער זייערע נישט פארלעשן. און דאס קליין פלעמל אין איר הארץ, ווייסט זי מיטאמאל, וועט זי נוצן, צו ווארעמען אויך איר אייגענע שטוב וואס זי וועט אויפשטעלן, בעזרת השם.


צען גאנצע אלפים קלאודינג מאלל ליל החתונה דריי גוד שטריימעל און די מחותן באקומט 000,10$ פעליגע טשעקלעך גרייט צו נוצן! צו קרן חתנים אלפים מיט בלויז א אדער פעקס אימעיל פארטיילט פאר קרן חתנים ממחותני אנ''ש די אסטראנאמישע סומע צו העלפן אייער שכן, ברודער, ידיד, בעת שמחה דורכ'ן ערמעגליכן אונזער קופת הקהלה מיט די דראסטישע צען אלפים 504 $העכערונג כמנין מחותן יעדער ווערט א מחותן! צען גאנצע אלפים קרן חתנים בהיכל התורה זכרו מוצש''ק שמות • ליל ניטל בְנ ֵבל מסיבת ר ֹ ו ׂ עָ ש פארשטארקערן - באפעסטיגן די פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם צען טויזענט דאלער תמיכה סעודת מלוה מלכה רבתי


בהיכל התורה זכרו מוצש''ק שמות • ליל ניטל בְנ ֵבל מסיבת ר ֹ ו ׂ עָ ש פארשטארקערן - באפעסטיגן די פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם צען טויזענט דאלער תמיכה סעודת מלוה מלכה רבתי ווי עס וועט אי"ה ווערן אויסגעקלארט איבער די נושאים ניטל שאלות ותשובות פראגראם מיט הר"ר אשר לעמיל טייטלבוים הי''ו adviser financial אוועקלייגן געלט market Stock Insurance Life plan scholarship RESP Budgeting עס וועט ווערן אויסגעפרעגט דורך האברך הר"ר בערל קליין הי''ו פון קרית טאהש


לזכות:מנחםמענדילבןרבקהזלאטא פערלבתרחל אהרןדודבןפערל חוהגאלדאבתפערל מיט דיינע 100 ברכות ווערן 100 אידן געראטוועט פוןטויט יעדןטאג טייערעאינגל בס“ד (ב"חאיןאור"חסימןמ"ו)


voice your hear us Let בריוו 163# לכבוד די microphone קאלום איך האב זייער הנאה פון די קאנעקט עס איז א געשמאק צו ליינען יעדע וואך און עס איז א treat יעדע פרייטאג עס צו קענען ליינען. איך וויל ענטפערן פאר די פרוי וואס זיכט א גוטע chiropractor , עס איז דא אויף Allee Grand א chiropractor וואס איך האב געזען גוטע results ביי זיי. די נומער איז 4040-419-450 *** עס איז דא א ביי די 640 clinic א מאן און א פרוי chiropractor ,איך האב זייער מצליח געווען מיט זיי. מען קען זיי רופן אויף 2300-434-450 *** אין Therese Ste איז דא א מאן Stephane, chiropractor 9111-314-450 בריוו 164# איך האב געהאט א גוטע ערפארונג מיט א מאן chiropractor אין .Ste Therese וואס טוט testing muscle פאר ער ארבעט אויף א מענטש. זיין נומער איז 9455-435-450 ווי אויך וויל איך פרעגן צו איינער ווייסט אויב מען קען קויפן דא אין טאהש shampoo פון די company Melanuca. יישר כח פארן לייגן מיינע ווערטער


בריוו 165# יעצט אז מיר האלטן אין די קעלטסטע סעזאן אין יאר ווען די קעלט שמייסט אריין אין פנים ווי נאר מען טרעט ארויס, דערמאן איך זיך ווי איך פלעג זיך מיטשענען מיט chapped hands דורכאויס די גאנצע ווינטער. איך האב שוין געהאט פרובירט פילע זאלבן און עצות אבער עס האט נישט צופיל געהאלפן, ביז איינער האט מיר געזאגט איך זאל פרובירן נאר ארויסצוגיין מיט הענטשיך. די געדאנק איז טאקע נישט קיין חידוש אבער איך האב קיינמאל נישט אינגאנצן געגלייבט אז דאס וועט ממש זיין די ישועה, אבער זייט איך האב אנגעהויבן ערליך צו גיין מיט הענטשיך זעה איך א גרויסע חילוק. און עס איז גאר זעלטן אז מיינע הענט זאלן זיין זייער טריקן. א געזינטן ווינטער בריוו 166# איך וויל ענטפערן פאר בריוו 159# Silver Queen אין מאנטריאל פארעכט זילבער. איך בין געווען זייער צופרידן, זיי האבן געטון גאר א גוטע ארבעט מען קען רופן פארקאש אויף -514 9751-274 *** עס איז דא אין מאנסי א Professional וואס איז א מומחה אין פארעכטן זילבער. Restore Silver 3599-425-845-1 בריוו 167# מיט א שטיק צייט צוריק האט איינער געפרעגט וואס מען קען טון מיט א נאסע מאטראץ. איך האב נישט א עצה וואס צו טון איינמאל עס איז שוין נאס, אבער נאך פאר עס ווערט נאס לייג איך א zippered protecter mattress וואס דאס האלט אפ די מאטראץ פון חרוב ווערן. מען טוישט עס איין מאל אין א יאר-צוויי. הצלחה בריוו 168# עס איז באמת א הנאה צו ליינען די ”לאזט הערן אייער מיינונג“ אפטיילונג . איך וויל מעורר זיין פאר די ליינער וואס דריקן זיך אויס מיט די ווארט magazine פאר די קאנעקט, די ווארט קומט בכלל נישט אריין אין די אידישע שפראך. מען האט אלעמאל געוויסט אז אז די ווארט magazine באדייט טמא‘נע ליין מאטריאל. יישר כח פארן געבן דאס פלאץ עס אויפמערקזאם צו מאכן.


בריוו 169# יישר כח פארן געבן די געלעגענהייט זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן. ביי בריוו 158 #האט איינער געזאגט וועגן א chiropractor אין ,Mirabel Justine. DR זיין ריכטיגע אדרעס איז אין Rosmere. ווי אויך האב איך געוואלט אנפרעגן פון די ליינער, איבער מיינע בענקלעך וואס זענען שוין ב“ה גוט אפגעריבן פון אזויפיל יארן זיין אין באניץ, איך זיך ווי מען קען עס איבערפרישן און איבערציען די אנליינערס. איך האב עס געמאכט ביי Dimitry און איך ווייס נישט ווי מען קומט היינט אן צו זיי. אויב איינער ווייסט מער אינפערמאציע זאל מען ביטע אריינשיקן. עס וועט מיר זיין א גרויסע הילף. בריוו 170# לכבוד אלע טאהש קאנעקט ליינערס אין די יעצטיגע חדר\סקול סעזאן ווען די קינדער זענען רוב טאג אין די מוסדות, וויל איך זיי מיטשיקן פאר ריסעס עפעס געשמאק און נארהאפטיג, וואס זאל זיי געבן חשק ווייטער צו גיין און שטייגן. אבער די קינדער ווילן אנדערש ווי מיר, זיי ווילן האבן נאש אזויווי ’יעדער‘ ברענגט )מיינענדיג מיט דעם די אמתע רויטע און בלויע קלעבעדיג סחורה( וויל איך פרעגן ביי די עלטערן פון ’יעדער‘, וואס שיקט מען מיט אז עס זאל ווערן אויפגעגעסן און נישט איך זאל נאכדעם טרעפן אין די לאנטש בעגס צוקוועטשטע עפלעך און צוברעקעלטע פרעצעל, און נאך מער ווי אזוי שטילט מען איין די נאגענדיגע פראגע פארוואס נאר ’יעדער‘ מעג האבן. איך קוק ארויס אויף אייער ענטפער בריוו 171# איך האב גע‘lacquered א לייכטער, אבער עס איז שוין מער נישט אזוי שיין און איך וויל עס אראפנעמען. די איינציגסטע וועג וואס איך ווייס איז נאר ביי א professional פאר אפאר הונדערט דאלער. אויב איינער האט סיי וועלכע אנדערע געדאנק וויאזוי עס אראפצונעמען זאל מען ביטע אריינשיקן. יישר כח בריוו 172# איך האב לעצטנס געהאט א שלעכטע ערפארונג מיט א סוועטער וואס איך האב געקויפט פאר טייער געלט און ביז א קורצע צייט האט עס


לאזט הערן אייער מיינונג אין דעם קאלום לאזט א מעסעדזש אויף: 3 #1270-907-514 אדער שיקט א פעקס צו: 3814-238-438 אדער שיקט א אימעיל צו: ca.toshconnect@info אנגעהויבן שטארק צו פימפלען. איז דא א וועג ווי אזוי מען קען וויסן בעפאר איך קויף עפעס אויב דאס איז פון א גוטע קוואליטעט, אדער אויב עס וועט פימפלען? )איך האב מיך שוין אויסגעלערענט אז עס האט נישט דווקא צו טון מיטן פרייז( קען מען דאס זעען אויף די לעבל פון די contents? ביטע ענטפערט מיין בריוו יישר כח בריוו 173# לכבוד די קאנעקט אויסגאבע איך וויל געבן א גוטע געדאנק פאר אידישע מאמעס וועלכע זוכן צומאל אין די לאנגע ווינטער טעג וויאזוי צו באשעפטיגן די קינדער, עס מאכט זיך אסאך מאל וואס מען זעט פלעצער אין די הויז וואס זענען געווארן אפגעריבן, צ. ב. ביי די ווינקלען פון די ווענט, און עס קען זייער נערוועז מאכן, מען קען מאכן פון דעם פראבלעם אן אינטערסאנטע באשעפטיגונג, און אזוי אויך שפארן געלט. מען קויפט ווייסע שיך פיץ אדער out white liquid געוואנדן ווי גרויס די פלעקן זענען, מען גייט ארום צו אלע שפאלטן און מען touched up עס קען איינשפארן צו דארפן איבערפארבן די הויז, און עס גיבט א שטארקע פרישקייט! בריוו 174# לכבוד די טאהש קאנעקט איך וויל דא מיט טיילן מיט אייך א גאר האקעלע טעמע פון געבן אינפארמאציע אויף א מיידל/בחור אין שידוכים. איך טייל דאס מיט בלויז ווייל איך האב מיטגעהאלטן פון די נאנט אזא פאל, און איך האף אז עס וועט העלפן עס זאל זיך נישט מער איבערשפילן. עס איז זייער באקאנט וואס מען 'טאר נישט' רעדן, אבער עס איז נישט אזוי באקאנט וואס מען 'מיז יא' רעדן. ווען איינער פרעגט אינפארמאציע, שיסט נישט נאר קאמפלימענטן, נאר טראכט איבער מיט אחריות , און ענטפערט אמת'דיג. אויב ווייסט איר אז עפעס טויג נישט ברוחניות אדער בנפש, באהאלט עס נישט. איר ווילט נישט באראבעווען א ערליכע בחור/ מיידל וועלכע לעכצט אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל. איר ווילט נישט זיין די גורם אז יענער זאל אריינפאלן. אויב האט איר א ספק צו איר זאלט יא אדער נישט זאגן עפעס, פרעגט א שאלה! עס איז נישט דא קיין שום היתר צו געבן פאלשע אינפארמאציע. ענפערט וואס איר וואלט געוואלט מען זאל אייך ענטפערן ווען עס איז אייער אייגן קינד . טייערע אידן, הערט אויס מיין וויי געשריי און גיבט אינפארמאציע מיט אהבת ישראל.


וויכטיגע אנווייזונגען צו די גרויסע חתונה בחצרות קדשינו• • די דערהויבענע מעמד קבלת פנים וועט בעז''ה פארקומען קבלת פנים • • כדי אנצוהאלטן דעם סדר זאל מען בשעת דעם קבלת פנים זאלן זיך ביטע שטעלן אויף די פארענטשעס. בלויז פאר עלטערע אידן ואנשים חשובים, בעה"ב ואברכים • מען בעט בכל לשון של בקשה מען זאל לאזן די זיץ פלעצער זייט פון ביהמ"ד פארן ציבור. צוגעגרייט פארענטשעס באזונדער אויף די מזרח און מעריב אום 00:5 אזייגער פארנאכטס, בהיכל ביהמ''ד אברכים. עס איז • עס ווערט ספעציעל צוגעגרייט בעז"ה אין בנין ביהמ''ד אברכים, נישט צוגיין געבן לחיים פאר כ"ק רבינו שליט"א. • עס ווערט נישט דעזיגנירט קיין פלאץ פאר די קינדער ביים טעימה ושתי' קלה ביד רחבה פאר די אורחים החשובים. • קבלת פני הכלה פאר די נשים וועט זיין אין די זאל פון "בית פערזענליכע אויפזוכט פון די עלטערן. קבלת פנים. ביטע נישט לאזן די קינדער מיטהאלטן אן די צירל". • אנגעהויבן פון 30:4 וועלן באסעס ארומקורסירן דעם שטעטל, • די מעמד הנשגב והמרומם פון די חופה וועט פארקומען אי"ה מעמד החופה וועלן נישט קענען אריבערפארן על כל צרה שלא תבוא ח"ו. און נאר אויף איין זייט פון די גאסן בית הלוי, כדי די גאס זאל נישט ווערן פאראלאזירט, און די עמוירדזשענסי אגענטורן • די וואס קומען מיט קאר'ס, ביטע פארקן מיט אן אחריות, ביטע קומען מיט די באסעס אויב מעגליך. • מ'בעט בכל לשון של בקשה צו העלפן פארמיידן תערובות, די מאמענטן. הויכע פלאטפארמע צו ערמעגליכן יעדן מיטצוהאלטן די הויכע 00:6 בשעטו"מ פארענט פון בנין בית צירל, אויף א ספעציעלע • באלד נאך די חופה וברכת הקודש וועט אין א דערהויבענע סעודת החתונה רבנים ודיינים וכדו', כדי יעדער זאלן קענען מיטהאלטן. • מען בעט מען זאל ארויפלאזן אויפן בימת הכבוד בלויז די אדמורי"ם פון בית הלוי גאס. מענער זאלן שטיין אין די פארקינג לאט ווי די חופה וועט זיין אויפגעשטעלט, און די נשים אין די פארקינג לאט צו די זייט ביהמ''ד הגדול, ווי פאלגענד: שטימונג סערווירט ווערן די סעודת החתונה אינעם בנין • די סעודה פאר בני המשפחה זקני החסידים, וועט סערווירט • די סעודה פאר בעלי בתים ואברכים החשובים, וועט ווערן בהיכל ביהמ''ד הגדול. • די סעודה פאר די תלמידי הישיבות, וועט סערווירט ווערן סערווירט ווערן אונטן בהיכל הכוללים. • די סעודה פאר די קינדער, וועט סערווירט ווערן אינעם אויבן אינעם עזרת נשים. קרובי המשפחה שליט"א. זייט פון ביהמ''ד די ספעציעלע הויכע פלאטפארמעס פאר די אדמורי"ם רבנים ודיינים הגאונים הצדיקים שליט"א, און פאר • אדמורי"ם ורבנים שליט"א: עס איז אנגעגרייט אויף דרום זיך זעצן אויף אייער פלאץ לויט די אנווייזונגען פון די סדרנים. סדרנים פונעם וועד החתונה, און אייך צו ווייזן אייער פלאץ, ביטע • אריינקומענדיג אינעם בנין הביהמ''ד וועלן אייך אפווארטן העפליכע אין ווייבער שול פון ביהמ''ד הגדול צו די חתונה. המלמדים ומשגיחים מיוחדים, און דערנאך אריבערקומען היכל הביהמ''ד בבנין ישיבה קטנה 14 #בהשגחת • בחורים ובני הישיבות: עס איז צוגעגרייט ספעציעלע • קינדער ילדי הת"ת: עס איז צוגעגרייט די סעודת החתונה אין אויף די פארענטשעס אין היכל הביהמ''ד. פלעצער, אויבן אין ווייבער שול, די בחורים ווערן געבעטן זיך צו האלטן צו זייערע באשטימטע פלעצער במשך די גאנצע סעודה און דערנאך ווערט מען געבעטן ארויפצוגיין • ביטע אנזאגן די קינדער אויסצופאלגן די משגיחים און נישט ריקודין וועלן זיי קענען מיטהאלטן פון די ווייבער שול. די היכל הביהמ''ד בבנין ישיבה קטנה ,14 #און דערנאך ביי די • מ'בעט זייער נישט צו בלאקירן די דורכגענג צווישן די טישן, זיך ארומדרייען אין בנין אן קיין השגחה. סעודת החתונה פאר'ן ציבור. כדי נישט צו שטערן דאס טיילן בשעת די עסקנים סערווירן די • סעודת החתונה פאר נשים: אין די זאלן פון בית צירל. הופעת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א • כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א וועט ערשיינען בשעה 15:8 צו די • נאך הופעת כ״ק מרן רבינו שליט״א וועט מען סערווירן די ריקודין של שמחה. סעודת החתונה, וואס וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט געהויבענע דערהויבענע שמחה. פלייש פאר די טישן, מען בעט יעדער זאל בלייבן אויף די פארענטשעס, און קיינעם נישט שטערן פון מיטהאלטן די • אום 00:9 וועט מען זיך אויפשטעלן בריקודין ובשירה לשמוח שמחת חתן כלה • עס ווערט זייער געבעטן מחמת חוסר מקום, אז אלע תלמידי בשמחת חתן וכלה. • בשעת די ריקודין ביי די סעודת החתונה וועט דער גאנצער לברך ולהתברך ביים צענטראלן שבע ברכות מיוחד לתלמידי ישיבותינו הק'. הישיבות זאלן במשך די ריקודין בלייבן אויף די פארענטשעס, און זיך מיטפרייען בריקודין בשמחת רבינו פון די הייעך, די בחורים וועלן האבן די געלעגנהייט פאר ריקודין מוצאי שב''ק • עס איז צוגעגרייט געווארן א ספעציעלער דורכגאנג – פון מחותנים הרהגה"צ שליט"א. עולם האבן די געלעגנהייט דורכצוגיין לברך ולהתברך און וואונטשן לחיים ומזל טוב פאר כ"ק רבינו שליט"א, און די • מען בעט יעדן בכל לשון של בקשה אויסצופאלגן די סדרנים, קענען דורכגיין. רעכטס צו לינקס, אונטער די פארענטשס, ווי יעדער וועט אי"ה ברכת המזון ומצוה טאנץ צו ברהמ"ז ומצוה טאנץ. אנהאלטן די ארדענונג און זיך נישט שטיפן, ובפרט די טייערע בחורים און חשוב'ע אינגעלייט זאלן ביטע דורכלאזן פריער די עלטערע אידן ואנשים חשובים, און דאן די אינגעלייט, און נאכדעם די בחורים איש איש לפי כבודו, ווי אויך זאל מען נישט אויפהאלטן מיט הזכרות וכדו' כדי מ'זאל קענען צוגיין צייטלעך • מען וועט בענטשן אי"ה בשעה 00:11. • באלד נאך ברכת המזון און שבע ברכות, וועט אי"ה • די צפון זייט פון ביהמ''ד הגדול איז מיוחד בלויז ביהמ''ד הגדול. פארקומען דער דערהויבענער מעמד המצוה טאנץ אין • תיכף נאך די ריקודין וועלן די קינדער פארלאזן די נשים מיטהאלטן די מצוה טאנץ. פאר די נשים בני המשפחה בעת די מצוה טאנץ. די איבריגע נשים ווערן געבעטן ארויפצוגיין אין עזרת פערזענליכע אויפזוכט. ווייבער שול, עלטערן וואס ווילן די קינדער זאלן מיטהאלטן די מצוה טאנץ זאלן זיי האלטן אונטער די אייגענע השגחה, און נישט לאזן די קינדער אן א • מיר בעטן די וואס קומען מיט אייגענע אויטאס, ראוד רעגולאציעס פארקינג | שמירת דרכים • גלייכצייטיג זייט געווארענט אויף די שכינות'דיגע שנעל, זיך אפשטעלן ביי סטאפ סיינס א.א.וו. נאכצופאלגן אלע טראפיק און פארקינג רעגולאציעס צוליב ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און מיר קוקן ארויס אויף די קאאפעראציע פונעם ציבור, נישט צו פארן • ביים פארקן אין קרית טאהש, ביטע שטעלן די אויטאס פאר ספידינג. גאסן אינדרויסן פון קרית טאהש, "ריוויעיר קאשעי" און "רינעססעינס" איז זייער שטרענג די ספידינג, די פאליציי לאקערט כסדר און טיילט הארבע שטראפן • בלויז אין די פארקינג לאטס, און נישט אויף די ראוד'ס כל הקהל הקודש ווערט זייער געבעטן, צוליב די ריבוי • משך די גאנצע ליל החתונה וועט בעז''ה קורסירן ארום צו נעמען די באסעס צו די חתונה. אורחים איז נישט מעגליך צוצושטעלן גענוג פארקינג ערטער ארום די בניני המוסדות, דעריבער ביטע פרובירן די שטאט צוויי באסעס, 1 באס וועט פארן אויף משה • פאר די מצוה טאנץ וועלן די באסעס טראגן די פרויען צום און צוריק. באס וועט פארן אויף בית הלוי ביזן בנין ביהמ''ד הגדול עוו. ביזן בנין ביהמ''ד הגדול און צוריק, און די 2'טע • ביהמ''ד הגדול און וועט זיך נישט אפשטעלן פאר מענער פאר די אלע וועלכע וועלן נישט האבן ווי צו פארקן, • פארנט פון די בניני המוסדות לויט די אנווייזונגען. ביטע אויספאלגן די אנווייזונגען פון חברה שומרים. וועט זיין צוגעשטעלט צו פארקן אויף עטליכע פלעצער • מען בעט בכל לשון של בקשה צוצוהעלפן צום סדר דורכ'ן סדרנים בכל בניני בתי מדרשינו ומוסדותינו כפי תקנת רבינו שליט"א במשך די גאנצע שמחה. ווי אויך איז נישט ערלויבט דאס צו נוצן • עס איז נישט ערלויבט ארויסצונעמען קיין שום סמארטפאון וכדו' כלים האסורים וכיאות לכבוד חצרות קדשינו. אויספאלגן די אנווייזונגען פון די סדרנים במשך די גאנצע שמחה כדי די שמחה זאל זיין בע"ה לשם ולתפארת כראוי • לרגל די ימי השמחה בחצרות קדשינו וועט זיין בעז"ה עסן פאר די געסט טעימה ושתי, ווי פאלגענד: צוגעשטעלט פאר די חשוב'ע געסט סעודת פת שחרית און • יום החתונה: וועט זיין צוגעשטעלט פרישטאג פון 00:8 אזייגער ביז'ן מעמד החופה וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס, אינדערפרי ביז 00:12 אזייגער מיטאג, במשך די גאנצע טאג בהיכל הטישן 9.# • ערב שב''ק: וועט זיין צוגעשטעלט פרישטאג פון 00:8 אזייגער • שבת קודש שבת שבע ברכות וועט זיין צוגעשטעלט די סעודות צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס און טועמיה, בהיכל הטישן 9 • .#במשך די גאנצע טאג ביז א שעה צום זמן הדלקה''נ וועט זיין אינדערפרי ביז 30:12 מיטאג. 30:10 בהיכל הטישן 9 • .#מוצאי שב''ק וועט זיין צוגעשטעלט סעודת מלוה מלכה ביז שב''ק בהרחבה באולמי בית צירל. • עס וועט זיין צוגעשטעלט אין היכל הכולל מזונות "צידה לדרך" פון בית רבינו. צענטראלע היכל הטישן אריינגאנג פאר די "נשים" פון פארנט • אריינגאנג צום היכל הטישן: פאר די "מענער" ביי די • די גאנצע ליל החתונה וועט זיין צוגעשטעלט מזונות צידה צידה לדרך: פאר די אורחים וועלכע פארן אהיים. לדרך אין היכל הכולל, מוצאי שב''ק וועט זיין צוגעשטעלט די • כדי ס'זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין תערובות, ווערט זייער והיה מחניך קדוש: צידה לדרך אין היכל הטישן 9.# אהיימגיין נאכ'ן מצוה טאנץ נאר דורך בית הלוי. געבעטן, אז ביים קומען און גיין צום מצוה טאנץ זאלן די נשים גיין נאר דורך אין אנדרעי אוולעט, און די מענער זאלן בס"ד ועד החתונה דקה_ל אור החיים ד'טאהש ויהא רעוא מן שמיא משמחה זו יושפע לנו שפע קודש והשפעות טובות בכל הענינים.


אין 62 USB Collection Chabad The Game Shul Millionaire נשמתין חדתין שבת קודש א אידישע קאפ 4# היכי תמצא חיי הלוי ים החכמה ח"א שיעורים בספר תורת חכם שביל בים - אידיש מאמרי חיזוק/עצות והדכות פון הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א IN BACK STOCK IN BACK STOCK מיר נעמען שוין אן ב"ה ווייטער צו מאכן פלעיטס, מיר האבן אסאך נייע דעזיינס און סייזעס. ווי אויכעט קען מען באשטעלן ספעציעלע שיידעלע פלעיטס פאר די תפילין 950$ רגיל 1620$ פנינים 750$ רגיל 1200$ גדול פנינים סעיל גייט אן ביז פרייטאג פרשת וארא ספרים JUDAICO 3636-430-450


אברהם יושע העשיל ראבינאוויטש סופר סת''ם 8315-506-438 Invitations Wedding dream your Bring .Options Design More. life to closet .Quality Superior .Customization More Karmel Yankie (7387.256 (CLOSETS 514 com.weareclosets@Info weareclosetsnj MOVED WE Tash b 580: location New :note Please LEBOWITZ NECHA Electrolysis 6232.451.514


classifieds classifieds .re fifrom Prevent. cost electric Reduce. cleaning vent Dryer 0705-298-514 Koenig Luzy Call צו באקומען די כלה KIT אין די טאג פון די חתונה רופט 8607-443-514 מיר נעמען בעז"ה אן בעביסיטינג איבער נאכט ב. ג. שווארץ 8451-430-450 גמ''ח לברית 7803-290-514 tfiOut And Set Briss לע''נ ר' יוסף ב''ר שמואל זאנוויל ז''ל frame picture a and robe size-children velour black a and shoe green small a Found מיט א בילד פונעם רבי'ן זצ"ל ביטע רופט השבת אבידה 8427-430-450 2847-389-438 call please condition great in donkey bugaboo a sell To 3465-437-450 call products care Skin and products cleaning / vitamins shaklee your all For 2400-914-450 Canada SALE - RENT - BUY Numbers Your All For Number One HALL SIMCHE - RENTAL VACATION .prices amazing at pillows and quilts feather goose Hungarian com.gmail@hungarianquiltspillows to Email message a leave and 5090-992-514 call Or Styles And Cuts !home your of comfort the In 4271-503-514 | Schwartz Mindy בס"„ self best your Be• wife best the Be• mother best the Be• customize you Helping family your for סוד האדם ט.יאקאבאוויטש 3719-931-438 alteration your all For :call needs sewing and 3099-368-579 | Zieg. C.A


ּ אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע איבער די נסיון פון טעכנאלאגיע ּ אַ נְ קו אַ נְ קו אַ נְ קו אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע איבער די נסיון פון טעכנאלאגיע אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע ְ דִ י יֵ צֶ ר הָ רָ ע טּוט פַ אר ְ קֹויפן ְ אַ ז מֶ ען קֶ ען דִ י ׁש ֶ מּוצִ יג ְ ע אִ ינ ְטֶ ער ְ נֶ עט מִ יט אַ פִ יל ְ טֶ ער ּבַ אדֶ עקן ְ פּון דֶ עם ּתֵ ירּוץ טּוה אַ נ ְט ְ לֹויפן ְ וִ ויּבַ אלד לֶ עכֶ ער מֶ ען לָ אז ְ ט פּון אַ לֶ ע עֶ קן... עריכת הדף נתנדב לע"נ מרת נעטל יוכבד בת בנציון יהושע מאיר ע“ה לנדב 9511.351.845 :of project A הפצה בב"פ ופלעט בוש נתנדב ע"י: ְ לָ אמִ יר זִ יְך ׁשנֶ על ְ צּוטֵ יילן מִ יט דִ י ֶג ְעלט. ְ קֵ יינֶ ער זָ אל נִ יׁשט קֶ ענֶ ען ְ אַ רַ יינ ְ זֶ ען וָ ואס אּונז טּועֶ ן דָ א... ָ עֶ ס אִ יז ג ְאר ְ נִ יׁש ְ ט וֶ וערט, עֶ ס הָ אט לֶ עכֶ ער! ְ וָ ואס רֶ עד ְס ְ טּו ׁשטּותִ ים, אִ יְך הָ אּב ֶגעלֵ ייגְ ט אַ לַ יילֶ עְך... וִ וי אַ זֹוי קֶ ען דָ אס זַ יין?! אִ יְך ְ הָ אּב דָ אְך עֶ ס ּבַ אדֶ עקט פּון ְ אַ לֶ ע זַ ייטן.


connect Tosh 37 on the fridge פר' שמות תשפ"ד לפ"ק פרייטאג פר' שמות 05 JANUARY 8° /-2- notes הדלה"נ:11:4 מוצאי שבת: 40:5 ראש חודש שבט מוצאי שבת ליל ניטל פר' וארא | הדלה"נ: 19:4 מוצאי שבת: 48:5 CURRENCY USD 75.0 = CAD 00.1 | $CAD 33.1 = $USD 00.1 $RATES notes notes notes notes notes notes cloudy Mostly שב"ק פר' שמות 06 JANUARY זונטאג פר' וארא 07 JANUARY מאנטאג פר' וארא 08 JANUARY דינסטאג פר' וארא 09 JANUARY מיטוואך פר' וארא 10 JANUARY דאנערשטאג פר' וארא 11 JANUARY 12° /-7- 8° /-1- 2° /-1- 7° / -4 night at snow, Rain 14° / -7- cloudy Mostly 9° /-8- Cloudy Cloudy with Clear clouds periodic Cloudy


הרב אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאראג מייסד ומנהל n ברוקלין: וויליאמסבורג בארא פארק פלעטבוש - קענזיגטאן קרוינהייטס סיגעיט - בענסענהוירסט סטעטען איילענד - איסט סייד קווינס - פייוו טאונס אפסטעיט: קרית יואל מאנסי - סקווירא נייטרא - קאשוי ניו דזשערזי: לעיקוואד - דזשעקסאן יוניאן סיטי פאסעיק - קליפטאן פענסילוועניא: פילאדעלפיא - פיטסבורג קאנעטיקוט - טשיקאגא קליוולאנד - באלטימאר לאס אנדזשעלעס - דיטרויט פלארידא - קאנאדא: מאנטריאל - טאהש - טאראנטא הרב משה בעריש n לויפער שליט"א יושב ראש - ורואה חשבון סניף מאנטריאל - טאהש יכולין לשלוח טשעק על שם * 3766-991-514 TORAH OHEL. CONG Hutchison 5360 4B3-H2V QC Montreal .Reg. TX RR0001 4110-73121 יכולין ליתן ע"י קרעדיט קארד * ע"י הטעלפאן 2 - #1 #0440-400-514 או ע"י com.KerenAlmones.www CAD Select :Transfer E* com.gmail@OhelTorahCanada יכולין לסדר לחשוב בקביעות * על האקאונט שלו בחנות של בשר או של דגים יכולים למסור המעות * להגבאי במאנטריאל הרב שלום אלי' פעדער שליט"א 8744-588-514 112 #0440-400-514 וכן יכולין לסדר עמו מעמדות קבועים מדי שבוע בשבוע או מדי חודש בחדשו n בשר ודגים - מדי יום ביומו - ומדי שבת בשבתו - ומועד במועדו 6741-993-646 Fax 5349-782-718 11249 NY Brooklyn. St Ross 25 קרן אלמנות ויתומים דארה"ב וקאנאדא בעזהי"ת חשבון השנה חשון - טבת תשפ"ג 00.313,645,2$ שבט - ניסן תשפ"ג 00.403,129,8$ )עם הקמחא דפסחא( אייר - תמוז תשפ"ג 00.315,627,3$ אב - תשרי תשפ"ד 00.993,866,4$ ס"ה 00.024,269,19$ 652,2 משפחות 558,5 ילדים בבית חשבון הקרן נתייסד אייר תשע"ו עד חשון תשפ"ד 00.983,516,58$ סניף טאהש 11 משפחות 15 ילדים בבית תשפ"א תשפ"ב תשפ"ג תשפ"ד עד ר"ח חשון 00.892,115 $00.916,202 $00.913,209 $00.167,35$ חנוכה פורים פרנס משפחה בשר ודגים לשבוע ניסן תשרי ס"ה לשנה שבועות משפחה ברוכי ילדים 325 $600,3 $000,2 $500$3x 00.000,24$ משפחה גדולה 250 $500,2 $500,1 $360$3x 00.000,18$ משפחה רגילה 210 $000,2 $200,1 $300$3x 00.000,15$ אלמנה עם 3 יתומים 172 $600,1 $900 $250$3x 00.800,12$ אלמנה עם 2 יתומים 136 $200,1 $600 $200$3x 00.600,9$ אלמנה ויתום 100 $000,1 $450 $180$3x 00.200,7$ חנוכה פורים פרנס אלמנה - יתום בשר ודגים לשבוע ניסן תשרי ס"ה לשנה שבועות אלמנה 72 $750 $300 $150$3x 00.200,5$ אלמנה רק לשבת ויו"ט 40 $750 $300 $150$3x 00.600,3$ יתום 36 $360 $180 $72$3x 00.600,2$ יתום רק לשבת ויו"ט 20 $360 $180 $72$3x 00.800,1$ ליום 1 / $לשבת 3 $9 $240 $120 $36$3x 00.936$ פרנס לכל האלמנות לשבת קודש ולכל השבוע 00.000,312$ פרנס השבת קודש 00.000,120$ פרנס היום 00.000,36$ הארציגע דאנק בריוו פון אלמנות שתחי' דריי און דרייסיגסטער פארזעצונג מכתב 0111( 008.Y07) פארט זיך א שיף אינעם רוישיגן טייך, און פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן גלייך. דער קאפיטאן טוט אלע מיטלן פראבירן, אז דער שיף זאל זיך אין די רוישיגע כוואליעס נישט פארלירן. וועלכע עצה עס טוט אים נאר איינפאלן, זענען זיינע מיטהעלפערס דארט פארהאנען. אויסצופירן יעדע באפעל גלייך, און אזוי זיך ארויסזעהן פון רוישיגן טייך. דער קאפיטאן האט עררייכט זיין ציל מיט פיל חכמה און פארשטאנד, כאטש זיי זענען אנגעקומען צו א פארשטיפט לאנד. ער האט זיי פונעם שווערן מצב ארויסגענומען, ביז זיי זענען צו א סטאבילן ארט אנגעקומען. * חשוב'ער עסקן הרב לויפער שליט"א אויף רוישיגע כוואליעס טוט דער מענטשנס לעבן זיך פירן, זיך אנהאלטן שטארק מיר פראבירן. אבער אזויווי געניטע קאפיטאנען טוען מיר נישט זיין, קענען מיר זיך שווער אנהאלטן אליין. אבער דער רבש"ע האט אונז געטון צושיקן א געניטער קאפיטאן, וואס ווייסט וויאזוי צו פירן דעם שיף לויט זיין פלאן. די פיש און פלייש וואס מיר באקומען בהרחבה, איז פאר אונז ממש א הצלה. דער הייליגער שבת איז פאר אונז א גרויסער תענוג, און מיט עולם הבא זאל אייך דער באשעפער זיין מענג. די קמחא דפסחא מיט אזא ברייטקייט, א אנגעפילטע יום טוב מיט אזא הארציגקייט. א עקסטערע הכרת הטוב וויל איך ארויסברענגן, פאר די הערליכע ד' מינים וואס איר טוט מיר שענקן. נאר הקב"ה טוט דעם אמת וויסן, אז נאר א דאנק אייך טוען מיר פון די ד' מינים געניסן. יישר כח פארן אונז פארשאפן אזא עונג המשך w יום טוב אייביג,


השי"ת זאל נישט צוריקקערן אייער תפילות ליידיג. און זאל אייך באגלייטן, אין אלע צייטן. שטענדיג קענען ארויסהעלפן אנדערע אין זייער צער, און איר קאפיטאן זאלט זוכה זיין צו א גוטע שכר. פיל נחת זען ביי אייער משפחה געזונטערהייט, אלעמאל נאר וויסן פון א ברייטקייט. נישט וויסן פון קיין שוועריגקייטן קיינמאל, און בקרוב זוכה זיין צום גואל ישראל. איר זאלט זוכה זיין צו א זיס לעכטיג יאר, מיט אלע השפעות טובות ביז גאר. מיט דאנק, מרת ..... / מכתב 0112( 003.E23) לכבוד הרב אברהם לויפער שליט“א, און דער שטאב פונעם ”קרן“: א הכרת הטוב צעטל אויסצודריקן מיין איבערראשונג, קודם כל, פאר אלע קאללס פונעם רב שליט“א. ווי אויך פאר‘ן קונטרס וואס מ‘האט מיר געשיקט. און פאר מר. ..... )פיש סטאר(, און מר. ..... )פלייש סטאר( פאר זייער בכבוד‘יגע און שנעלע אויפמערקזאמקייט. און פאר כלל ישראל וואס האט געזאגט נעשה ונשמע, און מקיים געווען די מצוה פון זיך זארגן פארן שיקזאל פון אלמנות רח“ל. זייט געזונט, זייט געבענטשט, מרת ..... / מכתב 0113( 008.E11) לכבוד הרב לויפער, עס זענען פשוט נישט פאראן גענוג ווערטער אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט און שעצונג פאר די העפליכע און גוטהארציגע וועג וואס דער "קרן אלמנות ויתומים" שטרעקט אויס איר הילף. דער אייבירשטער וועט זיכער אנערקענען די עבודת הקודש וואס אייער ארגאניזאציע טוט. ער זאל אייך בענטשן מיט כל טוב, און מיט די מעגליכקייט פארצוזעצן די ארבייט פון אויפשיינען די הערצער פון נויטבאדערפיגע מענטשן. מיט עהרע, מרת ..... / מכתב 0114( 007.Y07) לכבוד הרב לויפער שליט“א זייענדיג נאך אונטערן רושם פון דעם דערהויבענעם יו“ט פסח, פיל איך פאר א פליכט אייך צו שרייבן די פאר שורות. ווי מיר ווייסן זענען די הוצאות יו“ט געוואלדיג גרויס, און ווי פארשטענדליך, פאר א יו“ט ווערט מען פיל מיט דאגות וויאזוי וועט מען קענען אריינברענגען דעם יו“ט אויף אזא גרויסן פארנעם, מיט אזויפיל סעודות, נאך דערצו ווען שבת און יו“ט קומען ב“ה די פארהייראטע קינדער און אייניקלעך ב“ה. עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די הרחבת הדעת און מנוחת הנפש עס ברענגט ווען מען ווייסט אז א געוואלדיגע גרויסע חלק פון די צרכי יו“ט און בפרט די פלייש ווערט צוגעשטעלט אינגאנצן אומזיסט, אזוי סיסטעמאטיש און גרינג, בדרך כבוד, און איבער אלעם מיט אזא סבר פנים יפות!! אייערע זכותים זענען אומשאצבאר! אין זכות פון דערפרייען אזויפיל צובראכענע שטובער, זאל אייך השי“ת באצאלן מיט אלע ברכות פון די תורה, עושר ואושר וכל טוב. מיט פיל דאנק, מרת ..... / מכתב 0115( 004.Y08) לכבוד הרב לויפער שליט"א איך וויל וואונטשן פאר הרב שליט"א וכל בני ביתו א גוט געבענטשט יאר מיט געזונט, נחת, שפע ברכה, פרנסה בהרחבה, שמחות ובשורות טובות וישועות. און די רבונו של עולם זאל געבן ווייטער אויף די נייע יאר די יכולת צו ממשיך זיין עבודתו הקודש, בפרט צו העלפן אלמנות ויתומים ל"ע. די הילף מאכט א שמחה יתירה אין שטוב, אז מיר קענען געבן אונזער קינדער ווען זיי קומען צו אונז אויף שבת אדער יו"ט - אדער די קינדער וואס וואוינען נאך אין שטוב - אין א בכבוד'יגע אופן על הצד הטוב ביותר, סעודות בהרחבת הדעת וואס די מאמע האט אליין געקאכט אין איר אייגענע קיך. זי דארף נישט גיין עסן ביי א קרוב אדער א שכן. די קינדער פילן אז די גאנצע שטוב שמעקט פון שבת קודש, די פיש און פלייש )עוף או בשר( זענען פון די בעסטע – פריש אלעמאל מיט א גוטע טעם. דער הייליגער באשעפער זאל אייך בענטשן מיט כל טוב און פיל נחת ובפרט בביאת גואל צדק בב"א. מאחלת, מרת ..... / המשך הארציגע דאנק בריוו פון אלמנות שתחי'


Click to View FlipBook Version