א ריכטיגע שמחת יו"ט! 100. ext 3091-430-450 אויב קיין ענטפער, ביטע לאזט א מעסידזש באקומט די list Menu ביי אימעיל אדער פעקס com.ktsupermarket@deli אדער קען מען עס אויפיקען ביי די דעלי דעםיווערט צו אייער טיר! אייער יו"ט סעודת :order your place to Deadline ר"ה: דינסטאג כו אלול 00:12-12 September יום כיפור: מיטוואך ה תשרי 00:12-20 September סוכות: דינסטאג יא תשרי 00:12-26 September צווייטע טעג: דינסטאג יח תשרי 00:12-3 October פעקס נאמבער 2742-430-450 PM PM PM PM
coat madecustom a Order quality Top goods Labeled made Canadian prices wholesale At !season upcoming the for 0805-287-514
The magic flour of and .water Simple .ingredients Satisfying .crunch in available bilkelech and Challos .spelt and flour white multiseed KT in morning thursday from Available ,supermarket Walters, supermarket .corner food s’Motty and r of mr rewa crunch perfect at ht r oF 25 minutes °400 at :call inquiries wholesale For עזריאל וויינבערגער 3827.995.514
ושמחת
ושאבתםמיםבששוןממעיניהישועה ברוב שמחה ובהתעלות הננו מודיעים לכל קהל עדתינו אנשי שלומינו היקרים, אשר כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א יערוך בעזהשי''ת משך ימי חול המועד הבעל''ט שלחנות הטהורות ושמחת בית השואיבה בהיכל הסוכה הגדולה ברוב פאר והדר ובמקהלות עם רב וכל קהלא קדישא הדין רבני ודייני העדה חסידים ואנשי מעשה לכבוד שמחת וריקודין עילאין בתופים ובמחולות וזומרי זמירות ינעמנו בקול בניגוני דביקות בית השואיבה מוצאי יו''ט ליל א' דחוה''מ אושפיזא דיעקב����� בשעה 45:9 ליל ב' דחוה''מ אושפיזא דמשה��������������������������בשעה 15:8 ליל ג' דחוה''מ אושפיזא דאהרן ��������������������������בשעה 15:8 ליל ג' דחוה''מ יתקיים ריקודין עילאין לכבוד שמחת בית השואיבה בהיכל ביהמ''ד הגדול תיכף אחר שלחן הטהור ליל ד' דחוה''מ אושפיזא דיוסף���������������������������בשעה 15:8 ליל הושענא רבה אושפיזא דדוד תיכף אחר קריאת משנה תורה פארקינג לאט אונטערן ביהמ''ד הגדול. • די סוכה איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם טיר נענטער צום ביהמ''ד הגדול. • די אריינגאנג פאר די מענער צו די סוכה איז ביי די צום ווייבער שול. זייט צו די בוטשער ביי די געווענדליכע אריינגאנג • די אריינגאנג פאר די פרויען צו די סוכה איז צו די געווארן פארענטשס, די רעכטע זייט פונעם אויבן אן • צו די צוויי זייטן פונעם סוכה זענען אויפגעשטעלט זייט איז דעזיגנירט פאר די אברכים. איז דעזיגנירט פאר די בחורי הישיבות, און די לינקע צו געבן אויף די קינדער נישט צו שטערן • די עלטערן ווערן אויפגעפאדערט אכטונג קודש וכדו'. די טיש און נישט רעדן בשעת די דברות
פרטים און דעטאלן אלעס ארום הושענא רבה • שמיניבצלא דמהימנוכבוד קדושת מרן רליל הושענא רבה נאך משנה תורה און די גרויסע סוכה אונטער'ן ביהמ''ד • דער שלחן הטהור ליל הושענא רבה וועט פארקומען תיכף הגדול. אורחים החשובים און פאר כל הקהל הקודש. • עס וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטע סעודה פאר אלע די סוכה, נאר תיכף אריינגיין אין סוכה און ארויפגיין אויף • עס ווערט זייער געבעטן זיך נישט אפצושטעלן ביים טיר פון די פארענטשס. יום הושענא רבה פילע זיץ פלעצער צום דאווענען. • משך דעם דאווענען וועט די ביהמ''ד זיין אויסגעשטעלט מיט עס זאל זיין גרייט פאר די הושענות, ביטע קאפערירן און • פאר הלל וועלן די עסקנים ליידיג מאכן די חלל הביהמ''ד אז פריי לאזן די חלל. אינעם גרויסן סוכה אונטער'ן ביהמ''ד הגדול, עס וועט זיין • נאך מוסף וועט רבינו שליט''א מעריך זיין דעם שלחן הטהור צוגעשטעלט א ברייטע סעודה פאר אלע אורחים החשובים. ליל שמיני עצרת הקפה'לעך ע''פ נוסח מנהגינו, אזוי ארום אינאיינעם מיט די • למען כבוד הציבור איז געדרוקט געווארן פרישע טויזענט הקפה'לעך פון די לעצטערע יאר'ן וועט זיין גענוג פאר'ן גאנצן ציבור. צוריקצוגעבן די הקפה'לע שמח''ת אינדערפרי נאך די הקפות. • עס ווערט זייער געבעטן צו האבן די אייגענע אחריות געלעגנהייט אריבערצוגיין ביים רבי'ן וואונטשן א גוט יו''ט, • נאך די הקפות וסיום התפלה וועט די גאנצע עולם האבן די און די געסט וועלן קענען געבן שלום. יום שמיני עצרת אום 30:9 • שמיני עצרת אינדערפרי וועט מען זיך שטעלן דאווענען די קידוש אין די גרויסע סוכה און דערנאך זיך וואשן צו די • נאך מוסף און ברכת גשם וועט רבינו שליט''א פראווענען סעודה. דאווענען מנחה אנדערן האלב שעה נאכ'ן דאווענען, עס • מען צוטיילט די סעודה און מ'דאוווענט מנחה, די רבי ווועט וועט זיין נאכאנאנדע מניני מנחה אין ביהמ''ד אברכים. ליל שמחת תורה די גרויסע באלעמער אינעם חלל הביהמ''ד כדי יעדער זאל • שמחת תורה ביינאכט נאך די הקפות וועט מען אריינברענגן קענען מיטהאלטן. פון די הקפות, און לאזן די חלל הביהמ''ד ליידיג. • מ'בעט אז יעדער איינער זאל בלייבן אויף די זעלבע ערטער • פאר'ן ליינען וועט מען פארקויפן די עליות. צום עריכת שלחן הטהור אינאיינעם מיט די אורחים החשובים • נאכ'ן ליינען וסיום התפלה וועט רבינו שליט''א אריינקומען בהיכל הטישן 9.# יום שמחת תורה הביהמ''ד פולע פלעצער צום דאווענען, ביטע קאפערירן • שמחת תורה אינדערפרי וועט בעז''ה זיין צוגעלייגט בחלל מיט די עסקנים נאך הלל און ארויסהעלפן אויסליידיגן די חלל צו די הקפות. הרה''ח ר' מנחם מענדל ליפא יושע ב''ר אשר ענזיל סג''ל • פאר'ן ליינען וועט פארקומען די הכנסת ספר תורה לע''נ ז''ל. גדרי הצניעות לויט די אנווייזונגען פון די עסקנים אויפן • מ'בעט פון אלע חשוב'ע נשים צדקניות זאלן אויספאלגן די פלאץ, כדי ס'זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין תערובות. דערהויבענע ריקודין לכבוד התורה, אויפן זעלבן שטייגער • אריינברענגעדיג די ספר תורה אין ביהמ''ד וועט פארקומען ווי ביי די הקפות. ווי זיי וועלן באקומען פענער אוון פעקלעך. • עס וועט זיין א ספעציעלע פראגראם פאר די ילדי תשב''ר תיכף דערנאך אנהייבן מיט די סדר הקפות. • נאך די הכנסת ספר תורה וועט מען פארקויפן די עליות, און
די צווייטע טעג יו''ט בצל הקודש י עצרת •שמחת תורה ותא קדישא של רבינו עט''ר שליט''א מעמד נעילת החג ו'עפל טיש' ווערן צוגעגרייט פאר'ן עפל טיש, מען בעט זייער די ציבור • תיכף נאך מנחה וועט דער ביהמ''ד הגדול אין איילעניש צו האבן איינזעניש און נישט שטיין אין וועג פון די עומדים על הפקודים, און תיכף פארלאזן די ביהמ''ד. מאקסימום פלעצער. • די טיש וועט ווערן אויסגעשטעלט פון דרום צו צפון מיט די פארענטשס לצד מערב, און איבערלאזן די זיץ פלעצער • מ'בעט זייער פון די יונעגעלייט ארויפצוגיין אויף די פאר די זקני העדה און פאר די בעלי בתים. ילדי תשב''ר אונטער די אויפזוכט פון די חשוב'ע מדריכים. • ביי צפון זייט וועט זיין די ספעציעלע פארענטשס פאר די די רבי וועט טועם זיין און דערנאך ווארפן פאר'ן ציבור. • פאר'ן בענטשן וועט מען אריינברענגן פאר'ן רבי'ן עפל, ווי נישט אויפשטעלן פון די פלעצער בשעת'ן ווארפן די עפל • עס ווערט זייער געבעטן בכל לשון של בקשה, מען זאל זיך עס שטערט גאר שטארק די ארדענונג און עס פארשטעלט אנדערע פון זעהן. און דערנאך וועט יעדער האבן די געלעגנהייט אריבערצוגיין • נאכ'ן בענטשן וועט מען דאווענען מעריב און מאכן הבדלה ביים רבי'ן נעמען א עפל. אויבן אן מיט א ספעצילע סדר, ביטע אכטונג געבן און זיך • עס וועט זיין א ספעציעלע שורה וואס וועט זיך צוען פונעם נישט שטופן, און זיכער נישט אריינשטופן צווישן די שורה. מעמד הבאגלייטן פארקומען די באגלייטן ווי דער ציבור וועט אפווארטן דעם • נאכ'ן ענדיגן טיילן די עפל פאר'ן גאנצן עולם וועט רבי'ן פארנט פון ביהמ''ד הגדול און באגלייטן ביז ביתו נאוה קודש 9.# באזונדערע באגלייטן מודעה. • מער פונקטליכע אנווייזונגען פאר די באגלייטן זעהט די החשובים • תיכף נאך די באגלייטן וועט זיין קבלת קהל פאר די אורחים ששו ושמחו בשמחת התורה כי הוא לנו עוז ואורה נאך די געוואלדיגע סוקסעס און הצלחה די פארגאנגענע יאר וועט היי יאר בשעת די הקפות אויך ווערן אויסגעשטעלט די בית המדרש מיט די מאקסומימסטע פלעצער צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור, ווי פאלגענד: פארענט פון דעם ארון הקודש וועט זיין א מקום מיוחד פאר כבוד רבני ודייני קהלותינו הקדושה שליט״א מען בעט זייער פונעם גאנצן ציבור צו פריי לאזן די פלאץ. פאר די זקני החסידים וועט זיין טישן מיט בענק ארום דעם גאנצן בית המדרש. לענגאויס גאנץ דרום זייט וועט ווערן אויפגעשטעלט די 9 שטאקיגע פארענט'ס. די העכערע שטאקן זענען דעגזינירט פאר די בחורי חמד, און די אונטערשטע 3 שטאקן זענען דעזיגנירט פאר די יונגעלייט. עס וועט זיין באזונדער צוגעשטעלט פארענטשעס ביי די ווינקעל לצד מזרחית צפונית ספעציעל פאר די אינגעלייט וועלכע האלטן מיט זיך קליינע קינדער אין די האנט. לצד מערבית און צפונית וועט זיין צוגעשטעלט 5 שטאקיגע פארענטשעס פאר די קינדער פון כיתה ג׳ און ארויף, אונטער די אויפזוכט פון די חשוב'ע מדריכים. פאר די קינדער פון כיתה ב׳ און אראפ וועט זיין קליינע בענק ארום דעם חלל הבית המדרש. מען בעט זייער פריי צו לאזן דעם ארון הקודש צו קענען אנפירן מיט די ניגונים, און קאאפערירן מיט די ניגונים לויט די אנווייזונגען פון די ממונים, און נישט אליין מאנעווירן דעם ניגון. דער חלל הבית המדרש וועט בלייבן גענצליך ליידיג משך די גאנצע צייט פון די הקפות. צווישן די הקפות וועט מען עפענען א חלק פונעם חלל לצד מזרח פאר די וועלכע זענען מכובד בכבוד התורה, צו קענען ארום גיין דעם באלעמער, ביטע נישט פארבלייבן דארט. בפקודת והוראת הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א האט מען למען קדושת וגדרי הצניעות צוגעלייגט העכערע פענסטער'ס ביי די ווייבער שול חלק לצד צפונית, עס איז ספעציעל געלייגט געווארן א פארנעם אז די חשוב'ע פרויען זאלן קענען געהעריג זעהן און מיטהאלטן די דערהויבענע הקפות. מען בעט בכל לשון של בקשה, בשום אופן נישט ווארפן קיין קענדיס די גאנצע צייט פון די הקפות, דאס איז א סכנה און דאס שטערט זייער די ארדענונג. די קינדער אויף די פארענטשעס וועלן באקומען ממתקים פון די משגיחים. די קינדער זאלן זיך נישט שטיפן קישן דעם רבי'נס ספר תורה, מ'וועט באשטימען א צייט ווען מ'וועט קענען אריבערגיין קישן דעם רבי'נס ספ"ת. בברכת שמחת יו''ט ופתקא טבא הנהלת הקהלה
CLIMATISATION CORPIQ MEMBRES% 5- CHAUFFAGE SÉCHEUSE & VENTILATION !ventilation de conduits des nettoyage du spécialiste Votre ca.maxiclean 6102-815-514
דזשָ ואיש האספיטאל Hospital General Jewish. left your on street to S1 Vic Royal from tunnel Take next the is Marlowe, Maissoneuve 1Z3 H4A Quebec Montreal Marlowe 2010 דירעקציע וויאזוי אנצוקומען פונעם שפיטאל ביי די רפואה וחסד דירות Hospital Glen-Mege מעגא-גלען שפיטאל צוגעשטעלט סוכות צום באנוץ פונעם ציבור. מיר זענען צפרידן מודיע צו זיין אז די סוכות ביי די שפיטעלער וועלן זיין היי-יאר זיין סוכות ביי די שפיטעלער בס''ד shul the to next floor 6th אויפן זעקסטן שטאק נעבן דעם ביהמ"ד
בס"ד מיט גרויס פרייד ווילן מיר מודיע זיין אז מיר ריקן זיך פאראויס אהערצושטעלן די געוואלדיגע הצלחה'דיגע אמונה גראסערי ווי איר וועט קענען איינקויפן מיט צופרידנהייט פארשידענע גראסערי פראדוקטן און מצליח זיין מיטן קויפן און ניצן געזונטערהייט להצלחת הענין וועלן מיר בס"ד אנפאנגען מיט תפסת מיעוט אז מען וועט קענען קויפן דורך ארדערס אויפן טעלעפאון און בס"ד גיין מעלה מעלה 4505-583-514 אלע פראדוקטן וועלן זיין על צד היותר טוב בס"ד און מיר וועלן נאר האבן פראדוקטן וואס איז עולה על שלחן בני מלכים אן קיין שום סתירה באמונה בשם ותורתו הקדושה אז נישט דא קיין אמונה צוזאמען מיט די געלט איז וואס'שע ארבעטסטו אויף דער וועלט
טעכנעלאגיע ווערט מער פארגעשריטן פארט מיט מיטן שוואונג! אין 23 'באשטעלט מיט די מערסט מעןUber / Lyft פארגעשריטענע טעכנעלאגישע אפ-טו-דעיט סיסטעם רופט אדער טעקסט 8010.816.438 מיט א היים פאון, אדער פשוט'ע סעלפאון סאפיסטיקירטע סיסטעם צו באשטעלן א קאר "אנע-אינטערנעט" מיט אלע אינפא די סיסטעם טעקסט אדער קאלט צוריק מיטן קול פונעם דרייווער אקוראטע טרעקינג סיסטעם צו הערן סטאטוס גיבט די אפציעס אויסצוקלויבן Lyft אדער Uber ,מיט די פרייזן און צייט עוועליבעל ביזנעס-אקאונטס )אויך קלענערע אקאונטס( פארלוירענע אייטעמס וואס מען האט איבערגעלאזט אין קאר( העפליכע קאסטומער סערוויס )אויך פראבירן מיר צוריקצובאקומען אויסטערליש-אייגנארטיגע בענעפיטן דורך די כשר'ע "טרעמפ" סיסטעם: אויטאמאטיש 24 שעה
סוכמיט מסיר66 connect Tosh
כות רות נפש connect Tosh 67
יט טייערע מצוות זענען מיר אידישע קינדער מ באשאנקן געווארן אין דעם ליכטיגן יום טוב סוכות. צווישן זיי זענען מיר אויך באפוילן געווארן צו זיין בשמחה, ווי דער נאמען פון דעם חג איז טאקע ׳זמן שמחתינו׳. ווען מיר זיצן אין אונזערע שיינע סוכות, אויסגעצירט מיט פראכטפולע נוי סוכות, און געניסן פון הערליכע סעודות, איז טאקע גרינגער זיך צו פילן פרייליך. אין אנדערע תקופות און אומשטענדן, איז פיל מאל אוממעגליך געווען צו מאכן דעם ׳על נטילת לולב׳ אדער ׳לישב בסוכה׳, עס איז געווען אן אמת׳ע מסירות נפש ממש. צומאל, אפילו היינט, קענען מיר נישט טון די מצוות היום פונקטליך וויאזוי מיר ווילן, ווייל דער אייבערשטער פארלאנגט יעצט עפעס אנדערש פון אונז. טאקע אבער ווען אידן האבן דאן מצליח געווען צו אויספירן און מקיים זיין די געבאטן פונעם הייליגן יום טוב, האבן זיי אינאיינוועגס געקענט אויספירן דעם באפעל זיך צו פרייען. ווייל קיין פרייד אין דער וועלט קומט נישט צו צום זיסן געפיל וואס טוט דערהייבן א אידישע נשמה ווי א שמחה של מצוה. כלל ישראל בכלל, און יעדער יחיד בפרט, פלאגן זיך מיט נסיונות, וועלכע פארשווערן צומאל פון זיך ארויסטון פון די דאגות אינגאנצן, און אפרעכטן דעם יום טוב סוכות אין א מצב פון בלויז שמחה און שלוה. לאמיר א בליק טון אין עטליכע פעלער ווען צו האבן די ד׳ מינים אדער עסן א כזית אין סוכה איז נישט געווען לייכט, און דאך האבן אידן זיך מוסר נפש געווען. ווען מיר וועלן זיך מתבונן ווי געבענטשט מיר זענען אז מיר קענען יא גאנץ באקוועם אפהאלטן דעם זמן שמחתינו, און נאכמער, וויאזוי דוקא ווען מיר שטארקן זיך אויף אונזערע שוועריגקייטן צו טון דעם רצון השם, קענען מיר אנקומען צום ריכטיגן גליק, וועט זיך אונז גלוסטן צו ארויסלאזן אין א פרייליכן געשמאקן טענצל.... ושמחת בחגיך והיית אך שמח..... 68 connect Tosh
ווארשא, פוילן. סוכות, ת״ש ווארשא ברענט!!! שוין כמעט א חודש וואס די מעסערשמידט באמבאדירער עראפלאנען האבן אראפגעלאדענט זייער טויטליכע לאסט אויף די קעפ פון די שוצלאזע באפעלקערונג. וואסער צו טרינקן און פארלעשן די פייערן איז נישטא ווייל אויך די וואסער לייטונג האבן די דייטשע לופט-קרעפטן צושטערט. די בהלה איז זייער גרויס. איבעראל זעט מען דערשראקענע מענטשן ארומלויפן, אבער עס איז נישטא קיין ארט וואס איז פארזיכערט פון די גרויזאמע אינוואדירער. אט היינט האבן זיי ענדליך זיגרייך צוקלאפט די פוילישע ארמייען, און די רעשטעלעך פון די פוילישע ארמיי אונטער‘ן גענעראל צומא וואס האט העלדיש געקעמפט שוין עטליכע וואכן צייט צו אפהאלטן די ארמייען פונעם דריטן רייך צו איבערנעמען קאנטראל, האבן זיך אונטערגעגעבן פאר‘ן שונא. באלד 000,20 ציווילע קרבנות האט די באמבאדירונג געקאסט; ביי די דייטשן איז דאס נישט קיין פראבלעם. זיי האבן בכלל נישט געזוכט דאס צו פארמיידן. די מאראל ביי די באפעלקערונג אינעם פוילישן הויפט שטאט, איז זייער צוקלאפט. אויסער דאס עצם פארלירן די קריג און די חורבנות וואס עס האט איבערגעלאזט, איז דא די אנגסט און שרעק פון די אכזריות‘דיגע אקופאציע. מער פון אלע ציטערן די אידן; זיי ווייסן דאך אבער נישט ווי ביטער דער מציאות וועט זיך ארויסשטעלן. ביז ווי ווייט רשעות גייט, קען א מענטשליכע מח connect Tosh 69
אפילו נישט באגרייפן. אין א צובראכענע הויז, א טרויעריגע בילד פון אנטבלויזטע זוילן און אויסגעשאסענע פענסטער פארהאקט מיט ברעטער, אין די צימערן וואס זענען נישט אפגעשיילט געווארן דורך די מאסיווע באמבע, זיצן א גרופע אויסגעמאטערטע אידן. טייל פון זיי זענען איינוואוינער און טייל פון זיי פליטים, מיט וועלכע דער בעל הבית טוט ברייטהארציג מיטטיילן זיין ענגע קווארטיר, אין א סימבאל פון הכנסת אורחים. איין געשטאלט שיינט אבער ארויס צווישן די אנדערע מיט זיין לויטערע הייליגע צורה און דערהויבענע באנעמונג. ווער איז דער איד וואס זיין פנים זאגט עדות אז ער איז נישט סתם אן אפגעריסענער פליט ווי ער צייגט? דער איז נישט קיין אנדערער ווי דער באוואוסטער גאון און צדיק, דער הייליגער בריסקער רב הרה״ק רבי וועלוועלע סאלאווייטשיק זצ״ל. וואס ווי אזויפיל אידן פון איבער פוילן און ליטע, האט אויך ער פראבירט צו אנטלויפן )ער האט צום סוף, נאך די פאלגענדע געשיכטע, טאקע נאך מצליח געווען צו אנקומען קיין ווילנא און פון דארט קיין ארץ ישראל מיט עטליכע פון זיינע קינדער(, אבער די דייטשע ארמייען זענען אויסגעלאפן די וועג מיט זייער בליץ-שנעלע פארשריט. דער בריסקער רב דרייט זיך ארום צווישן די חורבנות פון גלאז און העלצער, פארטון אין זיינע מחשבות. נישט קיין חילוק וואס די אומשטענדן זענען, געפאלט היינט די ערשטע נאכט סוכות, און זיינע געדאנקן זענען פארנומען מיט דעם הייליגן יום טוב. מיטאמאל דערגרייכט א ביטערע געוויין צו זיינע אויערן און וואכט אים אויף פון זיין פארקאכטקייט. ווער יאמערט דא מיט אזא צער, זוכט רבי וועלוועלע? דער אייגנטומער פונעם הויז, וועלכער וואוינט דא אין די חרוב׳ע דירה, זיצט אויף דער ערד, זיין קאפ אין זיינע הענט, און לאזט הערן הארצרייסענדע בכיות. ״ר׳ איד,״ רעדט צו אים ווייעך דער גרויסער צדיק, ״דער מצב איז טאקע שווער. דו האסט מער נישט א הויז וואו צו וואוינען. די דייטשע סאלדאטן פאראדירן איבער די גאסן און פירן שוין איין פרישע פארארדענונגען צו קאנטראלירן די באפעלקערונג. אזויפיל אידישע קינדער זענען נעבאך נפטר געווארן פון די שרעקליכע שיסערייען. מיר קענען ליידער אפילו נישט פראווען דעם סוכות ווי אלע יארן! עס איז דא א שטארקע מאנגל אין שפייז און מעדעצינען! אבער דאך, מיין טייערער ברודער, דארפן מיר זיך שטארקן און זיין בשמחה. דאס איז אונזער פליכט זיך צו פרייען מיטן יום טוב, נישט קיין חילוק וואס.״ דער איד שאקלט מיט זיין קאפ פון זייט צו זייט. ״ניין רבי! איך בין נישט צובראכן צוליב די סיבות און אומשטענדן וועלכע זענען יעצט דערמאנט געווארן. עס רייסט מיר נאר ביים הארץ, אז איך האב נישט קיין ד‘ מינים מיט וואס צו מקיים זיין די הייליגע מצוה!!! עס איז מלחמה צייט, און ווי ווייט איך ווייס זענען נאר פארהאן דריי אתרוגים אין גאנץ ווארשא, און איך ווייס נישט וואו זיי געפינען זיך, ווען עס איז שווער צו טרעפן א מענטש און יעדער צווייטער האט געמוזט עוועקואירן די חורבנות פון זיין וואוינארט. די דייטשן 70 connect Tosh
האבן אויך איינגעפירט א קורפיו, קיינער טאר נישט ארויסטרעטן פון שטוב, און איך קען נישט ארויסגיין צו אויסגעפונען מער אינפארמאציע.״ דעם רב׳ס אויגן לייכטן אויף מיט א פריידיגן גלאנץ, און ער טוט ליבליך אויסשטרעקן זיין ארעם צום צובראכענעם איד אז ער זאל זיך קענען אויפשטעלן. מי כעמך ישראל! די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער, און אלעס וואס דער איד וויל איז אן אתרוג צו קענען שאקלען לולב! ״הער מיר אויס ר׳ איד! אויב איז טאקע נאר דאס דיין דאגה, דאן דארפסטו מער נישט טראגן די לאסט! איך האב מיט זיך טאקע גאר ווייניג חפצים מיטגענומען דא, און נאך ווייניגער וואס האבן איבערגעלעבט די באמבעס, אבער מיין לולב, אתרוג, הדסים, און ערבות, ליגן גרייט אויפן טישל אין מיין קליין צימער פאר מארגן אינדערפרי. איך וועל אוודאי זיין גליקליך דיר עס צו גיבן צו מאכן א ברכה!״ ווי א לעקטער קנעפל וואלט אים אנגעצינדן, שיינט דער איד אויף מיט א שמחה און עקסטאז. אה!! ער וועט קענען בענטשן אתרוג!!! עס איז זייער פרי פארטאגס. די זון הייבט אן שיקן אירע שטראלן צו די שטאט און באלייכט אירע גאסן, וואו גלאז און ברוכווארג איז צושפרייט. ליידער זעט מען אויך אומגעקומענע וואס זענען געטראפן געווארן פון אן אטאקע. די לופט שמעקט פון פולווער און רויעך. מלחמה! שרייט די סצענע אויס. רבי וועלוועלע וואכט זיך אויף פון זיין קורצן שלאף זיצענדיג אויף א בענקל צווישן די ברוכווארג. אט באלד וועט ער שוין קענען טון די מצוה צו וואס ער האט אזא תשוקה! עס דאכט זיך אים אז ער הערט א גערויש און געמורמל פון א ריזיגער עולם, קומען פון די גאס. צי חלומ׳ט ער? יעדער אין ווארשא באהאלט זיך דאך אין די מייזן-לעכער צו אויסמיידן פון טרעפן די ארמייען וואס האבן איבערגענומען די שטאט און זענען באוואוסט מיט זייער ברוטאלע באנעמונג. צו דעם איז יעצט נאך אויך דא א שטרענגע פארבאט אנטקעגן ארויסגיין פון דערהיים. פילייכט נארן אים זיינע אויערן. ער גייט צו צום האלב צובראכענעם טיר וואס הענגט אויף איין אנגל, און כאפט א בליק ארויס. די סצענע וואס ער דערזעט שטייגט איבער יעדע פאנטאזיע. מאסן, מאסן אידן פולן איבער די גאס ארום זיין הויז. עס שלענגלען זיך שורות, שורות מענטשן איבער אלע ארומיגע גאסן, ווי ווייט זיין אויג קען זען. וואס גייט דא פאר, רבונו של עולם, ווער האט אין אזא פריע שטונדע, נאך האלב טונקל, ארויסגעטריבן אט די אלע טויזענטער אידן צו די געפארפולע גאסן? connect Tosh 71 מאסן, מאסן אידן פולן איבער די גאס ארום זיין הויז. עס שלענגלען זיך שורות, שורות מענטשן איבער אלע ארומיגע גאסן
אונטער אים שטייט דער בעל הבית פונעם הויז, אין אויף זיין פנים זעט זיך אן א מינע פון אנטשולדיגונג געמישט מיט אומבאהאלטענע באגייסטערונג. ״רבי, די מענטשן ווארטן דא אלע פאר‘ן רב. אייגענטליך, פאר‘ן רב׳ס אתרוג! עס זענען דאך נאר דא נאך 3 אתרוגים פאר די ריזיגע אידישע באפעלקערונג אין שטאט, אין צוגאב פון די שווערע טויזענטער פליטים. יעדער וויל דאך זוכה זיין צו מקיים זיין דעם ׳ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כפת תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל...׳ און איך האב איבערגעבן די גוטע בשורה פונעם רב׳ס אתרוג פאר איין שכן. איך ווייס נישט וויאזוי די שמועה האט זיך פארשפרייט ווי פייער אינעם גאנצן אומגעגנט, אין די טיפע שעות פון דער נאכט, אבער איבער עטליכע גאסן ווייט ציען זיך די שורות מיט מענטשן וואס שטעלן איין זייער זיכערהייט און גיבן אויף זייער שלאף צו ווארטן פאר זייער מינוט צו קענען מקיים זיין די הייליגע מצוה מיט די ד׳ מינים. אסאך פון זיי וועלן דארפן ווארטן ביז שפעט, שפעט נאכמיטאג פאר זייער רייע צו אנקומען.״ דער גאון רבי יצחק זאב הייבט אויף זיינע אויגן צום האלב טונקעלן הימל. ״רבונו של עולם! קוק נאר וועלכע פאלק דו האסט! זע ווי כאטש זיי מאכן נעבעך מיט די אלע צרות איז זייער גרעסטע שטרעבן צו מקיים זיין דיינע מצוות!״ א קוויטש פון רעדער וואס האבן זיך האסטיג אפגעשטעלט הערט זיך. א דייטשע פאטראל טרעקל האט אנגעטראפן די אומלעגאלע פארזאמלונג ווען לויט זייער פארארדענונג האט קיין איין נפש זיך געזאלט געפינען אין די גאסן פון שטאט. ״פארשאלטענע יודעס! ווי וואגט איר זיך צו ברעכן אונזער באפעל מיט אזא ווידערשפעניגקייט! אלע געהען נאך הויזע! איר געהערט יעצט צו זיין אינדערהיים!!!״ די לעדערנע נאגייקעס פון די בארבארישע רוצחים קנאקן ברוטאל 72 connect Tosh
אויף די שוצלאזע קערפער. אין יענער צייט, האבן די נאציס נאכנישט סתם אזוי אויסגעשאסן מאסן מענטשן, אבער זייער אכזריות האבן זיי באוויזן מיטן שמייסן און שטויסן. ביז מינוטן, זענען זיך די מאסן צולאפן אין א בהלה. די געפאנצערטע טרעקל איז זיך אפגעפארן מיט א נצחון, איבערלאזענדיג נאר א שנירל שווארצע רויעך און די אומגליקליכע פארוואונדעטע ליגן צובלוטיגט אויף דער קאלטער ערד. קרעכצן און יאמערן פון די געפייניגטע אידן פולן אן די קילע פארטאגס לופט. געציילטע מינוטן שפעטער, איז די רייע צוריק און שיין אויסגעשטעלט שורות גאסן לאנג, ווי גארנישט וואלט יעצט פאסירט. נאר די שווער פארוואונדעטע ווארטן אויף הילף, זיפצענדיג פון זייער ארט אויף די גראז. וועמען עס איז נאך ערמעגליכט צו שטיין אויף זייערע אייגענע פיס, מאכט זיך גרייט פאר נאך לאנגע שעות פון ווארטעניש, אבי צו קענען מאכן די ברכות פון על נטילת לולב און שהחיינו! אינדרויסן איז שוין טאג, און יעדע האלבע מינוט טרייסלט אן אנדערע התרגשות׳דיגע ברכה אויף די הימלען. דער בריסקער רב שטייט מיט אהבת ישראל און מאכט זיכער אז יעדער פון די אידן זאלן קענען באקומען זייער שאנס, אין אן ארגאניזירטע וועג. זיין הארץ איז פול מיט התפעלות פון די לעכטיגע מסירת נפש אידן וואס אנטפלעקן דא זייער שיינקייט, יעדער פון זיי א ריכטיגער פרי עץ הדר אינעם פרדס פון כלל ישראל. דער בעל הבית פונעם אכסני׳ דערנענטערט זיך נעבן רב מיט דרך ארץ, און רבי וועלוועלע ווארט צו הערן וואס ער וויל. ״רבי, איך ווייס איז עס זענען דא לאנגע רייעס מיט אידן, און מען קען נישט מאכן דא אן אויסנאם פאר קיינעם, נאר יעדער ווארט אויס זיין צייט. עס איז אבער דא יעצט אנגעקומען אן עלטערער איד פון די פארשטאט פראגע. זיין שוואכער גוף האט זיך געשלעפט פאר שעות איבער די סכנה׳דיגע חרוב׳ע גאסן צו זוכן אן אתרוג. לויט די שורה דא, קען ער נישט שאקלען די לולב ביז כמעט שקיעה צייט. אינדערהיים ווארט אויף אים ליידער אבער אן אנדערע מצוה אינעם צווייטן טאג יום טוב. ער דארף ברענגן זיין יונג אייניקל צו קבר ישראל; דאס קינד איז ליידער אויסגעגאנגען נעכטן נאכט נאכן פארוואונדעט ווערן פון א באמבע. אפשר קען מען מאכן אן אויסנאם פאר דעם איד? זיין וועג אהיים נעמט נאך עטליכע שעה צייט!״ דער בריסקער רב קען נישט איינהאלטן זיינע טרערן. דא איז דער איד ממש יעצט באטראפן געווארן מיט אזא שרעקליכע טראגעדיע, און דאך האט ער זיך אינגאנצן איבערגעריסן אבי צו קענען אנקומען צו אן אתרוג! ביים בריסקער רב, ווערט יעדע הלכה אויסגעפירט מיט אלע חומרות און הידורים. יעדן יאר, איז נישט דא דאס גלייכן צום שיינקייט פון רב׳ס אתרוג. און דאך, ווען ער וויקלט פארזיכטיג איין דעם פארשווארצטן אתרוג אין וואטע, ביינאכט, ווייסט ער אז צו האלטן אזא הדר אין זיינע הענט, האט ער נאך קיינמאל פריער זוכה געווען. איז דען דא עפעס מער פראכטפול ווי פלעקן וואס זענען געווארן דורך דאס טאפן פון צענדליגער טויזענטער, הייליגע, אידישע הענט? connect Tosh 73
ג. פייג 74 connect Toshאיסט סייד, ניו יארק. תר״נ צי טרעפט איר זיך אמאל ווען די ריח פון די פסח'דיגע אייער-לאקשן ביים פרעגלען ברענגן מיטאמאל צוריק די זכרונות פון די יונגע יארן, פונקטליך וועלכע ניגון די עלטערע שוועסטער פלעגט זיך אונטערברומען בשעת מען איז געקומען שטילערהייט אויפעסן די קליינע אומגעלונגענע שטיקלעך וואס זי האט אריינגעלייגט אינעם גרויסן טעלער אינמיטן מאכן די פסח-לאקשן? אין די ימים טובים האט יעדע פאמיליע זייער אייגנארטיגע אטמאספער און איינפירונגען. פאר יונגע קינדער איז אלעס איבערראשענד. עס איז נישט קיין וואונדער אז געוויסע מאמענטן בשעת מיר פראווען די חגים היינט-צוטאגס, ברענגן ארויף מיט נאסטאלגיע די זיסע מינוטן פון אונזער לאנג פארגעסענע יוגנט. ביי מיר, ווען איך זיץ אין דער סוכה יום טוב ביינאכט, די קילע הערבסט לופט אנגעפולט מיט די שמעק פון סכך, קומט מיר אויף אין מח די ווייטע זכרונות פון מיינע יונגע יארן. אט שווים איך צוריק צו אונזער סוכה, וואס איז די שענסטע געביידע אין דער וועלט, אין מיינע קינדערישע אויגן. מיר קינדער עסן שנעל אויף די פיש, אנדעם וואס מען זאל אונז דארפן בעטן ווי יעדן שבת. מיר ווייסן שוין וואס קומט יעצט, א פאמיליע טראדיציע שוין יארן. אונזערע אויגן זענען געווענדט צו מיין זיידע ע״ה, דער חשובער גאסט און קרוין פון אונזער משפחה.
connect Tosh 75 ״זיידי, דערצייל אונז די מעשה פון די סוכה! פון דיין זיידע רבי זכרי׳ אין אמעריקע!״ לאזן זיך די קינדערישע שטימעס הערן יעדע צוויי מינוט אין א געבעט. זיידי שמייכלט ליבליך און קלארט אויס זיין האלדז. מיר ווארטן מיט שפאנונג. די עלטערע געדענקן נאך דער געשיכטע פון די פריערדיגע יארן. ווען זיידי דערציילט איבער דער מעשה מיט אלע טעמים ווי זיין שטייגער, איז עס אינטערעסאנט ווי ביים ערשטן מאל... מיט ברייט צועפענטע אויגן פאלגן מיר נאך יעדעס ווארט פון זיין מויל. מיט זיין רייכע, פילפארביגע שפראך, נעמט ער אונז צוריק אויף די פליגלען פון אונזער פאנטאזיע א הונדערט יאר אדער מער, צו די אמאליגע אידישע גאסן אין ניו יארק.... ***** די גאלדענע אמעריקע! די סטעטשו אוו ליבערטי שטייט מיט אן אויפגעהויבענעם האנט און רופט אויס דעם צוזאג פון פרייהייט און אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן צו די פארפלאגטע מאסן איבערן אנדערן זייט אטלאנטיק. פון דער נאנט, איז די גאלד גאנץ שווער צו געפינען. די געלעגענהייט צו מצליח זיין איז ווייט נישט אזוי צוגענגליך ווי עס האט אויסגעזען פון דערווייטענס. אין די איסט-סייד גאסן וואוינען טויזענטער פון די פרישע אימיגראנטן וואס האבן נאכגעיאגט דעם אמעריקאנער חלום ביז איבערן ים, נאר כדי זיך צו טרעפן וואוינען פארשטופט אין ענגע פיצעלע דירות גערופן טענעמענטס. פון די פענסטער וואס ווערן געעפענט צו אריינלאזן פרישע לופט אין די פארדומפטע קליינע צימערן, הערן זיך ארויס קולות אין פארשידענע שפראכן. פילע זענען דייטשע, איטאליענער, און אסאך איירישע אפשטאמיגע. די ריח פון די דייטשע וואורשטלעך און זויערקרויט מישט זיך אויס מיט די באווירצטע עטנישע מאכלים פון די איטאליענער. און פון פילע דירה׳לעך, הערט זיך געשפרעכן אין אידיש. דאס לעבן אין אייראפע איז שווער און אונטערדרוקט, און זייער פיל אידן מוזן אדער ווילן נעמען די וואנדער שטעקן אין האנט און פלאצירן זיך אין גלות אמעריקע. אויב קען מען אנווייזן אין די גרעסטע אונטערשייד פון די אלטע קולטורן אין די אייראפעישע לענדער צו די ניו יארקער מענטאליטעט, איז עס די שטענדיגע געיעג. אין די איסט סייד גאסן איז שווער צו אנטרעפן איינעם וואס שפאנט רואיג אויף א געמיטליכער שפאציר. לויפן, לויפן, לויפן צו מאכן אביסעלע געלט אין די ׳סוועט-שאפ׳ פאבריק אונטער שווערע אומשטענדן, דאס כאראקטאריזירט דאס לעבן דא אינעם נייעם לאנד. ׳טיים איז מאני׳ איז די שלאגווארט אין ניו יארק. א געשטאלט וואס דרייט זיך איבער די גאסן מיט די שטערן איינגעקנייטשט פון דאגות ציעט נישט קיין אויפמערקזאמקייט אינעם טומל ארום. אנדערש אבער ווי די אנדערע איילענדיגע פערזאנען, האט דער געהויבענער איד זארגן פון גאר אן אנדערן קאליבער. יעדער לויפט נאך
76 connect Toshאביסל גשמיות, אבער וואס ער זוכט איז א וועג וויאזוי צו קענען מקיים זיין מצוות סוכה פונקט ווי אינעם שטעטל אין גאליציע. נישט לאנג צוריק האט רבי זכרי׳ דא אריבערגעברענגט זיין פאמיליע צום נייעם מדינה; פארשידענע אומשטענדן האבן געצווינגען דעם פלאמפייערדיגן שינאווער און ראפשיצער חסיד צו טון דעם דראסטישן שריט. אנדערש ווי אסאך אנדערע פון זיינע גלויבנס-ברודער, וועמענ׳ס מסורה איז איבערגעבליבן אויפן שיף, קעמפט ער ווי א לייב צו אנהאלטן יעדעס קוצו של יוד. שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין וויליאמסבורג וואו ער האט געגרינדעט אן עכט חסיד'ישער בית המדרש. זיינע הערליכע ערליכע דורות זענען א נחת פאר אים אין גן עדן ביז היינט. א קאמישע עפיזאד וואס ווערט דערציילט פון זיינע יארן דאהי, אילוסטרירט וויאזוי ער האט מיט שטאלץ אנגעהאלטן דעם חסיד'ישן פלאקער און געלעבט און געאטעמט מיט א תשוקה צו עכטע אידישקייט ווי אינעם אלטן היים. אמאל גייענדיג איבער די ניו יארקער גאסן, האט ער צו זיין איבערראשונג אנטדעקט א געשטאלט מיט א לאנגע בארד, געקליידעט אין א לאנגע שווארצע ראק, און מיט זיין קאפ צוגעדעקט מיט אזא סארט טיפע שווארצן גאליציאנער קאפל. אה, א איד וואס שפאצירט אין אמעריקע מיטן גאנצן חסיד'ישן טראכט, מיט א גראדן רוקן און אן קיין בושה!!! האט רבי זכרי׳ געקלערט צו זיך מיט פרייד. מיט זיין ליבשאפט צו עכט ערליכע אידן, און זייענדיג אויסגעהונגערט צו ענדליך אנטרעפן איינעם דא מיט וועמען ער וועט זיך שוין פארשטיין. אריבערלויפענדיג די גאס מיט איין אטעם, האט ער פשוט ארומגענומען מיט ליבשאפט און באגריסט מיט הארציגקייט דער פרעמדער צוטומלטער מאן. צו ר׳ זכרי׳ס שאק, האט יענער אים אנגעקוקט ווי דער האן אין בני אדם און מיט א בייזע מינע ערקלערט אז ער רעדט נאר ענגליש. וויאזוי קען זיין אז אזא חסיד'ישער איד לויטן אויסזען זאל נישט פארשטיין אפילו א שלום עליכם, האט רבי זכרי׳ זיך הויעך געוואונדערט. ״איים נאו דזשו!!!")איך בין קיין איד( האט דער באליידיגטער גלח שארף פראטעסטירט.... אויסער אלס אינטערעסאנטע מעשה׳לע, איז די דורכפאל געבליבן אין דער משפחה אלס דוגמא פון אהבת ישראל, און וויאזוי דער זיידע האט אינגאנצן אליין אין די קאלטע אמעריקע געבליבן מיט זיין פייערדיגע אידישקייט און וויאזוי ער האט נאר פון דעם גע׳חלומ׳ט... צוריק צו אונזער געשיכטע... יעצט אין די עשרת ימי תשובה, האט נאר איין מחשבה פארנומען רבי זכרי׳ס מח די גאנצע צייט. וואו וועט מען מאכן א סוכה? אז די ענגע טענעמענט געביידעס זאלן פארמאגן טעראסעס אדער א חצר, איז זיכער אפגערעדט! ער פרעגט אנדערע אידן. אבער זיי באטראכטן דעם ׳גרינעם׳ מיט א בליק פון שפאט. אין די פארגעשריטענע אמעריקע? דא וויל ער ברענגן די אלטמאדישע טראדיציעס פונעם איינגעהויקערטן שטעטל-איד? אין אמעריקע איז נישט דא וואו צו מאכן א סוכה בכלל! ״רבי זכרי׳,״ האט א באקאנטער פון דער אלטער היים מיט מער ערפארונג
connect Tosh 77 דא אים ערקלערט, ״פראקטיש גערעדט, ווייס איך נישט וויאזוי מען קען עס דא באווייזן. עס איז פשוט נישט דא אן ארט אין די ענגע גאסן וואו מיר קענען אזאנס בויען. בכלל, דו זעסט דאך ווי אנטיסעמיטיש אונזערע ׳גוטע׳ שכנים, די אפשטאמיגע פון דייטשלאנד, איירלאנד, א.א.וו זענען. זיי וועלן עס שטערן און אונז טשעפענען אויב זען זיי א סוכה פאר זייערע אויגן. טו ווי מיר אלע, די ערשטע נאכט וועסטו יוצא זיין מיט א לישב בסוכה אינעם שיינעם סוכה פון בית המדרש. ווייסטו וואס, אויב דו ווילסט דוקא וועסטו עסן דארט א כזית יעדן טאג, און שוין!״ ר׳ זכרי׳ האט געשאקעלט זיין קאפ אויף ניין, מיט פעלזן-פעסטע אנטשלאסענקייט. האט דען דער אייבערשטער נישט געגעבן די יום טוב סוכות פאר אמעריקאנער אידן? שטייט דען נישט בַ ּסֻ ּכֹּת תֵ ּשְ ׁבּו שִ ׁבְ עַ ת יָ מִ ים אין די ספרי תורה וואס ווערן געליינט אין די שוהל'ן אין די נייע מדינה? א סוכה וועט ער מאכן, און אין א סוכה וועט ער זיצן! עס איז געווען ווען ער האט צום צענטן מאל אריבערשפאצירט די שמאלע דורכגאנג )alley )צווישן זיין געביידע און די נעקסטע דורכאויס זיין זוך אקציע, וואס ער האט זיך א שטעל אפ געגעבן און געכאפט: אייגענטליך פארמאג איך דא גרייט צוויי פעסטע ציגל וואנט. מען דארף נאר לייגן ברעטער ביי ביידע זייטן און איך האב א פארטיגע, כשר׳ע סוכה׳לע! אז אן ארט פאר די סוכה איז שוין פארהאן, איז צייט פאר שטאפל צוויי: ברעטער. שטעלט זיך אבער די הארבע פראגע: פון וואו נעמט דען א פרישער אימיגראנט, וועלכער ארבעט חלילה נישט אין שבת, געלט צו צאלן פאר אזא זאך? לאזט מען זיך ארויס אויף די יארכע. ר׳ זכרי׳ און זיינע זיסע אינגעלאך מיטן אידישן חן, און די גאסן און דורכגענג פון די איסט סייד ווערן דורכגעקעמט פאר סיי וועלכע נוצבארע שטיק ברעט וואס קען דורכגיין א גיור און דינען אלס הייליגע ווענט פון די סוכה. נאך עטליכע שעות קערן זיי זיך אהיים אויסגעמוטשעט ביזן ביין, פארמאטערט און פארשוויצט, אבער מיט פנימ'ער וואס שיינען פון גליק ביים שלעפן די אלטע טירן. אביסעלע פארב באנייט זיי מיט א פרישע יום טוב׳דיגע צורה, מען האקט און זעצט מיט האמער און נעגל, און אט באווייזט זיך א כשר׳ע סוכה אין איר פולסטן קראפט, על אדמת איסט- סייד, מאנהעטן. ר׳ זכרי׳ באטראכט זיין מייסטערווערק מיט א נחת שמייכל, ווען פלוצלינג דערמאנט ער זיך: אוי, עס איז דאך נישט א סוכה בכלל, מען דארף דאך אויך סכך!!! די סכך זוך-אקציע ברענגט נישט אזעלכע געלונגענע רעזולטאטן ווי די ברעטער געפינסן. עס זענען דאך נישטא צופיל געוויקסן איבערגעבליבן אינעם רוישיגן פארבויעטן שטאט. בלית ברירה זוכט מען אויף דינע צווייגן און בלעטער. זיי זענען דאך כשר, אבער פאר ר׳ זכרי׳ שטעכן זיי אין די אויגן. א סוכה דארף זיין געבויעט מיט א הידור מצוה, און די געמיינע סכך איז דאך אזוי נעבאכדיג! ער באשלוסט אז ביז סוכות קומט אן וועט ער פראבירן צו טרעפן די פאסיגע סכך צו באשיינען זיין געבוי ווי עס דארף
78 connect Toshצו זיין. שטייט ער אזוי פאר זיין סוכה פארטראכט, און דערמאנט זיך אין די פרישע שיינע גרינע בלעטער וואס ער פלעגט רייסן אינעם וועלדל אונטערן שטעטל, אינדערהיים אין גאליציע. טאק-טאק..טאק-טאק... א שיינעם וואגן געשפאנט מיט צוויי שטארקע ווייסע פערד איז שטאטעליך אריבערגעפארן די גאס, אנגעלאדענט מיט אן איבערגעפולטע לאסט. אן אינטערעסע, האט ער באטראכט די שיינע רונדעכיגע ליכטיג-ברוינע שטעקענעס וואס זענען געווען גוט צוגעבונדן אז זיי זאלן זיך נישט אראפקוילערן אויפן וועג. איין מינוט! איין מינוט! די שטעקענעס זענען אייגענטליך נישט עפעס אנדערש, ווי הערליכע באמבו געוויקסן! סכך! ער האט נישט געטראכט קיין צוויי, און באלד נאכגעלאפן דעם וואגן. די טעמפא פון איר רייזע איז סיי ווי געווארן פארשטייטערט דורך די שווערע סחורה, און ער האט איר גאנץ גרינג דערגרייכט ביים עק גאס. ״מיסטער, מיסטער!!! סטאפ!!!״ האט ער געסאפעט. ״צי קען איך קויפן פון דיר א שיינע פאר פון די בעמבו געוויקסן?״ עס האט גענומען א מינוט ביז זיי האבן זיך פארשטענדיגט אין רבי זכרי׳ס היבש רויען ענגליש צוזאמען מיט די גלאבאלע האנט-שפראך, אבער ווען דער איטאליענער גוי האט באגריפן וואס דער פרעמדער וואס באפאלט אים מיטאמאל וויל, האט ער קאטעגאריש אפגעזאגט. ״נישטא פון וואס צו רעדן! דאס האב איך ספעציעל באשטעלט פאר מיר! איך דארף בויען דערמיט די שיינע צוים ארום מיין הויז אין קאנארסי. דו מיינסט אז איך גיי עפעס אויפגעבן מיינע פלענער צוליב אן אומבאקאנטער פערזאן פון די טענעמענטס וואס האט זיך אנגעגלוסט אין מיינע הערליכע שטעקענעס?!?״ שיין און שטארק זענען די רונדעכיגע גלאטע שטעקענעס, ממש א פראכט. יעדע שטיקל איז פעסט ווי א זויל.
connect Tosh 79 אך, ווי שיין זיי וואלטן געליגן אויף די סוכה׳לע די קליינע. דאס איז וואס מען דארף האבן צו טראנספארמירן די גאנצע אויפגעשטעלטע ווענט אין אן אמת׳ן פרעכטיגן סוכה! ווען רבי זכרי׳ וויל עפעס בנוגע א תורה ענין און האלט עס פאר וויכטיג, לאזט ער נישט נאך. נאר מיט די עקשנות דקדושה האט ער זוכה געווען צו פירן א ווירטשאפט אין די מגושמ׳דיגע אמעריקע ווי גלייך ער געפונט זיך אויפן אנדערן זייט אטלאנטיק אקעאן... וויאזוי דען האט ער זיך אויפגעהויבן פונעם שטארק-אידישן איסט-סייד און זיך באזעצט אינעם וויליאמסבורג געגענט, כאטש קיינער האט נישט פארשטאנען פארוואס ער גייט צו אן ארט מיט פיל ווייניגער ארטאדאקסישע אידן? מיט זיין ווייטן בליק און הבנה האט ער אבער אנערקענט אז עס איז פיל מער א סכנה צו זיין צווישן פילע אידן וואס דארפן צו זיין פרום אבער פון זייערע דורות בלייבט גארנישט ליידער, ווי אין א פלאץ ווי מען איז לכתחילה אנדערש ווי די ארומיגע, און די קינדער פארשטייען אויך אז זיי זענען אויסגעקליבן פון צווישן די גוים און פרייע. רבי זכרי׳ האט טאקע געגרינדעט די ערשטע חסיד'ישע שול און אנגעזייעט די ערשטע קערנדלעך פון חסידות אינעם וויליאמסבורג געגענט אין ברוקלין, היינט א פעסטונג פאר ערליכע חסיד'ישע אידן. אינעם קעלער איז געווען זיין אייגענע פאבריק, וואס ער האט געגרינדעט צו קענען האבן פרנסה אן זיין אנגעוואנדן אין די מחללי שבת בעלי בתים. זעלבסטפארשטענדליך אז ביי אזא איד, ווען ער ברויך שיינע סכך, איז דער ניין פונעם גוי בכלל נישט געווען דאס לעצטע ווארט ביי אים.... א מטבע קען טוישן אסאך פלענער. נאכמער ווען עס זענען דא אסאך פון זיי וואס קלינגען אין די אויערן און מאכן פארגעסן אלעס וואס מען וויל און מען זאגט א גאנצע מינוט פריער... נישט אז דער גוי האט געמאכט א שלעכטן דיעל, ער האט זיך געלאזט קאסטן אן איבערגעטריבענעם פרייז, דער איטאליענער געריבענער יונג. א גאנצע קוואדער האט ער געבעטן פאר יעדע ראד פונעם באמבו געוויקס. א קוואדער אמאל איז געווען ווערד פילצאליגע מאל מער ווי מיט די אינפלאציע דורכאויס די יארן. מיט עטליכע קוואדער האט מען געקענט איינקויפן אויף שבת... ביי א ניי-געקומענער אין לאנד, וואס מוטשעט זיך אזוי מיט פרנסה און די טעגליכע הוצאות זענען צופיל, איז עס אן אמת׳ער פארמעגן. ׳צודרייט אינגאנצן איז דער איד נעבאך׳, וואלטן די אנדערע מעמבערס אין שוהל געשאקעלט מיטן קאפ, ווען זיי הערן פון די אומדערהערטע שפענדעריי. ער ווייסט טאקע נישט וויאזוי ער וועט צאלן רענט דעם חודש. פון וואו וועט זיין אויף די איבריגע הוצאות פונעם יום טוב? ער ווייסט אבער יא אז פאר א הייליגע סוכה איז נישט גענוג א בדיעבד. דער באשעפער וואס גיבט אים פאר אלע הוצאות פון שבת און יו״ט, וועט דען איצט נישט איינהאלטן חלילה זיין צוזאג אז אלע אויסגאבן וואס מען שפענדט לכבוד די גרויסע טעג וועט צוריקגעצאלט ווערן ביזן לעצטן פעני? מיט אזא גאראנטי, איז איבריג צו זארגן. פארקערט, זיין הארץ שפרינגט ממש ארויס פון ברוסטקאסטן מיט די לוסטיגע רקידה'לע וואס זי פראוועט אין אים. אזא זכי׳!!! אויך דא אין די טריפה'נע
80 connect Toshאמעריקע וועט ער קענען איינלאדענען די אושפיזין און זיין הערליכע סוכה, וואס וועט נישט פארשעמען די געהויבענע געסט. צי זאגט ער דען נישט יעדן טאג עטליכע מאל ביי קריאת שמע, בכל מאודך? צו וואס דען דארף א איד געלט? נאר אז ער זאל עס קענען אוועקגעבן פאר'ן באשעפער און צו באשיינען זיינע מצוות!!! סוכות ביינאכט. די קליינע סוכה׳לע איז יעצט א פראכטפולע פאלאץ. ר׳ זכרי׳ס פרוי, לאה, האט ארויפגעלייגט די ווייסע טישטוך מיט די אויסגעשטיקטע גרינע בלעטער אויפן קליינעם טישל )א פראוויזארישע ברעט אויף א קלאץ( וואס קומט נאך פון איר באבען ע״ה אינדערהיים, און זי האט עס איר געגעבן מתנה צו איר חתונה. באפוצט זענען די ווענט, מיט שיינע געקנייטשטע פייגעלעך וואס די איבערראשטע קינדער האבן געפארעמט פון רעשטעלעך פאפירן. העכער זייערע קעפ איז די סוכה באצירט מיט די שטארקע, הערליכע ראדן פון באמבו אלס סכך. אך, זמן שמחתינו! אין די יונגע הערצער ווערט אריינגעבאקן די חביבות המצוה, די מושג אז צו זיין די בעסטע איד וואס איז נאר שייך דארף מען זיך אוועקגעבן מיט מסירות נפש ממש. דאס ווארעמקייט אינעם יום טוב וואס זיי לעבן איצט מיט זענען די נשמה טראפן, די וואקסין אנטקעגן די פילע נסיונות וואס עס ווארט זיי דא, אויפוואקסענדיג אין אן אמעריקע ווי אידישקייט איז צושפאט און צושאנד. עס איז גאנץ שווער צו שלעפן אלעס אזויפיל טרעפ, אבער קיינער באקלאגט זיך נישט. די שמחה של מצוה קען מען טאפן אין די לופט, אינעם ענגן סוכה. ברוך אתה ה׳...לישב בסוכה!!! דונערט רבי זכרי׳ס התלהבות'דיגער קידוש. די סעודה ווערט געפראוועט מיט די געשמאקע מאכלים וואס לאה האט צוגעשטעלט כאטש געלט איז געווען היבש ענג ערב יום טוב. מען האט זיך אן עצה געגעבן. אונטן אינעם קליינעם דורכגאנג צווישן צוויי הויעכע טענעמענט בנינים, ווערן די מגושמ'דיגע אמעריקאנער גאסן געהייליגט און אויסגעלייטערט מיט א סוכה וואו די אטמאספערע איז א שטיק קדושה. אפילו די אושפיזין פילו זיך היינט באקוועם צו אננעמען די איינלאדענונג און טוען אויך מיטהאלטן די הערליכע סעודה אינעם קליינעם סוכה׳לע. פון א פענסטער פון א אויבערשטן שטאק אינעם בנין, קוקן ארויס שפיזיגע אויגן אנגעפילט מיט האס. פאר עמלק׳ס אייניקלעך שטעכט די הייליגע סוכה ווי עס וואלט געווען א פייערדיגע שפייז. צי איז עס קנאה וואס די דייטשע גוים דארט אויבן שפירן ווען זיי האלטן אביסל מיט די אמת'ע לעכטיגקייט וואס איז נאר פארהאן ביים איד? פשוט די איינגעבאקענע ירושה פון שנאה און רשעות נאך פונעם זיידן עשו? וואס די אורזאך זאל נאר נישט זיין, וועבן זיך פינסטערע פלענער אין די בייזוויליגע הערצער. און דארט אונטן אין סוכה, זיצט א אידישע משפחה אינעם הייליגן סוכה׳לע און פראווען די יו״ט סעודה מיט גליק און לעכטיגקייט, אן דאס מינדעסטע ידיעה איבער די שרעקליכע געפאר וואס הויערט איבער זייערע קעפ... ושמחת בחגיך, והיית אך, אך שמח... רבי זכרי׳ צוזינגט זיך מיט א לעבעדיגן ראפשיצער ניגון און די יונגעלעך כאפן זיך מיט.
connect Tosh 81 אוי, אוי, ושמחת....!!! טראך!!! האק!!! זעץ!!! די גאנצע סוכה טרייסלט. די פרייליכע ניגון האט זיך פלוצלינג אפגעשטעלט און אנשטאט דעם הערן זיך שרעקעדיגע קלאנגן. אן ערדציטערניש? קאנאנען וואס שיסן? וואס זענען די שרעקליכע קולות? כא כא כא כא.... הילכיגע געלעכטערס פון אויבן.... און דאן... טראך!!! נאכאמאל שפירט זיך ווי די גאנצע סוכה וואקעלט זיך. א בהלה! די קינדער שרייען אויס אין ציטערניש, און אויך די ערוואקסענע זענען בלאס פון פחד. קראך! קראך! קראך! א קללה אין דייטש און אנטוישטע אויסרופן. דאן א קול פון א פענסטער פון אויבן וואס איז צוגעקראכט געווארן מיט כעס. עס ווערט שטיל. נאר די שנעלע אטעמען פון די עלטערן און שטילע כליפען פון די קינדערלעך הערט זיך. נאך עטליכע מינוט גייט פארביי אין געבענטשטע שטילקייט. אויך די געוויינען פון די קינדער ווערט שטילער. רבי זכרי׳ ווארט צו נאך צען מינוט. ער שטעקט פארזיכטיג ארויס זיין קאפ פון דער סוכה טיר. די טאנצענדיגע לעכט פון סוכה באלייכטן די טונקעלע דורכגאנג מיט מילדע שטראלן און ער גלייבט נישט די סצענע וואס באווייזט זיך פאר זיינע שאקירטע אויגן. די ערד ארום זיין סוכה זעט אויס ווי נאך אן ערדציטערניש מיט ברוכווארג ארום; ריזיגע שווערע ציגל ליגן איבעראל, אויסער אויף זיין סכך. נישט שווער איז צו פארשטיין די שוידערליכע פלענער פון די אנטיסעמיטישע שכנים. אזעלכע גרויסע שווערע ציגל, ווען עס פאלט נאך דערצו פון אסאך שטאקן ארויף, טוען גרינג אומברענגן א מענטש מיט איר קראפט. זיי האבן געלאקערט און געווארט, די רוצחים. נאר ווען זיי האבן געהערט ווי די אידעלעך זיצן שוין אין זייער שוואכע ביידל, האבן זיי געווארפן די שטיינער כדי להמית חלילה. א פערפעקט אויסגערעכנטער פלאן מיט אסאך שאנסן פאר א שרעקליכע הצלחה. פארשטיינערן די גאנצע שוצלאזע פאמיליע צום טויט רח״ל! ווען נישט זיי האבן אוועקגעגעבן זייער גאנץ פארמעגן פאר א פעסטע באשיצונג העכער זייערע קעפ, וואלט זיך די פייערונג פון אנהויב נאכט גאר שנעל געקענט ווערן איבער געקענט צו אן אבילות רח״ל. די סכך, די פעסטע זיילן, האבן אויסגעהאלטן די מאכטפולע אטאקע. אנשטאט צו אריינפאלן אין סוכה, זענען די ציגל צוריקגעשפרינגען נאכן אנטרעפן א פעסטע באדן און אנשטאט געפאלן אויפן גאס. ר׳ זכרי׳ האט צוגעמאכט די טיר און צוריק אריין אין זיין פעסטונג, זיין סוכה. ווען מען איז מקיים די מצוה פון סוכה מיט מסירת נפש, צו קענען זיצן און זיך פרייען אונטער דעם אייבערשטנ׳ס פליגל, קען די טומאה נישט האבן א שליטה. ״נו, קינדערלעך, לאמיר זינגען ווייטער לעבעדיג און זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר זענען זוכה צו מקיים זיין!״ ושמחת בחגיך והיית אך שמח.
82 connect Toshירושלים עיה״ק, יום ראשון של סוכות תש״ג שמחתי באומרים לי בית ה׳ נלך... זינגט זיך רבי מאיר חאסמאן אונטער ווען ער שפאנט אריין אין שוהל מיט לוסטיגע טריט. אוודאי דארף מען שטענדיג זיין בשמחה ווען מען קומט אינעם אויבערשטנ׳ס הויז. היינט איז אבער דא אסאך סיבות פאר זיין עקסטערע באגייסטערונג. ערשטנס, איז דאך יעדער איד מחויב צו זיין פרייליך היינט. עס איז דאך דער ערשטן טאג פונעם הייליגן יום טוב סוכות! צו דעם, איז רבי מאיר א בעל שמחה היינט. איז דען דא א גרעסערע זכי׳ ווי אריינברענגן א קינד בבריתו של אברהם אבינו, טאקע אינעם טאג פון אושפיזא דאברהם? און אז זיין רבי צו וועמען ער איז מקושר מיט לייב און לעבן, הגה"צ רבי שמשון פאלאנסקי זצ״ל, וועט ספעציעל קומען פון זיין שטוב אין בית ישראל געגנט צו קענען זיין סנדק ביים ברית, איז שוין טאקע נישט פארהאן היינט איינער אין ירושלים וואס איז אזוי גליקליך ווי אים! נאך עפעס דערפריידט רבי מאיר. שוין עטליכע יאר, וואס ער האט זיך איינגעפירט צו שענקן א טייערער אתרוג, א הערליכע אויסדערוועלטע פרי, פאר׳ן רב צו נוצן אינעם יום טוב. דער רב איז זיך דאך אזוי משתוקק צו מקיים זיין די מצוה פון ולקחתם לכם מיט אן אמת׳ע פרי עץ הדר. דאס יאר האט ער אויך מצליח געווען צו קויפן אן אתרוג, ממש איינס אין דער וועלט! נו, קומט אים נישט צו שעפן אביסל נחת
connect Tosh 83 און זען ווי זיין רבי איז מקיים די עבודת היום מיט זיין מתנה? זיינע חברים דא אין שול האבן שוין געהערט פון דעם הערליכן אתרוג מיט וואס ער האט זוכה געווען צו דערפרייען דעם רב לכבוד יום טוב, און דער עולם קען שוין קוים ווארטן צו כאפן א בליק דערויף. אין שול קען מען טאפן די דערהויבענקייט. אין ירושלים של מעלה מאנגלט נישט פון אמת׳דיג הייליגע אידן, אבער דאך איז צו דאווענען מיט אזא צדיק און גאון ווי דער טעפליקער רב אינעם חג הסוכות, א ספעציעלע זכי׳. דער בעל שמחה ר׳ מאיר שוועבט ממש אין די וואלקענעס; ער שטייט גלייך נעבן רב ביים מזרח וואנט אז ער זאל אים קענען משמש זיין מיט סיי וואס עס פעלט אויס. אה, ווי גליקליך איז ער אז דער רב איז זיך מטריח צו זיין סנדק ביי די היינטיגע ברית! ווען דער רב נעמט די לולב אין האנט, באמערקט ר׳ מאיר שוין די בליקן פון די ארומיגע. ער שמייכלט צו זיך. זיי ווארטן זיכער אז דער חשובער גאסט זאל ארויסנעמען אויך דעם הערליכן אתרוג, און זיי זענען נייגעריג צו זען דעם אויסגערופענעם הדר. דער רב אנטוישט אבער די מתפללים און זיין באליבטער תלמיד ר׳ מאיר חאסמאן בפרט. ער מאכט בכלל נישט אויף זיין אתרוג-פושקע. אנשטאט, ווענדט ער זיך צו ר׳ מאיר מיט א בקשה אויב ער ערלויבט אים צו שאקלען מיט זיין אתרוג. אוודאי איז ער מסכים! אבער.... פארוואס? פארוואס באנוצט זיך נישט דער רב מיט זיין הערליכע מתנה וואס ער האט געשאנקען פאר'ן רב בעפאר יו"ט? דער עולם בליקט זיך איבער מיט וואונדער. ער פראבירט צו קאנצענטרירן אינעם דאווענען מיטן זעלבן כוונה און דערהויבענקייט ווי ער האט פריער געשפירט, אבער ר׳ מאיר קען נישט אויפהערן טראכטן מיט אביסל זארג און אסאך קשיות אין זיין מח. וואס גייט דא פאר? אויב האט מען מצליח געווען צו פארווישן די אינטערעס, זענען די פראגע צייכענעס צוריקגעקומען מיט א גרעסערע שטארקייט ווען עס איז געקומען צו הלל. דאן האט דער רב יא ארויסגענומען דעם אתרוג פון פושקע. זיין צורה האט געברענט בשעת די עבודה, אבער דאך האבן די אידן ארום אים נאר געשטארט אויף דעם אתרוג אין זיין האנט. א הדר? כאטש זי איז געווען אינגאנצן צוקלאפט און איר פיטום האט געהאנגען שיעף, האלב אפגעבראכן, האט מען קלאר געזען אז זי איז קיינמאל נישט געווען א ספעציעל שיינע פרי. זייער א געווענליכער אתרוג האט דער רב געהאלטן, אפילו פאר דער...עקסידענט??? וואס עס זעט אויס ווי עס איז נעבאך אריבער געגאנגען... דער ברית גייט אריבער אין גאר א געהויבענעם שטימונג. נאר נאכדעם, רבי, איך...איך זע אז...דאס איז נישט מיין אתרוג??? און... עס איז אינגאנצן פסול בכלל! אויב מעג איך בעטן.... אפשר? קען דער רב מיר דערציילן וואס עס גייט דא פאר?
84 connect Toshנאכן דאווענען, נעמט זיך דער מקורב ר׳ מאיר די מוט צו שטילן די נייגער וואס עגבערט אים אזוי. ״רבי, איך...איך זע אז...דאס איז נישט מיין אתרוג??? און...עס איז אינגאנצן פסול בכלל! אויב מעג איך בעטן.... אפשר? קען דער רב מיר דערציילן וואס עס גייט דא פאר?״ דער רב שמייכלט צו אים מיט פאטערליכע ליבשאפט. עס קומט זיך טאקע פאר ר׳ מאיר׳ן אן ערקלערונג נאכדעם וואס ער האט פאר אים געשאנקען אזא הדר! ״הער זיך צו...״ עס איז גאר פרי פארטאגס. אין די ארומיגע סוכות הערשט נאך א שטילקייט, רוב עולם שלאפט נאך. אזוי אויסגעמוטשעט זענען די ביינער פון די ערב יום טוב יאגעניש, און די ליכטיגע סעודה שפעט ביינאכט. געציילטע זריזין מקדימין איילן זיך אין מקוה אריין. אינעם סוכה׳לע פונעם טעפליקער רב איז שוין לאנג טאג. ווי קען מען דען שלאפן, ווען אט, אט, וועט מען זוכה זיין צו טון די גרויסע הייליגע מצוה פון אתרוג בענטשן. דאס הארץ ברענט און קאכט מיט גלוסטעניש צו האלטן די ד׳ מינים אין די האנט. ווער רעדט נאך ווען מען איז זוכה צו מקיים זיין דעם 'ולקחתם לכם פרי עץ הדר' מיטן פירוש המילות ממש, מיט אן אתרוג וואס איר הערליכע קאליר און פארעם איז דאך ממש אן אויסנאם, נאכדערצו אינמיטן פון א וועלט מלחמה ווען אזאנס איז ממש אוממעגליך? צום וויפילטן מאל נעמט דער צדיק ארויס זיין הדר, און טשאטשקעט זיך מיט איר גלייך ווי א מאמע באטראכט מיט ליבשאפט איר ניי-געבוירן קינד. דער אתרוג איז נאך אין זיינע הענט, ווען א שטילע, אבער דערשראקענע געוויין דערגרייכט זיינע אויערן. אפשר איז עס נאר א פארבלאנדזשעט קעצל, וואס לאזט הערן איר געשריי אין די שטילע צייט פון טאג – אדער בעסער געזאגט נאך האלבוועגס נאכט? ניין, עס ענדלט אין א יונג קינד׳ס ביטערליכע יאמערן! דאס הייליגע הארץ אנגעפילט מיט אהבת ישראל קען נישט אויסהאלטן אפילו איין מינוט פון דארפן הערן אזא געוויין פון א אידיש קינד. צדיקים זענען דאך פול מיט רחמנות, זייער פירונג א שפיגל צו כביכול דער דערבארעמדיגער באשעפער, דער קל מלא רחמים. גלייך איז ער ארויס צום האלב-טונקעלע גאס, ווי די זון האט נאך קוים אנגעהויבן שיקן איר ערשטע פרימארגן שטראלן אין א הערליכע שאטירונג פון פארבן אויפן הימל, און זיך ארומגעקוקט אינעם גרויסן חצר. ווער כליפעט מיט אזעלכע הארצרייסענדע בכיות? א קליינע מיידעלע, אינעם עלטער פון 6 יאר, איז געזיצן אויף א שטיין ביים עק הויף, אירע שמאלע אקסלען זיך טרייסלענדיג אינעם אומבאהערשטן געוויין. ״וואס האט פאסירט צו דיר, מיין טייער קינד? פארוואס טוסטו פארגיסן טרערן?״ האט זיך דער גרויסער איד געוואנדן צו דאס דערשראקן קינד, מיט א ווייכע, פאטערליכע שטימע. דאס קינד האט אויפגעהויבן אירע רויטע פארוויינטע אויגעלעך און באטראכט דעם פרעגער. דאס ערשיטערטע הערצעלע האט דערפילט די גרעניצלאזע אהבה וואס שפרודלט אינעם הארץ פונעם צדיק,
connect Tosh 85 און זי האט מיט צוהאקטע ווערטער זיך אויסגעגאסן איר אנגסט. ״כ..כ..כ׳האב זיך אויפגעוועקט זייער פרי... כ׳בין... אריין אין אונזער סוכה... מיין טאטע שלאפט נאך... כ׳האב...כ.. האב נאר געוואלט אנקוקן זיין אתרוג! מיין טאטע לאזט מיר עס קיינמאל אפילו האלטן ווייל ער האט געשפארט א גאנץ יאר געלט דערויף. און...און..״ זי האט נישט געקענט ווייטער רעדן. א פרישע געוויין האט זיך ארויסגעריסן. דאס פארשעמט אתרוג, צובראכן און פסול, וואס איז געליגן אויפן זייט פון שטיין, האט שוין אליין דערציילט איבער דער טראגעדיע וואס האט איר באטראפן אין די אומערפארענע קינדערישע הענטעלעך נאך איידער איר אייגנטומער האט סוכה געווען איר צו באנוצן אפילו איין מאל. ״כ׳ציטער! כ׳ציטער! ווער ווייסט וואס מיין טאטע וועט מיר טון!״ דער רב האט געקענט זיין שכן. אן ערליכער איד, אבער א קפדן. וויאזוי וועט ער טאקע רעאגירן? דאס קינד האט פון וואס צו מורא האבן... ״מיין קינד טייערע, הער זיך גוט צו. נעם דאס אתרוג וואס איך גיב דיר. לייג עס זייער, זייער פארזיכטיג אריין ביי דיין טאטן אין שאכטל. זאג אים אז דער טעפליקער רב האט דיר געבעטן צו זען דיין אתרוג, און געזען אז עס האט א גרויסע שאלה אין איר כשרות. דער רב האט געהאט אן עקסטערע אתרוג, און ער האט עס געשיקט פאר דיר.״ די מיידעלע האט מיט פרייד אויסגעפירט די שליחות. ביים רב איז געבליבן נאר איין פארוואונדעטער, פסול׳ער אתרוג. דאס איז אנשטאט דער הדר מיט וואס ער האט זיך געגרייט צו בענטשן אתרוג. ״פארשטייסטו ר׳ מאיר? דו האסט מיר טאקע אויסגעוועלט דעם שענסטן פרי, און מיין דאנקבארקייט צו דיר האט קיין גבול. דער אייבערשטער האט מיר אבער מזכה געווען מיט די שענסטע אתרוג אויף דער וועלט! אזא הדר,״ האט ער אנגעוויזן אויפן צוקלאפטן, נעבאכדיגן פרוכט אין זיין האנט, ״וואס איז דורכגעווייקט מיט וותרנות און חסד, צו דעם, האב איך נאך קיינמאל זוכה געווען!״
86 connect Toshלמספ סעפטעמבער 2006 באגראם מיליטערישע באזע, אפגאניסטאן אפגאניסטאן. דאס לענדל אין אזיע פארנעמט היינט אלע הויפט קעפלעך אין די צייטונגען. 17 יאר פריער, איז אבער דער מצב נישט געווען צופיל בעסער ווי יעצט. נאך איר כלומר׳שטע געווינס אינעם קאמפליצירטן לאנד, וואס קיין אינוואדירער, אפילו דער העלדישער אלכסנדר מוקדון, האט נישט באוויזן צו אנהאלטן אן אנוועזנהייט צו לאנג, האט די אמעריקאנער מיליטער אין 2006 געליטן פון פילע טעראר אטאקעס דורך די פארשטארקטע טאליבאנער און על קאידא קעמפער. די היסטאריע און פאליטישע סיבות פאר'ן אמעריקאנער דורכפאל וועלן נאך אנאליזירט און אויסגע'טענה׳ט ווערן פאר יארן, ווי אז די קולטור פון שבטים וועלכע הערשן איבער זייערע מיטגלידער און פארבונדן זיך צווישן זיך, איז אוממעגליך פאר א מערב-וועלט קאפ צו פארשטיין, אבער אין יענעם יאר האבן די אמעריקאנער זעלנער אנגעהויבן ליידן פון פילע פארלוסטן, נאך א רעלאטיוו רואיגערע תקופה פריער. אז אפגאניסטאן איז לכאורה נישט אויף די ליסטע פון חול המועד אטראקציעס, דאן וואס טוט דארט דער פרומער איד, וואס דרייעט זיך ארום די ריזיגע באזע און זוכט און נישטערט ווי גלייך ער האט עפעס פארלוירן? ר׳ נתן סאקס האט זיך איינגעשריבן אלס מיליטערישער טשאפלעין ווען ער איז נאך געווען אין כולל. ער האט
connect Tosh 87 אנגעטראפן אן אמטירענדער אידישער טשאפלעין וואס האט אים ערקלערט די פילע מעלות פון דעם פאסטן, און פארגעסן צו מיטטיילן וויאזוי זאכן קענען זיך טוישן.... אין יענער צייט אין די 1990׳ער יארן איז אמעריקע כמעט נישט געווען פארמישט אין מלחמות. מען האט גערעדט פון א שיינע טיטל מיט א גוטע געהאלט און בענעפיטן וואס וועט אים ערלויבן צו ווייטער לערנען בשעת ער וועט צומאל געבן א שיעור אויף א לאקאלע באזע אין ניו דזשערזי אדער ניו יארק. אפשר וועט ער קענען ברענגן פארפרעמדעטע אידן נענטער צו אידישקייט, און גיין באזוכן א עלטערער קראנקער איד אינעם וועטעראן שפיטאל. און דאן, זענען געשען די סעפטעמבער עלעווען טעראר אטאקעס. די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט. פאר דעם טשאפלעין ראביי סאקס, האט זיך עס פשוט דראסטיש איבערגעדרייעט. ער וואלט קיינמאל אויסגעוועלט צו פארברענגן חודש תשרי אין דעם פארווארפענעם, מלחמה געפלאגטן לאנד. די מיליטער האט אים אבער פארבעטן דאס צו טון און ווער עס ארבעט אינעם ארמיי זאגט נישט ׳ניין׳ ווייל עס איז נישט דא אזא אפציע בכלל. אזוי איז ער געווארן דער פארטרעטער פון אידישקייט אין אפגאניסטאן. ווי פארשטענדליך, וועט מען געווענליך נישט טרעפן א איד א שומר תורה ומצוות דינען אלס סאלדאט. די פון אידישן אפשטאם וועלכע שרייבן זיך איין אינעם מיליטער, זענען געווענליך זייער ווייט פון סיי וואס האט א שייכות מיט אידישקייט און זענען אזוי שוין אויפגעצויגן געווארן, ליידער. ווען מען פארלירט אבער חברים צו אונטערגעלייגטע אויפרייס אפאראטן, און מען באגעגענט דעם טויט פון דער נאנט יעדן טאג, זענען אאפילו די סארט אפגעפרעמדעטע אידן, עכטע תינוקי שנשבה אינטערעסירט געווארן צו האבן א ׳ראביי׳ אויף די ימים נוראים. ראש השנה און יום כיפור האט ר' קלמן געהאט 15 אידישע סאלדאטן וועלכע האבן מיטגעהאלטן זיינע תפילות מיט רעספעקט און ערנסטקייט. 11 פון זיי האבן פארשפראכן צו קומען מיטהאלטן אויך סוכות, כאטש רוב פון זיי האבן אין לעבן נאך נישט געהערט פון אזא ׳האלידעי׳. ״ראביי, מיר האבן צוויי גרויסע שאכטלעך מיט צוויי גרויסע ׳פאפ- אפ׳ סוכות פאר די ביידל וואס איר דארפט פאר די סוכות האלידעי!״ האט דער קאטוילישער טשאפלעין אים פארזיכערט גלייך ביי זיין אנקום צו די באזע, שטאלץ מיט זיינע ברייט- פארצווייגטע קענטעניסן אינעם אידישן טשאפלעינ׳ס גלויבנס-געבאטן. ״וואונדערבאר! עס וועט זיין גענוג און נאך פלאץ פאר יעדער וואס וויל מיטהאלטן!״ האט ר׳ נתן זיך געפרייט. ממחרת יום הכיפורים, האט ראביי סאקס אנגעהויבן פארזארגן די געברויכן פאר דעם בעפארשטייענדן קומענדיגן יום טוב. ער האט געדארפט ארומלויפן פרעגן דעם און יענעם, אבער ווען ער האט ענדליך געטראפן און אויפגעמאכט די ריזיגע באקסעס איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן. צוויי סוכות? די צובראכענע שטיקלעך פון וואס עס האט געדארפט צו זיין איין סוכה האבן געלאכט צו אים מיט שפאט... ווען עס געשעט אזא סארט מעשה צו א איד אין סיי וועלכע מערב-וועלט
88 connect Toshלאנד, האט ער עטליכע אפציעס פאר זיך נאכן אפקרעכצן און זאגן גם זו לטובה. אפילו אויב ער קען נישט באשטעלן א גרייטע סוכה פונעם נענטסטן אידישן פארקויפער, קען ער צופארן צו ׳האום דעפאו׳ אדער ׳לאוי׳ס׳ און קויפן העלצער צו מאכן פאנעלס. ווען מען געפינט זיך אבער אין אפגאניסטאן פיר טעג פאר סוכות, אן א זכר פון א סוכה, איז די סיטואציע פיל מער קאמפליצירט. די אנדערע טשאפלעינס, להבדיל, דער קאטוילישער און פראטאסטאנטישער, האבן געאפפערט זייער הילף. עס האט זיך נישט אויסגעטייטשט אין צופיל מער ווי גרויס סימפאטיע. עס איז נישט געווען קיין מינוט צייט צו באדויערן די פארגאנגענהייט. מיט א בליי און פאפירן, האט זיך טשאפלעין סאקס אראפגעזעצט מאכן נייע פלענער. ער האט אויסגעמאלן בערך וויאזוי א סוכה דארף אויסזען, קלאר אראפגעשריבן א ליסטע פון אלע נויטיגע מאטריאל, און זיך געוואנדן צום סארדזשענט פונעם ׳אינדזשענירינג קארפס׳ באאויפטראגט אויף אלע בוי פראיעקטן אויפן באזע, מיט זיין פארלאנג. די טעקע מיט פאפירן וואס ר׳ נתן האט באקומען צו אויספילן און אונטערשרייבן האט דערמאנט א דיקע בוך. נו שוין, אזוי גייט עס ווען מען ארבעט פאר די רעגירונג... גאר שנעל האט ער אויסגעפונען וואס ארבעטן מיט ביוראקראטיע מיינט באמת. מיט א פארלייכטערונג זיפץ האט ער דערלאנגט די פולקאם אויסגעפולטע צעטלעך צו דעם סארדזשענט. ״נו, צי וועט עס זיין פארטיג אין צוויי טעג? די האלידעי הייבט זיך אן פרייטאג צונאכטס!״ דער מיליטער-מאן האט אים אנגעקוקט מיט א בליק געמישט מיט שפאט און רחמנות. ״המממ...אז איך יאג צו די פראצעדור און שנייד עקן וואו עס גייט נאר, וועסטו עס קענען האבן פארטיג אויף דעצעמבער.״ א סוכה אויף חנוכה. א גוטע וויץ! ראביי סאקס וואלט אויך געלאכט ווען נישט זיין סוכה האלט ביי אלף און דער יום טוב איז אין קוים דריי טעג. נישט נאר וואס ער דארף א סוכה צו קענען פאר אים פערזענליך פראווען דעם יום טוב, נאר 11 אידישע סאלדאטן וואס האבן אויסגעדרוקט אינטערעס צו זיין אין א סוכה דעם ערשטן מאל וועלן בלייבן אויסגעשפילט. וואס טוט מען דא? מען גייט צו פלאן 3 . מען וועט אליין פראבירן צו צוזאמשטעלן א סוכה. אראפ פון באזע קען ער דאך נישט ארויסשטעקן זיין נאז, ווייל א באמבע קען עס חלילה אראפפליקן, וועט ער מוזן זוכן אויפן קאמפלעקס. די באגראם עיר פיעלד איז בעצם א שטאט פאר זיך. מען קען דארט געפינען אסאך זאכן וואס די מיליטער דארף האבן זיך צו אויפהאלטן מיט אזויפיל איינגעשטעלטע. זעט אויס אז אויף א סוכה איז געווענליך נישט דא א גרויסער פארלאנג. צום ערשט - די אונטערשריפטן. דער קאטוילישער טשאפלעין האט מסכים געווען צו זיין באגלייטער און שתדלן און זיי זענען צוזאמען ארומגעלאפן אין אלע עקן פון די באזע צו זאמלען די נויטיגע
connect Tosh 89 פערמיטס פון די אויטאריטעטן פאר די באשיידענע געביידע וואס דער ראביי וויל אויפבויען. די מעשה האט געקאסט א שיינע פאר שעה. די ווייזערס פונעם זייגער רוקן זיך אין א גאלאפ, אן זיך רעכענען מיטן אידל וואס וויל באווייזן דאס אוממעגליכע און אויפשטעלן א סוכה אינעם לאנד פון מוסלעמענער טעראר. אט קלאפט דער זמן שמחתינו אויפן טיר, און דא האלט מען נאך ביי גארנישט! מיט די באפולמעכטיגונגען אין האנט, האט זיך אנגעהויבן די נעקסטע שטאפל אין ״אפעראציע אפגאניסטאן סוכה״ ווי ר׳ נתן האט פריוואט באטיטלט זיין אקציע אין געדאנק, אויפן מיליטערישן שטייגער. ברעטער זענען בכלל נישט פארהאן צו באקומען אין א לאנד ווי שטרוי און בלאטע זענען מער צוגענגליכע מיטלען פאר די כאטקעס ווי די ארטיגע באפעלקערונג וואוינט. פלאן 4 .ער וועט אהערשטעלן א פרעים און אויף דעם באהעפטן פלעסטיק אדער סחורה, און דאס וועט זיין דער סוכה. צום וויפלטן מאל האט דער טשאפלעין זיך אראפגעזעצט צו מאכן ליסטעס. אויפן באזע איז געווען א ׳בילדינג- סופליי׳ געשעפטל וואס האט צוגעשטעלט די מאטריאלן פאר סיי וועלכע פאררעכטיגונג ארבעט, לויט א פריערדיגע באשטעלונג. ״ראביי, ווי נעווער היערד אבאוט א ס..סוקא? באט ווי וויל גלעדלי העלפ יא! )מיר האבן נאך קיינמאל געהערט איבער א סוכה אבער מיר וועלן אייך גערן העלפן( האט דער באסניער אפשטאמיגער מוסלעמענער געשמייכעלט. ״גוט, שרויפן, האמער, דריל, ביעמס, וועלן מיר האבן דאנערשטאג נאכמיטאג. ברעקעטס פון מעטאל צו באהעפטן די סוכה צום טשאפעל? נישטא אזא סארט זאך אינעם לאנד פון ליימענע כאטקעס! ווערי סארי ראביי...״ נו, וועט מען באנייען די זוכעניש איבערן באגראם לופט באזע. דאס מאל וועט מען אויפזוכן ברעקעטס. קיינער האט נישט געהאט. בכלל איז שווער צו טרעפן איינער וואס קען אויסארבעטן מעטאל, אויסער פאר באמבעס.... ענדליך האט ר׳ נתן דערזען אין א קליינעם ״ווערקשאפ׳ שטיין אן אפגאנער מאן, שווייס טראפעלעך אויף זיין טונקעלעם געזיכט בשעת׳ן שמעלצן אייזן. ״וואס מאכטסטו דא?״ האט זיך דער טשאפלעין אינטערעסירט. ״אה, עיר קאנדישאן דאקטס. דאקטס פאר אלע געביידעס דא אינעם באזע. שוין עטליכע יאר טו איך דאס דא יעדן טאג.״ דער אפגאנער איז אייגענטליך געווען מער ווי צופרידן צו מאכן עפעס אנדערש, פאר א טויש. ר׳ נתן האט אים אנגעוויזן פונקטליך וויאזוי עס דארף אויסזען. שוין, ענדליך איז איינער ענטוזיאסטיש צו העלפן בויען מיין סוכה... האט ר׳ נתן געשמייכעלט זעענדיג דעם פארשוינ׳ס שמחה. דער טשאפלעין האט אים געבעטן פאר 20 פון די ברעקעטס. אין זיין איבערגעטריבענער אמביציע, האט
90 connect Toshדער אפגאנער נאר געוואלט מאכן טויזענטער. צום מזל, איז ראביי סאקס געקומען אפנעמען די באשטעלונג נאך איין שעה און געטראפן 60 שטיק ווארטן אויף אים. ווען נישט, וואלט דער געשטאנען דארט ווי יאסעלע גולם און געמאכט ברעקעטס ביז ער וואלט געדארפט אנטלויפן צום קאבול לופטפעלד צו אויסמיידן די טאליבאנער נקמה פארן ארויסהעלפן דעם שונא... דאנערשטאג נאכמיטאג, פונקט איין טאג צום הייליגן יום טוב סוכות, האט ר׳ נתן אפגענומען זיין באשטעלונג פון די סופליי געשעפט. זיי האבן נאר געהאט 20 פיסיגע ביעמס. פארשאפן א זעג. אנהייבן שניידן. עס ווערט שוין טונקל. לויט ווי עס גייט יעצט, וועל איך אויך ענדיגן מיט די סוכה אין דעצעמבער.... האט ר׳ נתן געקלערט מיט אנגסט. ער האט פראבירט צו בעטן אידישע סאלדאטן פאר הילף, אבער זייער סדר היום איז שוין געווען צו פארנומען צו דאס ערלויבן. לאמיר אייך אנפארטרויען א סוד. ראביי סאקס איז טאקע זייער א געלונגענער מענטש, אבער אפילו ער איז מודה אז בויען און פאריכטן זענען בכלל נישט זיין ספעציעליטאט. זינט די ערשטע דורכפאל ווען ער האט געמוזט זיך אריינציען צו זיין שווער אויף סוכות נאך דעם וואס די סוכה וואס ער צוזאמגעקלאפט מיט אזויפיל פלאג און פארוואונדעטע פינגער האט ערב יום טוב זיך צוזאמגעלייגט, דינגט ער צוויי געשיקטע בחורים צו ערלעדיגן זיין סוכה. עס קען נישט זיין קיין בעסערער מאן פאראנטווארטליך אויף אויפבויען א סוכה פון גארנישט, איינער אליין, ווען יום טוב קלאפט ביים טיר. מאין יבא עזרי? דער טשאפלעין האט אויפגעהויבן זיינע אויגן איבער די בערג ארום די באזע. "אייבערשטער, שיק מיר הילף צו בויען די סוכה." א גרופע לאנגווייליגע ציווילע אמעריקאנער גוים האבן אריבערשפאצירט מיט אנגעצויגענע געזיכטער. איינער פון זיי האט אויסגעזען מער נערוועז ווי די אנדערע. זיי זענען געווען א גרופע פון קאמיקער וואס זענען אהערגעקומען אויף צוויי טעג צו אפרעכטן א שפיל און אויפלעבן די געמיטער פון די איבערגעשטרענגטע סאלדאטן, אויפן פארלאנג פון דער ארמיי. דער פראבלעם איז אבער געווען, אז כאטש מען האט זיי צוגעזאגט א וועג אהיים אויף דינסטאג, איז שוין יעצט געווען דאנערשטאג און עס האט זיך נישט געמאכט א פליגער פאר זיי. איין פארשוין פון די גרופע האט געדארפט חתונה האבן דעם קומענדיגן זונטאג. ווי פארשטענדליך, האט דאס אפהאלט אין די פארווארפענעם און געפארפולע לאנד אים זייער אנגעצויגן. דער גוי האט זיך יעצט אפגעשטעלט און באטראכט די נעבאכדיגע פרואוון פונעם ראביי. ״וואס בויעסטו דא?״ דער ראביי האט אים אלעס דערציילט, אויסגיסענדיג זיין פארצוויפלונג צום פרעמדן. אבי איינער וויל אים כאטש אויסהערן.
connect Tosh 91 דער פארשוין האט אויפגעמאכט גרויס זיינע אויגן. ״העי, יעצט ווייס איך פארוואס ג-ט לאזט מיר נישט ארויס פון דא!!! ראביי סאקס, איר ווייסט וואס מיין פאך איז? דאס אונטערהאלטן איז נאר א זייטיגע זאך וואס איך טו צומאל. מיין ארבעט פון בארוף איז בויען!!! ג-ט וויל איך זאל העלפן זיינע אויסדערוועלטע מענטשן! איך בין זיכער אז ווי נאר איך ענדיג דאס בויען וועל איך באקומען א וועג אהיים!״ האט דער גלויביגער גוי אויסגערופן מיט פאטאס! מיט זיינע צוויי געשיקטע הענט און די הילף פון זיינע פריינט איז די פרעים פאר די סוכה געשטאנען פעסט נאך א קורצע צייט. ער האט נאר אפגעווישט זיינע הענט נאך די ארבעט, גערייכט דעם טשאפלעינ׳ס האנט און אוועקגעמאכט די אויסדרוקן פון דאנק, ווען ער האט באקומען א רוף צו לויפן צום געיט. דער עראפלאן אהיים הייבט זיך ביז א האלבע שטונדע... פארגאפט פון די אפענע השגחה אלס שכר פאר זיינע פעולות, איז דער טשאפלעין געשטאנען און באטראכט די מייסטערווערק מיט נחת. אן אפיציר איז אריבערגעגאנגען און געבעטן אן ערקלערונג אויף די געבוי. ״און וואס גייט איר נוצן פאר די ווענט?״ האט ער געפרעגט נאכן הערן וואס דאס דארף צו זיין. ״המממ. אין אמת׳ן...איך ווייס טאקע נאכנישט.״ האט ראביי סאקס מודה געווען. ״קום נאך מיר.״ אונטער זיין קווארטיר זענען געליגן פארלאזטע ראלן פון אומבאנוצטע שטארקע קאמופלאדזש סחורה. עס האט געפאסט ביזן לעצטן אינטש, ממש ווי באשטעלט פון ערגעץ. עס איז טאקע געווען באשטעלט פון אויבן, פאר די איינציגסטע סוכה אין אפגאניסטאן אין אסאך יארן. איין מינוט, סכך? ער איז ארומגעגאנגען אין אלע עקן פונעם באזע זוכן צווייגן און בלעטער. דער פראבלעם איז נאר, אז גאנץ הערבסט בלאזן געפערליכע ווינטן אין יענע געגענט. צווייגן האבן נישט קיין שאנס אנטקעגן די קראפט פון שטארקע ווינטן. אין דער מינוט וואס ער האט אראפגעלייגט דעם ערשטן צווייגל האבן די ווינטן זיך אויפגעהערט. זיי זענען געבליבן שטיל ביז שמיני עצרת. סוכות ביינאכט, נאכן הילכיגן לישב בסוכה אין אן ערקלערונג איבערן באדייט פונעם געהויבענעם טאג, האט דער טשאפלעין דערציילט פאר די אנוועזנדע וויפיל ניסים האבן באגלייט די סוכה׳לע אין אפגאניסטאן. אין די אויגן פון די פארהארטעוועטע סאלדאטן האבן זיך אנגעזען טרערן. צום ערשטן מאל אין זייער אומוויסענדע לעבנסטעג, האבן זיי פארשטאנען אז זיי זענען קינדער צום טאטן אין הימל און ווי חשוב זייערע מצוות זענען ביי אים. אשר בחר בנו מכל העמים.
צו מנדב זיין די אריינלייגען די עדס ביטע רופט 8125-338-347 וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו ערב זמן שמחתינו תשפ"ד בקשה נחוצה אונזער הייליגע שטאט איז תנ ייסד געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע אז עס זאל זיין אן ערליכע אפגעהיטענע פלאץ, ספעציעל אויפן יסוד פון קדושה וצניעות. כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אויפגעפאדערט יום הקדוש העעל"ט ביים דרשה פאר כל נדרי אז עס ליגט אן אחריות אויף אנשים נשים וטף צו האלטן אונזער שטאט בקדו שה וטהרה אזוי ווי רביה"ק האט דאס אוועקגעשטעלט. דעריבער : זאלן פרויען און מיידלעך האבן א באזונדערע זהירות יעצט און די יו"ט טעג ווען מען דרייט זיך מער אויף די גאס צו גיין אנגעטוען ערליך און אפגעהיטן, אזוי אויך ווען מען גייט ארום אין די גאסן זאל דאס זיין אויף א צניעות'דיגן און איידעלען אופן ווי עס פאסט פארן הייליגן שטאט. רביה"ק זי"ע האט געפאדערט !!! א. נישט מיט קיין לאנגע אדער אפענע שייטל. פאלגענ ד ברענגען מיר עטליכע תקנות פאר די נשים צדקניות וואס זענען נוגע אויפן גאס: ב. נישט גיין מיט קיין קליידער וואס האבן אויפפאלענדע שרייעדיגע קאליר, ווי אויך די טייטס זאל חלילה נישט זיין דורכזיכטיג און אויך נישט מיט קייןלייב-קאליר . ג. נישט ארויס גיין מיט קיין לאנגע דאסטער' ס אדער שמאלע קליידער. ד. פרויען און מיידלעך זאלן נישט ארום גיין שפאצירן אינדרויסן ווען מענערגייען און קומען אהיים פון בית המדרש וכדומה, און אוודאי נישט רעדן הויעך אדער ארום לאכן (ובפרט יעצט סוכות ווען ע"פ רוב זיצן די מענער אין די סוכות אויף די גאס). מיר ענדיגן צו מיט א לשון וואס רביה"ק האט געזאגט: "אז מ'וועט טון די אלע זאכען , מ'וועט פאלגען, וועט די אייבערשטער שוין געבן מתנות, ערליכע קינדער, געזונט, ס'וועט זיין כי אני ה' רופאיך, מ'וועט האבן לאנגע יארן, פרנסה, ס'וועט זיין אלעס וואס א יוד דארף האבן אויף דער וועלט, און דורכדעם וועט קומען א גאולה כללית, דער אייבערשטער וועט שוין שיקן משיח צדקינו מ א גרויסן אור טי , " בב"א. בכבוד רב בית הוראה דקהל אור החיים ד'טאהש בס"ד שע"י נתייסד ע"י רביה"ק זי"ע - בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בית הוראה דקהל אור החיים ד'טאהש חשובע אורחים! ווען איר קומט צום רבי'ן אויף יו"ט זיכער ווילט איר פראווענען א דערהויבענע יו"ט אינעם ריינעם אטמאספערע פון אונזער עיר הצדק די געסט וואס קומען אהער דארפן אויך האלטן די תקנות בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר די געסט וואס קומען מיטהאלטן די געהויבענע יו"ט טעג אינעם עיר הצדק קרית טאהש יצ"ו
תשליך מיט'ן רבי שליט"א
כפרות שלאגן
מוצאי יום כיפור ביים אויפבויען די סוכה
ממלכת אפדעיטס! JUDAICO וועלכע ביכל גייט די בעסטע ? דערווייל איז די בעסטע געגאנגען דעי אבער רוב ביכלעך ווערן שוין שנעל אויספארקויפט ר' פישל שעכטער דערציילט א געיעג אין יפו / א דראמע אויף אייז מיר האבן די נייע יום טוב צינדער וואס האט אין זיך א קויל וואס ברענט פאר 6 שעה אין יא מקען עס האלטען אין טאש )ספעציעל געאייניגנט צו רייכערן( די באוויסטע ביכלעך פון "מיוחד לילידים" האט יעצט ארויסגעגעבען א נייע ביכל פון צוויי בענדער "שבת קודש" א הערליכע ארבעט, אייערע קינדער וועלן זיך מחיה זיין ס'איז ארויסגעקומען יעצט 2 נייע ספר תורות פאר קינדער פון ווקסברגער מפואר א קורצע סך הכל וואס איז אריינגעקומען פאר סוכות 5 מינע קינדער וועלט מענטשיס סעטס + א קינדער וועלט באסעלע 2 נייע מלכי &יאסעלע ביכלעך 2 נייע ליין און לערן ביכלעך 2 נייע USB 5 נייע אינטערסאנטע געימס כמעט 40 נייע נאוועלס, אריינגערעכנט 8 נאוועלס, 8 צילי און חילי 5 נייע בערי & פערי קארינג ביכלעך LED סטריפס פאר די סוכה און נאך אסאך וואס אי אפשר לפרטם כי רבים הם. די עיקר איז האטס א פרייליכן און הערליכען און געשמאקע יום טוב. צום ווידערזעהן
classifieds classifieds .fire from Prevent. cost electric Reduce. cleaning vent Dryer 0705-298-514 Koenig Luzy Call הערליכע מהודר‘דיגע תפילין און מזוזות אברהם שלמה פדווא - סופר סת“ם 8718-407-438 מיר עפענען אי"ה א בעביסיטינג נאך יו"ט פאר אינטערסירטע ביטע רופט ש. לייפער )אייזענצווייג( 4957-979-438 אדער 2977-529-438 איך האב געטוהן די סגולה פון מעשיה בן חרש 3 מאל און צו געזאגט עס צו מפרסם זיין. פאר אלע אייערע MAN HANDY ארבעט רופט י. י. א. 5501-506-438 עס איז נאך דא הערליכע אויסוואל פון ניימאנס קעיפס מען קען רופן וויינבערגער5161-243-514 8543-430-450 call Please closet china a away give To 2400-914-450 Canada SALE - RENT - BUY Numbers Your All For Number One HALL SIMCHE - RENTAL VACATION כבוד אב ואם האטליין 8822.777.845 די עד איז געספאנסערט דורך דער זוה"ק (חלק א קמד) שרייבט: אז רחל אמנו איז געשטראפט געווארען ווען זי האט גע'גנב'עט איר טאטע לבן'ס תרפים, ווייל ער האט געהאט צער. כאטש זי האט עס געמיינט לשם שמים. און פון דעסטוועגן איז זי געשטראפט געווארען אז זי האט נישט דעלעבט צו האדעווען איר זון בנימן...... מען דארף נזהר זיין צו האלטען בכבוד'יג די עלטערען און ח"ו נישט מצער זיין מען דארף נזהר זיין צו האלטען בכבוד'יג די עלטערען און ח"ו נישט מצער זיין
ּ אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע איבער די נסיון פון טעכנאלאגיע ְ וָ ואס פֶ על ְ ט עֶ ס אֹויס נִ ס ְ יֹונֹות אַ זֹוי ׁשוֶ וער? ְ אִ יז נִ יׁש ְ ט ּבֶ עסֶ ער יּודִ יׁש ְ קֵ ייט אָ ן קֵ יין ׁשטֶ ער?! ְ אָ ּבֶ ער אָ ן קֵ יין נִ ס ְ יֹונֹות אּון זִ יְך ׁש ְ טַ אר ְקן מֶ ער, ֶ וָ ואס הָ אט מֶ ען דִ יר ג ְ עׁשִ יקט אַ רָ אּפ צּוקּומֶ ען אַ הֶ ער... עריכת הדף נתנדב לע"נ מרת נעטל יוכבד בת בנציון יהושע מאיר ע“ה לנדב 9511.351.845 :of project A הפצה בב"פ ופלעטבוש נתנדב ע"י: ְ וָ ואס אִ יז אַ סַ אְך גְ רִ ינ ֶגער ְ ּבַ אקּומֶ ען ׁש ְטִ יקלֶ עְך ְׁשוֶ וער, קּוק מֶ ען קֶ ען ְ וָ ואס אַ רּבֶ עט אִ יר אַ זֹוי ְ אֹויפ ְ צּוהֵ ייּבן. ְ אֹויף צּו אֹויפ ְ הֵ ייּב ְ ן גְ רִ ינ ֶגע וָ ואג ְ קֶ ען אִ יְך ּב ְ לֵ ייּב ְ ן אִ ינ ְ דֶ ערהֵ יים. ֶ אִ יְך ּבִ ין ג ְ עקּומֶ ען צּו אַ ר ְ ּבֶ עטן מִ יט אַ לֶ ע ּכֹוחֹות, אּון נָ אר אַ זֹוי טּוט מֶ ען אֹויף...