The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Tosh Connect, 2024-01-25 17:46:27

CONNECT ISSUE 86 01

CONNECT ISSUE 86 01

1733-312-514 Prushinowski Shmiel Duved 4380-509-438 מיר זענען דא אייך צו סערווירן! יחזקאל הערשקאוויטש ישראל יעקב אינדיג flflffifflfffi Residential Commercial future your on focus a With. Financing Atropa Fleuriste Belladonna 4H1 H2V Mtl, Parc du Av 5602: Address 1144-387) 438: (Tel com.fleuristeatropabelladonna@Vicky 30:5 to 00:12 - sun 30:5 to 00:11 thus - mon 00:10 to 00:8 night thursday 0249-323 450 0C4 J7R QC, Eustache-Saint, Bibeau rue, 536 4192-472-450 1270.907.514 CA.TOSHCONNECT@INFO 2024 26. JAN | 86 ISSUE פרשת בשלח תשפ"ד


Prushinowski Shmiel Duvid 1733.312.514 ca.communityleasing@info DRIVE YOUR DREAMS CAR YOUR LEASE TO WAY FREE HASSLE THE


QC Montreal, Ave Parc 5689 4638-807-514 pm 6 -00am:11 Thu-Mon 5pm-12pm Sunday Closed Friday COM.BLITZCREATIONS


:THURSDAY - MONDAY PM 00:5 - AM 30:9 PM 1 - AM 30:9: FRIDAY PM 4 - AM 11: SUNDAY :THURSDAY - MONDAY PM 00:5 - AM 30:9 PM 1 - AM 30:9: FRIDAY PM 4 - AM 11: SUNDAY DELMARJEWELERS WEST TALON JEAN 4058 4800 -875) 514( DELMARJEWELERS WEST TALON JEAN 4058 4800 -875) 514( E H T ECT F R E P K STAC


5858-799-877 Ave Park 5421 com.lulukidsclothing.www lulukidsclothing basic excluding clothing winter All pcs 3 Minimum NOW STORE IN SS24


.together Alone. Proud. tall Standing .wax shedding, bright Burning lichtelech twinkling some add s’Let .glow their beneath rest to


UP BUNDLE the all for licht shiny awaiting new branches ca.boneiauctioncanada ca.boneiolam@orders 8899.658.514. ticket a Buy Fax/Text/Call .world a gift


בס"ד .again and Again :today Call 8674.854.646 viewed be will it, Directory KT the in service or business your advertise you When ...customers prospective your by year the of day every again and again reviewed and business your keep to opportunity the miss t'Don Tosh all of table the on .year whole a for residents com.gmail@KTDirectory1 ,Thursday 2024/01/02 (1 February ( (ה' יתרו תשפ"ד) :Deadline


events c l CHEFA שבת שבע ברכות בר מצוה תנאים חתונה שבע ברכות G N I R E T A C G N I N N A L P Y T R A P l 1202.845.450 ב ס' ' ד SMALL YOUR ALL FOR EVENTS LARGE&


4747.272.514 טאהש & מונטריאל מאכט אייער שמחה, א שמחה צום געדענקן מיט א זעלטענעם געשמאק אייער פיש געקאכט Special FOR discount !SIMCHAS רופט צו באשטעלן 4747-272-514 9290-692-514 לויתן פיש מארקעט איז דא מיט א נייעם סערוויס! מיר טוהן קאכן פיש פאר גרעסערע ארדערס און שמחות. אההה... עס איז באמת געשמאק, די פרישטע פיש אויפ'ן מארקעט, געקאכט מיט א ספעציעלן געשמאקן טעם! at Available


16 connect Tosh


צו פול ווען צו פיל... ווערט connect Tosh 17


די היינטיגע וועלט פון שפע, וועט אין דער דורכשניטליכער מענשט מן הסתם פארמאגן פיל מער חפצים ווי דער אמאליגער פריץ. פראדוקטן זענען ביליגער און גרינגער צו פראדוצירן און איינהאנדלן. ווער רעדט נאך פון דעם אז אין די היינטיגע תקופה זענען די זאכן נישט דווקא געמאכט זיך צו האלטן לאנג. גאנץ שנעל צוברעכן זיך זאכן, און מען דארף א נייע. אדער קומט ארויס א מער פארגעשריטענע ווערסיע פונעם פראדוקט, אדער קען מען זיך נישט איינהאלטן פון עס קויפן ווייל עס איז דאך אויף ‘סעיל’! וואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, וועט צומאל די ברכה פארוואנדעלט ווערן אינעם פראבלעם. מיט אזויפיל אינדערהיים, איז שווער זיך אליינס צו טרעפן... אויב צוטיילט מען די מענטשהייט אין די קאטעגאריעס פון “זאמלער” אדער “ווארפער” וואלט איך געמוזט מודה זיין אז איך געהער צו די וואס קענען זיך שווער געזעגענען מיט זייערס אן אייגנטום... אמאל האב איך נישט געקענט פארשטיין מיין שוועגערין וואס שיקט מיר סוף פונעם ווינטער די הערליכע, קוים-גענוצטע קליידער פון אירע טעכטער, פאר וואס זי האט געצאלט א טייערן פרייז. ווען איך האב איר געזאגט אז עס איז נישט די גוטע מאס פאר מיינע קינדער, און זי זאל עס אפשר אוועקלייגן פאר די יונגערע קינדער, האט זי מיר אויסגעלאכט. זי גייט נישט אויסנוצן טייערע closet-space פאר אן ‘אפשר’. “וואס זאל איך טון מיט די טייערע בגדים?” האב איך איר געפרעגט. ”וואס הייסט? אויב דו קענסט עס נישט נוצן און איך טרעף נישט א גמ“ח וואס נעמט יעצט אן קליידער, ווארף עס אריין אין די מיסט.“ איך האב כמעט גע‘חלש‘ט. זי האט טאקע נישט געטראפן אן אנדערן אדרעס וואו אהין צו אפשיקן אירע קינדער‘ס אויסגעוואקסענע וועש, און האט מיר אנגעזאגט צו פטור ווערן פון דעם זעקל. איך האב נישט געהאט די הארץ דערצו. עס ליגט נאך טאקע ערגעץ אין מיין בוידעם, מן הסתם. איך קען עס נאר נישט טרעפן אונטער די אנדערע פעקלעך און זעקלעך. עס זענען זיכער דא פרויען וואס קענען זיך פירן מיטן גאלדענעם מיטל-וועג, און זיי וועלן אויסנוצן טייערע זאכן גוט איידערן פטור ווערן דערפון, אבער וועלן אויך נישט האלטן עקסטערע שמאנצעס. איך בין נאך אבער אויפן וועג צום שביל הזהב. אזוי לאזן מיר מיינע איבערגעשטרענגטע פאליצעס אין די שאפעס וויסן. איין טאג, ווען איך האב געהאלטן אינמיטן רעדן אויפן טעלעפאן מיט מיין אויבנ- דערמאנטע שוועגערין שיינדי, איז געשען די קאטאסטראפע פונקט אין די נישט ריכטיגע צייט. איך האב אויפגעפענט מיין שפילצייג שאפע נאר צו ווערן באווארפן מיט א האגל פון דאליס מיט איין האנט אדער פיסל, טראקס אן רעדער, און געימס וואס רוב שטיקלעך פעלן שוין אבער עס איז אמאל געווען זייער אינטערעסאנט. מיין אינסטינקטיווער געשריי וואס האט זיך ארויסגעריסן איז שוין געווען צו שפעט צו פארווישן. אומווילענדיג האט זי אויסגעפינען אז מיינע קלאזעטס דארפן א דרינגענדיגע תיקון, און זיך גלייך אנגעטראגן צו זיין דער מציל ומשועה “ווייל איך LOVE צו ORGANIZE’ן!”. איך האב געמיינט אז איך פארשטעק זיך פון בושה. די פרוי וואס ביי איר קען מען נישט טרעפן א העמד וואס איז צאמגעלייגט אויפן פאליצע מיט א מילימעטער אפגערוקט פון די העכערע אינעם הויפן זאל אריינקומען בחדרי חדרים און צוזען מיין שאנדע? דאך אבער האב איך נישט געקענט אפזאגן א וועג ארויס פון מיינע אנגעהויפענטע stuff וואס האבן איבערגענומען די הערשאפט ביי מיר אינדערהיים, און געמוזט צושטימען צו 18 connect Tosh


שיינדי‘ס גוטהארציגע אנבאט. זי איז אריינגעקומען קאמפס-גרייט און איך האב אנגעהויבן שמעקן צרות. אירע שאקירטע בליקן האבן אפגעמאסטן דעם אינהאלט פון מיינע לעדלעך און שאפעס ווי גלייך מען רעדט דא פון קאנטראבאנד... ”האסט עטליכע באקסעס פון גאבידזש בעגס?“ האט זי מיר געפרעגט/געפאדערט. ווי א געפאנגענער סאלדאט האב איך איר דערלאנגט דאס באפוילענע. מיינע אינסטינקטן האבן מיר שוין אנגעהויבן ווארענען פון די סכנה. שיינדי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א נידריגע לייטער און אנגעהויבן אראפנעמען זאכן פון די פאליצעס. געוויסע שפילצייג זענען ארויף אויפן טיש. רוב פון די חפצים האבן אבער געלאנדעט אינעם מיסט זעקל. “וואס....וואס טוסטו מיט די אלע זאכן?” האב איך קוים ארויסגעשטאמעלט. שיינדי האט פארגעזעצט מיטן טראסקענען זאכן מיט אן אימפעט. ”וואס הייסט וואס? איך ארגאניזיר דא. איך ווארף אוועק די JUNK ”!האט זי מיר ערקלערט מיט אזא סארט טאן ווי מען רעדט צו א קליין קינד וואס פרעגט קשיות אויף זעלבסטפארשטענדליכע זאכן. JUNK !אזוי רופט זי די שטייג-העכער (אקעי, האלב צוריסן די טאוול און עס פעלן אלע שטיקער, אבער מען קען אייביג עפעס טון מיט דעם) מיט וואס איך האב פארברענגט אזעלכע זיסע צייטן ווען מיינע צוויי עלטסטע זענען נאך געווען קליין און איך האב געשפילט מיט זיי שבת נאכמיטאג. און די בערעלע (מיט איין אויגעלע און די Stuffing האלב ארויסגערינען פון א לעכל.) איז דאך ממש א שטיק פון סענטימענטאלע זכרונות! מיין באבע ע“ה האט עס געגעבן ווען מיין חני איז געבוירן! וויאזוי קען זי באראבעווען מיין חני פון איר עלטער- באבע‘ס ירושה? און...העי! די טראק! שימי‘ס פייער טראק! “נאו וועי!” האב איך ארויסגעכארכעלט פון מיין האלדז וואס איז מיטאמאל געווארן געשוואלן. ”וואס רעדסטו? פארוואס אין די וועלט דארפסטו אזעלכע צובראכענע שמאטעס? קוק וויפיל זאכן איך לייג אוועק!“ עס האט מיר אויסגעזען ווי זי האט צו שטארק הנאה פון ארויסווארפן מיינע אוצרות. אוודאי, ביי איר אינדערהיים מאכן זיך דאך נישט אזעלכע געלעגנהייטן. ווען עפעס ווערט נישט גענוצט פאר עטליכע חדשים צייט וועט עס שוין מער נישט האבן קיין ערלויבעניש צו עקזעסטירן אין איר הויז. עס וועט טרעפן א צווייטע אדרעס אדער א טראגישן סוף אינעם מיסט-טראק. זי קען קיינמאל נישט הנאה האבן פון ווארפן און ווארפן צו מאכן ליידיג פלאץ. זי פארשטייט אבער נישט וויפיל ווערט די זאכן האבן ביי מיר! אין צען מינוט איז מיין שפילצייג שאפע געווען א מחי‘ צו זען. מיטאמאל האב איך געקענט זען וואס פונקטליך איך פארמאג. מיין הארץ האט נאך אבער געוויינט נאך אזויפיל שפילצייג וואס מיינע קינדער וואלטן מעגליך נאך איין טאג געקענט הנאה האבן דערפון ווען נישט זייער מומע האט עס אזוי קאלטערהייט ארויסגעשאסן. “העי, פארוואס האב איך נאר דריי דאליס?” בין איך מיטאמאל געווארן היסטעריש. ”קודם כל, פארוואס דארפסטו דאליס בכלל? ווען עס איז ווען מיין הויז וואלט איך די דריי אויך אוועקגעגעבן! דיינע אלע קלענערע קינדער זענען דאך יונגלעך וואס זענען אינטערעסירט אין דאליס ווי איך אין זאמלען שמאטעס! און די אנדערע זענען געווען חרוב‘ע דאליס וואס געהערן אין connect Tosh 19


מיסט!“ ”וואס הייסט? אפשר וועל איך נאך האבן מיידלעך!!! און מיינע אייניקלעך אי“ה! פארוואס דארפן זיי האבן נאר דריי דאליס? און אויב זיי וועלן ווילן שפילן מיט מער?“ האב איך נעבאכדיג זיך פארטיידיגט, איינהאלטענדיג מיינע טרערן פאר די צוקונפטיגע קינדערלעך וואס ווערן אזוי ברוטאל בא‘עוול‘ט. ”ווען דו וועסט האבן א מיידל וועסטו איר קויפן א נייע שיינע דאלי! דו דארפסט נישט אנפאקן דיין הויז ביז דאן!“ איך האב געמוזט מאכן שלום מיט מיינע פארלוסטן. (ווען זי גייט ארויס וועל איך איבערקוקן די מיסט, האב איך זיך געטרייסט....) איך האב ממש געקענט זען ווי די אומשולדיגע קליידער אינעם קלאזעט ווארפן זיך פאר שרעק ווען שיינדי האט געעפענט די טירן (אדער אפשר איז עס פשוט געווען די באוועגונג וואס האט געשאקעלט די געפארפולע הויעכע הויפענס פון וועש איבעראל? נע!) ”קענסט מיר זאגן פארוואס דו דארפסט זיבן – רבוש“ע! – זיבן שווארצע turtlenecks פאר איין צוויי יעריגע יונגעלע??? וואס אין די וועלט פלאנסטו צו טון דערמיט???“ האט זי מיר אפגעמאסטן מיט א רחמנות‘דיגן בליק ווען זי האט אנגעהויבן ציילן. ”אממממם....איך האב נישט געוואוסט אז איך האב זיבן (אוי! צו מיין מזל ווייסט זי נישט אז איך האלט נאך עטליכע עקסטערע דזשאסט אין קעיס איך וועל עס דארפן – ערגעץ אויבן אין מיין אייגענע שאפע. דארטן וועל איך איר שוין נישט אריינלאזן!) אבער אמת‘דיג איז עס מורא‘דיג א נוצבארע זאך. אמאל איז קאלט, און איך וויל אנטון פאר גרשי נאך א שיכט אונטער זיין top .מען קען עס אייביג נוצן, עס איז א שאד צו עס אוועקווארפן ווילאנג עס האט נישט קיין לעכער...“ זי האט געפאכעט מיט איינס פון אירע געפינסן ווי א פראקוראר מיטן באשולדיגונגס אקט . ”קוק! דאס האט א גרויסע לאך דא ביי די הענט! און הייב מיר נישט אן צו זאגן אז דו טוסט עס נאר אן אונטער עפעס אנדערש! פאר דעם האסטו זעקס אנדערע... אויסער די געבליטשטע. און די קען נישט זיין אז זיין קאפ בלייבט נישט שטעקן ווען דו ווילסט עס אנטון – עס איז דאך פיצל – און קוק דאס אן! עס זעט אויס אזוי אויסגעוואשן אז איך לאז נישט מיין פלומעניק ארומגיין אזוי! זאג מיר דעם אמת, ווען האסטו דעם לעצטן מאל גענוצט איינס פון די אלע טורטלנעקס?“ באזיגט און פארשטיינערט, האב איך געמוזט קוקן ווי מיין פארמעגן ווערט ווייניגער און ווייניגער אונטער מיין שוועגערין‘ס געשיקטע הענט. די מיסט זעקלעך האבן זיך אנגעפולט מיט אן אימפעט. מיין קלאזעט האט טאקע באקומען א נייעם פנים, אבער פאר וועלכן פרייז? וואס איז אויב פונקט דעם קומענדיגן וואך וועט מיין יונגעלע‘ס פלעי-גרופ ווילן מאכן א שפיל פאר די מאמעס, און זיי וועלן פרעגן ווער עס האט אינדערהיים עקסטערע שווארצע tops ? עס וועט מיר דאך אזוי וויי טון! און די בלויע קליידל וואס זי שיסט יעצט ארויס מיט אזא פאראכטונג – זי ווייסט אפילו נישט ווי זיס עס איז געווען אויף מיין מלכי ביז עס איז געבליטשט געווארן פיר יאר צוריק! אפשר וועל איך נאך האבן א מיידל, עס וועט צוריק ווערן אין סטייל, און איך וועל טרעפן פונקט די קאליר מארקער פאר סחורה? זי פארשטייט פשוט נישט צו שעצן די ווערט פון זאכן! בעל תשחית!!!!. ”ביי מיר אינדערהיים וואלט איך אוועקגעווארפן כאטש זיבן מאל אזוי סאך!“ האב איך געהערט ווי מיין שוועגערין מורמעלט אזוי האלב צו זיך. ”אבער דא.... שוין. מען קען נישט ארויסרייסן משוגעת‘ן אויף איינמאל.“ איך בין רויט געווארן פון פארשעמונג און אויפברויז. וועמען רופט זי אן ווען זי זוכט וויכטיג א געוויסע וויטאמין אדער אלטע 20 connect Tosh


ארטיקל וואס זי וויל ליינען? אוודאי מיר! זי ווייסט אז כאטש עס וועט מיר נעמען א שיינע שטיק צייט צו געפינען דאס געזוכטע צווישן די איבערפלוס, וועל איך עס רוב מאל קענען אהערשטעלן. אבי זי טוט גרינגשעצן אין די מעלות פון מיין נאטור... כאטש אפשר מוז איך מודה זיין אז די חסרונות וועגן איבער. איך דארף נישט דערציילן אז שיינדי האט בכלל נישט פארשטאנען פארוואס איך דארף זיבן שעפלעפלעך, דריי פון זיי אן א הענטל. (אפשר וועט עס אריינפאלן אין א גרויסע טאפ זופ און איך וועל דארפן א נייע אויפן פלאץ? אדער וועלן די געשיר נישט זיין געוואשן (דאס קען זי זיכער נישט פארשטיין). און קען דען נישט זיין אז אמאל וועט זיין א שאלה פון בשר וחלב אויף איינס, און איך וועל דארפן האבן אן אנדערע צו די האנט? איך פארשטיי אז מיין לעדל מאכט זיך נישט געהעריג אויף, אבער איז עס דען נישט בעסער ווי זיך אמאל טרעפן אין א סיטואציע ווען איך וועל נישט האבן וואס איך ברויך? אהיימגעגאנגען איז שיינדי פול מיט סיפוק פארן ארויסהעלפן איר צופארענע שוועגערין. מיר האט זי איבערגעלאזט מיט קענטיגע פארלוסטן אין מיין אייגענטום. איך האב פשוט געשפירט ווייניגער ווערט! איך האב אבער מיטאמאל באקומען א גרעסערע הויז. און קינדער וואס טרעפן שנעלער וואס אנצוטון און שפילן כאטש די אפציעס זענען ליידער אזוי געשניטן געווארן. א מאדנער פאראדאקס... נאך אלעם, מוז איך שפירן א דאנקבארקייט צו מיין שוועגערין וואס האט ארגאניזירט מיין הויז אינאיינעם מיט מיין מח... זארגט אייך נישט, אזוי ווי איך האב שוין געהאט גענוג פלאץ האב איך שנעל געקויפט נאך עטליכע ביליגע שפילצייג. און אנגענומען אפאר זעקלעך פון הערליכע קוים גענוצטע קליידער פון מיין קוזינע וועמען‘ס קינדער זענען עס אויסגעוואקסן. מיין פארמעגן וואקסט נאכאמאל... זאגט נאר נישט אויס פאר שיינדי. זי וועט עס קיינמאל נישט קענען פארשטיין.... connect Tosh 21


SPECIALS Y.apply may ons�restric, last supplies while, change to Subject. errors typographical for sponsiblePRICES BEST SPECIALS YSELECTION HUGE ARTISANAL Peanut Bites Butter 136g 69.5$ GEFEN Whole Corn Kernel 432g 49.2$ GLICKS Ketchup 907g 99.4$ NESCAFE Tasters Choice Blend House 7oz 99.16$ SHWARTZ Snackers Stacks 3 292g 49.4$ LIEBERS Flake Corn (bag (Crumbs 340g 69.3$ .CO COOKIE Spins Creme Cookies 283g 49.8$ GIVAT Cream Sour 453g 99.6$ OSEM Soup Mini Croutons (bag( 400g 49.5$ FINI Mini Marvelous Mix 350g 69.2$ NORMANS Light Greek Yogurt 3oz.5 19.2$ MOTOLA in Pickles Vinegar/Brine Size King 9-7 670g 99.2$ FITNESS Thin Cracker 140g 69.4$ BAKOL Better Way Chips 154g 49.5$ SHWARTZ Chips Corn 310g 49.3$ SHWARTZ Matzos 300g 49.3$ GALIL Corn / Rice Cake 100g 69.1$ MANAMIT Wafer Cubes 200g 69.3$ BAKOL Granola 340g 99.5$ SHUFRA Potato Rings 15g 99.1/ $3 OWN NATERS Juice Apple Case 89l.1 35 $49.4$ • S E CAS• S L A I C E P S


WEEKLY-BI Quebec, Boisbriand, Tash Rue 601 3091-430-450 res Not. only purposes on�illustra for are Images - 2024, 11 February, Sunday - 2024, 28 January, Sunday Valid are Specials com.standoutsvcs WEEKLY-BI B&A Fish Tilapia 400g 99.7$ SHNEIDERS Rolls Choco 330g 99.2$ DECOR Paper Insulated lids/W Cups 16oz, 12oz, 10oz 50pk 99.9$ YOGUETA Lollypop Mix Fruit 450g 99.3$ CHOICE CANDY Wheels BBQ 120g 79.4$ CROWN Honey Pure 500g 99.8$ GEFEN Sandwich Peppers Hot 454g 99.4$ TASTE KOSHER & Peas Carrots 454g 49.2$ KRAVY Spelt Dip Dip Sourdough/ Crackers 170g 99.4$ BELEAVES Rings Onion 680g 79.10$ GLICKS Conettos 70g 49.2$ GEFEN Chulent Navy / Mix Beans 454g 49.3$ SHIBOLIM / White Spelt Whole Flour 5lb 99.14$ SHUFRA Chocolate Bar 40g 19.1$ GEDILLA Potato Crisps 170g 79.4$ TUSCANINI Tuna Light Solid Yellowfin, Oil, Water Oil in 158g 49.4$ SHUFRA Pretzel Chips 180g 99.2$ REISMANS Brownie Mini W&B / Bars Cookies 227g 99.6$ OOLA Bar Granola Crunchy 79.4$ DELITE SNACK Marshmallow Bars Crisp 176g 49.5$ MENTOS Clean Mint Breath 21g 49.2$


סאך פון אונז קענען זיך אידענטיפיצירן א אלס SAVERS .עס איז אונז שווער צו פטור ווערן פון זאכן וואס מיר וועלן נאך מעגליך אמאל דארפן נוצן. עס קען מאכן די לעבן אביסל שווערער און די הויז אויפגעווארפן, אבער עס איז נישט ממש געפערליך. אמאל אבער, ווערט דאס זאמלען אן אבסעסיע. Hoarding איז אפיציעל א גייסטיש קראנקהייט, ווען די אנגעלייגטע זאכן איבעראל באגרעניצט פשוט דאס לעבן. וואס איז ?Hoarding האורדינג דיסארדער איז א כסדר‘דיגע שוועריגקייט צו אוועקווארפן אדער זיך שיידן מיט חפצים צוליב אן איינגערעדטע געברויך זיי צו זאמלען. א מענטש וואס ליידט פון דעם שפירט שטארקע ווייטאג און פיין נאר פון די מחשבה פון פטור ווערן פון אן אייגנטום. איבערגעטריבענע אנגעקליבענע זאמלונגען, אן קיין אונטערשייד פון די פאקטישע ווערד פון די זאכן, איז דער רעזולטאט פון די סארט אבסעסיע. האורדינג וועט אפט פאראורזאכן אזעלכע אנגעלייגטע וואוינונגען, אז דאס היים ווען זאמלען ווערט Hoarding 24 connect Tosh


וועט זיין אנגעפולט ביז די מאקסימום, מיט שמאלע וועגן וואס שלענגלן זיך צווישן די אנגעלייגטע הויפענס. קאונטערס, טישן, סינקס, שטיגן, אלעס איז אנגעשטאפט מיט הויפענס און הויפענס פון אלע סארט זאכן. צומאל וועט דער Hoarder דווקא אנקלייבן א געוויסע סארט זאך, ווי צוויי עלנדע שוועסטערס אין אפסטעיט ניו יארק (אוודאי נישט אידישע) אין וועמען‘ס הויז מען האט געטראפן 150 קעצלעך... אפילו אין די ווענט האבן זיי זיך אריינבאקומען דורך לעכער.. (דאס זאמלן באשעפענישן ווערט אנגערופן “Noah Disorder .“ צו קענט איר צוטרעפן פארוואס?). ווען עס איז שוין נישטא מער קיין ארט אין די הויז, וועלן די ליידענדע אנהויפענען זייער הויף, גאראדזש, א.ד.ג. צומאל וועלן זיי אויך אנפילן די קארס מיט זייערע חפצים. אנדערע וועלן אפילו דינגען סטארעדזשעס צו האלטן זייערע שמאטעס... האורדינג איז אסאך מאל מילד און אונטער קאנטראל, און וועט נישט ממש שטערן דאס לעבן. ווען עס איז אויף אן עכטע דיסארדער שטאפל, וועט עס שטארק באגרעניצן דעם מענטש אינעם טאג-טעגליכן לעבן. אזעלכע וואס ליידן פון דעם וועלן פיל מאל אפילו נישט אנערקענען אז זייער גייסטישע קרענק איז א פראבלעם בכלל, וואס מאכט עס שווער צו אויסהיילן. אויב אבער זיי ווילן זיך יא העלפן, קען מען מיט ווירקזאמע באהאנדלונגען זיי ברענגן צו לעבן אויף א געזונטען וועג. סימפטאמען: געווענטליך וועט די סארט פירונג פון זאמלען און נישט קענען ארויסווארפן איבריגע חפצים זיך אנהייבן אלס צענערלינג אדער יונגע ערוואקסענע. צוביסלעכווייז, וועט זיך אויפבויען אן אנלייגעניש איבער די וואוינונג. ווען דער ליידענדער ווערט עלטער, וועט ער צוביסלעך אנהויבן קויפן אדער אוועקלייגן זאכן וואס זענען באמת ווערטלאז און נוצלאז און פאר וועלכע ער האט בכלל נישט די פלאץ וואו עס צו האלטן. א מיטל-יעריגער וועט שוין אפט ליידן פון שווערע סימפטאמען און וועט שוין זיין שווערער צו היילן פון זיינע נישט סטאבילע געוואוינהייטן. Hoarding איז אפט עפעס וואס דער באטראפענער וועט טון פריוואט און עס באהאלטן פון פרעמדע. צומאל כאפט מען די שווערע מצב נאר ווען עס איז שוין זייער געפערליך. געוויסע פון די צייכענס אז א מענטש ליידט פון די דיסארדער: • איבערגעטריבענע איינהאנדלען פון זאכן וואס מען דארף נישט און פאר וועלכע מען האט נישט פלאץ אינדערהיים • כסדר’דיגע שוועריגקייטן צו אוועקווארפן אדער זיך שיידן מיט חפצים, אפגעזען פון איר פאקטישע ווערד. • מען שפירט א געברויך צו אנהאלטן אין די זאכן, און מען ווערט זייער צובראכן ווען מען קלערט נאר פון עס אוועקגעבן אדער אוועקווארפן • אנזאמלונגען פון זאכן צו א שטאפל אז צימערן קענען שוין נישט באנוצט ווערן ווייל זיי זענען אזוי פול מיט שמאטעס • האבן נאטורן פון אומבאשלאסענקייט, פערפעקשאניזם, אפשטופן און אויסמיידן זאכן וואס זענען שווער, און פראבלעמען מיטן פלאנירן און ארגאניזירן. די רעזולטאטן פון אנקלייבן און נישט ארויסווארפן זענען: • צעווארפענע הויפענעס פון זאכן connect Tosh 25


איבעראל, ווי צייטונגען, וועש, פאפירן און דאקומענטן, ביכער, אדער זאכן וואס ברענגן נאסטאלאגיע. • זאכן וואס פולן אן צימערן און מאכן עס אוממעגליך צו נוצן, ווי צום ביישפיל, קאכן אין די קיך אדער נוצן די וואנע ווייל עס איז אנשטאט דעם געווארן א סטארעדזש. • אנלייגענישן פון עסן און מיסט וואס מאכן דעם ארט נישט ריין. • שוועריגקייטן צו פונקציאנירן אדער האלטן אנדערע פארזיכערט אינדערהיים, ווי מען קען גרינג פאלן א.ד.ג. • זיך צוקריגן מיט אנדערע וואס ווילן העלפן אויפרוימען דעם חורבן אינדערהיים • אפט פארלירן וויכטיגע זאכן אין די הויפענעס פון שטותים פארוואס לייגן די מענטשן אוועק זאכן? • זיי גלייבן אז זייערע חפצים זענען אייגנארטיג אדער זיי וועלן עס נאך אמאל דארפן נוצן • זייערע זאכן האבן א שטארקע געפילישע באדייט – עס דערמאנט זיי פון בעסערע צייטן אדער באליבטע מענטשן פון די פארגאנגענהייט • זיי פילן זיך מער פארזיכערט ווען זיי זענען ארומגענומען מיט די זאכן וואס זיי האלטן • זיי האבן מורא פון בעל תשחית ליידענדע וועלן אפט אויך האבן געוויסע אנדערע גייסטישע פראבלעמען ווי דעפרעסיע, אנגסט דיסארדערס, OCD , אדער ADHD. די דיסארדער איז נישט די זעלבע זאך ווי האבן קאלעקציעס. מענטשן מיט קאלעקציעס, ווי סטעמפס אדער אלטע קארס א.ד.ג., זוכן ספעציפיש אויף געוויסע סארט חפצים, זיי קאטאגאזירן זיי און וועלן פארזיכטיג אוועקלייגן זייערע קאלעקציעס. כאטש זיי קענען אנקלייבן 26 connect Tosh


גרויסע קאלעקציעס, וועט עס זיי נישט שטערן אינעם לעבן. צומאל קענען מענטשן אנהייבן צו ווערן Hoarders נאך א טראומא און דאס קלייבן און זאמלען בארואיגט זיי. אין די אנהייב פון די קאראנע צייטן, האט דער פאניק געטריבן פיל נארמאלע מענטשן צו אויסליידיגן די שעלפס פון וואסער און אשר יצר פאפיר... פיל פון די שווער באטראפענע מענטשן ווערן צוביסלעך איינזאם. זיי קענען נישט געהעריג זיך באוועגן אין זייערע אנגעלייגטע הייזער, און צוקריגן זיך מיט נארמאלע פאמיליע מיטגלידער וואס קענען נישט וואוינען אזוי. דאס לעבן אין אזעלכע אומשטענדן איז זייער געפארפול. מען קען ווערן פארכאפט צווישן די הויפענעס. זאכן קענען פאלן און שעדיגן. די אלע איבריגע שמאטעס קענען ברענגן אז א קליינע פייער זאל גיך ארויסגיין פון קאנטראל. דאס מאנגל אין ריינקייט איז אויך נישט גוט פארן געזונט. עס זענען דא עטליכע באוואוסטע פאלן פון שווער קראנקע Hoarders .פון די מערסט באוואוסטע איז איבער צוויי ברודער וואס איינער פון זיי האט זיך אפגעגעבן מיט זיין בלינדער און פיזיש-באגרעניצטער ברודער. דער געזונטער (געזונט?) ברודער איז געווען א Hoarder .איין טאג ווען ער איז אריבערגעקראכן די טונעלן צווישן די הויפענעס פון זאכן האט ער זיך אויסגעגליטשט און שטעקן געבליבן. זיין בלינדער ברודער האט גארנישט געקענט טון אין די אנלייגעניש צו העלפן זיין ברודער. צום סוף זענען זיי נעבאך ביידע אויסגעגאנגען דארט, צווישן די פילע חפצים. עס האט גענומען פיל צייט פאר די ערמערדשענסי לייט צו טרעפן די קערפער אינעם חורבן ל“ע. מיר אידן ווייסן אז עס איז דא איין זאמלונג וואס מען קען קיינמאל נישט האבן גענוג דערפון. מצות און מעשים טובים זענען אייביג גוט צו אנקלייבן, אנשטאט מאטעריאליסטישע זאכן וואס צופיל איז קיינמאל נישט גוט. אבער אפשר וועל איך אמאל דארפן? אסאך מאל ווען מיר קלערן פון אוועקגעבן אדער אוועקווארפן עפעס, האבן מיר די געפיל: אפשר וועל איך נאך אמאל וויכטיג דארפן. מרת. י. דערציילט: איך בין א זאמלער. נישט ממש א Hoarder ווי פון די שוידערליכע מעשיות, אבער מיינע שאפעס קרעכצן פון איבערוואג און די סטארעדזש און בוידעם זענען נישט אונטערשטעליג.. לעצטנס האב איך אנגעהויבן אביסל זיך נעמען אין די הענט אריין אין זיך געטראפן לאכן ווען איך האב ארויסגענומען א הערליכע בלויען שעסל פון א זעקל. וואס איז די וויץ? איך בין ארומגעלאפן אין אזויפיל געשעפטן צו טרעפן די פונקטליכע קאליר און סארט פאר מיין טאכטער פאר א סוועטער, און דא איז עס געליגן אוועקגעלייגט.. אפילו ווען די איינמאל אין א יובל פאל וואס מען קען שוין נוצן דאס אוועקגעלייגטע קומט אן, קען מען שוין נישט געדענקן און טרעפן צווישן די אוצרות... connect Tosh 27


שבע ברכות לאברכי הכולל


שבע ברכות לבחורי הישיבה שבע ברכות לילדי התלמוד תרה


טאהש טעלעפאן ליסט בס"ד חודש שבט תשפ" ד ווי שוין געמאלדן, גרייטן מיר זיך בעז"ה ארויסצוקומען אין די קומענדיגע טעג מיט א נייע "טעלעפאן ליסט" פונעם שטעטל. אפדעיט: עס וועט ארויסקומען צוויי באזונדערע טעלעפאן ליסטעס, ווי פאלגענד: 1 )וואנט טעלעפאן ליסטע די ערשטע ליסט וועט ארויסקומען אזוי ווי אלע יארן, אין די פארמאט פון א 'וואנט טעלעפאן ליסטע', עס וועט בעז"ה ארויסקומען פאר פסח הבעל"ט. בנוגע אדווערטייזמענט פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען . 2 )טאשן טעלעפאן ביכל די צווייטע ליסט וועט ארויסקומען אין די פארמאט פון א קליינע 'טאשן טעלעפאן ביכל', און וועט פארטיילט ווערן בחינם , אויסשליסלעך פאר אלע ביישטייערער פון דעם בעפארשטייענד ן 'הצלה קאמפיין'. אזוי אויך די אדווערטייזמענטס זענען רעזעווירט בלויז פאר 'קאמפיין ספאנסערס'. די ליסטע וועט בעז"ה ענהאלטן פילע חידושים, אזוי ווי: טאטעס נאמען, שווערס נאמען, און סעלפאן נומערן, און פיל נאך. מיר ווילן נאכאמאל בעטן: ביטע קוקט איבער אייער'ס און אייערע נאנטע'ס אינפארמאציע אויף דער יעצטיגער "וואנט טעלעפאן ליסטע"צי אלעס איז ריכטיג. אויב זעט איר א טעות, אדער צו צולייגן א נאמען, און פאר סיי וועלכער הערה, ביטע רופט און לאזט א מעסעדזש אויף 1 #6223-323-450 אדער שיקט אן אימעיל צו: com.gmail@toshtelephone יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט אין די לעצטע עטליכע יאר: מאכט זיכער אז אייער טעלעפאן נומער און אדרעס איז ריכטיג. פארמאגט איר א געשעפט/סערוויס אין שטעטל: מאכט זיכער אז אייער טעלעפאן נומער איז אויפן ליסטע, צו שרייבן בלויז די טעלעפאן נומער איז בחינם, סעלפאון נומערן אזויווי לויטן פארלאנג פונעם ציבור גרייטן מיר זיך צו אריינלייגן אויך סעלפאון נומערן, אויב ווילט איר מאיזה סיבה מיר זאלן נישט אריינשטעלן אייער סעל נומער, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף דעם אויבנדערמאנטן נומער. לייגט עס נישט אפ! די ליסטע קומט ארויס בעז"ה אין די נאנטע טעג! = מודעה 2 = #


voice your hear us Let בריוו 196# איך וויל ענטפערן פאר די וואס האט געפרעגט וואס מען קען טון צו א אינג‘לס פיאות וואס איז זייער קליין און דין. איך האב געטון זייער א ווירקזאמע עצה, וואס איז נאר שייך צו טון איינמאל מען האט שוין פיאות. יעדע וואך פרייטאג האב איך געשניטן די פיאות ממש א געדאנק. ווען מען שנייט האר מאכט עס אז עס זאל וואקסען שנעלער און דיקער. איך האב געזען זייער שטארקע רעזולטאטן ווען צוביסלעך איז זיין האר געווארען דיקער *** עס איז דא זייער א גוטע shampoo פון Shaklee וואס מאכט די האר זאל וואקסן שנעלער, און איז אויך גוט פאר פיאות אז עס זאל ווערן שטערקער און דיקער. זיי האבן אויך א אויל וואס מען שמירט אויף די ווארצלען פון די האר און עס מאכט עס שטערקער *** עס איז דא א ווייטאמין מיטן נאמען Biotin וואס איז דא אין chewable אדער capsules און עס העלפט גאר גוט אז די האר זאל וואקסן. מען קען עס באקומען ביי natural Schons פאר א גוטע פרייז. ווי אויך, ניצן ספעציעלע Shampoo פאר דינע האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס העלפט פאר די האר. *** מען קען אריינרייבן avocado אדער oil avocado אין די האר וואס מאכט עס שנעלער וואקסן


בריוו 197# טריקענע הויט איז געווענליך א סימן אז מען איז אויסגעטריקענט אויך פון אינעווייניג און עס קלאפט אויס אויף די ליפן. מען דארף מאכן זיכער צו טרינקען 8 גלעזלעך וואסער א טאג אדער כאטש וויפיל מען קען, וועט די הויט נישט זיין אויסגעטריקענט. בריוו 198# א גרויסן יישר כח פאר די גאר ניצליכע קאלום וואס איר שטעלט צו איך מיטשע זיך שטארק מיט strep ביי איינער פון מיינע קינדער. איך גיב אים שוין מעדעצין פאר א לענגערע צייט אבער עס קומט כסדר צוריק. איך זיך א נאטירליכע זאך וואס קען עס היילן ווייל איך וויל נישט געבן אזויפיל מאל מעדעצין. ביטע מיר ארויסהעלפן דורכ'ן מיט טיילן וואס עס וואלט גוט געווען אים צו געבן. א גרויסן דאנק בריוו 199# איך בין לעצטס נתעורר געווארן אין א הלכה אין הלכות שבת און לתועלות הרבים וויל איך עס מיט טיילן מיט די חשוב'ע ליינער ווייל עס קען זיין אז נאך מענטשן כאפן נישט און זענען אויך עובר בשוגג אויף דעם. יעדע סינק קען מען אנשטעלן אויף איין זייט הייס און די אנדערע זייט קאלט אדער קען מען עס ריקן צו די מיטן וואס דארט איז נישט הייס און נישט קאלט. אבער באמת איז עס פינקט ווי אויף די הייסע זייט ווייל עס קומט אויך אריין אביסל פון די הייסע זייט און דאס מאכט אז די boiler זאל זיך אנצינדען און אויפקאכן די וואסער וואס דאס איז ממש בישול. דערפאר זאל מען אכטונג געבן עס נאר צו לאזן ביי די קאלטע זייט און נישט אוועק רוקן. בריוו 200# איך וויל ענטפערן פאר בריוו 195 #וועלכע האט געפרעגט וויאזוי מען קען אראפנעמען א mark pen פון א pocketbook וויל איך מיטטיילן אז איך האב שוין געהאט אמאל אזא פאל, און איך האב ארויפגעלייגט sanitizer hand אויף די פלעק, און עס ארומגעווישט ביז עס איז גענצליך פארשווינדען געווארן. מען דארף אכטונג געבן נישט צו רייבן צו שטארק כדי עס זאל בלייבן שיין. *** פרוביר אפוואשן די אנגעשריבענע חלק מיט א wipe alcohol ,און עס וועט בעז“ה אראפקומען. *** מען קען אנשפריצען די פלעק מיט hair spray עס אביסל אריינרייבן און דערנאך עס אפווישן. עס איז גוט צו וויסן אז hair


spray נעמט אראפ אלע סארטן pen marks . הצלחה בריוו 201# מיין קאוטש איז אויך געווען צובראכן און איך האב געטראפן איינער וואס קען עס פארעכטן. אז מען שיקט אים א בילד פון די צעבראכענע חלק זאגט ער פארדעם בערך וויפיל עס וועט קאסטן. מען קען אים רופן אויף 2162-820-514 בריוו 202# איינער האט געפרעגט וועגן איבערמאכן בענקלעך, עס איז דא איינער וואס מאכט דא איבער בענקלעך זייער שיין. זיין נומער איז 5626-622-450 בריוו 203# אז איך האב שוין די פענע אין די הענט וויל איך נעמען די געלעגענהייט זיך צו באדאנקען, ווייל איך מיין אז די טאהש קאנעקט איז פון די זאכן וואס מען קוקט ארויס דערויף אין יעדע טאהש'ע שטוב! יישר כח, מיר זענען באמת דאנקבאר. יעצט לגבי בריוו 190 #וואס האט מיטגעטיילט וואס א driver taxi האט איר געזאגט וויל איך צולייגן א ענליכע מעשה וואס איך האב געהאט. איך פרוביר געווענליך צו זיין העפליך און מענטשליך צו די דרייווערס און מאכן א קידוש השם. איך האב געפארן מיט א Uber און ווי געווענליך האב איך אים געגריסט און פרובירט צו זיין העפליך אויף די איידעלסטע פארנעם. ביים סוף פונעם טריפ האט ער מיר געזאגט מיט התפעלות אז איך האב אים געטוישט זיין בליק אויף די גאנצע community . מיר האבן א געלעגענהייט יעדע מאל מיר פארן מיט א taxi צו מאכן א גרויסע קידוש השם, איז פארוואס זאלן מיר נישט? בריוו 204# איך האב געליינט די לעצטע פאר וואכן ווי מענטשן פרעגן וועגן chiropractors וויל איך מיט טיילן מיין ערפארונג. איך פלעג אסאך ליידן פון רוקן ווייטאג, און איך פלעג גיין יעדע וואך צו א chiropractor וואס האט מיר אפגעקאסט שווערע געלטער. עס האט געהאלפן אבער נישט גענצליך און נאר אויף א קורצע צייט. ביז איך האב געהערט פון מענטשן וואס האבן געמאכט א ספעציעלע קאסטום מאטראץ וואס העלפט גאר גוט פאר די ריקען. איך האב באשלאסן עס צו אויספרובירן, איך בין אראפגעפארן צו Personal Matelas , זיי האבן א שטאב פון היימישע אינגעלייט וואס העלפן צופאסן די ריכטיגע מאטראץ לויט וואס מען וויל, און וואונדער איבער וואונדער איך האב עס שוין פאר עטליכע חדשים און איך בין ביי א chiropractor זייט דעמאלץ נישט געווען, פשוט ווייל עס פעלט מער נישט אויס, די ריקען וויטאג איז גענצליך אוועק ב“ה.


לאזט הערן אייער מיינונג אין דעם קאלום לאזט א מעסעדזש אויף: 3 #1270-907-514 אדער שיקט א פעקס צו: 3814-238-438 אדער שיקט א אימעיל צו: ca.toshconnect@info בריוו 205# איך וויל פרעגן וואס מען קען טון צו dandruff אז עס זאל אוועקגיין. בריוו 206# איך האב שוין פרובירט אפאר מאל צו מאכן אליין yogurt אבער עס איז קיינמאל נישט אמת‘דיג גוט געלונגען. איך ווייס אז עס איז דא מענטשן וואס מאכן עס און עס קומט אויס ממש ווי געקויפטע אדער אפילו בעסער. איך וואלט מיך זייער געפרייט אויב איינער קען אריינשיקן פונקליכע אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן yogurt fermented ,סיי אויף וועלכע temperature מען דארף עס אויפקאכן, ווי עס איז גוט צו האלטן, וועלכע yogurt עס איז גוט צו אריינלייגן א.א.וו. יישר כח פון פאראויס בריוו 207# די פענסטערס פון מיין הויז זענען נישט אינגאנצן sealed און אין די ווינטער קומט אריין א שטאקע קעלט. אויב איינער ווייסט ווער עס קען עס Seale‘ן זאל ביטע אריינשיקן. בריוו 208# ביטע שטעלט אריין מיין פראגע אין די געוואלדיגע מייקראפאון קאלום, איך וויל וויסן ווי עס איז דא א Dentist מיט א Hygienic Main ווי מען קען נעמען מענער בריוו 209# לגבי די נושא פון פארטיס... איך וויל אויפמערקן אז די עיקר זאך וואס שטערט ביי א פארטי איז ווען אינגע מיידלעך קומען אריין. וואס פאסט באמת נישט, און עס שטערט זייער שטארק פאר די פרויען וואס קומען ארויס צו פארברענגען מיט ADULTS. נאך א נקידה וויל איך מעורר זיין, רוב פרויען מיטשענען זיך צו פארשאפן baby sitters ,לייגן שלאפן די קינדער, און יאגן זיך ארויס צו קענען האבן אביסל הנאה און מנוחה, אבער צו זייער גוט מזל טרעפן זיי זיך זיצן נעבן א וויינעדיגע בעיבי. זייט מענטשליך און טראכט פון א צווייטן! ברענגט נישט מיט אייער קינדער און מיידלעך, און עס וועט זיין א פארגעניגן פאר אונז אלע.


!NEW SHOPPING EASY !MONTREAL IN babysitter היימישע on available SUNDAYS :TEXT/CALL 4823 525 438 4823 525 438 dream your Bring .Options Design More. life to closet .Quality Superior .Customization More Karmel Yankie (7387.256 (CLOSETS 514 com.weareclosets@Info weareclosetsnj


03 #Difficult 03 #Advanced 02 #Difficult solution 02 #Advanced solution


אין 64 זונטאג פון 00:12-00:10 יעדן טאג פון 30:10-00:10פרייטאג פון 00:10-00:12 הלכות שמירת עינים אור האמת נייע מצוה קינדער קארלעך / הצלה טאטי ממצרים גאלתנו - אידיש גלות וגאולת מצרים אוצרות פון דברי יואל אויף ספרי חסידות הבהיר אילת אהבים ציורים וטבלאות על קבלה נייע מצוה קינדער קארלעך / הצלה טאטי 40. $REG 50.33 $SALE SALE 3636-430-450 JUDAICO 3636-430-450 JUDAICO JUDAICO 3636-430-450 JUDAICO JUDAICO 3636-430-450 3636-430-450 Judaica New !Arrived items


classifieds classifieds .fire from Prevent. cost electric Reduce. cleaning vent Dryer 0705-298-514 Koenig Luzy Call א באקוועמע 3 בעדרום דירה אין טאהש אויף משה עוו. צו פארדינגען פאר שבתים אדער וואך, 3097 225 438 מרת פ. האס 9712-435-450 month 18-0. babysitting one to One א גיטע עקסערסייז בייק אין א גיטע קאנדישן צו פארקויפן ביטע רופט 4428-430-450 עס עפענט זיך אי"ה א בעביסיטינג אין March אין די Area Beriot ה. פריעדמאן 4510-979-438 2400-914-450 Canada SALE - RENT - BUY Numbers Your All For Number One HALL SIMCHE - RENTAL VACATION ציל אנצוקומען? וואס איז מיין און ווי האלט איך שוין? אז איר וועט זיך פארצייכענען , און האלטן חשבון , וואס איר האט שוין געלערנט , וועט איר בעז''ה באקומען מער חשק צו לערנען , און אנקומען גאר אסאך . מערכת ''חזקו ונתחזקה'' לע''נ הרה''ג ר' שמואל בן ר' אברהם מנחם מענדל ע''ה . ולע''נ האשה החשובה מרת דינה גאלדא בת ר' חיים מנחם הכהן ע''ה . ת.נ.צ.ב.ה. ציל אנצוקומען? וואס איז מיין און ווי האלט איך שוין? אז איר וועט זיך פארצייכענען , און האלטן חשבון , וואס איר האט שוין געלערנט , וועט איר בעז''ה באקומען מער חשק צו לערנען , צו באקומען אין !prices amazing at pillows and quilts down goose Hungarian massage a leave And 5090-992-514* delivery free * com.gmail@hungarianquiltspillows


ּ אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע איבער די נסיון פון טעכנאלאגיע ּ אַ נְ קו אַ נְ קו אַ נְ קו אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע איבער די נסיון פון טעכנאלאגיע אַ נְ קו אַ נְ קודה'לֶ ע דה'לֶ ע ְ פַ אר ֶ דִ ינֶ ען ג ְעל ְ ט אִ יז אַ זֹוי ׁשוֶ וער, מִ יט דִ י ּכֵ לִ י קֶ ען מֶ ען דָ אך אַ זֹויפִ יל מֶ ער, ֶג ְעל ְ ט וָ ואס מִ יט דִ י ּתֹורָ ה נִ יׁש ְ ט עֶ ס ׁש ְטִ ימט, ְ אִ יז וִ וי אַ לָ אך, וָ ואס אַ לֶ עס אַ רֹויס פּון דֶ עם רִ ינט... עריכת הדף נתנדב לע"נ מרת נעטל יוכבד בת בנציון יהושע מאיר ע“ה לנדב 9511.351.845 :of project A הפצה בב"פ ופלעט בוש נתנדב ע"י: ְס ְ 'אִ יז אַ זֹוי ׁשוֶ וער דִ י ְאַ ר ְ ּבֶ עט, אַ לֶ ע רּופן מִ יר ְחַ צ ְק ְ ל דִ י וַ ואסֶ ער ט ֶ ֶ רעגער ְ ר' יּוד, מַ יין וָ ואגְ ן לִ יגְ ט דָ א אֹויב ְ ן דִ י ּבַ ארג. ְאֶ פ ְ שֶ ר וָ ואל ֶ ט אִ יר מִ יר ג ֶעג ְעּבן אֵ ייעֶ ר גְ רֹויסֶ ע ְׁשיס ְ ל אַ זֹוי וֶ ועל אִ יך נִ יׁש ְ ט דַ אר ְפן ְ לֹויפן אַ הִ ין אּון צּורִ יק אַ זֹויפִ יל מָ אל... ֶג ְערן, דָ א הָ אט אִ יר. ְ אֹוי וֵ ויי, אַ לֶ עס רִ ינט ְ אַ רֹויס. ס'אִ יז ׁשֹוין ֶגעוֶ וען ּבֶ עסֶ ער מִ יט ְ דִ י קלֵ יינֶ ע...


connect Tosh 41 on the fridge פר' בשלח תשפ"ד לפ"ק פרייטאג פר' בשלח 26 JANUARY 4° /-0 notes הדלה"נ:38:4 מוצאי שבת: 07:6 חמשה עשר בשבט פר' יתרו | הדלה"נ: 48:4 מוצאי שבת: 17:6 CURRENCY USD 74.0 = CAD 00.1 | $CAD 35.1 = $USD 00.1 $RATES notes notes notes notes notes notes שב"ק פר' בשלח 27 JANUARY זונטאג פר' יתרו 28 JANUARY מאנטאג פר' יתרו 29 JANUARY דינסטאג פר' יתרו 30 JANUARY מיטוואך פר' יתרו 31 JANUARY דאנערשטאג פר' יתרו 01 FEBRUARY 4° /-3 17° /-5- 17° /-9- 20° / -5- 21° / -12- cloudy Mostly cloudy Partly 4° /-2 Cloudy Cloudy cloudy Partly cloudy Mostly Snow


הרב אברהם לויפער שליט"א אבד"ק דאראג מייסד ומנהל n ברוקלין: וויליאמסבורג בארא פארק פלעטבוש - קענזיגטאן קרוינהייטס סיגעיט - בענסענהוירסט סטעטען איילענד - איסט סייד קווינס - פייוו טאונס אפסטעיט: קרית יואל מאנסי - סקווירא נייטרא - קאשוי ניו דזשערזי: לעיקוואד - דזשעקסאן יוניאן סיטי פאסעיק - קליפטאן פענסילוועניא: פילאדעלפיא - פיטסבורג קאנעטיקוט - טשיקאגא קליוולאנד - באלטימאר לאס אנדזשעלעס - דיטרויט פלארידא - קאנאדא: מאנטריאל - טאהש - טאראנטא הרב משה בעריש n לויפער שליט"א יושב ראש - ורואה חשבון סניף מאנטריאל - טאהש יכולין לשלוח טשעק על שם * 3766-991-514 TORAH OHEL. CONG Hutchison 5360 4B3-H2V QC Montreal .Reg. TX RR0001 4110-73121 יכולין ליתן ע"י קרעדיט קארד * ע"י הטעלפאן 2 - #1 #0440-400-514 או ע"י com.KerenAlmones.www CAD Select :Transfer E* com.gmail@OhelTorahCanada יכולין לסדר לחשוב בקביעות * על האקאונט שלו בחנות של בשר או של דגים יכולים למסור המעות * להגבאי במאנטריאל הרב שלום אלי' פעדער שליט"א 8744-588-514 112 #0440-400-514 וכן יכולין לסדר עמו מעמדות קבועים מדי שבוע בשבוע או מדי חודש בחדשו n בשר ודגים - מדי יום ביומו - ומדי שבת בשבתו - ומועד במועדו 6741-993-646 Fax 5349-782-718 11249 NY Brooklyn. St Ross 25 קרן אלמנות ויתומים דארה"ב וקאנאדא בעזהי"ת חשבון השנה חשון - טבת תשפ"ג 00.313,645,2$ שבט - ניסן תשפ"ג 00.403,129,8$ )עם הקמחא דפסחא( אייר - תמוז תשפ"ג 00.315,627,3$ אב - תשרי תשפ"ד 00.993,866,4$ ס"ה 00.024,269,19$ 678,2 משפחות 636,5 ילדים בבית חשבון הקרן נתייסד אייר תשע"ו עד חשון תשפ"ד 00.983,516,58$ סניף טאהש 11 משפחות 15 ילדים בבית תשפ"א תשפ"ב תשפ"ג תשפ"ד עד ר"ח חשון 00.892,115 $00.916,202 $00.913,209 $00.167,35$ חנוכה פורים פרנס משפחה בשר ודגים לשבוע ניסן תשרי ס"ה לשנה שבועות משפחה ברוכי ילדים 325 $600,3 $000,2 $500$3x 00.000,24$ משפחה גדולה 250 $500,2 $500,1 $360$3x 00.000,18$ משפחה רגילה 210 $000,2 $200,1 $300$3x 00.000,15$ אלמנה עם 3 יתומים 172 $600,1 $900 $250$3x 00.800,12$ אלמנה עם 2 יתומים 136 $200,1 $600 $200$3x 00.600,9$ אלמנה ויתום 100 $000,1 $450 $180$3x 00.200,7$ חנוכה פורים פרנס אלמנה - יתום בשר ודגים לשבוע ניסן תשרי ס"ה לשנה שבועות אלמנה 72 $750 $300 $150$3x 00.200,5$ אלמנה רק לשבת ויו"ט 40 $750 $300 $150$3x 00.600,3$ יתום 36 $360 $180 $72$3x 00.600,2$ יתום רק לשבת ויו"ט 20 $360 $180 $72$3x 00.800,1$ ליום 1 / $לשבת 3 $9 $240 $120 $36$3x 00.936$ פרנס לכל האלמנות לשבת קודש ולכל השבוע 00.000,312$ פרנס השבת קודש 00.000,120$ פרנס היום 00.000,36$ הארציגע דאנק בריוו פון אלמנות שתחי' זעקס און דרייסיגסטער פארזעצונג מכתב 0128( 014.E11) טייערע הרב לויפער, שיחי' א שיינעם דאנק פאר אייך און פאר אלע אייערע ברייטהארציגע נדבנים, פאר אייער געוואלדיגע הילף פון אונז צו שטעלן פיש און פלייש. מיינע קינדער און זייער משפחות זענען לעצטענס געקומען צו פארן פון אויסלאנד, און מיר האבן ב"ה באמת געהאט א פרייליכן באזוך, וואס איז געקומען צום הויכפונקט ביי די געשמאקע פליישן וואס איך האב סערווירט. אז די גאנצע משפחה איז געזיצן אינאיינעם האט אנגערייצט יעדנס אפעטיט צו גוטע, געזונטע מאכלים. אינעם לאנד וואו מיין טאכטער וואוינט איז נישט דא קיין סעלמאן פיש צו באקומען, דעריבער איז דאס געווען א 'טריעט' פאר איר. מיין קינד וואס איז נאך אין שטוב האט אויך הנאה געהאט דערפון, פארשטייט זיך. איך האב ברוך השם א זון וואס האט נארוואס חתונה געהאט. א דאנק אייך – האב איך אייביג די מעגליכקייט שיין צו סערווירן פאר אים און פאר זיין כלה. די בוטשער סטאר שיקט מיר העכסט- וואונדערבארע טשיקן און פלייש, בעסער ווי איך בין געווען צוגעוואוינט צו באקומען. עס ווארימט דאס הארץ יעדעס מאל וואס איך טראכט וועגן אייער ארגאניזאציע. הערצליכע וואונטשן און פיל ברכות פאר יעדן פון אייך!! פון אן אלמנה, מרת ..... / מכתב 0130( 003.Y21) מיר ווילן זיך זייער באדאנקען, פאר אייער טייערע שטיצע – וואס אונזער שפראך איז צו ארעם זיך אויסצודריקן, פאר יעדן שבת און יו“ט – ווי אויך צו יעדע געלעגנהייט, וואס מיר נויטיגן זיך אזוי שטארק. מיר האבן ב“ה געקענט אזוי הרחבה‘דיג שיין צושטעלן די יארצייט סעודה, אן דאגות ב“ה. השי“ת זאל אייך באצאלן כפל כפליים מיט אלעס וואס איר וואונטשט זיך. תזכו למצוות א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטשט יאר מיר בעטן פאר אייער וואוילזיין פון מרת ..... אשת ..... ע“ה / מכתב 0131( 020.Y07) כבוד הרב ר' אברהם לויפער שליט"א ומשפחתו: המשך w


איך וויל באדאנקען פאר די וואונדערליכע שליח פון אויבערשטן, וואס שטעלט אונז צו מיט אזא געטריישאפט און הארציגקייט, אזעלכע פרייליכע שבתים בכלליות, און בפרט די אויסנאם ברייטהארציגע ימים טובים, ווי מען קען פראווענען די סדרים און סעודות, און צוזאמען פארברענגען מיט די קינדער און אייניקלעך. ווי אויך די מהודר'דיגע ד' מינים, אן קיין ווייטאגליכע זארג פון כסף מנלן. מיט אזא רואיגקייט, לעכטיגקייט, פרייליכקייט, האבן מיר דעם יום טוב פארברענגט, מיט שבת אחים גם יחד, וואו איר שטעלט צו א שפע פון פיש, פלייש, מצות, מיט נאך, בהרחבה. א עקסטערע דאנק, איך בין זייער באנומען געווארן, עס איז מיר זייער צום הארץ די יום טוב מתנה, די אויסנאם שיינע פראקטישע סידור'ל מיט א לעכטיגע גרויסע שריפט, וואס איז זייער פראקטיש און קומט מיר צוניץ טאג טעגליך. פון וואו קען מען נעמען די ווערטער צו באדאנקען אייך מיט די נדבנים. זאל השי"ת אייך מיט די משפחה באגיסן מיט די ברכה פון יצחק אבינו, "מטל השמים ומשמני הארץ וכו'" מיט געזונט נחת דקדושה, הצלחה, ברייטע פרנסה און מיט וואס אייער הארץ באגערט זאל השי"ת אייך דאפלט ערפילן. מיט דאנק, מרת ..... / מכתב 0132( 017.Y01) לכבוד הרב לויפער עמו“ש ב“ה אז דורך אייער געוואלדיגע הילף, האב איך הרחבת הדעת צו קענען אריינברענגען דעם הייליגן שבת און יום טוב מיט א רואיגקייט. אויך אייער הערליכע אתרוג און לולב האט באשיינט די הייליגע יום טוב. מיינע קינדער ב“ה קומען און האלטן מיט אלע סעודות וואס פארשאפט פאר מיר נחת אין מיין עלנדקייט. ”תזכו למצוות“ דער אייבירשטער זאל אייך בענטשן מיט כל טוב. איר זאלט געזונטערהייט קענען אנגיין מיט אייערע הייליגע עבודה. מרת ..... / מכתב 0133( 023.E02) א גרויסן דאנק!! יישר כח! יישר כח. נעכטן האב איך ערהאלטן דעם אתרוג, לולב און אנדערע מינים. זיי זענען געווען שענער ווי הערליך!! יישר כח! נאך דערצו, איז עס דעליווערט געווארן בסבר פנים יפות. אזא געוואלדיגן יישר כח! דער רבש"ע זאל בענטשן הרב לויפער און אלע חשובע מנדבים מיט געזונט, נחת, ברכה, הצלחה און כל טוב. יעדער זאל האבן א הערליכן שמחת יום טוב. פון טיפן הארצן וויל איך דאנקן פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר און אלע אלמנות! איך האב געדאווענט פאר אלע נעמען וואס דער "קרן" האט מיר געשיקט. אזא גרויסן יישר כח פאר אלעמען! דער "קרן" מאכט מיך אמת'דיג פילן אזוי וואונדערבאר. כל טוב, מרת ..... / מכתב 0134( 028.E03) לכבוד הרב לויפער, עד מאה ועשרים שנה איך קען אייך נישט גענוג באדאנקן ווי הערליך שיין איר טוט מיר פארזארגן. א חוץ די הערליכע מצוה פון באזארגן מיר און מיינע טעכטער אויף אזא בכבוד'יגן אופן! איז דער וועג וויאזוי אייערע עסקנים האבן באהאנדעלט א פראבלעם ווען איך האב זיי גערופן – ביז 24 שעה איז דער פראבלעם געווען פאראיבער, און גענצליך ארלעדיגט!! איר זענט אלע מלאכים פון אונזער באליבטן טאטן אין הימל, השם יתברך. איר זענט דא צו העלפן אייערע שוועסטער און ברודער – מי כעמך ישראל. די הייסע טרערן וואס איך פארגיס דעם יום טוב פסח גייט פאר אייער הערליכע ארגאניזאציע, און פאר אונזער הויכגעשעצטן רב, הרב לויפער ומשפחתו! זאל דער אייבירשטער באגיסן מיט זיין ברייטע האנט א שפע רב פאר אונזער רב לויפער ומשפחתו, און די ארגאניזאציע און אלע אירע עסקנים! נ.ב. איך קען נישט גענוג באדאנקען דעם אייבירשטער וואספארא חסד מען טוט פאר מיר! אז איך דארף מיך נישט מישן! און איך קען מאכן מיין אייגענע יום טוב. א כשר'ן פסח! א גוט יום טוב! מרת ..... / המשך הארציגע דאנק בריוו פון אלמנות שתחי'


Click to View FlipBook Version