1270.907.514 CA.TOSHCONNECT@INFO 2024 03. MAY | 99 ISSUE פרשת אחרי תשפ"ד - ח ס י ד י ש ע מ ל ב ו ש י ם צ ע נ ט ע ר - 8693.274.514 // AVE PARC 5365 1733-312-514 Prushinowski Shmiel Duved 4380-509-438 מיר זענען דא אייך צו סערווירן! יחזקאל הערשקאוויטש ישראל יעקב אינדיג flflffifflfffi Residential Commercial future your on focus a With. Financing 30:5 to 00:12 - sun 30:5 to 00:11 thus - mon 00:10 to 00:8 night thursday 0249-323 450 0C4 J7R QC, Eustache-Saint, Bibeau rue, 536 4192-472-450 events c CHEFA 1202.845.450 com.gmail@8451202 ב ס' ' ד
00:2 - 30:10: Friday 00:6 - 30:10: Thu-Mon 00:5 - 00:11: Sunday: HOURS STORE 5858-799-877 Ave Park 5421 com.lulukidsclothing.www lulukidsclothing
9311.206.845: REGISTER TO NOW CALL !fast selling Rooms I org.alivehealth@info :Location NJ, Parsippany, Sheraton :Date 23 May - 19 May. Sun בס״ד NJ, Parsippany Transformational .getaway s'women Interactive Healing Experience the for Body, Mind !נשמה and Luxurious rooms time Full babysitter Weightloss program Supplements Tahua by !daily salads and Juices Fresh new number Organic desserts getaway s'women week uplifting An ,awareness-self of ,fun and growth an enjoying while healthy exclusive designed menu and cleansing for .weightloss Interactive Full Classes popular the Mastering .program method Wings ,Yiddish in Program( (Wieder. G Mrs by live A&Q our Join TELECONFERENCE 9pm at 8 May. Wed 4-8-5 0909-506-718 8-5 info more For / 4-8-5 press playback the to listen To !oh
בס" ד א וויכטיגע מע לדונג פון בית צירל פרי סקול אויב האט איר א טאכטער וואס איר האט א ין געדאנק אריינצושיקן דעם קומענדיגן יאר תשפ''ה א ין נורסערי אדער פרי נורסערי {אפילו אויב איר קלערט איהר צו שיקן חנוכה צייט אדער נאך פסח} רופט אריין אין אפיס שפעטסטנס ביז שבועות דאס צו לאזן וויסן כדי מיר זאלן קענען אלעס מסדר זיין על צד היותר טוב. ביטע נעמט אין אכט אז אז וי וו י דאס יאר זענען מיר באגרעניצט אין פלאץ וועלן מיר נישט קענען אננעמען נאך דעם דאטום. 211: #Ext 8881-419-450 ווען איר רופט אריין ביטע זאגן קלאר: 1 .אייער טאכטער'ס נאמען 2 .איהר טאטע'ס נאמען 3 .איהר אידישע געבורטסטאג {ווען זי ווערט דריי} 4 .איהר ענגליש Birth of Date 5 .ווען איר ווילט אריינשיקן {אפילו איר זענט נאכנישט אינגאנצן זיכער} יישר כח פון פאראויס הנהלת בית צירל נ.ב. ביטע איבערגעבן פאר משפחה און פריינט וואס עס איז זיי מעגליך נוגע.
6 connect Toshאייער אקאונט באלאנס ביז ערב פסח און באצאלט געווינט! ביי לויתן פיש סטאר 250$ 4747.272.514 טאהש & מונטריאל בס"ד discount 10 %a get an full in order Pesach your Pay STOCKED FULLY RE’WE PESACH FOR READY AND ביי DELI KT 250$ 500,1 $TO UP אייער פסח ארדער אייער אקאונט באלאנס ביז ערב פסח און באצאלט געווינט! ביי לויתן פיש סטאר 250$ ביי DELI KT 250$ אייער פסח ארדער די געווינער אויף די אויסגעצאלטע פסח ארדער איז: חיים שמשון רובינשטיין Deli KT אשר לעמל זוסמאן לויתן פיש סטאר מרדכי הערש בעק
אונזער לעבנסוועג, אין באגעגענען מיר זיך אפט מיט טירן און שלעסער. אסאך מאל, איז עס גאר פשוט. מען באזיצט דעם ריכטיגן שליסל וואס גליטשט זיך אריין אינעם לאך און דער טיר מאכט זיך אויף אן א קרעכץ. צומאל אבער, טרעפט מען זיך שטיין פאר א פעסטן מויער. וויפיל מאל מען דרייט דעם שליסל און מען פראבירט, רירט זיך עס נישט פונעם ארט. אפשר איז עס גאר דער נישט ריכטיגע שליסל? צומאל, ווען מען געבט אויף אינגאנצן, פראלן זיך פלוצלונג אויף די גרויסע טויערן, אן דעם וואס מען זאל רירן א פינגער. די שליסלעך צו אונזער הצלחה געפינען זיך ביים אייבערשטן. מפתח – די ראשי תיבות טוט אנדייטען אויף מ-מטר, רעגן, פ-פרנסה, ת-תחיית המתים, ח-חיים, וואס ליגט נאר ביים בורא. שליסל צו באקומען דעם פאסטן דבורה לאה האט נערוועז געקוקט אויפן זייגער. זי קען נישט שפעטיגן! אז זי וויל האבן א שאנס צו מאכן א גוטן איינדרוק און ווערן אויפגענומען אלס לערערין, איז קריטיש וויכטיג צו ווייזן אז זי שטעלט זיך צו צו די אפגעשמועסטע צייט. זי איז בטעות אריין אין א אומריכטיג גאס אויפן וועג צום אינטערוויו, און ביז זי האט אפגעשטעלט איינעם און געפרעגט וואו מען טרעפט דעם בית חינוך “בנות פיגא” האט זי פארפאטשקעט עטליכע מינוט. יא, זי וועט נאך זיין אין צייט – זי האט אבער געוואלט קענען זיך אנגרייטן גייסטיש שליסלעך... ווען מען טרעפט זיך ביי א פארשפארטע טיר connect Tosh 7
8 connect Toshאון בארואיגן פאר עטליכע מינוט איידער זי וועט אריינקלאפן ביי די הויעכגעשעצטע מנהלת אין אפיס. עס איז שווער צו דארפן אנהייבן אלעס פון פריש. און אנטווערפן, האט זי נישט געדארפט האפן און בעטן אז מען זאל איר געבן די זכי‘ צו קענען מחנך זיין אידישע טעכטער. דארט האבן עס די מיידלעך און עלטערן געהאלטן אלס א זכי‘ ווען זיי זענען אנגעקומען צו לערערין שווארצמאן‘ס קלאס. אזוי גייט עס. זיי האבן נישט געמאכט דעם באשלוס זיך צו ציען קיין אמעריקע איידער עס דורכטון הונדערט מאל, אבער ווי לאנג מען פילט נישט דאס געפיל פון זיין פרעמד און אומבאוואוסט קען מען זיך נישט פארשטעלן ווי אומאנגענעם דאס שפירט זיך. איר מאן איז נישט געווען צופרידן דארט אין בעלגיע. ווי שווער עס איז געווען פאר דבורה לאה, האט זי אבער איינגעזען אז עס איז גרינגער צו אנהייבן פון פריש ווען די קינדער זענען נאך יונג, ווי דארפן טון דעם דראסטישן שריט מיט עלטערע קינדער. עס איז געווען אוממעגליך צו איגנארירן דעם פאקט אז דער יונגערמאן האט זיך נישט געקענט טרעפן זיין ארט אין דעם אנדערן מענטאליטעט. אוודאי איז עס פאר איר אויך א גרויסער קרבן צו איבערלאזן איר היימשטאט. זייענדיג אבער געבענטשט מיט א פריינטליכער און בייגעוודיגער נאטור האט עס איר אבער נישט אויסגעזען צו זיין שרעקליך שווער. אויסער איר פאמיליע, פריינט, און היימישע גאסן, האט זי אבער אויך איבערגעלאזט איר פאסטן אינעם בית חינוך וואו זי איז געווען פון די מערסטע באליבטע לערערינס מיט אסאך הצלחה. יעצט, דארף זי, ווי א שנארער, קלאפן אויף טירן און פראבירן צו אויפווייזן אז טראץ איר אקצענט און אומבאקאנטע פנים טויג זי צו זיין א לערערין. די מנהלת צו וועמען זי האט גערעדט אויפן טעלעפאן איז געווען העפליך. איר שטימע האט אבער נישט ענטהאלטן קיין צוזאג. אויב עפעס האט עס איבערגעלאזט דבורה לאה‘ן שפירן צופאטשט. ”מיר האבן אסאך קאנדידאטן דעם יאר פאר די צענטע קלאס לערערין פאזיציע וואס האט זיך אויפגעמאכט פאר דעם קומענדיגן יאר. מארגן אווענט וועל איך זיין אין אפיס און אינטערוויוען עטליכע פון די פרויען צו זען ווער עס איז די מערסטע פאסיג פאר אזא אחריות‘דיגע שטעלע. איך האב זיך נאכגעפרעגט אין אנטווערפן און געהערט גוטע זאכן; דאך זענט איר אבער פרעמד. מיר דארפן א לערערין וואס וועט זיין א לעבעדיגע ביישפיל פאר אירע תלמידות, און כאטש איר זעט אויס צו זיין זייער א פיינע פרוי, קען איך אייך נישט פערזענליך... איך וועל רעדן צו אייך מארגן, און מיר וועלן זיין. ביטע זעט צו זיין דארט פונקטליך 30:8 .איך קום ספעציעל אראפ פאר דעם אינעם שולע, און איך וועל זיך נישט קענען אויפהאלטן.“ דבורה לאה האט איר באדאנקט. מען האט איר נישט געדארפט אנזאגן צו זיין דארט צייטליך. ווער נעמט א לערערין וואס קען זיך אפילו נישט באכלעפטשענען צו זיין דארט פאר די אינטערוויו? אירע שאנסן צו ווערן אנגענומען זענען נישט צו הויעך, האט זי געוואוסט. זי איז פרעמד. וויאזוי קען זי באאיינפלוסן די חשוב‘ע מנהלת אז דבורה לאה שווארצמאן איז די מערסטע צוגעפאסט פון סיי וועמען צו זיין די ניינטע קלאס לערערין? אירע שיערים און אינטערעסאנטע פראגראמען זענען ארויסגענומען געווארן פונעם שאפע, צו מיטקומען
connect Tosh 9 מיט איר. זי וועט אלעס טון צו אויפווייזן אויף איר טאלאנט און טויגליכקייט. ווען זי האט געקושט די מזוזה האט זי געשפירט אביסל רואיגער. איר גוטע רעפוטאציע דארט איבערן ים איז נישט געקומען פון די לופט. זי ווייסט אז זי קען גוט די מלאכה. זי האט ערלויבט א פונק פון האפענונג צו אויפפלאמען אין איר הארץ. זי קען באקומען דעם פאסטן צו וואס זי גארט. מיט א גראדערן רוקן האט זי געשווינד צושפאצירט די עטליכע גאסן ביזן מוסד. זי וועט זיין אין צייט. נישט היינט איז זי געבוירן. מיט פעסטקייט און פונקטליכקייט וועט זי אויפווייזן איר ווערד. די געביידע וואו זי חלומ‘ט צו ארבעטן יעדן טאג, האט זיך שוין באוויזן פון דערווייטענס. זי וואלט כמעט נישט באמערקט די איינגעבויגענע געשטאלט וואס איז געשטאנען אנכאפענדיג זיך אויפן אייזערנעם צוים נעבן א הויז, ווען נישט דער קרעכץ וואס האט זיך געהערט איבער די שטילע, פינסטערע גאס. אומווילענדיג, האט זי זיך אפגעשטעלט פאר א רגע צו זען ווער עס זיפצט אזוי ביטערליך. די עלטערע פרוי וואס איז דארט געשטאנען פארלוירן האט זיך ארויפגעכאפט אויף די מציאה. “א גוטן אווענט!” האט זי אויסגערופן צו דבורה לאה. דבורה לאה האט געוואלט צוריקשמייכלען צו איר און ווייטער גיין איר וועג. זי יאגט זיך! איר הארץ האט איר אבער נישט ערלויבט צו איבערלאזן די הילפסלאזע פרוי איידערן זיך אינטערעסירן אויב זי דארף עפעס הילף. די צוקנייטשטע געזיכט האט אויפגעלאכטן. ”יא, יא. ביטע... נשמה‘לע זיסע, אפשר קענסטו מיר העלפן מאמעלע שיינס? איך בין ארויסגעגאנגען אביסל שפאנצירן, אזא שיינע וועטער היינט, אבער אינמיטן האבן די פיס זייער אנגעהויבן וויי טון. איך ברויך זיך אויך אויף איינעם אנלאנען, אזוי אז איך זאל קענען אהיימגיין. איך וואוין דארט נאר דריי גאסן ווייט צו גיין. אפשר פליז קענסטו מיר העלפן? איך שטיי שוין דא צען מינוט און קיינער העלפט מיר נישט!“ עס איז שוין 25:8 .זי דארף באקומען דעם פאסטן! וויאזוי קען זי עס פארפאסן! איר מאן איז ספעציעל געבליבן אינדערהיים היינט אווענט צו אכטונג געבן אויף די קינדער. אויב זי קומט נישט אן, איז נישט דא פון וואס צו רעדן. נאך עטליכע פרויען זענען פארביי. קיינער האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט. פארוואס פונקט איך? עס זענען דא אזויפיל מענטשן און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג! בין איך דען מחיוב צו פארשפילן מיין געלעגענהייט פאר די מצוה? “אפשר קען איך אייך צאלן א טעקסי?” האט איר מיטאמאל אויפגעבליצט א וועג ארויס. ”חלילה! בין איך דען אן אינוואליד אז איך קען נישט שפאצירן עטליכע גאסן? אז דו ווילסט נישט מיר העלפן גיין, מוזטו נישט! איך צווינג דיר נישט! איך וועל בעטן אן אנדערע וואס גייט פארביי.“ אפשר טאקע? “פשוט... איך יאג זיך זייער...” האט זי אנגעהויבן און גלייך אויפגעהערט. זי האט געזען דאס ווייטאג אויף די עלטערע פרוי‘ס געזיכט. נעבאך, אירע
10 connect Toshפיס טוען איר וויי. וויאזוי קען איך איר איבערלאזן אויף הפקר. איך וועל פארלירן דעם שליסל צו מיין פאסטן. אבער איך וועל טון וויאזוי איך שפיר אז עס איז ריכטיג. די אלטע האט אנגענומען איר אויסגעשטרעקטע ארעם מיט פארלייכטערונג, און זיי האבן אנגעהויבן דעם וועג. אנגעהויבן, אבער נישט צופיל זיך גערירט. יעדע טריט האט גענומען פאר די אלטע אפגעשוואכטע פיס א לאנגע וויילע. ווען עס זענען פארביי צען מינוט האט צו דבורה לאה‘ס אנטריסונג ארויסגעוויזן אז זי האט זיך קוים גערירט עטליכע הייזער ווייטער פון זייער אריגינעלער ארט. ביזדערווייל, האט די פרוי גערעדט. זי האט דערציילט פון זיך, געפרעגט ווער זי איז, פון וואו זי קומט, און זיך געפריידט אז איר שוויגער‘ס מאמע איז איר זון‘ס מחותן‘ס מאמע. א קליינע וועלט. דבורה לאה האט פריינטליך און ווארעם פארברענגט, געבנדיג פאר די פרוי א גוטן געפיל. איר קאפ איז בכלל נישט געווען דארט. זי האט זיך פארגעשטעלט וויאזוי די מנהלת קרומט אויף די מאדנע פרוי וואס קומט אפילו נישט אן צום אפגעשמועסטן זיצונג. פארגעס פון דיין פאך. אמאל האסטו געארבעט און מחנך געווען אידישע טעכטער מיט דיין גאנצן הארץ און מח. די תקופה איז שוין געשלאסן. די ארעמס אריינגעקלאמערט איינס אין די אנדערע האבן זיי זיך שטאטעליך גערוקט פאראויס, טריט נאך טריט. עטליכע פרויען זענען פארביי שנעל, קיינער פון זיי נישט קלערנדיג צו אפפערן זייער הילף. פארוואס דען יא? זי טוט דאך שוין די מצוה. איינע פון זיי, א מיטליעריגע פרוי, איז געגאנגען גלייך אונטער זיי פאר א שטיק צייט, און דבורה לאה האט זיך געוואונדערט פארוואס זי קרויזט נישט אויס דעם לאנגזאמען פארל. אירע נערוון האבן שוין געהאלטן פארן פלאצן ווען זי האט ענדליך געזען די עלטערע אידענע זיצן אויף איר בענקל ביי זיך אינדערהיים. ”ביטע, נעם א טיי. עס איז מיר שווער צו מאכן יעצט, אבער איך וויל דיר מכבד זיין. אפשר מאכסטו אויך פאר מיר איינס?“ עס איז שוין מן הסתם סיי ווי צו די פאסטן איז דיינס. מיר וועלן אפשמועסן אויף ווייטער אי“ה.“ האט די מנהלת איר איבערראשט צום סוף.
connect Tosh 11 שפעט. לאמיר איר געבן איר טיי. די זייגער האט געוויזן אויף 15:9 , גאנצע דריי פערטל שעה נאך די אפגעשמועסטע צייט, ווען זי האט געקלאפט, מיט א פארפלאמטע געזיכט פון בושה, אויף די טיר פון די מנהלת. ווי די וועלטס נאר, האט זי זיך געשפירט. זי האט אבער נישט געוואלט זאגן פאר איר מאן אז זי האט אפילו נישט פראבירט. זי ווייסט אז עס איז א פארפאלענע מעשה. שוין, וועט זי דורכגיין די דערנידערונג און בושה צו אויסלייטערן איר נשמה... די מנהלת אויפגעמאכט די טיר מיט א פארוואורף אין אירע אויגן. נאך א סעקונדע האט זיך עס אבער געטוישט צו וואונדער. ”אההה... א גוטן פרוי שווארצמאן. קום אריין!“ זי איז געווען זייער ווארעם און אוועקגעמאכט מיט א שמייכל די ארויסגעשטאמעלטע פארענטפערונגען אז עפעס האט זיך געמאכט... אמתדיג אנטשולדיגט... נאך עטליכע מינוט איז דבורה לאה‘ס זעלבסטזיכערקייט צוריקגעקומען ווען די אומאנגענעמליכקייט האט זיך צולאזט אין די ווארעמע אטמאספערע. זי האט גערעדט מיט איר געווענטליכע איבערצייגונג, געוויזן אירע שיעורים, און אראפגעלייגט וויאזוי זי האט געקענט ארויפברענגן אזויפיל תלמידות צו לערנען און אויך שטייגן. זי האט גערעדט פון הארץ וויאזוי זי גארט צו קענען פארזעצן מיט אירע אייגנארטיגע מיסיע צו מחנך זיין בנות ישראל. ”גוט, איך דארף עס נאך באשטעטיגן ביי די הנהלה און ועד הרוחני, אבער די פאסטן איז דיינס. מיר וועלן אפשמועסן אויף ווייטער אי“ה.“ האט די מנהלת איר איבערראשט צום סוף. האט זי נישט נאך קאנדידאטן? אזוי שנעל? און – איך בין געווען זייער שפעט! וויאזוי האט זי זיך פארהוילן דערפון! א וואלקן פון באגייסטערונג און שמחה האט איר אהיימגעטראגן. זי האט אפילו נישט געשפירט ווי זי גייט. זי איז נאר געבליבן מיט די קשיא: וואס איז געווען דער שליסל? פארוואס האט זי באקומען דעם פאסטן אזוי שנעל? עס איז געווען עטליכע חדשים שפעטער. די קארידארן אין שולע זענען געווען שטיל. די קלאסן זענען געווען פארנומען מיט די לימודים. דבורה לאה איז געזיצן מיט די מנהלת ביים טישל. אין אמת‘ן איז היינט איר טאג פריי, אבער זי טוט אנפירן דעם חנוכה פראגראם, און דארף איבערגיין עטליכע דעטאלן מיט די מנהלת. עס איז אומגלויבליך אז זי איז נאך אזוי פריש דא. בליץ שנעל, איז זי געווארן א וויכטיגער טייל פון די שטאב. יעצט ווען זיי האבן גענדיגט דורכשמועסן דעם ענין וואס האט איר געברענגט צום זיצונג, האט זיך די שמועס מיט די מנהלת דערקייקעלט צו א מער פערזענליכע און אפענע געשפרעך. מיטאמאל איז די שאלה מיט וואס זי טראגט זיך שוין ארום אזוי לאנג ארויסגעקומען. ”איך בין נייגעריג... פארוואס עפעס האט איר פונקט מיר אויסגעקליבן, אן אומבאקאנטע פרוי, אלס לערערין? נאך דערצו... איך בין געקומען אזוי שפעט...“ די מנהלת האט געשמייכעלט מיסטעריעז. “איך דארף דיר טאקע דערציילן....” דבורה לאה האט זיך אויפגעזעצט געשפאנט. וואס? וואס איז געווען דער שליסל?
12 connect Tosh”איך האב דיר געזען. איך האב דיר געזען יענעם אווענט, נאך איידער דו ביסט אנגעקומען דא. ווען דו ביסט שוין געשטאנען נאנט צום געביידע פון בית חינוך. איך בין געשטאנען הונטער דיר. איך האב געזען ווי מיין מומע רויזא שטייט דארט אזוי הילפסלאז, און שפעקולירט וואס איך וועל טון אויב קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג. איך דארף דאך זיין אין צייט פארן אינטערוויו מיט עטליכע קאנדידאטן. וויאזוי קען איך זיי אלע אויסשפילן. איך האב געזען ווי איינע נאך די אנדערע גייען פרויען פארביי אן זיך וויסענדיג מאכן. איך האב געזען ווי דו קוקסט נערוועז אויף דיין זייגער און דאך – באגלייסטו מיין עלטערע מומע מיט אזא געדולד און כבוד. איך האב נישט געוואוסט ווער דו ביסט. דיין געזיכט איז מיר געווען פרעמד. אבער איך בין געווען פול מיט רעספעקט פאר דיר. ווען פרוי שווארצמאן איז נישט אנגעקומען, בין איך געווען זיכער אז זי איז א זיכערע ניין! איך נעם נישט פארשלעפטע לערערינס ביי מיר אין מוסד! ווען דו האסט געקלאפט און איך האב דערקענט דיין פנים, האב איך געוואוסט. דו ביסט עס. איך האב געהערט אזעלכע גוטע אינפארמאציע אויף דיר. איך האב אבער ליב צו קענען די לערערין פערזענליך צו מאכן זיכער אז עס איז תוכו כבורו. וואס האב איך פון א גוטן קאפ, א צויבער קראפט, אויב זי איז נישט אליין אן אויסגעארבעטע פרוי? איך האב שוין נישט געהאט קיין ספיקות... איך האב דיר אויפגענומען אויפן פלאץ, און ברוך השם!“ זי האט געשאנקען א ווארעמען שמייכל צו די לערערין. ” איך האב קיינמאל חרטה געהאט אויף מיין באשלוס!“ דבורה לאה איז געווען שאקירט. ”הייסט עס אז דווקא מיין שפעטיגן, די שווערע מצוה – וואס איך האב געמיינט אז דאס וועט מיר מאכן דערלייגן דעם פאסטן, דווקא וועגן דעם האב איך עס באקומען!“ שליסל צום נשמה ”שמואל! איך בעט דיר! קלער זיך איבער!“ זי האט פארגעסן אלע כללים וואס דער גרויסער מומחה האט זיי אנגעוויזן. בעט זיך יא. בעט זיך נישט. ווייז נישט אז דיין הילפסלאזיגקייט. ער דארף שפירן אז איר זענט פעסט... סיי ווי אזוי האט דאס אלעס געהאלפן ווי פאר א טויטן באבקעס. זי האט היסטעריש געשריגן, אבער דאס האט אויך נישט אויפגעטון. מיט א פארביסענעם פנים האט ער צוגעהאקט דעם טיר הונטער זיך. רייזל האט אים נאכגעקוקט פון פענסטער. איר שמואלי... איר טייערער זון, דער פערטער פון אירע קינדער. אין א הוילן קאפ. אנגעטון ווי א שגץ. מיט א ריזיגן רוקזאק אויפן רוקן. ער גייט זיך זיין וועג. ער האט געווארפן זיין באמבע און איר איבערגעלאזט צוקלאפט און פארוואונדעט. ער בליקט אבער נישט צוריק. זי דארף אנרופן איר מאן! ער ווייסט אפילו נישט אז זיין זון פלאנט צו פארן קיין אזיע צו טרעפן זיינע גליקן. דעם גליק וואס ער האט איבערגעלאזט צוזאמען מיט זיין לעכטיגן מסורה, מיינט ער, אז צוזאמען מיט א גרופע יונגן זיינס גלייכן, וועט ער איר געפונען דווקא אין די פארווארפענע געגנטער
connect Tosh 13 פון אינדיע. זי קען רופן און שרייען. זי ווייסט אבער אז עס צו שפעט. אוי! וויפיל זי האט פראבירט. יעדעס שליסל וואס איז נאר פארהאן איז אויספראבירט געווארן אויפן מויער פון אייזן וואס איר באליבטער זון האט געבויעט ארום זיין הארץ. זי האט נישט געשפארט געלט, צייט, און כח. ג-ט איז איר עדות אז זי האט אנגעווענדעט פראטעקציע ביי די בעסטע טעראפיסטן און מחנכים צו אפשטעלן דעם געפארפולן גליטש אראפ. אוי ווי שטארק זי האט פראבירט! זי איז געווען גרייט צו טון יעדע סגולה, יעדע פעולה אז איר טייערער זון זאל נישט פארלאזן דעם דרך התורה. עס איז ליידער אבער געווען אומזיסט. שמואל האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שווערער ניסל. זיינע דורכפעלער אין ישיבה אינאיינעם מיטן פאלשן גלאנץ פון די גאס האט אים געשלעפט אלס טיפער און טיפער און זומפ. און יעצט, זעט אויס אז עס איז שוין אפילו נישט דא א טיר אויף וואס צו קלאפן. א שלאס וועלכע מען קען דרייען. ער איז אנטלאפן. ער האט אראפגעווארפן יעדעס צייכן פון זיין היימישן אידישן אפשטאם און געגאנגען קיין אינדיע צו טרעפן סיפוק. זי איז אריינגעפאלן מאכטלאז אויפן בענקל מיט אירע הענט אויפן געזיכט. די הייסע טרערן וואס האבן איר פארפלייצט האבן אפילו נישט געפרעגט רשות. די קינדער האבן אויך נישט געפרעגט קיין שאלות. זיי זענען ארומגעגאנגען שטיל און פארכמורעט, ווי אין א בית אבל. איז עס דען נישט א טראגעדיע ווי א פארלוסט פון דעם פיזישן לעבן? עס איז דאך פיל ערגער! די פיין פון פארלירן דיין אייגן קינד צו די סטרא אחרא איז די סאמע ערגסטע ווייטאג וואס א אידישע מאמע קען דורכמאכן. מיט איין אונטערשייד. ווי לאנג דאס ליכטל ברענט, איז נאך דא האפענונג. עס זעט אויס אוממעגליך. יעדע שליסל וואס מען האט געדרייט איז אראפגעפאלן צו די ערד מיט שאנד. תפילה איז אבער דאס שליסל וואס קען עפענען יעדן טויער, און אינגאנצן צונעמען מאכטפולע מויערן. און דאס האט זי געטון. געדאווענט צום בורא. ווייל נאר ער פארמאגט דעם שליסל צו איר זון‘ס הארץ. די גרופע צולאזטע יונגען וואס זענען אראפגעגאנגען אינעם לופטפעלד אין טאקיא האבן נישט געצויגן באזונדערע אויפמערקזאמקייט. טיפישע יונגע איזרעאליס וואס האבן ליב צו איבערדרייען וואו זיי קומען נאר אן. זיי האבן נאך געהאט דריי שעה ביז זיי דארפן אויפשטייגן אויפן פליגער צו ניו דעלהי. יוחי, עזי, און יוסי האבן געוואלט ארומגיין אביסל באטראכטן טאקיא. שלום און בערי האבן באשלאסן אויך צו גיין. שמואל וואלט געווענטליך זיך אנגעשלאסן אין די אויספלוג. ער איז אבער נישט געווען געוואוינט צו פליען. זיין קאפ האט אים געהאקט. ”איך וועל זיך אויפזוכן א שטילע ווינקל דא אינעם לופטפעלד וואו
14 connect Toshזיך צו אפרוען. מיר וועלן זיך טרעפן פארן אויפשטייגן.“ האט ער געזאגט פאר זיינע פריינט וואס זענען באלד פארשווינדען פון זיינע אויגן מיט א לוסטיגע געפילדער. ער האט געפינען א רואיגע לאונדזש מיט גאנץ א באקוועמע באנק. ער האט זיך אראפגעזעצט, צוגעמאכט די אויגן, און באלד האט דער מלאך החלומות איבערגענומען קאנטראל. ער האט זיך אויפגעוואכט זעקס שעה שפעטער. ער איז געשלאפן אזוי טיף, אז ער האט גארנישט געהערט. ער האט געזען אז זיינע פריינט האבן אים פראבירט צו רופן עטליכע מאל. זיי זענען שוין אבער לאנג נישט דא מער. זיי זענען אויפן פליגער און הייבן נישט אויף דעם טעלעפאן. ער איז צוגעגאנגען צום טישל פון די לופט-ליניע א צומישטער און דערשראקענער. צו זיין מזל, איז דער אגענט געווען זייער גוטהארציג און האט אים מצליח געווען צו ארויפרוקן אויפן נעקסטן פליגער וואס פליט זיבן שעה שפעטער. עס האט אים געקאסט א מטבע. ער איז געבליבן כמעט אינגאנצן אויסגעזעקעלט. אויך אזוי האט ער אנגעהויבן זיין רייזע מיט קנאפע סכומים. וואס דען זאל ער טון? ער קען דאך נישט בלייבן דא אויף אייביג! ער דארף כאפן זיינע פריינט אין אינדיע. ער האט געשטופט די קומענדיגע שעות פארצווייפעלטערהייט. אפילו ווען ער האט גערופן זיינע חברים אין אינדיע האט ער באקומען אן אויטאמאטישער מעלדונג אז דער טעלעפאן דארט ארבעט נישט. ווען ער האט געלאנדעט אים ווילד- פרעמדן ארט, האט אים קיינער נישט אפגעווארט. צו זיין באדויער, האט זיין טעלעפאן אויך נישט געארבעט דא אין דעם דריטן-וועלט לאנד. זעט אויס אז יוחי דער חברה-מאן האט דעם פרט פארגעסן צו נעמען אין אכט. ער איז געבליבן שטיין אינגאנצן פארלוירן. ער האט נישט קיין השגה וואו צו גיין. ער שלעפט זיך נאר נאך מיט די גרופע פון נידריגע יונגען, און אויב ער האט נישט זיי, איז ער אינגאנצן אן קיין ברירות. און אן געלט. א געשטאלט מיט א היימישן אויסזען, גלייך ווי זיין טאטן אין בני ברק, האט זיך באוויזן פאר זיינע אויגן. ער האט געהאפט אז דער איד קען אים נישט. ער וויל נישט זיינע עלטערן זאלן באקומען פון אים א גריס. ער האט זיי פארשפראכען צו אינגאנצן אפהאקן מיט די משפחה און פארגאנגענהייט. דער איד‘ס בליקן האבן נישט אויפגעהערט אים צו דורכלעכערן ווי שפיזן. וויאזוי ווייסט ער בכלל אז איך בין א איד? איך זע דאך בכלל נישט אויס אנדערש ווי אסאך אנדערע טוריסטן דא! ענדליך, איז יענער צוגעקומען צו אים. ערשט האט ער פראבירט אין ענגליש. ווען ער האט געזען ווי שמואל פארשטייט נישט האט ער פראבירט אין אידיש. כאטש וואס שמואל האט צום ערשט געוואלט איגנארירן און שפילן טאמעוואטע, איז יענער נישט געווען קיין נאר. דער איד מיטן גרויען בארד האט אים באגריסט מיט א ווארעמען שלום עליכם און אים געפרעגט דעם נאמען. ”וויאזוי ווייסטו אז איך בין א איד בכלל?“ האט שמואל נישט געקענט
connect Tosh 15 איינהאלטן זיין נייגער מער. דער איד האט געשמייכעלט מיט א ווארעמען שמייכל וואס האט אויך דערגרייכט זיינע אויגן. ”הער דיך צו מיין קינד. דו קענסט אנטלויפן וואו דו ווילסט, אבער דו קענסט נישט באהאלטן דיין אידישן בליק...“ אנטקעגן זיין ווילן, האט שמואל זיך געטראפן אויסרעדן צו אים אז ער איז געבליבן אליין אן קיין אפציעס. וויפיל ער האט געוואלט אנטלויפן פון זיין פארגאנגענהייט, זענען די פריינטליכע אויגן געווען די איינציגע צו וועמען ער האט זיך געקענט ווענדן. דער איד איז געשטאנען הונטער אים אין די שורה ביי די קאסטומס, און געזען ווי די באאמטע אנטזאגן זיך צו אריינלאזן דעם בחור‘ל מיטן גענצליך פרייען אויסזען אן אן אדרעס פאר זיין דעסטינאציע. אלעס איז געליגן ביי יוחי. שמואל האט נישט געוואוסט וואס צו טון. דער גוטהארציגער פרעמדער האט אים אריינגעמורמעלט די אדרעס פון זיין אייגענע אכסני‘. שמואל איז געבליבן שטיין פארלוירן. ער איז טאקע אין אינדיע, אבער ער קען יעצט פארבלייבן שלאפן אין לופט- פעלד. ווידעראמאל איז דער איד, א משגיח כשרות וואו ער האט זיך פארגעשטעלט, געווען זיין מלאך מושיע. ”קוק אהער, אין מיין אכסני‘ איז נישט דא קיין פלאץ פאר דיר. עס איז אבער דא דא א גאסטהויז אנגעפירט דורך א עלטערער אידישער פארפאלק, וואס וועלן דיר גערן אריינעמען. אלע פון די איזרעאלישע גרופעס וואס גייען דא פארביי שטעלן זיך אפ דארט, וועסטו מן הסתם טרעפן דיינע חברים.“ צו האט ער דען אן אנדערע ברירה? די הויז איז געווען היבש נעבאכדיג לויט די השגות פון דעם בני ברקער בחור. מאדנע גערוכן פון אינטערעסאנטע באווירצטע מאכלים האבן אים ענטפאנגען. אלעס איז אבער געווען ריין און ציכטיג, און די אלטע פארפאלק דארט האט אים אויפגענומען מיט פריינטליכקייט און באלד צוגעוויזן צו א כמעשה‘דיגער געלעגער. ער האט הונדערטער מאל פראבירט צו רופן זיינע חברים אויפן טעלעפאן, אבער אין קול ואין עונה. קיינער האט נישט גענטפערט. זיי זענען אויך נישט אנגעקומען צום שמואל איז געבליבן שטיין פארלוירן. ער איז טאקע אין אינדיע, אבער ער קען יעצט פארבלייבן שלאפן אין לופט-פעלד.
16 connect Toshגאסטהויז. זיי זענען ווארשיינליך גלייך געפארן אין אן אנדערן ריכטונג. ער איז אנגעקומען דאנערשטאג. צומארגענס איז ער אויפגעשטאנען שפעט. צו וואס און וועמען זאל ער זיך יאגן? אין דעם אלטמאדישן הייזקע זענען די הכנות צו שבת אנגעגאנגען אויפן פולסטן פארנעם. דאס עלטערע פארפאלק האבן זיך געפארעט מיט א פלייסיגקייט וואס האט פארשעמט פיל יונגערע פון זיי אין יארן. ווען די אלטע אידענע האט זיך געשאקעלט ביי די שבת לעכט, האט שמואל אנגעהויבן שפירן אומבאקוועם. ער איז אנטלאפן פון זיין מוטער‘ס ליכט צינדן! ער קען נישט זען אירע טרערן! און דא דארף ער מיטהאלטן ווי די פרוי פון אפשר ניינציג יאר ווישט אירע אייגענע הייסע טראפענס פון די צוקנייטשטע באקן? ער האט זיך אויפגעשטעלט אין אריין אין זיין צימער. ער האט גענומען זיין בערזל. ער וועט ארויסגיין פארברענגן מיט די עטליכע פרוטות וואס ער פארמאגט. שבת איז שוין לאנג נישט קיין פראבלעם פאר אים, ליידער... דער אלטער האט זיך מיטאמאל געשטעלט פאר אים פארשטעלנדיג דעם טיר ארויס. “וואו גייסטו?” האט ער געפאדערט. שמואל האט עפעס געמורמעלט אז ער גייט זוכן וואו צו זיך אונטערהאלטן. דעם אלטיטשקן‘ס אויגן האבן געשפריצט פייער פונקן. ער האט ארויפגעצויגן זיינע ארבל און געוויזן די אויסגעקריצטע בלויע נומערן צו זיין יונגן גאסט. ”בחור‘טשיק! איך וועל דיר נישט יעצט פארציילן פונקטליך וויאזוי איך בין אנגעקומען צו וואוינען אין די פארווארפענע אינדיע, אבער איין זאך קען איך דיר זאגן. פיל בין איך אריבער ווייל איך בין א איד.“ ער האט באטראכט שמואל מיט שארפע אויגן פון הונטער דיקע ברעמען. ”און איין זאך זאל זיין קלאר: ביי מיר אין הויז וועט מען נישט מחלל שבת זיין!!!“ ער האט געקענט הארט מאכן זיין הארץ אנטקעגן זיין טאטע‘ס געבעטן. זיין מאמע‘ס געוויין. אלע מחנכים מיט זייערע דרשות. דער אלטער איד מיט די אויסגעקריצטע נומערן פון פיין האט אבער צולאזט זיין ווידערשטאנד. שטומערהייט, האט ער אראפגעווארפן דאס בערזל און גערוקט מיט זיין שיך צו די זייט. ער האט זיך געטראפן מיטהאלטן די שבת‘דיגע סעודות ווי א וואויל קינד. ער האט אפילו נישט אראפגעווארפן דעם קאפל וואס די אידענע האט געברענגט. עטליכע וואכן איז ער שטעקן געבליבן דארט. ווען ער איז אהיים, האט דער אלטער, גארנישט פארשלאפענער, אים שוין געהאט ערלעדיגט א ישיבה פאר אזעלכע וואס קערן זיך צוריק צו אידישקייט. ווייל אזא איינער איז ער געווען. יעדער האט געוואוסט אז אין אינדיע איז שוין זיין נשמה צו ווייט צו צוריקומען. דווקא דארט, איז אבער געליגן דער שליסל צו זיין זעל.
connect Tosh 17 to it break to Sorry no s’there but, you .that for pill magic ABOUT SERIOUS AND DETERMINED RE’YOU IF BUT HARD AS WORK WILL SLENDR, SPACE LESS UP TAKING .GOAL YOUR REACH YOU SURE MAKE TO YOU AS בס"ד YOUR AT AVAILABLE HEALTH TRUSTED STORE FOOD
15 #Difficult 15 #Advanced 14 #Difficult solution 14 #Advanced solution
voice your hear us Let בריוו 335# יישר כח פאר בריוו 322 #פארן מודיעה זיין וועגן די געשעפט RunningShoe .איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן ווי אין Faubourg עס איז און וואס זייער פינקטליכע אדרעס איז. א גרויסן דאנק בריוו 336# איך האב אריינגעמופט אין א נייע דירה ווי עס איז געווען א ”24 אויוון וואס האט שוין מער נישט געארבעט און איך האב עס געדארפט ארויסווארפן, אבער עס איז געבליבן די קליינע פלאץ און עס לוינט נישט צו קויפן יעצט א קליינע .size וויל איך וויסן צו איינער ווייסט ווי עס איז דא צו קויפן פאר ביליג, אדער אויב איינער האט אוועקצוגעבן אזא קליינע מילכיגע אויוון זאל ביטע אריינשיקן. עס וועט מיר זיין א גרויסע הילף. יישר כח בריוו 337# איך זיך א גוטע אויגן דאקטאר ווי מענער קענען גיין וואס טוט א גוטע און professional ארבעט. בריוו 338# איך וועל ניצן די קאלום אלס פלאטפארמע נאכאמאל צו דערמאנען די וויכטיגקייט פון אריינלייגן קינדער אין קאר סיעטס. איך בין אהיימגעקומען פון faubourg מיט א קינד, און אים ארויפגעזעצט אויף מיין שויס קלערנ‘דיג אז פאר די פאר מינוט וועט שוין גוט זיין. אבער פאר איך האב געקענט באמערקן, האט א פאליציי געגעבן א קום ארויס פון איינע פון די געסלעך, און חוץ פון די
טיקעט וואס מיר האבן באקומען האט ער אונז נאך אויפגעהאלטן א שיינע פאר מינוט. וויל איך אייך בעטן, לערנט זיך פון מיין טעות. עס איז ווערד די עקסטערע מינוט וואס עס נעמט צו איינסטרעפן א קינד צו קענען פארמיידן אזא עגמות נפש. א ליינער בריוו 339# לכבוד די טאהש קאננעקט און אלע ליינער די פעלט פון אונטער מיינע בענקלעך פאלן כסדר אראפ און עס צוקריצט זייער מיין פלאר, און יעצט נאך יום טוב ווען מען האט אסאך ארומגערוקט די בענקלעך האב איך באמערקט ווי שטארקע קריצן עס האט איבערגעלאזט. איך זיך עפעס וואס מען קען לייגן אונטער די בענקלעך וואס זאל עס אפהאלטן פון צוקריצן די פלאר, אבער זאל זיך אויך האלטן אויף די בענקל. יישר כח פון פאראויס בריוו 340# איך האב א שווארץ און ווייסע טיכל וואס איך וויל אויסוואשן אבער איך האב מורא אז עס וועט חרוב ווערן. איך קען באשטיין צו הערן אויב איינער האט שוין אמאל פרובירט צו וואשן אזא טיכל. יישר כח בריוו 341 # לכבוד אלע אידישע מאמעס עס איז דא זייער א גוטע polish silver צו פיצן זילבער וואס הייסט Sparkle Super , וואס איך האב שוין אויספראבירט און עס האט געארבעט זייער גוט און די זילבער איז ארויסגעקומען הערליך. מען קען עס באקומען דא אין טאהש ביי 8214-529-438 בריוו 342 # צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די הערליכע אויסגאבע וואס איר האט אהערגעשטעלט דעם פסח, די מעשיות און ארטיקלען זענען געווען געשמאק און מלא תוכן עס איז באמת געווען א שמחות יום טוב פאר די גאנצע משפחה. יעצט צו מיין פראגע איך זיך א גוטע וועג וויאזוי צו אויסוואשן די אויל פון די שבת'דיגע ליכט גלעזלעך. איך מיטשע זיך יעדע וואך עס צו וואשן, אבער עס בלייבט אויליג און ווערט נישט אינגאנצן ריין. ביטע שיקט אריין פון אייער ערפארונגוואס האט ביי אייך געארבעט גוט. א דאנק. לאזט הערן אייער מיינונג אין דעם קאלום לאזט א מעסעדזש אויף: 4 #1270-907-514 אדער שיקט א פעקס צו: 3814-238-438 אדער שיקט א אימעיל צו: ca.toshconnect@info
אייער פריינט, חיים ברייער דערמאנונג אזוי ווי די דעדליין צו פיילן טעקס רעטוירן גענוג צייטליך אז די קינדער געלט זאל זיך נישט אפשטעלן דערנענטערט זיך אט אט, ווילן מיר אייך געבן א צייטליכע דערמאנונג צו אריינשיקן אייער פייל ווי אמשנעלסטן זיך צו פארמיידן די גאנצע עגמת נפש וואס קומט מיט'ן פיילן שפעט. איר קענט אריינשיקן אייער פייל צו אונז און עס וועט בעז״ה ווערן געפיילט ביז צוויי וואכן . 2075-612-514: Text/Call 9973-565-514: Fax com.retaxcanada@office: Email
°19 °13 °20 °18 °21 °15 °16 11º: Cloudy: cloudy Mostly 11º: Night At: Rain 9º: Night At: cloudy Partly 11º: Night At: Showers 8º: Night At: cloudy Partly 9º: Night At: Showers 9º: Night At: Showers פרייטאג פר' אחרי ליכט צינדן 51:7 20:9 מוצאי שבת זונטאג פר' קדושים דינסטאג פר' קדושים שב"ק פר' אחרי מאנטאג פר' קדושים מיטוואך פר' קדושים דאנער. פר' קדושים פר' אחרי תשפ"ד לפ"ק the Whatever weather Experience doula certified tosh in forming Classes groups and Private rates and information For contact please LUMBROSO RONIT 7994-943-514 satisfied Many tosh in clients בס"ד
אין טאהש א מיט מנוחת הנפש! מנוחת הנפש 8674. 972. 514 אונזער פארצייכנט מער נו אייך לוקסריעזע אונזער פארדינגען אייך צו גרייט פאר שטייט Suites, במשך די יאר, און געדענקן! צום וואקאציע האט א Term Long & Short Available Suites & Rooms בס"ד classifieds classifieds 5161-243-514 Weinberger. Ch delivery & up Pick Free. shawls and capes of selection Beautiful 3225-434-450. repair intercom and mixers Bosch, appliance major All רופט הערשקאוויטש 5734-430-450. playgroup in available Openings ווארטס נישט ביז עס איז הייס! מיר קלינען אייער "עירקאנדישנס" און דער רעזאלטאט, פיינע קאלטע פרישע לופט! רופט חיים אשר לאנדא 2936-506-438 2400-914-450 Canada SALE - RENT - BUY Numbers Your All For Number One HALL SIMCHE - RENTAL VACATION !prices amazing at pillows and quilts down goose Hungarian massage a leave And 5090-992-514* delivery free * com.gmail@hungarianquiltspillows
לכבוד תושבי קריתינו הקדושה הע"י ברוב שבח והודיה להשי"ת הייבן מיר אן אי"ה קומענדיגע וואך די צווייטע פאזע פון איבערמאכן די אינפאסטראקטשער פון רחוב בית הלוי. די מאסיווע בוי ארבעט וועט ווערן צוטיילט אין 5 פאזעס. כדי צו פארגרינגערן די טרעפיק פאר די איינוואוינער, וועלן מיר מעלדן פאר יעדע פאזע ווי מען זאל ניצן פאר טראפיק ווען מען דארף אנקומן פון איין פלאץ צום צווייטן, און ווי עס גייט זיין פארשפארט. פאר פיסגייערס וועט מען צושטעלן כסדר א פלאץ ווי צו גיין. מיר בעטן אז מען זאל לאזן פריי די פלאץ וואס מ'שטעלט צו פאר פיסגייער. באזונדער בעטן מיר פון די חשובע עלטערן, מיר וועלן טוען דאס בעסטע וואס עס איז מעגליך צו ארום נעמן די פלאץ ווי מען בויעט, גלייכצייטיג דארפן מיר שטארק אייער קאאפאראציע זיכער צו מאכן, אז די קינדערלעך זאלן זיך נישט דרייען ביי די קאנסטראקשען זאון, אדער ארומלויפן צווישן די טרעקטערס וכדו'. דורך די גאנצע צייט פון די בוי ארבעט, וועט מען קענען נוצן משה עוועניו פאר די אלטערניטיוו ראוד. מיר וועלן כסדר אויסגראדען די שטיינער ביי די קאנסטראקשען חלק פון ווי עס איז נאך נישט דא קיין אספאלט. מיר וועלן אי"ה מעלדן ווען די נעקסטע פאזע וועט זיך אנהייבן, ווי אויך וועלן מיר ניצן די טעלעפאן קאלינג סיסטעם פון קהל. וועד הקריה מאפע פון אלע 5 פאזעס בס"ד
פאזע 1 פאזע 1 וועט זיך אנהייבן אי"ה קומענדיגע וואך מיטוואך א' דראש חודש אייר און עס וועט נעמען בערך 1 חודש צייט. עס וועט זיין אפגעשפארט פון רחוב בית הלוי און רחוב טאהש ביי די שאפינג סענטער, ביז נאך אנדרעי אולעט, נאך 186# זוסמאן. מען וועט נישט קענען צוקומען מיט קיין קארן צום ביהמ"ד אברכים, און די מושב זקנים 240 ,אזוי אויך אריין אדער ארויס פון אנדרעי אולעט דורך רחוב בית הלוי. מען בעט אויב מעגליך אז מ'זאל נישט קומען צום ביהמ"ד אברכים מיט קיין קאר, און די וועלכע קומען מיט די קאר, זאלן פארקן ביים בית צירל פארקינג לאט וכדו'. מען וועט טוען אלעס וואס נאר מעגליך, אז עס זאל נישט מאכן אומבאקוועם פאר די איינוואוינער. בשעת מען מאכט גענצליך איבער די וואסער סיסטעם, לייגן מיר אריין באזונדערע כוחות און געלט אז די וואסער זאל ארבעטען א.א.וו. געדענקט! א יעדע גוטע זאך קומט אן שווער, און יעדער וועט גאר שטארק הנאה האבן פון די הערליכע ברייטע גאסן, און לעכטיגע סייד וואולק וכו'.
they before allergies Beat .proactive Be. you beat effective the is dose Wellness proactive Our Using. for searching been ve’you remedy allergy ,TMextraction harmonious signature unique our has nature benefits of range full the harness we highly Our. form potent and pure a in offer to sized conveniently are capsules concentrated .ages all of individuals by consumption easy for DELICIOUS FLAVOR NATURAL ORANGE כשר לפסח* ONLY LIQUID* allergy Starting before treatment appear symptoms to up is MORE% 90 EFFECTIVE preventing in symptoms allergy .occurring from