1270.907.514 ca.toshconnect@info 2023 08. DEC | 79 ISSUE פרשת וישב תשפ"ד יואל שלמה לעבאוויטש 3622-521-438 Residential Commercial future your on focus a With. Financing MATELAS CALL PLEASE 4690-557-514 AT PERSONNEL MATELAS CALL PLEASE 4690-557-514 AT PERSONNEL for Mattresses Prices Wholesale 1733-312-514 Prushinowski Shmiel Duved 4380-509-438 מיר זענען דא אייך צו סערווירן! יחזקאל הערשקאוויטש 0C4 J7R QC, Eustache-Saint, Bibeau rue, 536 4192-472-450 30:5 to 00:12 - sun 30:5 to 00:11 thus - mon 00:10 to 00:8 night thursday
פאלגט נאך... בס"ד
.less gain, more Eat can you, varieties cream ice Fat Reduced s'Klein With of less get and, cream ice of flavor full the experience !taste sweet a with tooth sweet your Indulge. guilt the USA the in Made. | flavor high, fat Lower
בס"ד רופט דעם אויטאמאטישע סיסטעם 24 שעה צו באשטעלן צו זעהן די גלעזער ביי אייך אינדערהיים: SERVE FIRST COME FIRST חנוכה מיט די הערליכע בית המקדש שירת הלויים | שמחת בית השואבה 3D גלעזער 2 PART עולי רגלים 3 PART קרבנות 4 PART קרבן פסח 1 PART INTERNET NO • DEVICE MEHADRIN• VIDEO NO • ONLY SLIDES KOSHER• !!!PART NEW UPGRADED :OPTION PRICING NEW MACHINE PER PAY DETAILS MORE FOR IN CALL !NEW !DEAL GREAT חנוכה תשפ"ד די בית המקדש גלעזער וועט דערהייבן די אטמאספער און פאראייביגן די מסיבה פאר לאנגע יארן מיט געשמאקע זכרונות פאר אלע באטייליגטע! 8196-861-438
סעיל %25 Off חנוכה חנוכה שעות בס"ד 8693.274.514) • Querbes Corner (Bernard 1105 Outremont אין די הארץ פון Bekitches Tish All entire the off%10 store 1pm-30am:10 Fri 00pm:10-30pm:8 from and 5pm-2pm Wed 5pm-2pm Thu-Sun
CHANUKA HOUR 5 !!SALE CRASH closed. Mon 00:5-00:12. Sun: HOURS CHANUKA 8170-433-450: contact 00:12-00:11 friday 00:5-00:12. Thurs.-Tues !EXCLUSIONS NO ONLY SUNDAY בס״ד com.gmail@surexposeNY
קינדער וועלט באקען סעט 26 $price. Reg 19 $Price חנוכה מיין לערנבארע זוי טוי 40 $price. Reg 33 $Price חנוכה ממלכת חנוכה ספעשילס א יעדע ארדער וואס איר קויפט במשך חנוכה, מאכט זיכער אפצונעמען אייער "סקרעטש קארטעל" ממלכת חנוכה שעות: מיר וועלן זיין געשפארט פון 00:5 ביז 30:7 תפילין בייטעל סייז סידור תפילה בכוונה לחול 27 $price. Reg 22 $Price חנוכה מיין ברכות טוי 30 $price. Reg 22 $Price חנוכה לחיים קינדערגארטן מייק 31 $price. Reg 25 $Price חנוכה קינדער וועלט שמחה סעט 51 $price. Reg 41 $Price חנוכה it Toast 99.49 $price. Reg 42 $Price חנוכה קויפט איינס און באקומט די צווייטע פאר 30 % OFF table kitchen Around 63 $price. Reg 99.49 $Price חנוכה אמונה מיט קינדער וועלט 42 $price. Reg 37 $Price חנוכה
events CHEFA c planning catering& ב ס' ' ד :PRESENTING
,Weisz Leah Brucha by created Course organizer professional accomplished an 1200.600.845. consultant productivity and Course :Includes Membership Lessons Instructive 15· Programs Tov Yom· Sessions A & Q Weeklys· ...more much And· ,FAMILY YOUR GIFT details more for in Call WITH, YOURSELF AND .HOME ORGANIZED AN organization home the is Tischadish ,real learn you helps that telecourse a keep to how on tips actionable .it maintain to how and - home clean us.dartmedia סיינט אויף ביז חנוכה פאר יד EARLY BIRD SPECIAL נישט נאר ווען די שוויגער קומט. מ י ט ת ת ח ד ש א י ז ד י ה ו י ז א י י ב י ג מ ס ו ד ר
!Delight Pure
SALE SAMPLE Shabbos Motzai DATE CORRECTION
Shabbos Motzai DATE CORRECTION
בעזהשי''ת BENAFIT AND COME UNBELIEVABLE FROM PRICES 20 $for 1 50 $for 3 100 $for 10 ...more And אי''ה זונטאג,מאנטאג &דינסטאג חנוכה 10pm-8 and 3pm-11am CHANUKAH SALE יונגרייז brel Jacques 2816: At 2816-368-579 Teens and s'lady איינמאליגע געלעגנהייט
Florist Belladonna Atropa ca.fleuristeatropabelladonna.www !Flowers with Hanukkah Celebrate to 10am, Sunday through Monday Open 6pm Available Delivery Daily order your place to today us Call 11441-387) 438( Avenue Park 5602 4H1 H2V QC, Montreal
בזכנשצדקֵֵאֶׁש�ׁ ִ ת-ַחַ ִיל, ִִמי ִ ִי ְְמָָצא
כות שים קניות ג. פייג
22 connect Toshנעם הייליגן יום טוב פון חנוכה, זענען א טייל פון די העלדן אין די געשיכטע די אידישע פרויען. ספעציעל שטייט ארויס די אומגלויבליכע מסירת נפש פון חנה, די אידישע מאמע וואס האט געברענגט נישט נאר איין קינד אלס קרבן ווי ביי עקידת יצחק, נאר אלע פון אירע זיבן געליבטע זון. יעדער ווייסט אז נאכצוזאגן אז די מילכיגע דעליקעטאסן האבן מיר צו פארדאנקן פאר די העראישע צדיקת יהודית, וועלכע האט מיט אן אויסערגעווענליכע בראווקייט און נפש זיך איבערגעקלוגט איבערן רשע אליפרנו און ארפגענמען זיין קאפ. גלייך ווי זיי, זענען געווען נאך פילע באקאנטע און פיל מער אומבאזינגענע העלדינס, וועלכע האבן מיט זייער בינה יתירה, אידישע געפילן, אדער אויסטערלישע מסירות נפש איינגעקריצט זייערע נעמען אינעם טרערן דורכגעווייקטן היסטאריע בוך פון כלל ישראל. צי זי איז געווען די שטילע שטאנדהאפטיגע אשת חיל ווי רחל אשת עקיבא, א קדושה וואס האט זיך געטריי געהאלטן צו אידישקייט, איגנארירענדיג די געפארן מיט דרייסט, אדער די וואס האט געשמעקט די אמת ווען אפילו ביי די מענער האט געהערשט א צומישעניש, ווי די פרויען וואס האבן נישט געוואלט געבו זייער גאלד פארן עגל הזהב, אדער די קלוגע פרוי פון און בן פלת וואס האט אים מיט איר חכמה געראטעוועט פון מיטטיילן דעם גורל פון קרח ועדתו, זענען זיי צומאל באהאלטענערהייט הונטער די קוליסן און אין אנדערע צייטן מיט אן אנטפלעקטע ראלע, געווען די גאלדענע פאדים וואס האבן ווייטער געוועבט די קייט פון אונזער הייליגע מסורה. גלייך ווי די מענער האבן איבערגעגעבן די תורה פון איין דור צום צווייטן, האבן די אידישע פרויען געטראגן דאס פאקל פון די מסורה מיט זייער איינגעבאקענע געפיל. מיט תמימות, אן פשרות האבן זיי זיך געקלאמערט צום בורא. ווען מען ליינט איבער די גדולי ישראל און זייער מסירות נפש, דארף מען אריינטראכטן: ווער זענען געווען די מאמעס וואס האבן איינגעבאקן די אהבת התורה אין די צוקונפטיגע לייכטטורעמס פון כלל ישראל? ווער זענען געווען די אשה צדקניות וואס האבן זיך אליין אפגעגעבן מיט זייער שטוב, אסאך מאל אין שרעקליכע דחקות, צומאל געבליבן אליין פאר יארן ווען די חשובע מענער זענען אוועקגעגאנגען לערנען אדער פארשפרייטן תורה, אדער זיך צופליקט צו ברענגן פרנסה? וויפיל איז דאס אידישע פאלק שולדיג פאר זייער שטיצע? נישט אומזינסט האט רבי עקיבא געזאגט אויף זיין פרוי רחל, אז זיין גאנצע תורה און דאס פון די אומצאליגע תלמידים איז נאר אין איר זכות. פון שרה אמינו ביז צו אונז אידישע מאמעס אין יאר תשפ“ב מיטן שווערן פליכט צו זיין די שטילע שיפס קאפיטאנען פון אונזערע שיפלעך אין די היינטיגע ברויזענדע וואסערן, איז די צאל פון די אויסדערוועלטע מסירות נפש‘דיגע בנות ישראל אוממעגליך צו ציילן און זיכער באשרייבן. דאך, וועלן מיר כאפן א בליק אויף עטליכע עפיזאדן דורכאויס די דורות. ••• די כוואליעס האבן געמיטלעך געגלעט די זייטן פונעם גרויסן שיף. די הימל איז געווען קלאר אן א וואלקענדעל אויפן האריזאנט, אלעס האט זיך צוזאמענגעגאסן אין אן ענדלאזע בלויקייט. אלעס איז געווען אזוי לויטער – ביז מען האט געכאפט א נענטערן בליק אויפן דעק פונעם רוימישן שיף. אויסער די מאטראזן און רוימישע לעגיאנערן, וועמען‘ס פרעכע געזיכטער זענען געווען רויט, אביסל שיכור פון די וויין וואס זיי האבן געטרונקען און זייער גרויסע זיג, האבן זיך אנגעזען די אייגנארטיגע און שוידערליכע לאסט אויפן דעק: יונגע בחורים און מיידלעך, פון די בעסטע בליענדע בלומען פונעם באזיגטן פאלק. ים התיכון. ג‘ אלפים תת“ל
connect Tosh 23 בתי‘ איז געווען איינע פון די וואס האט געקוקט אויף די כוואליעס, שפירענדיג ווי אינעווייניג אין איר איז אויך דא א ים. א ים פון טרויער. וויאזוי איז זי געפאלן! ווי גליקליך זענען געווען די אמאליגע טעג! איידער...איידער...אפילו די געדאנק פונעם ביטערן מציאות איז איר געווען שווער צו ענדיגן. די בית המקדש! דעם אייבערשטן‘ס הויז וואו זיין שכינה האט גערועט – איז פארברענט געווארן דורך דעם שונא. ווי פראכטפול איז זי געווען! די שענסטע געביידע אין די וועלט! אלע פעלקער האבן געקוקט אויף איר מיט קנאה. בתי‘ס קויל שווארצע אויגן האבן געקוקט אויפן האריזאנט, אבער זי האט נאר געזען פאר זיך די פייער צינגען וואס האבן ארויסגעשאסן פונעם הר הבית, יענע ביטערע טעג אין אב. זי האט שוין דאן געהאט פארלוירן איר מאמע צום ביטערן הונגער, צוזאמען מיט אירע צוויי קליינע ברודערלעך. שמעון, איר עלטערער ברודער, איז געפאלן דורכן שווערד. איר טאטע איז אויך ערמארדעט געווארן ווען די בלוטדארשטיגע רוימער האבן געפייערט זייער נצחון מיט אידיש בלוט. פון איר שוועסטער אסנת האט זי שוין נישט געהערט זינט א וואך פארן חורבן. ווער ווייסט דען ווי אהין זי איז אוועקגעקומען אין די שרעקליכע צייט? ווען אירע נאנטע האבן איינע נאך די אנדערע צוריקגעגעבן זייער נשמה צום בורא, איז זי שוין אליין געוען צו פארשמאכט זיי צו באוויינען. נאר ווען זי האט געזען ווי דער בית ה‘ גייט אויף אין פלאמען, האט זיך די פארטרוקענטע טרערן קוואל פלוצלונג געפענט. ווי שוואך און צומישט זי איז געווען אינעם כאאס, האט איר נשמה דערשפירט די בראך. ”כא, כא, כא!“ א שלעכטער שפאטישער געלעכטער האט איר אויפגעטרייסעלט פון אירע טונקעלע מחשבות. בתי‘ האט געקוקט אינעם ריכטונג פונעם הויעכן, ברייטביינערדיגן רוימישער סאלדאט וועלכער האט אויסגעזען צו זיין אביסל אנגעטרונקען. נאך עטליכע פון די מיליטערלייט זענען געשטאנען ארום אים, הנאה האבענדיג פון די פרייע שוי שפיל. אז מען האט שוין אזוי לאנג נישט געקענט מיטהאלטן די שפילן אינעם קאלעסיאום, האט מען אנטיפארטוס וואס שטעלט צו אונטערהאלטונג גלייך דא אויפן שיף. און נאך וואספארע שפיל! וואס ברענגט די גרעסטע הנאה ביי א העלדישער רומי? זיכער צו זען ווי מען אידזיקיוועט זיך מיטן קרבן. א הויעכער שלאנקער בחור, וועמען‘ס חן האט ארויסגעשיינט אפילו נאך די אלע מיטמאכענישן, איז געווען דער ציל פונעם שלעכטן אנטיפארטוס. די דיקע האנט פונעם רומער האבן אנגעכאפט דעם בחור‘ס האלדז ווי גלייך זיינע פינגערס זענען אייזערנע צוואנגען, און די גלאז רויטע וויין אין זיין צוויטע האנט האט אנגעגאסן זיין קרבן‘ס בגדים ווען ער האט פראבירט צו אריינגיסן פון די יין נסך צווישן דעם בחור‘ס פארפרעסטע ליפן. ”נארישער יונג! וואס ביסטו אזא עקשן?!? דו ווייסט נישט אז דן ביסט סיי ווי אין אנזערע הענט? כא כא כא.... ער מיינט אז ער איז נאך אין ירושלים! עס איז מער נישטא קיין ירושלים! מער נישט דא קיין יהודה! נאר די רוימישע אימפעריע!“ דער אידישער בחור‘ס פנים האט זיך שוין געטוישט צו פורפל און זיין אטעם האט זיך געהערט זייער הויעך. מיט איבערמענשטליעי כוחות האט ער אבער געביסן זיינע ליפן ביז בלוט. זיינע טונקעלע אויגן האבן געברענט מיט א פייער און ער האט נישט אוועקגענומען זיין אנטשלאסענעם בליק און געקוקט גראד אין די קליינע שלעכטע אויגן פונעם דיקן, הויעכן רומי. אביגיל, די מיידל וואס איז געשטאנען גלייך נעבן בתי‘, האט געדרוקט בתי‘ס האנט מיט אירע קאלטע פינגערס. ”דאס איז נתנאל, מיין לעצט פארבליבענער ברודער....“ האט זי געפליסטערט אן א קול. אין די ענדע האט דער רשע מן הסתם נישט געקענט אויסהאלטן די שפאטישער בליק אין זיין שוואכן קרבן‘ס אויגן, און ער האט זיך באגניגענט מיטן אויסגיסן די אינהאלט פון זיין גלאז אויף נתנאל‘ס קאפ, און מיט א שטארקע שטויס אין זיין הילפלאזער אונטערטאן‘ס קערפער, אנגעהויבן אוועקשפאנען. נתנאל האט זיך געוואקעלט און כמעט געפאלן. עזרי‘ דער בחור וואס איז געשטאנען נעבן אים, האט אים קוים געכאפט און געהאלפן אראפזעצן
24 connect Toshאויף די שמוציגע פאדלאגע פונעם דעק. דער אנגעטרוקענער אנטיפארטוס‘ס שווערער קערפער האט זיך געוואקעלט פון זייט צו זייט ווי א שיפל אויף ווילדע כוואליעס. טראץ זיין מצב האט ער דערשפירט די שפאטישע בליקן פון די יונגע געפאנגעהע פון די קריג אין יהודה. ער האט אפגעשטעלט זיין אומבאלומפערטן גאנג און זיך אנגעהאלטן אין די צוים. ”הא! נארישע יונגען! איר שלאגט זיך אין אן האפענונגסלאזער קאמף! וואס קלערט איר? פארוואס האבן מיר אייך נישט אויסגעשאכטן ווי עס קומט זיך פאר אזעלכע הונט ווי אייך? פארוואס געבן מיר אייך אזוי גוט צו עסן און איר ווער נישט געפייניגט? קוקט זיך ארום וועט איר זען אז דא זענען דא זענען דא נאר אויסגעקליבענע פון די בחורים און בתולות פון אייער באזיגטע פאלק, וועלכע צייכענען זיך אויס אין שיינקייט און חכמה! די מעכטיגע רוימישע אימפעריע דארף די די אויסדערוועלטע טאלאנטן און אויסזען איר צו בויען! איר וועט הייראטן מיט די רוימישע יוגנט, און זיך אויסמישן מיט אונז צו פארשטערקערן דאס כח פון רוים! וואס קלערט איר, אז מען וועט זיך רעכענען מיט אייער נארישע עקשנות? איר יונגען און מוידן באקומען פון אונז די קארטע צו פרייהייט און לעבן, און איר וועט ווי דוטע קינדער אויספאלגן דעם פלאן, וויל אן אנדערן אויסוואל וועט בכלל נישט זיין! מיט גוטן אדער בייזן, וועט איר זיך אויסמישן מיט אונז!“ האט ער ארויסגעזידט אינעם ריכטונג פון די פארציטערטע קינדער. בתי‘ האט אנגעקוקט אביגיל און אסתר, די צוויי אחיות לצרה וועלכע זענען געשטאנען ביי אירע זייטן, צו זען צו זיי האבן אויך אויפגעכאפט די פינסטערע פלענער וואס די פאנגער האבן פאר די הונדערטער יונגע אידן, פון די בעסטע וואס ירושלים האט פארמאגט. נישט אומזיסט האט אנטיפארטוס געזאגט אז דא זענען נאר דא קלוגע קינדער; מען האט געקענט טאפן די שפאנונג און אנגסט וואס די ווערטער פונעם רשע האבן אנגעמאכט. יעדע אויער אויפן דעק האט געהערט די ווערטער; יעדעס הארץ האט געצאפעלט איבער די שווערע נסיונות וואס ווארטן אויף זיי, וואס בדרך הטבע איז נישט דא קיין וועג זיי צו אריבערטראגן. שמרי‘, א בחור מיט א בא‘חנ‘טן געשטאלט און קלוגע אויגן, האט זיך אויסגעדרייט אין ריכטונג פון חננאל. חננאל איז שוין געווען 19 יאר אלט, דער עלטסטער צווישן די אלע יונגע געפאנגענע, און מיט א קלארן דעת. ”אויב...אויב וועלן מיר זיך אריינווארפן אין ים? ווילן מיר האבן א חלק אין עולם הבא?“ ער האט נישט גערעדט זייער הויעך. ארום 800 פאר אויגן האבן אבער געקוקט אויף חננאל, די אויערן אנגעשפיצט מיט שפאנונג. ”עס שטייט אין פסוק: אמר ה‘ מבשן אשיב אשיב ממצולות ים – השי“ת האט געזאגט אז ער וועט אומקערן, צוריקגעבן זייערע נשמות, און צוריק לעבעדיג מאכן די וואס וועלן דערטראנקן ווערן אין די טיפענישן פון ים.“ האט חננאל‘ס שטילע אבער טיפע שטימע זיך דערטראגן איבער די נאסע ים לופט צו אלע עקן פונעם דעק, ווי א בת קול פון אויבן. ווי געטראגן אויף פליגלן, האט זיך אנגעזען א באאיינזאמע באוועגונג אויפן לינקן זייט פון דעק. מיטאמאל, זענען 400 נשמות טהורות, פון הייליגע אידישע טעכטער וועמען קיינער האט נישט געדארפט מוטיגן אדער ערקלערן א ווארט, ארויפגעפלויגן צו זייער באשעפער. די בלויע רואיגע כוואליעס זענען אויפגערודערט געווארן פון די פלאטשקעס. פארגאפט, האבן די בחורים נאכגעקוקט די ווייסע שוים וואס איז געווען די איינציגסטע אנדייטונג אויפן שיקזאל פון זייערע הייליגע דרייסטע שוועסטערס. און נאר פאר עטליכע סעקונדעס האבן זיי געקוקט, און דאן, האבן זיי נאכגעטון די ביישפיל פון די אידישע מיידלעך וועלכע האבן מיט זייער געפיל איבערגעשטיגן די מענערישע לאגיק און זיך געפעדערט מיט זייער מסירות נפש. און אויך איינגעשלינגען געווארן צווישן די קלארע וואסערן. זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין דורות אויף די וועלט. זיי האבן אבער יא איבערגעלאזט זייער מסירות נפש לדורות; אונטער אומשטענדן וואס האבן געצווינגען צו עובר זיין אויף הארבע זינד, אין טייכן, אינעם שארף פון שווערד, אדער פייער צינגען, האבן זייערע שוועסטער דורכאויס אלע יאן נאכגעפאלגט זייער ביישפיל און מיט די
connect Tosh 25 אייגענע ווילן זיך מקריב געווען אויף די עקידה. די זון האט געבאקן אן רחמנות, די שטראלן באקענדיג די קליינע שטיינדעלעך וואס האבן געפארעמט די וועג צום טיר. לואיס דע קארדאזעלא‘ס סאנדאלן האבן אומבאמערקט געשטופט איין גרויע שטיינדל ווען ער איז אריינגעלאפן אין הויז. אין הויז איז אויך געווען הייס, אבער די שטיינערנע ווענט האבן געבאלפן האלטן די גראד אויף א פיל באקוועמערע שטאפל ווי אין גאס. אריינפאלענדיג אינעם בענקל, האט ער געשאקעלט זיין היט מיטן ברייטן ברים אנטקעגן זיין פארשוויצטן פנים זיך צו אפקילן. ער האט אנגעשעפט א גלאז וואסער פון פאס, און לאנגזאם געטרונקען זיך צו דערפרישן. ער האט זיך אויפגעשטעלט און געזוכט זיינע עלטערן. אין הויז איז געווען שויל. אינעם עס-צימער, האט ער געזען זיין טאטן זיצן אויפן בענקל, די מינע אויפן געזיכט אנגעצויגן. ער איז שטיל ארויס פון שטוב. ער איז געווען געוואוינט צו די סארט גיסטעס ביי זיין פאטער און האט געוויסט אז עס איז פארבונדן מיט די מיסטעריעס וואס ער פילט צומאל אז זיי נעמען ארום די הויז. ”לואיס?“ ער האט זיך אויסגעדרייט צו זיין טאטן‘ס רוף. ”פון וואו קומסטו? דו ווייסט אז איך האב נישט ליב ווען דו דרייסט זיך אזוי שפעט אין די גאסן.“ דזשואן דע קארדאזעלא“ס ווערטער האבן געקלינגען מער זארג און טרויער ווי פארוואורף. נעכטן בין איך אהיימגעקומען פיל שפעטער ווי היינט, און דער פאטער האט מיר בכלל נישט אויפגעמערקט איבער דעם. אזוי מאדנע וויאזוי די געזעצן דא אין הויז פליסן אן א ספעציעלע חשבון. אדער אפשר יא? הלוואי ווען איך פארשטיי וואס עס ליגט הונטער דעם טאטן‘ס זארג און מיין מאמע‘ס מיסטריעזע פירונגען. א קינד פרעגט נישט שאלות אויף זיינע עלטערן, האט ער געוואוסט, און ער איז געווען געוואוינט צו שלונגן זיינע פראגן און זיי איגנארירן. ”טאטע, דו ווייסט וואס איך האב היינט געזען ביים מארק?“ האט ער געפרעגט, פראבירענדיג צו לייכטער מאכן די אטמאספערע מיט סתם שמועסערייען. ”קארלאס האט מיר אנגעוויזן אויף דריי הויעכע לייט, געקליידעט אין שווארצן, אז זיי זענען די ניי באשטימטע אינקוויזיטארן וואז זענען ערשט נעכטן אנגעקומען פון שפאניע צו די נייע וועלט, צו אויפשטעלן די הייליגע אינקוויזיציע פון די קירכע דא אין די קאלאניעס. האסט געדארפט זען וויאזוי די עולם רוקט זיך אין די זייט מיט אזא כבוד! זיי האבן עפעס געקויפט ביי פראנציסקא מענדעז‘ס טישל, און ער האט זיי געקושט די האנט און נישט געוואלט נעמען קיין באצאלונג. קארלאס זאגט אז זיין טאטע האלט אז דאס איז א סימן אז די נייע וועלט ווערט מער און מער אויפגעבויעט, און עס ווערט א געהעריגער טייל פון די מעכטיגע שפאנישע אימפעריע. ער האט מיר געשילדערט וויאזוי זיין טאטע דערציילט פון די אויטא-דא-פעס, ווי גאנץ מאדריד האט זיך געשפירט אזא פייערליכע אטמאספערע ווען מען האט בייגוואוינט ווי מען פארברענט די נידריגע כופרים אינעם פייער. קארלאס‘ס פאטער דון דיעגא האלט אז איז שוין העכסטע צייט צו מאכן אביסל לעבעדיג ביי אונז אויך. ער שפירט אז עס זענען זיכער דא באהאלטענע מאראנאס אויך צווישן אונז, ווייל די אידן קומען אן איבעראל... טאטע?!?!?“ ער האט אפגעהאקט זיין מאנאלאג באמערקענדיג די טרייסל און בלאסקייט וואס האט מיטאמאל ארומגענומען זיין פאטער. ”גארנישט....,,,מיין מאגן...איז עפעס נישט אין ארדענונג. ברענג מיר א גלאז וואסער.“ ווען לואיס איז ענדליך אריינגעגאנגען אין זיין אייגן צימער, האט דזשואן אראפגעלייגט זיין קאפ צווישן זיינע הענט און צוגעמאכט די מעקסיקא, ה‘ אלפים שמ“ג
26 connect Toshאויגן. זיינע שלייפן האבן געהאקט ווי גלייך א מיליאן קליינטשיגע שוסטערס האבן זיך איינקווארטירט מיט זייער ארבעטס-געצייג ביי אים אין מח. ער האט געוואוסט! ער האט אייביג געוואוסט! גראציע, זיין פרוי, זאל זי זיין געזונט, וויל נישט קוקן דעם רעאליטעט אין פנים. ער האט זיך געשלעפט א האלבע וועלט, טראץ די סכנות וואס זיי זענען אויסגעשטאנען דאן, אלס יונג פארפאלק, נאר ווייל זי האט זיך גע‘עקשנ‘ט צו אנהאלטן די אלטע פירונגען, און זיי האבן געקלערט אז אזוי ווייט פון די שפאנישע באדן אויפן איבעריען האלב-אינזל איז זיכער מער פארזיכערט. ער פארשטייט אז מען דארף קוקן דעם רעאליטעט אין פנים. יא, אוודאי איז זיעער טרויעריג אז זיי דארפן לעבן א פאלש לעבן. איז אבער דען דא א ברירה? קוק נאר ווי זיין אייגענער בן-יחיד רעדט מיט עקסטאז פון די אויטא דע פע! די זעלבע שוידערליכע ספעקטעקאל וואס האט איינגעשלונגען צווישן אירע גרויזאמע פלאמען זיין פעטער דאניעל, די מומע איזאבעלא, און זייער טאכטער קאראלינא. נאר דער יונגער פערנאנדא איז אפגעשוינט געווארן, אבער איז איבערגעבן געווארן צו א קאטוילישער מאנאסטיר וואו ער איז געבליבן פארשפארט זיין גאנץצ לעבן אלס אפגעשיידטער מאנאך... ער וויל נישט! ער וויל נישט אז דאס זאל פאסירן צו זיין אומשולדי דלואיס וואס ווייסט אפילו נאכנישט די סוד פון זיין אפשטאם! מען וועט אפשר איין מאל מצליח זיין צו דערגרייכן אן ארט מיט רעליגיעזע פרייהייט. סיי ווי איז כהיום נישטא צופיל אזעלכע אפציעס אויף די וועלט. אפשר די מוסלעמענער טערקיי, אדער די ליבעראלע האלאנד. עס איז אבער איינגעשטעלט צו רייזן! צופיל שווערגקייטן זענען פארהאן אז עס זאל קענען געשען. ווען לואיס וועט עלטער ווערן וועט מען אים דערציילן איבער זיין אידישער אידענטיטעט. אפשר וועט אין זיינע יארן בעסער ווערן די מצב? גראציא אבער, איז אזוי איינגעשפארט מיט איר מיינונג אז לעבן אן היטן די תורה איז נישט ווערט בכלל. לעצטנס טענה‘ט זי אז לואיס איז שוין גענוג ערוואקסן, אין אין זיין עלטער פון צוועלף יאר איז געקומען די צייט אים צו מיטטיילן דעם געפארפולן סוד און אים אנגרייטן פאר זיין דרייצנטן געבורטסטאג ווען ער וועט שוין זיין מחיוב און אננעמען די עול המצוות. זע נאר! די אינקוויזיציע פון זיינע קאשמארן איז שוין דא! וועט גראציא פארשטיין און איינשטימען צו צייטווייליג אויפהערן היטן שבת און כשרות? זי האט נישט. אויב עפעס, האט די פחד אז איין טאג וועט זיין צו שפעט צו אויסלערנען פאר לואיס אלעס איבער זיין מסורה, אנגעצינדן א פייער אין איר. אין קעלער, האט זי געוויזן פאר איר זון די באהאלטענע אידישע חפצים און אים אריינגעברענגט אין זיין פאלק. דזשואן האט איר געשעצט. נאר דערפאר האט איר זיין ערליכע מאמע איר אויסגעקליבן אלס כלה פאר איר זון, ווייל זי האט געוואוסט איבער איר געטריישאפט צו אידישקייט. דער אומבאשרייבליכער פחד האט אים אבער נאכגעיאגט ווי א שאטן. אויך אין שפאניע, אין די אלטע היים, איז על פי רוב אזוי געווען. די פרויען פון די אנוסים זענען געווען די וואס האבן אנגעהאלטן דעם אידישן פלאם אינדערניים. די מענער זענען געווען מער אין גאס, און זיך געדרייעט אין די געזעלשאפט. פראקטיש, איז שווערער צו האלטן אידישקייט צווישן די גוים – און אויך ווערט מען צוביסלעך באיינפלוסט פונעם קולטור פון די עכטע שפאניארדן. און אזוי איז די פלאם בסוד סודות איבערגעגעבן געווארן דורך די ערליכע מסירות נפש פרויען וואס האבן געמוטיגט זייערע מענער זיך צו האלטן אידיש, כאטש וואס צופיל מאל האבן זיי נישט געקענט עס אויספירן. און היינט, הונדערטער יארן שפעטער, גלוסט א יונגע מיידל פון א פארשטופט שטעטל אין די מעקסיקאנער פראווינצן צו דעם אמת. זי ווייסט קוים איסער די וועלט אינדרויסן, אסער אומרואיג, פארשט זי נאך צו טרעפן דעם ריכטיגן גלויבן. נאך א לאנגע אויסגעצויגענע וועג, אנגעזייעט מיט שטיינער, איז זי א נייע ברי‘. היינט איז זי חנה בת שרה. דורכאויס איר רייזע, באקענט זי זיך מיט אידישע פירונגען. הלכות און מנהגים. מאדנע! אזוי פיל
connect Tosh 27 מאל דערמאנט זי זיך וויאזוי אויך ביי איר עלטער באבע פלעגט מען זיך אנטון שיין, צינדן צוויי קליינטשיגע לעכטעלאך אין אן ערדענעם טאפ וואס מען האט באהאלטן אין א ווינקל, און עסן א פאמיליע מאלצייט. איר מאמע געדענקט אז די באבע פלעגט אנזאגן אז עסן פלייש מיט מילך ברענגט בויך ווייטאג. חזיר פלייש ברענגט אויך בויך שמערצן. די גענאלאגיע פון איר פאמיליע בוים איז געקניפט און געבונדן. נאכאמאל און נאכאמאל דורכאויס די דורות זענען די זעלבע משפחות מחותנים איינער מיט די אנדערע. זי דארף טאקע דורכגיין א גיור לשם חומרא. אבער ווען זי זוכט טיעף און די ארכיוון, ליינט זי די אטעם פארכאפענדע טראנסקריפציעס איבער איר באבע גראציא וואס האט זיך שטאלץ ערקלערט אלס געטרייע בת ישראל פאר די אינקוויזיציע טריבונאל. מיט טרערן, ליינט זי איבער די מאמע און זון וואס זענען אריינגשפרונגען אין די פלאמען מיט א שמע ישראל אויף די ליפן; דער פאטער וואס האט אויסגעהויעכט זיין נשמה דורכאויס די פייניגונגען ביים אויספארשונג.זי ליינט איבער די איינציגסטע איבערלעבערין, די קליינע צוויי יעריגע קאראליינא, וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן צו די משפחה פון זייערע קרובים,, וויבאלד אינעם קאלאניע איז נאכנישט געווען א מאנאסטיר פאר נאנעס ווי אין שפאניע. זי פארשטייט, און באגרייפט, פארוואס א דערפיש מיידל האט באשלאסן זיך אנצושליסן אין עם ישראל. די טרערן און מסירות נפש פון די באבע איז נישט פארלוירן געגאנגען. מאיר‘קע איז געשטאנען אונטערן גרויסן קעסטן בוים אין הויף. די סוכה ברעטער זענען שוין געליגן אויף די זייט, גרייט צו ווערן אריינגעטראגן אין קאמער. די גרויסע צווייגן העכער אים זענען געווען ליידיג; א פילפארביגע טעפיך פון טרוקענע בלעטער האבן זיך צוברעקלט אונטער זיינע קליינע פיס. אך, ווי מאיר‘קע האט ליב די הייליגע טעג, די פילצאליכע מצוות פונעם דערהויבענעם חודש תשרי וועלכע פולן דאך אן דאס הארץ מיט העכערע שמחה. היינט איז שוין אסרו חג. אט דער נייער מלמד גייט אט אנקומען. זיין טאטע האט געדונגען א חשובער תלמיד חכם פונעם גרויסן שטאט צו לערנען מיט זיין שארפער זונדל. ווילאנג ער איז נישט דא, קען ער שטיין אין הויף און באוראכטן די הינער וועלכע לויפן זארגלאז ארום. מאיר‘קע איז שוין בארימט אין שאץ מיט זיינע כשרונות. דאך איז ער אבער נאר זעקס יאר און האט הנאה פון די שטיקל וואקאציע וואס עס האט זיך היינט אויסגעשטעלט פאר אים. ער גייט אריין אין שטוב. עס איז שוין גאנץ קיל און גאס יעצט אין די שפעטע נאכמיטאג שעות. אפשר איז געבליבן אביסל זופ פון יום טוב, וואס האט זיך געהאלטן פריש אין קעלער, אין די מאמע וועט עס אנווארימען אויפן אויוון פאר א נארהאפטיגן נאכטמאל מיט א געשמאק פון די קוים פארגאנגענע זיסע טעג? הלוואי.... ער לויפט לוסטיג אריין אין קיך. ער הערט אבער נישט די אנגענעמע שטילע פייפן פון א טאפ וואס בלעזלט אויפן פייער. זיינע אויערן כאפן נאר אויף א ביטערליכע געוויין. ”מאמע? וואס האט פאסירט?“ דער יונגער מאיר‘קע איז דערשראקן און פארציטערט. זיין שטארקע, טויגליכע מאמע פארגיסט טרערן? וואס האט פאסירט? זיין ווייכע הערצעלע קען נישט פארנעמען די צער פון זיין מוטער. זי זיצט אויף א בענקל, א נאסע טאשטיכל אין אירע הענט, און ווישט די זידיגע טרערן. ענדליך, נאך עטליכע מינוט, וואס ער צאפלט פון פחד, הייבט זי אויף אירע רויטע געשוואלענע אויגן און קוקט אן איר ליב קינד. ”מאיר‘קע, דיין נייער מלמד האט געדארפט היינט אנקומען! און ער איז נאכנישט דא!“ שאץ, בוקאווינא ה‘ אלפים תרמ“ד כליפעט זי צווישן אירע טרערן.
28 connect Toshדאס לעכטיגע יונגעלע באטראכט זיין מאמע מיט וואונדער. ”אבער מאמע, מן הסתם האבן די גרויסע רעגנס נעכטן אנגעברענגט בלאטעס וואס פאראורזאגן אז די וועג אהער זאל זיך פארשלעפן. ער וועט זיכער אנקומען מארגן! פארוואס דארפסטו וויינען דערויף?“ קען מאיר‘קע נישט פארשטיין. זיין מאמע שטעלט זיך מיטאמאל אויף און העכערט איר שטימע. ”וואס הייסט?!? מאיר מיין טייער קינד! דו פארפאסט דאך א גאנצע טאג פון לערנען! צו ווייסטו וואס עס מיינט א טאג תורה? א גאנצער טאג אן די הייליגע תורה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! וויאזוי קען מען אראפשלינגען אזא אומגליק?“ מאיר‘קע קוקט מיט גרויסע אויגן ווי זיין מאמע וויינט און יאמערט ווייטער. ווייל ער האט היינט נישט געקענט לערנען תורה. צומארגענס איז דער מלמד אנגעקומען. מען האט זיך געזעצט פלייסיג לערנען. און קיינמאל אויפגעהערט ביז זיין לעצטן טאג. מען האט אים גערופן רבי מאיר שפירא, דער בארימטער עילו און גרונדער פון חכמי לובלין. פון די גרעסטע תלמידי חכמים ביי כלל ישראל אין זיין צייט, וועלכער האט געארבעט צו אויפהייבן דער כבוד פון די תורה און אירע לערנער צו א הויעכע שטאפל. ווער האט אין אים אריינגעלייגט אזא ליבשאפט צו די הייליגע תורה? די ירושה פון זיין מאמע, איז געווען די אהבת התורה וואס איז געפלאסן אין אירע אדערן. ””מזל טוב!!! מזל טוב רבי יצחק! זאלסט טאקע זען פיל נחת פונעם בר-מצוה בחור און דיינע אלע קינדער“ די געסט האבן זיך מחי‘ געווען מיט די שנאפס און לעקאך. אויסער די געווענליכע גרויסע צאל פון פליטים וואס האבן פשוט איבערגענומען דעם הויז, זענען אלע ארטאדאקסישע אידן פון די קליינע קהילה אין שטאט אריבערגעקומען אנווינטשען צו די בר מצוה פון די שטערנבוך‘ס זון וואס איז געפראוועט געווארן דעם שבת. די שטערנבוך משפחה איז געווען פון די מערסטע אקטיווע מיטגעלידער אין די געמיינדע, און יעדער האט געשפירט אלס פליכט זיך צו מיטפרייען אין זייער שמחה. אויך פרויען האבן זיך אנגעשטרענגט צו צוגיין צו די בעלת שמחה זיך צו מיטפרייען אינעם טאג פון די בר מצוה. רעכא שטערנבוך, אן ערליכע פרוי און טאכטער פון הרב ראטטענבערג, דער רב פון אנטווערפן, איז מן הסתם געווען די סאמע פרומסטע ווייבל אין שטאט און האט געצויגן די רעספעקט פון די אנדערע. ווי גרויס איז געווען זייער שטוינונג ווען די מי איז געווען אומזינסט. די מאמע פונעם בר מצוה בחור, וואס איז צו דעם אויך געבענטשט מיט נאך עטליכע יונגע קינדערלעך, איז פשוט נישט דא צו געפינען. ווי איז דען געהערט געוארן אזאנס? וועלכע אידישע מאמע אנטלויפט אנשטאט צו מיטהאלטן איר קינד‘ס גרויסן טאג ווען ער גייט אריין לעול המצוות? אויף רעכא שטערנבוך פרעגט מען נישט קיין קשיות. זי איז די פרוי, א מאמע פארפארעט מיט קליינע אינדערהיים, וואס האט פאר יארן אויפגעמאכט איר שטוב פאר פליטים פון דייטשלאנד. די געסט האבן געקלערט אז זיי זענען אין א האטעל. וועלכע פריוואטע מענטש גיבט אינגאנצן איבער יעדעס ווינקל אין הויז פאר אנדערע? אין תרצ“ח, האט זי אין אכט גענומען אז די פלוס פון אידישע אנטלפענע האט זיך אפגעשטעלט, און נישט ווייל די אידן האבן נישט געוואלט גיין. שווייץ האט נאך מער פארזיגעלט אירע טויערן, און דייטשלאנד האט נאך שווערער געמאכט דאס ארויסגיין. וואס וואלטן רוב מענטשן געטון? אפשר סט. גאלען, שווייץ ה‘ אלפים תש“ג
connect Tosh 29 פראבירט שתדל‘ען, געזאגט א קאפיטעל תהילים, און טרויעריג געקרעכצט. רעכא שטערנבוך איז אבער נישט געווען פון די ”רוב מענטשן“. פילע לאנגע נעכט, מיט אירע קליינע אינדערהיים מיט איר מאן, האט זי פארבראכט אין קאלטע פינסטערע וועלדער ביים שווייץ-דייטשעער גרעניץ. פחד איז נישט געווען א ווארט אין איר לעקסיקאן. זי איז געשטאנען דארט און געהאלפן ארויסשמוגלען אידן צו פרייהייט און שווייץ. ווען מען האט איר געכאפט )ליידער נאך א מסירה פון ’אידישע‘ וועלכע האבן נידשט נאר נישוט געהאלפן נאר אויך נישט אויסגעהאלטן אז מען ברעכט דעם געזעץ מיטן אריינשווערצן אומלעגאלע אימיגראנטן( און זי איז געזעסן אין טורמע. זי האט שטאלץ מודה געווען אין אירע אקטיוויטעטן, דערקלערנדיג דאס אלס איר מאראלישער פליכט וואס שטייט העכער פון סיי וועלכע געזעצן. קיין ווארט, האבן אבער די ענדלאזע אויספארשונגען נישט מצליח געווען צו ארויסבאקומען איבער אירע מיטהעלפער. נאך א ביטערע תקופה, ווען רעכא איז שוין געווען פיזיש אפגעשוואכט, א יונגע מאמע שמאכטענדיג אין א צעל, איז זי פרייגעשפראכן דורכן ריכטער צוליב א מאנגל אין באווייזן. נאך זיין אורטייל, האט דער גראדער און שטרענגער שווייצער שופט געבעטן צו רעדן צו רעכא צווישן פיר אויגן. ”איך וויל אויך א חלק אין דיינע הצלה אקטיוויטעטן.“ האט ער דערקלערט. אפילו א שווייצער געזעץ-היטער האט נישט געקענט בלייבן גלייכגילטיג אנטקעגן די מסירת נפש און ברען פון רעכא. יעצט, אינעם שבת פון איז זון,ס בר מצוה, עטליכע יאר נאך אירע מיטמאכענישן, איז רעכא ווידער אויף איינס פון אירע מיסיעס. עס גייט נישט פארביי א טאג, אן דעם וואס זי זאל זיין פארנומען מיט די אומשולדיגע אידן און די נאצי אקופירטע לענדער. שיקן דעפעשעס צו אלארמירן די פרייע וועלט, ראטעווען א איד ביים גרעניץ, שיקן געלט....עס זעט אויס ווי רוב פון די וועלט דרימעלט בשעת מיליאנען קרבנות פאלן. רעכא אבער, האט שוין לאנג נישט געפילט וואס עס מיינט צו שלאפן א גאנצע נאכט. דעם שבת פון די שמחה, געפונט זי זיך אויף א באן וואס פארט מיט א שנעלקייט צו די ווישי )א נאצי פאפעט רעגירונג( טייל פון פראנקרייך. ווי נאר זי האט באקומען די ידיעה אז אידן זענען דארט היינט אין א געפאר, האט זי פארגעסן פון אלעם, און זיך ארויסגעלאזט ממיט דרייסטקייט זיי צו ראטעווען פונעם פיסק פון לייב. זי איז אנגעקומען אהיים שוין נאך שבת. די שמחה איז געפראוועט געווארן אין די מאמע‘ס אפוועזנהייט. זי האט אבער געברענגט פאר איר זון א בר מצוה מתנה וואס קיין איין מאמע קעו נישט באווייזן: פארמאטערט, פארבלאטיגט, און צושליסן – אבער פריי און לעבעדיג זענען זיי אנגעקומען צו די שטערנבוך היים, די גרופע פון אידישע נפשות וועמען,ס לעבנס רעכא האט געראטעוועט. די קאלטע ווינט האט צובלאזן זיין דינע כאלאטל, אבער שלום האט די פראסט נישט געשטערט. די הימל איז געווען גרוי אין דעם ווינטער טאג, און אויך די ריזיגע גרינע מיסט קאסטנס, מיט די גערוכן וואס האבן זיך דערטראגן פון זיי, הונטער וועלכע ער איז געשטאנען האבן נישט צוגעגעבן צו זיין מוט. ער האט געפילט א קאלטער טראפ ווען די וואלקענעס האבן געטרערט העכער זיין קאפ. ער, איז א שטארקער און גרויסער בחור. פארוואס דאן גלוסט זיך אים אויך צו מיטוויינען מיט די הימלען? עס גייט מיר בכלל נישט אן וואס דוד טראכט אויף מיר!!! עכט נישט!!! נו, וויל ער מער נישט ניו יארק, ה‘ אלפים תשפ“א
30 connect Toshזיין מיין חברותא, דער בעל גאוה. האלט זיך פאר א פיינער בחור, און דרייט זיך ארום מיט די קאפ ארויף. אוודאי, פארוואס זאל ער לערנען מיט דער נאר שלום, מיטן פארשטאפטן קאפ? עס פאסט אים נישט בכלל. איך גיי בשום אין אופן נישט גיין צום משגיח זיך בעטן א נייער חברותא, ווי א נעבאך און רחמנות. פארוואס זאל איך יא? אז ער זאל מיר אזוי אנקוקן, און ערקלערן אז די סיבה פארוואס דער צדיק דוד האט געמוזט אויפהערן לערנען מיט מיר, איז פשוט ווייל איך האב צופיל מאל אנגעקומען זייער שפעט צום סדר, פיר מאל זיך געגאנגען מאכן א קאווע אינמיטן, און יעדעס מאל זיך אויך פארשמועסט מיט אנדערע בחורים וועלכע בטל‘ן די צייט? עס האט אים וויי געטון, און דאך האט ער מיט פינסטערע הנאה געקראצט דעם אפענעם וואונד און געלאזט זיינע מחשבות אריינקריכן טיפער און טיפער אינעם אפגרונד פון יאוש און ביטערניש. אינעווייניג אינעם בנין הישיבה, האבן די בחורים, רוב פון זיי הונגעריג אבער פול מיט סיפוק, צוביסלעך אנגעפילט דעם עס-זאל. נאר שלום איז געשטאנען אינדרויסן אינעם אייזיגן רעגן, מיט זיין מח און געפילן אויך צוביסלעך פארוואנדעלט אין א שטיק אייז. ”העי, וואטוציך?“ א האנט האט געלאנדעט אויפן נאסן כאלאט אקסל מיט א קראפט וואס האט באוויזן צו אויפוועקן שלום און אים צוטרייסלען. שמואל נפתלי, דער אפיציעלער ליידיגייער פון ישיבה האט געשמייכעלט צו אים. שלום האט זיך געטראפן צוריקשמייכלען. ”כ‘האב סתם עפעס געזוכט דא, ווייסט דאך, וואטעווער, דא איז א גוטע פלאץ צו באהאלטן אומלעגאלע סחורה....עניוועי, וואס טוסטו דא? האלא! דו ביסט א סנאומען אז דן פילסט נישט די האגל און רעגן?“ ער האט זיך צולאכט פון זיין אייגענע חכמה. ”אדער באהאלסטו דא דיינע אוצרות אין יענעם ווינקל? כ‘האב טאקע אייביג געטראכט אז דו ביסט א גוטער חברהמאן!“ האט ער געווינקען מיט זיין אויג צו שלום. ”סאו קומסט אריין? ווייסטיך היינט אז ראש חודש, און עס איז דא עגפלענט פארמעדזשאן, פון די איינציגע מאכלים צו וואס דער אלטער קעכער טויג....“ פארפרוירן אינעווייניג און אינדרויסן, האט שלום אים נאכגעגאנגען ווי אן אויטאמאט. אפשר בין איך טאקע א שניי מענטש.... שמואל נפתלי האט זיך אזוי גוט-ברודעריש אראפגעזעצט נעבן אים, און געפלוידערט איבער די לעצטע באל געים )ער איז א מעטס וואס מיינט דאס פען( ווי מען קען קויפן די בעסטע פרישטאג סענדוויטש און וויאזוי מען קען זיך ארויסגליטשען פון ישיבה עס צו קויפן אן באמערקט ווערן, און נאך אזעלכע סארט נושאים. פון ווען ער געדענקט זיך )און מיט זיין צופלויגענקייט פארגעסט ער גראדע שנעל( האט שלום זיך געפלאגט צו קאנצענטרירן. ווען די מח פליעט אין האנאלולו ביים פארלערנען און זיצן אפילו צוואנציג מינוט אין א צי איז א ביטערע עבודה, איז שווער צו מצליח זיין. כאטש וואס ער האט זיך געפלאגט מיטן מיטהאלטן דעם לערנען, האט ער אבער שווער געארבעט צו בלייבן א פיין בחור מיט זיין התנהגות און זיך דרייען מיט די וואוילע בחורים. היינט האט ער אבער באקומען א פאטש פון די זייט וואו ער שטרעבט אנצוקומען. און שמואל נפתלי האט אים געמאכט פילן קלוג און וויכטיג. אפשר איז ער אפילו נישט אזוי שלעכט אלס חבר?“ אויב איז ער נישט מצליח צווישן די גוטע, מעגליך איז זיין פלאץ ביי די חברה וואס זייער ציל איז צו קראכן א לעבן און איבערקלוגן די תקנות הישיבה? כאטש יעצט, שפירט ער נישט נאכאמאל דעם ביטערן טעם ווי ווען דוד האט אים אזוי איידל געזאגט אז אזוי ווי עס ארבעט זיך נישט אויס, וועט ער אנהייבן לערנען מיט נחמן. ווען שלום איז אויפגעשטאנען דעם נעקסטן אינדערפרי האט ער געפילט אויסגעליידיגט. פארוואס זאל ער זיך שטופן צו ארויסקומען פון בעט? ווען נישט דער וועקער רודפ‘ט אים, וואלט ער געבליבן מיטן דאכענע העכערן קאפ אין דארמיטארי, ביז ביינאכט. ער האט געמישט די אייערשפייז אין טעלער אן אפעטיט. וואס וועט ער טון דורכן טאג? פארמיטאג סדר פלעגט ער לערנען בחברותא מיט דוד, און נאכמיטאג איז ער שוין לאנג נישט מסודר. ווי לאנג קען ער זיך דרייען און שטופן די צייט? וואס זוכט בכלל א בחור ווי אים, וואס דארף זיך אזוי אנשטרענגן צו האלטן זיין מח אויף
connect Tosh 31 די סוגיא, אין ישיבה? שמואל נפתלי האט זיך נאטורליך אראפגעזעצט נעבן אים, שלינגענדיג די פוטער ברויט מיט אן אומבאהאלטענעם אפעטיט. שלום האט זיך געטראפן צוהערן צו זיינע דערציילונגען פארגאפט. ”דערצייל נישט פאר קיינעם! אבער דיר טראסט איך. מיר גייען היינט צווייע צייט זיך ארויסכאפן פון ישיבה. איך, בערי, און שלמה. זיי ערלויבן דיר צו מיטקומען ווייל איך האלט אז דו ביסט א חברה מאן איינס אין דער וועלט! סאיז דא עפעס א פארק וואו מען קען פארברענגן רואיג, ס‘איז ליידיג אינמיטן טאג. בערי האט א אייפאון, זאג נישט פאר קיינעם, און ער האט עפעס א מוראדיג אינטערעסאנטע זאך צו ווייזן.“ ער קוקט אן שלום מיט א גלאנץ אין זיינע קליינע גרינע אויגן. דאס וועט מיר עכט העלפן מיטן אריבערפירן דעם לאנגן ליידיגן טאג. איז די ערשטע מחשבה צו דורכלויפן שלום אין קאפ. נאר די נעקסטע רגע כאפט ער וויפיל רויטע ליניעס זיין שמייכלדיגער ’חבר‘ וויל אים מאכן איבערטרעטן אין איין טאג. ”שכח, כ‘וועל באלד זען אויב איך קום, קעי?“ ענטפערט ער, קוקענדיג צו זיין טעלער אז נפתלי שמואל זאל נישט זען זיין צומישעניש. ”זיי נישט קיין בעיבי! לערן דיר אויס צו זיין פעסט!“ ווארפט נפתלי שמואל צו נאך עטליכע פערל ווערטער איידער ער גייט אוועק. די עס זאל ווערט צוביסלעך ליידיג. די פלייסיגע בחורים זיצן שוין ביי די גמרא. אנדערע שמועסן נאך אין קופקעס. שלום זיצט אליין ביי דעם טיש, זיין געזיכט ליידיג פון אויסדרוק. ער קען נישט אריינגיין נאכאמאל לערנען אליין, ער פילט ווי א מצורע זיצענדיג ביים עק פון היכל. די אפפער וואס ער האט באקומען ציעט אים און רייצט אים אן מיט פילפארביגע קאלירן. איך בין שוין סיי ווי פארפאלן! א תלמיד חכם וועל איך שוין נישט זיין! לאמיר כאטש אביסל הנאה האבן פונעם לעבן! אבער...וואס וועט זיין מיט מאמי? וויאזוי קען איך עס טון צו איר? אזוי גרויזאם צוקראכן דעם באלאן פון ’מיין תלמיד חכם‘ ווי זי רופט מיר שוין פאר יארן? וואס בין איך שולדיג? איך קען נישט, מאמי, זאגט ער איר אין געדאנק. איך קען נישט זיין א תלמיד חכם! איך וויל כאטש אביסל לעבן? אביסל לעבן? דו ביסט נישט אזוי נאריש, שלום! דו ווייסט אז אזוי הייבט זיך אן די וועג אראפ. וואס זארל איך טון? איך בין צו שוואך צו קעמפן! אבער מאמי.... מאמי וואס וויינט יעדע וואך ביי ליכט צינדן ביי זכנו לגדיל בנים ובני בנים....אוהבי ה‘, ירא אלקים.... מאמי וואס באקט ספעציעל קיפעלעך צו מיטנעמען אין ישיבה – פאר איר תלמיד חכם. מאמי, וואס האט מיר אזוי ליב – און האט אזוי ליב דעם אייבערשטן. זי וועט נישט אויסהאלטן אז איר שלום פירט זיך נישט ווי מען דארף. איך האב איין טאג געהערט ווי זי זאגט והערב נא – זי פארגיסט אזויפיל טרערן. און דא, זאל איך איר אזוי אנטוישן? עס איז מיר צו שווער....נאר נפתלי שמואל גיבט מיר דעם גוטן געפיל יעצט. אויב גיי איך נישט מיט מיט אים, וועל איך ווידעראמאל שפירן נעבעכדיג. אבער מאמי.... אין עס זאל איז שוין טונקל. דער רייניגער רוימט אראפ פון די טישן. נאר ווען ער בורטשעט עפעס אין ריכטונג פון דעם מאדנעם בחור וועמען,ס אויגן זענען פארגלאצט אויף א פינטל אויפן וואנט, שטעלט זיך שלום לאנגזאם אויף. אין אים, שלאגן זיך די יצר הרע מיטן יצר טוב. אבער די יצר טוב האט א שטארקע וואפן צו זיין זייט: א אידישע מאמע. ער גייט שטאעטליך, עס איז אים ביטער שווער. ער ווייסט אס ער קען יעצט כאפן נאך א פאטש. ער גייט אבער צו צום משגיח, בעטן פאר א נייער חברותא. ער מוז עס טון פאר זיין מאמע.
! re o t s r u o f o k o o l w e n - l l a e h t g n i c u d ro t n I r u o s t n e s re p re y l n o ot n n g i s e d w e n e Th a n i s r e h s u o s l a t u b n o i t ova n n i o t t n e m t i m m o c n a r ove c s i d l l ' u Yo . p o h s d ove l e b r u o r fo ra e w e n d n a s d n ra b y t i l a u q - h g i h f o n o i t c e l e s d e d ra g p u ve ' e W . e t s a t g n i n r e c s i d r u o y o t r e t a c t a h t s m e t i r e h t r u f p e t s a e c n e l l e exc o t t n e m t i m m o c r u o n ke a t y r eve t a h t re u s n e o t s e c i v r e s r u o g n i c n a h n e y b .experience shopping elevated more a is visit , y r o t s r u o n i r e pt a h c w e n e h t f o t r a p a e b , e m o C !Welcome לכבוד חנוכה %8 OFF sets linen ⋅ tablecloth headwear ⋅ towels ⋅ diffusers ideas gift ⋅ decor home e d ewi r o st בס״ד 10-8 night Thurs: new 30:5-11. Thurs- Mon 30:5-12. Sun: Hours Winter purchase your with available wrapping gift
Luxury .Redefined flffifflfffi
Kindle ,Health !Happiness Ignite com.schonsnatural@orders 6360.418.514 Viateur Saint 1004 00:1- 00:11: Fri 00:6- 00:11: Thu- Mon 00:6- 00:12: Sun Tosh, Luc St Cote, Westbury, Vimy De, Outremont: to delivery Daily
ניסא פרסומי making to committed re'we, Mortgage FirstChoice At dream a to path your Illuminate. happen miracles .prosperity and joy you Wishing. Chanukah this home
און 3636-430-450 ממלכת חנוכה מתנות פראגראם! יעדע ארדער* וואס איר קויפט און ממלכת באקומט איר א סקרעטש קארטל ווי איר וועט אטאמאטיש געווינען הערליכע ווערטפולע מתנות )טויס. סידיס. טשאקאלאד געלט. דריידלעך. ארטס & קרעפטס. איזי & דיזי קארטלעך. הערליכע מנורות. אדער שיינע דיסקאונט'ס( יעדע קארטל איז א געווינער! פראגראם אנגעהויבן פון א' וישב ביז זאת חנוכה יעדער איז א געווינער בס"ד 25 $purchase. min *חנוכה וועלן מיר זיין פארשפארט פון 00:5 ביז 30:7
!!!OUT MISS T’DON WEARE MOVING Agrandnewshopping !!experienceawatingyou 9828-276-514, 401 SUITE, AVE CASGRAIN 5425 TOSH from in come to worth s’It
CLEARANCE !!!OUT MISS T’DON !!CHANCE LAST WAREHOUSE ENTIRE !!OUT CLEARING RACKS$ 20, 15, $10, $5$ !ONLY WEEK ONE 9828-276-514, 401 SUITE, AVE CASGRAIN 5425 TOSH from in come to worth s’It
!Chanuka Your UP LIGHT PC 100 DELUXE 119$ Special Chanuka CA.LASOVA !DOOR YOUR TO IT BRINGS 0523.536.514. T .ORDER YOUR PLACE TO AHEAD HOURS 2/1 2 CALL PLEASE | PM 00:6 & PM 00:12: DAILY TWICE TOSH TO DELIVERY 2178.501.514 Kool 145. $REG
42 connect Toshאיך האב געהערט דעם טעלעפאן קלונג ביז מיין צימער, אבער איך האב זיך נישט געאיילט צו זיין די וואס ענטפערט. נישט אז איך בין געווען אזוי ספעציעל פארנומען, אבער די בילדער האבן מיר מער געצויגן. אין אמת‘ן האב איך זיך שוין אביסל געשעמט פון מיר אליין. איך פלעג אייביג לאכן פון די סארט כלות – און דא קוק איך שוין צום וויפילטן מאל איבער די ביך פון מיין תנאים. איך בין אוודאי געווען זייער פרייליך, אבער א טייל פון מיר האט זיך געדארפט נאכאמאל איבערצייגן אז דאס איז עכט, און זען די באווייזן נאכאמאל. צו קען עס זיין אמת? וויאזוי לייגט זיך עס אויפן שכל, אז איך, די קליינע חי‘ רבקי, איז אן עכטע כלה, און גיי אי“ה אין א האלבע יאר ארום אויפשטעלן אן אייגן שטוב? לויטן לאגישן חשבון, איז עס נישט מער ווי נארמאל: איך בין שוין ניינצן יאר, א זייער דורכשניטליכער עלטער ביי אונזער היימישער עולם צו הייראטן. זייער פיל פון מיינע חבר‘טעס זענען שוין כלות אדער פרישע ווייבלעך. דאך, האב איך געשפירט מאדנע, ווי עס איז עפעס א שפיל וואו מען האט מיר אויסגעקליבן אלס אקטיאר. איך האב פראבירט דאס בעסטע צו ערפילן מיין ראלע בשלימות: שמייכלען, אנעמען ווינשטען, און זיין פרייליך. און דאך האב איך זיך צופיל מאל געטראפן מיט די אלבום פון די שמחת התנאים דריי וואכן פריער, צו נאכאמאל עס זען און שפירן: יא, איך בין עכט א כלה געווארן... די טיר פון צימער האט זיך אויפגעמאכט און איך האב שנעל אריינגעווארפן די בילדער אין מיין לעדל...נאר דאס פעלט מיר אויס, מען זאל מיר נאכאמאל טרעפן מיטן אלבום אין האנט. מיין יונגערע שוועסטער רחי איז
connect Tosh 43 אריינגעקומען מיט די קארדלעס אין האנט. ”איך האב עס געמאכט אויף מיוט, אז מען זאל נישט הערן וואס מיר רעדן דא. מען וויל רעדן צו דיר. דיין מחותנת‘סטע!“ מיין פנים האט זיך פאררויטעלט און מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. די חתן‘ס מאמע! ”יא, א גוטן, דא רעדט חי‘ רבקי.“ מיט מיין האנט האב איך געווינקען פאר מיין נייגעריגע שוועסטער צו ארויסגיין. גענוג אז איך דארף יעצט שפילן ווי די קלוגסטע, איידעלסטע, און מערסטע כאריזמאטישע מיידל אין די וועלט פאר מיין צוקונפטיגע שוויגער. איך דארף נישט נאך א צוקוקער זאל זיך אונטערהאלטן! מיין חתן‘ס מאמע איז שוין געווען אביסל מער ערפארן ווי מיר. זי האט שוין אונטערגעפירט פיר פון דעם חתן‘ס עלטערע געשוויסטער אונטער די חופה, ברוך השם, און נאכן רעדן מיט איר פאר מינוט האבן מיינע הארץ קלאפענישן זיך נארמאליזירט. ”חי רבקי? נעקסטע וואך מיטוואך, מיטאג צייט ביסטו פארנומען? מיר ווילן מאכן א חנוכה מסיבה לכבוד אונזער חשוב‘ע כלה.“ איז זי צוגעגאנגען צו די סיבה פארן מיך אנרופן. ”ביז דערווייל זעט אונז אויס אז דאס איז די טאג ווען חני, מלכי, שרה פייגא, און מירי קענען זיך אלע באטייליגן. אזוי ווי דו ביסט דאך די אורח הכבוד, וויל איך הערן וואס דו זאגסט צו דעם דאטום.“ אוי, ס‘איז מיר גוט! נאך אן עול אויפן קאפ! אבער למעשה...איז עס א שיינע זאך און נאך אלעמען וויל איך זיך נענטער באקענען מיט מיין נייע משפחה, כאטש איך בין נאטורליך שעמענדיג. ”העלא?“ אוי! וואס טראכט די מחותנת‘טע אויף די כלה וואס איז שטום געווארן אנשטאט צו ענטפערן.
”אזוי שיין! איך ווארט שוין זייער צו פארברענגן מיט יעדן! מיטוואך איז פונקט גוט.“ וואס נאך קומט צו רעאגירן? אה... ”איך קען עפעס ברענגן פאר די מסיבה? עפעס מאכן? א טשיזקעיק???“ ”נעה, עס פעלט עכט נישט אויס! דו ביסט אונזער גאסט!“ האט זי פארזיכערט. ”איך וויל אויך פילן ווי א חלק פון די משפחה, עס וועט מיר דערפרייען צו אנגרייטן עפעס.“ האב איך זיך געהערט זאגן. איך האב געשפירט ווי די מחותנת‘טע קווענקלט, און שוין חרטה געהאט פארן אפפערן. אפשר איז עס נישט פאסיג פאר א כלה צו זיך אנטראגן צו ברענגן? וואס פארשטיי איך אין די סארט ענינים? ”ווייסט וואס, נאר אויב עס איז עכט נישט צו שווער, קענסטו אנגרייטן עפעס א גרינגע סאלאט. איך בעט דיר, די פשוט‘סטע שיסל! איך מאך נישט פענסי בכלל.“ ”גוט, יישר כח! מיר וועלן זיך זען אי“ה נעקסטע וואך!“ איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן אסאך אנגעצויגן און אויך פול מיט ערווארטונג. צוויי נעכט שפעטער האט מען די ערשטע מאל געצינדען די מנורה יענעם יאר. מיינע טעג האבן זיך ארומגעדרייעט ארום חנוכה, כ‘מיין צו זאגן די גרויסארטיגע מחותנים חנוכה פארטי. די סאלאט קען איך טאקע נישט מאכן ביז מיטוואך. דאך זאלט איר מיר גלייבן אז איך האב מיר ערנסט אריינגעלייגט אין די הכנות. איר ווייסט ווילאנג עס נעמט צו נאכאמאל און נאכאמאל דורכזיפן די שאפעס צו טרעפן א פאסיג מלבוש פאר א כלה וואס איז די עהרן-גאסט פון א מסיבה? טראץ די העפטיגע זוך אקציע, האב איך נישט מצליח געווען צו געפינען דעם אוצר ביי זיך אין שטוב. די אפעראציע האט זיך פארברייטערט צו די געשעפטן. מיין מאמע און מיין עלטערע שוועסטער ביילא האבן זיך געמוזט אנשלוסן אין די דרינגענדע מיסיע ענדליך, האט מען געטראפן די סוועטער וואס איך האב געשפירט איז גענוג אז איך זאל איר נוצן ביי די פארטי. עלעגאנט אבער פשוט, איידל אבער הערליך.... מיין מאמע האט זיך געביסן אירע ליפן, אז זי זאל זיך נישט פאררעדן אז עס זעט אויס גאר ענליך צו די וואס איך האב שוין יארן אינדערהיים. ברוך השם אז מען קען אפאטעמען. איך האב געקויפט א שיינע גלאזערנע שיסל וואס זאל דינען אלס מתנה פאר מיינע חשוב‘ע גאסטגעבער )מיין שוויגער האט מיר טאקע געהאט אנגעזאגט אז זי וויל פשוט, אבער איך האב עס געטראפן פאר א גוטע פרייז און זיך נישט געקענט צוריקהאלטן(., און די סאלאט האב איך אנגעגרייט באלד מיטוואך אינדערפרי אין א גרויסען האלטער אינעם פרידזשידער. עס איז שוין געליגן אינעם פלעסטיק, זעקל גרייט צו ווערן ארויפגעטראגן על שולחן מלכים. די צוואנציגסטע מאל וואס איך האב זיך געקוקט אין שפיגל, האב איך שוין כמעט געהערט ווי זי פראטעסטירט: וויפיל איז די שיעור צו זען דעם זעלבן מענטש אין איין האלבע שעה?!? פארוואס מיינסטו אז דיין אויסזען האט זיך געטוישט זינט די לעצטע מאל וואס דו האסט זיך באטראכט צוויי מינוט צוריק? וואס פארשטייט דען א דומם, א שפיגל וואס אויסער איר גלאנץ פארמאגט זי גארנישט, צו א כלה וואס וויל אזוי איבערלאזן דעם בעסטן איינדרוק אויף איר נייע פאמיליע. ”חי רבקי, איך מיין דו טרייבסט איבער. זיי זענען סתם נארמאלע פיינע מענטשן און נישט עפעס א קעניגליכע משפחה וואס 44 connect Tosh
וועט דיר אזוי באטראכטן. שמייכל נאר און זיי זיך זעלבסט, און יעדער וועט זיין מער ווי צופרידן!“ האט מיין מאמע מיר שוין ווייעך פארגעהאלטן זענדיג מיינע הכנות. עס איז געווען א גאנץ ווארעמער אנהייב ווינטער טאג, און איך האב געפלאנט צו גיין מיט די פיס, אויף די פופצן מינוטיגע וועג ביז די הויז ווי די מחותנים וואוינען. עס איז שוין געווארן היבש שפעט. איך האב טאקע נישט געוואלט אנקומען צו פרי, אבער איך האב אויך נישט געוואלט זיך אנמאכן א רעפוטאציע אלס פארשלעפטע. שנעל אויפמאכענדיג דעם פרידזשידער, האב איך גלייך געזען דעם זעקל וואו עס איז געליגן די גרויסע האלטער מיטן דעקל. אין די רעכטע האנט האב איך געהאלטן דעם שיינעם גלאזערנעם שיסל, אין די לינקע די האלטער מיטן סאלאט, און צוגעיאגט מיינע טריט. ”א גוטן טאג מאמי!“ מיין מאמע האט מיר באגלייט צום טיר. ”האב הנאה! גיי געזונטערהייט!“ איך האב געשפאנט מיט שנעלע צוועקפולע טריט. איך האב מיר ערלויבט צו נאכלאזן מיין אנגסט און זיך שפירן אביסל גוט. איך מיין אז איך זעה אויס גאנץ לייטיש אנגעטון, איך ברענג א שיינע מתנה, איך וועל אביסל רעדן, און אהיימגיין פרייליך... וואס קען שוין גיין שלעכט? ”אה חי רבקי! יעדער ווארט אויף דיר!“ ”קום אריין!“ א געזעמל פון פריינטליכע שוועגערינס האבן מיר פריינטליך באגריסט ביים אריינקומען. איך בין אריין אין עס צימער און קאמפלימענטירט דעם הערליך געגרייטן טיש. ”אה, טאקע איך האב געלאזט פלאץ אויפן טיש נעבן די טרונקען, פאר דיין סאלאט.“ האט מיר מיין מחותנסטע צוגעוויזן. ”דאס איז א מתנה.“ האב איך געוויזן אויפן שיסל. מיין שוויגער האט מיר פארזיכערט אז עס האט נישט אויסגעפעלט, באדאנקט און אויסגעלויבט. איך האב אראפגעלייגט דעם שיסל אויפן אנגעוויזענעם ארט און ארויסגענומען די האלטער פונעם זעקל. איך האב אראפגענומען דעם דעקל און געוואלט אריינשיטן די סאלאט אינעם שיינעם שיסל. דער חתן‘ס מאמע מיט זיינע געשוויסטער זענען אלע געשטאנען ארום דעם טיש, אבער איך האב נישט געקענט איינהאלטן דעם קוויטש. אנשטאט דעם שיינעם סאלאט מיט גרינע לעטוס, קליינע רויטע טאמאטן, און נאך, האב איך זיך צוריקגעצויגן אין שאק, דערזענדיג.... רויע פלייש פערטלעך וואס האבן זיך געווייקט אין וואסער. וועק מיר אויף פון דעם בייזן חלום! ווער האט אריינגעלייגט א כישוף אין מיין שיינעם צושפייז? עס איז נישט געווען מעגליך צו באהאלטן דעם מאדנעם פאנטשער, און אויך נישט די פארשעמטע כלה מיט די טונקל רויטע פנים וואס ברענגט א שיינע מתנה פון אומגעקאכטע פלייש )ביי א מילכיגע מסיבה...( אין די ערשטע מינוט האט געהערשט א שטילקייט ווען קיינער האט נישט געוויסט וואס די ריכטיגע רעאקציע דארף זיין. די געטרייע מחותנ‘סטע האט פראבירט צו טרעפן די פאסיגע ווערטער צו אויפלאזן די פלוצלונג פארפרוירענע אטמאספערע.. connect Tosh 45
איך האב געמיינט אז איך גיי אויס פון בושה און געזוכט א לאך זיך צו באגראבן לעבעדיג. וויאזוי באשעפער אין הימל האט דאס פאסירט? פלוצלינג האב איך באגריפן די איראניע פון די מאדנע סיטואציע. נאך אלע הכנות און זארגן, אלעס צו מאכן דעם סאמע בעסטן איינדרוק, שטיי איך דא אלס כלה וואס פארשפרעכט צו ברענגן א שיינע סאלאט, און פאקט אויס – זייער אומאפעטיטליכע רויע פלייש, ווי זי וואלט געברענגט א באשטעלונגפונעםבוטשער. פוןאלעמיינע זארגו האב איך זיך נישט פארגעשטעלט צו דאגה‘נען אויף אזא אינטערעסאנטע, אומרעאליסטישע סצענע. איך האב פאר‘גנב‘טערהייט געכאפט א בליקאויף מייןחתן‘ס משפחה‘ס געזיכטער. עטליכע האבן זיך געביסן די ליפן צו פארמיידן די געלעכטער זיך ארויסצוכאפן, אנדערע האבן אוועקגעקוקט שפירענדיג אומבאקוועם... איך דארף זיך מער נישט זארגן וואס זיי טראכטן אויף מיר, ווייל איך בין שוין איבערגעשטיגן זייער ערגסטע פאנטאזיעס. און אנשטאט די געשאנק זאל מיר מאכן וויינען, האב איך אויסגעשאסן אין א באפרייטער געלעכטער. ביז א מינוט האט יעדער אינעם עס צימער, פון די ערנסטע מאמעס ביז די לוסטיגע מיידלעך, אפילו די שנור שרה פייגא, א-צו-ערנסטע לויט מיין מיינונג הויעך שול לערערין, זיך ממש געווארפן פון געלעכטער. טרערן זענען גערינען פון די אויגן און מען האט ממש נישט געקענט אטעמען. זעט אויס אז זיי האבן אויך געהאט א דרוק זיך צו צושטעלן אויפן שענסטן אופן פאר די נייע כלה, און דא הייבט זיך די מסיבה אן אויף אזא וועג.... איינער האט געקלינגען ביים טיר, און מיין יונגע שוועגערין חמי האט זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען. ”דיין מאמע!“ האט זי מיר געמאלדן מיט א מאדנע בליק. פארוואס אין די וועלט איז זי יעצט געקומען דא? ”מאמי?“ איך בין צוגעגאנגען צו איר מיט פראגע צייכענס אויף מיין פנים. זי האט מיר אנגעקוקט מיט א האלבע שמייכל. און אויסגעשטרעקט אז זעקל מיט א סאלאט. ”איך זע אז דו האסט באשלאסן צו מיטנעמען די פלייש וואס איך האב אויפגעלאזט אין פרידזשדער איבערנאכט אנשטאט דעם.“ זי האט גענידערט איר שטימע. ”ברענג עס שנעל פאר איינער זעט די טויש!“ ”צו שפעט מאמי!“ זיהאטזיךגעוואונדערטאויףדי לייכטקייט מיט וואס איך האב איר געמאלדן איבער מיין מאדנע טעות. יעצט האב איך כאטש פארשטאנען די הונטערגרונט צו די מעשה. מייין מאמע לייגט געווענליך די פלייש אין א זעקל, אז עס זאל נישט זיך גיסן אויב עס מאכט זיך בטעות אויף. מיין מאמע איז אהיימגעגאנגען צו צושטעלן נאכטמאל מיט די געפינענע אבידה, און איך בין צוריקגגעגאנגען צו די מסיבה ערקלערן וויאזוי דאס האט פאסירט. די דרוק וואס איך האב געהאט געשפירט פוןדימחותנים, זינטאיךביןאכלהגעווארן, איז צוגעגאנגען אינעם באאאיינזאמער געלעכטער. די אטמאספערע האט פארלוירן די אפיציעלע צוריקגעצויגנקייט וואס האט עס כאראקטאריזירט ווען איך בין אריננגעקומען פריער אין הויז. נאך היינט, ביי יעדע חנוכה מסיבה ביי מיין שוויגער, וועט אייביג זיין די וואס רופט זיך אן: נו חי רבקי, האסט געברענגט רויע פלייש? און מיר לאכן אלע נאכאמאל. ווייל וויפיל מאל מען פראבירט צו צושטעלן אן אינטערסאנטע שפיל אדער אונטערהאלטונג פאר די פארטי, וועט מען קיינמאל נישט קענען אנקומען צו דאס וואס איך האב אזוי נאטורליך צוגעשטעלט נאר דא ערשטע מאל פון מיין זיך באטייליגן. נו, האט מיין שוויגער יא געמוזט איינזען ווי אריגינעל און טאלענטירט איר כלה איז.... איך בין זיכער אז קיינער פון אירע באקאנטע האבן נישט געקענט שטאלציארן מיט א כלה וואס האט באוויזן אזא שפיל. 46 connect Tosh
connect Tosh 47
©ÊmmÊm !v7Bv777} !Ê z}~ ´}{ Ê{|nvwxywz!7BM7XMc´¿ !, ̈§§¦TMʤ¥££Ê ¡¢ £ nX7nÊ!«¬nª!X!B!yvn! ¹¸®±µ¶·¸³µ¯²²®¯°±¯ 1/41/41/21/4«º ÆÀÁÂÃà ¾ÆÀÁÂÃà ¾ÄÅÃÂÃà ¾ÀÁÂÃþ 1/41/41/21/4ºÇȼ½¼¼ ºÇÈ 1/41/41/21/41/4ºÇ 1/2ɼʺ ʼ½¼¼ ºÉÉ 1/21/4ʺ ʽ 鼂 1/21/41/4ʺ Ê 1/21/4ÊºÇ Ê 1/41/41/21/4º 1/2ʺÇÇÉ Ê Ê Ê½ ºÇÇÉ 1/2ºÇÈÉ 1/41/41/2ºÇÉÈ © Ê© ÊffifflÊfl Êfffimffi 0+-./Ê*Ê$&'()Ê%Ê "#$ Æ1ÁÂÅž 1/21/4ºÇ Ê+./-608Ê&'234Ê5 ()'&$Ê%Ê/::/-90$& Ê ffi©È© ; 1/2ffff fflfl© Ê<'=>.? Ê=A9/.A&'3@ Ê234Ê"ÊD.(29C 608&'3 mFÊff ½Eff Ê<'=>.? CCÊGHIÊ/$'8<=' 4JKLÊ234Ê 08<.&>Ê%608Ê&'3 ffÊEmff ½Eff Ê<'=>.? CCÊGHIÊ/$'8<=' 4JKLÊ234Ê ()'&$Ê%608Ê&'3 608&'Ê234Ê3 0+-./Ê*Ê$&'() ÊÊ#$4J 08Ê-C:ÊN<'=>.? ÊJHI'08'=O. ffff Çffff Ê<'=>.? TIÊ<POQ2RSQÊ '08'=ÊO./'&K.U ÊffÊff© fl EÉ flEÉfl 8V0VÊ:ÊO.(A:C'A'3 Ê+./-C0Ê'L A0Ê-:0CCÊ3&8V:O AKÊ.08+ÊQAC+./- =0/6C< Wffi Y© ] Z© 608CÊ&'Ê3.?C"J 8V0VÊ:ÊO.(A:C'A'3 Ê+./-C0Ê'L A0Ê-:0CCÊ3&8V:O AKÊ.08+ÊQAC+./- =0/6C< Z»¼Y flÈÇEfl¼» A0Ê&.ÊJÊ.(A:C'A'3 A0-:0CCÊ5&8V(: Ê.(A:C'A'3 A0Ê-:0CCÊ5&8V:O AKÊ.08+AC'Ê+./- =0/C6C Ê.(A:C'A'3 A0Ê-:0CCÊ5&8V:O AKÊ.08+AC'Ê+./- 0\-./Ê%Ê=0/C6C Z»¼fflYfl Ê.(A:C'A'3 A0Ê-:0CCÊ5&8V:O AKÊ.08+AC'Ê+./- 0\-./Ê%Ê=0/C6C ÂÃÃ]þ 1/41/41/21/4ºÇ 08Ê-C:ÊN<'=>.? G<Ê'08'=PO ÆÃÃÂÃà ¾ÂÃÃ^Ä1 ¾ÂÃÃ^^ľ Æ1ÃÂÃà ¾ÂÃÃ_ÆÆ¾ ÂÅÅ_ÆÁ ¾ÂÅÅ_Æ1 ¾ÆÃÃÂÃþ RgÊikjqÊriÊderfÊsldgfÊkbÊhoefg`efgÊhigjkalhÊkbÊhoefgÊpÊje`abdÊ` 1/41/41/2º ©©Ê© ©ff 1/41/41/21/41/4ºÈ Èfl Ê<-:/08:+AÊ3:A'O Ê\./-Ê<IÊu"tG< ()'&$C0Ê(' ÃÃÂÃþ]
dream your Bring .Options Design More. life to closet .Quality Superior .Customization More Karmel Yankie (7387.256 (CLOSETS 514 com.weareclosets@Info weareclosetsnj
fl fflfffi fiff fl ff ffflfl ff fiffffiffififf ffi flffiff ff flflffifflfffi ffiflffiflffifflfffi fifl fffiffl flffiffi fififf ff fffi fiff fl ff ffiffi ffiflffifl ffiffiffiffi fl ffi ff ffi fflffiffiffi ffifl ffi fi flffifflfffi ffifl ffifflffi ff fi ffi ffffiffi flfiflffiffiflffifflfffi fffiffififfififlffifflfffi fiffflffifflfffi ffiflfiffi fiff flfiflffiff ff ffi fi ffi ffi fffl ffi fi flffiffiflffiffl fl fflffi S fffl fffl ffff ffflffifflfffi OE ffi flfl fffiffi S flfffflfflflffifflfffififi fffff OE ff