The words you are searching are inside this book. To get more targeted content, please make full-text search by clicking here.
Discover the best professional documents and content resources in AnyFlip Document Base.
Search
Published by Tosh Connect, 2023-03-03 11:21:56

CONNECT ISSUE 42 01

CONNECT ISSUE 42 01

Tosh to delivery free Fast 6360-418-514 yourself Build• marriage your Build• סוד האדם your Put• practice into Jacobowitz. T. Mrs 3719.931.438 .C.P.A.A ca.toshconnect@info 1598.630.438 2023 02 MAR 42 ISSUE פרשת תצוה י אדר תשפ"ג ד"סב TOSH זונטאג: פון 00:12 ביז 30:4 מאנטיג-דאנערשטאג: פון 00:11 ביז 00:2


,OH HAPPY DAY the in breeze slight a with, sunshine brilliant most the In To. flair dainty in outfitted, feet little of pair a s’there, air ,way the along bouncing, headed re’they edge rivers the blissful a its, them faze can world the in nothing !day summer com.nichysilber@design GENUINE FOOTWEAR LEATHER 3662-226-514: Phone PM 6-2 Hours Beriot Rue 2816 .teen & child, baby for collection footwear Fine PM 7-1 from Tash Rue 415 15/3-8/3 only week one for Tosh in be will We of gift The !choice new our with gift premium !card :hours in Walk 00:8 - 00:6: evening Thu - Tue 00:3 -00:1: 26 Feb Sun 00:4 - 00:12: Mon 00:6 -00:1: 5. Mar Sun [email protected] • 9314.434.450.1: text or Call Tweezerman | de-Ga | Careline. | Y.N Color Stage | Static | Beaute et Baume | Noevir | Bioline | Capuccini De Germaine !from choose to ideas gift more Many New Gift packaging


,OH HAPPY DAY the in breeze slight a with, sunshine brilliant most the In To. flair dainty in outfitted, feet little of pair a s’there, air ,way the along bouncing, headed re’they edge rivers the blissful a its, them faze can world the in nothing !day summer com.nichysilber@design GENUINE FOOTWEAR LEATHER 3662-226-514: Phone PM 6-2 Hours Beriot Rue 2816 .teen & child, baby for collection footwear Fine PM 7-1 from Tash Rue 415 15/3-8/3 only week one for Tosh in be will We


שמחת פורים ושמחת תמיד הקהלה הנהלת הננו בזה להודיע לכל אנשי שלומינו החשובים שיחיו סדר ימי הפורים בצל קדשו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א תענית אסתר יום ב' פר' כי תשא תפילת מנחה ����������������������������������������������������������������������� בשעה 15:6 מעריב וקריאת המגילה ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בשעה 00:7 | בהיכל בית המדרש הגדול שלחן הטהור ליל א' פורים בשעה 15:9 | בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש יום הפורים יום ג' פר' כי תשא תפלת שחרית ����������������������������������������������������������������������בשעה 15:7 הודו בשעה 30:7 | בהיכל הכוללים תיכף אחר התפלה יהיה הזדמנות להתברך בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים שלחן הטהור משתה היין בשעה 30:5 בדיוק | בהיכל בית המדרש הגדול שושן פורים יום ד' פר' כי תשא שלחן הטהור בשעה 15:5 | בהיכל בית המדרש הגדול לקיים את ימי הפורים בזמניהם


סדרי ופרטי ימי הפורים פועל'ט אלעס גוטס לקיים את ימי הפורים האלה בזמניהם להיות עתידים ליום הזה תענית אסתר וועט זיין תפלת מנחה 15:6 תענית אסתר אין ביהמ"ד הגדול, דערנאך תפלת מעריב און קריאת המגילה. ליל פורים ליל פורים, באלד נאך קריאת המגילה פון רבינו שליט"א, וועט יעדער האבן די געלעגנהייט אריבערצוגיין לברך ולהתברך 'א גוטן פורים'. הטהור בביתו נאוה קודש בשעה 15:9 .ליל פורים וועט פארקומען דער שלחן ביום הפורים תפלת שחרית בשעה 15:7 אין היכל הכוללים. תיכף נאך תפלת שחרית וועט זיין א געלעגנהייט איבערצוגעבן קוויטלעך פארן רבי'ן. מ'בעט אז מ'זאל נישט אויפהאלטן. ווערן דער דערהויבענער משתה יין טיש. נאכמיטאג בשעה 30:5 וועט געפראוועט עס וועט זיין צוגעשטעלט ויין מלכות רב כיד המלך. מ'בעט זייער שטארק קיינער זאל נישט צוגיין במשך דעם טיש צום רבי'ן. דער רבי וועט וואונטשן לחיים פאר יעדן כנהוג, און מ'וועט ארויפשיקן די שיריים פון אלע מאכלים. באזונדער קומען מיר מיט א דרינגענדע בקשה, קיינער בלי שום יוצא מהכלל זאל נישט ארויפגיין אויפן טיש טאנצן. עס שטערט זייער די ארדענונג, מ'קען נישט מיטהאלטן געהעריג, און איינער ברענגט דעם צווייטן א.א.וו. ביים תמחה טאנץ וועט מען אויסליידיגן דעם חלל פון טיש, מ'בעט יעדער זאל בלייבן אויף זיייערע פלעצער, נישט זיך שטיפן אדער זיך אויפשטעלן העכער וכדו', כדי יעדער זאל קענען מיטהאלטן די דערהויבענע ריקודין. עס וועט זיין צוגעשטעלט קאפיעס פון די פיוטים ומזמורים, מ'זאל קענען געהעריג מיטזאגן. שושן פורים פארקומען דער טיש אין ביהמ"ד הגדול. שושן פורים נאכמיטאג בשעה 15:5 וועט מען בעט אז ביי די ריקודין, און ביי די בדחנות ומילי דבדיחותא כנהוג זאל מען זיך נישט אויפשטעלן פון די פלעצער, כדי נישט צו שטערן דעם ציבור. ביטע אין אכט נעמען, מיטן אויספאלגן די אנווייזונגען העלפט איר צו אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, שעפן חיות דקדושה און הנאה האבן פון די דערהויבענע שלחנות הטהורות. אף הן היו באותו הנס דורכאויס אלע טישן וועט די עזרת נשים זיין אפן און צוגעשטעלט געהעריג. עס וועט זיין צוגעשטעלט קאפיעס פון די פיוטים ומזמורים, די נשים צדקניות זאלן קענען מיטהאלטן.


ויסער די אינפלאציע וואס א מאכט דעם מצב ענג ביי די בעסטע און שענסטע פון אונז, איז מיין בודזשעט עקסטער אנגעשטרענגט. משפחת פרייליך צאלט מעמבערשיפ ביי אלע סגולה כוללים און ארגאניזאציעס, און לאמיר אייך זאגן, מען רעדט נישט פון קיין ביליגע מעשיות. וויפיל זיי פארשטייען צו אפשפרעכן די עין הרע, אפקלאפן די הקפדות, שיקן די שדים און רוחות זיך לופטערן ערגעץ אין די הרי חושך, אדער באשאפן די ישועות און רפואות וואס איך באשטעל איז נאך הונטער א פראגע צייכן. זייער ביזנעס פארשטאנד איז אבער זיכער נישט צו אוועקמאכן. איך בין טאקע ווייט פון דעם שטאט‘ס גביר, אבער א ברירה האב איך דען? איך בין אין א קאמף מיט מיין )שלי(מזל שוין זינט איך געדענק זיך, און מוז ארויסנעמען יעדעס וואפן פונעם ארסענאל. מען וועט מוזן אמאל מוותר זיין אויף לעקטער און הייצונג, אבער אויף די סגולה קמיעות פון אלע סארטן קען מען דאך נישט אויפגעבן. אוודאי ווייס איך אז א איד איז העכערן מזל, אבער עס מיינט דאך נישט אז מען רעכנט זיך בכלל נישט מיט די מזלות. יעדן חודש האט דאך איר מזל לויטן אויסשטעל פון די פלאנעטן און שטערנס אין יענע תקופה! איך בין נישט קיין אסטראלאג און א שטערנזעהער בין איך אויך נישט, אבער איך בין חושד אז אין די רגע ווען איך בין געבוירן האבן זיך צוויי פלאנעטן צאמגעקלאפט אין אן ערנסטן עקסידענט וואס זינט דאן פליען UFOS ארום העכער די וועלט. אדער האבן זיך די שטערנס העכער ניו יארק דאן באוויזן אינעם פארעם פון א איבערגעדרייטע שעפלעפל )DIPPER BIG THE איז א באקאנטע פארעם פון שטערנס אויסשטעל אויפן הימל, אבער איך גלייב אז לכבוד מיין געבורט האבן זיי געמאכט א קאדאשטקע( ווייל ווען נישט דאס, פארוואס זאל יעדעס איינציגע זאך וואס איך ריר צו פארוואנדעלט ווערן צו א... FLOP? איר קענט די מענטשן וואס ווען זיי גייען אריין אין א הויזווארגע געשעפט גליטשען זיי זיך בטעות אויס אויף א זעקל וואס איינער האט אראפגעלאזט – און כאפן זיך אן פונקט אויפן שאפע וואו די טייערסטע טשיינע געשיר ליגט אויף אויסשטעל זיך צו כאפן דעם באלאנס? יא, אלעס האט זיך צובראכן אויף קליינטשיגע שטיקלעך איבעראל ארום, מיט א קראך וואס האט איינגעלאדענט יעדן איינציגן לעבעדיגן פערזאן אינעם געשעפט צו קומען מיטהאלטן די פרייליכע בילד. איך וועל נישט פארמערן די שילדערונג. עס ברענגט אויף מזל פרייליך!! ט. פרייליך 6 connect Tosh


קאשמארן. איך מיין אז יעדער קען זיך עס אליין פארשטעלן. אדער די פרוי וואס פונקט ווען זי זיצט ביים פיס דאקטאר אינמיטן באהאנדלן אן אריינגעוואקסן נאגל צוקלונגט זיך די פייער אלארם און די נורס קומט אריין שרייען אז דאס מאל איז עס אן אמת‘ע פייער און זי זאל שנעל ארויסלויפן. אין די יאגעניש קען זי נישט געפונען איר טייטס, און פארלוירענערהייט, נאך דעם וואס די דריטע שטאב מיטגליד קומט אריין שרייען אויפן וועג ארויס פארוואס זי האט נאכנישט עוועקואירט, טרעפט זי אין דעם זעקל פון דריי-גודס וואס זי האט פריער איינגעקויפט אין שאפינג צענטער איר מאן‘ס נייע שווארצע זאקן )ער גלייכט נאר לאנגע... צו איר מזל( און שלעפט עס ארויף, אראפלויפענדיג מיט די שיך האלבוועגס אריינגעשטעקט. דאן פארטרייבט מען איר אויך פון פארנט פון דעם בנין, און זי טרעפט זיך אינמיטן שאפינג צענטער מיט שווארצע SOCKS RIBBED .. )אמת‘ע געשיכטע מיט געוויסע טראגישע פרטים אויסגעלאזט צו היטן אויפן כבוד.... עטליכע וואכן שפעטער האט נאך איינער אפגעשטעלט צו אנפרעגן אויב מען האט זיך געהאט געטוישט צו שווארצע זאקן און דאן צוריקגעטוישט...( נאר צו אויסגעפונען אז באמת איז עס יא געווען סתם א פשוט‘ע דריל? די אידענע וואס פונקט ווען די גאנצע הויז דרייט זיך און פריידט זיך ווי קיינמאל פריער, קלאפט מיטאמאל די מערסטע פעדאנטע שוועגערין )פון די מאן‘ס זייט, אוודאי( אריין אויף אן אומגעמאלדענע באזוך? און די שוויגער )זאל זי זיין געזונט און שטארק, אבער פארוואס האט זי געמוזט געפונען יענע פארשטופטע קלאזעט?( וואס איז צוגאסט באשליסט צו עפענען די סטארעדזש קלאזעט וואו מען שטופט אריין אלעס אן קיין סדר )איר טייערער זון האט פארשפראכן אז נע, דארפסט זיך נישט זארגן. גיב נישט יעצט אויס כח עס צו מסדר זיין. פארוואס זאל מיין מאמע אראפגיין אין בעיסמענט אין דעם סטארעדזש?( און ווערט קוים געראטעוועט פון א באווארפן פון אלע סארט זעקלעך, שאכטלן, און האלב-צובראכענע חפצים וואס רעגענען אראפ אויף איר קאפ. )שוויגער, נאר איך ווייס דעם קונסט וויאזוי דאס צו עפענען און ארויסגיין בשלום. ביטע קומענדיגע מאל ווען דו זוכסט די אלטע קאר- סיעט וואס איך האב געזאגט אז איך וועל שיקן פאר דיין טאכטער, לאז עס פאר מיר. זיך מיר נישט צו פארשפארן ארבעט. איך גלייך ווייניגער די בושות.( יא, די אלע געשעענישן פון דעם סארט, און נאך פיל ענליכע וואס דא איז נישט די ארט צו אויסרעכענען, געשען ביי די פרייליכס און איז כסדר ששון ושמחה. איז דען א וואונדער אז איך בין גרייט צו אינוועסטירן מיין גאנצע פארמעגן פלוס פילע הלוואות צו פראבירן צו איבערקומען מיין מאדנעם מזל? נאך פון ערשטע קלאס בין געזיצן ווי א וואוילע שעפעלע און זיך נישט גערירט די האנט פון פחד פון די לערערין אפילו ווען יעדער ארום מיר האט געהאקט א לעבן. אלעמאל ווען איך האב שטילערהייט געבעטן די מיידל נעבן מיר צו געבן די בליי וואס איז אראפגעפאלן האט די לערערין גלייך באמערקט און אין יענע מאמענט באשלאסן צו צייגן אז זי קען אויך זיין שטרענג אפילו מיט די מיידל וואס רעדט נאר זייער שטיל. אזוי האט זיך עס אפגעשפילט אין אלע שולע יארן. די איינציגע מאל וואס איך האב נישט געקענט אפזאגן די קעניגן connect Tosh 7


8 connect Tosh פון קלאס און געשיקט ווייטער איר צעטל צו מיין שכנ‘טע פון הונטן אזוי שטילערהייט, האט מיר די לערערין געדארפט כאפן ביי די מעשה און מאכן א גאנצע פראצעס איבער די חוצפה. הכל תלוי במזל ווייס איך שוין אויף מיינע אייגענע ביינער. דערפאר האב איך אויפגעהאנגן אויפן וואנט אפיקומן, הדסים, און ערבות פאר שמירה צוועקן. אויך אלע סארט קמיעות און קייטלעך טראג איך אויף זיך. אין מיינע שיך האלט איך פיש אויגן, און אויף מיין פאקעט-בוק איז אויפגעהאנגען א רויט בענדל. יעדן טאג זאג איך די נונס, ספעציעלע שמירה תהילים קאפיטלעך, נשמת, דרייצן מאל קאפיטל י“ג פאר רחמי שמים, פרק שירה, שיר השירים, און צינד ארום טויזענט ליכט אלס סגולה. שטעלט זיך פאר פון וואס איך ראטעווע זיך אלץ, ווייל אפילו יעצט לויפט מיר די שלימזלות נאך ווי א וויידל פון וואס מען קען זיך נישט אפטשעפענען. און איך האב אפילו נישט זוכה געווען צו זיין ושתי ביי די נורסערי פורים פלעי. איך האב סתם געדארפט שטיין ביים זייט אלס די מענטש וואס קומט צו די סעודה. )יא, איך געדענק נאך די טיפע ווייטאג...( אין איינס פון די קורצע פרייטאגס לעצטנס, האב איך געהאט אזא סארט טאג וואס מאכט מיר אויפהייבן א טעלעפאן און איינצאלן א טאפלטע מעמבערשיפ אינעם כולל נעגל וואסער וואו צוואנציג יונגעלייט גיסן זיך אפ מיט ריזיגע אמפערס קוואל וואסער געשעפט פון ירבעם בן נבט‘ס מקוה, פאר פערציג טעג נעבן די מערות המכפילה שרייענדיג מיטן פולסטן אימפעט ווי א כאר ”בטל גזירות רעות! בטל מחשבות רעות! בטל בטל בטל!“. די טאג האט זיך אנגעהויבן מיטן לינקן פיס, אינעם פולסטן זין פון ווארט. מיין צען יעריגער זון, אינעם פרימארגן געיעג צו פארפאסן די באס )איך מיין צו זאגן כאפן! אבער געווענליך איז עס טאקע ווי די ערשטע אויסדרוק וואס האט זיך ארויסגעגליטשט( האט מיט א קראפט אריינגעזעצט זיין לינקן פיס אינעם שוועל פון טיר. ער האט געמאכט אזעלכע קולות וואס האבן אויפגעוועקט אויב נישט די מתים אין בית החיים, זיכער די בעיבי וואס איז ענדליך איינגעשלאפן נאך א שלאפלאזע נאכט. וויפיל זיין מאמע האט נישט געוואלט גלייבן אז מען קען זיך צוברעכן די פיס פון סתם אריינלויפן אין א וואנט, האט זי געזען אז מען וועט עס באלד מוזן גיין אונטערזוכן. אינמיטן זיך אפגעבן מיט עטליכע אנדערע קריזיסן וואס שפראצן ארויס אין א געווענטליכן טאג ביי די פרייליכס אינדערהיים, ווארטענדיג אז די אורדזשענט קעיר זאל זיך עפענען פארן טאג צו קענען נעמען אן עקסרעי און אונטערזוכן דעם פיס וואס טוט אזוי וויי, איז געקומען דער רוף פון דעם כתה א‘ אינגעלע‘ס מלמד. ”מרת. פרייליך? איר דארפט זיך נישט זארגן, עס איז גארנישט געשען ערנסט.“ וויי אי זמיר! מיינע געשולטע געפאר אנטענעס האבן זיך אנגעצונדן אויפן העכסטן שטאפל. ”וואס?“ האב איך זיך געצווינגען צו רעדן רואיג. איך ווייס נישט וויפיל איך האב מצליח געווען. ”אייער זון איז סתם עפעס אראפגעפאלן. ער דארף לכאורה סטיטשעס לויטן הצלה מעמבער. איר קענט אים קומען אפנעמען?“ מזל טוב!


connect Tosh 9 אזוי זענען מיר ענדליך אנגעקומען צום אורדזשענט קעיר מיט צוויי פארוואונדעטע אינגלעך וואס זענען נישט אין די בעסטע גיסטע, מילד גערעדט, א טייג וואס יערט איבער ווייל איך האב אנגעהויבן מאכן חלות איידער די רוף איז געקומען פון חדר און דאן שוין נישט געהאט צייט צו פלעכטן, פיש וואס איז נאכנישט געקאכט און אייער וואס האבן אויפגעקראכט ביזן דאך ווייל איך האב פארגעסן צו אויסלעשן דעם פלאם איידער איך בין ארויס. )איך בין נישט דארט געווען ווען מיין היסטערישע טאכטער האט גערופן מצילי אש מיינענדיג אז מען רעדט פון א גאז אויפרייס אנשטאט אויסלעשן די פלאם אונטערן טאפ, דערפאר וועל איך נישט שילדערן יענע סצענע. לכאורה האבן די פייערלעשער זיך מער דערשראקן פון די איבערקערעניש וואו פון די רויעך...( נאכדעם וואס איך האב באשטעטיגט אז מיר זענען נישט געווען אין א קאר עקסידענט ברוך השם, האב איך אויפגעכאפט די מאדנע בליקן וואס דער דאקטאר און נורס טוישן אויס צווישן זיך. זיי האבן אנגעהויבן מיטאמאל מיר אויספרעגן מיט פראגן איבער מיין אנגעצויגנקייט און דרוק און מיינע מעטאדן פון קינדער ערציאונג. איך האב זיי געוואלט זאגן אז יעצט בין איך אונטער אסאך דרוק און ספעציעל אנגעצויגן און מיינע קינדער ערציאונג מעטאדן טוישן זיך פון טאג צו טאג לויט די חינוך שיעור וואס איך הער יענע תקופה, ביז איך האב אויפגעכאפט אז זיי זענען מיר פשוט חושד אין טשיילד אביוז. עפעס האט זיך זיי נישט געלייגט אויפן שכל אז איין קינד האט סתם אריינגעהאקט אין א וואנט און צובראכן זיין פיס און דער צווייטער האט סתם אראפגעפאלן פון א באנק און זיך מיאוס צושניטן זיין פנים. ”עס איז פשוט מיין מזל!“ האב איך אנגעהויבן שרייען היסטעריש. נאר דאס פעלט מיר אויס – שטעלט זיך פאר ווען די PROTECTION YOUTH קומט יעצט אונטערזוכן מיין הויז צו זען אויב די קינדער וואקסן אויף געהעריג! זיי וועלן זיך איבערדרייען ביים טיר און מיין גורל איז פארזיגלט. איך האב שנעל אריינגערופן אין דעם מוסד סעודות רבי ישעי‘לע וואו זיבעציג אידן מיט א גוטן אפעטיט רעכטן אפ א גרויסע סעודה לעילו נשמת דעם צדיק יעדן טאג פון וואך, און צוגעזאגט צו ספאנסארן די סטעיק פאר א וואך צייט. די סגולה האט גלייך געהאלפן. זיי האבן זיך שטילערהייט דורכגערעדט, און נאכן אויספרעגן נאך א שעה צייט, מיר באשלאסן צו אהיימלאזן מיט איין קינד מיט א צייטווייליגע בוט, דער צווייטער מיט סטיטשעס און רויטע אויגן פון געוויין, צו מיין הויז וואס האט געווארט אויף מיינע אויסגענוצטע כוחות און א נס פון הימל. פארשטייט איר פארוואס איך באוויין מיין מזל? פון די אנדערע זייט, איז דאס פאקטיש אויך מיין גוטע מזל, כאפ איך זיך. אויב וואלטן מיינע טעג באשטאנען פון פערפעקטע קינדער וואס שטייען אויף מיט א שמייכל און פאלגן גלייך, א הויז וואס בליטשקעט און א מוסטער פון הצלחה, מיט וואס פונקטליך וואלט איך אנגעפולט די שורות פון די פרייליך ארטיקלן? ווער איז דען נייגעריג אין אזעלכע לאנגווייליגע שילדערונגען? שוין, אביסל מזל האב איך יא, אז איך בין א שלימזל...


connect Tosh 11 ג. פייג א פורים נאמען י איז געקומען אויף די וועלט צו די פרייד ז פון אירע יונגע עלטערן וועמען זי האט געגעבן דעם טיטל ”טאטע“ און ”מאמע“. טייער און ליב איז זי געווען פאר זיי. א שטראל פון ליכטיגקייט אין די פינסטערע וועלט. אזוי צארט איז זי געווען. זיס, ווייך, און אומשולדיג. וועמענס הארץ צולאזט זיך נישט ווען מען האלט אזא פרישע נשמה‘לע אין די הענט? די פעסט-געבויטע נורס מיט הארטע געזיכט שטריכן, גרויע האר שטייף צאמגענומען אויפן שפיץ פונעם קאפ, און כוואליעס פון פינסטערע האס וואס האבן געשטראמט פון די גרינע שמאלע אויגן, האט נישט געהאט דעם פשוט‘ן מענטשליכן געפיל. זי האט געהאלטן דעם איינגעוויקעלטן דעקע ווי גלייך עס איז נישט מער ווי מיסט ר“ל. אומפארזיכטיג, האט זי אראפגעווארפן דאס ניי-געבוירן שעפעלע מיט אומבאהאלטענע אפשיי, אויפן עק פון די יונגע קימפעטארין‘ס בעט. די מאמע האט שוין קוים אויסגעווארט צו האלטן איר ליכטיג מיידעלע. איינע פון די נורסעס האבן איר אויסגעפיצט מיט א הימל- בלויען מאש אויף די ברוינע הערעלעך, וואס האט ארויסגעברענגט דאס טיף בלויען קאליר פון די פארנעפעלטע אויגעלעך. ”דא האסטו דיין קינד. נישט אז איך זע די וויכטיגקייט פון זיך פארענען מיט אידישע שוויינען.“ זי האט זיך צולאכט א געלעכטער מיט אפקלאנגען פונעם טייוול אליין. די יונגע פרוי האט אויפגעציטערט און געהאלזט איר קינד צום הארצן, ווי איר צו באשיצן. ”זארג נישט, איין טאג וועט נאך היטלער אנקומען קיין אונגארן אויך. ער וועט זיך שוין פארענען מיט דאס קינד, אנשטאט מיר.“ זי האט געשמייכעלט צו זיך מיט סאדיסטישע הנאה זענדיג די טרערן אין די הילפסלאזע מאמע‘ס אויגן, און אוועקשפאצירט מיט שווערע טריט. ”אך מיין טייער קינד! דו דערפרייסט מיין הארץ און פילסט איר אן מיט גליק. די וועלט צו וואס מען האט דיר אראפגעשיקט איז אבער א טונקעלן ארט. וויאזוי קען א מענטשליכע הארץ זיין פול מיט פיינטשאפט צו אזא זיס און אומשולדיג קינד? וואס האסטו דען געזינדיגט אנקעגן די אנטיסעמיטן?“ זי האט נישט געקענט אויפהערן צו וויינען, דרוקענדיג דאס מיידעלע וואס האט איר פארוואנדעלט אין א מאמע צו זיך. די פיזישע שוואכקייט אינאיינעם מיט די שווערע געפילן פון זארג וואס די אנטיסעמיטישע ווערטער האבן נישט געלאזט פארגעסן אפילו אין דעם פריידיגן מאמענט, האבן איר פארפלייצט מיט הייסע טרערן ווי א קוואל. זי איז נאך אליין אזוי יונג. נישט אז די לעצטע עטליכע יאר לעקט מען האניג דא אין לאנד. דאס אידישע connect Tosh 11


באפעלקערונג שפירט די אפענע גזירות און פיינטשאפט פון די באפעלקערונג מער און מער. און די שמועות...די שרעקליכע שמועות וואס קומען אן פון פוילן און אנדערע ערטער... זיי זענען דאך אומגלויבליך, און זיכער נישט אמת. אבער דאס איז זיכער אז צו זיין א איד היינט אין אייראפע איז שווער, אין יאר תש“א, מיינט זיך שפירן זייער נישט פארזיכערט. איר מאן האט זיך ביז דערווייל מצליח געווען צו ארויסדרייען פון די מונקא-טאבאר צוואנגס- דינסט, מיט געפעלשטע פאפירן. די סכנה פון ווערן פארשלעפט צו שווערע ארבעט ווי פילע אנדערע יונגע מענער שוועבט אבער אייביג איבער זייערע קעפ און פארנעפעלט דעם האריזאנט און די לעבן פון זייער יונגע משפחה‘לע, ווי אלע אנדערע אידן אין לאנד. ”הוי, מאמעלע. וויין נישט. לאך זיך אויס פון די מכשפה. לאמיר זען דיין קינד!“ א פויערישע פרוי, וואס איז געקומען צום שפיטאל פאר א צובראכענעם האנט, האט געהערט דעם אויסטויש פון די אנדערע זייט פונעם גרויסן צימער און איז צוגעקומען צום בעט. איר ברייטע פנים איז געווען איינגעהילט אין א טיכל פון פילע פארבען. זי האט באטראכט דאס קינד און נישט געקענט זיך אפוואונדערן ווי בא‘חנ‘ט און שיין זי איז. ”אוי איז דאס א שיינקייט! ממש לעכטיג!“ זי האט געגלעט דעם דעקע און די יונגע מאמע האט זיך איינגעהאלטן פון צוריקציען איר האנט מיט איר אוצר. ”לאמיר דיר עפעס זאגן, פרוי...?“ ”ראזענבערג.“ ”יא, פרוי ראזענבערג. דיין קינד איז אזוי זיס. און די מרשעת איז טאקע שלעכט, אבער עס איז אמת אז איר אידן זענט פארהאסט און עס ווארט נישט פאר דיין קינד א גרינג לעבן אויב וואקסט זי אויף מיט דיר. קוק אהער, איך האב נישט אייגענע קינדער. איך וועל איר אויפציען מיט ליבשאפט און מעגליך אפילו ראטעווען דאס לעבן. מען קען דאך נישט וויסן וויאזוי דער פאליטישער מצב וועט זיך טוישן. זארג נישט, איך וועל איר געבן אלעס ווי מיין אייגן קינד!“ זי האט זיך צוגערוקט נענטער צו די צובראכענע מאמע, וואס האט נאר שטייפער ארומגענומען איר קינד. די אנגעפולטע באקן פון די פויערטע זענען נאך רויטער געווארן אין איר איבערראשונג מיט איר געדאנק. די מאמע האט אויפגעהויבן אירע פארטרערטע אויגן פארוואונדערט. ”וואס הייסט? זי איז מיין קינד. זי איז אידיש קינד, און מיט ג-ט‘ס ווילן, וועלן מיר איר אויפציען אלס א קינד פון אונזער פאלק.“ די פריינדשאפט אין די פויערטע‘ס אויגן איז פארוואנדעלט געווארן אין צארן. ”דו וועסט איר נישט אויפציען! דו נארסט זיך! היטלער וועט איר הרג‘נען! זיי נישט קיין איינגעשפארטע דזשידא! גיב מיר דאס קינד, אויב דו קימערסט זיך עכט מיט איר, און לאז זיך נישט פארבלענדן מיט פאלשע האפענונגען.“ ”זי וועט יא לעבן... מיר... מיר אידן האבן שוין פיל מאל געהאט שונאים און זיי איבערגעקומען...“ האט זי שוואך צוריקגענטפערט. ”און מיר וועלן דאס מאל אויך איבערלעבן דעם היינטיגן המן – איין מינוט, היינט איז פורים!!!“ איר קול האט זיך געשטארקט. ” מיין טאכטער איז געבוירן אינעם טאג וואס מיר פרייען זיך אויפן מפלה פון א פירער וואס האט אונז געוואלט פארטיליגן! דאס איז א סימן אז זי וועט אויך איבערקומען די היינטיגע רשעים!“ די פויערטע האט פארגעזעצט צו פרעדיגן און איבערצייגן, אבער די קימפעטארין האט שוין נישט געהערט קיין ווארט. איר מח איז געווען פארנומען מיט די נס פון פורים און די האפענונג אויך היינט. מיין טאכטער איז געבוירן אינעם היינטיגן טאג פון נצחון אין אונזערע שונאים. בכל דור ודור עומדים עלינו לכלתנו. זיי שטייען אויף אנטקעגן אונז, די רשעים, איין מאל און נאכאמאל. און דאך, עקזעסטירן מיר ווייטער, ווייל הקב“ה מצילנו מידם. ער וועט אונז אויך ראטעווען ווי אין שושן הבירה. זי האט געטראכט איבער איר טאכטער‘ס נאמען. שפעטער נאכמיטאג, איז דער פרישער 12 connect Tosh


טאטע אנגעקומען. די קימפעטארין האט אויפגעלאכטן ווען זי האט אים געזען. ער האט געהאלטן די מגילה אין איין האנט, א זעקל מיט כשר‘ע שפייז אין די אנדערע. זי האט אים אנגעקוקט און עזאגט. ”אברהם, איך ווייס וואס אונזער קינד‘ס נאמען וועט זיין. זי וועט זיין אסתר, אסתר מלכה.“ פאמעליך, האט ער צוגעשאקעלט מיטן קאפ, פארדייענדיג דעם געדאנק. ”יא, אסתר. אסתר מלכה. א שיינע נאמען. א גוטע נאמען.“ ער האט פארזיכטיג אויפגעהויבן דאס איינגעוויקעלטן קינד פונעם וויגל, און איר לייכט געגלעט דאס קעפל. ”דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן.“ און אזוי האט דאס ניי געבוירן קינד באקומען דעם נאמען אסתר מלכה. פאר אירע עלטערן, פאר די ארומיגע קרובים, פאר יעדן וואס האט איר געזען, האט עס סימבאליזירט האפענונג און בטחון. יעדער וואס האט געהערט דעם נאמען, האט געשמייכעלט צום קינד און געזאגט. ”א שיינעם נאמען. א גוטער נאמען. דער אייבערשטער וועט העלפן.“ און פארשלינגען א קרעכץ. אוי ווי זיי האבן געדארפט האבן דעם הילף פון אויבן. מיט יעדע פארבייגייענדע טאג, איז די אנגסט און שפאנונג אין די לופט געוואקסן, אין דאס לעבן פאר אידן געווארן ענגער. די פרנסה מעגליכקייטן זענען אויך געשרומפען אינאיינעם מיט די גזירות און די מלחמה צושטאנד אין אייראפע. אויך ביי אסתר מלכה‘לע אינדערהיים האט זיך געשפירט דאס מאנגל. זי איז געוואקסן א מאגערע קינד, מיט פארטראכטע, טיפע בלויע אויגן. צו יונג צו פארשטיין די אנגעצויגענע אטמאספערע, אבער גענוג קלוג צו דערשפירן די ענגשאפט אין די לופט. ווען פורים תש“ד איז אנגעקומען, זענען די שווערע זארגן נאר נענטער געווען. מען האט געשמועסט אז די נאציס פלאנירן צו אקופירן אונגארן, ווייל דער דעמאלסטיגער פרעמיער הארטי שטעלט זיך נישט גענוג צו. די ארימקייט אין די אידישע קווארטלן איז שוין אויך געווען זייער ביטער, ווען זייער פיל פון די ארבעטס קראפט איז געווען פארשלעפט אין מונקא טאבאר, און קיין געהעריגע מקור פון פרנסה וואס איז נאך ערלויבט איז סיי ווי געווען שווער צו טרעפן. מיין טאכטער דארף זיין זארגלאז און פרייליך. זי שפירט צופיל פון די שוועריגקייטן וואס פלאגן אונזער פאלק, האט פרוי ראזענבערג געקלערט. פורים איז איר געבורטס-טאג. זי ווערט דריי יאר און איר נאמען איז ווי די העלדין וואס האט געברענגט די ישועה פון פורים. איך גיי זיכער מאכן אז זי האט א לוסטיגן פורים פול מיט פרייד און געלעכטער. געלט איז נישט געווען. מיט טרייסעלנדיגע הענט, האט די מאמע פארקויפט איר רינגל, דאס איינציגסטע ווערטפולע צירונג וואס זי האט פארמאגט, און איינגעקויפט מעל, אייער, צוקער, און מאן. זי האט אויך געשפענדט פיל מער ווי זי פארגינט זיך אין די אומשטענדן, פאר פרוכט און זיסווארג. פאר אסתר המלכה, די העלד פון די פורים געשיכטע, האט זי געמאכט א קרוין פון פאפיר און שיין באצירט. אן אלטן צוריסענעם טישטוך האט באקומען איר תיקון אלס א שיינעם פורים‘דיגן ווייסע קליידל. אסתר מלכה‘לע האט זיך ארומגעדרייט מיט איר קלייד און געגעסן המן-טאשן צו די זעט, א ברייטן אומגעווענליכן שמייכל פאר די צו- ערנסטע מיידעלע, אויסגעשפרייט אויפן קליינעם פנים‘ל. מען האט געליינט די מגילה. ווען מען האט דערמאנט אסתר המלכה, האבן אלע קינדער געקוקט אויף די קליינע פרינצעסן מיט שעצונג. זי האט זיך ערנסט צוגעהערט, זיצענדיג שטיל, און אירע אויגן האבן געפינקעלט. אלע געסט האבן זיך מחי‘ געווען מיט די לוסטיגע פורים אטמאספערע. צו זען אן אומשולדיג קינד שמייכלען מיט גליק האט אויפגעפרישט די האפענונג אין די פאר‘צרה‘טע, פארמאטערטע זעלעס. ווען זי איז איינגעשלאפן ביינאכט, מיט א גרויסן שמייכל, זאט און גליקליך, האט דאס connect Tosh 13


3 2 בקשה פאר ראשי המשפחות תושבי קריתינו הע"י וועלכע וועלן אי"ה באקומען א באזוך פון די תלמידי כיתות ז' ח' תלמוד תורה גרופע ביטע אנגרייטן לכה"פ הונדערט דאללאר שלש תרומות נאמרו כאן בימים ההם בזמן הזה אין די צייטן פון די שווערע גזירה האט מרדכי הצדיק גענומען צו זיך דעם כח פון די תינוקות של בית רבן, און מיט זיי געפועל'ט די גרויסע ישועה. היינט ווען מיר זוכן ישועות און רפואות וועלן מיר מיר אויך נעמען די זכות פון די תינוקות של בית רבן, מיטן שטיצן די לעכטיגע תלמידים, דורך די לעכטיגע תלמידים מיר גרייטן זיך ארויפצוקומען צו אייך אין שטוב מיט די בחורי ישיבת המכינה ביטע אנגרייטן א סכום הגון ונכבד כברכת השם אלוקיך צו האבן די זכי' צו נעמען א טייל אין די חינוך הטהור פון די דור העתיד, ובפרט אין אזא יום קדוש פרוטה ופרוטה מצטרפים... אייער קליינע זייט'ס מחשיב אדער אפילו דאללאר, נדבה פון א א קוואָ דער ועולה לחשבון לגדול... די קינדער האבן אין די פארגאנגענע יארן אריינגעברענגט קרוב צו צוואנציג אלפים פון קליין געלט! בקשה מיוחדת פאר די נגידי וטפסרי ונכבדי קריתינו הק' הע"י בס''ד


3 2 בקשה פאר ראשי המשפחות תושבי קריתינו הע"י וועלכע וועלן אי"ה באקומען הונדערט דאללאר ביטע אנגרייטן לכה"פ תלמידי כיתות ז' ח' תלמוד תורה גרופע א באזוך פון די שלש תרומות נאמרו כאן בימים ההם בזמן הזה אין די צייטן פון די שווערע גזירה האט מרדכי הצדיק גענומען צו זיך דעם כח פון די תינוקות של בית רבן, און מיט זיי געפועל'ט די גרויסע ישועה. היינט ווען מיר זוכן ישועות און רפואות וועלן מיר מיר אויך נעמען די זכות פון די תינוקות של בית רבן, מיטן שטיצן די לעכטיגע תלמידים, דורך די לעכטיגע תלמידים מיר גרייטן זיך ארויפצוקומען צו אייך אין שטוב מיט די בחורי ישיבת המכינה ביטע אנגרייטן א סכום הגון ונכבד כברכת השם אלוקיך צו האבן די זכי' צו נעמען א טייל אין די חינוך הטהור פון די דור העתיד, ובפרט אין אזא יום קדוש פרוטה ופרוטה מצטרפים... אייער קליינע זייט'ס מחשיב אדער אפילו דאללאר, נדבה פון א א קוואָ דער ועולה לחשבון לגדול... די קינדער האבן אין די פארגאנגענע יארן אריינגעברענגט קרוב צו צוואנציג אלפים פון קליין געלט! בקשה מיוחדת פאר די נגידי וטפסרי ונכבדי קריתינו הק' הע"י בס''ד


קליינע מיידעלע געזאגט פאר איר מוטער מיט האלב פארשלאפענע אויגעלעך: ”איך בין אזוי מזל‘דיג אז איך בין אסתר, גלייך ווי אסתר המלכה.“ די שמייכלעך האבן זיך שנעל אפגעווישט פון די אידישע פנימ‘ער. דאס איז געווען דאס לעצטע מאל ווען דער עולם איז געווען פרייליך. צוויי וואכן שפעטער, כ“ד אדר תש“ד, האבן די דייטשע ארמייען אריינמארשירט אין אונגארן. בליץ שנעל, זענען די אידן איינגעזאמעלט געווארן אין געטאס. הונגער, דארשט, און קרענק האבן דארט געהערשט, אינאיינעם מיט די ברוטאלע רשעים. און צוביסלעך זענען די מענער, פרויען, און קינדער, געשלעפט געווארן צו די באנען צו אן אומבאקאנטע דעסטינאציע אינעם ווייטן מזרח. די ראזענבערג פאמיליע האט נישט געוואוסט פונקטליך וואס עס געשעט צו די דעפארטירטע. זיי האבן אבער געפארכט אז עס זעט נישט אויס גוט. מיט א שווער הארץ, האבן די עלטערן אראנדזשירט אז זייער טייערע בת יחידה זאל באהאלטן ווערן מיט א פויערישע פאמיליע, ערגעץ אין א קליין דערפל. עס איז נישט געווען גרינג צו נעמען דעם שריט. זיי האבן געהאפט אז אן דעם קינד, וועלן זיי אליין זיך אויך קענען פארשטעקן ערגעץ אין א באהעלטעניש וואס זיי האבן פלאנירט, און איר קענען בעז“ה אפנעמען ווען דער צורר היהודים ווערט באזיגט. ווען אסתר מלכה‘לע האט זיך אויפגעוואכט פון שלאף איין פרימארגן, האט איר מאמע שוין געהאט אנגעגרייט א זאק מיט אירע קליידער. דער שליח וואס וועט איר ארויסשמוגלען פון געטא ביזן פארשטופטן דארף, און וועט טראגן די גרויסע סכום געלט וואס די עלטערן האבן צאמגעקראצט אז די פויערן זאלן מסכים זיין פאר די איינשטעל, איז שוין געזיצן ביי די זייט פונעם צימער וואו זיי האבן זיך געפינען אין געטא. די מאמע האט גענומען די קליינע מיידעלע אויפן שויס, אויסגעדרייט צו זיך, און גערעדט ווייך. ”אסתר‘קע, דער מענטש וועט דיר נעמען צו א ווייטע ווייטע ארט. א גוטע פלאץ וואו עס זענען נישט דא די שלעכטע סאלדאטן און ביקסן. דארט וועסטו באקומען צו עסן, און נישט דארפן וויינען אז דו ביסט הונגעריג. זיי האבן אסאך ברויט און קארטאפל!“ דאס קלוגע קינד האט אנגעקוקט די מאמע מיט חשד אין די טיפע אויגן. ”דו און טאטא וועלן אויך קומען מיט מיר?“ פרוי ראזענבערג האט פארשלינגען דעם קנויל אין הארצן. ”ניין שעפעלע, נאר דו וועסט דארט זיין.“ איר שטימע איז געווארן ערנסט און שטארק. ” און דו דארפסט וויסן, אז דו טארסט נישט מער הייסן אסתר מלכה. דו ווערסט עווא. עווא, דו קענסט נישט געדענקן אז דו ביסט א איד. נישט קיין חילוק וואס מען פרעגט דיר, אדער וואס מען טוט דיר, געדענק אז דו ביסט נאר עווא!“ זי האט געהאפט אז דאס יונג קינד וועט פארשטיין וואס מען וויל פון איר. אסתר מלכה האט אבער אנגעהויבן ביטערליך צו כליפען און האט נישט געוואלט באגרייפן וואס מען וויל פון איר יונג לעבן האבן. ”איך קען נישט האבן א טאטע דארט. איך קען נישט האבן א מאמע דארט. און אויך מיין נאמען גייט מען אוועקנעמען פון מיר??“ האט די דריי יעריגע מיידעלע געביטערט. די מאמע האט הילפסלאז געזוכט ווערטער מיט וואס איר צו בארואיגן, אבער זי האט זיי נישט געקענט געפונען. זי האט מורא געהאט צו עפענען דאס מויל, ווייל אויך איר האבן די טרערן געשטיקט. מיטאמאל האט דער הויכער יונג, אנגעטון מיט פויערישע קליידער, זיך אויפגעשטעלט און זיך געווענדט צו די וויינענדיגע קינד. ”קום אהער, אסתר‘קע.“ זיין קול איז געווען רואיג און פריינטליך. ”איך וויל דיר דערציילן


א סוד.“ זי האט אויפגעהערט וויינען און אים אנגעקוקט מיט נייגער. בלאנד, הויעך, און פעסט-געבויט, געקליידעט אין פויערישע בגדים, האט ער נישט אויסגעזען ווי א גוי. ער האט אבער גערעדט אין די אידישע שפראך, און זיינע אויגן זענען געווען אנדערש. אידישע אויגן, פול מיט רחמנות, גוטסקייט, און טרויער... ”אס...כמיין, עווא. דו פארלאזט נישט דיין טאטע און מאמע, און דיין הערליכע אידישע נאמען. נישט אמת‘דיג. זיי גייען מיטגיין מיט דיר, דא אינעווייניג. ער האט געצייגט אויף איר קליינעם הארץ. און יעדע נאכט, ווען קיינער זעט נישט, אין בעט, וועסטו זאגן שטיל שמע ישראל, און טראכטן פון דיינע עלטערן, און דיין אידישן נאמען. דו וועסט אבער קיינעם נישט דערציילן פון דיין סוד. און איין טאג, וועלן טאטי און מאמי קומען, און דיר אהיימנעמען. און דו וועסט נאכאמאל הייסן אסתר מלכה!“ זי האט אים אנגעקוקט מיט לויטערע, תמימות‘דיג אויגעלעך. ”און דו? דו האסט אויך א סוד?“ ער האט צוגעשאקעלט מיטן קאפ. ”יא שעפעלע, איך האב אויך א סוד.“ א טרויער האט זיך באוויזן אין זיינע אויגן. און אזוי איז דאס מיידעלע אוועקגעגאנגען, לעקנדיג א צוקערל וואס דער שליח האט איר געגעבן, און אנהאלטענדיג א נייעם דאל וואס זי האט באקומען פון אים. איר געזיכט איז נאך געווען נאס פון טרערן, אבער זי האט פעסט אנגעכאפט דעם האנט פון איר העלפער. די עלטערן האבן נאכגעקוקט דעם קליינעם געשטאלט און געווישט די טרערן אן אויפהער. די צער און זארג איז געווען אומבאשרייבליך. דורכאויס די קומענדיגע צייט, האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייט צו קאמוניקירן מיט די פויערישע פאמיליע צו זיך אינטערעסירן איבער דאס וואוילזיין פון זייער קינד. זיי זענען געווען פארנומען צו לויפן פון איין באהעלטעניש צום צווייטן. נאר דאס האפענונג און בענקעניש אז זיי וועלן זיך פאראייניגן מיט זייער געליבטע טעכטערל, האט זיי געהאלפן אנגיין און נישט אויפגעבן. דער טאג איז ענדליך אנגעקומען. אונגארן איז געווארן באפרייט פון די נאצישע רעזשים. די וועגן זענען געווען באמבאדירט און חרוב. די בריקן צושטערט. דאס וועג האט גענומען פיל לענגער ווי נארמאל. טראנספארטאציע מיטלן זענען נאך נישט געווען אין באנוץ. אויף זייערע אויסגעדארטע, געשוואלענע פיס, האבן די עלטערן זיך געשלעפט און געוואלגערט. זיי האבן נאר געהאט איין שטרעבן און מחשבה. זיך טרעפן מיט זייער קינד. צו לעבט זי נאך בכלל? אוי, זיי האבן אויך געהערט שמועות פון גוי‘שע משפחות וואס האבן פאראטען דעם צוזאג און איבערגעבן די אידישע פקדונות גלייך אין די הענט פון די געסטאפא. אנדערע האבן געלייקענט דעם עקזיסטענץ פון די קינדער. זיי זענען צוגעבינדען געווארן צו זיי און נישט געוואלט אומקערן צו אידישע הענט. אוי אסתר מלכה – איך גאר און לעכץ דיר צו זען. ”ווען... אויב... מיר טרעפן איר, דארפן מיר צוגעוואוינען זייער שטייטעליך צו דעם פאקט אז מיר זענען דא צוריק. זי איז דאך אזא עמפינדליך קינד און מיר ווילן נישט אז עס זאל איר שאטן.“ האט דער טאטע שטיל געזאגט פאר זיין פרוי. זי האט צוגעשטימט מיט א לייכטע קאפ שאקל. זי איז געווען צו פארמאטערט און צו איבערגענומען צו רעדן. אלע האפענונגען און חלומות וואס זי האט געטרוימט די לעצטע שווערע מאנאטן זענען געווען איבער איר טאכטער. און דא שטייען זיי יעצט ביים מאמענט ווען זי וועט אויסגעפינען דעם מציאות. זיי זענען געגאנגען, בעסער געזאגט,זיך געשלעפט, און געשעפשעט תפילות. געדאווענט און געבעטן אז זיי זאלן טרעפן


18 connect Tosh זייער קינד, פריש און געזונט. דאס דערפל וואס האט זיך באוויזן פאר זייערע אויגן נאך ענדלאזע שעות, האט אויסגעזען אומבארירט פון די מלחמה וואס האט חרוב געמאכט די גאנצע געגנטער ארום איר. אזוי פיצל און פארשטופט איז זי געווען. מיט ציטערדיגע טריט, זענען זיי געגאנגען אויפן זאמדיגן שטעג אינמיטן דערפל. די הערצער האבן געקלאפט אזוי הויעך אז זיי האבן מורא געהאט אז אפילו אינעווייניג אין די הייזקעלעך קען מען עס הערן. און מיטאמאל, האבן זיי איר געזען. א דארע מיידעלע, מאטע ברוינע לאקן, איר פנים אפגעברענט פון די זון. זי איז געזיצן אין די זאמד פארענט פונעם הויז און זיך געשפילט, צושליסן און בארוועס, אן שיך און זאקן. די אויגן. די בלויע אויגן, איז געווען פונקט ווי זיי האבן געדענקט. ”קום אהער, קליינע מיידעלע.“ האט דער טאטע איר ווייך גערופן, מיט א שטימע געשטיקט פון געפיל. ער האט איר נישט געוואלט איבערראשן. דאס קינד האט באטראכט די פערזאנען וואס רעדן צו איר, מיט אירע גרויסע אויגן, איר פינגער אין מויל. די עלטערן האבן געשפירט ווי זייער הארץ פלאצט פון שמחה און שבח והודאה, איר צו זען לעבעדיג און פריש. אבער זי האט בכלל נישט אויסגעזען ווי זי דערקענט זיי. פלוצלינג האט זי זיך אויסגעדרייט איז זי געשווינד אריינגעלאפן אין די כאטקע. ”אניו!“ האבן זיי געהערט ווי זי רופט די פויערטע. ”מאדנע מענטשן זענען דא און זיי רופן מיר!“ א נידריגע פרוי מיט א שווארצע טיכל ארומגעבונדען ביי איר מארדע, איז ארויסגעקומען פון די האלצערנע הייזקע. ווען זי האט געזען די פרעמדע, איז איר געזיכט געווארן פארשטיינערט און ליידיג, און זי האט פעסט איינגעקלאמערט די מיידעלע‘ס הענטעלע און איר אייגענע. מיט פארפרעסטע ליפן, האט זי באטראכט דאס פארפאלק, זייער שטויביגע שטאטישע קליידונג, די בלאסע געזיכטער, און געשוויגן. ”יא, מאדנע ברואים.“ האט זי ארויסגעזידט צום קינד. זי האט איר געשלעפט ביים האנט. ”קום אריין אין הויז!“ די מוטערליכע הארץ איז פארקראמפט געווארן פון צער און פחד. די פויערישע פרוי האט געגעבן דעם איינדרוק ווי זי האלט זיך נישט ביים געזעגענען מיט דאס קינד וואס האט געווינען איר הארץ. דאס בילד האט ארויפגעברענגט דעם זכרון פון די גויטע אין שפיטאל וואס שטרעקט אויס איר האנט צום ניי-געבוירן קינד און וויל איר נעמען צו זיך. ווידעראמאל, האט די מאמע געשפירט ווי מען וויל אוועקנעמען איר קינד. זי האט געפלאנט צו גיין צוביסלעך, אבער יעצט האט זיך א געשריי ארויסגעריסן פון איר הארץ, און אויפגעציטערט דאס קליין קינד וואס האט אנגעהויבן אריינגיין אין שטוב. ”אסתר‘קע!!! מיין אסתר המלכה!!! דאס איז מאמי און טאטי! צו געדענקסטו אונז נישט?“ די מיידעלע איז געבליבן שטיין פארגליווערט. ”אסתר...אסתר המלכה...המן-טאשן....“ האט זי געמורמעלט מיט פארגלייזטע אויגעלעך. ”מאמע!“ מיטאמאל האט זי זיך ארויסגעריסן פון די אונגארישע ”אוניו“ און אריינגעפאלן אין די פארבענקטע מוטער‘ס אויסגעשטרעקטע האנט. אהיים זענען זיי געגאנגען, אויף שווערע לאנגע וועגן. אבער מיט די גאנצע פאמיליע צוזאם. מיט אסתר מלכה די יונגע טאכטער, וועמען איר פורים נאמען האט דערמאנט פון איר אפשטאם און איר געראטעוועט אז די פויערטע זאל איר נישט פארשלעפן. ”אסתר“ די נאמען האט געברענגט די ישועה.


connect Tosh 19 יך טראג זיך שוין ארום מיט די ווייטאג פאר יארן. איך א געדענק נאך אפילו אלס גרעסערע מיידל, וויאזוי איך האב געקלערט פון די נושא. ווייל עס איז אויסדריקלעך נישט יושר! איך ווייס אז פורים איז נישט ממש די פאסיגע צייט צו אויסגיסן מיין הארץ, אבער אזוי ווי עס איז ממש עניני דיומא, בלייב איך אן צופיל אפציעס. פסח צייט וועל איך זיכער נישט טרעפן אן אפענע אויער איבער מיינע פורימדיגע פראבלעמען... איך רעד פון די דיסקרימינאציע אנטקעגן אונז פרויען. אויב האט איר נאכנישט אויפגעכאפט ביז היינט, דאן זאלט איר אפשר נישט ווייטער ליינען און בלייבן און אייער גליקליכן בלעזל פון אומוויסן. געדענקט, איך האב געווארענט! ביטע נישט רופן מיט מחאות צו די רעדאקציע און טענה‘ן אז פרייליך האט אייך אויפגעקלערט און צושטערט די שמחת יום טוב. דער פרייליכער טאג וואלט געדארפט זיין ”women the about all !”ווער איז געווען די וואס האט געברענגט די ישועה אויב נישט אסתר המלכה. דערווייל, ווילאנג די פרויען האבן אנגעהויבן קלערן וויאזוי מען קען פייערן אזא סארט גרויסן טאג, האבן די מענער געכאפט דעם יום טוב פאר זיך. קוקט זיך נאר ארום אין פורים! פרויען גרייטן אן משלוח מנות און costumes ,און די מענער ווייסן נישט פון קיין דאגות אויסער אפשר וועלכע וויין דער מאגן פארטראגט דאס בעסטע. מיר שטעלן צו די פילע עסנווארג וואס בלייבן האלב געגעסן אויפן טיש צווישן איין טענצל אינעם צווייטן – און שוין. עס הייבט זיך אן שוין דורכאויס די מיידעלישע יארן. די בחורים מיט זייערע גרופעס נעמען איבער דעם שטאט, טאנצענדיג אין די גאסן און אויפוועקענדיג די בערן פון זייער ווינטער שלאף מיט די מוזיק, און פאר די מיידלעך בלייבט נאר צו ארויסקוקן פון פענסטער אויב ווילן זיי פורים רביצין ט. פרייליך


20 connect Tosh מיטהאלטן די action . אינעם גרויסן טאג אליין, איז יעדער שיכור. די קינדער פון צוקער, די מענער פון אלקאהאל, און די פרויען פון בארואיגן וויינענעדיגע קינדער און באהאלטן דעם מאן‘ס קאר שליסעלעך. איך ווייס טאקע נישט ביים סוף טאג וויאזוי איך הייס, אבער דאך זעט מיר אויס אז די מענערישע ווערסיע איז מער געשמאק ווי דאס וואס מיר פרויען שפירן. מוצאי פורים, ווען די פרויען פראבירן צו קלעטערן צווישן די האלב-געעפענטע משלוח מנות, אויסגעגאסענע וויין טייכלעך, וויינענדיגע קינדער וועמען‘ס בלוט שטראם איז איבערגעלאדענט מיט צוקער און זייערע קליינע אויער-פויקעלעך נאך אפעקטירט פון די מוזיק )פארוואס דען הערן זיי בכלל נישט די הייזעריגע געשרייען פון די מאמע :“ניין! איך לאז נישט האבן נאך קענדיס היינט!“( איז נאך אין מענער שול הויעך יום טוב. מיט פארגלייזטע אויגן, פליען זיי אין די העכערע ספערן, בשעת אונז נשים צדקניות פראבירן צו אוועקרוימען דעם פורים, און נישט נישט נישט טראכטן פון פסח... מיינט איר אז נאר פורים פראווען זיי? פרעגט זיך אביסל בעסער נאך! שוין פון שבת מברכים אדר זינגען זיי שושנת יעקב ביי שלש סעודות! און דער פורים רב – בחורים און ערוואקסענע האלטן זיך אונטער, און די וואס האבן הנאה פון די רבנות אבער קענען נישט צוקומען דערצו דורכאויס דעם יאר צוליב זייער מאנגל אין די נויטיגע יחוס, קענען כאטש אום אדר שפילן דעם ראלע. דאס פאלט קיינעם נישט ביי אז עס זענען דא אויך פרויען וואס האבן די תאוה צו זיין רביצין. וואס איז? מיר וואלט אויך געשמעקט צו ווערן אויסגערופן מיט הרבנית הצדיקת תליט“א וואס וועט אויפטרעטן מיט עטליכע ווארעמע דיבורים לכבוד דעם חשוב‘ן מעמד. גענוג געווען מיטן קרעכצן! דעם יאר, טו איך צו די זאך. במעמד אלע פרויען וועלכע ליינען יעדע וואך די CONNECT ביי זיך אין שטוב, דערקלער איך זיך אלס די פורים רביצין פון קרית טאהש. ערשטנס, האב איך אזא געפיל, אז דאס גאנצע פורים דיסקרימינאציע אנטקעגן אונז פרויען קומט גאר פון המן אליין. גיבט נאר א קוק אין די מגילה. איך פארבייס מיר די ליפן יעדעס יאר ביי דעם שטיקל, צו דערשטיקן מיין פראטעסט. להיות כל-איש שורר בביתו.... ומדבר כלשון עמו. אויב געדענק איך גוט, איז עס גאר געווען ממוכן‘ס– אונזער צרה-לייט המן‘ס- עצה. נו, דארף מען אוודאי מאכן א ונהפוך הוא אויף זיינע פינסטערע פלענער און מיר איינשטימיג מכתיר זיין אלס דערהויבענע פורים רביצין!


connect Tosh 21 איך האב גראדע נאך עטליכע טענות אויף די גזירה. ומדבר כלשון עמו – מיר דארפן רעדן די שפראך פון זייער פאלק – דאס הייסט מענעריש. רבונו של עולם! די וועלט וועט דאך אונטערגיין פון לאנגווייליגקייט אויב וועלן אלע געשפרעכן צוגיין אויף די מענעריש שפראך. שטעלט זיך פאר אזוי. קלערל קויפט א נייעם צירונג און ווייזט עס פאר קלערל. ”איך האב זיך געקויפט א נייעם קייטל.“ ”שיין. וויפיל האט עס געקאסט?“ ”צוויי טויזענט דאלאר.“ ”אזוי טייער? גוט, נוץ עס געזונטערהייט.“ אדער ווען דאס קינד קומט וויינען אז ער/זי האט זיך צוקלאפט. ”פארוואס וויינסטו?“ ש”איך בין אראפגעפאאאלן! ווועעעע!“ ”אקעי, ס‘וועט זיך אויסהיילן. קומענדיגע מאל לויף נישט. וויינען העלפט נישט.“ שטעלט זיך פאר ווען מען קומט צום וואכנאכט און מען זאגט מזל טוב אויף מענעריש. ”מזל טוב. אה, זייער שיין אנגעגרייט. די בעיבי איז זייער זיס. אסאך נחת.“ אויסער אויב מען טוישט אויך די הערצער אויף די סארט וואס די זכרים זענען באשאנקן געווארן, וועלן זיך ארומדרייען אסאך צובראכענע פרויען. אויב טוישן מיר אלע צו מענעריש, וועלן די קינדער זיך קיינמאל אויסלערנען צו רעדן. וועלכע מאן וועט פירן לאנגע געשפרעכן מיט פיצלעך פון צוויי טעג אלט? זיי באהאלטן די שמייכלען אונטער די וואנצעס ווען זיי הערן די מאמעס הארציג זיך אויסשמועסן מיט די ניי-געבוירענס מיט די פארנעפעלטע אויגעלעך. ווער וועט מיטקרעכצן ווען מען שפירט זיך נישט גוט אדער מען האט געהאט א שווערן טאג? שטעלט זיך פאר אז אויך מיר פרויען שליסן זיך אן אין די שפראך פון פארשטעלן נאר פראקטישע פארשלאגן ווען אלעס וואס דארף איז אביסל מיטגעפיל. ווער איז דען אינטערעסירט אין לעזונגען ווען סימפאטיע איז פיל מער געשמאק? גיי דערצייל דאס פאר די מענער. אפשר ווען מיר וועלן אנהייבן רעדן מענעריש וועלן מיר כאפן וויאזוי זיי דאס


22 connect Tosh צו ערקלערן? ווייל ביז דערווייל איז דא זייער א שוואכע סוקסעס ראטע אין אויפקלערן די מענער צו פארשטיין די שפראך פון די פרויען פאלק. מעגליך אז מיר פרויען מיט אונזער חכמת נשים וועלן מצליח זיין צו זיך אויסלערנען די שפראך פון די זכרים און אזוי וועט די קאמיוניקאציע זיך פארבעסערן. מענער פארשטייען נישט אז ווען א פרוי זאגט ”איך בין אזוי אויסגעמוטשעט!“ מיינט זי נישט סתם צו דערציילן א פאקט, נאר עס איז א רמז אז זי ווארט צו הערן ”אוי וויי! האסט געהאט א שווערן טאג! אפשר קען איך דיר עפעס העלפן?“ אדער ווען די פרוי דערציילט א לאנגע מעשה ווי מעכל האט געקויפט פאר זיין ווייב רעכל אזא שיינע מתנה, איז עס בכלל נישט ווייל זי וויל דערציילן זייער נישט אינטערעסאנטע נייעס לויט די מענערישע פערספעקטיוו. ניין, עס איז אין די פרויען שפראך א קלארע געבעט: ”איך דארף אויך אזאנס פון דיר!“ אין אונזער פורים קהלה קענען מיר אלע פרויען רעדן ווי דראמאטיש מיר ווילן און מיר דארפן זיך נישט צושטעלן צו ממוכן‘ס פלאן! דא בין איך די דעת טוירע און איך דערקלער פרידאם אוו ספיטש! יעדער קען רעדן וויאזוי זיי שמעקט! לויט וויאזוי איך הער פון מיינע יונגלעך, איז די פורים קידוש ממש דער שפיץ, די הויעכפונקט פונעם פורים רב פאסטן. איך האב אבער נישט קיין דאגה פון דעם. זיי דערציילן אז דער עיקר פונעם קידוש איז וויאזוי מען פארדרייט די ווערטער און מען פארט אריין פון איין פסוק צום צווייטן. אין דעם בין איך ממש אן עקספערט! איך דארף זיך אפילו נישט אנגרייטן. נאטורליך, קען איך אריינפארן פון קידוש צו הבדלה, און פון על המחי צו ברכת המזון אן אפילו זיך אנשטרענגן. ווער רעדט נאך ווען המפיל, תפילת הדרך, און דעם יהי רצון נאך ברכת השחר ווערן אפגעבאקן אין איין געשמאקע קוגל ווי נאר איך טויג? ביי מיר איז פורים א גאנץ יאר. איך מיין אז די פורים רביצין פאזיציע פאסט מיר ממש ווי א מייער אויפן נאז פונעם שניי מענטש. א פעלץ ווי עס פאסט פאר דעם דערהויבענעם פאסטן, האב איך אויך. לעצטס גייען אויך די פשוטי עם פונעם ווייבער שול ארום דערמיט, אבער איך וועל זיך אויך אנטון א שאל פון פעל און אזוי ארום אויפווייזן מיין חשיבות לכל הקהל הקודש. אז איך רעד פון א שאל פון פעל, דערמאן איך זיך א מעשה שהי‘ )אמת‘דיג!( וואס אן אנדערע חשוב‘ע רביצין האט מיר דערציילט, פון איר פערזענליכע געשיכטע מיט אזא FUR שאל. עס האט אזא שטיקל שייכות מיט פורים, און ושתי. ווען די דערהויבענע פרוי איז געווען א יונג ווייבל אין שנה ראשונה, האט מען שוין געזען איר גרויסקייט. דערפאר


connect Tosh 23 האט זי שוין דאן געטראגן אזא סארט שאל צו צייגן אויף איר רבי‘שקייט פאר ווער עס וויל עס נאר אנערקענען. בקיצור, איך וויל איר נישט צופיל אויסרימען, ווייל עס קען איר נאך צוטרעטן צום מח און זי וועט אנהייבן האבן פייגלעך צו קאנקורירן מיט מיין פאסטן – און איך גלייך נישט פאליטיק זאל אנמאכן חרבונות און אוועקשלעפן מיינע כאסידעסטעס. צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, איז די רביצין אריינגעפארן צו איר שוויגער אויף שבת, ווי מען פירט זיך ביי יונגע פארפעלקער. צו פארשטיין די ווייטערדיגע פרטים פון די מעשה, פעלט זיך אויס צו ערקלערן אז אירע שוויגער עלטערן וואוינען אין א בעיסמענט דירה. די פענסטערס קומען אויס פאראלעל צו די גאס אינדרויסן. עס איז געווען שבת נאכמיטאג, און איך שטעל זיך פאר אז זי האט שוין געוואלט האבן א שטיקל ברעיק פון איר מאן‘ס משפחה, ווייל זי האט פלאנירט צו ארויסגיין באזוכן משפחה פון איר זייט. זי האט זיך אנגעטון איר מאנטל און איז אריין אין א קליינעם זייטיגן צימער ביי איר שוויגער אין הויז וואו זי האט געדענקט אז איר שאל איז געליגן אויפן טישל דארט. עס איז שוין געווען טונקל אינדרויסן, און אין יענעם שטוב איז געווען שטאק פינסטער. די ווייבל איז אריין און געטאפט אויפן טיש צו טרעפן איר שאל. אירע האנט האבן אנגעטראפן א לאנגע האריגע זאך, און זי האט עס אנגעהויבן אויפהייבן. מיטאמאל האט זיך איר שאל ארויסגעריסן פון אירע הענט, און דאס וויידל פון א קליין קעצל איז פארשוואונדען געווארן צוזאמען מיט די בעל חי‘, ארויס פון די אפענע פענסטער. איך דארף אייך נישט דערציילן וועלכע קולות האבן זיך ארויסגעריסן פונעם מויל פון די פרוי וואס האט זיך געהאלטן אינמיטן ארומוויקלען מיט א לעבעדיגע שאל. אירע שוועגערינס האבן איר אנגעקוקט ווי זי איז אראפ פון זינען. מען קען מיינען, עס איז בלויז א קעצל! אבי עס איז נישט געווען ושתי‘ס וויידל. איך ווייס אז עס זענען דא נאך טאלמידי כאכאמטעס, אבער יעצט האב איך דעם פענע אין די האנט און איך האב געכאפט די פורים רבניתשאפט פאר זיך. איר קענט פראבירן איבער א יאר. איינס אזא חשוב‘ע טאלמיד כאכאמטע האט אמאל געקויפט פאר איר מאן א מתנה לכבוד פורים און צוגעשריבן א שיינעם גראם צו דעם. זי האט אים געוואלט באאיינדרוקן מיט אירע געשליפענע ווערטער און אינטליגענטע שפראך, האט זי זיך אונטערגעשריבן: פון


be will there Often your impacting offenses should that score credit out reach, there be not have to bureau the to .removed traces the errors that Demand from removed be !happen can Mistakes. score your classifieds פאר אלע אייערע מוזיק פאר פורים ממלכת איז די ענטפער מיר האבן א אויסוואהל פון אלע מוזיק פאר פורים! דיין אשת מפחידי. זי האט נישט געוואוסט פארוואס ער איז אזוי באליידיגט און צוטראגן און כמעט געוואלט אנהייבן א קאנטער-בלאזעריי, ביז ער האט ארויסגעמורמעלט אז ער פארשטייט נישט פארוואס זי רופט אים א פארשאלטענער. נאר דאן איז איר בייגעפאלן צו ארויסנעמען א מגילה זאגער, וואס האט געטייטשט דעם שושנת יעקב, און פארשטיין אז אין עברי טייטש האט זי געשריבן די ווייב פון דעם פארשאלטענעם.... איז לאמיר אלע פרויען אויך זיין שיכור פון גליק מיט אונזערע חשוב‘ע שטעלעס, כאטש מיר פירן זיך ווי אסתר – באהאלטן – ווייסן מיר דאך אלע אז אן אונז וואלט נישט געווען קיין פורים... ווער וואלט אלעס אהערגעשטעלט. און אויב ווילט איר פראווען אביסל ווי די מענער, נעם איך גערן אן קוויטלעך... הממממ...איך מיין צו זאגן פדיונות פון שיינע סכומים און איך קען אפילו ווינטשן ברכות. אויב ברענגט איר מיר משלוח מנות, ביטע נאר ברענגן שווייצער שאקאלאד. איך דארף עס האבן צו בלייבן ביים דעת אינעם קומענדיגן ערב פסח סעזאן. סימכעס פורים פאר אלע מיינע חסידימ‘טעס!


0 9 6 4 . 7 5 5 . 4 51 : T E I R A C E D . L U O B 0 0 9 6: A ANJOU, BOMBARDIER RUE 7510 : B COM.BLITZCREATIONS !SAVE & DIRECT BUY & RD DA TAN S SIZES SPECIAL " 4 4 " 39 " 33 " 0 6 " 54 " 48 F O E N O T I S I V E S A E L P L L A C R O S N O I T A C O L R U O E T A V I R P A E G N A R R A O T .HOURS AFTER APPOINTMENT ד י צייט ריקט זיך פסח קומט שוין באלד. דעי יאר שלאף ווי א קעניג מיט א נייע מאטראץ געמאכט ספעציעל פאר אייך. באשטעלט עס יעצט צו באקומען און צייט.


אין 31 נכנס יצא יצא סוד 3636.430.450 מוצש"ק פון 00:9-30:10 זזונטאג פון 00:11-00:11 מאנטאג פון 30:10-00:5 3636.430.450 קאסאן פאר יהוסף חברותא מס' מגילה מיט א קלארע הברה אין אידיש ארויסגעקומען יעצט פון נוץ דיין מח דאסניי אלע חלקים א פרישע טאנץ 7 #שמחת החיים 11 #א ערליכע ליד - יו"ט ערליך קינדער פארברענגען 9# אשר יצר !gifts new Nice ברכת הבית מזמור לתודה צווייטע סעריע תורת אביגדור (ב"כ) קדושת לוי קדושת לפורים פורים שעות: ירושלים מיט די מיט CD מצוה קינדער מזמור לתודה קדושת לוי to here is” linen luxury“ last re’you with help shopping purim minute shabbos Motza 30:10 To 00:9 from Sunday 00:6 To 00:12 from Monday 00:2 To 00:11 from freilichen a have !purim erev summer New & turbans has bandanas !arrived on open be ell’w


Click to View FlipBook Version